קאפיטלען אמעריקאנע היסטאריע: דער Taylorizer סיסטעם און זיינע קאנסעקווענצן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

קאפיטלען אמעריקאנע היסטאריע: דער Taylorizer סיסטעם און זיינע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קאפיטל 1

עס איז געווען מאדנע אדער אומפארמיידליך אדער סימבאליש אז די ראבאטן רעוואלוציע האט זיך נישט אנגעהויבן אין MIT, NASA, מייקראסאפט אדער פארד. עס האט זיך אנגעפאנגען אין א Burger-G רעסטוראנט אין דורהעם, נארט קאראליינע, יולי 31, 11:42 מיטאג. עס האט אויסגעזען ווי אזא פשוט'ע זאך אין יענע צייט, אבער יענע מינוט באצייכנט א קריטיש וויכטיגע מאמענט אין מענטשליכע היסטאריע.

בורגער-דזשי איז געווען א fast food נעץ פון רעסטוראנטן, מיט א אטמאספערע און סטייל וואס האט געזאגט "קיל" און "פאן" פאר ריזיגע שיכטן פונעם מיטל קלאס. עס איז געוואקסן מיט איבערראשנדע שנעלקייט, נישט ווייניג דערפון צוליבן פאבליק פערסאנע פונעם יונגן גרינדער, דזשאו לוסטער. מיט די צייט, האט בורגער-דזשי געעפנט 1000 לאקאציעס איבער אמעריקע און נישט געוויזן קיינע סימנים פון זיך אפשטעלן. דער טרענד האט געצייגט אז בורגער-דזשי וועט בקרוב זיין פון די פינף העכסטע שנעלע-עסן רעסטוראנטן אין אמעריקע.

דער "ראבאט" אינסטאלירט אין דעם בורגער-דזשי רעסטוראנט האט נישט אויסגעזען בכלל ווי א געווענליכע ראבאט, ווי מען שטעלט זיך עס פאר אין דמיון. עס איז פשוט געווען א קאמפיוטער וואס איז געווען אינעם אינעווייניגסטן ווינקל פונעם רעסטוראנט, און א פראגראם איז געלאפן דערויף. די סאפטוועיר האט געהייסן "Taylorizer", ווערסיע 1.0, אויפן נאמען פון פרעדעריק טעילאר, וואס האט אין די 1880 יארן אנגעהויבן איינצופירן Scientific management, אדער "טעילאריזם", אין מאנופעקטורינג אינדוסטריעס.

טעילארייזער'ס אויפגאבע איז געווען צו מענעדזשען דעם געשעפט, און עס האט דאס געטון אויף זייער א אינטערעסאנטע וועג.
טראכט פון א נארמאלע fast food רעסטוראנט. א גרופע ארבעטער האבן געארבעט אינעם געשעפט, געווענליך ארום 50 מענטשן אין א געווענליכע רעסטוראנט, יעדער מיט זיינע שעות איבערן וואך. די מענטשן האבן אלעס געטון, פון מאכן די בורגערס ביז אננעמען די באשטעלונגען ביז רייניגן די טישן און ארויסטראגן די מיסט. די אלע ארבעטער זענען געווען אונטערן מענעדזשער און עטליכע אסיסטענט מענעדזשערס. די מענעדזשערס האבן אויפגענומען די ארבעטער, באשטימט זייערע שעות און זיי געהייסן וואס צו טון יעדן טאג. דאס איז געווען א גענצליך נארמאלער אויסשטעל. אין יענע צייטן זענען געווען מיליאנען ביזנעסער וואס האבן געארבעט אויף דעם וועג.

אבער די fast food אינדוסטריע האט געהאט א פראבלעם, און בורגער-דזשי איז נישט געווען קיין אויסנאם. דער פראבלעם איז געווען מיטן קוואליטעט פונעם fast food עקספעריענס. געוויסע רעסטוראנטן זענען פערפעקט געפירט געווארן. זיי האבן געהאט העפליכע און פארשטענדליכע ארבעטער, ריינע טוילעטס, גוטע קאסטומער סערוויס און פונקטליכע באשטעלונגען. אנדערע רעסטוראנטן זענען געווען כאאטיש און אומבאקוועם פאר די קאסטומערס. וויבאלד איין שלעכטע ערפארונג האט געקענט זיין גענוג אפצוהאלטן א קאסטומער פון באנוצן דעם גאנצן קייט פון רעסטוראנטן, זענען די שלעכט-געפירטע רעסטוראנטן געווען די שוואכסטע רינגלעך אינעם קייט.

צו לעזן דעם פראבלעם, האט בורגער-דזשי אויפגענומען א סאפטוועיר קאנסולטענט און ער האט צוגעשטעלט א פראגראם. דער ציל פונעם פראגראם איז געווען צו ערזעצן די מענעדזשערס און זאגן פאר די ארבעטערס וואס צו טון אויף א מער קאנטראלירבארע וועג. טעילארייזער ווערסיע 1.0 איז געבוירן געווארן.

טעילארייזער איז געווען פארבינדן צו די קעש רעדזשיסטערס, האט עס אלעמאל געוויסט וויפיל מענטשן פליסן דורך דעם רעסטוראנט. די סאפטוועיר האט דעריבער געקענט פרעדיקטן מיט שטוינענדע פונקטליכקייט ווען די מיסט קאסטנס וועלן אנגעפילט ווערן, די טוילעטס וועלן ווערן שמוציג און די טישן וועלן פארלאנגען א וואש איבער. דער סאפטוועיר איז געווען באהאפטן צום טיימער וואו די ארבעטער האבן געפאנטשט די קארטלעך, האט עס אלעמאל געוויסט ווער ארבעט יעצט אינעם רעסטוראנט. טעילארייזער איז אויך געווען קאנעקטעד צו "הילף קנעפלעך" דורכאויס דעם רעסטוראנט. קליינע סיינס איבער די קנעפלעך האבן געזאגט פאר די קאסטומערס צו דריקן אויב זיי דארפן הילף אדער זעען עפעס א פראבלעם. עס איז געווען אזא קנעפל איבער יעדן מיסט קאסטן. עס איז געווען אזא קנעפל נעבן יעדן קעש רעדזשיסטער, איין אין די קינדער אפטיילונג און אזוי ווייטער. די קנעפלעך האבן געלאזט קאסטומערס מודיע זיין פאר טעילארייזער ווען עפעס איז נישט ווי עס דארף צו זיין.

די גאנצע צייט האט טעילארייזער געהאט א ליסטע פון זאכן וואס דארפן געטון ווערן. באשטעלונגען זענען אריינגעקומען, האט טעילארייזער באפוילן די ארבעטער צוצוגרייטן די מאלצייטן. עס זענען געווען פאדלאגעס צו וואשן רעגלמעסיג, טישן אפצואווישן, וועגן אויסצוקערן, זאכן פון פריזער אויפצולאזן, ארויפברענגען זאכן פון סטאק און אויספאקן, פענסטערס אויסצוגלאנצן און אזוי ווייטער. טעילארייזער האט געהאלטן חשבון פון די הונדערטער זאכן וואס דארפן געטון ווערן, און געגעבן יעדע ארבעט פאר א ארבעטער, איינס אויפאמאל.

טעילארייזער האט געזאגט פאר די ארבעטער וואס צו טון פשוט דורך רעדן צו זיי. יעדער ארבעטער האט אנגעטון א העדסעט ביים פאנטשן די קארטל. טעילארייזער האט געהאט א voice synthesizer, און מיט די באשאפענע שטימע האט טעילארייזער גערעדט צו די ארבעטער דורך די העדסעטס. אן אויפהער. טעילארייזער האט מייקרא-מענעדזשד מינימום וועידזש ארבעטער צו שאפן א פערפעקטע אויספיר.

די סאפטוועיר האט גערעדט צו יעדע ארבעטער באזונדער און געזאגט יעדעם עקסטער פונקטליך וואס ער האט צו טון. למשל, "ראבערט, מיר דארפן צוגרייטן מער טשיקן. ביטע גיי צו די פריזער".
אדער, "דזשעק, ווען דו ענדיגסט מיט דעם קאסטומער, מאך צו דעם רעדזשיסטער. אונז גייען רייניגן די טוילעטס".

און אזוי ווייטער. די ארבייטער זענען געזאגט געווארן פונקטליך וואס צו טון, און זיי האבן עס גערן געטון. עס איז זיי פאקטיש געווען א גרויסע פארלייכטערונג, ווייל דער פראגראם האט זיי געזאגט פונקטליך וואס צו טון סטעפ ביי סטעפ.

צום ביישפיל, ווען דזשעק איז אנגעקומען צו די טוילעטס, טעילארייזער האט גענוצט א פשוטע position tracking system אריינגעבויט אינעם העדסעט צו וויסן אז ער איז דארט. טעילארייזער האט אים דאן געזאגט די ערשטע סטעפ.
טעילארייזער : "לייג די 'נאסע ערד' ווארענונג שטאנד אינדרויסן פון טיר ביטע"
ווען דזשעק האט געענדיגט דאס צו טון, האט ער אריינגעזאגט די ווארט "אקעי" אינעם העדסעט און טעילארייזער האט געזאגט די נעקסטע אינסטרוקציע אינעם טוילעט קלינינג פראצעדור.
טעילארייזער : "ביטע האלט די טיר אפן מיטן טיר אנהאלטער"
דזשעק: "אקעי"
טעילארייזער: "ביטע נעם ארויס די באקעט און מאפ פונעם סופליי שאפע"
דזשעק: "אקעי"
און אזוי ווייטער.

איינמאל די טוילעט איז געווען ריין, האט טעילארייזער געהייסן דזשעק אלעס אוועקלייגן. טעילארייזער האט זיכער געמאכט אז ער וואשט זיך פארזיכטיג די הענט. דערנאך האט טעילארייזער גלייך געהייסן דזשעק טון עפעס אנדערש. אין די זעלבע צייט, האט טעילארייזער געשיקט דזשאן צום טוילעט, עס איבערצוקוקן און זיכער צו מאכן אז דזשעק האט געטון א גרונטליכע ארבעט. טעילארייזער האט דעטאלירט געהייסן דזשאן טשעקן די טוילעטס, די ערד, די קראנען און די שפיגלען. אויב דזשעק האט עפעס אויסגעלאזט האט עס דזשאן באריכטעט.


***


מייק ברייען איז אויפגעוואקסן אין דורהעם, נארט קאראליינע. זיין פאטער, טאם, איז געווען א פילאט פאר א גרויסע עירליין, זיין מוטער איז געווען אינדערהיים מיט זיין יונגערע שוועסטער. זיי האבן געוואוינט אין א געווענליכע פיר בעדרום סובורבען הויז מיט א שווים באסיין אינעם בעקיארד. ער איז געווען א 15 יעריגער טינעידזשער ארבעטנדיג אין בורגער-דזשי אין יענעם יולי 31 ווען די ערשטע טעילארייזער סיסטעם איז אינסטאלירט געווארן.

צוריקטראכטענדיג געדענקט ער נאך ווי ער האט אנגעטון דעם העדסעט דאס ערשטע מאל און דער קאמפיוטער האט גערעדט צו אים און געזאגט וואס צו טון. עס איז געווען א מאדנע אומבא'טעמ'טע געפיל אין אנהייב, אבער דאס האט נאר אנגעהאלטן א טאג צוויי. דערנאך איז מען געווארן צוגעוואוינט, און דאס ארבעט איז באמת געווארן גרינגער. טעילארייזער האט קיינמאל נישט געשריגן, קיינמאל נישט געטשעפעט. טעילארייזער האט דיר פשוט געבעטן צו טון עפעס, דו האסט עס געטון, און געזאגט "אקעי", און טעילארייזער האט דיר געבעטן צו טון די נעקסטע סטעפ. יעדע סטעפ איז געווען גרינג. די גאנצע טאג האסטו געקענט פארן אויף אויטאפיילאט, און טעילארייזער האט זיכער געמאכט אז די גאנצע צייט טוסטו עפעס. ביים ענדע פונעם שיפט האט טעילארייזער אלעמאל געזאגט די זעלבע זאך. "דו ביסט געענדיגט פאר היינט. א דאנק פאר דיין הילף". דאן האט מען אויסגעטון דעם העדסעט און עס צוריקגעלייגט אויפן פלאץ צו טשארדזשן. די ערשטע פאר מינוט נאכן אויסטון דעם העדסעט זענען אלעמאל געווען צומישט - עס איז געווען א שטימע אין דיין קאפ זאגנדיג דיר וואס צו טון אין בעיבי סטעפס פאר די לעצטע זעקס אדער אכט שעה. דו האסט געדארפט צוריק אנצינדן דיין אייגענעם מוח צו טרעפן אליין דעם וועג ארויס פונעם רעסטוראנט.

פאר מייק, איז טעילארייזער געווען אקעי. די ארבעט ביי בורגער-דזשי איז געווען מיינדלעס, און טעילארייזער האט עס געמאכט גרינגער מיטן זאגן פונקטליך וואס צו טון. מען האט אפילו געקענט אנשטעלן טעילארייזער זאל שפילן מוזיק אינעם בעקגראונד. טעילארייזער האט געהאט א רייע פון "סטאנציעס" פון וועלכע מען האט געקענט אויסוועלן. דאס איז געווען א באנוס. און טעילארייזער האט דיר געהאלטן פארנומען דעם גאנצן טאג. יעדע איינציגע מינוט, האסטו געהאט עפעס וואס טעילארייזער האט דיר געהייסן צו טון. אויב האסטו פשוט אויסגעלאשן דיין מוח און זיך געלאזט פירן פון טעילארייזער, איז דער טאג זייער שנעל פארביי.

זיין פאטער, פון די אנדערע זייט, איז בכלל נישט געווען צופרידן פון טעילארייזער, פונעם ערשטן מאל וואס ער האט געזען מייק אנגעטון מיטן העדסעט אינעם רעסטוראנט. טאם מיט זיין פרוי זענען אריינגעקומען פאר מיטאג צו באזוכן מייק. ער האט געוויסט אז זיי גייען קומען, און אויסגערעכנט זיין ברעיק אין די זעלבע צייט, צו קענען זיצן מיט זיי אפאר מינוט. אראפזעצנדיג זיך, האט זיין פאטער באמערקט די העדסעט.
"דו ביסט יעצט דער וואס נעמט אן באשטעלונגען, זע איך", האט ער געזאגט, "איז דאס פאר דיר א סטעפ ארויף אדער א סטעפ אראפ?"
"עס איז נישט די באשטעלונגען", האט מייק געענטפערט, "עס איז די נייע סיסטעם וואס זיי האבן דא אריינגעשטעלט, עס הייסט טעילארייזער. עס מענעדזשד די געשעפט"
"וויאזוי?"
"עס זאגט מיר וואס צו טון דורכן העדסעט"
"ווער, דער מענעדזשער?"
"ניין, עס איז א קאמפיוטער"
זיין פאטער האט געקוקט אויף אים פאר א לאנגע צייט, "א קאמפיוטער זאגט דיר וואס צו טון ביי די ארבעט? און וואס טוט דער מענעדזשער?"
"דער קאמפיוטער איז דער מענעדזשער. טעילארייזער איז דער מענעדזשער, כאפסט?"
"מיינסט צו זאגן אז א קאמפיוטער זאגט דיר וואס צו טון אגאנצן טאג?", האט ער איבערגעפרעגט.
"יא"
"למשל וואס?"
מייק האט געגעבן א ביישפיל, "בעפאר דו ביסט געקומען, האב איך ארויסגענומען די מיסט. טעילארייזער האט מיר געזאגט וויאזוי עס צו טון"
"וואס האט עס געזאגט?"
"עס זאגט דיר פונקטליך וואס צו טון. עס האט מיר געהייסן נעמען פיר פרישע גארבידזש בעגס פונעם קאמער. ווען איך האב דאס געטון האט עס מיר געהייסן גיין צו מיסט קאסטן #1. ווען איך בין דארט געווען האט עס מיר געהייסן עפענען דעם האלטער און ארויסציען דעם קאסטן. ווען איך האב דאס געטון האט עס מיר געהייסן קוקן אויפן ערד פאר סיי וועלכע אראפגעפאלענע שמוץ. עס האט מיר געהייסן צאמקניפן דאס בעג און עס לייגן אויף די זייט, לינקס. דערנאך האט עס מיר געהייסן אריינלייגן א נייע בעג אינעם קאסטן. דערנאך האט עס מיר געהייסן אריינשטעקן דאס בעג אין די זייטן עס זאל זיך האלטן. דערנאך האט עס מיר געזאגט אריינצושטעלן דעם קאסטן צוריק אינעם האלטער און עס צומאכן. דערנאך האט עס מיר געהייסן אפווישן דעם האלטער פון דרויסן און זיכער מאכן אז עס איז ריין. דערנאך האט עס מיר געהייסן דרוקן אויפן הילף קנעפל איבערן קאסטן זיכער צו מאכן אז עס ארבעט. דערנאך האט עס מיר געהייסן אריבערגיין צו מיסט קאסטן #2. אזוי".
טאם ברייען האט אנגעקוקט זיין זון נאכאמאל פאר א לאנגע צייט בעפאר ער האט געזאגט, "אוי מיין גאט, דו ביסט דאך גארנישט עפעס אנדערש ווי א שטיק ראבאט. וואס זאגט עס יעצט פאר דיר?"
"עס האט מיר יעצט געזאגט אז איך האב נאך דריי מינוט אויף מיין ברעיק. און עס האט מיר געהייסן שמייכלען און זאגן העלא פאר די געסט. וויאזוי איז דאס? היי!" און ער האט געמאכט א גרויסע שמייכל מינע.
"נעכטן האבן די מענטשן קאנטראלירט די קאמפיוטערס. היינט קאנטראלירן די קאמפיוטערס די מענטשן. דו דינסט אלס אויגן און הענט פאר דעם ראבאט. און דאס אלעס כדי דזשאו לוסטער זאל מאכן צוואנציג מיליאן דאלער מער פער יאר. ווייסטו וואס וועט געשען אויב דאס ווערט פארשפרייט?"
"ניין, איך ווייס נישט. און איך גלייב אז מיסטער לוסטער פארדינט פון דעם מער ווי צוואנציג מיליאן דאלער א יאר. אבער יעצט האב איך שוין נאר צוויי מינוט פארבליבן, און טעילארייזער זאגט מיר אז איך דארף צוריקגיין צו סטעישאן 3 צו זיין גרייט פאר די נעקסטע רונדע. צום ווידערזען." און ער האט געפאכעט מיט די הענט צו זיינע עלטערן. זיין טאטע האט געקוקט אויף אים מיט ברייט צועפענטע אויגן.

די פראבעס אינעם ערשטן בורגער-דזשי געשעפט זענען געווען איבערראשנד סוקסעספול. עס זענען אראפגעקומען בורגער-דזשי קארפארעיט מענטשן, זיי האבן באטראכט די ארבעטער, פארראכטן באגס אינעם סאפטוועיר, זיכער געמאכט אז טעילארייזער געבט זיך מיט אלעם אן עצה, און זיי זענען געווען צופרידן. עס האט גענומען ארום דריי חדשים אויסצוארבעטן אלע קנייטשן, און בשעת מעשה האט די טעילארייזער סאפטוועיר אינגאנצן געטוישט דעם רעסטוראנט. ארבעטער פראדוקטיוויטעט האט זיך כמעט געדאפלט. די זעלבע מיט קאסטומער צופרידנהייט. די זעלבע מיטן שטאנדהאפטיגקייט פונעם קאסטומער עקספעריענס. מיסט קאסטנס זענען קיינמאל נישט איבערגעפולט געווארן. טוילעטס זענען געווען עקסטער ריין. ארבעטער האבן אלעמאל געוואשן זייערע הענט ווען זיי האבן געדארפט. עסן איז געווען גרייט שנעלער. אפגעשיקטע באשטעלונגען זענען געווען כמעט 100% אקוראט, ווייל טעילארייזער האט געמאכט די ארבעטער טשעקן יעדע אייטעם באזונדער און זיכער מאכן אז דאס איז וואס דער קאסטומער האט באשטעלט. די געשעפט איז קיינמאל נישט אויסגעלאפן פון סופלייס - עס זענען אלעמאל געווען גענוג נעפקינס אין די האלטערס און די קעטשאפ קאנטעינער איז אלעמאל געווען פול. עס זענען געווען גענוג ארבעטער אינעם געשעפט פאר די פארנומענע צייטן, ווייל טעילארייזער האט געקענט טרעקן טרענדס און שטעלן ארבעטער אקוראט לויט וויפיל עס פעלט זיך אויס.

חוץ פון דעם, האט זיך בורגער-דזשי געשפארט זייער אסאך געלט. בורגער-דזשי האט געהאט, ווי געשריבן, טויזנט געשעפטן איבער אמעריקע. טעילארייזער האט אזוי גוט געארבעט אז בורגער-דזשי האט עס אינסטאלירט איבערן לאנד. גלייך האט בורגער-דזשי געשניטן איבער דריי טויזנט פון אירע בעסער באצאלטע ארבעטער - בעיקר אסיסטענט מענעדזשערס און מענעדזשערס. דאס אליין האט געשפארט פאר בורגער-דזשי ארום הונדערט מיליאן דאלער א יאר, און די גאנצע געלט איז צוגעקומען גלייך צום באטאם ליין פארן רעסטוראנט קייט. שעירהאלדערס זענען געווען אינעם זיבעטן הימל. מיסטער לוסטער האט זיך געגעבן נאך א הויכע רעיז צו פייערן. צו דעם, האט נאך טעילארייזער אפטימיזירט די ארבעטער שעות און ארויסגעברענגט א ריזיגע פראדוקטיוויטי בוסט פון די ארבעטער אין די געשעפטן. דאס האט געשפארט א פרישע 150 מיליאן. צוויי הונדערט און פופציג מיליאן האט אסאך אויסגעמאכט אינעם fast food אינדוסטריע.

און אזוי איז אויסגעקומען, אז די ערשטע כוואליע פון fast food ראבאטן האבן נישט ערזעצט אלע בורגער פליפינג ארבעטער ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט. די ראבאטס האבן ערזעצט מענעדזשמענט און שטארק פארבעסערט די פערפארמענס פון מינימום וועידזש ארבעטער. אלע אנדערע רעסטוראנט קייטן האבן צוגעקוקט צום בורגער-דזשי עקספערימענט מיט טעילארייזער, און האבן אנגעהויבן צו אינסטאלירן אזעלכע סיסטעמען פונקט אזוי. עס איז נישט קיין סאך צייט פארביי, ביז כמעט יעדע ביזנעס אין אמעריקע מיט א באדייטנדע צאל מינימום וועידזש ארבעטער האבן אינסטאלירט דעם טעילארייזער סאפטוועיר אדער עפעס ענליכס. זיי האבן עס געמוזט טון, צו קענען בלייבן אינעם מארקעט.

אין אנדערע ווערטער, טעילארייזער האט זיך פארשפרייט איבער די אמעריקאנע קארפארעיט מאפע ווי א וואלדפייער. און טאם ברייען איז געווען גערעכט. עס איז געווען ווען די אלע טעילארייזער סיסטעמען האבן אנגעהויבן רעדן איינער צום צווייטן ווען זאכן האבן אנגעהויבן ווערן אומבאקוועם.

(פארזעצונג קומט אי"ה)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

און יעצט וועל איך פרעגן ווי @עכט היימיש, מיין פארגייער אין אמעריקאנע היסטאריע וואס איז נאכנישט געשען: איז דא עפעס דא וואס קען נישט געשען?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עס איז גוט דאס. אוי ווי גוט. די סוקסעספולע חברה קלערן אייביג אז עס וועט נאר אפעקטירן די מינימום וועידזש ארבעטער, סא הו קעירס? און דא געט עס א בליק וויאזוי עס קען גיין פארקערט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

זאג נאר דאס איז דיין פאנטאזיע? אדער גענומען פון ערגעץ?
אויב איז דאס דיין פאנטאזיע, וואס זיכסטו אויף אייוועלט רבש״ע? גיי אריין אין סאפטוועיר קאודינג.
דו האסט אן עמעיזינג מיינד. איך האב בכלל זייער ליב דיין געשרייבאכטס דא אויפן וועלטל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דיס איז גוד!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק אייך אלע!

איצל פיצל שיקט מיר צו סאפטוועיר קאודינג, מטעמים טענה'ט אז איך קען נאך מאכן אסאך געלט אין זיין ליין, און שמואל בארג טרייבט מיר גאר אין בית המדרש אריין...
און איך ארבעט שוין יארן אויף מיין סעלף קאנפידענס מיט דעם וואס שלמה המלך זאגט, לא לחכמים לחם :lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Yang2020 האט געשריבן:א דאנק אייך אלע!

איצל פיצל שיקט מיר צו סאפטוועיר קאודינג, מטעמים טענה'ט אז איך קען נאך מאכן אסאך געלט אין זיין ליין, און שמואל בארג טרייבט מיר גאר אין בית המדרש אריין...
און איך ארבעט שוין יארן אויף מיין סעלף קאנפידענס מיט דעם וואס שלמה המלך זאגט, לא לחכמים לחם :lol:

איך וואלט דיר געזאגט, בעיסד אויף די לעצטע שורה, אז דו זאלסט ווערן א שרייבער. אבער זינט זעירון אינון וועלכע מאכן א טאלער דערפון, האלט איך זיך דאס מויל....

יענג, ביסט פיינע נייעס.

די עכטע יענג אויך.
געשטימט פאר ראשעק הול
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

Goodmorning האט געשריבן:עס איז גוט דאס. אוי ווי גוט. די סוקסעספולע חברה קלערן אייביג אז עס וועט נאר אפעקטירן די מינימום וועידזש ארבעטער, סא הו קעירס? און דא געט עס א בליק וויאזוי עס קען גיין פארקערט.


רט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

Wow!!!
און איך האב געמיינט אז מ'רעדט פונ'ם עבר ווייל בעתיד דארפסטו דאך נישט האבן דעם העד סעט קענסטאך האבן א מאשינקע וואס זאל טוהן די גאַנצע ארבייט הגם איך פארשטיי אז ווילסט ארויס ברענגען אז די ביליגע ארבייטער קענען בלייבן בשעת די טייערע וועלן ווערן ערזעצט.
די מייקרא מענעדזשמענט און די בעבי סטעפס חלק איז וואס מאכט עס פאר אזא פארהאסטע ראבאטישער מאשין אבער אביסל מער אױף א דזשענעראל אופן סאונדט עס זייער פראדאקטיוו.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איצל פיצל האט געשריבן:זאג נאר דאס איז דיין פאנטאזיע? אדער גענומען פון ערגעץ?
אויב איז דאס דיין פאנטאזיע, וואס זיכסטו אויף אייוועלט רבש״ע? גיי אריין אין סאפטוועיר קאודינג.
דו האסט אן עמעיזינג מיינד. איך האב בכלל זייער ליב דיין געשרייבאכטס דא אויפן וועלטל.

כ'פארשטיי נישט, בין געווען זיכער איבערגעזעצט פון ערגעץ, נאך אלץ א טאלאנט צו איבערזעצן אזוי געשמאק
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

ליידיג גייער האט געשריבן:Wow!!!
און איך האב געמיינט אז מ'רעדט פונ'ם עבר ווייל בעתיד דארפסטו דאך נישט האבן דעם העד סעט קענסטאך האבן א מאשינקע וואס זאל טוהן די גאַנצע ארבייט הגם איך פארשטיי אז ווילסט ארויס ברענגען אז די ביליגע ארבייטער קענען בלייבן בשעת די טייערע וועלן ווערן ערזעצט.


סיי דאס, און סיי נאכמער. די מעשה גייט דווקא נישט נוצן עקסטער פארגעשריטענע מאשינקעס אדער ניי אויפגעקומענע טעכנאלאגיעס, אפילו אזעלכע וואס עקזיסטירן שוין יעצט אין פראוטאטייפ, נישט צו מאכן דעם בליק פון עפעס א פיוטוריסטישע דמיון וואס קען קיינמאל נישט עכט פאסירן.
די געשיכטע ביזן ענדע וואלט אין רעאליטעט געקענט געשען אין אסאך א שנעלערע טיימליין ווי דא. דער פוינט איז אז אלע שטיקלעך זענען שוין מער ווייניגער דא, אפילו אויב נוצט מען נאר אויספרובירטע טעכנאלאגיעס. עס דארף נאר געשען אז דער פאזל זאל זיך צאמשטעלן.

ליידיג גייער האט געשריבן:די מייקרא מענעדזשמענט און די בעבי סטעפס חלק איז וואס מאכט עס פאר אזא פארהאסטע ראבאטישער מאשין אבער אביסל מער אױף א דזשענעראל אופן סאונדט עס זייער פראדאקטיוו.

ווארט נאר ווארט...


@Goodmorning, נישט איבערגעזעצט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

WOW. עס קומט נאך סחורה?
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

יענג!! כ'גיי ניסלעך פאר (דעם)! דיר!
זאג מיר שנעל ווי כ'קען קויפן די פראגראם.. ס'עט מיר טריפלען מיין ביזנעס :wink:
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווי וואנט מאאר יענג!!! ניינע פייעס דאס און אראפגעלייגט אזוי ציענדיג אז גאר! טענקס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Yang2020 האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:Wow!!!
און איך האב געמיינט אז מ'רעדט פונ'ם עבר ווייל בעתיד דארפסטו דאך נישט האבן דעם העד סעט קענסטאך האבן א מאשינקע וואס זאל טוהן די גאַנצע ארבייט הגם איך פארשטיי אז ווילסט ארויס ברענגען אז די ביליגע ארבייטער קענען בלייבן בשעת די טייערע וועלן ווערן ערזעצט.


סיי דאס, און סיי נאכמער. די מעשה גייט דווקא נישט נוצן עקסטער פארגעשריטענע מאשינקעס אדער ניי אויפגעקומענע טעכנאלאגיעס, אפילו אזעלכע וואס עקזיסטירן שוין יעצט אין פראוטאטייפ, נישט צו מאכן דעם בליק פון עפעס א פיוטוריסטישע דמיון וואס קען קיינמאל נישט עכט פאסירן.
די געשיכטע ביזן ענדע וואלט אין רעאליטעט געקענט געשען אין אסאך א שנעלערע טיימליין ווי דא. דער פוינט איז אז אלע שטיקלעך זענען שוין מער ווייניגער דא, אפילו אויב נוצט מען נאר אויספרובירטע טעכנאלאגיעס. עס דארף נאר געשען אז דער פאזל זאל זיך צאמשטעלן.

ליידיג גייער האט געשריבן:די מייקרא מענעדזשמענט און די בעבי סטעפס חלק איז וואס מאכט עס פאר אזא פארהאסטע ראבאטישער מאשין אבער אביסל מער אױף א דזשענעראל אופן סאונדט עס זייער פראדאקטיוו.

ווארט נאר ווארט...


@Goodmorning, נישט איבערגעזעצט.

לאז אפ יענג, גיי לויף אליין! ביסט דאך עפעס נישט פשוט!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חוץ א פארגעשריטענע טעילארייזער קען נאך איינער טראכן פון אזא סינעריאו...? יענג דאס איז פיינע נייעס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק פאר אלע געשמאקע קאמפלימענטן און קאמענטארן!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

קאפיטל 2

איינמאל בורגער-דזשי האט באוויזן אז טעילארייזער ארבעט, איז דער געדאנק פארשפרייט געווארן ווי א וואלדפייער. יעדע רעסטוראנט קייט האט גענוצט טעילארייזער. יעדע ריטעיל סטאר, צי איז עס געווען א קליידער געשעפט, היים געשיר געשעפט, טוי סטאר, אדער האבן זיי פארקויפט אפיס סופלייס, האבן אלע געהאט טעילארייזער סיסטעמען. דו האסט געקענט זען מענטשן אנגעטון מיט העדסעטס אויף קאנסטראקשען סייטס, אין עירפארט, אין שפיטעלער, ביי די גראסערי. זיי זענען געווען איבעראל.

מייק איז איין טאג געגאנגען אויפן גאס, און באגעגנט זיין פריינט פיטער. פיטער האט געארבעט אינעם גרעסטן סופערמארקעט אין שטאט, און זיי זענען הערשט לעצטענס אריבער צום טעילארייזער. ער איז נאך געווען אונטער שאק.

"נישט קיין חילוק צי דו ביסט א פלייסיגע ארבעטער אדער א פוילע שטריק, איינמאל דו טוסט אן דעם העדסעט, גייסטו ארבעטן יעדן מינוט פונעם טאג אדער ביסטו ארויס. פינף מענטשן זענען שוין אפגעזאגט געווארן"
"וואס מאכט עס דיר טון די גאנצע טאג?"
"טעילארייזער פירט דיר דורכן געשעפט רייע ביי רייע. איך בין זיכער אז איך גיי זעקס-אכט מייל א טאג. איך האלט אין איין אויסגראדן סחורה אויף די שאפעס. טעילארייזער ווייסט וואו איך בין, און ווייסט וואו אלעס איז אויף די שאפעס, און עס בעט מיר אייטעם ביי אייטעם זיי אויסצוגראדן. טעילארייזער וויל אלעס אויף די שאפעס זאל אויסקוקן פערפעקט. עס איז אויך פארנומען אסאך מיט אנפילן די שאפעס. עס פרעגט מיר, 'וויפיל ראולס מעסקינג טעיפ זענען נאך דא אויף די שאפעס?' ווען עס ווערט ווייניג פון עפעס, הייסט עס מיר גיין און ארויפברענגען סחורה אויסצופאקן. עס ווייסט וואס ווערט פארקויפט ביי די רעדזשיסטערס, ווייסט עס ווען צו באשטעלן נאך פון עפעס און מאכט זיכער אז פון יעדע אייטעם איז דא גענוג"
"דאס הערט זיך גאנץ געווענליך". האט מייק געזאגט.
"עס איז נישט אומגעווענליך, נאר דאס אז טעילארייזער זאגט דיר פונקטליך וואס צו טון יעדע סעקונדע פון יעדע טאג. ווען עס הייסט דיר ברענגען סחורה, זאגט עס דיר פונקטליך וואו צו גיין אנצוקומען דערצו. און וואס איז די מערסטע מאדנע - איך זע קיינמאל נישט קיין אנדערע ארבעטער די גאנצע טאג. די וועג וואס עס הייסט מיר גיין איז אויסגעשטעלט קיינמאל נישט צו באגעגענען קיין צווייטן. אפילו די ברעיקס זענען אזוי אויסגעשטעלט, יעדער נעמט זיין ברעיק אין א צייט פאר זיך, אליין. אונז קומען אויך אן אין באזונדערע צייטן. עס קוקט אויס ווי טעילארייזער פרובירט אינגאנצן צו עלימינירן מענטשליכע אינטעראקציעס אויפן דזשאב"
"דאס איז שרעקעדיג. פארוואס זאל עס טון אזוי?" האט מייק געפרעגט.
פיטער האט אראפגעקוקט, "איך שטעל זיך פאר אז רעדן מיט קאלעגעס נוצט אויס צייט, און טעילארייזער שניידט אוועק וועיסט וואו עס קען נאר"
"וואס נאך מאכט עס דיר טון?" האט מייק געפרעגט.
"איך האלט אין איין קוקן פאר זאכן וואס האבן זיך אויסגעגאסן און אנדערע פראבלעמען אין די רייעס - טעילארייזער נוצט אונז ווי זיינע אויגן צו קוקן די גאנצע צייט פאר טראבל. איך קוק אויך אויב זענען דא קאסטומערס צווישן די שורות און פרעג זיי וויאזוי איך קען זיי העלפן - קאסטומער סערוויס איז א גרויסע זאך פאר טעילארייזער, ווילאנג עס נעמט אוועק ווייניגער ווי דרייסיג סעקונדעס פון מיין צייט. און טעילארייזער נוצט אונז אויך צו באוואכן פאר גניבות. די גאנצע טאג האלט איך אין איין גיין אהין און צוריק צווישן די שורות אויסגראדן זאכן, פרעגן מענטשן אויב זיי דארפן הילף און קוקן פאר גניבות. און ווי איך האב דיר געזאגט, איך באגעגן קיינמאל נישט קיין צווייטע ארבעטער. נישט דא קיין שמועסערייען. אין די מינוט וואס דו טוסט אן דעם העדסעט ארבעטסטו, און דו ארבעטסט אליינס אן אויפהער ביז ווען דו נעמסט אראפ דעם העדסעט ביים ענדע פונעם שיפט"
"אומגלויבליך". איז געווען די גאנצע וואס מייק האט געקענט זאגן.
פיטער האט געפרעגט, "טעילארייזער ציילט דיר אויך אראפ די מינוטן ביי דיינע ברעיקס אין בורגער-דזשי?"
"יא, יעדע מינוט באקומסטו א רעמיינדער"
אפילו די ברעיקס זענען געווען געפירט. מייק האט זיך יעצט געכאפט אז די ברעיקס אין בורגער-דזשי זענען אויך געווען אפגעטיילט, יעדער ארבעטער באזונדער.

אריינגייענדיג אין יענעם סופערמארקעט, האסטו גלייך געפילט דער חילוק וואס טעילארייזער האט געברענגט. יעדע צוויי דריי מינוט איז א ארבעטער פארביי געגאנגען, נישט קיין חילוק וואו דו ביסט געשטאנען אינעם געשעפט. די סחורה אויף די שאפעס איז אלעמאל געווען שטרענג גראד, ווי סאלדאטן אויפן מארש, און אלעס איז געווען אויפן פלאץ. די ערד איז געווען ריין זויבער. אויב האסטו געדארפט הילף האסטו פשוט געקענט בלייבן שטיין וואו דו ביסט, וויסנדיג אז אן ארבעטער וועט שוין דורכגיין סייווי.

די טעילארייזער האט זיך צוביסלעך אנטוויקלט אנצונעמען מער און מער אויפגאבעס. פונעם אנהייב האט טעילארייזער געקענט אויסשטעלן דעם סקעדזשול פאר די ארבייטער. עס האט ארויסגעדרוקט א בלאט פאר יעדן ארבעטער צו לייגן אויף זיין פרידזשידער, וואו עס זענען געשטאנען די וועכנטליכע שעות. אין ווערסיע 2.0 איז עס שוין געגאנגען ווייטער. טעילארייזער איז געווארן קאנעקטעד צו די טעלעפאן און אימעיל נעטווארקס, און עס האט אנגעהויבן רופן און שיקן אימעילס פאר די ארבייטער, זיי צו דערמאנען צו קומען אויף צייט. אויב א ארבעטער האט זיך נישט באוויזן, האט טעילארייזער געקענט רופן א צווייטן אויף זיין פלאץ. אויב דאס געשעפט איז געווארן פולער ווי גערעכנט, האט טעילארייזער געקענט אריינרופן נאך ארבייטער ארויסצוהעלפן.

אין ווערסיע 3.0, האט טעילארייזער צובאקומען דעם מעגליכקייט אויך אפצוזאגן ארבייטער. ווען איינער האט צופיל געשפעטיגט אדער געפעלט, האט אים טעילארייזער באפוילן צו גיין צו א דעזיגנירטע פלאץ אינעם געשעפט. דארט האט אים שוין אפגעווארט א סעקיוריטי גיי מיט פאפירן. און טעילארייזער האט אים אריינגעזאגט אין אויער אריין זיין אינפארמאציע, פארוואס ער ווערט אפגעזאגט, און פארגעליינט די בלעטער פאראגראף ביי פאראגראף, ווארטנדיג אויף א "אקעי" נאך יעדע פאראגראף. טעילארייזער האט אים באפוילן אונטערצושרייבן די פאפירן און דער סעקיוריטי גיי האט אים באגלייט (לויט טעילארייזער'ס באפעל) די גאנצע וועג ארויס. די לעצטע זאך וואס טעילארייזער האט אים געזאגט איז געווען "טו אויס דיין העדסעט און געב עס פארן סעקיוריטי גיי. גודביי"

עס האט נישט גענומען לאנג די נייעס זאל פארשפרייט ווערן. מענטשן האבן זיך שנעל געמאכט דעם חשבון, און אויב האבן זיי געדארפט שפעטיגן און זיי האבן שוין געשפעטיגט בעפאר, האבן זיי פשוט אריינגערופן טעילארייזער אויפן טעלעפאן זיך אפצוזאגן פון די ארבעט. א שאד צו קומען נאר אפגעזאגט צו ווערן "פערזענליך". טעילארייזער האט געשיקט די פארמאלע בלעטער אויף אימעיל, און געהייסן צוריקרופן כדי צו פארליינען די בלעטער אפיציעל, און דער ארבעטער האט עס אונטערגעשריבן. דאס האט שארף געשניטן די שפעטיגונגען.

אין ווערסיע 4.0, האט טעילארייזער צובאקומען די מעגליכקייט פון "אוטסאורסינג". לאמיר זאגן אז טעילארייזער האט באשלאסן אז עס איז צייט איבערצופארבן די ליניעס אינעם פארקינג לאט. טעילארייזער האט געמאכט דעם באשלוס נוצנדיג קאסטומער סורוועיס און דורכן פרעגן פון צייט צו צייט די ארבייטער איבער די פארקינג לאט, די פארב אינעם געשעפט, די דרויסנדיגע אויסקוק, דער דאך, אא"וו. א אינספעקטאר פונעם קאמפעני פלעגט אויך אראפקומען איינמאל א חודש און אריינלייגן אינפארמאציע איבערן געשעפט און די לאט ארום אינעם טעילארייזער סיסטעם.

ווען טעילארייזער האט געמאכט דעם באשלוס איבערצופארבן די שטרייפן אינעם פארקינג לאט, האט עס ארומגערופן אסאך קאמפעניס צו באקומען פרייזן. נישט אויפן טעלעפאן, פארשטייט זיך. עס האט עס געטון עלעקטאראניש דורכן אינטערנעט. אין די צייט זענען שוין רוב קאמפעניס געווען אריינגעשלאסן אינעם טעילארייזער נעטווארק, אפילו די קאמפעניס וואס האבן נישט גענוצט טעילארייזער צו מענעדזשען זייערע ארבייטער. די צוויי פראגראמען - די טעילארייזער סאפטוועיר לויפנדיג אינעם רעסטוראנט און די טעילארייזער סאפטוועיר לויפנדיג ביים פארקינג לאט מענטעינענס קאמפעני - האבן פארהאנדלט צווישן זיך דורך די אינטערנעט.

וויבאלד דאס איז אלעס געפארן עלעקטאראניש, האט די רעסטוראנט'ס טעילארייזער סיסטעם געקענט ארויסשיקן א פארלאנג פאר פארשלאגן פון אלע פארקינג לאט מענטעינענס קאמפעניס אינעם געגנט. די קאמפעניס האבן צוריקגעשיקט זייערע בידס דורכן נעטווארק. די רעסטוראנט'ס טעילארייזער סיסטעם האט זיך דאן פארבינדן מיט הונדערטער אנדערע טעילארייזער סיסטעמען צו טשעקן רעפערענסעס און באקומען פידבעק אויף פארגאנגענע עקספעריענס מיט יעדע פון די קאמפעניס. באזירט אויף די פרייזן און די פידבעק, האט טעילארייזער געקליבן א קאמפעני, פארהאנדלט די פרייזן, געמאכט א דעפאזיט און באשטימט דאטומען. דער גאנצער פראצעס פון אנהייב ביז ענדע פלעגט נעמען אונטער צען סעקונדעס.

ווי נאר די קאמיוניקאציע נעטווארקס צווישן די די אלע פארשידענע טעילארייזער סיסטעמען זענען אויפגעבויט געווארן, האבן זאכן אנגעהויבן אומבאקוועם צו ווערן פאר אלע ארבייטער. למשל, די טעילארייזער סאפטוועיר אין יעדן געשעפט האט געוויסט אלעס איבער יעדע ארבעטער'ס פערפארמענס אין מייקראסקאפישע דיטעיל - ווי אפט דער ארבעטער איז אויף צייט אדער פרי, ווי שנעל ער פירט אויס זיינע אויפגאבן, ווי שנעל ער ענטפערט דעם טעלעפאן און שרייבט צוריק צום אימעיל, די קאסטומערס רעיטינג פון דעם ארבעטער, אא"וו. ווען א ארבעטער האט איבערגעלאזט א געשעפט און פרובירט צו באקומען א דזשאב ערגעץ אנדערש, האט יעדע אנדערע טעילארייזער סיסטעם געקענט בעטן דעם ארבעטער'ס רעקארד. אויב דער ארבעטער האט געהאט אישוס - שפעט, שטאט, אומארגאניזירט - איז עס געווען כמעט אוממעגליך פאר אים צו באקומען א דזשאב סיי וואו. כמעט יעדע קאמפעני מיט מינימום וועידזש ארבייטער האט גענוצט טעילארייזער אדער אזא סארט סיסטעם, און ארבייטער רעקארדס איז געווען א מעידזשאר סחורה וואס האט געהאלטן אין איין שטראמען צווישן די קאמפעניס, און א ארבעטער מיט שוועריגקייטן ארויסצוקוועטשן פון אים פארדינסטן ביזן מאקסימום איז ארויף אויפן שווארצע ליסטע איבעראל זייער שנעל.

טעילארייזער איז געווען איבעראל, און עס האט געמענעדזשט ארום העלפט פון די גאנצע ארבעטס קראפט אין אמעריקע דורך העדסעטס, סעלפאונס און אימעיל. טעילארייזער האט אויך איבערגענומען א גרויסע שטיק פונעם גאווערמענט. עס איז געקומען צו א פונקט ווי צענדליגע מיליאנען מענטשן האבן גארנישט געטון ביים ארבעט נאר וואס זיי זענען געזאגט געווארן דורך א טעילארייזער סיסטעם.

איר קענט זיך פארשטעלן וואס דא איז געשען. טעילארייזער זאגט דיר אפ ווייל דו האסט פארפעלט אפאר מאל פון די ארבעט. יעצט פרובירסטו צו באקומען א דזשאב ערגעץ אנדערש, אבער קיין שום אנדערע טעילארייזער סיסטעם וועט דיר נישט אויפנעמען. עס איז פון אלעמאל אן געווען א באהאלטענע ווארענונג אינעם אמעריקאנעם עקאנאמיע - "אויב האסטו נישט קיין דזשאב, וועסטו נישט האבן קיין געלט און ווערן היימלאז". טעילארייזער האט גענומען דעם ווארנונג און פארשטייפט די שרויפן. אויב טוסטו נישט וואס טעילארייזער הייסט דיר, וועט עס דיר אפזאגן, דו וועסט נישט קענען באקומען קיין דזשאב אין ערגעץ. דאס האט געגעבן פאר טעילארייזער אבסאלוטע לעוורעדזש.

למשל, טעילארייזער האט געקענט אריינרופן נאך ארבייטער ווען עס האט אויסגעפעלט. דו וואלסט באקומען א טעלעפאן פון טעילארייזער און עס וואלט רואיג געזאגט, "צו דיין בורגער-דזשי רעסטוראנט זענען אנגעקומען מער קאסטומערס ווי גערעכנט. קענסטו העלפן?" די ווארט "העלפן" האט געמיינט, "קענסטו דא זיין אין ווייניגער ווי 10 מינוט?" דו האסט געקענט זאגן יא אדער ניין. דער פראבלעם איז אבער געווען אז אויב האסטו אפאר מאל געענטפערט ניין אויף אזא פראגע, האסטו זיך געפונען אינדרויסן. און ווי אלעמאל, האט דאס געמיינט אז דו ביסט יעצט אויף די שווארצע ליסטע איבעראל.

איינמאל דו האסט דאס ארויסגעהאט, ביסטו פשוט געווען געצוואונגען צו זאגן יא. דאס האט געמיינט אז די באשטימטע סקעדזשועלס האבן אנגעהויבן צו ווערן אומרעלעוואנט. טעילארייזער האט דיר גערופן ווען עס האט געוואלט. דאן האט עס אנגעהויבן דיר רופן אויך צו אנדערע רעסטוראנטן, דורך אפמאכן וואס די קאמפעניס האבן געהאט צווישן זיך. אז דער רעסטוראנט איז געווארן שיטער, האט דיר טעילארייזער אהיימגעשיקט, און דיר צוריקגערופן שפעטער ווען עס איז געווארן צוריק פארנומען. דו האסט נישט צופיל מאל געקענט זאגן ניין, וואס מיינט אז טעילארייזער האט דיר געקענט איבערהאקן דיין לעבן סיי ווען.

ווערסיע 4.0 פון טעילארייזער איז אויך געווען די ערשטע ווערסיע מיט עוורעדזש צייטן באשטימט פאר די אויפגאבעס. טעילארייזער האט געקענט הייסן קלינען א טוילעט, ווי געווענליך, אבער יעצט האט עס שוין געוויסט ווי לאנג דאס דארף נעמען. אויב האט גענומען צו לאנג צו וואשן די פאדלאגע אדער אפשווענקען די סינקס, האט טעילארייזער געזאגט "אונטערשטעליג". נאכן זאגן "אקעי" צו באצייכענען דאס ענדיגן די אויפגאבע פאר טעילארייזער, האט עס געקענט ענטפערן "דיין צייט איז געווען 4 מינוט מיט 7 סעקונדעס. עוורעדזש איז 3 מינוט מיט 30 סעקונדעס. זע זיך צוצופלייסן". די וואס זענען צופיל געווען אונטערשטעליג זענען אפגעזאגט געווארן, און פארשטייט זיך ארויף אויף די שווארצע ליסטע.
ביים סופערמארקעט, האט טעילארייזער געהאלטן חשבון ווי שנעל ארבייטער קומען אן פון פונקט א צו פונקט ב אינעם געשעפט, און זיי געווארנט ווען זיי האבן עס נישט געמאכט גענוג שנעל. עס איז געווען ווי ארבעטן ביי א אסעמבלי ליין, וואו זיי קענען מאכן עס זאל לויפן שנעלער צו מאכן די מענטשן ארבעטן שנעלער. אבער יעצט איז די אסעמבלי ליין געווען איבעראל, און אויב ביסטו נישט נאכגעקומען די פארלאנגען האסטו געוויסט אז דו וועסט ארויף אויפן שווארצע ליסטע איבערן גאנצן לאנד.

די מערסט קאנקרעטע חלק פונעם טעילארייזער סיסטעם, אבער, איז געווען די אפעקט וואס עס האט געהאט אויף די געהאלט. וויבאלד טעילארייזער האט זיך פארשפרייט צו אזויפיל ביזנעסער, איז די ברירה געווען צו ארבעטן פאר טעילארייזער אדער זיין ארבעטסלאז. ווען דו האסט אנגעהויבן ארבעטן ביי טעילארייזער, האט עס געצאלט מינימום וועידזש. עס איז נישט געווען קיין סיבה פארוואס עס זאל צאלן מער - דיין אויסוואל איז געווען מינימום וועידזש אדער זערא. עס איז נישט געווען קיין וועג וויאזוי צו בעטן א רעיז פון טעילארייזער. דו האסט געקענט אפזאגן, אבער נאכדעם וואו וועסטו גיין? צו א אנדערע ביזנעס וואס לויפט דורך טעילארייזער, וואס וועט דיר ווייטער צאלן מינימום וועידזש.

טעילארייזער איז דעריבער געווען א מאכטפולע קראפט אויף סאסייעטי, און דער איקוועישאן איז געווען זייער פשוט. דו האסט געקענט אננעמען די ארבעט פאר מינימום וועידזש, אדער האסטו געקענט זיין ארבעטסלאז און פארדינען זערא. אין יעדע מינוט וואלט טעילארייזער דיר געקענט ערזעצן מיט א צווייטן, און דאס האט געמיינט אז דו האסט געטון וואס מען האט דיר געהייסן פאר מינימום וועידזש אדער ביסטו אפגעזאגט געווארן. טעילארייזער, און די קאמפעניס וואס האבן עס גענוצט, האבן גוט פארשטאנען אז דאס איז די איקוועישאן. עס זענען געווען גענוג ארבעטסלאזע וואס האבן געקענט איבערנעמען דיין פלאץ ווי נאר דו האסט פארלאזט.

די אפעקט פון טעילארייזער איז געווען אוועקצונעמען דעם לייטער צווישן די קלאסן. אונטן זענען געווען די מענטשן וואס האבן נישט געקענט באקומען קיין ארבעט, די וואס זענען געווען אויף די שווארצע ליסטע. זיי זענען צוריק וואוינען ביי זייערע עלטערן אדער געשלאפן ביי א פריינט אויפן קאוטש.
דערנאך זענען געווען אלע ארבעטסלאזע. צוליב וואס טעילארייזער האט פארבעסערט עפישענסי און ארויסגעשניטן די מענעדזשערס, פלאס אוטסאורסינג צו אנדערע לענדער האט צוגענומען געוויסע ווייסע קאלנער דזשאבס, פלאס מאשינען ווי אויטאמאטישע טשעקאוט האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען, זענען געווען גענוג און נאך ארבעטסלאזע. זיי פלעגן ארומגיין א גאנצן טאג זוכן ארבעט, אבער אין א געוויסן זין האט עס נישט געהאט קיין פשט. די אלע פארבינדענע טעילארייזער סיסטעמען האבן געוויסט פון יעדע איינציגע מענטש וואס איז פריי צו טון ארבעט, אויב האט ער זיך נאר איינמאל אנגעטראגן צו איינע פון די טעילארייזער סיסטעמען איבערן לאנד. טעילארייזער האט אויך געוויסט דעם פערפארמענס פון יעדע איינציגע מענטש וואס האט נאר אמאל געארבעט אינעם סיסטעם. ווער עס איז געווען ארבעטסלאז איז גאר שלעכט געשטאנען.

דערנאך זענען געווען אלע מענטשן מענעדזשד דורך טעילארייזער. זיי האבן אלע פארדינט מינימום וועידזש. אויב האסטו אנגעהאט א העדסעט ביים ארבעט האסטו געמאכט מינימום וועידזש, און יעדער האט דאס געוויסט. און יעדער האט אויך געוויסט אז אויב וועסטו נישט טון וואס טעילארייזער הייסט דיר, אזוי שנעל ווי טעילארייזער הייסט דיר, וועסטו ווערן ארבעטסלאז און פארדינען זערא.

און דערנאך זענען געווען אלע אנדערע. דאקטוירים, אדוואקאטן, אקאונטענטס, אפיס ארבייטער, CEOs, פאליטיקאנטן. די CEOs און פאליטיקאנטן האבן געשארט הויפנס מיט געלט, און האבן קיינמאל נישט געדארפט טראגן קיין העדסעט.

מיט די צייט, האט טעילארייזער זיך אנגעהויבן אריינצורוקן אויך אין די ווייסע קאלנער סעקטארס. די בעיסיק איידיע איז געווען צו צוטיילן יעדע דזשאב אין קלענערע חלקים, אזוי קליין אז טעילארייזער זאל זיי קענען מענעדזשען. מענטשן האבן זיך דאס נישט געכאפט פריער, אבער כמעט יעדע דזשאב האט אין זיך חלקים וואס קענען ווערן ארויסגעשניטן זיי צו מאכן מער קאנטראלירבאר.

שפיטעלער, למשל, האבן אנגעהויבן צו לייגן העדסעטס אויף די דאקטוירים און כירורגן. עס האט געהאלפן מיט malpractice פראבלעמען דורכן זיכער מאכן אז יעדע סטעפ ווערט נאכגעפאלגט פונקטליך לויטן פראצעדור. די שפיטעלער האבן אויך געמאכט זייערע כירורגן סופער-ספעשילייזד. למשל, איינער האט געטון גארנישט מער ווי עפענען דעם ברוסטקאסטן פאר א הארץ אפעראציע. א צווייטער האט זיך באפאסט מיט די אדערן. א דריטער איז אריינגעקומען און איבערגעקוקט די ארבעט און צוריק פארמאכט דעם ברוסטקאסטן. דאס האט געמיינט אז מיט די צייט זענען מענטשן טרענירט געווארן צו טון אלע זייטיגע קליינע ארבעט פאר אסאך ביליגער, ביז ווען כמעט די גאנצע ארבעט פונעם צוטיילטן אפעראציע איז געטון געווארן דורך סופער-ספעשילייזד ארבייטער. טעילארייזער האט געסקעדזשועלד 5-10 רוטין אפעראציעס אויפאמאל, מיט נאר איין עכטע כירורג איבער די אלע ארבעטער. זיי האבן אלע אנגעהאט העדסעטס, און טעילארייזער האט קאנטראלירט יעדע סעקונדע פון זייער ארבעטס צייט.

די זעלבע סופער-ספעשילייזד צוגאנג איז אויך אנגעגאנגען ביי אסאך אנדערע ווייסע קאלנער דזשאבס. עס איז געווען איבערראשנד ווען העדסעטס האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אין נייע געביטן, און ווען דו האסט דאס געזען האסטו געוויסט אז די מענטשן זענען דארט איינגעשפארט, אז זיי ווערן באפוילן וואס צו טון יעדע סעקונדע פון זייער טאג, און אז די וועידזשעס אין דעם געביט זענען אויפן וועג אראפ.

(פארזעצונג קומט אי"ה)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

WOW איז פשוט נישט דאס ווארט..
נישט דא קיין ווארט אינ'ם דיקשענערי מיט וואס כ'קען יעצט עקספרעסען מיין פילונג..

קען איך נאר בעטן א בקשה כל העתיד..
ווי וואנט מארר!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

באשעפער אין הימל! וויפיל טאלאנט גייט אריין אין איין מענטש? יוי ביזטו גוט!

גיי אן, דא און אין אנדערע אשכולות, מיר שלינגען מיט דארשט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב איין ווארט: דזשורנאל
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דערווייל קוקט אויס ווי עפעס א טעילארייזער האט איבערגענומען אונזער יענגס ניק, דער כח הדמיון דא איז בעסער ווי א מענטשליכע מח קען זיך אויס׳משל׳ען..

דו האסט טאלאנט און א שפראך איינס אין די וועלט!
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

אזא מיקרא-כירורג... וואס האט עס מיט פאליטיק?
אה יענג!!
מלך שהשלום שלו
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

כ'האף אז די סעלושן עט זיין נאך זאפטיגער...
מלך שהשלום שלו
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

Wow!!!
Sorry for my misspellings
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”