טאגבוך שבועות תשס"ח: 2 טעג יו"ט - 1 בעל תפלה
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 1:43 am
איך וועל אנהייבן מיט אן אלטע יום טוב שבועות באריכט וואס איך האב בשעתו אפגעשריבן מוצאי שבועות תשס"ו לפ"ק:
יעצט וועלן מיר ממשיך זיין מיט א קורצע באריכט פון היי יאר - תשס"ח לפ"ק.
צום ערשטן מאל אין 8 יאר האב איך באשלאסן צו דאווענען דעם ערשטן טאג "ותיקין" נאך תיקון ליל שבועות, אלס הקדמה דערצו האב איך זיך פעסט צוגעלייגט ערב יום טוב, מ'קען זאגן כמו 3 שטונדן. נישט אז דאס האט עפעס צוגעהאלפן איך זאל נישט איינדרימלן אינמיטן "תיקון", איך האב זיך א שיינע פאר מאל געדארפט אויפהייבן און מיט וואקלדיגע טריט צושפאצירן צום סינק ביים אנדערן עק שוהל זיך וואשן די הענט נאך א שינת עראי. אפילו די 2 טיי'ס און 1 סעלצער גלאז האבן נישט צופיל אויפגעטאן, אבער ב"ה איך בין אנגעקומען צו ענדיגן דעם גאנצן תיקון'דל (איך פיר זיך יא צו זאגן די משניות, הגם מאנכע זענען מפקפק דערויף).
איך בין ערשטוינט געווארן ביים אריינקומען אין שוהל ארום 12 אזייגער צו זעהן א רובא דמינכרא פונעם עולם זיצן אן די שטריימלעך אויף די קעפ! איינער אדער צוויי האבן אפילו געמורמעלט די תיקונים מיט א בלויזע טלית קטן אויפן העמדל (און עס איז כלל נישט הייס געווען, אדרבה, דער עירקאנדישן האט געהאקט אויף תולי ארץ). נעמט אין באטראכט אז דאס איז מיין ערשטע יאר אין דעם טייל פון די וועלט, און די געגענט פון וואו איך קום האט מען נישט געזען אזאנס! יעדער פלעגט זיצן מיט שטריימל/בעקיטשע און גארטל און זיך שאקלן אויף די תיקון ליל שבועות'ל, און דא... אזא קילקייט, איך האב דאס נישט פארשטאנען (און פארשטיי דאס נאך אלץ נישט).
איך האב שפעקולירט פארן ארויסגיין פון שטוב אויב איך זאל מיטטראגן א פלעשל סעלצער מיט א גלעזל, ווייל אהיימקומען אינדערמיט צו כאפן א גלעזל וועל איך דאך נישט (עס איז דאך נישט 'וויליאמסבורג'), אבער צום סוף האב איך זיך פארלאזט אויף די בעסערע נאטור פון די היינטיגע יונגעלייטלעך וואס די שמשים פארשטיין דערצו און שטעלן זיך אהער כראוי וכיאות פאר 2008 אברכים. למעשה האב איך אבער געגרייזט, ווייל אויסער לעמאן און רויטע טיי, מיט געציילטע פלעשער סעלצער וואס מען האט געקענט ציילן אויף איין האנט, האט יענע שוהל וואס איך האב אויסגעקליבן צו זאגן נישט ארויסגעשטעלט פארן עולם (נאכן עלות, ביים ארויסקומען פון די מקוה, האב איך באמערקט אז די אנדערע שוהל האט יא צוגעשטעלט פארביגע סאדע, איך שטעל זיך פאר אז קומענדיגע יאר קומט מארשמעלאוס).
דעם טלית האב איך שוין אנגעגרייט אין שוהל פון ערב יום טוב, און די מחזור מיטן דאווען בעקיטשע האב איך מיטגעשלעפט צו תיקון ליל שבועות, און נאך א הכנה צום דאווענען בין איך געשטאנען גרייט ארויפצושליידערן דעם טלית אויף די פלייצע צו די באשטימטע צייט פון משיכיר (4:36). ברכות און קרבנות האט מען שוין פריער געזאגט, און מען האט מיר צוגעשיקט צו שחרית.
קיין צייט זיך צו גארגלן איז נישט געווען, ווייל אויף 5:24 האט מען געדארפט סומך זיין גאולה לתפילה, און צוגעגאנגען צו הא-ל בתעצומות בין איך הערשט 5:04 בערך. האט מען געכיפערט א שנעלע ניגון אויף בפי ישרים תתרומם, אזוי אויך אויף א-ל מלך גדול (ביז קדיש, ולא עד בכלל), אבער תתברך איז נעבעך געבליבן וואכעדיג. אהבה רבה האט מען בלויז איינמאל אפגעזינגן דעם רימנוב'ער ניגון, און ביי עזרת האט מען נאך געדארפט אויסציען די ווערטער כדי נישט אנצוהייבן שמונה עשרה פארן נץ החמה. ביי ממקומך האב איך געזינגן דעם באקאנטן ניגון (וואס איך האב ביז לעצטנס געמיינט אז עס קומט פונעם בעל התניא, אבער אין "היכל נגינה" זאגט מען אז דאס קומט פון די שפעטערדיגע רביים אין חב"ד, מען זינגט דאס אין סאטמאר אסאך), און ביי הלל האט מען געזינגן דעם ראדאשיצער ניגון (וואס מיין סימן דערויף איז "גאט פון אברהם").
דאס ערשטע מאל אין לעבן איך האב געדאווענט ותיקין ביום א' דשבועות, איז געווען מיט 8 יאר צוריק, אלס רעזולטאט פון דעם ביטערן פייער וואס האט ליידער טראגיש אומגעברענגט די יונגע רעבעצין הלברשטאם פון מאנטריאל ע"ה מיט איר פיצל קינד. איך האב דאן מיטגעהאלטן דעם פייער פון די נאנט, און נאכן הערן די שוידערליכע בשורה האט זיך מיר נישט געגלוסט צו גיין שלאפן, האב איך געכאפט דעם טלית און געגאנגען תפילה טאן אין ראדני. יענע דאווענען האט געהאט יענע פנים, איך געדענק ווי די גאל איז מיר ארויפגעקומען יעדע פאר מינוט ביים טראכטן פון די שרעקליכע שריפה מיט אירע קרבנות, אויך די דאווענערס דארטן זענען געווען עלטערע בעלי בתים וואס האבן עפעס נישט געדאווענט מיטן יום טוב'דיגן נוסח און געפיל (אהבה רבה האט מען נישט געזונגן, און אקדמות איז געזאגט געווארן כמעט ווי שיר היחוד יום כיפור צונאכטס). דערפאר איז מיר געליגן אזא ביטערע טעם אין מויל און איך פלעג נישט חלומ'ן פון דאווענען נאכאמאל מיט די ותיקין שבועות אינדערפרי.
היי יאר קען איך זאגן מיט א פוהל מויל אז די דאווענען איז געווען א ריכטיגע דאווענען. ראשית, האב איך נישט געקענט איינשלאפן שטייענדיג פארן עמוד, צווייטנס איז דער אנפירער פונעם מנין א טיכטיגער לעבעדיגער אינגערמאן וואס האט אזאנס פארפירט מיט קולות וברקים ביי פסוקי דזמרה און ווען נישט, אז עס האט אויסגעזען ווי מען דאווענט דא מיט 50 אידן (אין די צייט וואס דער מנין איז באשטאנען פון ארום 12 אברכים און 8 בחורים). די אקדמות איז געווען פייערליך (פארגעזאגט דורכן אנפירער) און ער האט אפילו צוגעגרייט א מילכיגע קידוש נאך מוסף! דאס איז שוין געווען סתם אן אומגערישטע באונעס.
דער כהן וואס האט באוויליגט מיטצודאווענען מיט אונזער מנין איז זייער מיעד געווען ביים דוכנ'ען, און אויף דעם ארויף האט ער אונז געלאזט מיט די בייזע חלומות און נישט געזינגן ביי וישמרך אדער ויחנך אדער אפילו ביי שלום. איך האב יא געזאגט די רבש"ע מיט יהי רצון בשעת ער האט געזאגט די ווערטער פון ברכת כהנים, ווי די לשון הגמרא איז משמע אז מען זאגט דאס אין די צייט וואס די כהנים דוכנ'ן.
איך בין אנגעקומען אהיים ארום זיבן דרייסיג, געכאפט א 4 שעה'יגע שלאף, און ווען די גאנצע משפחה איז געווען אין שוהל ביי הלל/אקדמות אויף א שטונדע, האב איך אויסגענוצט די רואיגע מינוטן צו לערנען מיינע שיעורים. ווען זיי זענען אהיימגעקומען האט מען געגעסן די מילכיגע סעודה, געמאכט א הפסק פון א שעה בערך, און געגעסן די פליישיגע סעודה. דערנאך האט מען משלים געווען דעם נאכט שלאף. געדאווענט מנחה מעריב, מיט א הערליכע יו"ט שמועס אינדערצווישן פונעם רב שליט"א. געפראוועט די יו"ט ביינאכט סעודה, און... צוריק אין בעט.
די הויז איז ב"ה געווען פיין אפגעקילט, די עיר קאנדישאן איז געווען אנגעשטעלט 48 שעה אויף 68 דעגרי, נאכדעם וואס אין גאס איז געווען אין די הויכע ניינציגער (היי יאר האט חג העצרת געהאט אן אנדערן באדייט: די יום טוב פון אויסקוועטשן... און אפילו 'שבועות' האט זיך ארויסגעזאגט מער ווי 'שווייס'). איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שטאטישע אינסטאנצן, וועלכע האבן ארויסגעגעבן אן אפיציעלע דערקלערונג בעפאר די הייסע טעג אז מען זאל אנשטעלן דעם גראד פונעם קילער אויף - האלט אייך דעם אטעם - 78 דעגרי! זייט מיר מסביר וויאזוי איך קען אויסהאלטן אזא הויכע דעגרי, ווען אפילו ביי 72 שפיר איך א מאנגל אין אקסידזשען.
אויפגעשטאנען דעם צווייטן טאג (עס קוקט אויס ווי 2 יאר צוריק, אבער עס האט ווירקליך פלאץ גענומען היינט אינדערפרי) בין איך גאנץ פריה, 7:30 בין איך שוין אנגעקומען אין שוהל. אבער צוליב א קאמפיוטער גליטש איז די מקוה גראטע געווען פארשפארט און אלע לעקטערס זענען געווען פארלאשן אינעם גאנצן בנין. צו מזל האט די עירקאנדישאן יא גוט געארבעט, און מיר האבן זיך צוגעזעצט נעבן א פענסטער וואו די זון האט געהאלפן פאר די משכימי קום לערנען זייערע טעגליכע שיעורים (איך האב זיך געפריידט צו זעהן אז איך בין נאך פון די עשרה ראשונים, פונקט דער ניינטער געווען). א שעה דערויף האבן זיך די לעקטערס אנגעצינדן מיט די הילף פון א גוי, און איך בין געגאנגען אין מקוה ווי א איד.
אויף צען אזייגער בין איך אנגעקומען אינעם שוהל נאך אן אפשטעל אין שטוב צו נעמען די טלית און מחזור, און נישט מער אדער ווייניגער מען איז מיר מכבד צו דאווענען שחרית...
איך האב פרובירט אפצוזאגן, עס איז אבער נישט געגאנגען. האב איך זיך דערמאנט אין די מחלוקת צווישן 2 פון אונזערע מיטגלידער "שאץ-מאץ" און "אנדי-פעטיט", שאץ-מאץ טענה'ט אז דעם ערשטן טאג יום טוב איז א שאד צוצוגיין צום עמוד, ווידעראום אנדי-פעטיט זאגט אז אדרבה, מען זאל אויסקלויבן דעם ערשטן טאג. האב איך געקלערט צו זיך: ירא שמים יוצא ידי שניהם... מיר איז באשערט געווען צו דאווענען ביידע טעג פארן עמוד.
נו שוין, מילא איך, אבער איך האב זיך ארומגעקוקט אינעם שוהל און געטראפן נאך 4 אידן וואס האבן געדאווענט מיט מיין ותיקין מנין דעם ערשטן טאג... וואס זענען זיי שולדיג אז דעם יום טוב וועלן זיי נישט הערן קיין איין נארמאלן בעל תפלה???
הא-ל בתעצומות עוזך איז צוגעגאנגען מיט אביסל אימתא דציבורא (אנדערש ווי די נעכטיגע 20, איז שוין היינט געווען ארום 70 אידן אדער מער אין שוהל), אבער דער בפי ישרים איז ב"ה געלונגען, אזוי אויך די ישתבח - אויפן ניגון פון איזהו מקומן - וואס האט זיך פארצויגן אויף גאנץ חצי קדיש ביז ברכו. צו תתברך לנצח האב איך געזינגן א ניגון וואס קיינער אין שוהל האט נישט געקענט (און איך האב דאס געוואוסט פון פריער..), דעם זעלבן ניגון האב איך ממשיך געווען ביי את שם. אהבה רבה האט מען 2 מאל איבערגעזינגן דעם רימנוב'ער ניגון. און ביי ממקומך האב איך געזינגן א הערליכן ניגון וואס יעדער האט געזונגן אנשטאט מיר (כ'מיין מ'זינגט דאס אין באבוב. דער רב שליט"א האט מיר געזאגט נאכן דאווענען אז דאס איז א גאליציאנער ניגון, און אז עס האט א ספעציעלע חן). צו הלל איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען (אויך געזינגן דעם ראדאשיצער ניגון אויף פתחו לי).
אהיימגעגאנגען פון שוהל איז מען ארום האלב 2. די מילכיגע סעודה (ווי געשמועסט עס איך ביידע טעג מילכיג, בנוסף צו אסרו חג און ווילאנג די בלינצעס לאזן זיך אויס) האט מען אנגעהויבן געענדיגט אויף 2 אזייגער. און 3 אזייגער האט מען זיך געוואשן צו די פליישיגע סעודה. 4 אזייגער איז געווען ברכת המזון. און ארום 7'ע האט מען זיך אויפגעכאפט פונעם פיינעם נאכמיטאג דרימעל.
צו נעילת החג האט מען אריינשפאצירט קיין וויליאמסבורג, בלויז פון שפאצירן אויפן גאס איז מען געווארן א שטיק וואסער (און עס איז שוין געווען 8:30 ביינאכט, ווען די אטמאספערע איז שוין עטוואס אפגעקילט). אנגעקומען אינעם אלטן שוהל (וואו עס האט זיך גע'דמיון'ט אז איינער ערווארט אונז, איבריג צו זאגן אז קוים וואס מען שענקט א בליק אויף דיין זייט) האט מען שוין געהאט אפגע'מנחה'ט (וואו יאגן זיי זיך? אין בעד-סטיי שטעלט מען זיך הערשט 9:10 מנחה), אין נאך 2 שוהלן אין די געגענט האט מען שוין געזונגן הויכע שמונה עשרה, אבער ב"ה איך האב געכאפט א מנין'דל ערגעץ, און צוריקגעלאפן צום ערשטן שוהל זיך געזעגענען פונעם יו"ט.
א גוטע וואך.
קרעמער תשס"ו האט געשריבן:יעצט איז מיין רייע צו דערציילן מיינע איבערלעבענישן דעם יו"ט, וועלן מיר פרובירן זיך קאנצעטרירן און זיך דערמאנען פונקטליך אלע דעטאלן פונעם דורכפאל...
אנגעהויבן האט זיך עס ווען עס איז באקאנט געווארן אז דעם יו"ט שבועות וועט מען וויילן ביים שווער זאל געזונט זיין, נישט אז עס איז עפעס שלעכט צו וויילן ביים שווער ח"ו, נאר פשוט: איך בין איין באקוועמער מענטש וועלכער גלייכט ליבערשט די אייגענע מאטראץ ווי יענעם'ס, אבער - וואס טוט מען נישט פאר שלום בית - כ'בין איינגעגאנגען דערויף, כ'האב זיך נאך אפילו געפריידט אז איך וועל נישט מוזן האבן אפן אלע דריי עיר קאנדישאנס אויף צוויי טעג נאכאנאנד (בפרט מיינע צובראכענע, כ'פלאן שוין טאקע צו קויפן די וואך מינימום איין נייע כלי), איך וועל זיך שפארן געלט וכו' וכו'.
אנקומענדיג צום שווער אין שטוב (עטליכע מינוט פארן זמן פון ליכט צינדן) איז מיר אבער די היץ אקעגן געשפרינגן אין פנים, פשוטו כמשמעו, די צימער וואס איז (נישט) געווען צוגעגרייט פאר מיר, איז געווען פארמאכט די טיר כ'ווייס נישט ווי לאנג, עס פארמאגט נישט קיין עירקאנדישן, און פון די פענסטער האט אריינגעדרינגן די שטיקיגע לופט וואס האט געבושעוועט אין גאס.
איך רוף שנעל אן די בני בית (וועלכע איז געבליבן אין שטוב ערלעדיגן די לעצטע חפצים, ווען זי איז געקומען האט שוין גע'מבול'ט אינדרויסן, ווי שפעטער אויסגעשמועסט): זיי מוחל לאז אפן דעם עיר קאנדישן אינעם שלאף צימער, על כל צרה שלא תבוא זאל איך זיין גרייט מיט א פיינע געלעגער ביי מיר אין שטוב!
איזהו אשה כשירה? העושה רצון בעלה! געזאגט און געטאן, זי האט אנגעצינדן דעם עיר קאנדישן און אריבערגעקומען צום טאטען אין שטוב. אנקומענדיג, האט זי אויך דערשפירט דעם היץ, און פארלאנגט פונעם טאטן - א זאך וואס איך האב נישט געהאט די חוצפה צו טאן - ער זאל אריינלייגן דעם עיר קאנדישן!
יעצט איז אזוי; די עירקאנדישן וואס איז געליגן ארויסגעלייגט אויפן פענסטער ביי יענעם שלאף צימער, איז זייער א גרויסע, און דער שווער האט גע'טענה'ט אז עס וועט זיין צו קאלט (אויך מיר א פראבלעם? אקעי, אפשר קאסט עס אסאך לעקטער, אדער מיינט ער גאר די טובה פונעם נישט-קיין-פיר-חדשים'דיגס, פיין, הער איך), ער שלאגט פאר אז מען זאל אריינלייגן אינעם פענסטער א קלענערע עירקאנדישן וואס ליגט אים אפ אויפן ספרים שטוב פענסטער, ער איז געגאנגען מיט שנעלע טריט (עס איז שוין געווען דער זמן פון הדלקת הנרות) און געשלעפט דעם כלי, איך האב אים אביסל ארויסגעהאלפן, הכלל, עס איז אריין אינעם פענסטער, מען האט עס אנגעצינדן, און מקבל יום טוב געווען.
מען גייט אין שוהל, עס מבול'ט! באמת א מבול! שוין לאנג נישט געווען אזעלכע פארפלייצונגען אויפן גאס, מיינע שיך - מאיזה סיבה - זענען געווארן ווי א כלי קיבול, און איינגעזאפט אלע וואסער פונעם טראטואר... גם זו לטובה!
איך קום אן אין שוהל, עס איז נאך ליידיג, קיינער איז נישט אזוי שנעל אנטלאפן פון שטוב (נישט יעדער שטייט איין ביים שווער...) הכלל, איך נעם זיך א קאווע (פארוואס נישט? מען ברויך דאך אויפזיין ביינאכט!) און זעץ זיך לערנען מגילת רות מיט רש"י.
מען דאווענט, און מיינע שיך זענען אדורכגעווייקט, אבער וואס קען איך טאן אויסער ליידן און שווייגן?
איך זיץ ביי די סעודה, איך פרוביר צו רעדן ווי ווייניגער, עס איז דאך שבועות אויפדערנאכט ווען אלץ אינגל און בחור פלעגט מען נישט רעדן פון ברכו ביז כתר (אויסער גלייך נאכן אויפשטיין, ביז מען האט זיך געכאפט אז עס איז שבועות..). בערך 12 אזייגער לאז איך זיך ארויס אויפן וועג צום שוהל אריין.
אין שוהל, שטעל איך זיך אראפ אויף מיין מקום קבוע, און הייב אן ליינען די תיקון ליל שבועות מיט די טראפן (ביז נאך חמשה חומשי תורה), דאן זאג איך נביאים וכתובים, ווען צווישן איין ספר און די אנדערע כאפ איך א גלעזל סעלצער (כ'געדענק נאך ווען די שוהל פלעגט נישט צושטעלן קיין געטראנקן, וויאזוי מען האט דאן אויסגעהאלטן,ווייס איך נישט), איך לערן די משניות, און זאג די תרי"ג מצות.
ווען איך פארטיג אפ, איז שוין אביסל פארן עלות, מען כאפט זיך אריבער אין מקוה אריין, מען טובל'ט זיך, און מען גייט אהיים צום שווער אין שטוב אפווארטן דעם משיכיר, ווען מען קען שוין ליינען קריאת שמע.
עס איז נאך געווען אביסל צייט, זאג איך צען קאפיטלעך תהלים בערך, איינשלאפענדיג צווישן יעדע פסוק און די אנדערע (צופרי האב איך טאקע נאכאמאל אנגעהויבן תהלים פון אנפאנג, כאילו לא היה, און ב"ה מסיים געווען תהלים דעם ערשטן טאג שבועות), ביז ביז ענדליך איז געווארן 4:40 בערך, און איך האב געליינט קריאת שמע.
איך גיי אריין אינעם צימער, וואו מיין געלעגער איז שוין גרייט מיר צו ענטפאנגען, אבער די הייסע לופט וואס איז מיר אקעגן געשפרינגן האט מיר מודיע געווען אז היינט נאכט שלאף איך ביי מיר אינדערהיים! איך האב געזאגט גוט יו"ט פאר די בני בית, און 5:00 פארטאגס - עס איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן - האב איך זיך אריבערגעכאפט צו מיר אין שטוב וואו די שטוב איז געווען פיין קיהל, איך ווארף זיך אריין אין בעט און......
גע'חלומ'ט האב איך מיין "טרעידמארק" חלום - וואס איך האב מינימום עטליכע מאל א יאהר - ויהי היום, עס איז פורים אויף דער וועלט, דער טאג קומט שוין צו אן ענדע, און איך האב נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים! איך דערזעה זיך אין א ריזיגע זאל, אנגעפילט מיט בחורים פון א ישיבה וואו איך פלעג זיך דרייען, אלעס איז דארט געווען, די מגידי שיעורים, בחורים, אברכים, יעדער האט געדאווענט מנחה, און איך כאפ זיך ביים קאפ אז עס איז שוין באלד נעילה און איך האב נאכנישט מקיים געווען משלוח מנות ומתנות לאביונים...
איך האב דאך אבער נישט געגלייבט אז עס איז טאקע פורים, און אז איך האב טאקע פארגעסן אזעלכע וויכטיגע זאכן, האב איך אפגעשטעלט איינעם פון מיינע גוטע ידידים און געפרעגט: איז טאקע פורים היינט? יענער ענטפערט מיר מיט א ברייטקייט: יא! איך שטעל אויך אפ איינער פון די חשוב'ע מגידי שיעור, וועלכער זאגט זיכער דעם אמת, און ער זאגט מיר אויך מיט א זיכערקייט אז היינט איז פורים!
וואס האב איך נאך צו קווענקעלן? איך שאר ארויס א הויפן געלט פון טאש, געב אהין א פינעווער פאר איינעם - וועמען איך האב געהאלטן פאר אן עני - און איך כאפ זיך אז מען ברויך געבן פאר מינימום 2 אביונים... לויף איך ארום צווישן די טישן זוכן אן אביון! ביז איך בין צוגעקומען צו דעם זעלביגן מגיד שיעור, אים געזאגט אז ער ווייסט מן הסתמא ווער עס איז א נויטבאדערפיגער דא, אלזא געב איך אים איבער א צענער אדער א פינפער, זאל ער דאס געבן פאר אן עני הגון אין מיין נאמען.
איך עפן אויף די אייגעלעך, און דער זייגער נעבן בעט צייגט 12:18! ספאנטאן געט זיך א רייס ארויס פון מויל א געשריי: ביסטו משוגע?????????????????????????????
איך שפרינג ארויס פון בעט, ציה ארויף די וועש, כאפ א בליק אויפן קאך זייגער אויב ער איז אויך מסכים צו דעם שרעקליכן צייט, אין מקוה האב איך נישט געקלערט אפילו צו גיין, איך בין דאך געווען פארן עלות און אינזין געהאט אויף שפעטער. הכנות? דאס איז נישט וויכטיג יעצט! יעצט ברויך מען א דאווען טאן! עס איז א האלבע שעה צו חצות!
מיין מחזור איז געליגן אויף מיין פלאץ אין שוהל, האב איך אראפ גענומען די אידענע'ס מחזור פונעם שאפע, און זיך געשטעלט דאווענען (די טלית האב איך יא געהאט אין שטוב), פאר הודו כאפ איך זיך אז מען טאר נישט פאסטן יום טוב, הכל מודים דבעצרת בעינן נמי לכם, כאפ איך א גלעזל מילך (הייס וואסער איז נישט געווען אין שטוב, די מילך האט אויך געהאט יענעם זויערן טעם, א באזונדערע פראבלעם פון וואס מיר וועלן נאך אי"ה רעדן) און איך בין ממשיך מיטן דאווענען.
קיין לאנגע ניגון אויף אהבה רבה האב איך נישט געזינגן, ניטאמאל געאטעמט צווישן די ווערטער, ווייל חצות איז געווען 12:54 בערך, און אהבה רבה האב איך געזאגט א צוויי מינוט פריער (ווייל איך האב א משוגעת נישט אויסצולאזן גארנישט! איך האב געזאגט קרבנות, אלע מזמורים פון שבת און יו"ט, אלע הללוי-ה'ס...), אפגעדאווענט שמונה עשרה, האב איך זיך ארויסגעלאזט אין די גאסן זוכן א מנין! (חצות קומט פאר א מנין).
איך האב נישט געזוכט לאנג, גלייך צושפאצירט צו ביהמ"ד מיהאלדי בנשיאות ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א (בן ר' נתן יוסף לרפו"ש), וואו מען האט דאן געהאלטן פונקט פאר קדושה! איך האב געזאגט קדושה, און בשעת דער חזן האט זיך געגארגעלט אויפן נוסח התפילה, האב איך אריינגעכאפט צו זאגן יוצר פון שחרית (ממשיך געווען ביים ליינען ביז איך האב אנגעיאגט די גאנצע).
דארט האט מען געדאווענט מיט א נעימות און מתיקות כאילו עס איז נאכנישט צוויי אזייגער... איך האב נישט געהאט קיין פאראיבל, ווייל איך בין זיך אליין שולדיג געווען, כ'בין געשלאפן אין א קילע טונקעלע צימער, בין איך זיך אליין שולדיג אז איך בין פארשלאפן כמו שכתוב בתורה.
ביים דוכנ'ן בין איך געווען א חוטא נשכר, ווי איך האב געזאגט מיין פריינט דעם כהן פון מיהאלדי, אז ווען איך שפעטיג נישט, וואלט איך נישט די זכיה געהאט געבענטשט צו ווערן פון אים (ער איז פון מיינע נאנטסטע חברים אין עכטן לעבן, און א ברכה וואס קומט פון הארץ - גלייב איך - טוהט אסאך מער אויף).
נאך מוסף איז שוין געווען האלב דריי, די הויט איז מיר געשפרינגן, דא מוז איך נאך עסן א מילכיגע סעודה, און די פליישיגע סעודה גייט זיך שוין באלד אנהייבן ביי די אכסניא וואו עס איז געווען אפגעשמועסט אז מיר וועלן עסן (ביי מיין זיידן שליט"א), און דער שמש דארט רופט אויס מיט א זעלטענע רואיגקייט: דער גאנצער עולם איז געלאדענט צו קידוש, נאך די קרעפלעך וועט דער מרא דאתרא זאגן א פלפול בחריפות ובקיאות (בערך אזא נוסח..). איך האב געהויבן פיס און אפגעפיצט פון דארט איידער מען איז מכבד צו זיצן.
אנקומענדיג צום זיידן אין שטוב, זעה איך פולע טעצער מילכיגע פראדוקטן, עס שטעלט זיך ארויס אז מען האט נארוואס פארענדיגט די מילכיגע סעודה, דער עולם איז מיר מכבד זיך צו זעצן און קידוש מאכן, א פארלאנג וואס איך וואלט נישט אפגעזאגט פאר כל הון דעלמא, א קלייניגקייט? אזא געשמאקע מנהג ישראל ווי טשיז קעיק זאל איך אויפגעבן ח"ו?
איך האב געגעסן אויף אלע ציין און באקן, צוגעטרינקן פיינע קאפעטשינא (המכונה: קאלטע קאווע) און אפגעווישט מיט קרעפלעך און אנדערע דעליקאטעסן (וואטעווער דאס מיינט), און ביז א האלבע שעה דערויף בין איך געווען גרייט פאר א סעודה (די סעודה האט זיך נישט אנגעהויבן פאר א שעה, האב איך געזאגט תהלים דערווייל).
פרעגט נישט וואספארא פארציע איך האב באקומען פון די שטוב פארן שפעטיגן... הו הא! די צווייטע נאכט האב איך געמוזט שלאפן ביים שווער "ביי הוק אר ביי קרוק, נאו מעטער וואט" (ווער עס קען נישט קיין ענגליש, קען איבערפרעגן), הגם, די צווייטע נאכט איז שוין קילער געווען, ווייזט אויס אז די ערשטע נאכט איז מיר פשוט באשערט געווען צו פארשלאפן, דערפאר האט דער עירקאנדישן געגעבן הייסע פארע אנשטאט קילע לופט דעם ערשטן פארטאגס אום פינעף אזייגער. גם זו לטובה.
די ערשטע נאכמיטאג האב איך זיך נישט געהאט די העזה צוצולייגן, איך בין דאך קוים אויפגעשטאנען! ... בין איך געווען דער היטער פון די קליינווארג ווילאנג די גאנצע פאמיליע (שווער, שוויגער, אידענע) האט זיך אויסגערוהט לכבוד שבת קודש הממשמש ובא (אז עס איז דא אן עירוב תבשילין, מעג מען שלאפן כדי צו האבן כח אויף ביינאכט), אכט אזייגער האב איך אויפגעוועקט דעם עולם צום צינדן ליכט (די שווער און שוויגער זענען שוין אביסל פריער אויפגעשטאנען, אנצוגרייטן די טשאלענט אויפן פלאטע) און כ'בין געגאנגען אין בית המדרש אריין אונטער א האגעל רעגן (קען זיין אז באמת האט נישט גערעגנט, אבער כלל גדול נקוט בידך, יעדע מאל מען איז געגאנגען אדער געקומען פון בית המדרש, געגאנגען אדער געקומען פון די סעודות, דעם יו"ט שבועות תשס"ו, האט געגאסן מיט עמער'ס וואסער!).
פרייטאג צונאכטס בין איך געשלאפן ביים שווער, אויפגעשטאנען ארום אכט אזייגער, אריבערגעגאנגען אין שוהל זאגן ברכת התורה און ליינען קר"ש, געלערנט די שיעורים קבועים (איך האב זיך נאך קיינמאל נישט געהעריג באדאנקט פארן דאיען אויפן פארשלאגן צו לערנען כף החיים על שו"ע או"ח, איך לערן דאס מיט א פעסטקייט יעדן איינציגן טאג ב"ה שוין א חודש צוויי, און איך האב א געוואלדיגע הנאה דערפון), געגאנגען אין מקוה, הכנות, און אין שוהל אריין.
נאכן דאווענען האב איך זיך אריבערגעכאפט צו די מוטער (צוליב צוויי טעמים, איינס די גוטע טעם פון א מילכיגע קידוש, וואס מען פירט זיך ביי איהר צו סערווירן אויך דעם צווייטן טאג, צווייטנס אנשטאט פרייטאג צונאכטס וואס איך האב נישט עספיהט צו זאגן גוט שבת פאר די מוטער כמבואר בשם אריה"ק), דאן צום שווער, וואו איך האב געגעסן די סעודת שבת ויום טוב.
עס קומט צו די טשאלענט ווער איך געוואויר אז די שבת פלאטע האט זיך אויסגעלאשן אינמיטן די נאכט, דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס פאסירט פונקט ווען איך שטיי איין ביים שווער, זעט אויס אז א טשאלענט געראט טאקע אין די געסט...
הכלל, מנחה ושלש סעודות האב איך געדאווענט אין שוהל. ארום צוויי דרייסיג האב איך זיך צוריק אהיימגעצויגן פונעם שווער'ס שטוב צו מיר אינדערהיים.
זאלט איר אלע האבן א געזונטן און פרייליכן זומער!