בלאט 1 פון 2

ערב קאנטרי - אין אלטשטאט וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 12:51 pm
דורך אלטעבחורל
גוט מארגן! גוט מארגן!

היינט האבן מיר די שעפעלעך פון די גאס אויפגעוועקט, די טויבעלעך וואס וואנדערן אין ווילימסבורג זענען היינט נישט געוען די וואס האבן אריינגעטראטפט זייער ציפעדיגע קוויטשקעס וואס זאל אויפוועקן מענשטן ווען זיי זינגען לויב פאר השם-יתברך. נעע היינט האבן די יונגווארג מיט די קורצע הויזעלעך איבער גענומען די דזשאב פון וועקן אידישע נשמות צום האריזאנט.

אויך מיינט איר אוודאי אז היינט וועט מען האבן א גרינגער וועג צו דער ארבעט פשוט ווייל די 'סקול באסעלעך' האבן נישט וועם אויפצונעמען, אלעס איז געשפארט פאר ערב קאטנטרי, נעעע ס'אל קיינעם נישט דאכטן אזוי.

טראָקער'ס האבן איבער גענומען די רוט היינט - אין געשמיסן און די גאסן ווי א פארקינג לאט פון טראקס האט אויסגעקוקט יעדער גאס. 'כי אין גאס אשר אין שם טראק' (קרעדיט: צייטליך).

אריין אין ס'מעדרעש גאנץ פרי, שטעלט אייך שוין פאר ווען עס איז נישטא קיין חדר ווי גייען די קינדער וואס וואוינען אין שכנות פון א ס'מעדרעש? מען יאגט אין שול אריין, אזוי אז ווען מען קומט אריין אין שול האנקעט מען זיך אן מיט א טאץ קינדערווארג.

זאטגטס נאר, ביינענק אין שול האט אויך אויסגעקוט ווי ערב פייסעך? א טוטער פון פיעוטים ארבעט ארום ביים עמוד מיט די אויסגעברענטע כיילעף אט אט גייט גיין א פייער-אפפער פון די לעכט קעסטל.

די נארוואס בר-מצוה געהאטע צוויי טוטערלעך פון גיטע ט' האבן זיך געאמפערט ביים עמוד ווער עס זאל צו גיין אין אפ-מורמלען א שחרית, ווען סאדענלי 'תגדל תקדש...' דער קלייענר מיטן ריזיגער פעלטי הוט האט געווינען די עמוד. נשמה וואס דרייסטע דיך אויס יעדע רגע קוקן אויב עס איז דא... דא וואס? הייב דיין טלית וואס שווימט דיר ווי ביים עולה זיין שמחת תורה די ציצית הענגט אריין אינעם טיש נעבן די עמוד, שעפעלע! זאג אפ ס'דאווענען אין לויף אהיים פאקן דיין פלא יועץ וואס דיין רבי האט פארלאנגט אויף נאכמיטאג אין קעמפ – וואס מען וועט לערנען צווישן שווימען און קוקיס עסן.

אזוי אויך די קינדער און שול היינט האבן גענאשט קאצקע צוקערלעך פון קעסטל ארויס, דעליווערט קאפי פון שטיבל צו שטיבעל, צאמגענומען אלע אפגעריסענע רעסיטס וואס עס ליגט שוין דארט א גאנצער וואך אין ווארט אויף א טעיקן [תיקון]. די שעפעלעך האבן אוודאי אויך צוזאם געלייגט די פאר תפילין פארן פאטער, גענוי ווי ערב פייסעך.

וואס איז נאכן דאווענען הא? גייט ארויס אין גאס 'טראטקערס' ווי דערמאנט ראאאאלללען אין די גאסן, ספאנישע אמיגאס הענגן פון די בעק ארויס, אין מען האט פארבינדע שמאטעס ארום די קאפ, איינצונעמען די שוימיגע שוויץ. מען ווארפט באקסעלעך אראפ די שטיינערנע שטיגן, מען וועט שוין קויפן נייע טעפ טראכט דער ערל שאין בו דעת.

די גאר פיצעלע קינדערלעך שטייט ביי די טרעקלעך מיט די קורצע הויזן אין מען שרייט, "העעע פעע פע פע! מיר גייען אין קאנטרי", משא"כ די איבריגע העלפט משפחה וואס דענקן נאך פון פאראיאר ס'צענע די טראקער געפאקעכטס – אין מאכט שוין נישט קיין עסק דערפון, שפילט דערווייל 'געים-בוי' אויף די שטיינערנע שטיגן, דער גוי וואס שלעפט די באקסעס ברויך יעדעס מאל זיך באקראצן מיטן ענגליש אין זאגן: מ'ססססארי קיוז מי! לאז אדרוך גיין, ער ארבעט שווער.

געב אהער – געב אהער די 'געים-בוי' שרייט שלומי צו יוטי איך קען מאכן די שאט גוט, געב אהער די 'געים-בלוי' וויינט ער שוין באלד, יוטי לויפט אוועק דערמיט - חלילה, איך קען עס אויכעט מאכן די שאט. פון די מלחמה פון די צוויי שעפעלעך ווערט א געשלעג ווערט עס וועט זיצען אין די פראנט באנק אין די 'מיני-ווען' רייזענדיג ארויס אין די קאנטרי.

דא קומט פאר עפעס מאדנע, דער יודל מיטן ריזיגער געלען וואטלענעם טלית קטן [קוק גוט אריין אונטער ס'ציצית'ל זיינער – האט ער גראדע אויך ריזיגע שלעקעס - וואטעווער]. דער ציצית אריבער געטראסקעט אויפן רוקן מיטן אלטער חן וואס מען זעהט שוין כמעט נישט היינט, ער שלעפט זיך מיט ריזיגע בינטלעך ספרים, קוקט אויס ווי ער גייט ענדיגן גאנץ תלמוד ירושלמי אויף חודש אלול.

איין מינוט - וואאאאס? ער קען האלטן א באקס אין זיינע הענט? נעווער עווער וואלט איך אזוי געזאגט. חחחח.... שלימזל איך האב געמאכט א עין הרע, עס ראללען זיך ספרים אויף די סטעפס, עני יוניט עוועילעיבל, קינדער כאפטס די שמות דארט, הייבט'ס אויף – הייבט'ס אויף.. ס'צרות עס רעגנט ספרים אראפ די סטעפס, אוי דער שופר איז אויך ארויס געפלויגן. אהההה ער וועט לכאורה בלאזן דאס יאר ראש השנה ערגעץ, אההה... שוין מ'האמיר אים געפאקט ביי די מעשה.

אפילו די ספאנישער גוי ווינק פאר די קליינע מיידעלע 'לוק די בוק איז ראלינג' די בוק איז ראלינג? איך ראגל מיך! איך שטיי אין איך קוק צו, איייישש... נישט נאר שלעפן ספרים קען ער, ער קען ענגליש אויכעט, ער זאגט צום ספאני: נאט סטראנג...(?) פון דא איז איבערגעהאקט געווארן זיין ענגליש, עניוועי.

וואס א גאס שפעטער איך גיי אלץ מער באקסעס שטייען אין וועג, אט אט אין די טרעקלעך זענען פארענדיגט, מען פאאאאאאאאאאאארט אין קאנטרי, נאך איין טאנץ-שפרונג גיבט דער קליינער צאפ אויפן גאס 'העעע פע פע פע – מיר גייען אין קאאאאאנטרי', טאנץ נשמה'לע זיסער יעצט איז אויפן בלויזען ערדענעם סיידוואק אין אפאר שעה ארום איז די טאנץ אין פרישע 'מאראסט', יא שעפעלע?

פארטס אלע געזונטערהייט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 12:55 pm
דורך יאנאש
חחחחחחחחחח ריזיג ריזיג אנארטיקל איינס אין די קאנטרי (דאס איז היינט די וועלט) זייער פיין אראפגעלייגט.

יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:05 pm
דורך איזאק
העייייייייי !!!!! בחור !!!!! געוואלדיג !!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:20 pm
דורך אבאמא09
כהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהיכהי................. מעכטיג! פרעכטיג! שיינעם דאנק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:29 pm
דורך scy4851
גוט ארפגעלייגט!!!! שעכוח!!

בחור'ל...
דאס איז געווען דיין קעמפעין ספיטש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:40 pm
דורך אלטעבחורל
קודם א שכח פאר דיין שכח, אינקלודינג יעדן פאר זיין שכח.

scy4851 האט געשריבן:בחור'ל... דאס איז געווען דיין קעמפעין ספיטש?

יעדער וועלט אויס זיין ארטיקל פון ווי ער זאל נעמען זיין מיינונג. אויב פון דער ארטיקל האסטו געוועלט דיין מיינונג, דאס הייסט אז דו קוקסט לויט דעם אויף וועם צו שטימען... וואויל איז מיר - און דיר!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:48 pm
דורך יצמח
מעכטיג באכי, איך וועל דיר זאגן דער אמת ווען איך בין היינט צופרי ארויס אויפן גאס און געזעהן די טראקס, די קינדער אין שול, האב איך געטראכט צו מיר, אז היינט וועט זיכער קומען א גוטער ארטיקעל פון אלטער באכער ס'איז ווי מ'רופט עס זיין טאג.

עניוועי שכוח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 3:05 pm
דורך נאטורליך
בחור'ל שא נא עניך וראה, דער עולם קוויקט זיך מיט דיין בליק אויף אלעמען. דו טוסט אונז טעגליך דערקוויקען, ישר כח
מיר האבן אויך היינט געהאט די זכי' צו זעהן ווי קליינע קינדער טאנצען איבער די פארקלעבטע באקסעס און גרויסע עיר קאנדישענ'ס. ווארטענדיג אז דער טראק זאל אנקומען. מי שלא ראה שמחה זו... זאל דער אייבערשטער העלפן אז יעדער זאל אנקומען בשלום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 5:21 pm
דורך צייטליך
בחור, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און עס איז שטארק אין פלאץ.

ס'קוקט אויס ווי די פירמע Budgat האט ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע זייער 24 פיסוגע טראק'ס מיזן גיין מאכן עקסערסייז, און פאר דעם צוועק האבן זיי אפגעדינגען וויליאמסבורג, וואס איז באוויסט אלץ אן עיר החסד.

ב"ה, יעצט נאכמיטאג איז שוין אסאך רואיגער, איך זעה נאך עטליכע פופצן פעסענדזשער ווענ'ס אנגעפילט מיט צענדליגע באקסעס און עטליכע קריב'ס אויפן דאך צוגעבינדן מיט שטריק.


כי בשמחה תצאו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 6:11 pm
דורך קרעמער
הערליכע מייסטערהאפטיגע ארטיקל, אלטער-בחור'ל!

יישר כח פארן שילדערן דעם סצענע פאר די זריזין מקדימין וואס האבן זיך שוין היינט געווייקט אינעם אייז-קאלטן מקוה (צו מזל זענען די מייזלעך נישט דארט געווען) פון די קאנטרי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 7:36 pm
דורך מאשקע
הערליך שיין אראפגעלייגט דעם הלך מיילעך פון גיין אין קעמפ. כ'האב מיך געוואלגערט פון יעדעס ווארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 7:41 pm
דורך יאנאש
צייטליך, האב געפלאצט, שכוח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 7:47 pm
דורך פאטאקי08
שמערי

באכי שלאפט שוין גארנישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 7:51 pm
דורך שוועמל
אין בין ערב פסח לערב קאנטרי אלא ארטיקל של אלטער בלבד...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2008 11:59 am
דורך צייטליך
איך האב נאך עספיעט אריינצוכאפן עטליכע בילדער נעכטן פארנאטס נאכן ארטיקל פון באכי צו צייגן פארן עולם אן מעין דמעין וויאזוי ווימסב"ג קוקט אויס אין די וואנדער טעג ווען דער עולם וואנדערט אוועק קיין קאנטרי.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2008 12:19 pm
דורך איך_הער
בחור, שוין טאקע שפעט, דערוילעם איז שוין מער ווייניגער אין קאנטרי, (כאטש איך ווארט אן ארטיקל, פונעם אויספאקן אויך.) און איך לייען הערשט יעצט דיינע הערליכע ווערק, און איי עם ספיטשלעס, איך האמעך טאקע קיינמאל נישט געפאקט צו די קאנטרי, אבער אביסל מיטגעהאלטן יא, און פאר א צוויי וואכן פאר א שטיקל וויקעישן פלעג איך אויך מיט מאכן, און דו לייגסטעס אראפ מיט הערליכע פארבן, א גרויסן און הערצליכן דאנק, נהניתי מאד מאד.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2008 12:37 pm
דורך אלעקסיי
זייער שעהן באכער.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 1:12 am
דורך לאקשען ברעט
יישר כוח בחור'ל פאר דיין דעקוויקענדער ארטיקעל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 1:42 am
דורך סאכדעס
באכער, כאגעוואלט שרייבן, באחי, כנישט קיין געדולד, פשוט, כאנישט קיין געדולד צו ליינען יעדן טאג (לייען:נאכט) א פרישן ארטיקל. אבער כאזעך געבראכן, יא, עס האט זיך מיליאן מאל אויסגעצאלט. סמ'ערסטע האבעך אויסגעשאסן פונ'ם נאט סטראנג... שרייבענדיג איצט, לאך איך אויך...

יישר כוח בגדול.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 9:44 am
דורך יגרסהדותא
חחחחח, בחור'ל, איך האב עס געליינט, אין זיך גע'ראטג'לט.. דו האסט א שפראך אזוינס וואס איך ווייס אליין נישט, דארט וועט די ספרים האבן אראפגעטראסקעט אלע סטעפ'ס אריינצושרייען: עני יוניט'ס עוועליבעל.. יוי ביסטו קאטקאט, אנשטאט צו שטיין אינדערזייט און צייכענען אויפן קליינעם ביכל, העסטו ווען געדארפט צוגיין צוצולייגן א האנט! חוץ אויב יענער האט דאס דייקא געטון פאר דיינע אויגן ווייל ער האט געוואלט אז די "קרעטשמע" זאל האבן אן ארטיקל.

עניוועי, אלטער, דו דארפסט נאר רעדן פון עני טינק, למשל וויאזוי א מאסקיטא ווערט גע'הרג'עט דורך א ליסטיקן קלאטש פון א אינגערמאן, און מ'באלעקט זיך מיט דיינע לשונות..

יש"כ

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 11:12 am
דורך זיידעניו
הערליך אראפגעלייגט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 3:14 pm
דורך 3x0
הערליך, א גרויסן שכוח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 4:28 pm
דורך לעווי
חחחחחח

זייער א פיינע ארטיקל, יעצט קען מען פאקן פעק און זיך גרייטן אויף די גאויסע נסיעה ארויף אויף די בערג ערב ד' יולי. דער ארטיקל האט מיר געגעבן פרישע כוחות. איך ווייס אז איך בין בין א צוויי דריי וואכן שפעט אבער דאך מוז איך אפגעבען מיין שכח פארן באכי קאהאלאכי.

ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די שורות:

הייב דיין טלית וואס שווימט דיר ווי ביים עולה זיין שמחת תורה די ציצית הענגט אריין אינעם טיש נעבן די עמוד, שעפעלע! זאג אפ ס'דאווענען אין לויף אהיים פאקן דיין פלא יועץ וואס דיין רבי האט פארלאנגט אויף נאכמיטאג אין קעמפ – וואס מען וועט לערנען צווישן שווימען און קוקיס עסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 11:02 am
דורך קאר אינשורענס
אינטערסאנט נישט אינאכט גענומען דאס ארטיקעל באט עס דעי סעי בעדדער לעיטער דען נעווער סאו טענקס עי מילליען איי רילי אפרישיעידעד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 11:12 am
דורך שאלאכטץ
לכבוד די יארצייט, שלעפן מיר ארויף די עסק;

ס'ארא מעשה דאס, איך בין געצווינגען צו לייגן אודך, ווייל דער אידל מיט שופר האט זיך אנגעגארטעלט דאס יאר אודך...