צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - ה' חלקים

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

תמים תהיה
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm

סארקאזי האט געשריבן:אדאנק דעם אשכול האב איך היינט ספעציעל געדאנקט דעם אייבירשטען פארען וועדשטעבל סאלאט מיט אלע קאלירן מיטן גיטען טעם,
אז איך בין נישט אין קאריע און איך דארף נישט קלויבן גראז זיך צו האלטן ביים חיות,

אגב, אדאנק די אשכול זעהענדיג די נ.ק סאלדאטן עסן דעם אייזקרים מיט אזא קענטליך אפעטיט, האב איך מיר דאס היינט אויך ערלויבט.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 7:00 pm

:
תמים תהיה האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אדאנק דעם אשכול האב איך היינט ספעציעל געדאנקט דעם אייבירשטען פארען וועדשטעבל סאלאט מיט אלע קאלירן מיטן גיטען טעם,
אז איך בין נישט אין קאריע און איך דארף נישט קלויבן גראז זיך צו האלטן ביים חיות,

אגב, אדאנק די אשכול זעהענדיג די נ.ק סאלדאטן עסן דעם אייזקרים מיט אזא קענטליך אפעטיט, האב איך מיר דאס היינט אויך ערלויבט.

:lol:
קוקט גיט אויף דעם בילד וועט איר זעהן איינעם גייט ארויס די אויגן פון זייער אייז קרים,
ער עסט גראז (געקאכט מיט די רעסעפיעס פונעם קוק בוק) און זיי בריקען אייז קריעם
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:42 pm

אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס גייט דארט פאר און וויאזוי די טעגליכע לעבן גייט אן. ישר כח פאר'ן אזוי שיין באשרייבן

כאפ א בליק אין מיין אשכול

אדרבה. קענסטי אזוי גוט זיין און שטעלן א לינק?

איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט א לינק

א דאנק פאר אמביציע און פאר פרייליך אידל פאר'ן אונז אזוי שיין און בארלערנד אראפלייגן וואס טוט זיך דארט אינטער'ן פירהאנג.

אויב האט איר אפאר שעה קענט איר דא טרפען בלעטער אויף בלעטער להשלמת הדברים

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:38 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס באדאנקן זיך.

עס איז אין פלאן אי"ה ממשיך צו זיין ווייטער, אבער קודם אויף ביזדערווייל, לייג איך ארויף דא צוויי טשיקאווע בילדער, ווי מען זעהט סאלדאטן לאזן זיך וואוילגיין, און כאפן אריין אן אייסקרים בין גברא לגברא, צווישן איין מארש און דער צווייטער... (קוקט אויס אז פאר די עליטע איז שוין איינמאל דא צו עסן!...)
צפון קארעא רענדאם 1.png

צפון קארעא רענדאם 2.png



מיר זעהט דאס אויס ווי א גוטער שפיל פון די באהערדע.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:19 am

אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס גייט דארט פאר און וויאזוי די טעגליכע לעבן גייט אן. ישר כח פאר'ן אזוי שיין באשרייבן

כאפ א בליק אין מיין אשכול

אדרבה. קענסטי אזוי גוט זיין און שטעלן א לינק?

איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט א לינק

viewtopic.php?p=1513466#p1513466

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 4:30 pm

אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס גייט דארט פאר און וויאזוי די טעגליכע לעבן גייט אן. ישר כח פאר'ן אזוי שיין באשרייבן

כאפ א בליק אין מיין אשכול

אדרבה. קענסטי אזוי גוט זיין און שטעלן א לינק?

איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט א לינק

אטא דא
עץ חיים הוא למחזיקים בה

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:42 am

איך וואלט זייער הנאה געהאט פון א PDF פון צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל גרייט צום פרינטן!
יישר כח

שטיל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 5:27 pm

תגובהדורך שטיל » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:00 pm

מיר ווארטן מיט דארשט פאר נאך

מייקעל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 23, 2017 12:51 am

אטאם באמבע

תגובהדורך מייקעל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 2:02 pm

יא יא זייער שיין זאל ער זיך האלטען מיט זיינע אטאם באמבעס פאר זיך און לאזען אונז במנוחה

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4481
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:15 pm

האט איינער די בילדער וואס איז אין די נייעס אז מ'האט לעצטענס געכאפט בילדער ווי צוריק געשטאנען די לאנד איז ?
קען זיין אז מ'רעדט פון די בילדער וואס ס'ליגט שוין דא אין די אשכול.... ? !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:59 pm

אין די מאמענט צוויי וואכן צוריק איז געווען אן ארטיקל ביי ''צייט דערציילט'' פון צפון קאריע, גראדע גאנץ אינטרעסאנט געווען

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:15 am

די עמי מאגאזין אויף אנגליש האט א זשורנאליסט וואס האט באזיכט צפון קאריע, נישט אויף די ווילן אדער באשטעטיגונג פון עמי, צילוב די סכנה פון דער מקום, אבער ער איז געפארן אויף די אייגענע אחריות אין ב״ה ער איז צוריק מיט אונז,
להלכה מגע מען פארן דארט צו ריפארטען?

ער האט געהאט אן אישו צו אפטיילן אידישקייט פון איזאיעל
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - חלק ג'

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג נובעמבער 05, 2017 5:39 pm

בס"ד

אזויווי מיר גרייטן זיך בקרוב צו פארלאזן דעם וועלטל פאר א שטיקל צייט, וועלמיר מסיים זיין בכי טוב מיט א פרישע פארזעצונג מיט אינטערעסאנטע בילדער איבער צפון קארעא, האפענטליך וועט דערוילעם הנאה האבן.

מיר זענען ממשיך אויפן זעלבן אופן ווי פריער. פאר חלק א' קוקט דא, חלק ב' דא.

#21 זיי האלטן א אויג אויף דיר

די סאלדאטן האלטן אן אויג אויף יעדעס ווינקל פון יעדע גאס, מאכענדיג זיכער אז די בירגער טוען דאס וואס זיי באדארפן צו טוען, און באריכטן די אקטיוויטעטן פון יעדע איינציגע בירגער דירעקט פאר זייערע אויבערהארן.
ווי איר זעהט אין דעם בילד, (גענומען פון א באהאלטענע קאמערא פארשטייט זיך) איז די איינציגע אויפגאבע פון דעם סאלדאט צו היטן אויף די פרויען וועמענס אויפגאבע איז צו ריינוגען די גאסן פון יעדעס ברעקעלע שמוץ מיט –ווי איר זעהט- קיינע קארס.


#22 אנגייענדע קאנסטרוקציע

דאס זענען א גרופע צפון קארעא קאנסטרוקציע ארבייטער גייענדיג צו זייער ארבעטס פלאץ אין די הויפט שטאט פיענגענג.
די צפון קארעא רעזשים האט זייער ליב זיך צו באווייזן ווי פארגעשריטן זייער לאנד איז, און די מאסיווע געביידעס וואס ווערן דארט געבויט טראץ די אלע מערב וועלט סאנקציעס, און אן קיין סאך דרויסענדיגע הילף.
למעשה, זינט עס זענען פארהאן גאר ווייניג גוט-טרענירטע ארכיטעקטן, ווי אויך שעפערישע ארבייטער, און ווארשיינדליך האבן רוב פון די ארבייטער בלויז געגעסן גראז די לעצטע וואך, די אלע פאקטארן פארעמען א מציאות אז קאנסטרוקציע אין צפון קארעא איז נישט די טיפישע מענטשליכער באשעפטיגונג.


#23 טור גיידס

רוב לענדער אין די וועלט, ובפרט אין די גרויסע סיטיס זענען פארהאן פילע טור גיידס וועלכע וועלן אייך גערן ארומווייזן דעם באטרעפנדן פלאץ ווי איר ווילט באזוכען, זענען אבער די טור גיידס אין צפון קארעא אלע קאנטראלירט דורך די רעגירונג, און די מענטשן זענען אויסגעקליבן און דורכגעקוקט דורך די רעגירונג.
אויב די פארבלאנדזשעסט דיך, און דיין טור גייד פארלירט דיך, מזל טוב, יעצט האסטו א נייע חברותא, די, ווייל די האסט געבלאנזשעט (תפיסה) און דיין טור גייד, ווייל ער האט דיך פארלוירן (תפיסה)...! (קיין וויץ!)


#24 פאלשע טוריסטן

די פאלגנדע בילד איז באמת א שטרענג פארבאטענע, גענומען פון דעם באן סטאנציע אין פיאנגענג.
די אינטערעסאנטע חלק פון דעם בילד איז, טראץ וואס דאס קוקט אויס ווי א נארמאלע באן סטאנציע מיט רייזענדע וועלכע קומען און גייען, זענען זיי פאקטיש בלויז אקטיארן. וויבאלד די באנען זענען געווידמעט מייסטנס ארומצופירן טוריסטן פון איין פלאץ צום אנדערן, און פארמאכן זיך זייער פרי. אין די צייט וואס די בילד איז גענומען געווארן (ווי מען קען זעהן פון די זון שאטן, היפש שפעט נאכמיטאג) ווי מען זעהט מענטשן קומען נאך אריין אין די סטאנציע, זענען שוין די באנען נישט געלאפן!


#25 נישט פאר קיין צפון קארעא בירגער

דער באס, וועלכע קוקט אויס ווי פון ארום די ניינצן זעכציגער יארן, איז היפש אויפפאלנד פאר דעם טיפישן בירגער. די צפון קארעא'רע בירגער וועלן גאר זעלטן פארלאזן זייער דערפל, וואס פארלאנגט זיך א ספעציעלע רשות דערפאר, און איז שטרענג קאנטראלירט דורך דער מיליטער.


#26 0% אנאימפלוימענט ראטע

דאס מוז דאך זיין א געוואלדיגע לאנד, צו פארמאגן א 0% ארבעטסלאזע ראטע און ארבעט פאר אלעמען! דאס מיינט דאך אז זייער עקאנאמיע איז דאך געוואלדיג, אזא פיינע עקאנאמיע אזש אפילו די שולע קינדער וועלן נעמען בעזעמס און אפקערן די גאסן...
פארשטייט זיך, ס'בלויז א וויץ, אבער זינט מיר קענען נישט לייגן קיין האלט אויף די אומאפיציעלע ציפערן, מוזן מיר אננעמען די ארבעטסלאזע ראטע וואס די רעגירונג לייגט ארויס, נו, מיט אביסל א גרעסערן שפריץ פון זאלץ... (With a bigger grain of salt)


#27 כינע אנטקעגן איבער

דער בילד טוט ווירקליך אפשפיגלען דעם צוריקגעשטאנענעם צושטאנד פון צפון קארעא.
פון די רעכטע זייט איז דער כינעזער שטאט טומאן, און פון די לינקע זייט א שטעטל אין צפון קארעא.
פילע צפון בירגער פראבירן זיך אריבערצוכאפן דעם טייך אין די ווינטער חדשים ווען דער טייך איז געפרוירן, און די מיליטער וועט זיי נאכלויפן ביז אין די כינעזע טערעטאריע אריין זיי צו כאפן, און צומאל ווען עס געלונגט זיי נישט צו כאפן דעם אנטלאפענעם, וועלן זיי כאפן סתם אבי איינעם פון גאס אלס אויסלייז שטאף.


#28 די אגריקאלטור אינדאסטריע

א בילד געכאפט דורך א בייפארנדן באס פון א פעלד אין צפון.
דאס קוקט אויס ווי א פירש חי אויף דער אור-אלטער מיטל פון חורש וואס מיר לערנען אין די גמרא.
דער פעלד קוקט אבער אויס ווי פיל מיט שטיינער, אזאנס אויף וועלכע עס לוינט זיך איבערהויפט נישט אנצופלאנצען אויף דעם, לאמיר האפן אז פאר דער ארימער בירגער וועט געלונגען עפעס אנצוזייען, און שפייזן זיין הינגעריגע פאמיליע. (אדער גאר די אנגעפאשעטע רעגירונג איינגעשטעלטע?...)


#29 קינדער שקלאפן

אויפן בילד זעהט איר ווי קינדער, ווארשיינדליך אזוי אינג ווי 6 יאר, העלפן ארויס מיט ארבעט אויפן פעלד.
לויט דעם טור גייד איז דאס א נארמאלער ערשיינונג אין די סעזאן פון דעם שניט (Havrest) ווען די עקאנאמיע איז שוואך, און ווי ער באשולדיגט איז אמעריקא שילדיג דערין.


#30 פישלען אין דעם טייך

די סצענעס זענען זייער אפטע אין צפון קארעא, און נישט בלויז אין די קליינע שטעט און דערפער, נאר אזוי אויך אין דעם הויפט שטאט פיאנגענג.
עס הערשט א שטארקער הינגער אויף דעם האלב אינזל, און זינט פרישע פיש און פלייש איז כמעט אוממעגליך צו באקומען אין די לאקאלע געשעפטן, איז דער איינציגער אויסוועג צו שטילן דעם הינגער, ביים לאקאלן טייך.


#31 וואשן אין טייך

זינט עס איז קוים פארהאן אינפעסטראקטור פון וואסער סופליי אין לאנד, און אפילו ווען איר פארמאגט שוין יא א קראן איז כמעט זיכער אז וועסער פליסט נישט דארט, איז דער געווענדליכער מיטל וויאזוי מען וואשט זיך, איז ביים לאקאלן טייך. (איבריג צו באטאנען אז אזא בילד, וואס ברענגט ארויס דעם ריכטיגן צושטאנד אין לאנד, איז שטרענג פארבאטן!)


#32 קאמפיוטערס אן עלעקטערציטעט

כדי צו אויפווייזן פאר די אויסלענדישע טוריסטן ווי פארגעשריטן זיי זענען, נעמען אונז די טור גיידס אויף א באזוך אין א "טיפישער" צפון קארעא היים, צו ווייזן דעם פאקט אז זיי קענען זיך ערלויבן קאמפיוטערס, און זענען פארבינדן מיט א ספעציעלע "צפון קארעא אינטערנעט".
און טראץ וואס די סקרינס זענען פארמאכט, ווייל קיין עלעקטערציטעט איז נישט פארהאן ווען די בילד איז גענומען געווארן, טוען די צפון קארעא אקטיארן נאכאלס טייפן אויפן קיבארד... (מערקט דעם מיקי-מאוז קיבאורד פעד...)


#33 טיפישע בירגער

מיר קענען נישט ווייזן די פנימ'ער אויף די בילד (חוץ פון רעגירונג צענזור, איז אויך דא אייוועלט צענזור... נאר אויף גוטע זאכן...) אבער די פנימ'ער שרייען ארויס פאר הילף!
אויף לינקס איז א היימלאזער הינגעריגער מענטש, דערנעבן איז א בייקער וואס רועט זיך אפ.
ווי אויבן ערווענט, פארמאגן גאר ווייניג אין צפון קארעא קארס, צוליב דעם זענען בייקס די מערסט-פארשפרייטע טראנספארט מיטל. אבער דאס קומט מיט א פרייז, מענטשן דארפן צומאל פארן גאר לאנגע און אויסמאטערנדע שטרעקעס ביז צו זייער ארבעטס פלעצער.
איראניש, האט זיך דער טור גייד צעשריגן אז כאפן אזא בילד איז א פארברעך, ווייל מען טאר נישט זעהן קיין בילדער פון אויסגעמאטערטע צפון קארעא'ר בירגער....


#34 עס רייסט ביים הארץ

אן אומשילדיג קינד, וואס הכרת פניו ענתה בו אז א נארמאלע מאלצייט האט ער זעלטן טועם געווען.
(להבדיל, דערמאנט דער בילד אביסל פון די באקאנטע בילדער פון הינגעריגע קינדער אין דער ווארשעווער געטא, ביים צווייטן וועלט קריג. מיטן האנט ארויף, האט דער פאטאגרעפירער ווארשיינדליך דאס געוואלט אפשפיגלען.)


#35 סאלדאטן העלפן ארויס

ארבעטן אין פאַרמס איז א נאציאנאלע טעטיקייט, וואס פארלאנגט פון אלעמען צו ווערן פארמישט אין סיי וואסארע פארעם פון פעלד ארבייט.
פרישע רעקרוטירטע סאלדאטן און די פון די נידעריגערע רייען, ווען זיי פראקטעצירן נישט ווי צו שיסן א ביקס, וועלן זיי דארפן געפינען א וועג צו מאכן א לעבן און פארדינען אפאר גראשן. פילע יונגע סאלדאטן, ווי דער יונגער זעלנער דא, ארבעט אויף פארמס פאר עסנווארג און געלט, זינט די צפון קארעא'ר רעגירונג האבן נישט די מיטלען צו צאלן א געהאלט פאר אלע זייערע זעלנער.


©כל הזוכיות שמורות לניק פריילעך אידל @ אייוועלט.
געדענקט, עס זענען אריין פילע שעות הארעוואניע אהערצושטעלן דעם ארטיקל, דעריבער איז פארבאטן צו איבערדריקן די מאטריאל אין סיי וועלכע פארמאט אן רשות.
לעצט פאראכטן דורך פריילעך אידל אום זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4481
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג נובעמבער 05, 2017 5:54 pm

WOW זייער שיין (כ'מיין ביטער...)
אבער ביטע גייט נישט אוועק פאר צו לאנג
(ביטע ווארט נישט צוריק צוקומען ווען עס וועט שוין נישט זיין מער קיין צפון קריע...)
מיר קוקן שטארק ארויס אויף אייער הערליכע און שיינע ארבעט און שרייבעריי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג נובעמבער 05, 2017 5:59 pm

eller האט געשריבן:WOW זייער שיין (כ'מיין ביטער...)
אבער ביטע גייט נישט אוועק פאר צו לאנג
(ביטע ווארט נישט צוריק צוקומען ווען עס וועט שוין נישט זיין מער קיין צפון קריע...)
מיר קוקן שטארק ארויס אויף אייער הערליכע און שיינע ארבעט און שרייבעריי

יא אויך געוואלטיק הנאה געהאט, רייכע שפראך שיינע מליצות, און וואס נישט, געדענק מיר ווארטן פאר דיר,

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג נובעמבער 05, 2017 6:11 pm

א מייסטערווערק
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג נובעמבער 05, 2017 6:26 pm

eller האט געשריבן:אבער ביטע גייט נישט אוועק פאר צו לאנג
(ביטע ווארט נישט צוריק צוקומען ווען עס וועט שוין נישט זיין מער קיין צפון קריע...)
מיר קוקן שטארק ארויס אויף אייער הערליכע און שיינע ארבעט און שרייבעריי

אה, כאטשיג איינער בעהט זיך...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 05, 2017 7:30 pm

פריילעך - מיר האבען שטארק הנאה געהאט פון די באשרייבונג.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג נובעמבער 05, 2017 7:49 pm

יודל פריילעך, א פיינער ארבעט אראפ געלייגט, טשילינג , אבער הנאה געהאט
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:05 pm

שטארק הנאה געהאט, מיר ווארטן אויף נאך - אויב און ווען מעגליך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:44 pm

הרב פריילעך מיר האבן שטארק הנאה און ווארטן אויף נאך
דאנקע שיינע

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:43 pm

יישר כח פאר די באשרייבונג..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

פרידן
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 05, 2017 10:45 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:הרב פריילעך מיר האבן שטארק הנאה און ווארטן אויף נאך
דאנקע שיינע

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 12:40 am

פריילעך אידל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אבער ביטע גייט נישט אוועק פאר צו לאנג
(ביטע ווארט נישט צוריק צוקומען ווען עס וועט שוין נישט זיין מער קיין צפון קריע...)
מיר קוקן שטארק ארויס אויף אייער הערליכע און שיינע ארבעט און שרייבעריי

אה, כאטשיג איינער בעהט זיך...


רק הרחק לא תרחיקו ללכת...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 12:47 am

מטעמים האט געשריבן:פריילעך - מיר האבען שטארק הנאה געהאט פון די באשרייבונג.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט