די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אימפעריע

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

א מיסטעריעזע בריוו געשריבען דורך א כוזרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

הערה: ווי פול איך האב געזעהן איבער די שעכטער דאקומענט האב איך נאך אלץ נישט געקענט טרעפן א קאפי פון די דאקומענט, און די פונקטליכע טעקסט דערפון, דעריבער וויל איך דא אפגעבן א דאנק פאר דער בארימטער ידען הרב @בענקעל שליט"א פאר אפיר זוכען די קאפי און די טעקסט פון די דאקומענט און עס טרעפן.

א גרויס מיסטעריע הערשט צווישן די כוזר'ישע פארשער, נאך וואס עס איז אנטדעקט געווארן אין די קאירא גניזה דורך סאלאמאן שעכטער, א בריוו וואס איז געשריבען געווארן דורך א אנאנימע כוזרי, וואס זיי רופן דאס אלס דער "שעכטער בריוו", א בריוו וואס איז געשריבען מיט א פליסיגער לשון הקודש, אריינפעדעמענדיג לשונות פון פסוקים, און עס איז שם שמים שגור על פיו, א בריוו וואס פארציילט די גאנצע כוזרי'שע הסטאריע, מיט פולע נייע פרטים, אבער טייל פון זיי אנדערש ווי עס איז באקאנט, און ווי עס שטייט געשריבען אין די אוהר אלטע מקורות.

פארשער גלייבען אז דער שרייבער פון די בריוו האט עס געשריבען צי די ראש הגולה ר' חסדאי אבן שפרוט ז"ל צוליב דעהם וואס זיי האבן עס געטראפן צווישן אנדערע בריוון וואס איז צי איהם געשיקט געווארן, טייל גלייבן אז דער שרייבער האט עס געשריבען נאך וואס ר' חסדאי האט זיך אנגעהויבען פאראינטעסירן אין די כוזרים.

בילד
בילד
בילד
בילד

פאלגענד איז די טעקסט פון בריוו, די ציגעלייגטע איז נאר א השערה נאך וואס עס איז פארמעקט געווארן

01 ארמיניא ויברחו מפניהם אבותי [ . . . . ] [כ]י [לא יכל]ו
02 לשאת עול עובדי אלילים וקבלום [שרי קזרי]א כי [אנ]שי
03 קזריא היו תחילה בלא תורה וישאר[ו גם הם] בלא
04 תורה ומכתב ויתחתנו ליושבי הארץ וי[תערבו עמ]הם
05 וילמדו מעשיהם ויצאו עמם תמיד ב[מלחמה]
06 ויהיו לעם אחד רק בברית מילה נסמכו ומק[צתם]
07 שומרים את השבת ולא היה מלך בארץ קזריא כי א[ם]
08 אשר היה עושה במלחמה נצחונות שמוהו עליהם לשר
09 צבא עד פעם שיצאו עמהם היהודים במלחמה כפעם
10 בפעם ואותו היום גבר יהודי אחד בחרבו והבריח את
11 הצרים הבאים על קזר ושמוהו עליהם אנשי קזר לשר
12 צבא כמשפטם הראשון ויהיו בדברים האלה ימים רבים
13 עד אשר חנן ה' ויעורר את לב השר לשוב בתשובה
14 כי המתו אשתו סרח שמה ותלמודהו להועיל וגם הוא
15 ניאת כי מהול היה וגם אבי הנערה איש צדיק בדור
16 ההוא הורהו דרך החיים . והוא כשמוע מלכי מקדון
17 ומלכי ערב את הדברים האלה חרה להם מאוד וישלחו
18 מלאכים אל שרי קזריא דברי גידופים על ישראל לאמר
19 מה לכם לשוב באמונת היהודים שהם משועבדים תחת
20 ידי כל אומות וידברו דברים שאין לנו לספר ויטו את
21 לב השרים לרע ויאמר השר הגדול היהודי מה לנו
22 להרבות דברים יבואו מחכמי ישראל ומחכמי יון
23 ומחכמי ערב ויגידו לפנינו כל אחד מהם

24 [מע]שה א[להיהם ונראה] אחריתו ויעשו כן וישלח
25 [למלך י]ון מ[לאכים וגם ל]מלכי ערב והתנדבו חכמי ישראל
26 [ל]בוא [לעזרת אנ]ש[י] קזריא ויפתחו היוונים להעיד
27 [ . . ה . . . . . . . ] התחילו היהודים והערבים להכזיבו ואחר
28 [העידו הער]בי[ם]והכזיבום היהודים והיוונים ואחר פתחו
29 [חכמי ישר]אל מששת ימי בראשית עד יום עלות ישראל
30 ממצרים ועד בואם אל ארץ נושבת העידו היוונים
31 והערבים אמת והצדיקום וגם נפלה ביניהם מחלוקת
32 ואמרו שרי קזריא הנה מערה בבקעת תיזול הוציאו לנו
33 את הספרים אשר שם ופרשום לפנינו ויעשו כן ויבואו
34 בתוך מערה והנה שם ספרים מתורת משה ויפרשום
35 חכמי ישראל כדברים הראשונים אשר דברו וישֻבו ו
36 ישראל עם אנשי קזריא בתשובה שלימה ויחלו היהודים
37 לבוא מן בגדד ומן כורסן ומארץ יון והחזיקו בידי אנשי
38 הארץ ויתחזקו בברית אב המון וישימו עליהם אנשי
39 הארץ אחד מן החכמים לשופט וקוראין שמו בלשון
40 קזר כגן על כן נקראו שמות השופטים שקמו אחריו
41 כגן עד היום והשר הגדול שלקזריא הסיבו שמו
42 סבריאל וימליכוהו עליהם למלך ואומרים בארצינו
43 כי אבותינו משבט שמעון היו אבל אינינו עומדים
44 על אמתת הדבר והשלים המלך עם מלך אלן שבנינו
45 כי מלכות אלן עזה וקשה מכל האומות אשר סביבותינו
46 כי אמרו החכמים פן יתעוררו עלינו האומות למלחמה

47 ונוסף גם הוא על שנאינו על כן ה[שלים עמו לעזור]
48 איש את אחיו בצרה ויהי חתת א[להים על האומות אשר]
49 סביבותינו ולא באו על מלכות קזר [אבל בימי בנימין]
50 המלך נתעוררו כל האומות על [קזריא] ויציקו [להם בעצת]
51 מלך קדמון ויבואו למלחמה מלך אסיא וט[ורקיא]
52 [ . . . . ] ופייגיל ומקדון רק אלן היה בעזרת [אנשי קזר]
53 כי מקצתם היו שומרים תורת היהודים אלו המלאכים [כולם]
54 נלחמו על קזריא ומלך אלן הלך על ארצם וי[כם מכ]ה עד
55 אין מרפא ויפנם יי לפני בנימין המלך וגם בימי אהרן
56 המלך נלחם מלך אלן על קזר כי הסיתו מלך יון וישכור
57 עליו אהרן את מלך טורקיא כי היה א[והבו אז] ויפול מלך
58 אלן לפני אהרן וילכדהו חי ויכבדהו [המלך עד מ]אד ויקח
59 את בתו לבנו ליוסף לאשה אז [נשב]ע לו מלך אלן אמונה
60 וישלחהו אהרן המלך [ . . . . הבית]ה ומהיום ההוא נפלה אימת
61 קזר על האומות אשר סביבותם . וגם בימי יוסף המלך
62 אדוני [ . . . בעז]רו בהיות השמדה בימי מלך רומנות הרשע
63 [כאשר נודע] הדב[ר] לאדוני סילה רבים ערלים וגם רומנות
64 [הרשע] שלח מתנות גדולות להלנו מלך רוסיא ויסיתו
65 לרעתו ויבוא על מדינות סמבריי לילה וילכדה בגניבה
66 כי לא היה שם הפקיד רב השמוניי ויודע הדבר לבולשצי
67 הוא פסח המיקר ויבא על עירי רומנות בחרון אף ויך
68 מאיש ועד אישה וילכד שלוש עיירות לבד הפרוודים
69 הרבה מאד ומשם בא על שורשו[נו] וילחם עליה

70 [ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]ויצאו מן הארץ כתולעים
71 [ . . . . . . . . . . . . . . . ]ישראל וימותו מהם תשעים איש
72 [ . . . . . . . . . . . . ]ל]ה אבל שמם למס עובד ויצל
73 [ . . . . . . . . . . מ]יד רוסו [ויקח] את כל הנמצאים מהם
74 [ . . ויכם לפי ח]רב ומשם הלך על הלגו למלחמה וילחם
75 [ . . . . . . חדשים ויכניעהו אלהים לפני פסח וימצא
76 [ . . . עוד ה]שלל אשר לקח מסמבריו ואומר כי רומנוס
77 השיאני [לזאת] את ויאמר לו פסח אם כן לך על רומנוס
78 והלחם בו כאשר נלחמתה בי ואלך מעליך ואם לא פה
79 אמות או אחיה עד אנקום נקמתי וילך בעל כורחו
80 וילחם על קוסטנטינא ארבעה חדשים בים ויפלו שם
81 גבוריו כי גברו מקדונים באש וינס ויכלם לשוב אל
82 ארצו וילך אל פרס בים ויפל שם הוא וכל מחנהו
83 אז היו רוסיים כנועים תחת ידי קזר חנני
84 מודיע לאדוני שם ארצנו כאשר מצאנו בספרים
85 ארקנוס ושם עיר הממלכה קזר ושם הנהר העובר
86 בתוכה אטיל והו מימין לים הבא מהוצ[ . . ] אשר
87 עברו בו שלוחיך לקוסטנטינא וכמדומה אני מן
88 הים הגדול מושך ומדינתנו רחוקה מן הים ההוא
89 אלפים ומאה וששים ריס ובין ארצנו לקוסטנטינא
90 בים תשעה ימים וביבשה שמנה ועשרים יום
91 וארץ ממשלת אדוני חמשים יום הנה הנלחמים עמנו
92 אסיא ובאב אלאבואב וזיבוס וטורקו ולוזניו


פוהלע ווערטער פון די בריוו פעלן צוליב וואס עס איז פארמעקט געווארן במשך די יארן, דעריבער איז שווער צי פארשטיין וואס פונקטליך שטייט דארט, אבער וואס מען פארשטייט לכאורה פון די ווערטער וואס איז יא פארבליבען, איז די פאלגענדע געשיכטע.

די כוזר'ישע היסטאריע לויט דער שרייבער פון דער בריוו


יענער שרייבט אז אין די לאנד ארמעניע ווי זייערע זיידעס האבן געוואוינט, האבן זיי פון דארט געוואלט אנטלויפן נישט קענענדיג טראגן די עול פון עבודה זרה, און זענען אנטלאפן צי קזריא (כזר), ווי די איינוואוינער האבן זיי אויפגענומען שיינערהייט, אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געהאט קיין תורה, האבן נעבעך די אידן זיך אפגעלערנט פון זיי (אזוי ווי עס איז געשעהן איבער טויזענט יאר שפעטער אין אמעריקא...), און האבן חתונה געהאט מיט זיי, [און זענען ארויס מיט זיין אין מלחמה,] און זענען געווארן ממש איין פאלק, נאר ברית מילה האבן זיי איינגעהאלטן, און [טייל] האבן געהאלטן שבת.

אין די לאנד קזריא איז דאן נישט געווען קיין קעניג, נאר ווער עס איז געווען א געלונגענע קעמפפער און באזיגט ביי די מלחמת האט מען געשטעלט אלץ שר הצבא, ביי איין מלחמה ווען די אידן זענען ארויס מיט זיי אין קריג איז געווען א אידישע קעמפפער וואס האט באזיגט די שונאים און מען האט איהם געשטעלט אלץ שר הצבא.

אזוי איז געווען פוהל טעג, ביז איין טאג האט איהם איבערגענומען א געפיהל צי תשובה טוהן, ווייל זיין ווייב סרח איז געווען א ערליכע אידענע, און אויך איהר טאטע איז געוועהן א ערליכער, און זיי האבן איהן אויסגעלערנט די אידישע וועג, און אויך איינזעענדיג אז ער איז גע'מל'עט האט ער תשובה געטוהן.

ווען די אראבישע און אנדערע מלכים האבן דאס געהערט האט זיי דאס זייער וויי געטוהן, און האבן געשיקט שלוחים צי די כוזרי'שע שרים מיט דברי גידופים פרעגנדיג וואס האבן ענק זיך צוריק צי קערן צי די אידישע אמונה וואס זענען א פאלק וואס איז אינטערטעניג אינטער אנדערע פעלקער, און זיי האבן גערעדט שרעקליכע דיבורים וואס איז נישט כדאי זיי בכלל צי אראפ שרייבען, און זיי האבן מצליח געווען צי איבער דרייען די הארץ פון די נידעריג ראנגיקע שרים צום שלעכטן.

האט דער גרויסער אידישער שר געזאגט, וואס דארף מען סתם אזוי רעדן? לאמיר רופן אידישע חכמים און (להבדיל) קריסטליכע און מוסלעמענער חכמים, און וועלן מיר הערן וואס זיי זאגן, און אליין מחליט זיין די אמת.

און אזוי איז געווען, עס זענען אנגעקומען חכמים פון די אידן און להבדיל פון די קריסטן און די מוסלמענער, און ווען די קריסטליכער חכמים האט אנגעהויבען רעדן און פארציילן פון זייער גלויבען האבן די אידישע חכמים און להבדיל די מוסלעמענער חכמים זיך געדינגען און געקריגט אויף איהם, און ווען די מוסלמענער חכמים האט אנגעהויבען צי רעדן האבן די אידישער חכמים און להבדיל די קריסטליכער חכמים זיך געקריגט אויף זיינע רייד, און דערנאך האט די איד גערעדט, און זיי פארציילט פון בריאת העולם און ווייטער, און פון יציאת מצרים ביז מען איז אריין אין ארץ ישראל, און אויף דעהם האבן די קריסטן און די מוסלעמענער זיך נישט געקריגט נאר מסכים געווען דערצוה, זאגענדיג אז דאס איז אמת, אבער דאן איז געקומען די מחלוקת אויף די אמונה.

האבן די כוזרי'שע שרים געזאגט דא אין די תיזול טאל איז דא א מערה וואס דארט איז באהאלטן אלטע ספרים, ברענגס די ספרים און זייטס מסביר וואס דארט שטייט, און אזוי איז געווען און מען האט געברענגט די ספרים, וואס דאס זענען געווען ספרים מתורת משה, און די אידישע חכמים האבן עס מפרש געווען און עס איז אויסגעקומען ווי די אידישע אמונה, און דאן האבן אלע אידן פון כוזר תשובה געטוהן, ציזאמען מיט די כוזר'ישע איינוואוינער וואס זענען געווארן אידן, און עס האבן אנגעהויבען קומען אידן פון די גאנצע וועלט קיין כוזר, פון בגדאד און כורסן און יוון (ביזאנטיון), און זיי האבן געשטארקט די כוזרי'שע איינוואוינער אין אידישקייט און די כוזרים האבן זיך גע'מל'עט און געווארן כשר'ע אידן.

מען האט דאן גענומען א איד צי זיין דער הויפט שופט אין לאנד און מען האט איהם א נאמען געגעבן כגן, און פון דאן הייסען אלע כוזרי'שע שופטים כגן, און דער גרויסער אידישער שר האט מען ממליך געווען פאר א קעניג, און מען האט איהם א נאמען געגעבן סבריאל.

דער שרייבער פארציילט ווייטער: מען שמועסט ביי אונז אז אונזערע עלטערן שטאמען פון שבט שמעון, אבער מיר וויסען נישט צי דאס איז ריכטיג.

דער שרייבער פארציילט אויך איבער דאס לאנד אלן (אלאנים) וואס איז געווען זייער א שטארק לאנד , און דער כוזרי'שער קעניג האט באשלאסן צי לעבן מיט איהר בשלום, כדי זיי זאלן זיך נישט אנשלוסן קעגן די כוזרים אין א קאמפ טאמער וועט זיך מאכן,
און אין די טעג פון דער קעניג בנימן האבן די ארומיגע פעלקער באשלסאן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און דאן איז אלן געקומען צי הילף פאר די כוזרים ווייל טייל פון די אלאנע איינוואוינער האבן געהאלטן אידישקייט.

אבער אין די טעג פון דער קעניג אהרן האט אלאן באשלאסן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און די כוזרים האבן איהר באזיגט, און מען האט געפאנגען דער קעניג פון אלן לעבעדיג, אבער אנשטאט באשטראפן האט דער קעניג אהרן האט איהם מכבד געווען און גענומען זיין טאכטער פאר א כלה פאר זיין זוהן, און דאן האט דער אלן'ער קעניג געשוואוירען געטריישאפט פאר די כוזרים.

נאך פארציילט ער אין די צייט פון די קעניג יוסף ווען דעמאלטס איז געווען דער ביזאנטישער קייסער רומנוס דער רשע, האט ער באשלאסן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און ער האט געשיקט שלוחים צי הלגו (ווארשיינליך דער וואס איז באקאנט אלץ אולג) דער רוסישער הערשער מיט מתנות איהם צי חנפ'נען ער זאל מיט איהם גיין לחמה האלטן קעגן די כוזרים. און זיי האבן אינוואדירט ציזאמען דעהם כוזרי'שען סמבריי פראווינץ צוליב וואס דער אפיציעלער הערשער פון דעהם פראווינץ מיטן נאמען פסח איז דאן נישט געוועהן, און ווען פסח האט דאס געהערט איז ער באלד געקומען אין קאמפ קעגן דער רשע רומנוס, און ער האט פון איהם איינגענומען דריי שטעט, און דערנאך האט ער מלחמה געהאלטן מיט די רוסן לאנגע חדשים ביז ער האט זיי באזיגט, און דער רוסישער הערשער אולג האט זך פאר איהם פארעענטפערט אז רומנוס האט איהם איבער גערעדט, האט איהם פסח געזאגט צי גיין מלחמה האלטן מיט רומנוס אין הויפט שטאט קאסטאנטינא, און אויב נישט וועל איך יעצט פון דיר נקמה נעמען, נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער געקעמפט מיט די ביזאנטען, און ער האט געליטען א מעכטיגע נידערלאגע, און ער איז אנטלאפן קיין פרס ווי דארט האט ער געטראפן זיין טויט.

אפהאנדולנגען איבער די בריוו


די בריוו האט געמאכט א שטארקע טומעל ביי די חוקרים, צוליב די פוהלע נייע אומבאוויסטע פאקטן וואס ווערט דארט דערמאנט, און צווישן זיי טייל פאקטן וואס שטומען נישט אלע מיט די אנגענומענע היסטאריע, און מיט דאס וואס עס שטייט אין די בריוו וואס דער קעניג יוסף האט געשריבען, און אין ספר הכוזרי.

קודם דארפן מיר זעהן וואס פון די בריוו איז גלייך צי דאס וואס מיר ווייסן
א. ווערט געברענגט אין די בריוו אז די כוזרים האבן זיך געקערט צי אידישקייט, נאכן אפהאלטן א ויכוח, און זיי האבן זיך מתגייר געווען, אזוי ווי עס ווערט דארט געשילדערט אז זיי האבן זיך גע'מל'עט, וואס דאס איז דאך א חלק פון א גיור פראצעדור ("ויתחזקו בברית אב המון" מיינט דאך ברית מילה וואס אברהם אבינו איז אנגערופן געווארן דאן אב המון גויים).

ב. אזוי אויך די נעמען פון די קעניגן בנימן אהרן און יוסף איז פאר אונז שוין באקאנט.

ג. אויך די געשיכטע פון דער רוסישער הערשער אולג איז באקאנט.

און נאך עטליכע פרטים

אין די בריוו שטייט אבער די פאלגענדע פרטים

א. אין די בריוו ווערט דערמאנט אז די קעניג וואס האט זיך געקערט צי אידישקייט האט געהייסן סבריאל, און דאס איז דאך לכאורה וואס מיר קענען אלס בולאן, און דא שטייט אז ער איז געווען דער ערשטער קעניג אין לאנד, און נאך זיך קערן צי אידישקייט איז ער געווארן דער מלך.

ב. פון די בריוו זעהט מען אז דער קעניג איז בעצםשוין לכתחילה געווען א איד און האט נאר תשובה געטוהן, און איז שוין פון לאנג געווען גע'מל'עט.

ג. די נאמען "כגן" וואס ער פארציילט אז מיט דעהט האט מען גערופן די שופטים.

אבער אין אלטע מקורות זעהט מען

א. עס זענען שוין געווען קעניגן פאר דעהם, און בולאן איז געווען דער יורש פון די מלוכה נאך עטליכע דורות.

ב.בולאן איז געווען א גר צדק וואס האט זיך גע'מל'עט ווערנדיג א איד.

ג.די נאמען כגן איז לכאורה די זעלבע ווארט פון "כאקאן", און אין אלע אלטע מקורות, און אזוי שרייבט אויך רב סעדיה גאון שטייט אז די כוזרים האבן גערופן זייער קעניג מיטן נאמען "כקן", דאס הייסט אז נישט די שופטים.

און אזוי איז דאך נאך פארשידענע פרטים וואס חוקרים האבן אלס געגלייבט אנדערש.

און אויסער דעהם איז דא פוהל נייע פאקטן וואס עס שטייט אין די בריוו, אזוי ווי איהר קענט זעהן.

למעשה דארף מען וויסן ווער דער שרייבער פון די בריוו איז געווען און ווי ווייט מען קען איהם גלייבען.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

זענען די כוזרים געווען פון די עשרת השבטים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

זענען די כוזרים געווען מבני יפת? אדער פון די עשרת השבטים?

ווי געשריבען זענען די כוזרים געווען מבני תוגרמה, מבני יפת. אבער א שטיק מיסטעריע איז דא נאך וואס אלדד הדני שרייבט אז זיי זענען פון שבט שמעון

שבט שמעון וחצי שבט מנשה בארץ הכוזריים רחוק מירושלים ששה חדשים והם רבים עד אין מספר


אז מיר וועלן קוקען אין דער אויבענדערמאנטער בריוו, טרעפן מיר אויך ראיות אז די כוזרים זענען געבוירענע אידן, אברע נישט קיין ראיות מוכחות.

דער שרייבער פון די בריוו שרייבט אז מען זאגט אז זייערע עלטערן קומען פון שבט שמעון אבער ער ווייסט נישט די ווארהייט דערפון.

אזוי אויך אין די בריוו ווערט געשילדערט אז די אידן מיט די כוזרים האבן זיך אלע געקערט צי אידישקייט, בפשטות מיינט עס אז די אידן האבן תשובה געטוהן, און די כוזרים האבן זיך מתגייר געווען, און אזוי ווערט טאקע געשילדערט אז זיי האבן זיך גע'מל'עט.

אבער די לשון וואס דער שרייבער פארציילט עס איז אז זיי האבן תשובה געטוהן, און דאס איז דאך א לשון וואס פאסט נישט פאר גויים וואס זענען זיך מתגייר, עס קען זיין אז ער איז פשוט נישט גוט מדייק בלשונו, אדער אגב די אידן וואס האבן תשובה געטוהן רופט ער שוין אלע אהן מיטן לשון פון חזרה בתשובה, אבער לויט די טעאריע אז די כוזרים זענען לכתחילה געווען אידן שטומט עס בעסער, אז זיי האבן נאר תשובה געטוהן, און זיי האבן זיך געדארפט מל'ען ווייל זיי האבן זיך אפילו נישט גע'מל'עט ביז דאן.

און דאס וואס ער זאגט פון אנהייב אז די כוזרים זענען פון אנהייב געווען אהן תורה, מוז נישט מיינען אז זיי זענען געווען גויים, קען פשוט מיינען אז זיי האבן נישט איינגעהאלטן די תורה, אזוי ווי ער שרייבט אויף די אידן וואס זעען דאן אהין געקומען פון ארמעניא אז זיי זענען אויך געבליבען אהן א תורה.

(וועט מען א ביסל בעסער פארשטיין ווי די אידן וואס זענען דארט אנגעקומען, און טראץ וואס זיי האבן נעבעך געגליטשט, האבן זיי זיך נאך געהאלטן פאר אידן, און זיך גע'מל'עט, ווי קען דאס זיין אז צי נישט אידן זענען זיי גרייט געווען צי חתונה האבן.)

למעשה קען מען נישט מטיל זיין קיין ספק אין דאס וואס ראשונים שרייבען אז די כוזרים זענען געווען גרים, און באמת איז די אויבענדערמאנטע נישט אזא ראי', ווייל קען זיין אז די אנטלאפענע פון ארמעניא זיי זענען געקומען פון שבט שמעון, און דאס איז וואס ער שרייבט אז אבותינו משבט שמעון מיינט ער זיי, און אזוי זיכענדיג האב איך טאקע אזויגעטראפן אין עקטאן דמר יעקב, א אלטע אגדה ספר ווי איך וועל עס באלד ברענגן
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

עקטאן דמר יעקב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אזוי ווערט געשריבען אין אלטע אגדה ספר מתקופת הראשונים מיטן נאמען עקטאן דמר יעקב לר' יעקב בר אליעזר וואס איז ווארשיינליך דער וואס איס געקומען צי כוזר איבער געבן די בריוו פון ר' חסדאי אבן שפרוט פאר די קעניג יוסף, אזוי ווי עס שטייט אין די בריוו פון דער קעניג יוסף.

הראה הקב״ה לאדם הראשון דור דור ודורשיו, דור דור וחכמיו, דור דור וסופריו, דור דור ומנהיגיו, דור דור ופרנסיו. ויש אומרים עד שלא נברא העולם העביר הקב״ה לפניו כל הדורות, דור הבריאה דור המבול דור הפלגה דור האבות דור מצרים, כיון שהגיע לדור המדבר נתעצב ושמח, נתעצב ב"ואתכם אזרה בגויים", ושמח ב"ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם", לא מאסתים בימי פרס שהעמדתי להם דניאל, ולא געלתים בימי מדי שהעמדתי להם אסתר, לכלותם בימי יונים שהעמדתי להם יוחנן ובניו החשמונאים, להפר בריתי בימי רומיים שהעמדתי להם שמעון בר כוכב, אתם בימי ערביים שהעמדתי להם מלכי כוזרים.

מעשה שהיה מהלך מר יעקב בר אליעזר בארץ כוזריה, וראה שם שבט שמעון ואמר אוי לנו נתקיים עלינו מקרא שכתוב ואתכם אזרה בגוים, אח״כ ראה כוזרי שנתגייר, שמח ואמר ואף גם זאת וגו׳. דבר אחר, ואתכם אזרה בגוים - אלו השבטים שמעבר לנהר סמבטיון, ואף גם זאת וגו׳ אלו מלכי הארץ שנתגיירו. בשביל ב׳ דברים זכו להתגייר, על גמילות חסדים ועל הכנסת אורחים שלהם. אמר מר יעקב בר אליעזר שטתי בכל העולם כולה ולא מצאתי גמילות חסדים ובעלי הכנסת אורחים כאנשי עבר הנהר, שכל אוהל מפולש כפלן של אברהם, וכל בית פתוח כביתו של איוב, למזרח ולמערב לדרום ולצפון, הבא למזרח יכנס למזרח, הבא למערב יכנס למערב, הבא לדרום יכנס לדרום, והבא לצפון יכנס לצפון... איוב מאומות העולם היה ונתגייר, כך מלך כוזר מאומות העולם היה ונתגייר.

כשבא מר יעקב בר אליעזר לכוזר אמר לו המלך שאל מה אתן לך, אמר לו איני מבקש ממך אלא שרצונך לומר לי מוניטון שלך, אמר לו מוניטון של כוזרים אינו אלא מיוחסין, שנאמר בני יפת גמר ומגוג ומדי ויון ותבל ומשך ותירס. גמר זו גימר מגוג זה שיטים, מדי זה מדי, יון זה מקדוניא, תבל זה טובר, משך זה מושכי, תירס זה תראסיה, ובני גמר אשכנז וריפת ותגרמה, אשכנז זה אשיכיניזי, ריפת זה גיפת, תגרמה זה תורקי אחי כוזר. בשעה שהיו בני גמר עובדי ע״ז עמד כוזר אחיהם להוכיחם, א״ל הקב״ה חייך שאני פורע לך, מיד נפרד כוזר מעל אחיו, והלך לו לארץ כוזריה, וגלגל הקב״ה והביא את בני שמעון לארצו, ונתחתנו בניו בבני יעקב ונעשו גרי צדק ויצא לו מוניטין בעולם.



עטליכע אינטערסאנטע עניינים זעהן מיר דא, קודם כל אזוי ווי מיר האבן געשמועסט אז די פלטים פון ארמעניא וואס זענען אנגעקומען צי כזריה זענען געווען משבט שמעון, און צוליב דעהם רופט עס אלדד הדני אהן שבט שמעון.
און אז די כוזרים האבן זיך מתגייר געווען אין זכות פון זייערע גמילות חסדין און הכנסת אורחים, און אין זכות וואס זייערע זיידע כוזר האט מוכיח געווען זיינע פעטער'ס פארן דינען ע"ז.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אין די "שעכטער בריוו" ווערט אויך דערמאנט איבער די אלנ'ע קעניגרייך, ווערט דארט דערציילט אז דער קעניג יוסף האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון די אלן'ע קעניג, ווי געזאגט ווייסט מען נישט ווי ווייט מען קען איהם גלייבען, ווייל זיינע זאכן איז סותר פוהלע פאקטן וואס שטייט אין אנדערע מקורות, אבער לדבריו האט זי זיך זיכער מתגייר געווען (דער שרייבער קרעכצעט דאך אז אין די ערשטע תקופה האבן נעבעך די אידן אפגעגליטשט און חתונה געהאט מיט כוזרים פאר די גרות, איז דאך זיכער אז נאך די חזרה בתשובה האבן זיי נישט געטוהן אזעלכע זאכן).

אבער אינטערסאנט וואס ער שרייבט אז נאך פאר דעהם אין א פריערדיגע תקופה איז געווען א קריג ווי די אלנים זענע געקומען צי הילף פאר די כוזרים, ווייל טייל אלנים זענען געווען אידן, זעהט אויס אז די אידן אין אלן האבן געהאט א שטארקע כח אזוי ווייט אז זיי האבן געקענט משפיע זיין צי פירען מלחמות, איז קען אפשר זיין אז דער קעניג אליין איז געווען א איד.

אין זיין לשון אויף די אלנים שרייבט ער אז "מקצתם היו שומרים תורת היהודים", ער וואלט ווען בעסער געדארפט זגן אז מקצתם היו יהודים, אפשר זענען די אלנים געווען אידן מעשרת השבטים, ווער ווייסט?...
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

יעצט אנהאלטן פון ידידנו הרב @בענקעל די ארגיניעלע קאלירטע סקען פון די שעכטער דאקומענט, א סך קלארער, תשוח"ח.
עס איז געשריבען אזוי ווי אויף א ביך, און די ערשטע זייט איז די אינטערשטע בילד פון לינקס, און נאכדעם די צוויי זייטען פון די העכערע בילד, וחוזר חלילה.

T-S MISC 35. 38v FGP C129309.png
T-S MISC 35. 38v FGP C129309.png (680.22 KiB) געזען 7466 מאל


T-S MISC 35. 38r FGP C129310.png
T-S MISC 35. 38r FGP C129310.png (668.09 KiB) געזען 7466 מאל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יעצט דורכגעלעהזט דאס גאנצע היסטאריע באשרייבונג אין איין אטעם!!!
(ערשט יעצט געטראפן צוליב וואס עס ליגט אין היימישע דזורנאל....)

עס איז מוראדיג אינטערסאנט!
חזון איש'ניק איהר האט געמאכט א סופער וואונדערליכער ארבעט!!! ;l;p- ;l;p-
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

א יישר כח נאכאמאל, מורא'דיג אינטערסאנט.

און א יישר כח פאר בענקעל פארן צישטעלן די מאטריאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דער ווארהייט פון דער בריוו פון יוסף המלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

לחם לשובע האט געשריבן:
דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".

וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.

איז דען דאס אויסגעהאלטן?

די קשיא איז גוט, נאכדערצוה אז דער ראב"ד איז מעיד איבער די ווארהייט פון דער בריוו פון דער קעניג יוסף.

אבער האב איך יעצט געזעהן ציברענגען אז אין די כתבי יד פון רבינו יהודה אלברצלוני ז"ל (מרבותינו הראשונים זי"ע) רעדט ער ארום איבער מקריב זיין קרבנות בזמן הזה, דערמאנט ער אז לכאורה אין די בריוו איז משמע אז זיי האבן געטוהן די עבודה בזמן הגלות, זאגט ער אבער אז ער ווייסט נישט צי די בריוו איז ריכטיג אזער נישט, און טאמער עס איז יא ריכטיג אפשר האט איינער ציגעשריבען , אדער א טעות סופר.

וז"ל
וראיתי במקצת נסחאות נוסח כתב שכתב יוסך המלך בן אהרן הכוזרי לר' חסדאי בר' יצחק, ולא ידעתי אם היה אמת אותו כתב או לא, ואם תמצי לומר שהיה הדבר עיקר שנתגיירו אותם כוזרים שהם מבני תוגרמה, לא הוברר הדבר אם כל מה שכתב באותו כתב עיקר ואמת או לא, או נכתבו בו דברי כזב, או הוסיפו בכתב, או טעות סופר, וזה שהוצרכנו לכתוב על זה מפני שמצאתי כתוב נוסח כתב אחר שכתב יהודי בלשונו בקונסטינופולי ממלכי קונסינופולי, והזכיר מלחמות שאירעו בין מלכי קונסינופולי ובין אהרן המלך, וכן נמי מלחמות בין בני אותם מלכים של גויים ובין יוסף המלך בן אהרן, וכן נמי זה הדבר שנתגיירו כוזרים והיה להם מלכים גרים, שמעתי שכתוב כל זה בספרי הישמעאלים שהיו באותם ימים...


קודם כל זהט מען אז ער איז זיך מסתפק איבער די ווארהייט פון דער בריוו פון יוסף, איז פארשטייט מען שוין די סתירות צווישן דער ספר הכוזרי און דער בריוו.
צוויייטענס דערמאנט ער א בריוו וואס איז געשריבען געווארן דורך א כוזרי אין קוסטנטינא, דאס איז ווארשיינליך דער אויבענדערמאנטער דאקומענט וואס איז געפונען געווארן אין די קאירא גניזה, און זעהט אויס אז ער גלייבט עס.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:...
עס זענען דא מטבעות געפונען געווארען ביים קאספישען ים וואס זעהט אויס ענליך צו די אראבישע מטבעות (דירהאם) בימים ההם; אבער די מומחים זאגען אז דאס האבען די אראבער נישט געקענט מאכען ווייל די אראבישע שריפט איז נאר נאך געמאכט ווי ביי אונז א גר רעדט אידיש (נח מיט זיבען גרייזען). אלזא זאגען זיי אז דאס זענען כוזרישע מטבעות (נאך געמאכט די אראבישע). כ'האף אי"ה צו צושטעלען בילדער דערפון.

אויך, דער גרעסטע מומחה אין אראבישע און אוריענטעל מטבעות (א איד פארשטייט זיך) האט מיר געזאגט אז עס איז דא א זייער זעלטען מטבע מיט די ווערטער "ארץ כוזר". כ'האב עס אבער קיינמאל נישט געזעהן. דארף מען זעהן צו די ביכער איבער דער נושא ברענגען עס נישט.

איך האב נישט קיין צייט צו טוהן דער האומווארק; בין עס אבער מודיע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די מיה.


SPUSMN האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:דארף צי זיין א מטבע מיטן אויפשריפט "דיל לאנד פון די כוזרים", דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט ווי די "משה מטבע" ווי זיי רופן דאס, ווס צייגט קלאר אז זיי זענען געווען אידן.

לגבי די ארבישע נישט גוט געספעלטע מטבעות האב איך נישט געהערט.

יעצט געליינט וואס איר שרייבט וועגען דער "משה מטבע"
אין יאר 1999 למספרם האט מען אין די גוטלאנד אינזעל געטראפן כוזר'ישע מטבעות מיט א אופישריפט אויף אראביש "משה איז ג-ט'ס נביא", אנשטאט די אראבישע מטבעות וואס זיי האבן געשריבען "מחמד איז ג-ט'ס נביא", פארשער זאגן אז די כוזרים'ס מטבע איז געווען נאכגעמאכט פון די אראבישע דרהם מטבע צוליב איהר פאפעלערקייט, וועגן דעהם פארשטייט זיך פרוואס די מטבע איז געמאכט ווי די אראבישע צורה.


וואס שטימט אקוראט מיט וואס דער רוסישער מומחה אויף די כוזרים האט מיר געזאגט; און ווייזט אז די פיר מטבעות (וואס כ'ווייס ווי זיי זענען) זענען אמת. עס איז דא בנמצא די ארגינעלע מטבעות (די אראבישע געמאכטע), און די פיר כוזרישע האבען די כוזרים פרובירט נאכמאכען יענע פיר מטבעות (אלע פיר זענען אנדערש); אבער די כוזרים האבען נישט גוט געקענט אראביש און געמאכט גראבע טעותים אין אויסשטעל.

ואגב, די אראבער האבען נישט געמאכט קיין מטבעות מיט בילדער (ווייל עס איז א פסל); נאר מיט שריפטען (ווי זיי שרייבען אז מחמד...). דא און דארט איז דא א אויסנאם מיט א בעל חי וכו'.

ווי צוגעזאגט, וועל דא ברענגען די בילדער פון די פיר זילבערנע מטבעות געמאכט דורך די כוזרים, ביידע זייטען.

די מטבעות הייסען דירהאם'ס (דראהאם'ס), און איז לכאורה די ששדנג דערמאנט אין די גאונים.
אטעטשמענטס
01 back.JPG
01 back.JPG (99.33 KiB) געזען 7041 מאל
01front.JPG
01front.JPG (81.94 KiB) געזען 7041 מאל
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג אקטאבער 23, 2017 7:27 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער צווייטע
אטעטשמענטס
02 back.JPG
02 back.JPG (125.33 KiB) געזען 7041 מאל
02 front.JPG
02 front.JPG (118.11 KiB) געזען 7041 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער דריטע
אטעטשמענטס
03 back.JPG
03 back.JPG (105.94 KiB) געזען 7041 מאל
03 front.JPG
03 front.JPG (115.33 KiB) געזען 7041 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער פערדע
אטעטשמענטס
04 back.JPG
04 back.JPG (110.69 KiB) געזען 7041 מאל
04 front.JPG
04 front.JPG (121.64 KiB) געזען 7041 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק פאר א חשובע שרייבער דא, ידידי... פאר נעמען די בילדער און עס מיר צושטעלען רעדוסט אין רעזעלושען אז עס זאל קענען ארויף גיין דא; ותשוחח"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

SPUSMN האט געשריבן:א דאנק פאר א חשובע שרייבער דא, ידידי... פאר נעמען די בילדער און עס מיר צושטעלען רעדוסט אין רעזעלושען אז עס זאל קענען ארויף גיין דא; ותשוחח"ל.

ווי קען מען זעהן די ארגינעלין מטבע?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א שווערע קשיא, ווייל קיינער וויל נישט זיך איידענטיפיצירען.

וואס איז שלעכט מיט די בילדער? איט סורווס איטס פורפאז, און איז כאטש אזוי גוט ווי זיי זענען אין א ביך. איר אייגענטימער האט נישט אזוי לייכט געוואלט אז פינקט זיינע זאלען ווערען פאבליק מכמה טעמים, אבער צום סוף באשלאסען אז זיכוי הרבים און מהנה זיין אידען קומט ערשט.

איך ווייס נישט פון נאך אזעליכע וואס זאל זיך געפונען ביי קאלעקטערס (חוץ אז מען האט געטראפען נאר די פיר, וואס איז שטארק מעגליך, און וועגען דעם טאקע האביך געברענגט אלע פיר ווען איינס וואלט אויך געדינט דער פורפאז). די פיר מטבעות, חוץ מזה וואס זיי זענען אימיטעישען מטבעות און ווייזט קלאר אז די וואס האבען עס געמאכט האבען קיין אראביש נישט געקענט; האט מען זיי געטראפען אין דער הארץ פון די טעריטאריע פון די כוזרים. יעדער פון דיע איז א אימיטעישיען פון א אנדערע מלך (אפשר צוויי פון די זעלבע) אינעם אבאסיד קאליפעיט
https://en.wikipedia.org/wiki/Abbasid_Caliphate
און אלע זענען צווישען 1000 און 1200 יאר אלט. טאמער כ'וועל וויסען (ס'דארף זיין די אינפארמעישאן) פון פינקטליך וועליכע (קאליפעיט) מלך יעדער איז א אימיטאציע, וועל איך עס אוודאי דא מגלה זיין. אויך דארף זיין די פינקטליכע שטאט וואס מען האט עס געטראפען, אבער דער אייגעטימער וואס האט זיי געקויפט איבער 20 יאר צוריק טרעפט נישט זיינע רעקארדס לעת עתה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

נישט געוויסט אז מהאט שוין אימיטעיטעט אין יענע יארן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טויזענט יאר פאר דעם האט מען שוין אויך אימיטעידטעד. די אראבער גופא האבען מיט 1400 יאר צוריק קודם אימיטעידטעד די פרסישע (Sassanian) מטבעות, פאר זיי האבען געמאכט די אייגענע.

אימיטעישען איז לאו דוקא פעלשען; אמאל איז דער מטרה א פינאנציעלע. אבער פעלשען מטבעות האט מען שוין מיט צוויי און א האלב טויזענט יאר צוריק.

בעיקר פלעגען די פעלשערס מאכען א fourrée מטבע
https://en.wikipedia.org/wiki/Fourr%C3%A9e
וואס דאס מיינט נאך מאכען א זילבערנע מטבע אין קיפער, און עס צו דעקען מיט זילבער.

דערפאר פלעגען די וועקסלערס א סאך מאל אריין שניידען אין א מטבע; testcuts הייסט עס; צו זעהן אויב דער מטבע איז זילבער דורך און דורך.

אמאל זענען די פעלשערס געווען דער מלוכה אליין (אדער די בא'אמטע), ווען עס איז געווען א שעת חירום און זיי האבען נישט געהאט גענוג זילבער. און משך פון דער גאנצע רוימישע אימפעריע האבען זיי געהאלטען אין איין פארוואסערען די מאס זילבער אין זייער "זילבערנע" דינר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

SPUSMN האט געשריבן:טויזענט יאר פאר דעם האט מען שוין אויך אימיטעידטעד. די אראבער גופא האבען מיט 1400 יאר צוריק קודם אימיטעידטעד די פרסישע (Sassanian) מטבעות, פאר זיי האבען געמאכט די אייגענע.

אימיטעישען איז לאו דוקא פעלשען; אמאל איז דער מטרה א פינאנציעלע. אבער פעלשען מטבעות האט מען שוין מיט צוויי און א האלב טויזענט יאר צוריק.

בעיקר פלעגען די פעלשערס מאכען א fourrée מטבע
https://en.wikipedia.org/wiki/Fourr%C3%A9e
וואס דאס מיינט נאך מאכען א זילבערנע מטבע אין קיפער, און עס צו דעקען מיט זילבער.

דערפאר פלעגען די וועקסלערס א סאך מאל אריין שניידען אין א מטבע; testcuts הייסט עס; צו זעהן אויב דער מטבע איז זילבער דורך און דורך.

אמאל זענען די פעלשערס געווען דער מלוכה אליין (אדער די בא'אמטע), ווען עס איז געווען א שעת חירום און זיי האבען נישט געהאט גענוג זילבער. און משך פון דער גאנצע רוימישע אימפעריע האבען זיי געהאלטען אין איין פארוואסערען די מאס זילבער אין זייער "זילבערנע" דינר.


א דאנק פאר די רייכע ערקלערונג..
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

א שיינעם דאנק
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ווער איז זיך מתנדב צו מאכן א PDF פון וואס עס איז צוגעלייגט געווארען נאך די פריעדיגע מאל?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

SPUSMN האט געשריבן:די מטבעות הייסען דירהאם'ס (דראהאם'ס), און איז לכאורה די ששדנג דערמאנט אין די גאונים.

די כוזרישע מטבעות הייסן אזוי, אדער די אראבישע פון יענע צייטן?
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

יוראפ האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:די מטבעות הייסען דירהאם'ס (דראהאם'ס), און איז לכאורה די ששדנג דערמאנט אין די גאונים.

די כוזרישע מטבעות הייסן אזוי, אדער די אראבישע פון יענע צייטן?

אראבישע מטבעות האבן געהייסן דרהם
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דרהם איז דער אראבישע וועג פון ארויס זאגען דער יון'ישע Drachma וואס אין לשון הקודש הייסט עס דרכמון אזוי ווי עס שטייט אין עזרא און נחמיה דרכמוני זהב.

עס איז אויך דא דרכמוני כסף, פינקט ווי עס איז דא דינרי זהב ודינרי כסף, אבער די דינרי כסף (פון די רוימער) בלשון הגמרא איז זוז, וואס לכאורה איז דאס נאך דער אלטער נאמען ווי מען האט גערופען דער רבע השקל והסלע פון די יוונים וואס זיי (די יונים) האבען עס גערופען drachma, און לכאורה עס אויך גערופען עפעס ענליך ווי זוז וואס איז דער נאמען פון זייערע עיקר עבודה זרה.

די חכמים האבען עס נישט געוואלט רופען ביים נאמען פון עבודה זרה האבען זיי עס גערופען מיט א שינוי "זוז", ווי די גמרא זאגט למה נקרא שמם זוזים, שזזים מזה ונותנין לזה.

דער וועלט זאגט אז וועגען דעם איז געלט רינדעכיג, ווייל היינט איז עס דא און מארגען דארט. (גלגל החוזר)

געזעהן א באמפער סטיקער "money talks; mine seems to be saying good-bye"
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יוראפ האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:די מטבעות הייסען דירהאם'ס (דראהאם'ס), און איז לכאורה די ששדנג דערמאנט אין די גאונים.

די כוזרישע מטבעות הייסן אזוי, אדער די אראבישע פון יענע צייטן?

מיר ווייסען כמעט גארנישט פון די כוזרישע היסטאריע, נאר די ביסעל וואס מען האט שוין.

כדי אז א מטבע זאל הייסען מיט א אנדערע נאמען האבען זיי געדארפט האבען א אייגענע עקינאמיע. דערפאר לכאורה האבען די מטבעות (און אויך די משקלות) פון די כוזרים געהייסען די זעלבע ווי די פון די אראבער (וואס האבען געיארשענט די נעמען פון די יוונים) און ווי לחם לשובע האט געשריבען קומט אויס אז זיי האבען אויך געמוזט הייסען דרהם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יישכ"ח פאר די אינפארמאציע
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”