בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 11:25 am
דורך יאנאש
צייטליך האט געשריבן:בחור, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און עס איז שטארק אין פלאץ.

ס'קוקט אויס ווי די פירמע Budgat האט ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע זייער 24 פיסוגע טראק'ס מיזן גיין מאכן עקסערסייז, און פאר דעם צוועק האבן זיי אפגעדינגען וויליאמסבורג, וואס איז באוויסט אלץ אן עיר החסד.

ב"ה, יעצט נאכמיטאג איז שוין אסאך רואיגער, איך זעה נאך עטליכע פופצן פעסענדזשער ווענ'ס אנגעפילט מיט צענדליגע באקסעס און עטליכע קריב'ס אויפן דאך צוגעבינדן מיט שטריק.


כי בשמחה תצאו.


שכוח שאלאטץ פארן מיך ארויפברענגן א שמייכל, אבער דער צייטליך תגובה איז דאך עפעס מתוק מתוק, כאב פריש אויסגעשאסן, טיפיקל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 12:57 pm
דורך bailout
בחור זעך הערשט יעצט געראגלט.

יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 2:08 pm
דורך prowed jew
chachachachahc..... psheeeeeeeeeeeeeeeeeeeeeeeeeee.......
thanks for bringing up this artical again, this super spacial

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 6:50 pm
דורך געלעגער
באכי טייערע, די ווייסט אז איך האב זייער ליב דיינע ארטיקלען, נו, אז די ווייסט עס פארוואס לאסטו מיך ווארטען? פארוואס זאל איך נישט זוכה זיין נאך א שווערע טאג ארבעט צי שמייכלען אויף א באכי ארטיקעל? פאגינסט מיך נישט?

עניווע, זייער הנאה געהאט, האסט מזל איך האב נישט געליינט דיינע ארטיקלען אלס פיטעם בחור...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 7:14 am
דורך אלטעבחורל
גוט מארגן;

שששששוין!
מענדי איז אויך גוט אהערגעשטעלט, זיינע בעטעריס זענען געגאנגען פייפן, אין ער פייפט און בלאזט ארום דא. זאך קענער דענקן ווען ס'בעטערי איז נאך גוט געוועזן. דער קאנטראל קאר'ל וואס מען האט געקויפט "פאאאקאנטרע" איז מער נישט אזוי פלינק, ער פארלאנג פרישע טריפעל עי, אמאל האט מען געמיינט אז מען נוצט טריפעל עי נאר פאר אן אויטא וואס גייט פייפן - היינט פארקויפן זיי טריפעל עי קאנטראל קארס, ס"ה 3 טריפעל עי באטאריען אין די זאך פארט. טאטי איך דארף בעטעריס!

שששששוין!
משה מיילעך ברויך א באאאסט, וואסי? גאאאארנישט, זיינע רעדער פון די פרישער סקוטער האבן זיך אויסגעקנאקט ערגעצוואו די ראבער טייערס ס'ברויך לופט, די סטיקער וואס טראגט די קאמפעני נאמען איז גוט אראפ געקלעפט אויפן סקוטער, אבער רעדער אהן לופט קען דער סקטוער שמאכטן צווישן די פאריעריגע אפיקומנ'ס - טאטי געב לופט!

איך האב בעטעריס? איך האב לופט? איך בין ביזי פארקלעבן באקסעס, די בארד כאפט זיך אריין איבעראל אינעם טעיפ. אוי... שלעפ אוועק דארט, די גרודער פון די טעיפן דערמאנט מיר פון נעפאנעק קעמפ. איי גוטע צייטן! די באקסעס שמעקן פון היץ, די טעיפ קלעפט ניטאמאל, פיר הונדער מאל אינמיטן טעיפן דארף איך זוכן די אנהייב פון די שניט. יעצט גיי זוך די דעקל פון די מעדזשיק מארקער.

צונויפצופאלס האב איך שוין יא פארטעיפט ס'באקס ווי מיין פאון טשארדזער איז געווארן אריינגעווארפן - דזשאסט פאר די רעקארד.
יעצט פריער מיט מילד ווינטל זיך געשלעפט צום נאנטסט'ען גראס אין אייינגעהאנדעלט די לעצטע פאר ביצים באקסעס.

איך בין נאך ביזי ארום זוכן א בוסטער-קאר. איינער קען העלפן?
אין זאג פאר האום דיפאט נעבן קרית יואל אז זיי זאלן זיכער מאכן צו האבן גרייט א האט-פלעיט, משפחת ווארצעלבאכער גרייט זיך צו גיין האנדלען דארט אינמיטן וועג.

מגייייייייט שוין נאכמאל אין קאנטרע! פארט אלע געזונטערהייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 8:54 am
דורך וויכטיג מאכער
חאחאחא, אלטער, איך בין יעצט אריינגעקומען דא איבערצוליינען די ארטיקל - וואס איז שוין אראפגעפארן צווישן די פאראיאריגע אפיקוימענס... (סארא אויסדריק?!!!) ס'איז פון מיינע פעיווערעט'ס, און איך ווער איבעראשט!!! אזא סורפרייז, א פרישע עדישן!!!

אויש! די גערוך פון די באקסעס ווען ס'איז הייס! סא'שרעק!!!

באכי, טענקס, האסט מער שטארק ארויסגעהאלפן אין דעם אנגעצויגענעם טאג!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 9:45 am
דורך ארעסטאנט
ו-ו-י-כ-י!!!

שקויעח פארן אהערלינטשן, עס איז כמים קרים אויף די מידע זעהל וואס דערזעהט זיך נישט ארויס די לעצטע פאר שעה פון הויפענעס באקסעס וואס איר אינהאלט איז דאך שוין ידוע לכל.

די לעצט מינוט'גע הכנות צום קאנטרע, אלטער!! ששששוין בוסטו גוט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 11:38 am
דורך מאנאגרעמס
באכער כארזים!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 1:19 pm
דורך צייטליך
דער אלטער ווערט נישט אלט!

היינט האט וויליאמסבורג זיך געטוישט ממש פון איין עקסטרעים צו די אנדערע. איבער נאכט זענען אויפגעטוישט געווארן אלע "אדעסי'ס" פאר גרויסע "באדזשעט טראק'ס"..

דער בחור ברענגט מיר אריין אין די קאנטרי גייסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 8:02 pm
דורך איך_הער
באכער גייט אין קאנטרע, און איך האב צו שמייכל'ן, יישר כחכם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 7:17 pm
דורך צו געזונט
באכער, שא נא עיניך.

איך זיץ מיר דא אין מאנרע און איך קוועל פון דיינע ארטיקלען, נישט קיין באקסעס נישט קיין קאנטרע, נאר סאלידע קוועלעניש פון ליינען דיינע מים קרים על נפש עייפה.

שפיגלעך זיינען אויף סעיל היינטיגן טאג אין וויליאמסבורג, ווען יעדער אינגערמאן וואס האט אקארשט וואס געפעסט דעם פערמיט שפירען זיך שוין ווי פראפעסיאנאלע טראק דרייווער כמימים ימימה. אבער די שמאלע געסלעך שפילען נישט מיט מיט זיי, און אזוי אויך די שפיגלען וואס א מינוט פריער זיינען זיי נאך געווען באהאפטען צום קאר.