בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:46 pm
דורך קרעמער
וויאזוי ווילסטו איך זאל דיר ערקלערן וועלכן ניגון? מיין פידעלע זאל דיר דאס אפשפילן?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:48 pm
דורך אנדי פעטיט
נישט קיין שלעכטע פלאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, מיין אנטשולדיגונג האבעך שוין געשריבן אין אישית, אבער דעיס אז כ'האב הנאה געהאט, גייעך שרייבן אין פובליק, יעצט איז נאר די פראגע וואס זאלעך שרייבן?

אקעי, כ'גיי שרייבן פלעין דעם אמת.

כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, ס'איז רייך סיי אין אינהאלט, און סיי אין שפראך/שריפט.

כ'וואלט נאר געוואלט דיך הערן דאווענען איינמאל פארן עמוד, קענסטעס ערעינדזשען פליס???

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:28 pm
דורך קרעמער
ס'מוז זיין א יו"ט/שבת? אדער א מנחה-מעריב איז אויך גוט?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:30 pm
דורך אבאמא09
שטילע שמונה עשרה וואלט געווען דאס בעסטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 6:08 pm
דורך איך_הער
אבאמא, וואויל. קורץ און שארף.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 6:32 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער האט געשריבן:ס'מוז זיין א יו"ט/שבת? אדער א מנחה-מעריב איז אויך גוט?


לכתחילה יו"ט, אויב נישט מעגליך, זאל זיין שבת, נישט קיין חילוק שחרית צו מערבית!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 6:32 pm
דורך מאשקע
אנדי פעטיט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז א יעדעס יאר זענען דא ווייניגער מענטשען ווי א יאר פריער ביי תיקון, נישט קיין סאך ווייניגער אבער עטוואס, און עס דערקענט זיך, עכ"פ שפעטער אין די נאכט זיכער. זעהט איס אז די עולם איז זייער מיד, מער ווי אמאל.


אפשר האט דאס מיט דעם וואס יעדעס יאר עפענען זיך נייע בתי מדרשים אין די מאסן?

(איך ווייס אויך דעם אמת, איך פרוביר נאר צו זיין א בארדיטשובער...)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 7:24 pm
דורך זיידעניו
וואס, מאשקע האט א בארדיטשובער שול,

שלום עליכם בארדיטשובער רב ...........

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 10:11 pm
דורך קרעמער
אנדי פעטיט האט געשריבן:
און ביי ממקומך האב איך געזינגן א הערליכן ניגון וואס יעדער האט געזונגן אנשטאט מיר (כ'מיין מ'זינגט דאס אין באבוב. דער רב שליט"א האט מיר געזאגט נאכן דאווענען אז דאס איז א גאליציאנער ניגון, און אז עס האט א ספעציעלע חן).


וועלעכע ניגון?


איך האב דיר אריינגעלאזט דעם ערשטן פאל דערפון אין גוגל-טאלק וואויסמעיל מיטן פידעלע, כ'האף וועסט כאפן פון וואס די רעדע איז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 8:24 am
דורך אנדי פעטיט
יא! כ'האב געכאפט.

איך קען מיך נישט דערמאנען וועמענס ניגון עס איז. מען נוצט דער ניגון בעיקר פאר גראמן ביי זמני התעוררות, אבער עס איז נישט קיין שלעכטע איידיע פאר ממקומך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 10:57 am
דורך מאשקע
איז דאס נישט דער ראדישיצער ניגון?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:06 pm
דורך קרעמער
נאופס. דער ראדישיצער ניגון (וואס איך קען) איז דאס וואס יונתן שווארץ זינגט אויף "גאט פון אברהם".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:33 pm
דורך מאשקע
גערעכט. ס'איז א מיאוס'ער טעות. כ'דארף מיך דערמאנען וויאזוי דער ניגון הייסט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 12:29 pm
דורך cano
אוי יא איך האב טרע פארגעסען אפצוגעבען מיין ישר כוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 7:54 pm
דורך ביקסאד
אויך אויף די פאר-יעהריגע זענען מיר נישט מוותר, [כאילו עס וועט העלפן מיינע פראטעסטן].

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 03, 2011 9:53 am
דורך שוועמל
און גלייכצייטיג זענען מיר נישט מוותר אויף די היי יעריגע [כאילו עס וועט העלפן מיינע פראטעסטן].

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 03, 2011 11:55 am
דורך ''דער מוח''
רעדענדיג פונעם הייליגען יו''ט שביעות, וואלט איך געוואלט פרעגן פון די אונטעליגענטע קרעשמע זיצער א פראגע,
עס איז באוויסט אז און זידטשוב, וואו אויך און קאמארנע, וואו אלע מנהגים זענען באַזירט, אויפ'ן זוהר ה''ק, און אופן כתבי אר''י, זאגט מען נישט קיין משניות ביי תיקון, דער קאמאנער שרייבט זייער שארף אויף די וואס זאגן, ער זאגט א שביעות ביינאכט און די בחינה פון תורה שבכתב, כ''ד קשיטי כלה, ( זייט מיר נישט חושד אז איך פארשטיי וואס ער זאגט, ),

ווען מען קיקט אריין און של''ה הק, וואו ער פארציילט די מורא'דיגע מעשה פונעם בית יוסף, ווען די שכינה הק' האט זיך באוויזען צו די הייליגע חבריא שביעות ביינאכט, שטייט דארט קלאר אז דער בית יוסף מיט די חבירים האבן עוסק געווען און משניות,

פארדי וואס פירן זיך ע''פ אר''י, זאגט מען יא משניות? אדער נישט?

2 די מעשה גייט ווייטער, אז און די צווייטע נאכט איז די הייליגע חביריא אויך אויף געווען, און די שכינה האט זיך ווידער באוויזן צו זיי,

דער בית יוסף מיט די היילגע חבריא האבן געוואוינט און אר''י, וואס דארט איז נישט דא קיין צווייטע נאכט שביעות, נא? אוואו שטימט די מעשה?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 05, 2011 12:03 am
דורך יהיה כן
די מעשה האט פאסירט אין חוץ לארץ נישט אין א״י

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 23, 2012 12:41 pm
דורך שויתי'ניק
ער וועט נאך שרייבן דאס יאר א טאג בוך פון שבועות?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 23, 2012 12:58 pm
דורך ווינקל
ווען מען ברענגט אויף אן אלטן אשכול וואס כ'דענק זיכער אז כ'האב עס שוין געליינט, איז עס מיר אסאך מאל א וואונדער, אז כ'זע נישט מיין דאנק.

יישר קרעמער!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 23, 2012 9:00 pm
דורך אויפריכטיג
מיטן יעדן אשכול פון קרעמער וואס מען ברענגט ארויף ווערט מיר ווידער שווער אויפן הארצן אז מיר האבן אים מער נישט בתוכינו.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 25, 2012 9:37 am
דורך מאנ-יימער
און ווי אזוי וועלן מיר וויסן ווי סאך ס'האט גערעגנט היי יאר און צו קרעמער האט אויך היי יאר געהאט זיין טרעידמארקד חלום?

אחד מי יודע אחד אני יודע אחד קרעמער שבאייוועלט
חבל על דאבדין ולא משתכחין!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 11:55 am
דורך derech eretz
ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב