באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מארטש 30, 2018 1:40 pm

ל. שווימער האט געשריבן:אנטשולדיגט הרב פרידן.
די קדושת לוי וואלט געבראכען פון אזא אשכול.
אזוי צו בארעדן אידישע קינדער. על לא דבר. קיין שום תועלת פון דעם אשכול. סתם לשון הרע אויף כלל ישראל צו סאיז יא אמת צו נישט.

נאך די ערשטע פאר פאראגראפן האב איך געמוזט אויפהערן ליינען ווייל די איבל איז מיר ארויפגעקומען.

מי כעמך ישראל. פארשווארצט אין גלות צוויי טויזנט יאר אן קיין זכר פון קיין גאולה און האפענונג און אידן לויפן, טוהן, און פארארבעטן אהערצושטעלן א פסח אויפן מהודרדיגסטן פארנעם. משוינט נישט קיין געלט און קיין שווייס. אן קיין קשיות און שאלות.

ס'דערמאנט מיך פון די אינגערמאן וואס האט געמאכט א גרילל ביי אינז אין קאנטרי לע"נ ר' ישעי' בן ר' משה זי"ע - ווייל ר' ישעי'לע האט געהייסן געבן עסן... די זעלבע אינגערמאן איז געווען ביזי אז דער קדושת לוי וואלט זיכער געטראפן א לימוד זכות אויף די ציונים, און די אלע וואס רעדן אקעגן זענען סתם שווארץ קוקערס.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג מארטש 30, 2018 3:28 pm

בקיצור, געענדיגט מיט די טענה'רייען.
פרידן, וואו האלט די צווייטע פארזעצונג?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג מארטש 30, 2018 6:05 pm

א גוטן ערב יום טוב הרב פרידן צום ערשט א גרויסן שכח פארן ארויסברענגען אזוי שטארק א גוטע נקודה.

אבער.. גאר א קליינע אבער... איך האלט אזוי ווי שליו ודגים.. אין אמתן האב איך גלייך אזוי געהאלטן נאר נישט געוואלט מגיב זיין, היות ליינענדיג די גאנצע ארטיקל 2 מאל. יאפ 2 מאל געליינט און הנאה געהאט האב איך שוין געמוזט זאגן שכח, האב איך שוין געליינט אלע תגובות און קריטיק אויך. קום איך שוין אריינווארפן מיינע 3 סענט...

די נקודה איז שטערקער ווי שטארק ארויסגעברענגט די לשונות נאך בעסער. אבער אנטשולדיגט מע רעדט נישט אזוי אויף קיין מענטשן בכלל, יודן בפרט, און היימישע אוודאי נישט.

יא. סע דא וואס מע ברויך אפווענדען, אבער קיין קול ענות איז ווייט ווייט נישט דא. קיין עבודה זרה קיין.....

איך בין קיינמאל נישט געווען ביי אזא האטעל.. בה איך האלט אויך אז עס איז נישט הונדערט פערסענט אויסגעהאלטן מיט די מסורה ווי דו רופסט עס.....

אבער אנטשולדיגט אביסל אסאך איבערגעטריבן ואתכם הסליחה... א גוט יום טוב און א כשרן פרייליכן יום טוב.

נאכאמאל א שכח הנאה געהאט..
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 02, 2018 12:20 am

איך קען גראדע אידען וואס גייען אנאדעם וואס זיי קוקען זיך אן פאר בעסער אדער וואס קוקען אראפ אויף ערליכע אידען - פאר דעם האלט איך אז די ארטיקעל איז נישט קיין כלל.

האועווער פאר די וואס קוקען יא אראפ אויף אונזערע עלטערען דאן איז די ארטיקעל הינדערט פראצענט אקוראט און אויף דעם קומט זיך קרעדיט פאר פרידען פאר אזא שיינע ארטיקעל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 02, 2018 5:40 pm

ל. שווימער האט געשריבן:פארארבעטן אהערצושטעלן א פסח אויפן מהודרדיגסטן פארנעם. משוינט נישט קיין געלט און קיין שווייס. אן קיין קשיות און שאלות

פסח אין האטעל איז גאר גאר ווייט פון מהודר. פרעג זיך נאך
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » דינסטאג אפריל 03, 2018 12:30 am

הענדימען האט געשריבן:
ל. שווימער האט געשריבן:פארארבעטן אהערצושטעלן א פסח אויפן מהודרדיגסטן פארנעם. משוינט נישט קיין געלט און קיין שווייס. אן קיין קשיות און שאלות

פסח אין האטעל איז גאר גאר ווייט פון מהודר. פרעג זיך נאך


איך האב בכלל נישט גערעדט פון די וואס פארן אוועק. איך האב גערעדט בכלליות פון אידן איבער די וועלט.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אפריל 03, 2018 12:33 am

הרב שרייבער פון די געהענגל. עס שיינט פון דיין שריפט, אז דו האסט גוט געטשעפעט דעם האטעל פארענדען אינגערמאן, דעמאלט אינגל נאך אין חדר, און שוין דאן געטריבן שפאס פון אנדערע וואס זיינען נישט געגאנגען מיט דיר אין שפאן און אים צוגעברענגט איבערלאזען זיינע עלטערן'ס מסורה און יא פארען אין האטעל און נאכלאזען אויף אנדערע זאכען אין אידישקייט.

נ.ב. די ארטיקל זיעלבסט איז זייער גוט געשריבען
בוי זיך זעלבסט

פרידן
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 03, 2018 1:16 am

צו געזונט האט געשריבן:הרב שרייבער פון די געהענגל. עס שיינט פון דיין שריפט, אז דו האסט גוט געטשעפעט דעם האטעל פארענדען אינגערמאן, דעמאלט אינגל נאך אין חדר, און שוין דאן געטריבן שפאס פון אנדערע וואס זיינען נישט געגאנגען מיט דיר אין שפאן און אים צוגעברענגט איבערלאזען זיינע עלטערן'ס מסורה און יא פארען אין האטעל און נאכלאזען אויף אנדערע זאכען אין אידישקייט.

נ.ב. די ארטיקל זיעלבסט איז זייער גוט געשריבען

דער יצר הרע האט לעטלי ערענסט עקספייערט, אלע תאוות איז בטל ומבוטל כעפרע דארעה, די עולם הזה ממש רעדט נישט צו קיינעם, רוחניות ציעט ממש ווי ביי מתן תורה, נאר ממש אז איינער וואס סיי זיין טאטע שרייט אויף אים זיין רבי שלאגט אים, אין זיין חבר מאכט פין אים חוזק + וואס זיבן מענטשען האבן אין אביוזד, וועט מען בלית בלית ברירה געצווינגערנעהייט פארמיאוס'ן די אידישקייט
אין דעי אשכול אליינס איז שוין דא עטליכע סיבות פארוואס זיי זענען אזוי געווארן, ווי ממש אין די היינטיגע אפענע פארדארבענע וועלט איז שרעקליך שווער צו פארשטיין מהיכן יצא העגל הזה
ווער האט אויסגעגאסן די מילך יעדער נאר נישט איך

נ.ב. שכח פאר די קאמפלעימענט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6998
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:03 am

הרב פרידן, יישר כחך, א דאנק פאר די הערליכע צולייגעניש, שפתיים ישק.

האט נישט קיין מורא פון די אלע מוחים (נישט אז איך מיין אז איר האט...), אויב גיבט עס אייך אמאל א קיצל דערמאנט אייך וויפיל פון די אצילי נפש האבן געלופטערט מחאות ביים טיילן טיטלען פאר די פרומערע, ווי סיקריקים און פיל ערגערס, בו בזמן וואס יענע זענען במציאות שפעט כינויים משא"כ אייער ארטיקל, אן ארטיקל אויף אייוועלט צו ארויפברענגען א שמייכל אין די זעלבע צייט וואס מען ליצעוועט פון דאס התגשמות.

חזק ואמץ, מיר ווארטן אויף נאך פון אייער טינט. א גוט מועד.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:16 am

צו געזונט האט געשריבן:הרב שרייבער פון די געהענגל. עס שיינט פון דיין שריפט, אז דו האסט גוט געטשעפעט דעם האטעל פארענדען אינגערמאן, דעמאלט אינגל נאך אין חדר, און שוין דאן געטריבן שפאס פון אנדערע וואס זיינען נישט געגאנגען מיט דיר אין שפאן און אים צוגעברענגט איבערלאזען זיינע עלטערן'ס מסורה און יא פארען אין האטעל און נאכלאזען אויף אנדערע זאכען אין אידישקייט.

נ.ב. די ארטיקל זיעלבסט איז זייער גוט געשריבען


Such nonsense..... he didn't go personal against anyone, just explained the sad life when your life is empty of toichen...however you accuse him of things you dream he did as a boy...interesting.
שויתי ה' לנגדי תמיד

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:20 am

נאך א מזל פרידן איז פון דעם טייג וואס לאכט א גוטס פון די זינלאזע ראסט-קלעבער, גענוג אויסגעבויט ב"ה צו אויפווייזן זאגאר זייער לעכערליכקייט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:19 am

פרידן האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:הרב שרייבער פון די געהענגל. עס שיינט פון דיין שריפט, אז דו האסט גוט געטשעפעט דעם האטעל פארענדען אינגערמאן, דעמאלט אינגל נאך אין חדר, און שוין דאן געטריבן שפאס פון אנדערע וואס זיינען נישט געגאנגען מיט דיר אין שפאן און אים צוגעברענגט איבערלאזען זיינע עלטערן'ס מסורה און יא פארען אין האטעל און נאכלאזען אויף אנדערע זאכען אין אידישקייט.

נ.ב. די ארטיקל זיעלבסט איז זייער גוט געשריבען

דער יצר הרע האט לעטלי ערענסט עקספייערט, אלע תאוות איז בטל ומבוטל כעפרע דארעה, די עולם הזה ממש רעדט נישט צו קיינעם, רוחניות ציעט ממש ווי ביי מתן תורה, נאר ממש אז איינער וואס סיי זיין טאטע שרייט אויף אים זיין רבי שלאגט אים, אין זיין חבר מאכט פין אים חוזק + וואס זיבן מענטשען האבן אין אביוזד, וועט מען בלית בלית ברירה געצווינגערנעהייט פארמיאוס'ן די אידישקייט
אין דעי אשכול אליינס איז שוין דא עטליכע סיבות פארוואס זיי זענען אזוי געווארן, ווי ממש אין די היינטיגע אפענע פארדארבענע וועלט איז שרעקליך שווער צו פארשטיין מהיכן יצא העגל הזה
ווער האט אויסגעגאסן די מילך יעדער נאר נישט איך

נ.ב. שכח פאר די קאמפלעימענט


;l;p-
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:12 am

ליצונותא דע''ז איז א ווירקזאמע זאך, עס ברענגט אראפ דעם לץ, און פירט אים צו צום שפיגל קוקט דיך גיט אן,
הערליך געשריבען ''הרב פרידן''
פון עטליכע פון די תגובות זעה איך א צומישעניש צווישען ליבעראלקייט, און דן זיין לכף זכות, וואס איז צוויי באזינדערע זאכען,
ליבעראלקייט זאגט סאיז גארנישט געפערליך, גארנישט מיינט נישט גארנישט, לאז געמאכט, אלעס איז גיט וויאזוי סאיז
(אחוץ איין זאך, ''נעגעטיווקייט'' מוחה זיין אויף א ליבעראל איז די ערגסטע זאך, איי לכאורה די ביזט ליבעראל לאז יענעם מוחה זיין ניין איך וועל אינפארסירן מיין ליבעראלקייט בכל החומר)
ווידער דן זיין לכף זכות מיינט אז מווייסט אז די זאך איז א עוולה, אבער דער מענטש איז נישט שלעכט, ער טוט דאס מסתמא ווייל ער ווייסט נישט דעם חומר, אדער מיינט ער גיט, אבער נישט אז די זאך איז גיט,
זאגען אויף א עוולה אז סאיז נישט געפערליך איז סילוף התורה, און זאגען אז דאס האט דער בארדיטשובער געטוהן איז סילוף דברי צדיקים,
און צו די ווערטער פון הרב פרידן וואלט מען אפשר געדארפט צולייגען, אז מפארשטייט זיי, סאיז א שווערע דור מ'זעהט נישט קיין פריערדיגע צדיקים, פארדעם איז דא אזעלכע השגות אין אידישקייט אבער דאס עצם נקודה איז הייליג גערעכט

נ''ב פאר ווער סאיז מסופק אין זיינע ווערטער, קען קוקען די מוזיק שוי וואס איז פארגעקומען דעם חוה''מ דורך היימישע אינגעלייט דארט וועט איר זעהן וויאזוי אונזער wd40 אידישקייט זעהט אויס
א גיטן מועד
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:13 am

הרב פרידן, ביזט א גוטע ל״ץ, מיט א זיסע לויזע צינג׳ל, אבער נוץ עס אויף בעסערע זאכן. אנשטאט ליצנות מאכן פון דיינע אידישע ברודער וואס זענען אביסל שוואכער ווי דיר קענסטו ניצן דיין פענע און שרייבן אמת׳דיג און זיי מעורר זיין.

אזא ארטיקל מיט אזעלכע לשונות, וואלט זיך ענדערש געפאסט פאר סעלף העיטינג דזשוס וואס האקן אויף פרומע, ווי ערליכע וואס זענען מעורר א שוואכקייט ביי א ציבור.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:28 am

איך דארף מיך פלאגן מסביר צו זיין פאר מיינע קינדער וואס איז שלעכט מיט געוויסע א.ג. קאשער אינטערטעמענט... אזא ארטיקל איז דאס די בעסטע מסביר

אונז חוזק מיר נישט פון קיין נשמות... אונז חוזק מיר פונעם יצה"ר מיט זיינע טאקטיקן...
זוכט איר דוי?

מה אנו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

תגובהדורך מה אנו » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:30 am

סארקאזי האט געשריבן:ליצונותא דע''ז איז א ווירקזאמע זאך, עס ברענגט אראפ דעם לץ, און פירט אים צו צום שפיגל קוקט דיך גיט אן,
הערליך געשריבען ''הרב פרידן''
פון עטליכע פון די תגובות זעה איך א צומישעניש צווישען ליבעראלקייט, און דן זיין לכף זכות, וואס איז צוויי באזינדערע זאכען,
ליבעראלקייט זאגט סאיז גארנישט געפערליך, גארנישט מיינט נישט גארנישט, לאז געמאכט, אלעס איז גיט וויאזוי סאיז
(אחוץ איין זאך, ''נעגעטיווקייט'' מוחה זיין אויף א ליבעראל איז די ערגסטע זאך, איי לכאורה די ביזט ליבעראל לאז יענעם מוחה זיין ניין איך וועל אינפארסירן מיין ליבעראלקייט בכל החומר)
ווידער דן זיין לכף זכות מיינט אז מווייסט אז די זאך איז א עוולה, אבער דער מענטש איז נישט שלעכט, ער טוט דאס מסתמא ווייל ער ווייסט נישט דעם חומר, אדער מיינט ער גיט, אבער נישט אז די זאך איז גיט,
זאגען אויף א עוולה אז סאיז נישט געפערליך איז סילוף התורה, און זאגען אז דאס האט דער בארדיטשובער געטוהן איז סילוף דברי צדיקים,
און צו די ווערטער פון הרב פרידן וואלט מען אפשר געדארפט צולייגען, אז מפארשטייט זיי, סאיז א שווערע דור מ'זעהט נישט קיין פריערדיגע צדיקים, פארדעם איז דא אזעלכע השגות אין אידישקייט אבער דאס עצם נקודה איז הייליג גערעכט

נ''ב פאר ווער סאיז מסופק אין זיינע ווערטער, קען קוקען די מוזיק שוי וואס איז פארגעקומען דעם חוה''מ דורך היימישע אינגעלייט דארט וועט איר זעהן וויאזוי אונזער wd40 אידישקייט זעהט אויס
א גיטן מועד

דפח״ח, צום פינטל!

פרידן
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:32 am

גראמער האט געשריבן:הרב פרידן, ביזט א גוטע ל״ץ, מיט א זיסע לויזע צינג׳ל, אבער נוץ עס אויף בעסערע זאכן. אנשטאט ליצנות מאכן פון דיינע אידישע ברודער וואס זענען אביסל שוואכער ווי דיר קענסטו ניצן דיין פענע און שרייבן אמת׳דיג און זיי מעורר זיין.

אזא ארטיקל מיט אזעלכע לשונות, וואלט זיך ענדערש געפאסט פאר סעלף העיטינג דזשוס וואס האקן אויף פרומע, ווי ערליכע וואס זענען מעורר א שוואכקייט ביי א ציבור.


איך וועל דיר אויסזאגן א סוד אז נישט נאר עס פאסט זיך ענדערש פאר זיי, נאר טאקע פין זיי האב איך גענומען דעי דרך, כי ממנו נקח לעבוד את ה', כל דבר אשר יבא באש, תעבירו באש,
אין איך האב ב"ה זייער הנאה צו זען ווי זיי האבן גענומען דעי דרך מחאה אין מעורר זיין, איך וועל ווייטער אי"ה האקן ליצנות פין דעי נעבעכלעך, אין זיי זאלן ארויס געבן א קול קורא פין אלע וואטס עפפ קאטאר רבנים,

כל מקדש
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:40 am

תגובהדורך כל מקדש » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:07 am

סארקאזי האט געשריבן:ליצונותא דע''ז איז א ווירקזאמע זאך, עס ברענגט אראפ דעם לץ, און פירט אים צו צום שפיגל קוקט דיך גיט אן,
הערליך געשריבען ''הרב פרידן''
פון עטליכע פון די תגובות זעה איך א צומישעניש צווישען ליבעראלקייט, און דן זיין לכף זכות, וואס איז צוויי באזינדערע זאכען,
ליבעראלקייט זאגט סאיז גארנישט געפערליך, גארנישט מיינט נישט גארנישט, לאז געמאכט, אלעס איז גיט וויאזוי סאיז
(אחוץ איין זאך, ''נעגעטיווקייט'' מוחה זיין אויף א ליבעראל איז די ערגסטע זאך, איי לכאורה די ביזט ליבעראל לאז יענעם מוחה זיין ניין איך וועל אינפארסירן מיין ליבעראלקייט בכל החומר)
ווידער דן זיין לכף זכות מיינט אז מווייסט אז די זאך איז א עוולה, אבער דער מענטש איז נישט שלעכט, ער טוט דאס מסתמא ווייל ער ווייסט נישט דעם חומר, אדער מיינט ער גיט, אבער נישט אז די זאך איז גיט,
זאגען אויף א עוולה אז סאיז נישט געפערליך איז סילוף התורה, און זאגען אז דאס האט דער בארדיטשובער געטוהן איז סילוף דברי צדיקים,
און צו די ווערטער פון הרב פרידן וואלט מען אפשר געדארפט צולייגען, אז מפארשטייט זיי, סאיז א שווערע דור מ'זעהט נישט קיין פריערדיגע צדיקים, פארדעם איז דא אזעלכע השגות אין אידישקייט אבער דאס עצם נקודה איז הייליג גערעכט

נ''ב פאר ווער סאיז מסופק אין זיינע ווערטער, קען קוקען די מוזיק שוי וואס איז פארגעקומען דעם חוה''מ דורך היימישע אינגעלייט דארט וועט איר זעהן וויאזוי אונזער wd40 אידישקייט זעהט אויס
א גיטן מועד

דפח״ח

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:16 am

מיסטעריעז האט געשריבן:הרב פרידן, יישר כחך, א דאנק פאר די הערליכע צולייגעניש, שפתיים ישק.

האט נישט קיין מורא פון די אלע מוחים (נישט אז איך מיין אז איר האט...), אויב גיבט עס אייך אמאל א קיצל דערמאנט אייך וויפיל פון די אצילי נפש האבן געלופטערט מחאות ביים טיילן טיטלען פאר די פרומערע, ווי סיקריקים און פיל ערגערס, בו בזמן וואס יענע זענען במציאות שפעט כינויים משא"כ אייער ארטיקל, אן ארטיקל אויף אייוועלט צו ארויפברענגען א שמייכל אין די זעלבע צייט וואס מען ליצעוועט פון דאס התגשמות.

חזק ואמץ, מיר ווארטן אויף נאך פון אייער טינט. א גוט מועד.
פשוט, די פרומערע האבן דעם ואל יבוש מפני המלעיגים, ווס. די וועם פרידן רעדט פון... ויחי ההבדל...
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג אפריל 03, 2018 12:30 pm

איך וויל נאר וויסן צי ווען איינער גייט אראפרייסן און מאכן ליצנות פון די היינטיגע אדווערטייזמענטס, ווי למשל ווי א טאטע דייווט אריין אין א יואגערט... און ער גייט זיי אנרופן עקלהאפטיג.. גייט מען אויך זאגן ''נא... וויאזוי רעדסטו אויף דיינע ברודער'' ????....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אפריל 03, 2018 12:38 pm

כל מקדש האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:ליצונותא דע''ז איז א ווירקזאמע זאך, עס ברענגט אראפ דעם לץ, און פירט אים צו צום שפיגל קוקט דיך גיט אן,
הערליך געשריבען ''הרב פרידן''
פון עטליכע פון די תגובות זעה איך א צומישעניש צווישען ליבעראלקייט, און דן זיין לכף זכות, וואס איז צוויי באזינדערע זאכען,
ליבעראלקייט זאגט סאיז גארנישט געפערליך, גארנישט מיינט נישט גארנישט, לאז געמאכט, אלעס איז גיט וויאזוי סאיז
(אחוץ איין זאך, ''נעגעטיווקייט'' מוחה זיין אויף א ליבעראל איז די ערגסטע זאך, איי לכאורה די ביזט ליבעראל לאז יענעם מוחה זיין ניין איך וועל אינפארסירן מיין ליבעראלקייט בכל החומר)
ווידער דן זיין לכף זכות מיינט אז מווייסט אז די זאך איז א עוולה, אבער דער מענטש איז נישט שלעכט, ער טוט דאס מסתמא ווייל ער ווייסט נישט דעם חומר, אדער מיינט ער גיט, אבער נישט אז די זאך איז גיט,
זאגען אויף א עוולה אז סאיז נישט געפערליך איז סילוף התורה, און זאגען אז דאס האט דער בארדיטשובער געטוהן איז סילוף דברי צדיקים,
און צו די ווערטער פון הרב פרידן וואלט מען אפשר געדארפט צולייגען, אז מפארשטייט זיי, סאיז א שווערע דור מ'זעהט נישט קיין פריערדיגע צדיקים, פארדעם איז דא אזעלכע השגות אין אידישקייט אבער דאס עצם נקודה איז הייליג גערעכט

נ''ב פאר ווער סאיז מסופק אין זיינע ווערטער, קען קוקען די מוזיק שוי וואס איז פארגעקומען דעם חוה''מ דורך היימישע אינגעלייט דארט וועט איר זעהן וויאזוי אונזער wd40 אידישקייט זעהט אויס
א גיטן מועד

דפח״ח

שפתים ישק
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אפריל 03, 2018 12:39 pm

מיש נישט קיין קוגלען. דא רעדט מען פון חברה וואס שפירען נישט א טעם אין אידישקייט, צו ווייל מען האט נישט איינגעפרעגט אין זיי, צו זיי שפירען זיך אנטוישט אין דעם סיסטעם.
די אדווערטייזמענטס זיינען פאר די אינעם סיסטעם. (די חברה קויפן נישט די צייטונג דער בלאט, נאר דעם בלאט בילדער) וואס אין די היימישע אויסגאבעס זעהט מען די יאגורט און אנדערע אנאנסען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:06 pm

כא כא כא האט געשריבן:איך וויל נאר וויסן צי ווען איינער גייט אראפרייסן און מאכן ליצנות פון די היינטיגע אדווערטייזמענטס, ווי למשל ווי א טאטע דייווט אריין אין א יואגערט... און ער גייט זיי אנרופן עקלהאפטיג.. גייט מען אויך זאגן ''נא... וויאזוי רעדסטו אויף דיינע ברודער'' ????....


עס איז גאנץ אנדערש ווען מען שפעט אפ פון א קאנצעפט ווי ווען מען שפעט פון יודען שומרי תומ"צ וועלכע האבען נישט פונקט דיינע עמפינדליכקייטען.

דער פה"א איז לדעתי גרויליג און שטינקט פון גאוה. בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער כותב וויל, הלמאי צי זענען נישט פארהאנען קיין כניאקישע בוקעס אדער יודען ת"ח ויר"ש וועלכע גייען צו האטעלס?

נאר וואס ביי דעם פוה"א איז דאס זיך נישט מישען אן עיקר גדול אין יודישקייט, און ביים האטעל גייער נישט. איז וואס? האט ער דעם רעכט צו רעדען אזוי מיאוס אויף זיי?

אז דו ווילסט שרייען, זיי מוחה אויף דיינע אייגענע עבירות - און ביטע רעד מיך נישט איין אז דיין איינציגסטע עבירה איז שקר אום יוה"כ ווען דו זאגסט על חטא.

צו מאכען קלאר, ווען איינער איז עובר אויף הלכה איז גאנץ אנדערש. אבער ווען עס איז בלויז אז ביי יענעם איז נישט הייליג וואס ביי דיר איז יא הייליג, וואספארא רעכט האט מען אזוי מיאוס צו באטיטלען אנדערע יודען?

ווי זאגט נאר דער גמרא, עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:00 pm

אינטערעסאנט ווי ווען די חברה מאכן חוזק פון די "פרעשור" וואס אונזערע עלטערען האבן געהאט בעפאר און בשעת יו"ט פסח און ווען זייערע עקלהאפטיגע ליצנות וויצלעך פון די חומרות פון פסח ווערן געליפערט אין די מקואות און אויף וואטסאפ טוט עס קיינעם נישט וויי... נאר ווען מען לייגט אראפ זייער טיפשות'דיג תאוות און נערישע פעיר פרעשער פון זייערע פרעינדס איז דא מחאות אז מען האקט אויף יודן! אוי וויי מען מאכט חוזק פון אונזערע ברידער'ס נערישע השגות...

איך האב ליב די יודן אהבת נפש אבער ליצנות מאכן פון די קאנצעפט און די געמיינע תאוות?! אדרבה א מצוה צו מגנה זיין גויאישקייט און ארויסהייבן יודישקייט! דאס וואס דער הייליגער באדישובער האט ממליץ טוב געווען איז פארן הייליגן באשעפער, אבער צווישן אונז ברויך מען דאס משקץ זיין און מגנה זיין
איך מיין אז קיינער האלט נישט אז מען טאר נישט אראפרייסן איינער וואס שפילט זיך מיט א סמארט פאן בשעתן דאווענען נאר מען דארף זאגן "קוק אפי' בשעתן שפילן מיט א סמארט פאן דאווענט ער" וד"ל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:13 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:איך וויל נאר וויסן צי ווען איינער גייט אראפרייסן און מאכן ליצנות פון די היינטיגע אדווערטייזמענטס, ווי למשל ווי א טאטע דייווט אריין אין א יואגערט... און ער גייט זיי אנרופן עקלהאפטיג.. גייט מען אויך זאגן ''נא... וויאזוי רעדסטו אויף דיינע ברודער'' ????....


עס איז גאנץ אנדערש ווען מען שפעט אפ פון א קאנצעפט ווי ווען מען שפעט פון יודען שומרי תומ"צ וועלכע האבען נישט פונקט דיינע עמפינדליכקייטען.

דער פה"א איז לדעתי גרויליג און שטינקט פון גאוה. בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער כותב וויל, הלמאי צי זענען נישט פארהאנען קיין כניאקישע בוקעס אדער יודען ת"ח ויר"ש וועלכע גייען צו האטעלס?

נאר וואס ביי דעם פוה"א איז דאס זיך נישט מישען אן עיקר גדול אין יודישקייט, און ביים האטעל גייער נישט. איז וואס? האט ער דעם רעכט צו רעדען אזוי מיאוס אויף זיי?

אז דו ווילסט שרייען, זיי מוחה אויף דיינע אייגענע עבירות - און ביטע רעד מיך נישט איין אז דיין איינציגסטע עבירה איז שקר אום יוה"כ ווען דו זאגסט על חטא.

צו מאכען קלאר, ווען איינער איז עובר אויף הלכה איז גאנץ אנדערש. אבער ווען עס איז בלויז אז ביי יענעם איז נישט הייליג וואס ביי דיר איז יא הייליג, וואספארא רעכט האט מען אזוי מיאוס צו באטיטלען אנדערע יודען?

ווי זאגט נאר דער גמרא, עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך.

כניאקישע איז דארט נישטא (אויב די האלטסט אז יא, גייט עס שוין אריין אין דעם נושא וואס ס'הייסט היינט חסידיש....), ת''ח פון די ליטווישע קרייזן אפשר יא וואס פון זיי רעדט מען נישט דא.
דער פה''א רעדט פון די וואס האבן אפגעקערט פון זייער טאטענס וועג, וואס האט געהאט א פרעשור פון א חשש דחשש חמץ, און מאכן ליצנות פון זייערע עלטערנס וועג און למעשה נעמען זיי אויף זיך די זעלבע מאס פרעשור נאר אויף היינטיגע גרויליגע אמעריקאנע תאוות, און ער צילייגט עס זייער גוט אז מ'זאל פארשטיין פארוואס זיי טוען עס און פונקטליך וואס זיי האבן דערפון.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט