די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילד

סאוויעטן פארבאנד מאסקווע, תמוז תשי"ט - עס איז ערב שבת קודש. ווי דער נאכט פאלט, ווענדט ער זיינע טריט אויפן וועג צום לאקאלן בית הכנסת. עס איז היינט נישט ראש השנה, אויך נישט יום כיפור. עפעס אן אומבאקאנטע אורזאך, מעגליך די העלדישע מסירת נפש פון אידן דא אין שטאט זיך האלטנדיג פעסט ביי אידישקייט אונטער די אייזערנע פורהאנג פון די קאמוניסטישע רעזשים ווירקט אויף איהם.

מאטל לייב, א דריי און פופציג יעריגער דאקטער, איז דער הויפט יוראלאגישער כירורג אינעם גרויסן 'בית ישראל שפיטאל' אין באסטאן מאסאטשוסעטס. ער געפינט זיך אין רוסלאנד מיט א גרופע דאקטורים פון די פאראייניגטע שטאטן צו באזוכן שפיטעלער ארום 'לענינגראד' און 'מאסקווע', צו אויסטוישן געזונטהייט אינפארמאציע און כדי צו לערנען ווי אזוי די רוסן פראקטיצירן מעדיצין.

צו די זעלבע צייט, קומט פאר אין מאסקווע א היסטארישע אויסשטעלונג וואס איז באקאנט אלס "די אמעריקען נעשאנעל עקסיבישן" (the American National Exhibition). עס איז געווען געציילטע יארן נאך וואס דער רוסישער פרעמיער סטאלין איז געשטארבן האבן די סאוויעטן אין די מיטעלע 1950'גער יארן עטוואס אונטערגעהויבן דעם אייזערנעם פורהאנג און פארגרינגערט פאר אמעריקאנע צו רייזן אין געקליבענע געגענטער אין לאנד, פרובירענדיג צו אנשטעלן א מער מעסיגע אנזעהן פאר די וועלט.

די אויסשטעלונג איז געווען א צוזאמען ארבייט פונעם אמעריקאנעם ווייס-פרעזידענט 'ניקסאן' און רוסישן פרעמיער מיניסטער 'כרושטשאוו', צו פארבעסערן די באציאונגען און נענטער ברענגען דיפלאמאטישע פארבינדונגען צווישן די צוויי לענדער דורך מיטטיילן זייער פארגעשריטענקייט אין פארשידענע געביטן און אין זייער בעסערע לעבענסשאפט. דאס האט אויך געברענגט א שטילע פארדאכט צווישן די געהיים-אגענטור'ן פון די צוויי לענדער און האט זיי שטארק באאומרואיגט אז דער פיינט וועט דאס אויסנוצן צו אינפילטרירן דעם אנדערן מיט שפיאנען.

וואס איז אין ווירקלעכקייט געווען וואר...

נאך א מאנאט פון רוסישע אויסשטעלונגען אין די מאנאט פון יוני אין די שטאט ניו יארק, איז אין יולי פארגעקומען די אמעריקאנע אויסשטעלונג אינעם גרויסן סקווער פונעם סאקולניקי-פארק אין מאסקווע דורך די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, צייגענדיג נייע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע ערפינדונגען פאר'ן צוקונפט און פארשטעלן 'אמעריקאנע קאפיטאליזם'. עס איז דאן געוויזן געווארן די צוקונפטיגע טעכנאלאגיע'ס, ווי די"ש וואשער"ס און וואש מאשינען און נאך נייע ערפינדונגען וואס האבן פארמירט א העפטיגע היסטארישע דעבאטע דורך די פירער פון די צוויי לענדער.

ביי די עפענונג פון די אויסשטעלונג אין מאסקווע איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן דעם אמעריקאנעם ווייס-פרעזידענט ניקסאן און דעם רוסישן פרעמיער מיניסטער כרושטשאָוו איבער וואס איז בעסער און גלייכער פארן פאלק - קאמוניזם אדער קאפיטאליזם. די טייל היציגע און טייל קאמישע דעבאטע איז באצייכנט אין די היסטאריע אלס "די קיטשען דיבעיט" (the kitchen debate of 1959).

בילד
בילד

רוב פון די אמעריקאנע סטודענטן וואס זענען געקומען צו פארן אלס פאָרשטעלער צו די אויסשטעלונג, זענען בעפאר פארגעברייט געווארן אין געהיים דורך די סי-איי-עי ווי צו אומקוקן ארום זיך - עטוואס מער ווי די אויסשטעלונג. די סאוועטישע שפיאנאזש אגענטור די קעי-דשי-בי האט דאס ערווארטעט, און האט דערפאר ספעציעל פארמערט אגענטן צו אבזערווירן די אמעריקאנע באזוכער מיט וועם זיי האבן סיי וואספארא פארבינדונג און נאכגעקוקט מיט פארדאכט יעדע פון די אמעריקאנע אמבאסאדארן וואס זענען געקומען אלס פאָרשטעלער פאר די אויסשטעלונג.

עס איז פרייטאג צונאכטס. אויף איינע פון די גאסן טוט מאטל לייב שפאנען פון זיין האטעל צימער ווענדענדיג זיינע טריט צום גרויסן בית הכנסת. עס באווייזט זיך דעם גרויען האריזאנט וואו די זוהן ווארפט אירע לעצטע שטארלן איבער די מאסקווער טורעם-שפיצן און א שבת'דיגער אטמאספער נעמט ארום יעדען ווינקל וואו זי ווערט אויפגענומען אונטער פארשטעלטע שויבן

בילד
די מיסטריעזע טאשקע
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

און?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווארטן מיר אויפן המשך בכליון עיניים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

צענדליגע פארזעצונגען זענען שוין אנגעהויבן געווארן אין די וועלטל
זייער אסאך זענען אפגעשטעלט געווארן אינדערמיט. און מיך געלאזט מיטן צינג אינדרויסן...
כהאב מיך מקבל געווען בל״נ מליינט נישט נאר וואן אלעס איז פערטיג...

שכוח בענקל
המתחיל אומרים לו גמור...
על "טעם וריח" אין להתווכח
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יש מזל האט געשריבן:רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....

וואו קומט דא אריין שמעלקע? אונז האמער דא בענקל לייוו!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....

וואו קומט דא אריין שמעלקע? אונז האמער דא בענקל לייוו!!!

ווייל טאמער זוכט ער נאך אלץ די טאשקע, וויל ער נאר עם זאגן אז לכאורה ווייסט שמעלקא ווי ס׳ליגט.... אשטייסט????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פארוואס מיינסטו האט שמעלקע נישט גענדיגט, ער ווייסט אויך נישט וואו עס ליגט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

חחח... חברה עטס זענטס גוט!

קוקטס. עס ווערט געשריבן אין 'זכור ימות עולם'.
דאָס איז אן אמת'ע געשיכטע, מיט עכטע נעמען און פאקטן. די בילדער זענען עכטע בילדער (אויסער דער דעקל בילד וואס איז מעשה ידי) און די טאשקע איז די עכטע טאשקע פון די געשיכטע מיט וואס די מעשה האט פאסירט.

שמעלקא האלט מיט מיט הנאה אונטער די קוליסן.

נישט זיך שרעקן. עס איז נישט אזוי שרעקעדיג. דער אויבערשטער וועט העלפן!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח ר' בענקל!

#טאשקע......
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מאָטל לייב'ס 'שפינענדיגע' געדאנקען טוהן 'אנטווירן' זיינע זעהלישע פארבינדונגען צו שטעטעלעך וואס זענען איהם יעצט נענטער ווי אלעמאל אין געאגראַפישען אבשטאַנד, אבער איז שטענדיג נאענט ביי איהם אין הארצן.

די געדאנקען שווימען איהם צוריק אזוי, צו די גאר פריע יארן פונעם 19'טן יארהונדערט. ווען אין א שטעטל אין ליטא אין די 'ווילנע גובערניע', אין א דערפעל 'אלקעניק', האט דארט געוואוינט אין שטעטל די עלטער זיידע פון מאטל לייב, 'משה שמעון'. אלע אין דארף האבן איהם געקענט אלס "משה מיטן רויטן בארד". דארט האט נאך דערנאך געוואוינט מאטל לייב'ס פאטער 'שמעון' מיט זיינע זיידע און באבע נתן און פייגל.

עס דערמאנט איהם א טרויער קאמיש עפיזאד וואס האט פאסירט צו זיינע עלטערן אין זייער יוגנט. אין א שטאט א הונדערט קילאמעטער פון אלקעניק מיטן נאמען 'סווענציאן' (שווינציאן Švenčionys) א גרויסע מיליטעריסטישע שטאט, האט געוואוינט א מיידל שרה יטא מיט איהרע עלטערן גדליה און מרים פאללאק. גדליה האט געהאט א געשעפט פון וואס ער האט גאר שיין פארדינט, האבנדיג די ארמיי אלס זיינע גרעסטע און איינציגע קונדן וואס האבן באצאלט מיט הארטע באנקנאטן.

גדליה האט זיך מיט יארן שפעטער ארויסגעלאזט קעגן די ווילן פון זיין פרוי קיין אמעריקע, ווייל צו גדליה'ס אויערן זענען אנגעקומען קלאנגען אז אין אמעריקע זענען די שטראוזן אויסגעפלאַסטערט מיט ציגל פון ריין גאלד. געהאט האט גדליה א פלאן אהיים צו ברענגען קיין 'סווענציאן' א שיינע פאר קילא גאלד גענוג פאר זיך און פאר די פאמיליע ביז ענדלאזע דורות און לעבן ווי א פרעמיער.

עס איז געווען מיטוואך פארטאגס, י"ב אייר תרנ"א. גדליה געפינט זיך אינעם ווייטן אמעריקע זוכענדיג גאלדענע גליקן. אין זיין היימשטאט סווענציאן איז די גאנצע שטאט איינגעזינקען אין א טיפן שלאף, ווען פלוצלינג האט ל"ע אויסגעבראכן א העלישע פייער. די לאקאלע פייער בריגאדע איז געשווינד געווארן אלאמירט אבער ווען זיי זענען אנגעקומען האבן זיי זיך נישט געקענט ספראווען מיט די ווילדע און גאלאפירענדע פייער צונגען וואס האט אינצווישן פארכאפט איבער פופציג הייזער און געשעפטן מיט אלע זייערע האב און גוטס. די שטאט סווענציאן האט נאכנישט געהאט געקומען צו זיך פון א טראגישע פייער פיהר יאהר צוריק און יעצט ווידער א פייער מיט גרויסע פארלוסטן פון פארמעגנס.

בילד
אויסשניטן פונעם צייטונג 'המליץ' וואו עס איז געווען באריכטעט די צוויי פייערן אין סווענציאן

אינצווישן די ברויזענדע פלאמען האט זיך געפונען גדליה'ס היים און געשעפט וואס איז גיך ארויף אין פלאמען. די פאללאק פאמיליע איז געווארן טאטאל פארארעמט ווי דער נאכט און אָן א דאך איבערן קאפ. איינע פון די קלייניגקייטן וואס איז געלונגען ארויסצוראטעווען צווישן די אַש איז געווען א צויבערישע גאלדענע פרויען זייגער'ל מיט א האלב-רונד פון טייערע איידלשטיינער אויף איהר צודעק מיט א שליסל וואס איז געהאנגען צו דער זייט.

נישט האבנדיג קיין רובל אין קעשענע צו קויפן עפעס עסן פאר די הונגעריגע הויזגעזינד האט די מוטער מרים ארויסגעשיקט איהר צעהן יעריגע שרה יטא מיטן זייגערל צו פארקויפן. דאס מיידעלע דרייט זיך ארום אליין פון איין געשעפטסמאן צום צווייטן, אלע זענען זייער פארארימטע נישט האבענדיג די סומע צו די ווערד פון די שיינע צירונג. איין געשעפטסמאן האט איהר פארגעשלאגן זי זאל גיין צו די מער רייכע געגענטער וואו זי וועט קענען לייזן אפאר רובל.

אינעם קראם האט זיך פונקט געפונען א צוועלף יעריגע בחור'ל וואס האט געזוכט צו קויפן א זייגער און הערט די פארשלאג פונעם געשעפטסמאן. ער פאלגט איהר נאך ארויס פונעם געשעפט און שלאגט איר פאר א סומע. זיי האנדלען אויפ'ן פרייז און צום ענדע געשלאסן א געשעפט. ביידע זענען אהיים געלאפן מיט פרייד. זי צו די מאמען מיט א פאר רובל אין די האנט צו שפייזן די פאמיליע און ער מיט א הערליכע זייגער'ל פון טייערע שטיינער.

יארן זענען זיך פארלאפן. אין ענדע פונעם 19'טען יאר-הונדערט נאכדעם וואס די שטרענגע אימיגראציע געזעצן זענען לויזער געווארן, האבן מיליאנען אידן געזוכט צו פארלאזן די צארישע רוסישע אימפעריע, איבערלאזנדיג זייער הייזקעלעך און שולן, זוכענדיג א זיכערער ארט פאר זייער צוקונפט. פארלאזנדיג אין די מאסן זייער שטעטעלעך פון "דער תחום-המושב" (pale), וואו אידן האבן זיך שטארק אנגעליטן פון יערליכע פאגראמען און גרויס ארעמקייט.

מאטל לייב'ס פאטער שמעון האט אין יאהר תרנ"ז אימיגרירט מיט זיינע עלטערן און פאמיליע קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין באסטאן מאסאטשוסעטס. אזוי אויך זיין מוטער שרה יטא האט דעם זעלבן יאהר אימיגרירט קיין אמעריקע מיט איר פאמיליע. ביים לאנדן אויף די האפן אין עליס איילענד נאך א שטורמישע רייזע מיטן דייטשן שיף 'קארלסרוהע', האבן זיך אלע צושפרייט יעדער צו זיין געקליבענע שטאט. גדליה האט זיך שוין דערווייל באקאנט געמאכט אין באסטאן און טאקע געטראפן גאלדענע גליקן אין אמעריקאנע ערד אלס א גרויסע ריעל-עסטעיט מאגנאט.

אייניגע יאהר זענען פארביי. א גרויסע פרייד ביי די אידישע געמיינדע אין באסטאן, מען האט געשלאסן א שידוך צווישן צוויי אימיגראנטן פון ווילנע. אינמיטן די לחיים ווען פריידיגע וואונטשן הערן זיך פון אלע זייטן, הערט זיך פלוצלינג פון די פרויען זייט אן אויערן פארטויבענדע קוויטשע. די כלה שרה יטא האט כמעט גע'חלש'ט. זי האט באמערקט ווי א שוועסטער פון איהר חתן שמעון איז נארוואס אנגעקומען צו די לחיים און אויף איהר קלייד איז אנגעהאנגען א הערליכע זייגער. זי האט קלאר דערקענט אז דאס איז די גאלדענע זייגער מיט די טייערע איידלשטיינער וואס איז איבערגעליבן פון זייער פארברענטע הויז אין 'סווענציאן' און האט דאס דאן געמוזט פארקויפן פאר אן אומבאקאנטע בחור'ל צו לייזן אפאר רובל.

פייגא, די מוטער פונעם חתן האט אלעמען בארואיגט, דערציילענדיג ווי דער חתן שמעון האט דאס ווי א בארופליכער סוחר אפגעקויפט נאך ביים מארק אין ווילנע פון א יונג מיידל וואס איז געווען אין נויט פאר א ביסן אין מויל...

מאטל לייב'ס פאטער שמעון האט זיך אין באסטאן ארויפגעארבעט אלס ערפאלגרייכער פיש האולסעילער און האט מיט זיין מוטער שרה יטא אויפגעצויגן א פאמיליע פון זיבן קינדער, מיט מאטל לייב אלס דער עלטסטער און האבן דארט זיך אויסגעלעבט זייער גליקלעכע יארן.

די קאמישע פאמיליע געשיכטע ווי אזוי זיינע עלטערן האבן זיך יונגערהייט יארן בעפאר זייער שידוך שליסן אין אמעריקע געטראפן אין ווילנע, ברענגט איהם אלץ ארויף א שמייכל. אבער נישט אין מאסקווע, דא גייט יעדער שטענדיג מיט פארשטייפטע געזיכטן און פארדעכטיגטע בליקן.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

עס לוינט זיך אוועקצוגעבן יעדע רגע און שטילען די דארשט פון בענקל'ס פענע
א גרויסן יש'כ כבוד הרב בענקל
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אקעי. האמיר עפעס צייט. וועל מיר פרובירן ארויפלייגען וואס מיר האבן שוין אין דרעפט און דאס איבעריגע וועל מיר אי"ה צו לייגן און צו ענדיגען.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אינעם גרויסן מאסקווער בית הכנסת אויף די ספאסאגלינישטשעווסקי געסל, האט דאן געדינט אלס רב און ראש ישיבה, הגאון הרב יהודה לייב לעווין ז"ל. ער איז געבוירן געווארן אין תרנ"ד צו זיין פאטער רבי אלי-הו שמואל אין ניקאפאל אין יעקעטרינאסלאוו אוקראינע, וואו זיין פאטער איז געווען רב. הרב יהודה לייב איז געווען אן אפשטאמיגער פון רבנים גאונים און גדולי הוראה, אזוי ווי הג"ר רפאל הכהן כ"ץ אב"ד אין האמבורג, דער מחבר פונעם ספר "תורת יקותיאל".

אלס א מעגליכער טייל פון די געשיכטע און אלס מאסקווער רב אין די צייט, ווילן מיר זיך אביסל באקענען מיט א קורצע ביאגראפיע פון דעם מאסקווער רב און איבער די שטורמישע קאנטראווערסיע וואס זיין באזוך האט אנגעמאכט איבער די וועלט, זייענדיג אין ניו יארק אין די באגלייטונג פון א קעי דזשי בי אונטערהער אפאראט.

אלס יונג קינד האט רבי יהודה לייב געלערנט מיט זיין פאטער אינדערהיים אין נאקאפאל ביז צו די פערצן יאהר ווען זיין פאטער איז אוועק. נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תרס"ה, האט ער זייער געוואלט פארן קיין 'ראדין' צו לערנען אין די ישיבה פונעם 'חפץ חיים' אבער איז צום סוף נישט צושטאנד געקומען.

דאן איז ער געפארן לערנען קיין קובנא אין ישיבת כנסת בית ישראל. שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבה אין 'ניזשין' און שפעטער אין ישיבת בית יצחק אין סלאבאדקע. אין תרע"ו האט ער באקומען סמיכה אין איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין 'גרישינא', א דארף אין אוקראינע. אין תש"א מיט די אנקום פון די צווייטע וועלט מלחמה האט ער געוואנדערט קיין מזרח אין זיך באזעצט אין א שטעטל אין אוזבעקיסטאן וואו ער איז פארבליבן ביז נאכ'ן קריג. נאכ'ן קריג איז ער צוריק קיין גרישינא וואו האט זיך צוריק פאראייניגט מיט זיין פאמיליע.

אין תשט"ז איז הרב יהודה לייב געווארן איינגעלאַדענט צו די שטאט 'סוכומי' אין גרוזיע, וואו ער האט זיך געטראפן מיט דעם דעמאלטיגן מאסקווער רב 'הרב שלמה שלייפער ז"ל'. הרב שלייפער האט איהם גערופן קיין מאסקווע און איהם אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין זיין ניי-געעפנטע ישיבה. די איינציגסטע ישיבה וואס איז געווארן געעפנט מיט די אפיציעלע ערלויבעניש פון די רוסישע רעגירונג. די צאל באטייליגטע אין די ישיבה איז קיינמאל געווען מער פון צוואנציג איינגעשריבענע.

די ישיבה האט ער א נאמען געגעבן "ישיבת קול יעקב" נאך זיין פרוי'ס זיידע הרב יצחק יעקב ריינס דער אב"ד פון סווענציאן ליטא. די ישיבה איז געווען קווארטירט אינעם גרויסן מאסקווער בית הכנסת אויף ספאסאגלינישטשעווסקי געסל, היינט ארכיפאוו גאס, און איז געווען אונטער די שטענדיגע וואכזאמע אויגן און אויערן פון די קאמוניסטישע רעגירונג.

די קומענדיגע יאהר אין תשי"ח, נישט קענענדיג איבערטראגן די שטענדיגע דרוק פון די רעגירונג, איז דער מאסקווער רב הרב שלמה שלייפער, בשעת ווען ער האט איבערגעגעבן א שיעור, פלוצלינג געטראפן געווארן מיט א הארץ אטאקע ל"ע און איז אוועק פון דער וועלט. נאך די פטירה פון הרב שלייפער האט די הנהלת הקהילה, א קאמיטע פון צוואנציג עלטערע מיטגלידער פון די קהילה וואס זענען געשטעלט געווארן דורך די רעגירונג, אויפגענומען דעם ראש ישיבה הרב יהודה לייב לעווין אויך אלס הויפט רב אין מאסקווע.

בילד

די מיטגלידער פון דער קאמיטע פון צוואנציג זענען געווען באשטימט דורך די רעגירונג אין יעדע ביהכ"נ איבער רוסלאנד וואס האט באקומען ערלויבעניש צו פונקציאנירן. די מיטגלידער פון די קאמיטע זענען אין פיל באקאנטע פעלער געווען אויסגעשפראכענע 'אינפארמאנטן' פאר די רעגירונג און פלעגן איבערגעבן פאר זייער אויבערהארן אין די 'קעי דזשי בי', זייער אייגענע אידישע ברודער סיי וועם מען האט געזעהן פארלעצן די קאמוניסטישע געזעצן. דאס אליין האט געווארפן א שטענדיגע שרעק ביי אלע באזוכער און ביהכ"נ, נישט וויסנדיג וועם מען קען געטרויען.

אלס מאסקווער רב האט הרב יהודה לייב לעווין זיך פיל מאהל געמוזט מוסר נפש זיין צו העלפן די אידן אין מאסקווע און פון איבער גאנץ רוסלאנד. איינשטעלנדיג זיין אפיציעלע רעגירונג'ס סטאטוס אלס דער מאסקווער רב און פארארבייט אויף פארשידענע וועגן צו העלפן די רוסישע אידן זיך האלטן ביי אידישקייט אונטער די אויגן פון די סאוועטישע רעזשים, דערביי אנהאלטנדיג זיין אנזעהן אלס שטיצער און געטרייע בירגער פאר מוטער רוסלאנד.

הרב לעווין איז שארף קריטיקירט געווארן דורך אידן איבער די וועלט פארן עפענטליך אויסלויבן די סאוועטישע רעזשים.

דאס איז פארגעקומען אין תשכ"ח ווען ער איז ערלויבט געווארן דורך די קרעמלין צו פאָרן קיין ניו יארק צו איבערצייגן פאר די אידן און פאר די גאנצע וועלט אז אידן רוסלאנד לעבן אין פרייהייט פונקט ווי אלע רוסישע בירגער און זענען פריי צו פראקטיצירן זייער רעליגיע גלייך ווי אלע אידן אין די פרייע וועלט.

צוליב די אנטי מדינת ישראל שטעלונג פון סאוויעט רוסלאנד איז די רייזע צושטאנד געקומען און אפיציעל פינאנצירט געווארן דורך צוויי אנטי ציוניסטישע ארגאניזאציעס אין אמעריקע. די רייזע איז נאכגעגעבן געווארן דורכ'ן קרעמלין נאך פריעדיגע פארלאנגען דורך אנדערע ארגאניזאציעס. דורכאויס די צוויי וואכן, פון כ"ב סיון ביז ו' תמוז וואס הרב לעווין האט באזוכט ניו יארק, איז ער איינגעשטאנען אין דעם 'עסעקס הויז האטעל' אין מאנהעטן, וואס איז דורכאויס דעם באזוך פארוואנדלט געווארן אין א אידישע צענטער וואו עס איז געווען טעגליך מנינים פאר אלע תפילות און האט געווירבלט מיט פיל באזוכער פון פארשידענע פערזענלעכקייטן.

דער מאסקווער רב איז געווארן ארומגעפירט צו באזוכן אין פילע אידישע אנשטאלטן און ארגאניזאציעס, קהילות, בתי מדרשים, ישיבות און חסיד'ישע מוסדות'ער וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט רעדעס און האט אָנזעהנדליך געווארן באצויבערט פון אזויפיל אידישע אקטיוויטעטן און בליענדע וואוקס אין אידישקייט אין די פרייע אמעריקע.

בילד

כאטש אין הויכן עלטער פון 74 און נאכן זיך פארהיילן פון א הארץ אפעראציע אין מאסקווע, האט דער מאסקווער רב - דער ערשטער אפיציעלער באזוכער פון אונטער די אייזערנע פורהאנג פאר איבער פופציג יאהר - ארומגעפארן באזוכן אין פילע געגנטער. די היסטארישע באזוך האט געצויגן פיל אינטערעסע ביי אלעמען צו זעהן און צו הערן פון אזא פערזענליכקייט. דער רב איז גערופן געווארן צו רעדן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערזי. פון פאלסבורג נ"י אין די קעטסקיל בערג, ביז בארא פארק און פלעטבוש אין ברוקלין, ביז קווינס און מאנהעטן.

זיין שלאנקען הויעכן געשטעל מיט'ן ברייטען ווייסן בארד און שווארצן רוסישן קאפאטע האט געמאכט ביי אלעמען זייער א בכבוד'יגען איינדרוק. איבעראל איז ער פארבעטן געווארן צו האלטן א רעדע פאר פילע באטייליגטע וואס איז געזאגט געווארן אין בלויז 'אידיש' געפלאכטן מיט פסוקים און מאמרי חז"ל. איינע פון די געציילטע אויפטריטן וואס האט געזאלט פארקומען איז געווען פאר די בחורים פון די גרויסע סאטמאר'ע ישיבה, אבער איז צווישן אנדערע אויפטריטן נישט צושטאנד געקומען צוליב דעם מאסקווער רב'ס איבערגעפולט'ן סדר היום. עס איז נישט מעגליך געווען ערפילן די פילע פארלאנגען צו ערשיינען ביי אלע איינלאדונגען אין קוים צוויי וואכן.

בילד

דורכאויס די צוויי וואכן וואס הרב לעווין האט געוויילט אין די פרייע דעמאקראטישע אמעריקע האט איהם אבער די לאנגע הענט פון די רוסישע געהיים פאליציי באגלייט אויף טריט און שריט.

איבעראל וואו ער איז געגאנגען איז ער געווען אין די באגלייטונג פונעם לענינגראד'ער חזן, 'חזן דוד טיסקין', וואס איז מיטגעקומען מיט איהם פון רוסלאנד.

פאר די ניו יארקע צייטונגען האט חזן טיסקין זיך פארגעשטעלט אלס א רוסישער אינזשעניר. דער חזן האט ביי פילע אויפטריטן מיטן רב זיך געלאזט הערן פון זיין שטימע מיט רוסישע לידער און דערביי זיך צושפילט מיט זיין רוסישן גיטאר.

חזן טיסקין האט געהאט נאך א אויפגאבע אלס דער אפיציעלע באגלייטער פון דעם מאסקווער רב אויף די ניו יארק'ע גאסן. ער האט געהאט מיט זיך אן אונטערהער-אפאראט און איז געווען באויפטראגט דורך די קעי דזשי בי צו רעקארדירן יעדע רעדע און שמועס פונעם מאסקווער רב און האט די פארלאנג געמוזט אויסגעפירן.

צווישן די פילע רעדעס און אויפטריטן, איז די גרעסטע און די מערסטע געדעקטע רעדע געווען אין די ערשטע טעג פון זיין באזוך. דאס איז פארגעקומען מיטוואך אווענט כ"ג סיון אין די גרויסע 'האָנטער קאלעדזש אדיטאריום' ביי די 68'סטער גאס און פארק עוועניו אין מאנהעטן נ"י פארענט פון איבער צוויי טויזנט באטייליגטע. א געמיש פון אלע סארטן אידישע גרופעס, פון פרומע ארטאדאקסן ביז אלטרע קאנסערוואטיווען, אלע האבן זיך אריינגעשטופט אינעם זאל צו הערן וואס דער רוסישער רב האט צו פארציילן איבער די פארנעפלטע מצב פון די אידישע געמיינדעס אונטער די נעגל פונעם רוסישן בער.

ביים אריינפיר צו דעם אווענט האט חזן טיסקין געזונגען דריי רוסישע פאלקס-לידער באגלייט מיט זיין גיטאר און באצויבערט די באטייליגטע מיט זיין ווארימע שטימע. דאן איז געוויזן געווארן א פילם מיט בילדער פון די רעליגיעזע לעבן פון אידן אין מאסקווע. דאס איז געווען קינסטלעריש אהערגעשטעלט דורך די סאוועטישע רעגירונג, אבער קענטליך א פראפאגאנדע פראיעקט. מען האט געוויזן בילדער פון אידן אין דעם מאסקווער שוהל מיט דעם רב. א מצה בעקעריי ביים באקן מצות; א שוחט ביים שעכטען הינער, א בילד ווי אידן טאנצן שמחת תורה, א מקוה, א בילד ווי א שיעור ווערט געגעבן דורכ'ן רב אינעם גרויסן כארל בית הכנסת און ווי עלטערע אידן לערנען מיט'ן רב אין ישיבת קול יעקב.

בילד

א איד א געראטעוועטער פונעם טרויער-בארימטען לאגער אין טרעזיענשטאט, זעהנדיג די בילדער האט זיך אנגערופן מיט ביטערניש: "ענליכע פילמען האבן די נאצי-רוצחים רעקארדירט אין טרעזיענשטאט, כדי צו ווייזן אז אידן לעבן זיך דארט גוט..."

אום ניין אזייגער איז הרב יהודה לייב לעווין ערשינען אויף די בינע מיט'ן שווארצן קאפאטע.

"דערלויבט מיר איבערצוטראגען אייער מאניפעסטאציע און געפילן פון באגייסטערונג, צו די אידן אויף יענער זייט, אין סאוועט רוסלאנד". איז געווען די געלאסענע אפהילכענדע ווערטער אין די שטילקייט. די רעדע איז געווען דורכגעפלאכטן מיט דברי תורה און מאמרי חז"ל. דער רב האט גערעדט וועגן שלום קעגן פאשיזם דערמאנעדיג בארבאריזם פון נאציזם קעגן אידישן פאלק.

"שלום צו אייך ברודער און שוועסטער איך ברענג אייך פלאמעדיגע און ברודערליכע וואונטשען אין נאמען פון רעליגיעזע אידן אין סאוועט רוסלאנד". האט דער רב געזאגט. "כאטש איך באטראכט זיך ניט אלס פארשטעהער פון דעם גאנצן סאוועטישן אידענטום. איך בין געשיקט געווארן פון די אידן פון דער מאסקווער כאָר-שוהל, האלט איך אז דאס גאנצע רעליגיעזע אידענטום אין סאוועט רוסלאנד, איז מסכים מיט מיר".

"עס איז פאר מיר געווען שווער צו מאכן די רייזע צו אייך, ווייל איך האב לעצטנס דורכגעמאכט א שווערע אפעראציע. איך בין אבער צו אייך געקומען מיט צופרידענהייט, ווייל איך ברענג אייך א ספעציעלן רוף פאר שלום, כדי צו פארשטארקן דעם פריינטליכע פארבינדונגען צווישן אונזערע ברודער. ספעציעל אויך, אז שלום זאל הערשן צווישן אונזערע לענדער. איר און איך לעבן אין די צוויי גרעסטע און שטארקסטע לענדער אין דער וועלט. פון זייערע באציאונגען איז אפהענגיג דער הויפט שלום אין דער גאנצער וועלט. איר און איך דארפן מאכן אלע אנשטרענגונגען און אנווענדן אלע כוחות, כדי צו פארזיכערן, אז שלום זאל הערשן צווישן אונזערע לענדער. און אויב איר און איך וועלן מאכן דעם געהעריגען ביישטייער צום אלגעמיינעם שלום, צו וועלכן די גאנצע וועלט שטרעבט, וועט דאס מיינען, אז אונזער מיסיע וועט דערגרייכט ווערן און מיר וועלן האבן א גרויסע באפרידיגונג. אויב מיר וועלן דאס דערגרייכן, וועט מיין איצטיגע רייזע ניט האבן באשווערט מיין געזונט צושטאנד".

ער האט פראקלאמירט אין זיין רעדע, אז אלע באגרענעצונגען אויף אידישקייט זענען מער נישט פארהאן און אידן אין רוסלאנד האבן די זעלבע רעכטן ווי אלע רוסישע בירגער. אלע באשולדיגונגען פון אנטיסעמיטיזם זענען לשון הרע און רכילות פון נביאי שקר וואס פרובירן צו שעדיגען די באציאונגען צווישן די רעגירונגען. די אידן אין אמעריקע קענען פאָרן קיין רוסלאנד און זיך אליין איבערצייגן ווי אידן האבן הויכע אנגעזעענע שטעלעס אין אלע אפטיילונגען פון לאנד פונקט ווי אלע אנדערע בירגער.

אינמיטן די רעדע האבן זיך פלוצלינג געהערט געשרייען פון די באטייליגטע ארויסגעבענדיג זייער זארג און ווייטאג איבער די אומבאקאנטע שיקזאל פון אידן אין רוסלאנד. "פארוואס האט סטאלין געשלאסן אן אפמאך מיט דעם רוצח היטלער?" "פארוואס האט סטאלין אומגעבראכט די אידישע שרייבער?" פארוואס גיבן נישט די איצטיגע פירער פון מאסקווע גלייכע רעכטן צו די אידן?"

איהר זאג נישט אמת! עס איז שקר! ווי מעג אן ארטאדאקסישער רב זאגען אזא ליגענט?

דער רב איז געבליבן שטיין צוטומעלט. די הויכע געשרייען האבן נישט ערלויבט דעם רב צו פארזעצן זיין דרשה. א יוגנטליכער האט זיך ארומגעדרייט מיט א פלאקאט מיט אן אויפשריפט: "מיר פארשטייען אייך, דעם אמת קענט איר נישט דערצעלן".

מיטאמאל האט דער רב אויסגערופן: "אמעריקאנע אידן קומען דאך אלס טוריסטן קיין סאוועט רוסלאנד און זיי זעהן דאך אז דאס וואס איך זאג איז יא אמת". דאן האבן עטליכע צוריקגעשריגען: "מיר זענען געווען אויף א באזוך אין סאוועט רוסלאנד און מיר האבן געזעהן אז פאר די דארטיגע אידן איז טרויעריג און ביטער".

דער טומל אין זאל איז געווען גרויס. דער רב איז געשטאנען ביים סטענדער אן אומבאהאלפענער און נישט געקענט רעדן ווייטער. אין דעם מאמענט זענען צוגעקומען צום רב עטליכע וועכטער און איהם אראפגעפירט פונעם פלאטפארמע און ארויסגעפירט דורך א הינטער טירל צו דער גאס וואו זיינע באגלייטער האבן איהם אוועקגעפירט.

דער מאסקווער רב האט האט דורכאויס זיין באזוך אין ניו יארק צוויי מאהל באזוכט דעם ליובאוויטשער רבין אין קראון הייטס. איין מאל אפיציעל אינבאגלייטנג פונעם חזן און איין מאהל אליינס, אום דאנארשטאג ב' דר"ח תמוז תשכ"ח, ווען ער האט זיך אריבערגעכאפט פון זיין האטעל צימער איינער אליינס אינמיטן די נאכט.

די רוסן האבן ערלויבט דעם רב צו גיין באזוכן דעם ליובאוויטשער רבין אונטער פארשידענע תנאים. איינע פון די תנאים איז געווען אז עס טאר זיין קיין שום בילדער פונעם באזוך און עס טאר נישט ווערן רעקארדירט. ביידע פון די תנאים זענען געווארן פארלעצט.

עס איז פארהאן א בילד פאטאגראפירט פון א באהאלטענע ארט ווי דער מאסקווער רב, מיט זיין באגלייטער דער לענינגראדער חזן קומען אריין צום ליובאוויטשער רבין. א באנק איז אריינגעברענגט געברענגט געווארן צום באזוך מיט א באהאלטענע טעיפ-רעקארדער צוגעקלעפט פון אונטן וואס האט רעקארדירט דעם שמועס.

בילד

דער מאסקווער רב האט אפגעווארפן יעדע ביטע צו בלייבן אין אמעריקע. ער האט נאר געוואלט צוריק גיין צו זיינע ברודער אין רוסלאנד זיי צו העלפן מיט וואס ער קען נאר און זיי האלטן ביי אידישקייט. ער האט אהיימגעבראכט קיין רוסלאנד 6 תפילין און 50 מזוזות וואס אידן פון אמעריקע האבן מיטגעשיקט

בילד

בילדדי מציבה פון הרב יהודה לייב לעווין זצ"ל

א טייל פונעם אויפגעכאפטן שמועס צווישן דעם ליובאוויטשער רבין און הרב יהודה לייב לעווין דער רב פון מאסקווע פון "בית חב"ד".

א אודיאו פון "בית חב"ד" ווי דער ליובאוויטשער רבי פארטיידיקט דעם מאסקווער רב פארן רעדן לטובת די מאסקווער רעגירונג.

בילד
[align=center]די מיסטריעזע טאשקע[/align]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

צוריק צו מאטל לייב.


ד"ר מעקס בראדני אדער ווי מיר קענען איהם מיט זיין אידישן נאמען אלס מאטל לייב בראדני, קומט אריין אינעם מאסקווער בית הכנסת צו די שבת'דיגע דאווענען ערווארטענדיג קיין באזונדערס. נאך אלעם איז ער שוין דא פאר עטליכע וואכן און האט שוין אויסגעפירט אלע זיינע רייזע פלענער.

זיין קומען קיין רוסלאנד איז פאר קיין צווייפל'דיגע געשעפטן וואס זאל ציען סיי וועלכע אויפפאלענדקייט. האפענטליך וועט דאס קומען אין בית הכנסת איהם נישט פאראורזאכן קיין פראבלעמען דורך די 'אינטוריסט-אגענטור' צוליב זיך געפונען אויף אן אומגעפלאנטע דעסטינאציע.

מאטל לייב האט גאר גוט געוואוסט אז ער ווערט יעדע מינוט באטראכט פון יעדן ווינקל דורכאויס זיינע באזוכן אין די רוסישע שפיטעלער. אפילו דא, אינעם מאסקווער ביהכ"נ. ער האפט צו פארלאזן דאס לאנד גלייך נאך שבת צו זיין באזארגטע פרוי און צוויי טעכטער, וואס האבן זיך דערווייל געפונען אויף אן אויספלוג אין רוים.

די זיבעצן יעריגע 'אסתר' און די פערצן יעריגע 'פייגעלע הינדא' זענען געווען געוואוינט צו די אפטע אפוועזענהייט פון זייערע עלטערן. צומאל צוליב זייער פאטער'ס מעדיצינישע רייזעס איבער דער וועלט, וואו ער האט מיט זיין נאבעלע הארץ פיל אויפגעטאן אין מעדיצינישע געביטן און אין מעדיצינישע שטודיעס און ערפינדונגען (ווי די היינט באקאנטע 'medilog' בלוט דרוק אָרעם-באנד). אפילו אזוי ווייט ביז קיין קאירא אלס דער דירעקטאר פון די שיקאגא מעדיקל מוזיאום. און אויך צוליב די רייזעס איבער די וועלט פאר די געשעפט פון זייער מוטער 'חנה (שטיינבערג)'. איינקויפענדיג זעלטן טייערע אנטיק צו וואס חנה האט געהאט א געניט אויג און באזונדער פארשטאנד. כאטש וואס זי פלעגט אפט אקאמפאנירן איהר מאן אויף זיינע וועלטליכע רייזע'ס, האט זי אויף די רוסישע באדן קיינמאל נישט געוואלט מיט איהם אפטרעטן.

דאס דאווענען גייט אריבער ווי געווענטליך. עס הערן זיך שטילע מורמלען פון די עטליכע מתפללים דא און דארט וואס זענען געקומען דאווענען, אלע זענען פארגלייזט אינעם סידור'ל. פון צייט צו צייט הערט זיך די זיסע הויכע שטימע פונעם חזן וואס טוט ווידערהאלן אינעם ליידיגען חלל.

נאכן דאווענען טוט מאטל לייב ווענדן זיינע טריט צום הויפט טויער צו פארלאזן דעם בית הכנסת. ווען פלוצלינג פילט ער לייכטע קלאפ אויף זיין פלייצע. ווי ער דרייט זיך אויס זעהט ער דער רב פונעם בית הכנסת ווינקט איהם ער זאל איהם נאכגיין.

ווי ער גייט נאך דעם רב פירט ער איהם אריין אין א זייטיגען צימער. דער רב פארשליסט דעם טיר און ציהט ארויס פון א באהעלטעניש א פארעלטערטע טאשקע, א שווארצע לעדערנע טשעמאדאן פון ריין אנטיק וואס האט קענטליך שוין געזעהן בעסערע צייטן. דער רב עפענט דאס אויף און באטראכט איהר אינהאלט פאר א וויילע און פארמאכט דאס גוט. ער נעמט די טאשקע און רוקט דאס אריין פאר מאטל לייב אין האנט און בייגט זיך צו צו איהם.

מאטל לייב הערט זיך צו מיט וואונדער ווי דער רב רעדט צו איהם אין אן אוראלטע שפראך. כאטש נישט אזוי אפט באנוצט איז עס איהם אבער גוט באקאנט. דאס איז דאך די אידישע שפראך. אפילו ער אליין רעדט די שפראך מיט זיין פרוי ווען ער וויל נישט זיינע טעכטער זאלן פארשטיין. ער האט נאך גוט געדענקט ווי זיינע עלטערן און זיידע'ס האבן נאך גערעדט א רייכן אידיש אזוי פליסיג, מיט אידישע לידער אזוי הארציג כמעט מיטן זעלבן רוסישן אקצענט ווי דער רב רעדט. כאטש עטוואס שווערליך האט ער קלאר פארשטאנען וואס דער רב וויל פון איהם.

מיט א בעטענדיגע שטימע רוימט איהם דער רב אריין אין אויער: - "איך בעט ביי אייך נעמזשע ביטע די טאשקע פון דאנעט ארויס קיין אמעריקע איידער די קאמוניסטן לייגן אויף דעם א האנט. ברויכט איהר דאס גוט אפהיטן, "זיי האבן גרויסע אויגן איבעראל". טוט דאס אין געהיים האלטן ביז איהר טוט דאס לאנד פארלאזן. דא אין רוסלאנד, האט דאס ניט קיין צוקונפט".

מיט נישט קיין איבעריגע פארשטאנד אין איר ספעציעלקייט האט מאטל לייב אויסגעפאלגט די הארציגע ביטע פונעם רב. ער האט פארזיכטיג אריבערגעפירט דעם לעדערנעם 'קאפער' צו זיין האטעל צימער וואו ער האט דאס אריינגעלייגט אין איינע פון זיינע גרעסערע רענצלעך. ער האט דאס פארדעקט פון אלע זייטן מיט זיינע פריוואטע אנצוגען, שטאפן און מעדיצינישע געצייג און זיך אזוי ארויסגעלאזט אויפן וועג מיטן ציל אנצוקומען קיין רוים זיך צו טרעפן מיט זיין פאמיליע, האפענדיג צו אויספירן א מיסיע צו וואס ער איז בכלל נישט געקומען. א גאנצע וועג האט מאטל לייב דאס פארזיכטיג אפגעהיטן. עס האט זיך איהם ווידערהאלט דאס געפלוסטער פונעם רב "זיי האבן גרויסע אויגן איבעראל".

מאטל לייב האט געוואוסט אין וואס ער לייגט זיך אריין. פון זיין ערפאררונג זייענדיג אונטער די קאמוניסטישע וואך האט ער זיך גוט אויסגעקענט מיט די סאוועטישע פראקטיק. ווי ער האט געשריבן איבער זיינע באזוכן אין תשכ"ז אין זיינע באריכטן איבער זיינע רייזעס צום סאוויעטן פארבאנד. שרייבענדיג איבער די רייזע-אגענטור 'אינטוריסט' (Intourist): -"ווי נאר איר גייט אריין (אין רוסלאנד), זענט איר בוכשטעבליך אן ארעסטאנט צו אייער פון פריער ערוועלטע רייזע-פלאן". מיינענדיג דערמיט אז מען איז נישט ערלויבט צו באזוכן קיין שום אנדערע ארט אויסער דאס וואס מען האט פון פריער באקומען ערלויבעניש פון די אגענטור.

Once you go in, you are virtually a prisoner to your pre selected itinerary


די רייזע-אגענטור 'אינטוריסט' איז דאן געווען אונטער די פירערשאפט פון די קאמוניסטישע רעזשים, עס איז געווען די איינציגסטע אגענטור דורך וועם מען האט פון פריער געמוזט איינמעלדן די פונקטליכע רייזע פלאן. זיי האבן געהאט ביוראען אין א צאל לענדער איבער די וועלט.

עס איז געווען זייער רירענד פאר מאטל לייב אנקומענדיג קיין רוים זיך טרענפענדיג מיט זיינע ליבע טעכטער. טראץ וואס דאס איז געווען אן אפטע ערשיינונג ביי פאמיליע בראדני צוליב די פילע וועלטליכע רייזעס פון מאטל לייב און זיין פרוי, האט ער דאס מאהל געשפירט אז ער האט ארויסגעשמוגעלט פון אונטער די קאמוניסטישע אויגן עפעס אויף וואס זיי האבן, לויטן רב אין מאסקווע, זייער געוואלט לייגן האנט אויף דעם און זיך געפילט רואיגער אז ער איז שוין פאראייניגט מיט זיין פאמיליע.

די זיבעצן יעריגע אסתר און פערצן יעריגע פייגעלע הינדא, האבן צוגעקוקט מיט באזונדער נייגער ווי ער נעמט ארויס דעם 'קאפער' פונעם פארפאקטן רענצל און האבן באמערקט ווי זייער פאטער איז קענטליך שטארק איבערגענומען בשעת ער עפענט דאס אויף. ער האט געצייגט איהר אינהאלט פאר די נייגעריגע פאמיליע, עס האט זיי אויסגעקוקט ווי א הויפן דאקומענטן מיט אומבאקאנטע געקעסטלטע בוכשטאבן און נישט פארשטאנען וואס דאס אלעס באדייט. זיי האבן נאר געהערט ווי דער טאטע דערציילט אז ער האט דאס באקומען פון א רב אין מאסקווע וואס האט איהם געבעטן דאס מיט נעמען און "היטן פון די מענטשן מיט גרויסע אויגן". דאס איבעריגע איז פאר זיי געבליבן א מיסטעריע.

בילד
ד"ר מעקס ליאפאלד בראדני אין רוים נאכן צוריקקומען מיט די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פון מאסקווע

יענעם זוממער אהיימקומענדיג פון רוים האבן זיך די בראדני פאמיליע אריבערגעצויגן צו א נייע וואוינונג אין קוק-קאונטי, שיקאגא אלינאי. מאטל לייב האט מיטגענומען די טאשקע און געהאלטן אין א שאפע ביי זיך אינדערהיים צווישן זיינע פריוואטע זאכן כדי איינצוהאלטן די ביטע פונעם רב אין מאסקווע.

אזוי איז 'די מיסטריעזע טאשקע' אפגעלעגן אין זיין היים אים שיקאגא. מאטל לייב האט נאך פיל אויפגעטאן אין זיינע מעדיצינישע באקאנטשאפטן און גערייזט איבער די וועלט. ער האט נאך געשריבן ביכער איבער זיינע שטודיעס אין יוראלאגישע מעדיצינישע געביטן וואס איז נאך היינט באקאנט און ווערט שטודירט.

בילד
ד"ר בראדני אין זיין ביורא

אום י"ב אדר תשל"ט נאכן זיך מוטשען עטליכע מאנאטן מיט די ביטערע מחלה נאך וואס ער איז אהיימקומען פון א רייזע אין אייראפע איז מרדכי לייב בן שמעון אוועק אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאהר, נישט האבנדיג אנטפלעקט וואס די מעגליכע ספעציעלקייט פון די טאשקע איז געווען פאר די קאמוניסטן און פון וואו די טאשקע מיט איהר אינהאלט אריגענירט.

ער איז באערדיגט געווארן אויפן ארט פון זיינע עלטערן און וואו זיין פרוי חנה איז באערדיגט געווארן א יאהר בעפאר, אינעם "שערון מעמאריעל פארק" ביה"ח אין נארפאלק-קאונטי מאסאטשוסעטס.

בילד
בילד
בילד
בילד

נאך די פטירה פון זייער פאטער האבן זיך די צוויי טעכטער צוטיילט מיט זייער עלטערנס פארמעגן. איינע פון די זאכן וואס פייגא הינדא (Phyllis) האט גע'ירש'נט איז געווען איהר מאמע'ס אנטיק געשעפט וואס זי פירט נאך ביזן היינטיגן טאג. פון די זאכן וואס איהר עלטערע שוועסטער אסתר (Eleanor) האט גע'ירש'נט איז געווען דעם שווארצן לעדערנעם קאפער וואס איהר פאטער האט פארשפראכן פאר'ן רב אין מאסקווע צוואנציג יאהר פריער דאס צו מיטנעמען צו די פאראייניגטע שטאטן און עס אפהיטן.

אסתר האט דאס גענומען צו איהר היים אין שיקאגא מיט א באשלוס צו פאָרזעצן איהר טאטענס צוזאג.

זוכענדיג צו לערנען מער איבער די טאשקע און איהר אינהאלט האט זי אנגעפרעגט ביי א אידישן פראפעסאר אין די שיקאגא אוניווערסיטעט וואס האט נישט געוויזן קיין ספעציעלע אינטערעסע אין די טאשקע און איהר קיין סאך נישט געוואוסט צו ערקלערן.

א צייט שפעטער האט זי פרובירט צו טרעפן א מער זיכערער היים פאר די טאשקע וואו מען וועט וויסן ווי איהר צו שעצן און דאס ריכטיג אפהיטן. זי האט דאס געוויזן פאר'ן דירעקטאר פונעם דזשואיש מוזיאום אין שיקאגא אבער דער דירעקטאר האט אויך נישט ארויסגעוויזן גרויס אינטערעסע און נאר געזאגט פאר אסתר, אז זי וויל קען זי דאס איבערלאזן אין די מוזיאום.

פאר אסתר האט דאס ווייט נישט געפאלן. זי האט געזוכט איינער וואס וועט דאס ספעציעל אפהיטן ווי אן אייגנטום. נישט האבנדיג קיין ברירה האט זי דאס אוועקגעלייגט אין א שאפע ביי זיך אין דיינינגרום נישט קענענדיג לייזן איהר מיסטעריע.

בילד
[align=center]די מיסטריעזע טאשקע[/align]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

wow!! א מאסיוון דאנק!!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילד

אלול תשע"ו. אויף א הויכע שטאק אין א הונדערט יעריגע געביידע אין שיקאגא אילינאי, זיצט שוין פאר עטליכע טעג פרוי אסתר כהן (בראדני), די עלטערע טאכטער פון מאטל לייב - היינט א פסיכאלאג אין שיקאגא - מיט פאמיליע ביאגראפערין און פארזיצערין פון די וויזענטאהל צענטער שרה דערבי, צו שרייבן א ביאגראפיע פון די פאמיליע פון איהר מאן, אפרים זלמן בן יעקב הכהן.

פרוי דערבי אלס א געניטע פארשערין אין יחוס און אן עקספערט אין פארשרייבן פאמיליע געשיכטעס, לאזט נישט אויס קיין שום דעטאל און פארשט נאך איבער יעדע קליינע איינצלהייט און קוקט דורך יעדע דאקומענט וואס קען ציען מער אינפארמאציע איבער די כהן פאמיליע. זי האלט אין איין פרעגן איבער נאך אינפארמאציע און אויב עס איז ביי איינעם פארהאן נאך דאקומענטן אדער אינפארמאציע.

צום שלוס פון די זיצונגען מיט פרוי דערבי האט פרוי כהן (בראדני) באשלאסן צו ארויסברענגען און צייגן די מיסטריעזע טאשקע וואס איהר פאטער ד"ר בראדני האט געברענגט פון מאסקווע באלד זעכציג יאהר צוריק. אפשר וועט זי קענען ווארפן עפעס א ליכט איבער איהר אינהאלט.

בילד

פרוי כהן (בראדני) איז ערשיטערט געווארן זעענדיג די ברייט צועפענטע אויגן פון פרוי דערבי. וואס זעהט זי דארט? ענדליך קוקט אויס ווי איינער דערקענט עפעס אין איהר ספעציעלקייט, עפעס וואס האט באאומרואיגט דעם מאסקווער רב מיט א צייט צוריק אונטער די שרעק פון די קעי דזשי בי און האט געזעהן פארוויכטיג אז די טאשקע מוז זיך געפינען אינדרויסן פון רוסלאנד און ווייט אוועק פון קאמוניסטישע הענט.

בילד

צו פרוי דערבי'ס ערשטוינונג איז נישט געווען קיין גרעניץ. זייענדיג באהאוונט אין לשון הקודש האט זי באלד זיך פארגעשטעלט אז דאס וואס זי זעהט אין די טאשקע זענען א הויפן פון כמעט אומציילבארע געדרייטע אנטיק מגילות אדער קמיעות אין פארשידענע פארמאטן פון א זעלטענע סארט און עפעס אומשאצבאר, אבער אן קיין אנדייטונג פון א נאמען אדער אן אדרעס פארוועם דער אוצר באלאנגט.

בילד

דאס צו באשטעטיגען האט פרוי דערבי אריבערגערופן איהר מאן, ישי שלמה, וואס האט דערקענט פון די פארשידענע שטריכן און מאדנע פחד'דיגע צורות וואס זענען געשריבן אויף פארמעט און פאפיר אז דאס זענען גאר הייליגע קמיעות צו אפשלאגען אלעס בייזן.

בילד

מיט פרוי כהן'ס צושטימונג האט פרוי דערבי זיך פארבינדן מיט די "נאציאנאלע ביבליאטעק" אין ארץ ישראל (ספריה הלאומית) מיט די מיינונג אז דאס בעסטע און זיכערסטע פלאץ פאר די טאשקע מיט איהר אינהאלט, וועט זיין אין דעם לייברערי מיט אירע עקספערטן אין אלע סארט אנטיק מאנוסקריפטן און ספרים, וואס וועלן קענען ריכטיג אפשאצן איהר פולן אינהאלט און מעגליך לייזן די מיסטעריע פון וואו די טאשקע מיט אלע מגילות קומען.

בילד

פרוי דערבי האט אויף די פארלאנג פון די נאציאנאלע לייברערי פאטאגראפירט די גאנצע אינהאלט פונעם טאשקע און דאס געשיקט מיט בליצפאסט. נאך א יאהר פון געשפרעכן צווישן ביידע זייטן פונעם אקעאן, איז פרוי דערבי אום סוף תשרי תשע"ח אנגעקומען צום לייברערי אין ארץ ישראל מיט די טאשקע וואו די טאשקע געפינט היינט.

נאכ'ן שטודירן איהר אינהאלט האט זיך ארויסגעשטעלט דאס פאלגענדע, וואס א טייל פון די מסקנות איז נישט מער ווי אן אפשאצונג פון די פאקטן וואס מ'ווייסט.

עס אינהאלט 85 באזונדערע שריפטן וואס 76 פון זיי זענען קמיעות פון פארשידענע מאָס. פון גאר קליינע וואס מען קען האלטן אין קעשענע צו גרעסערע וואס מען קען אנהענגען אויפ'ן האלדז, ביז די לענגסטע וואס איז ארום זעקס און דרייסיג אינטשעס.

בילד
עס אינהאלט א עלטערע געבינדענע, קענטליך שטארק באנוצט ספר וואס ווייזט אן וויאזוי זיך צו באניצן מיט די קמיעות און ווי צו שרייבן אנדערע פאר פארשידענע צוועקן.

לויט די שריפט און די נעמען דערמאנט אין די קמיעות זענען עטליכע געשריבן געווארן אין מזרח אייראפע און רוב זענען געשריבן געווארן אין צפון אפריקע, צווישן 80 און 100 יאהר צוריק. אין עטליכע שטייט אז זיי זענען געשריבן געווארן אין ארץ ישראל.

עס איז געשריבן געווארן אין לשון הקודש אבער עס איז דא וואס האבן אין זיך געוויסע ווערטער פון אנדערע שפראכן ווי אראביש, גריכיש און איטאליעניש.

ענדלעך אויף איהר עלטער פילט פרוי כהן רואיג אז די טאשקע איז אויף די בעסטע פלאץ אויף דער וועלט מיט א געפיל אז מיט דעם האט זי געהאלפן איהר פאטער איינהאלטן זיין צוזאג פאר'ן מאסקווער רב צו שיצן אויף די טייערע טאשקע.

בילדדי מעגליכע רייזע פון די טאשקע איבער די וועלט

מיט די מאדנע צוזאמשטעל אין די מעגליכע וועלט מאפע וואו די טאשקע האט אלס ארומגערייזט, פון צפון אפריקע צו רוסלאנד און צו רוים, דערנאך אמעריקע און צום ענדע אין ארץ ישראל, ווערט אבער די אלע מיסטעריעס ארום די טאשקע נישט געלייזט. וואס איז די געשיכטע אונטער די אלטע אפגעריבענע טאשקע מיט אירע כתבים, ווער האט דאס געשריבן און פארוואס האט דאס געדארפט ווערן ארויסגעשמוגלט פון רוסלאנד?

און צום לעצט.
צו האבן טאקע די קמיעות עפעס א הימלישע כוח?

אן אינטערעסאנטע עפיזאד לייגט צו פרוי כהן פאר'ן שרייבער.

בערך א וואך אנדערטהאלבן נאך וואס די טאשקע איז ארויס פון איהר הויז קיין ארץ ישראל צו די נאציאנאלע לייברערי, אום ח' כסלו תשע"ח, איז פרוי כהן מיט איהר מאן אפרים זלמן געפארן אויף וואקאציע צו די שטאט מישיגען פאר א וואך צייט.

נאכדעם וואס זיי זענען אוועקגעפארן האט א הייצונג-רער ביים אונטערשטן שכן זיך געשפאלטן פון אלטקייט. עס האט אין א שנעלקייט ארויפגעשאסן נאכאנאנד הייסע פארע אין זייער דירה און אין א קורצע צייט אנגעפילט די גאנצע הויז מיט הייסע פייכטע פארע וואס האט דורך גענעצט די גאנצע הויז, אין יעדן ווינקל, שאפע און שופלאד פאר א וואך צייט.

ווען זיי זענען אהיימגעקומען פון וואקאציע איז די גאנצע הויז געווען חרוב ונחרב. עס איז זיי אקעגן געקומען אן אום באטעמטע שווערע ריח. אלעס אין הויז איז געווען דורכגעווייקט נאס און פארשימלט.

מ'האט געברויכט איבער מאכן און רענאווירן דאס גאנצע הויז. איבערלייגען נייע ווענט און איבערפארבן די דאך מיט די ווענט, איבערלייגען א נייע פאדלאגע, אלע מעבל און טישן איבערשמירן מיט נייע פארב, די בענקלעך איבערציען מיט פרישע סחורה, ווי אויך די שאפע - וואו די טאשקע איז געליגען ביז דריי וואכן פריער - איז אויך נישט געווארן פארשוינט און נישט געווען צום דערקענען.

די שאפע איז געווען אין אזא שלעכטע צושטאנד אז עס איז זיכער אז ווען די טאשקע וואלט נאך געווען דארט פאר נאך א וואך צוויי, וואלט דאס געליטן גרויס שאדן און וואלט זיכער נישט געווען אין אזא גוטן צושטאנד ווי עס געפינט זיך היינט.

איז מעגליך אז דאס איז בלויז א צופאל?

בילדדי שאפע וואו די טאשקע איז געווען ביז זי איז ענדגילטיג געפירט געווארן צו די נאציאנאלע לייברערי אין ארץ ישראל, טעג פאר די שאפע איז שטארק געשעדיגט געווארן פון א געפלאצטע הייצונג-רער
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די געשיכטע איז אפגעשריבן ווי עס איז פערזענלעך איבערגעגעבן פאר אונז דורך די קינדער פון מאטל לייב ע"ה. מיר האבן זיי דערמאנט אז מיר וועלן באשרייבן אביסל זייער פאטער'ס לעבנס געשיכטע. און פון א זייערס א טאגבוך וואס מיר האבן ערהאלטן. אויך פון די ביאגראפירן וואס האט אונז געשיקט א הויפן בילדער וואס איז פאטאגראפירט געווארן אויפן פלאץ איידער די טאשקע איז אפגעפלויגען קיין ארץ ישראל און דורך איינגעשטעלטע אין די לייברערי אין ארץ ישראל.

די לייברערי האט א יאהר צוריק געזאגט אז זיי וועלן האבן פובליצירט אלע בילדער אבער דערווייל איז נאך גארנישט דא נאר א שטיקל ליסטע מיט אפיציעלע נומערן פון די סארט קמיעות וואס איז געווען אין די טאשקע.

4. שמירה עבור "תפחה בת כתון" בין השאר בזכות "רבי חיים עטאר". קרוע בראשו.
5. "רפואה על שם סלימאן אבן סמחה" השם סלימאן נכתב על השם "יהודה" שנמחק.
6. שמירה ל"זורז בר גזאלא".
7. לרפואת "מיכאל בן קסיעה".
8. לשלום ה"ילד הנולד ממלכה בת חנה".
9. הצלחה ל"יוסיף בן חנה".
10. ל"רפואת הנפש" של "ידידה בן בדרה".
11. הגנה על האשה "סעדה מרים בת זהרה".
12. שמירה מטירוף הדעת ושאר מחלות עבור "אסתר בת זלפי".
13. ממות של בנים ושאר מחלות ל"תורכייא בת רומייא".
14. שמירה מכל מיני חולי ל"דוד בן רחל".
15. שמירה ל"מושה בן אסתר".
16. להריון ל"סעדה בת לולוה".
17. שמירה לשם "חיים בן שרה".
18. לשמירה ל"יעקב בן שמחה".
19. רפואה שלמה ל"שולטאנה בת איסטרילייה".
20. להריון "זהרה בת בדרה".
21. לשמירה "משומר בן ברכה".
22. לשמירת "יחיא בן חמאמה".
23. לשמירה "משה בן נעמה בת ורדה".
24. להריון "צמרא בת פרידה".
25. שמירה ל"חפצי בה בת שרה".
26. "לרפואת ראובן בן ציון בר צדק".
27. לשמירת "בנימין חיים בן חוה רחל".
28. שמירה ל"זהרה בנת שמחה".
29. לשמירה "פועה בת מו' ברוך סופי".
30. רפואה ל"בדריה בת זהרה אשת יחייא בן יחייא".
31. שמירה ל"דוד בן אסתר".
32. שמירה על "הנולד מן שרה בת ריינה".
33. "קמיע לסלימאן ן' רחל".
34. שמירה ל"שרה בת רחל".
35. "יחזקאל בן אסתר באהבת אשתו פרחה בת חבאבה".
36. קמע לשם "רחל בת חמאמה".
37. שמירה על "יעקב בן חנה".
38. "רפואה שלימה לג'נא בת ג'נא".
39. רפואה שלימה ושמירה ל"שמעה בת מרים אשת יחייא בן יחייא".
40. שמירה ל"ר' חיים בן שמחה".
41. שמירה ל"משה בן ורדה".
42. לשמירה ורפואה ל"זיזא בת רוזא".
43. לרפואת "רחמה בת גזאלה".
44. שמירה לילד "נסים ציון הנולד משרה".
45. רפואה שלימה "לסעדה בת רומיה".
46. שמירה "לסאלם אבן גזאל הי"ו".
47. "רפואה שלימה לחולי אליהו עזרה [!] בן לולוה".
48. שמירה לציון בן חנה.
49-59. בסופם נכתב שנכתבו בירושלים. כולם בצבע ורוד.
60. קמיע ללא שם, כולל מזמור סז מתהלים בצורת מנורה. בשתי כתיבות.
61. קמיע לאשה ולכל ילדיה, שם האשה גורד בכל מקום שהופיע בקמיע.
62. קמיע בערבית ובעברית, השם שלמענו נכתב.
63. בסוף הקמיע: "ובזכות ר' מאיר בעל הנס זיע"א ובזכות ירושלים עה"ק והר ציון ת"י יגן עליו ועל כל ב"ב לשמרם מכל רע.
64-82. קמיעות בגדלים שונים, כמה מהם לא שלמים.
83. אסטרולוגיה: "אלו ממונים על שבעת ימי השבוע".

בילדשמירה עבור "תפחה בת כתון" בין השאר בזכות "רבי חיים עטאר"

בילדשמירה ל"זורז בר גזאלא" די לענגסטע קמיע

בילדתפילין
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

thanks very nice ! pdf pleas
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

זייער אינטערסאנט!
ס'איז א גרויסע מיסטעריע....

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

זייער אינטערסאנט!
!!THANK YOU BANAA#
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

הנאה געהאט!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

טענקס בענקל


גאר אינטרעסאנט
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4702
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

הנאה געהאט!
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאסיווער ארבעט, יישר כח.

נ.ב. ביטע אכט געבן מיט שמות הקדושים, ספעציעל ווען מען לייגט עס אינעם שרייבער @איינס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”