באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

תגובהדורך פרידן » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:20 am

חלק א'

שבת נועם הנשמות
היינט איז איינגעפירט זייער שטארק די אלע שאבטאן'ס, פאר חיזוק ועידוד און פאר אלע סארטן מצבים און דורכגענג, פאר ישיבות מיט זייער בחורים ארגענעזאטציעס מיט זייער פאציענטען, מיט זייער נדבנים, מוסדות פאר נישט געזונטע קינדער מיט זייערע עלטערן, און אזוי ווייטער,
דור דור וטיפשיו
איז דאך נישט מער ווי יושר אז די גרעסטע חולמים גולמים די ראסטיגע WD40 ליידענע, זאלן אויך האבן א שבאטאן, און היות זייער קרענק איז טיפער און גרעסער ווי אלע אנדערע דארף זייער חיזוק קומען אין גרויסע דאזעס, און מער ווי איין קליינע שבת, ע"כ האט מען אויסגעוועלט די יו"ט פסח פאר די אלע נעבעכלעך זאלן זיך צוזאם קומען אלע אינאיינעם אין האטעל א-נשים נשים וטף, פארברענגען מחזק זיין איינער די אנדערער, יעדער האט אפאר שטארקע זיסע ווערטלעך איבער דעי אלד פעשען פסח'ס, מיט זיינע ציקערדיגע קינדערישע חכמ'לעך ממש ווי די קליינע אוצרות אין די מעלות,

מה נשתנה
פארוואס פונקט פסח אה פרעגסט גוט, איז אזוי פסח איז פאר זיי ווי אנפאנג זוממער פאר די ראז פיבער ליידענע, פסח איז די סעזאן פין די WD40 ליידענע, דעמאלטס ווערט די ראסט ממש צולאזט יעדע ריר פין פסח אין איין שטיק גיהנים פאר זיי
דע חולמים זענען בכלל ממש פאלעזירט ווען עס קומט צו פראקטעצירן ריעל ליוו בכלל אין אידישקייט בפרט, זיי ווייסן נישט ווי אזוי מען עסט דאס, חוץ לאכן אין עסן אין גרעבצען ווייסט ער דאך נישט בחייכון, די שבת טיש איז אים נאך אויסצוהאלטן מורמולט א קידוש זעצט זיך עסן, טרינק 100 דאלערדיגע באטלעך וויין איך מיין ער איז דאך א מבין, זאגט איבער אלע טיפזוניגע געדאנקען וואס ער האט באקומען אויף וואטס עפפ, אין אז זיין אינגעל מאכט צופיל משוגע וועגן די סדרה פרעגט ער די ערשטע צוויי קשיות און נעמט זיך זינגען זינגט נשמה וואו ביסטי (וואו טאקע?) מיט פארגלייזטע אויגן אין ער איז קאנעקטעדט (צו וואס ווייס איך נישט), אבער פסח איז די מצב אינגאנצען אנדערש, דעי גאנצע ניסן איז איינשטיק אידישקייט, טו מאטש איוואלבד דעהר, זייער שווער אליינס ביי זיך אינדערהיים עס צו פארגשמיות'ען, אין עס מאכן פאר א חאגע להבדיל, א סוכות פארלאנגט נישט פין דעט טריקענע האלטץ גארנישט, א סוכה קען מען באשטעלן א סחורה'נע, עני וועי ווען עס איז פארוואלקענט מעג מען עסן אינדערהיים סתם א או סי די צו עסן אין די סוכה ווען עס שטייט קלאר אין שלחן ערוך אז מען מעג עסן אינדערהיים, די שלחן ערוך ווערט נאכגעברענגט אין א בפרישער וואטס עפפ, די סעודת אליינס איז א מחיה פעסטע בהמות ממש דומה לאוכליו, חוה"מ איז פאן מען טוישט יעדע 10 מינוט די סטערעס פיקשער ווי באנטש פאן דעי קינדערגארטן בעבי האט, אין אז מען זאל ח"ו נישט מיינען אז פין די פאריגע פיקשער ביז די יעצטיגע האט ער געגעבן א גט מאכט מען זעכער מען זאל אויף די נייע פיקשער זען אז עס איז נאך תנחום שמעקהונט ורעיתו,

הלילה הזה מרור
לא כן פסח דער פסח איז עפעס אזא מין נאטש, קודם מאכט אים דעי פסח סתם בזיונות עצומות, יעדער אינקלאדיד זיינע קינדער זעהן אז ער איז דאך אזא שאינו יודע לשאול אז נאר, האט נישט קיין השגה קיין הלכות, ער ווייסט נישט צו שלחן עורך איז א צווילינג מיט שלחן ערוך צו א קאזין, גיימאך פסחיג , כשר'ן, באקן מצות, קאכן וואס ניצט מען יא, וואס נישט, וואס איז א חומרא, וואס א הלכה, ער האט נישט קאנאנונג, (בנוסח הידוע) אין אז ער ווייסט שוין יא גיי זיי ביזי מיט דעי אלע אלד פעשען זאכן, סאיז בכלל נישט קיין פאן, די אלע זויערע אידן ווילן נאר זויער מאכן אידישקייט, דעס איז נישט קיין פארט פין דעי נייע לאוולי לא לא קוש קוש אידישקייט, זייער אידישקייט ארבעט בערך ווי זייער שלום בית מיטן ווייב, ווען עס געט וואס ער האט ליב איז עס גוט אין מען איז קאנעקטעט מען פרעסט אין מען לאכט, עס לאנג מען קען עס טוען מיטן אידישקייט רוף עס א סיום א טיי אווענט א יו"ט , אבער איינמאל דער אידישקייט בעט עפעס וואס דער אומאחריות'דיגער שיכור האט נישט קיין נערווען ווייל זיין ריעל לייוו אינטערסירט אים א בוידעם הייבט ער אן בלאזן ווי א טערק אין שרייט גאר אז די ווייב איז זויער,

ווער רעדט נאך דעי סדר אליינס איין שטיק פרעשור, וואף, די קינדער האט מען אריין געבאכעט זענען גרייט אין ווארטן צו זאגן אין הערן, זיי לעכצען נאך א טאטע וואס זאל זיי זאגן אפאר אידישע ווערטער, אין דער טאטע דעי ראסטיגע למך דארף אנהייבן זיין די פירער, אויב איז דאס נישט גענוג איז נאך דא א באשטימטע סדר, ער קען נישט סתם אנהייבן פרעסן בשר וויין, ער דארף מסדר זיין א קערה גיי זיי אים מסביר דעי קאדס דארט, זאגן קדש אויסהערן יעדעם, מען זאגט מען טינק מען צוברעכט די מצה ער דארף אויסעקטען אידישקייט, ער איז זייער אנקאפטיבעל ער פילט זיך סטופיד ער דער גרויסער חכם זאל יעצט פלען ווערן ערנסט אין עקטען ווי א נאר, בקיצור די גאנצע סדר איז נישט א פארט פין דעי לא לא קוש קוש אידישקייט,
איז דאך נישט מער ווי א פאסיגע געלעגענהייט די צייט פין פסח צו מאכן די גרויסע 8 טאגעדיגע שבאטאן פאר די אלע WD40 ליידענע, אנשטאט עס זאל אריבער גיין אזוי שווער קומט זיך צוזאם אין מען איז זיך מחזק איינער דעם אנדערן שוין פאר א גאנץ יאר, ווי זאגט די וועלט צוויי פערד שלעפן בעסער, ברבים קען מען עס שוין מאכן אפי' דעם פסח א פארט פין דעי לא לא קוש קוש אידישקייט,

לאן אתה הולך
עס ווערט צוגעשטעלט מערערע אזאלעכע שאבאטאן, ווענד זיך וועלכע ראסט מען האט אויף זיך ווי מער ראסטיג וועט טרייען צו אנטלויפן ווי ווייטער פין זיך אליינס אזש קיין מעקסיקא אפריקא אין די באהאמעס, אבי די ראשע פסח זאל אים נישט פיינוגען
למקום רמה ותולעה
די הכנות הייבט זיך שוין אן חדשים בעפאר עס נעמט צייט ווי לאנג יעדער טוט זיך אליינס אפשאצן ווי קראנק מען איז, חנוכה באקט מען שוין קודם ביי איין פראגראם וואס איז 10 טויזענט דאללער (גיי הער ווי זיי שעלטן אז מצות איז טייער), העפי ביזן הימעל פארן זיך איינשרייבן אין דעי נארן הויז, אבער אפאר טעג שפעטער מאכט יענטע קאקאש חוזק אויפן גרופ אז יענע פלאטץ איז צו יאנטשי דארט קומען דעי וויליאמסבורגע (הא הא אפי דארט לויפט זיי נעבעך נאך דער זיגל) אונז זע מער אסאך מער ראסטיג, פאסט אונז נישט צו גיין מיט דעי בעגינערס, שוין נישט איז נישט ער האט עני וועי די לעצטע ווארט אין שטוב ער זאגט דאך אלטץ OK, גייט מען צו נעקסטען זאל זיין 14 טויזענט דאללער + טיקעטס פארן פליגער, וואס טוט מען נישט אריין צו ברענגן א געשמאק אין אידישקייט, דעי וואטס עפפ רבי האט דאך שוין געזאגט ביים וואסער מיטן קעטאר אז איינע פין די שטערקסטע סימנים פין אידישקייט אויב סאיז געשמאק, אז עס איז נישט געשמאק אויף דיין לעוועל ראסטיגע פארשטאנד אין געשמאק, וויל דאס פשוט די באשעפער נישט דרכיה דרכי נועם,

פרות יפות המראה
אקעי מען האט שוין די טיקעטס, געבאק די פסח יעצט דארף מען צושטעלן א פסח, נישט קלינען אין קאכן נע דאס איז סתם אנגעצויגענקייט מיט או סי די, מען דארף זיך צושטעלן צו די גרויסע פסח פעשען שאו ווי אלע קראנק האפטיגע ראסטיג מוחות גייען אויף א הארסי רעס ווער עס קען זיך בעסער אויסשטאפירן אנגעהובן ביי די טאטע מיטן נשמת נוקבא אין מאמע בלי נשמה אין אלע קינדער אראפ מוזען זיין אויסשטאפירט פאר 14 סעודות נגד פרי החג א ברענד נעם קלייד פין יעדע איינער פין די משפחה, וואס יעדע איינס קען מען אנטון צו א חתונה, וואס מען האט אנגעהאט ביים סדר ווערט דאך פסול בלינה, אין וואס מען האט אנגעהאט צופרי איז עבר זמנו ביינאכט, ח"ו אז מען וועט עס אנטון נאכאמאל קען ארויף גיין די ראסט אין זיי וועלן ווערן אראפ געקוקט אין דעי נארן הויז, די פרעשור דעס צוצושטעלן איז אין לשער 20 מאל מער ווי דעי פרעשור וואס זיי האבן ליב חוזק צו מאכן די פרעשער פין זייערע עלטערן פרעשער אויף א פסח נאר נעבעך אנו עמלים והם עמלים וכו'

עזר כנגדו
פסח ווייס מען אז די טאטע מוז ארויס העלפן וועט טאקע די טאטע זיין איוואלבד אויף די גאר שווערע דיסישענס פין די קליידער, ווי זיין טאטע וואס איז אליינס געווען ביים באקן מצות לכבוד פסח, וועט ער ארום לויפן אליינס מיטן שוטה אין די געשעפטן זונטאג ארויס העלפן זיך צושטעלן לכבוד פסח, קאפלעך וועט מען אויך האבן פאר יעדע קלייד מעטשינג מען מעג דאך עפעס ספענדן פאר אידישקייט, איז גענוג שוין געקויפט דעי שטאפיר יעצט מוז מען האבן די ריכטיגע רענצלעך אין דרעסס בעגס פין היי ענד קאמפעניס מען קען נישט אויסקוקן ראציג,

קול ענות אנכי שומע
מיינטס נישט אז איינפאקן אין צו גרייטן די גאנצע פאמיליע צו דעי פעשען שאו גייט צו מיט ווייניג פרעשור, אה גייט קולות ווייל יעדער נעמט פרעשור איינער מער איינער ווייניגער יעדער לפי תכונת נפשו די שאלה איז נאר פין וואס צו נעמען פרעשור, פרעשור נעמט מען נאר פין עפעס וואס אינטערסירט איינעם, זיין טאטע האט גענומען פרעשור פין א נדנוד איסור כריתות, אין ער פין רקב בבגדו, שוין אלעס גרייט מען לאזט זיך אין וועג אקעי יעצט דארף יעדער אנהייבן עקטען אויף א פלעי, מען ציעט ארויס א זיסע שמייכל עס איז בערך ווי די זאלסט שטיין ווי ביים פאסטען א פיקשער פאר א 9 טעג און א שאס, די טאטע קומט אן באשפריצט אין באצירט ככלה ביום חופתה אין די מאמע ווי מיין קליניג שפחה ווען זי איז אוף דוטי, אין די קינדער ווי געדינגענע פראפס צו באצירן די שאו,

מען גייט ארויף צו די שטובער פין א שיינע גרויסע הויז אינדערהיים צוטיילט מען זיך אין צוויי שטובער'לעך, מען איז זיך מסדר אין יעצט איז דיע צייט צו גיין ווייזן פאר יעדן וואס משפחות שמעקהונט האט צו פארקויפן צום פעשען שאו, אבער טראך איצי האט געגעסן א טשאקלעד אין זיין נייע טאפ איז שמוציג געווארן, וואוו ווי א שלאנג געביסענער שפרינג די מאמע אויף, גוט צוגעטראפן די שפרינג וואס איר מאמע איז אויפגעשפרינגען ווען זי איז אריין מיט א קוקי שבת הגדול אין די רום איז נאר א מעין דמעין צו דעי קולות אין געשרייעריין וואס דעי געראטענע קלאון טאכטער שטעל אהער אין האטעל רום, יא נאר אין די רום אין דעי האול וועי האט מען דאך אן די מאסק דארט לאכט מען נאר

המשך יבוא
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מיטוואך מארטש 28, 2018 8:50 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:43 am

!!! האלו זאג מיר נישט דו קומסט פון דארט! מאסיוו! אזוי ווייטאגליך די מצב איז. אבער דאס איז נאר 8 טעג, תיכף דערנאך הייבט זיך אן די טשילינג/גראל סיסען

איינער האט א דאבעליו-דו-פארטי?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 28, 2018 9:55 am

שטארקע דיבורים אין געשמאק ארויס געברענגט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:03 am

זייער גוט געשריבן!
מיר האבן אמאל בטעות מיטגעהאלטן אזא שבת, יואוי קען מען ברעכן,

Haklal
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:23 am

מוראדיג געשריבן, ממש אזוי??

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:39 am

פלאי פלאים !,
אייערע לשונות און מליצות האבן מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים.
מיט אזא טאלאנט ארויס ברענגען די ווייטאגליכע מצב, ווי אזוי זאגט די וועלט, ווען מ'לאכט איז די מויל אפן, קען מען אריינשטופן די עסן.
יה"ר ס'זאל טאקע זיין נכנסים אל הלב, און אלע פארטרוקענטע בלעטער זאלן אויפלעבן, טאקע יעצט אין די צייט פון פרילינג, ווען די גאנצע בריאה שטייט אויף, און אלע ביימער לאזן זיך הערן, זאל אריין א חיות אין די עצמות יבשות, להחיותם ולהעלותם.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:41 am

פרידן
אין די אנגעשטרענגטע ערב פסח טעג מוז איך אריינקומען אפגעבן א דאנק!

עפעס אזוי מין גוט ארויסצוברענגען דעם מצב דארט מיט די היפאקריטיע! געוואלדיג!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:46 am

צי לאכען און צי וויינען

ליידער ליידער, שטארק אראפגעלייגט די מצב ביי דע סארט מענטשן, עס פעלט אין קירוב קרובים

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:53 am

פדף ביטע עמערזשענסי!!!!
ווווואאאאףףףףף איז דאס גוט..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:56 am

נישט פשוט!

אוי אוי איז דאס ביטער אמת.... אבער איין זאך פון ווי ווייסטו אזוי גוט? עס פאסט נישט פאר אזא חסידישע אינגערמאן זאל זיין אזוי באהאווענט, בעל השמועה עומד כנגדו!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:59 am

יוי זאגסטו גוט, נאכדערצי מיט אביסעלע הומאר צו פארדעקן די אלטגעיורענע ראסט...

נהניתי מאוד!

אפשר וועט עס עפענען די אויגן פון געוויסע און זיי נענטער ברענגן צום אמת'דיגען טעם אין אידישקייט


יישר כח גדול
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5792
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:02 am

געוואלדיג אראפגעשריבן! אזוי לאכעדיגע און וויינעדיג דאס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:05 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
נהניתי מאוד!



חושב מחשבות זעה איך אז דו האלט'ס ביי א מדריגה פון פיהר אלפי'ן (1111), נאך איינס האלט מען שוין באלד ביים תיקון השלם. ס'טאקע חודש ניסן, א זמן מסוגל.

(כידוע מדברי התולדות בענין ה' אלפין של השירה, א'מר א'ויב א'רדוף א'שיג א'חלק)
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך מארטש 28, 2018 11:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:06 am

שיין ארויסגעברענגט.
די יסוד איז, טאמער איז דיר אידישקייט צו א גרויסע פרעשור זאלסטי דיך זעצן לערנען און זעהן ווי מ'קען קאטען קארנערס. אסאך חומרות און מנהגים קען מען מקיל זיין לעת הצורך און מ'מוז נישט דראפן אלעס און זיכן נייע פרעשורס. טאמער איינער וויל נישט עסן שמאלץ מיינט נאכנישט אז מ'דארף עסן געבראקס. ס'דא א מיטל וועג און מ'דארף געדענקן אז שמחת יום טוב איז אויך א מצוה

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:06 am

פרידן, WOW! כ'הייב אן טראכטן אז די בוזט פון די יעניגע, אזוי גוט אראפצולייגן!
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:07 am

וואף!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:22 am


אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:00 pm

א פעדער אזוינס און אזעלכעס!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:16 pm

WOW
גוט אראפגעלייגט
מ'ווארט מיר שוין אויף חלק ב'

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:17 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:א פעדער אזוינס און אזעלכעס!

פרידן ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עכט וויל איך אן פילען די גאנצע דע דריי איז נאר א רמז
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

בדרכי אבותינו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 3:43 pm

תגובהדורך בדרכי אבותינו » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:18 pm

זייער חשוב זייער גוט

אבער די עלטערן פון די קינדער זענען געווען חסידישע אידען ווי אלע צוגלייך

וואס קענען מיר טועהן אז אונזערע קינדער זאלען נישט זיין אזוי ?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:32 pm

בדרכי אבותינו האט געשריבן:זייער חשוב זייער גוט

אבער די עלטערן פון די קינדער זענען געווען חסידישע אידען ווי אלע צוגלייך

וואס קענען מיר טועהן אז אונזערע קינדער זאלען נישט זיין אזוי ?

viewtopic.php?p=1212635#p1212635

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:38 pm

בדרכי אבותינו האט געשריבן:...
וואס קענען מיר טועהן אז אונזערע קינדער זאלען נישט זיין אזוי ?

פארדעם ברויך מען שוין א עקסטערע אשכול וואס וועט זיך ציען לכאורה אזוי לאנג ווי די משפיעים אשכול... זה בונה וזה סותר ובלבד שיכוין לבו לשמים..

איך מיין ווען א קינד זעהט ביים טאטען די דאזיגע זאכן קען עס שטארק בייהילפיג זיין צו ליב האבן די דרך האבות.

א. א מוסטער פון אמת'ע יראת שמים אפי' ווען קיינער זעהט נישט

ב. די קינד זאל פילן אז 'מיין טאטע האט מיך אייביג ליב' נישט אנגעוואנדן אין מיינע מעשים

ג. אריילייגן א געשמאק אין רוחניות, אפי' מ'האט חומרות זאל עס צוגיין מיט א אפעטיט

ד. האבן אפענע אויגן צו פארשטיין א חילוק צווישן איין קינדס תכונות הנפש אינעם צווייטן, און נישט פארלאנגן פון יעדעם אייניג

ה. א קינד זאל פילן אז 'מיין טאטע פארלאנגט פון מיר אידישקייט ווייל די 'תורה' פאדערט עס' נישט ווייל ער פערזענליך דארף א גוטע געפיל אז ער האט גוטע קינדער
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:41 pm

פרידען, געוואלדיג
גיטע אויסדריקן
לא לא לא קיש קיש אידישקייט
ראסטיגער למך
אויך די געוואלדיגע נקודה,
אז די גיסט פונקט אזויפיל פרעשור אויף דיינע קינדער, די שרייסט פונקט אזויפיל, (און נאך מער)
נאר אויף אנדערע זאכען

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:08 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט