בלאט 1 פון 2

פרשת שלח ע"פ סהדותא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 2:36 pm
דורך יגרסהדותא
פרשת שלח ע"פ סהדותא



א שפיאן, א שפיאן!! אזוי וואלטן ווען געדארפט לויפן אלע העדליינ'ס יענע וואך אין די צייטונגן, נישט נאר יענעם יאר, בימי יהושע – ווי מ'גייט ליינען אין די הפטורה די וואך אלטס מעניני דיומא – איז דאך געווען אלמאסט די סעים סטארי, דארט איז געווען אנדערע ניסים אז די חברה האבן זיך פארשטעקט אינעם בוידעם און זענען צום סוף אנטלאפן מיט גרויס הצלחה. אנדערש איז דא געווען ווען עס זענען געפאלן די כנעניים ווי פליגן כדאי מ'זאל אונזערע שפיאנען נישט כאפן, וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין האט די גוי'אישע וועלט פון די גאנצע פרשה נישט געוואוסט צו זאגן [גראדע נישט עכט, ווייל ווען מיר קוקן אין די ארכיוון געפינען מיר יא אז זיי האבן יענע וואך געפאקט אפאר היישעריקן צו נמלים, פאני ביז גאר אז א היימישער איד מיט א פלאטחשיגן ביבער היט מיט'ן טלית זעקל אין די האנד, זאל אויסזעהן ביי זיי ווי א היישעריק, פארשטייסטו מיר? גיי לערן מיט א גוי ברטנורא..] אבער, די גויאישע גאס האט פון זיי נישט געוואוסט, אבער דער כלל ישראל האט שוין איינמאל געדענקט די פרשה, 40 יאר אין מדבר האט מען צוליב דעם זיך געמוזט ארומדרייען.

קליינע נקודות וואס איז כדאי ארויסצוברענגן, איינס, אין ירושלמי סוטה (פ"ז ה"ה) איז דא א מחלוקת צווישן ר"ע ור"י צו ס'איז געווען גאר 24 מרגלים! דאס איז שיטת ר"ע. מיט דעם וועלן אונזערע חוקרים שוין קענען פארענטפערן וויאזוי מ'האט באמת געפירט דעם "אשכול ענבים אחד". אה יא מיללער? מ'רייסט זיך דארט ארום איבער די שטאנגן, אזש "דער לקט בהיר" מאכט דערפון אש און פארך, הער, אין תנא דבי אליהו (רבה פכ"ט) ברענגט ער אז די תאנים און רמונים איז געווען 5 פראטם אהיטש.. איר פארשטייט, ס'איז כלל נישט גרינג געווען יענטס עסק צו שלעפן אזעלכע פעקלעך.

מיט נשמות און גלגולים וויל איך ניטאמאל אנהייבן אריינצוגיין, ס'איז דאך א שרעק, דער ילקוט ראובני ברענגט בשם האריז"ל אז די נשמת י"ב שבטי י-ה זענען נבעבר געווארן אין די מרגלים, דער בני יששכר (תשרי מאמר ז' אות ו) ברענגט בשם האריז"ל (לק"ת חיי שרה ל"ו ע"א) אז נשמת אליעזר עבד אברהם נתגלגל ב'כלב בן יפונה. ס'איז א שרעק צו רעדן סיי וועלכע ווארט בנוגע די פרשה, די מרגלים, די מעפילים, די נשמות, ס'איז נישט לויט אונזערע השגות. יא, איין זאך האבן מיר יא פארדינט פון די גאנצע סמאטאכע, די פסוק וואס מיר האבן אריינדערווישט: למה אתם עוברים את פי ד' והיא לא תצלח!! זאגט מיר וויאזוי די צייטונגן וואלטן היינט געקענט לעבן איין טאג אן דעם פסוק!!!

בעק טא THE SADRA, איך טראכט פונקט, זיצנדיג און טייפענדיג און הערענדיג אין די בעק-ראנט "ליפא שמעלצער'ס נייע טעיפ" [וואט דען?.. שוועקי'ס רחחום זאל איך יעצט הערן? אינגאנצן משוגע בין איך נישט] טראכט איך צו מיר, ווען "ליפא" זאל ווען זען די רש"י די וואך פון "ויהס כלב" וואלט ער זיכער געהאט א גוטע ניגון דערויף, די רש"י פון הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט! איך געדענק נאך פון די יונגע יארן וויאזוי ס'איז געלאפן א ניגון - פון מרדכי בן דוד צו אברהם פריעד כבודם עליהם מונח - ביי די חתונות, וואס איז געזינגן געווארן מיט א התלהבות: איז דאך משמע פון רש"י אז צו זינגן א ניגון קען מען נאר ווען א איד איז בשמחה.. יענטס איז נאר "משמע" געווען פון רש"י! דא ווען איר האט א בפירוש'ע רש"י וואלט מען זיכער עפעס געקענט מאכן..

סתם א שיינע טייטש וואס א "פרשה מיט סהדותא" קען נישט אויסלאזן (איך קוק ניטאמאל צו איינער שמייכלט זיך אינטער..) איז אויף די ווערטער: והערים בצורות גדולות מאוד, זאגט מען נאך אז מ'האט געפרעגט הגר"ש קלוגער זצ"ל וואס איז די "גנאי" אויף ארץ ישראל וואס די מרגלים האבן דא געוואלט אנווערטשאפטן? וואס פאר א ווייטאג האט די ווערטער "ערים בצורות" געדארפט טון פאר די אידן אז זיי זאלן פארלירן זייער חשק אהינצוגיין?

האט ר"ש קלוגער געענטפערט גאר טרעפליך: רש"י ז"ל האט אונז אראפגעברענגט אין פ' מצורע (ויקרא יד לד) אז: בשורה היא להם שהנגעים באים עליהם, ווייל די כנעניים האבן דארט באהאלטן זייערע אוצרות אין די ווענט, און דורך די נגע, ווען מ'האט עפ"י דין געמוזט אויפברעכן די וואנט - חולץ וקוצץ וטח – האט מען דאס אנדעקט. נו, די משנה זאגט אונז אין מס' נגעים (פי"ב מ"א) בית עגול ווערט נישט טמא. רש"י זאגט דא אויפן פלאץ "בצורות": ותרגומו כריכן, לשון בירניות עגולות! נו, אפי' ס'וועט זיין א נגע אינעם וואנט, היות די הייזער זענען רינדיג – וויאזוי די מרגלים האבן אונז עס דא געוואלט אראפשטעלן – וועט מען קיינמאל די מטמוניות נישט טרעפן, ע"כ דבריו, ודפח"ח ושפתים ישק.

איך האב זיך מתבונן געווען, קוק נאר אן מיט וויפיל דריידלעך די מרגלים האבן געוואלט און האבן למעשה דערשראקן די אידישע קינדער, איך וויל מדייק זיין אין רש"י אנהייב פון זייערע ווערטער, זאגט תיכף רש"י: כל דבר שקר שאין בו קצת אמת בתחלתו אין מתקיים בסופו. וואס הייסט "קצת אמת", ס'איז דאך דא א גאנצע פסוק פון אמת: "באנו אל הארץ אשר שלחתנו", איין אמת, און נאכדעם "וגם זבת חלב", נאך א אמת, "ודבש" נאך א גוטע פאקט אויף ארץ ישראל וגו' וואס הייסט "קצת" אמת??

נאר הא תינח – געב א שנעלקע מיטן פינגער – ווען דו לערנסט דעם פסוק ווי דיין רבי אין חדר האט געטייטשט, און אין די מפרשים ווי למשל "חומש סהדותא" האסטו שוין נישט אריינגעבליקט, אבער לויט דעם ווארט פון ר' שלמה קלוגער האלט איך, אז די "איינציגסטע" אמת וואס זיי האבן געזאגט אמת איז געווען "באנו אל הארץ אשר שלחתנו", ס'איבריגע האבן זיי פארציילט אזוי:

איר ווייסט אידן, מיר זענען אנגעקומען דארט, פעעךךךך ס'גיסט דארט מילעך און אלע גאסן, האניג טראפט פון אלע פענסטער'ס, ס'איז קלעבעדיג און שוויציג, יוי איך האב נישט די ווערטער, באט סאמטינג לייק דעט, עפעס מוזט איר מיר אויך מודה זיין אז "עפעס זייער שרעקעדיג" האבן זיי געמוזט זאגן וואס האט געמאכט יעדעם וויינען, קינדער און פרויען מענער און זיידעס, אלעס האט דאך גע'בוכה'עט אז ס'איז געווען א שרעק, למשל (אויב איך מעג צוזאמשמעלצן צוויי אשכולות..) די קינדער האבן געוויינט וועגן די קלעבעדיגע האניג כנ"ל, די מענער האבן געוויינט ווען זיי האבן געהערט און געזען דעם "וזה פריה" די טאמעטא'ס וואס וואקסן דארט.. די מאמעס האבן געוויינט וועגן די "ילידי הענק", העי, אפס, הערשט פאריגע וואך האט זי געקוויטשט ווייל זי האט געזען א פיצי מייזל אין איר בעדרום, איך קען מיך שוין פארשטעלן ווען זי זאל זען א ריז-מענטש, יוי איך קען נישט טראכטן..


ווי פארשטענליך, השמר והזהר צו טראכטן אז אפס קצהו ליגט אין די פרשיות התורה, חס מלהזכיר, ס'נאר אסאך מאל טראכט איך וויפיל איך פארשטיי נישט קיין ווארט און זאכן וואס זענען נישט פאר מיר ווייל איך בין נאך אינטער די פערציג, פרוביר איך מיך צו מאכן א קאלקלעישען מה-דאך אויף אויסצוטרעפן שטותים מיט לאקשן קען איך טרעפן ווי ס'איז ממש געגאסן אויף די אותיות התורה, על אחת כמה וכמה, ווען מ'וועט צוקומען צו פארשטיין דברים שכסה עתיק יומין וויל לעכטיג וועט מען אלעס טרעפן אינעווייניג אלעס ארויסגעשריבן. וויאזוי טייטשט דער ישמח משה אויף א פלאץ: בשובי את שבותיכם, ווען דער בורא עולם וועט אונז אויסלייזן פון גלות, "לעיניכם" אמר ד', וועט מען אונז אנצייכענען אויף אן א שיעור פסוקים קוק ווי "דא" שטייט ארויסגעשריבן די זמן הגאולה.

וואס איך ציטער יא, איז, אז איך ווייס אז פון זיך מאכן אזוי משוגע וועל איך צו קיין גרויסע מדריגות זיכער נישט צוקומען, ועל זה וודאי יאות למיבכי.

מיט איין זאך קענען מיר זיך נאך היינט טרייסטן, אז דארט אין יענעם פינסטערן מצב ווען ס'גאנצע כלל ישראל האט געוויינט און פארפירט אויף א "מתנה" וואס דער אייבערשטער האט געוואלט געבן, אין יענע טינקעלע טעג, שטייט נאך אלטס אין פסוק: וכבוד ד' נראה באהל מועד אל כל בני ישראל.

אין דעם קאפיטל וואס שטייט דאס שרעקליכע גזירה פון: במדבר הזה יפלו פגריכם וכל פקדיכם לכל מספרכם, אפאר פסוקים געריקט שטייט: חי אני, וימלא כבוד ד' את כל הארץ!

ווי דערלעבן מיר שוין דערצו.

Re: פרשת שלח ע"פ סהדותא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 2:51 pm
דורך אלטעבחורל
סהדותא - סהדותא האט אויפגעריסן! אזוי וואלטן ווען געדארפט לויפן אלע העדליינ'ס אריין אין קרעטשמע.

"באנו אל הארטיקל אשר נטתטנו",

וואס זאל איך דיר זאגן, דער בעגראונד מיט דיינע מליצות זענען ווי געגאסענע זאלץ אויף וועטשעיבעלס.
אזוי גייט דאס אריין אין הארץ מיט א געשמירטן חן, אזאנס אראפ צולייגן דאס איז דאך ממש געוואלדיג, זייער שיין!!

בעק טאט SHADISA, איך טראכט פונקט, זיצנדיג און טייפענדיג אויף דיין ארטיקל, עס איז דאך נשגב וואס דו לייגסט אריין אין אונז איך קען דיר נישט גענוג דאנקן דערפאר. סאטמטיגנג מעידזשער.

טענקס יגר!

Re: פרשת שלח ע"פ סהדותא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 2:51 pm
דורך אבאמא09
יגרסהדותא האט געשריבן:פאני ביז גאר אז א היימישער איד מיט א פלאטחשיגן ביבער היט מיט'ן טלית זעקל אין די האנד, זאל אויסזעהן ביי זיי ווי א היישעריק, פארשטייסטו מיר? גיי לערן מיט א גוי ברטנורא..


נאכן ליינען דעם פירוש האב איך אריין געטראכט, וויזוי וואלט יגרל אויסגעקוט, אלץ היישעריק!!

אבער סעיקר כולו געוואלדיג!!! מעביר סדרה זיין די וואך, וועט נישט אריבער גיין אזוי בארינג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 3:59 pm
דורך צייטליך
יגר, ב"ה די האלטס אן מיט דיינע וועכענטליכע שיעורים על התורה, ס'איז אינזער פארגעניגען דאס צו ליינען, חוץ דעם האסטו א ערנסטע זכות אין מיין היינטיגע לערנען, א זאך וואס כ'האב נאכנישט געטוען זינט נעכטן נאכט.

ס'איז נאר א שאד אז יענטאאש איז נישט בחיים אתנו און ער האלט דאס נישט מיט, א זאך וואס ער האט זיך אוועקעגעבן אינגאנצען און עס איז אום געגאגנען בנפשו, ווער געדענקט דען נישט די קריגערייען פון די קינדערלעך וועגן די סהדותא חומש.. בעסער דערמאן מיך נישט.

יגר, האלט נאר אן מיט דיין אויסערגעווענליכער ארבייט. די מיזט ענדיגן די גאנצע חמשה חומשי תורה.

פאר איך פארגעס: איבער די פשט אין רש"י קאמבענירט מיט ליפא'ס נייע טעיפ קומצעך דיר אן עקסטערען שכויעך. ביסט צוקער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:12 pm
דורך קרעמער
יעצט שרייבנדיג די תגובה זעצט דער אונטערשטער שכן אויף א פויק מיט דזשעזי מוזיק אויף "הרוצה להשתיק אגודת אנשים..." לאמיר שנעל צומאכן די פענסטער.

קענסט וויינען און קלאגן אויף דיין מצב, אויף דעם וואס דו ביסט אונטער די 40 (ווער איז שולדיג?), אבער איך קען דיר בלויז טרייסטן מיט איין זאך: צו דיר יגר'ל קומט קיינער נישט צו!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:53 pm
דורך מאשקע
יעדעס ווארט פון דעם אשכול איז צוקער זיס, ובפרט דער גאנצער אשכול.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:39 pm
דורך איך_הער
יגר'ל, כ'מוטשע מיך יעדע וואך, וואס זאלעכעס דעי וואך שרייבן? גארנישט האטעך נישט קיין פשט, ס'איז אפילו נישט יושר, נו וואס יא? כ'ווייס נישט.

פלעין שכוח, כ'קען נישט מער, זיי מער מוחל, אז דו האסט פאר מיר עפעס א גוטע מליצה, לייגעס אויף מיין חשבון, כ'וועל דיר בני לדר באצאלן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 11:05 pm
דורך מיללער
יגר יגר,
ביסט דאך זיס ווי שטאגער

"הערסט מעכי,
אויף ליפא'ס נייע נייע-טעיפ 'א מעשוגענער איד' הער אויס די פערדע ניגון, מ'קען צודרייט ווערן ער זינגט דארט פון פרשת שלח די פאני רש"י, איין מינוט איך לייען יעצט די באמפער-סטיקער פאר האממערס, שטיייט דארט אז די איידיע קומט פון איינעם יגר סהדותא, וואס דער ליפא טרעפט אלס נישט עפעס א ארמי'שער איד סהדותא האט אים צוגעשטעלט ניגונים, איינמאל פוקס איינמאל סהדותא.......


(גיי ווייס ווי איך בין דארט אריינגעקראכן צווישן די מרגלים און די בני ענק, אבער יגר איט וואס א גוד אינוועסטמענט פראם יור סייד)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 9:40 am
דורך 3x0
יגר,

זייער שיין, א גרויסן יישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 11:12 am
דורך איך_הער
מילער, סתם דו זאלסט וויסן, דו ביסט אויך גוט. (כ'זאג נישט וואס.)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 11:26 am
דורך זיידעניו
יגר'ל איך בין דא היינט אייך צו דערציילן א זאך וואס האט פאסירט די וואך,
איך בין געווען א ממלא מקום פון איינער וואס לענרט פאר חומש רש"י, און כ'האב פארגעלערנט די פרשה מיטן נוסח יגר לאו דוקא דיינע געניוע דיבורים נאר דיין מהלך, דער עולם איז געזיצן מיט אפענע מיילער וואפארא מערכה עס איז אלץ דארט פארגעקומען מיט די שפיאנען, וכו'

יישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 11:30 am
דורך cano
מה נאמר ומה נדבר, שפראך לאז.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 12:04 pm
דורך סאכדעס
ארויסגעפרינט, העלמיר עס היינט פארלערנען ביין טיש.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 6:04 pm
דורך שוועמל
יגר, דיין גאונות אין די פשט'לאך איז דאך געוואלטיג.

שכויח פאר די ר' שלמה קלוגער גאר א שיין ווארט!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 2:13 pm
דורך יאנאש
יגר'ל, יו נעווער סטאפ טו עמעיז מי, מיר קענען קוים ווארטן נאך דיינע פערציג, די שיעורים וועלן נאך ווערן מער אינטערסאנט, אבער פור די טיים ביאינג איי גאט טו טעלל יו, איטס אמעיזינג.

יישר כח.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 4:52 pm
דורך אנדי פעטיט
דיין שלח שיעור האט באשיינט מיין פרייטאג צו נאכטס שבת'דיגע סעודה. מיר האבן הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 4:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
יגר, שוין די צווייטע מאל וואס כ'האלט מיט די שיעור (הייב נישט קיין הענט! קרעדיט???) ס'איז עפעס..... כאנישט די ווערטער.

ווען ס'וועט זיין אביסעלע צייט וועט מען אי"ה אפירזוכן די פריערדיגע פרשיות, (כ'זאג גוט נאך?)

א שיינעם דאנק אייך! וויכי.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 5:52 pm
דורך דארפסמאן
יעצט געענדיגט ליינען

א גרויסן ישר כח

Re: פרשת שלח ע"פ סהדותא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:26 pm
דורך היישעריק
זייער א רייכער שיעור, א גרויסער שכח!

אבאמא09 האט געשריבן:נאכן ליינען דעם פירוש האב איך אריין געטראכט, וויזוי וואלט יגרל אויסגעקוט, אלץ היישעריק!!.


וואלט ער געשערט מיט מיר מיין ניק :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 9:02 am
דורך farshlufen
יגר, א דאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 11:21 am
דורך שמאטע
אנדי פעטיט האט געשריבן:דיין שלח שיעור האט באשיינט מיין פרייטאג צו נאכטס שבת'דיגע סעודה. מיר האבן הנאה געהאט.

:wink:
יגגגגגגגגגגרררררררררררר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ישר כח !!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 11:42 am
דורך שעפטיל
סהדותא: סאפער דזשאב!
בראווא! 'קרעטשמע' איז צירוק דא מיטן אלטן חן..

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 10:12 am
דורך שוועמל
הערליך הערליך,
יגרל'ל יו אר דע מען!

פריש איבערגעליינט..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 12:48 am
דורך over night kugel
עטס קענטס ענק פארשטעלן כלב האט שטיל געמאכט איבער פיפציג טויזענט מענטשען. וויאזוי? זאגט רש"י הק' ער האט געזאגט "וכי בלבד עשה לנו בן עמרם"פליצלינג איז יעדער שטיל געווארן דאס הייסט פאר א שטיקל לשון הרע לע קען מען שטיל מאכן אפילי פיפציג טויזענט מענטשען אויך.האב איך שוין א עצה פאר א גבאי ווען ער וויל עפעס אויס רופען

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 11, 2010 2:10 pm
דורך וויכטיג מאכער
אוי יגר'ל... וואו ביסטו???