די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אימפעריע

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אימפעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת


ארכעאלאגן וואס האבן געגראבן אין די גוטלאנד אינזעל אין יאר 1999 למספרם, זענען זייער שטארק איבערראשט געווארן טרעפנדיג גאלדענע מטבעות, מיט אן אויפשריפט אויף אראביש, "משה איז ג-ט'ס נביא", דעמאלט איז שוין קלאר געווארן פאר א פאקט, אז א אידישער אימפעריע איז ווירקליך אמאל געווען, איז לאמיר צוריק גיין א פאר יאר צוריק…

*******



אריין קומענדיג פאר א בוזוך אין די קעניגליכער פאלאץ, נאך לאנגע וואכן ווארטנדיג, נאך וואס מען האט באשטעלט דער אודיענץ ביי זיין מאיעסטעט דער קעניג יר"ה, גייט דורך א סקרוך אין די ביינער, מיט יראת הכבוד קומט מען אהן צום קעניגליכער פאלאץ, דורך גייענדיג די הערליכע טייערע גערטנער, טרעפט מען זיך פאר צוויי גאלדענע טויערן, ווען אין זיי איז דא א קליין לעכל, אין דעם געפינט זיך א שטיקל פארמעט, וואס מיר קענען אלץ א מזוזה, א שטיקל התרגשות גייט דאן א דורך, דורך גייענדיג אלע קארידארן זעהט זיך נישט אהן קיין איין פסל אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי קעניגן, נאר א הערליכער מאדעל פון די בית המקדש, און ווען מען קומט אהן צון חצר המלך הפנימית, זעענדיג די מלך היושב על כסא מלכותו, ווערט די יראת הכבוד א סך שטערקער, זעענידג א מלך ישראל, וואס רעדט אין לשון הקודש, און שם שמים שגור על פיו…

ניין, מיר זענען נישט אין ירושלים הבנויה בזמן הבית, מיר געפונען זיך שין אין גלות, אבער אין א מעכטיגע מלוכה וואס הערשט ביי די גרעניץ צווישן אייראפע און אזיע, פון די וואלגא טייך ביז צי די קאספישער ים, און צפון זייט פון די מעכטיגע קווקז בערג, ביז צי די שווארצע ים, אריינרעכענדיג די קריימיע האלב אינזלען, ביז צי די שטאט קיעוו, א גאר שטארקע און מעכטיגע אימפעריע, וואס איז מטיל אימה אויף אלע איהרע שכנים, אבער איז שטארק רעספעקטירט און באליבט, געשעצט און געעהרט דורך איהר איינוואוינער, וואס זענען גליקליך או צופרידן, מיט זייער רואיג לעבן, און גוטער עקאנאמישער מצב.

די אידעלע וואס ווערט איבעראל פאריאגט און פארפלאגט, מען נעמט איהם צי די מינימאלע רעכטן צי לעבן, געפינט אבער דא זיין פלאץ, פוהל אידן פון די גאנצע וועלט טועהן טאקע אהער אימעגרירען, צוליב וואס איבער די גארער וועלט זענען די אידן פארפלאגט און פארפיינט, אבער דא לעבן זיי רואיג, און זיי קענען דינען די אייבישטער ווי עס דארף צי זיין, דא האבן זיי פוהלע תלמידי חכמים, בתי כנסיות און בתי מדרשים מיט ספרי קודש איבער די גאנצע לאנד, און זיי זענען גאר שטארק רעספעקטירט, ווייל אפילו דער קעניג וואס שטייט העכער די ריזיגע אימפעריע איז זעלבסט א געטרייער איד, וואס דינט די אייבישטער מיט א שטארקע אהבה.

מאכט אייך באקאנט מיט אל כהזאר.


די זיבעטע יאר הונדערט למספרם
מתחילה עובדי עבודה זרה

אל כהזאר אדער ווי מיר קענען דאס אלץ די כוזרים, זענען א פאלק וואס שטאמען פון כזר, א זוהן פון תוגרמה, (די קינדער פון תוגרמה זענען כוזר, פצינך, אליקנוס, בולגר, רנבינא, טורקי, בוז, זבוך, אונגרי, טילמץ, לויט יוסיפון) וואס איז א אייניקל פון יפת בן נח, און זענען אפשטאמיגע פון די טערקישע שבטים, פון אנהייב זענען זיי געווען וואנדערדיגע שבטים וואס האבן געוואנדערט פון אזיע אהער, און זענען פאר א תקופה געווען אינטערטעניג אינטער די הויני'שע מלוכה, וואס האט אין יאר ד"א ר"י גענומען די מאכט איבער זיי, און דערנאך אין יאר ד"א ר"ס זענען זיי געווארן אינטערטעניג אינטער די בולגרים, נאך וואס די בולגרים האבן זיי איינגענעמען, אבער דערנאך האבן די כוזרים רעוואלוטירט, און מלחמה געהאלטן מיט די בולגרים און געפאנגען זייער קעניג'ס קינד, און אזוי דערלאנגט א שטארקע נידערלאגע פאר זיי, און ציגענומען דאס לאנד און געמאכט אן אייגען מלוכה.

די שבטים צעטיילטער פאלק, האט זיך פאראייניגט און געגרינדעט א נייער אייגענער מלוכה, וואס איז געווען גאר שטארק און מעכטיג און געווארן א מעכטיגער אימפעריע, וואס איז געווען באזירט פון די וואלגא טייך צי די קאספישער ים, וואס מען האט דאן צוליב זיי דאס גערופן די כוזרישער ים, און אויף צפון פון די קווקז בערג, ביז צי די שווארצע ים, און שפעטער די קריימיע (קרים) האלב אינזעל, אין א שטח וואס לפי די היינטיגע מאפע נעמט עס אריין האלב אוקראינא, ריזיגע שטחים פון רוסלאנד, גרוזיה, ארמעניא, אזארביזשאן, און טייל פון קאזיחסטאן, אזוי אויך האבן זיי געוועלטיגט אויף פול קליינע לענדער ביי די גרעניץ, ווי למשל סבירס און בולגרס, און די לענדער האבן איהר געגעבן שטייער.

אויפן שפיץ פון די אימפעריע האבן זיי געשטעלט זייער מלך, אדער ווי זיי האבן דאס גערופן דער כאקאן, און א משנה למלך וואס מען האט איהם גערופען כאקאן באק, דער כאקאן באק איז געווען דער פאקטישער געוועלטיגער, וואס האט געפירט די מלחמות און דאס גלייכען, אבער דער כאקאן איז געווען דער מלך, דער שפיץ פון די אימפעריע, וואס איז געווען זייער רעספעקטירט און געעהרט און לאנד און אויף איהרע איינוואוינער, און דאס קעניגליכער פאלאץ האט זיך געפונען אין בעלאנגיער וואס געפונט זיך ביים ברעג פון וואלגא טייך, דארט ווי עס גיסט זיך אריין צי די קאספישער ים.

בילד
די כוזרי'שע מלוכה געשאצט לפי די היינטיגע מאפע

די כוזרים זענען געווען אן אייגענארטיג פאלק מיט אן אייגען שפראך, און זענען געווען זייער פרימיטיוו פון אנהייב, לעבנדיג א שבט'ישער סטייל לעבן, וואוינענדיג אין געצעלטן, אויסער דער קעניג וואס האט געהאט א פאלאץ ווי שוין דערמאנט, און האבן געגעסן בלויז רייז מיט פיש, און בלויז געפאשעט שאף, געצן דינער זענען זיי אלע געווען פון אנהייב, און אזוי אויך איז דער קעניג געווען זייער פארהייליגט ביי זיי, גלויבענדיג אז ער איז העכער פון יעדער מענטש, און דאס איז די סיבה פארוואס די פאקטישע פירערשאפט איז געווען אין די הענט פון די משנה למלך, כדי נישט צי דארפן באמוטשענען די קעניג מיט נארישקייטן, און צי דער קעניג האט מען נישט געמעגט אריינקומען נאר טאמער מען האט געהאט גאר וויכטיגע זאכן מיט איהם צי רעדן, אזוי ווייט איז די קעניג געווען באהייליגט און געשעצט ביי זיי, אז אויב ער האט געדארפט באשטראפן איינעם, און ער האט איהם געגעבן א טויט אורטייל, האט די קעניג איהם בלויז געזאגט "גיי שטארב" און יענער איז אהיים און אליין אויסגעפירט אויף זיך די אורטייל...

בילד
די כוזרי'שע כתב

די גבורה פון די כוזרים זענען געווען זייער שטארק, נאך וואס איהרע סאלדאטן זענען געווען שטארקע קעמפפער ווי לייבען, און האבן געפירט סוקסעספולע מלחמות, איינעמענדיג נאך און נאך שטחים, אזוי שטארק איז געווען זייער גבורה אז אלע האבן געציטערט פאר איהר, למשל די פערסישע מלוכה וואס האט שטארק געציטערט פון די כוזרים האט געבויעט א ריזיגע מעכטיגער חומה, צי אפהאלטן די כוזרים פון איהר אינוואדירן, וואס האט למעשה נישט געהאלפן ווי מיר וועלן באלד זעהן.

בילד
א כוזרי'שער קעמפפער פירט א געפאנגענער

מיט די ביזאנטישע רוימישע אימפעריע (די ביזאנטישע אימפעריע איז געווען א דיירעקטע המשך פון די רוימישע מלוכה וואס האט חרוב געמאכט די ביהמ"ק, נאך וואס זי האט זיך צעטיילט, היינט רופט מען די טייל פון די מלוכה אלס די ביזאנטים און איהר לאנד אלס ביזאנטיון, איהר הויפט שטאט איז געווען קאסטאנטינא, און די אנדער טייל אלס די שמייליגע רוימישע אימפעריע) האבן זיי געהאט גאר גוטע באציאונגען, אז די מלכים האבען זיך אפילו משדך געווען צווישן זיך, און ווען די ביזאנטישע רוימישע אימפעריע איז געגאנגען אין קאמפף מיט פרס אין די זיבעטע למספרם יאר הונדערט, האבן די כוזרים זיי געקומען צי הילף, אינוואדירענדיג פרס טראץ די ריזיגע מעכטיגע חומה וואס זי האט געבויעט, אזוי ארום האבן זיי געהאלפן אנידער זעצן די פרס'ישע מלוכה, און די כוזרים האבן דערנאך גענומען א חלק פון די שטחים פאר זיך.

געפונענדיג זיך ביי די גרעניץ צווישן אזיא און אייראפע, צווישן די קריסטליכע לענדער און מוסלעמענער לענדער האט זי געהאט א וויכטיגע אויפגאבע צי צוריק האלטן קריגען, זאלן נישט דורך גיין זייער לאנד, און אזוי מיט די אראבישע מוסלעמענער שכנים האבן זיי אבער שטענדיג זיך געפונען אין א מלחמה צישטאנד, די איסלאמישער כאליפאט האט פראבירט עטליכע מאל צי אייננעמען כוזר, אבער האבן רוב מאל געליטען א מפלה.

בילד
א כוזרי'שער שווערד


ד' אלפים ת"ק
די היסטארישע ויכוח

גייט א דורך א תקופה, וואס די כוזרים האבן זיך צעביסלעך אנגעהויבען אויסמענטשעלען, זיי האבן אנגעהויבען איינשטעלן נייע
געזעצן, און אזוי אויך האט זייער עקאנאמיע האט אנגעהויבען בליעהן, נאך וואס זיי האבן אנגעהויבען ארבעטען אין פעלדער, און טוהן אין מסחר, זיי האבן עקספאטירט פעל און זיידען, תבואה האניג, און טייערע אייגען געמאכטע כלים, און קנעכט. די כוזרי'שע איינוואוינער האבן נישט געדארפט צאלן שטייער פאר די מלוכה אויף זייער איינקופטען.

אזוי אויך איז אין זייער טעראטאריע אין די וואסערען האט זיך געפינען די דורכגאנג פון די "זיידען וועג" ווי פוהל סוחרים צווישן זיי אידישע סוחרים זענען געפארן טראגן סחורה פון ביזאנטיאן צי די מזרח לענדער, און דורכגייענדיג זייער טעראטאריעס האבן זיי גענומען שטייער, אזוי אויך זענען די כוזרים געווען פארמיטלער צי אריבער פירען סחורה פון די מזרח לענדער צי די אייראפעאישע לענדער.

אין א צייט וואס רוב לענדער אין די וועלט האבן אינטערדריקט מיניטעריטעט גרופעס, האט מען אין כוזר געלאזט יעדעם גיין אין זיינע וועגן, און געגעבן פרייע רעכטן פאר אלע גרופעס און רעליגיעס, אזוי ארום האבן פוהלע אידן אנגעקומען קיין כוזר, טייל וואס האבן זיך שוין פון לאנג געפונען אין קריימיע, און טייל וואס זענען אנטלאפן פון ביזאנטיון פון די צורר דער קייסער לאו דער דריטער וואס האט דארט געוועלטיגט, און געצווינגען די אידן זיך צי טויפן ר"ל, און פלטים פון נאך ערטער ווי אידן זענען פארפאלגט געווארן, און אין כוזר זענען זיי אלע נישט פארפלאגט געווארן.

די השפעה פון די סוחרים וואס האבן דורך געגאנגען כוזר, וואס צווישן זיי איז געווען אידן, און להבדיל מוסלעמענער מיט קריסטן, איז געווען ווייט גרייכענד, זעענדיג אז דאס לעבן מיט אמונה צי דינען עבודה זרה איז נארישקייטן, און דער קעניג בולאן וואס האט דעמאלט געקעניגט אין כוזר איז שטארק געווארן איבער גענומען, קומענדיג צי די מסקנה אז דער וועלט ווערט געפירט דורך דער איין איינציגער ג-ט, וואס ער האט איהר באשאפן, און ער פירט דאס, ער האט געהייסן אויסרוימען אלע געטשקעס, און פארטרייבען אלע מכשפים.

ליגענדיג ביינאכט אין זיין קעניגליכער בעט, האט ער זיך גע'חלום'ט א געטליכער חלום, כאילו א מלאך רעדט צי איהם און זאגט איהם "דיין ווילן איז באוויליגט ביי ג-ט, אבער דיינע מעשים איז נישט באוויליגט - כוונתך רצויה אצל הבורא מעשיך אינם רצויים".

דערציטערטערט האט זיך דער קעניג בולאן ערוועקט, און געדענגט די חלום אז זיינע מעשים איז נאכנישט באוויליגט ביים באשעפער, טראץ זיין כוונה איז ריכטיג, און האט אנגעהויבן צי טוהן נאך מעשים טובים האפענדיג אז דאס איז באוויליגט ביים באשעפער.

אבער ווי מער ער האט געטוהן האט זיך כסדר איבערגע'חזר'ט די זעלביגער חלום, א מלאך קומט צי איהם און זאגט איהם "כוונתך רצויה אצל הבורא אבל מעשים אינם רצויים".

אזוי ווייט האט בולאן פראבירט צי באוויליגען דער באשעפער אז ער האט אפילו אנגעהויבען מקריב זיין קרבנות פארן באשעפער און טוהן די עבודת ההיכל, אבער ווייטער איז איבער געגאנגען די זעלביגער חלום.

דא האט די קעניג אנגעהויבען צי נישטערען ביי חכמים און געלערנטע מענטשן, האפענדיג אז ביי זיי וועט ער געוואויר ווערן וואס איז די באוויליגטע זאכן פארן באשעער, צום ערשט האט ער גערופן א פילוסוף פרעגנדיג איהם וואס איז די באוויליגטע מעשה ביי ג-ט, די פילוסוף האט איהם אנגעהויבען מסביר זיין אז ביים באשעפער איז נישטא קיין מעשה רצוי און אז די וועלט איז אלעמאל געשטאנען עפ"ל, און אלע זיינע פילוסופישע געדאנקען.

דער קעניג האט איהם צוריק געענפערט אז זיינע ווערטער טועהן איהם נישט באגנוגען, ווייל ער האט באקומען א קלארע מודעה פון ג-ט אז זיין כוונה איז ביי איהם באוויליגט און נישט זיינע מעשים, וואס פארשטייט זיך פון דעהם אז ער דארף משתדל זיין צי טוהן מעשים וואס זענען באוויליגט ביי ג-ט.

דער מלך האט דאן גערופען צוויי חכמים, איינס פון פרס דאס הייסט פון די קריסטן, און איינס פון ישמעאל דאס הייסט פון די מוסלעמענר, קלערנדיג אז איינס פון די צוויי רעליגיעס טוט זיכער די מעשה הרצוי ביים באשעפער, ווייל די אידן קען דאך נישט זיין אז זיי זענען די וואס טועהן די אמת'ע רצון ה', ווייל זיי זענען דאך אזוי דערנידערט.

צום ערשט איז אריינגעקומען די חכם פון פרס, פראבירענדיג צי איבער רעדן די קעניג אז זייער גלויבען איז די ריכטיגע, אבער וואס עס ארויס געקומען פאר די קעניג מתוכן דבריו איז אז זייער עיקר גלויבען איז געבויעט אויף די תורה, און אויף די נסים וואס איז געשעהן פאר די אידן, וואס דאס האבן אלע געזעהן און מען קען עס נישט לייקענען, נאר דערנאך איז געקומען זייער נביא זייער משיח, און וויבאלד די אידן האבן איהם ערמארדעט זענען זיי פארשטופט געווארן פון זיין עם ה', און די קריסטן זענען די אמת'ע אידן, עפ"ל, און נאך פון זיינע מיינונגען.

דערנאך איז אריינגעקומען די חכם מישמעאל און אנגעהויבען מסביר זיין זייער גלויבען, אז זייער תורה די קוראן איז הייליג, און זייער נביא מחומד איז דער פארשמייליגטער און קיינער קען אויף איהם נישט חולק זיין עפ"ל, און נאך.

די קעניג האט איהם געפרעגט פארוואס זאל ער גלייבן אין זיין נבואה אויב עס איז נישט געוועהן קיין מופתים וואס אלע זאלן עס זעהן, און צוליב דעהם גלייבן אין זייער נביא, און פארוואס זאל די קוראן זיין אנדערש ווי יעדער אראבישער בוך.

האט איהם דער חכם געענטפערט אז מיר גלויבן אויך אין די תורה און מופתים וואס דער אייבישטער האט געמאכט פאר די אידן.
זעענדיג אז אלעס גייט צוריק צי די אידן האט דער קעניג באשלאסן יא צי רעדן צי די אידן, דא איז אריינגעקומען דער חבר רבי יצחק סנגרי ז"ל.

רבי יצחק סנגרי ז"ל אדער ווי אנדערע רופן איהם רבי יצחק אלמנגרי איז געקומען פון ארם נהריים קיין כוזר, און איז געווען א גרויסע חכם און א גדול בתורה.

דער קעניג האט גערופען ר' יצחק און אנגעהויבען רעדן מיט איהם, און איהם פרעגן שאלות, דער חבר רבי יצחק האט פארן מלך גוט און קלאר מסביר געווען די אידישע אמונה וואס כלל ישראל האט אליין געזעהן די התגלות האלוקית, און איז נישט געבויעט אויף טעאריעס, און אין גלייבן אין מענטשן פאר גארנישט, און אין א לענגערע ויכוח וואס דער קעניג האט מיט איהם געהאט האט איהם רבי יצחק מסביר געווען די חוב פון טוהן מצוות און ס'נישט גענוג צי דינען ג-ט בלויז מיט שכל, און מען קען זיך נישט דערנענטערן צי ג-ט נאר מיט טויהן מצוות, און נאך פארשידענע עניינים.

די ווערטער פון רבי יצחק האט שטארק געווירקט אויפן קעניג, און ער האט עס מקבל געווען זעענדיג אז זיי זענען ריכטיג, און הערנדיג פון רבי יצחק אז א גוי קען אויך ווערן א חלק פון כלל ישראל, און אפילו ער האט איהם געזאגט אז עס איז דא פארשידענע באגרעניצונגען פאר א גר, האט דער קעניג באשלאסן זיך אנצושליסען אין די אידישע פאלק.

ועכשיו קרבנו המקום

נאך וואס רבי יצחק האט איהם מודיע געווען טייל מצוות קלות וחמורות, האט דער קעניג פארציילט די סוד פון זיינע חלומות פאר זיין וואזיר, וואס האט אויך שטארק אנגעהויבען וועלן ווערן א איד, און דא האט זיך דער קעניג ווידער גע'חלום'ט, אז דער מלאך קומט צי איהם און זאגט איהם אז ער זאל גיין זוכען די באוויליגטע מעשים פארן אייבירשטען אויך די ורסאן בערג.

דער קעניג מיט זיין וואזיר האבן זיך באלד ארויס געלאזט אהין שטילערהייט, און אין איינער פון די נעכט וואס זיי האבן דארט געוויילט האבן זיי געטראפן א הייל, ווי פוהל אידן וואס ווארשיינליך צוליב די רדיפות און גזירות צי האלטן אידישקייט וואס זיי האבן געליטען אין זייער וואוין לאנד האבן זיך דארט באהאלטן יעדער שבת, און דארט שבת געהאלטן.

דער קעניג איז אריין צי די מערה און זיך אנטדעקט פאר די באהאלטענע אידן, און זיי פארציילט אלעס וואס איז אויף איהם אריבער, און זיין שטארקע ווילן צי ווערן א איד, און די באהאלטענע אידן האבן זיי דארט אויפן ארט אריינגעברענגט בבריתו של אברהם אבינו און מגייר געווען און אריינגעננעמען תחת כנפי השכינה.

דער געווארענער אידישער קעניג מיט זיין משנה למלך האבן זיך צוריק אהיים געקערט צי זייער לאנד, און האבן אין אנהייב נישט געוואלט פארציילן אויף איינמאל אז זיי זענען געווארן אידן, מורא האבנדיג אז די עולם וועט דערצוה נישט מסכים זיין, און אפשר גאר רעוואלטירן, נאר זיי האבן שטילערהייט אנגעהויבן פארציילן די סוד פאר די מער נאענטע, און ווייטער פאר אלע שרים בערך אזוי פוהל ווי פיר טויזענט אין צאל, און זיי זענען איבערגענועמן געווארן פון די געשיכטע און זענען אלע געווארן אידן, ביז רוב איינוואוינער האבן זיך מגייר געווען און געווארן אידן, און אפילו אזעלכע קעניגן וואס זענען געווען אינטערטעניג אינטער די כוזרים ווי צום ביישפיל דער קעניג פון סמגדר האבן זיך אויך מגייר געווען.

מען קען זיך פראבירן צי פארשטעלן ווי אזוי עס האט געזעהן א מחזה הוד, ווען א ריזן לאנד מיט טויזענטער גויים, ווארפן אוועק זייערע געטשקעלעך, און מיט א הכנה נאכן דורך לערנען גוט טייל מצוות ביים רבי'ן, גייען זיי צום טייך זיך צי טובל'ען, און גייען אריין בבריתו של אברהם אבינו, און שטעלן איין א אידיש לעבן אין זייער שטוב, כשר'ען זייערע כלים, און הייבן אהן צי לערנען, ממש א צווייטער מעמד הר סיני...

דער קעניג האט דאן געמאכט א געזעץ אז עס טאר נישט קעניגן אין כוזר איינער וואס איז נישט קיין איד.


פוהל תלמידי חכמים פון אנדערע לענדער זענען דעמאלט געקומען קיין כוזר מיט ספרים אויסצילערנען די כוזרים די הייליגע תורה, און די קעניג איז ווייטער געבליבען לערנען מיט רבי יצחק, און ווייטער א דורך געשמועסט מיט איהם אלע וויכטיגע יסודות אין די אידישע אמונה, די אמונה אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל פה, נישט אויסלאזענדיג קיין איין פרט, ביז אלעס איז איהם געווארן קלאר, און מען האט אנגעהויבן שרייבן אין לאנד אויף לה"ק.

ווען רבי יצחק האט געענדיגט לערנען מיט דער קעניג, האט רבי יצחק באשלאסן ארויף צי גיין צי ירושלים, דער מלך האט איהם פון אנהייב פראבירט צי אפהאלטן, זאגענדיג אז די שכינה איז שוין היינט ליידער נישט אין ירושלים, אבער רבי יצחק האט איהם געענטפערט אז אפילו די שכינה בנגלה איז נישט דארט, אבער בנסתר איז דאך די שכינה ביי יעדער איד וואס דינט דעהם באשעפר, און ארץ ישראל איז דאך מיוחר פאר ג-ט, און צוליב דעהם זענען די מצוות נישט גאנץ נאר דארט.

דער קעניג האט איהם ווייטער פראבירט צי אפהאלטן, אבער זעענדיג די שטארקע רצון פון רבי יצחק, און הערנדיג ווי קלאר ר' יצחר האט איהם מסביר געווען די חשיבות פון וואוינען אין ארץ ישראל, האט ער איהם געלאט ארויף גיין צי ארץ ישראל.

[לויט ווי יוסף דער קעניג פון די כוזרים האט שפעטער געשריבען אין זיין בריוו איז די היסטאריע א ביסל אנדערש.

נאך וואס בולאן האט אוועק געווארפן אלע עבודה זרות (- איך ווייס נישט פונקטליך ווי אין די מעשה אבער דאס איז געווען -) איז געקומען דער מלאך צי איהם אין חלום זאגענדיג, "בולאן בני, איך האב צי געהערט דיין געבעט, און אט בענטש איך דיר, און איך בין מקיים דיין קעניגרייך עד סוף כל הדורות, און אלע דיינע שונאים וועל איך געבן אין דיינע הענט, און יעצט אינערפרי ווען די שטייסט אויף גיי דאווענען צי ג-ט".

דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען צי איהם אין חלום זאגענדיג אז "ג-ט זעהט איך זעה דיין רצון, און איך האב באוויליגט דיינע מעשים, און איך וויס אז די גייסט מיר דינען, און אט וועל איך דיר געבן ריכטיגע געזעצן - חוק ומשפט, און אויב וועסט עס היטען וועל איך דיר בענטשן".

בולאן ענפערט פארן מלאך, "דו ווייסט דאך מיין רצון אז איך וויל דיר דינען, אבער די פאלק אויף וואס איך קעניג זענען דאך כופרים, או איך ווייס נישט ווי אזוי זיי וועלן דאס אננעמען, אויב איך האב געפינען חן אין דיינע אויגען ביטע באווייז זיך פאר פלוני דער גרויסער שר צי איהם איבעררעדן".

אזוי איז טאקע געווען, און יענער שר האט טאקע גע'חלום'ט אז דער מלאך בעהט איהם צי דינען ג-ט ווי עס דארף צי זיין, און אינדערפרי איז ער געקומען צום קעניג צי פארציילען, און דער קעניג האט צוזאם גערופן אלע זיינע קנעכט און די גאנצע פאלק, און זיי אלעס פארציילט, און זיי האבן דאס אנגענומען, און זענען אלע אריין תחת כנפי השכינה.

דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".

וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.

אלע פעלקער האבן דאס געהערט, און מלך אדום און מלך ישמעאל האבן איהם געלאזט שיקען מתנות און חכמים איהם צי איבער רעדן אז ער זאל אריבער קומען צי זייער רעליגיע ציזאגענדיג א סך געלט (קען זיין אז ער האט מחליט געווען צי דינען ג-ט, אבער נאכנישט געווארן א איד), און דער קעניג וועלכער איז געווען א קלוגער האט שנעל גערופען א אידישער חכם זאל איהם העלפן, און ער האט אריין גערופען די קריסליכער חכם, און די מוסלעמענער חכם ציזאמען, און זיי האבן אנגעהויבען א ויכוח, אריין האקעניג איינער אין די אנדערען'ס ווערטער, נישט קענעדיג קומען צום ווארט.

האט זיי דער קעניג געזאגט גייטס אהיים, און איך וועל אייך רופען נאך דריי טאג.

נאך דריי טאג האט ער גערופען די קריסטליכער חכם, און ער האט איהם געפרעגט זאג מיר די אמת, די מוסלעמענר געזעצן און פארגלייך צי די אידישע וועלכער איז בעסער? האט איהם דער חכם געענטפערט אז זיכער די אידישער, און אז עס איז נישטא אין די וועלט אזא רעליגיע ווי די אידישע, ווא סהאבן מקבל געווען די תורה אויף הר סיני, און דא האט ער איהם געזאגט די גאנצע שמועס וואס איז שוין אויבן דערמאנט, אז די אידן האבן געזינידיגט וכו', משא"כ די מוסלעמענער האבן גארנישט, נישט קיין שבת וכו' דערנאך האט ער אריין גערופען דער מוסלעמענר חכם, און איהם געפרעגט, דין ישראל און די קריסטליכע דינים וועלכער איז חשוב'ער, האט ער איהם געענטפערט אז די אידישע, נאר וכו' (ווי שוין אויבן געשריבען), משא"כ די קריסטן זענען גארנישט, זיי עסן חזיר וכו'.

צימארגנס האט ער זיי ביידע געלאזט רופען ציזאמען, און זיי האבן זיך ווייטער אנגעהויבען ארום קריגען, האט דער קעניג געפרעגט דעהם קריסטליכען חכם, דין ישמעאל און די אידישע וועלכער איז בעסער? האט איהם דער חכם געענטפערט אז זיכער די אידישער, דערנאך האט ער געפרעגט דעהם מוסלעמענער חכם, די קריסטליכע געזעצן און די אידישע וועלכער איז בעסער? האט ער איהם געענטפערט, זיכער די אידישער.

האט זיי דער קעניג געזאגט, ענק זאגן דאך ביידע אז די אידישע געזעצן איז די ריכטיגע, און איך בין בוחר אין די אידישע, גייטס אהיים, און די געלט וואס ענק האבן מיר געוואלט געבן וועט מיר ג-ט שיקען פון א צווייטער פלאץ.

דא האט ער מיט אלע זיינע קנעכט מיט די גאנצע פאלק גע'מל'עט און געווארן אידן.]


ווייטערדיגע הצלחות פון די כוזרים


די כוזרים האבן דאן געהאט גאר גרויסע הצלחות אויך אויפן גשמיות'דיגע זייט, איינעמענדיג נאך שטחים, ווי רודאלס און ארדיל, ווי דארט האבן זיי גאר רייך געווארן טרעפנדיג פוהלע אוצרות פון גאלד און זילבער, און האבן זיך פארברייטערט ביז צי די דאנובה טייך און אריינגענומען די שטאט קיעוו אינטער זייער קעניגרייך. ווי אויך זייער מיליטער האט זיך זייער אויסגעברייטערט מיט א שטארקייט, און רוב מיליטער לייט זענען געווען געדינגענע שכירי חרב מוסלעמענער.

אזוי אויך האט די כוזרי'שע אימפעריע געשפילט א שטארקע ראלע צי אפהאלטן מלחמות צווישן די רוסן וואס האבן זיך געפינען ביי צפון זייט, און צווישן די אראבער פון די אנדערע זייט, דורך דעהם וואס זיי האבן נישט א דורך געלאזט די שיפן דורך זייערע טעראטאריעס אין די ים, און די מענטשן דורך די יבשה.

בילד
די רעליגיע מאפע אין יענע יארן

די רוסן אבער זענען יארן לאנג געווען אין קאמפ מיט די כזורים, וועלנדיג אייננעמען די טייערע וואסער וועגן, וואס די כוזרים האבן איהר עס נישט געלאזט ניצען, אבער אהן קיין ריכטיגע ערפאלג, אין די שפעטערע יארן האבן די כוזרים אבער פארלוירן די שטאט קיעוו, ווען די רוסן האבן איהר איינגענומען.

די כוזרים האבן דאן געבויעט ביים ברעג פון די שווארצע ים ביי די טייך א ריזן פעסטונג מיטן נאמען סרקל וואס טייטשט די ווייסע שטאט, וואס דאס האט צוריק געהאלטן פיינטליכע מיליטער פון זיי אטאקירען, בעיקר איז עס געווען געווידמעט קעגן די פטשאגנים, א ווילד פאלק וועלכער האט פון מאל צי מאל פראבירט צי בארויבען און אינוואדירן כוזר.

בילד

בילד
איבערבלייבענישען פון די סרקל פעסטונג

ניין פעלקער וואס האבן געוואוינט ביי די גרעניץ צי כוזר ביי די טייך, און פופצן פעלקער וואס האבן זיך געגרעניצט צי דרום זייט און דרייצן פעלקער צי מערב זייט און אזוי אויך די איינוואוינער ביי צפון זייט, אלע האבן איהר שטייער געגעבן, אזוי אז די אימפעריע איז געווען גאר שטארק.

און ווי שוין געשילדערט פריער איז די עקאנאמיע אין לאנד געווען שטארק, און די לעבן איז געווען רואיג נישט ליידענדיג פון מלחמות און דאס גלייכן, און נישט דארפן צאלן קיין שטייער אויף די פארדינסטען, אזוי אז דאס לאנד כוזר האט געהייסן גאר אן אהער געשטעלטער דעוועלעפטער לאנד אין יענע יארן, און זייענדיג ארום גענומען מיט ווילדע שבטים, און מלחמות פון אלע זייטן, האבן מענטשן דארט רואיג געלעבט, מיט א געבויעטער שטארקער עקאנאמיע, און א פעסטער מיליטער מיט א גוטער רעגירונג.

און פון די אידישע זייט איז זייער ליבשאפט צי תורה און אידישקייט געווען גאר שטארק, אזוי ווייט אז זיי האבן געלאזט בויען א געשטעל פון די משכן מיט די כלים וואס משה רבינו האט געמאכט.

די כוזרים האבן זיך שטארק אנגענעמען פאר די כבוד פון די אידן פון אנדערע פלעצער, ווי עס ווערט פארציילט אז איינמאל אין א מוסלעמענער לאנד האט מען פארברענט א שוהל, די כוזרים האבן שטארק געצערנט אויף דעהם, און אלץ נקמה, און כדאי אז אזא אקט זאל זיך נישט איבערשפילען האבן זיי פארברענט די מעטשעט פון די מוסלעמענער וואס איז געווען אין הויפט שטאט.

ערגעץ ווי אין יענע יארן איז די קעניגליכער שטאט אריבער צי דער איזנל איטיל אויפן טייך, וואס דארט האבן זיי געבויעט דער הערליכער קעניגליכער פאלאץ, מיט הערליך טייערע גאלדענע טויערען, ארום גענעמן מיט פוהלע שיינע פעלדער, גערטנער, און וויין גערטנער.

בילד
איבערבלייבענישן פון די שטאט איטיל

די ביזאנטען האבן אין יאר 860 למספרם פראבירט צי שיקען שלוחים משכנע זיין די אידישע כוזרים חלילה זיך צי טויפן, אבער זיי האבן נישט מסכים געווען.

מלכות עובדיה

נאך די פטירה פון די קעניג בולאן האט איהם זיין אייניקל עובדיה איבער גענומען, און ער האט נאך מער געשטארקט די אידישקייט אין זיין לאנד, אהין ברענגענדיג פוהלע רבנים צי אויס לערנען פאר די פאלק די תורה, און בויענדיג אין יעדער שטאט שוהלען, און געלאזט שרייבען פוהלע ספרי קודש, אזוי אויך האט ער אליין גענומען פאר זיך פוהלע חכמים וואס האבן איהם אויס געלערנט די תורה, און ער מיט פוהלע שרים האבן מקדיש געווען א סך צייט פון זיין טאג צי הארעווען בתורה און עבודה, מען האט געזאגט אויף איהם א מליצה אז זיין נאמען איז פאסיג פאר איהם עובד י-ה.

טראץ דעהם וואס רוב פאלק זענען געווארן אידן זענען נאך אלץ געבליבען פוהלע מוסלעמענער און קריסטן איבער די לאנד, ווי מען האט זיי געלאזט גיין ווי זיי ווילן, און זיי נישט גע'רודפ'ט, די סלאגאן אין לאנד איז געווען די פסוק "כי כל העמים ילכו איש בשם אלהיו ואנחנו נלך בשם ה' אלקי ישראל", אין לאנד'ס געריכט זענען געווען 7 ריכטער צוויי אידן פאר די אידן, און להבדיל צוויי קריסטן פאר קריסטן און צוויי מוסלעמענער פאר די מוסלעמענער איינוואוינער, און איין געצן דינער.

די קידוש השם איז דאן געווען גאר גרויס, זעענדיג טראץ אין די ביטערע מצב וואס כלל ישראל איז דעמאלט געווען צוליב די נאכאנאדע רדיפות איז נאך דא א פלאץ ווי אידן זענען רעספעקטירט, און אפילו אזא פאלק ווי די כוזרים וואס זענען געווען פראי אדם זענען געווארן ארענטליכע מענטשן נאך מער ווי אלע פעלקער איבער די וועלט נאכן ווערן אידן.

די בריוון אויסטויש מיט רבי חסדאי אבן שפרוט ז"ל

ערגעץ ארום די ד"א ת"ש יארן, אין די תקופה וואס יוסף האט געקניגט, איז אין ספרד געווען דאן די נשיא פון די אידישע קהילה און דער ראש הגולה דער חכם רבי חסדאי בן יצחק אבן שפרוט ז"ל, וועלכער האט געוואוינט אין קארדאבא, אין געווען א מקורב למלכות צי דער קעניג עבד אל רחמן דער דריטער, דער קעניג'ס פערזענליכער דאקטאר, און א הויכראנגיקער שר, וועלכער איז געווען פאראנטווארטליך אויף די שיפן וואס קומען אריין און ארויס פון לאנד, און אויף די לאנד'ס אויסלענדישע האנדל, און ווי געזאגט איז ער געווען די פירער פון די אידישע קהילה, וואס האט פאר זיי געזארגט פאר אלע זייערע געברויכען ביים מלך.

א תקופה פאר דעהם איז געקומען צי די אידישע קהילות אין געגנט אלדד הדני, וואס האט זיך אנגעגעבן אז ער קומט פון שבט דן, און ער האט געשילדערט מיט קאלירפולע פארבן די קהילות פון די עשרת השבטים, ווי זיי זיצען רואיג, און האבן א אייגען מלוכה, אזוי אויך האט ער פארציילט וועגן די אידישע מלוכה אין כוזר, אנגעבענדיג אז די מלוכה איז א טייל פון די עשרת השבטים, שבט שמעון.

צי ר' חסדאי'ס אויערן איז אנגעקומען די שמועה דורך סוחרים איבער א אידישע מלוכה ווייט אוועק מיטן נאמען אלכזר, א קעניגרייך וואס איז א אליערטער צום ביזאנטישע רוימישער קייסער, ר' חסדאי האט זיי אבער נישט געוואלט גלייבען מיינענדיג אז זיי ווילען זיך סתם אזוי מיט איהם חנפ'נען, ביז ווען עס איז אנגעקומען קיין ספרד שלוחים פון קאסטאנטינא פון די ביזאנטישער אימפעריע, האט זיי ר' חסדאי געפרעגט איבער די ווארהייט פון די זאך, און זיי האבן איהם עס באשטעטיגט, פארציילענדיג אז די כוזר'ישער מלוכה איז נאענט פארבינדעט מיט זיי, און זיי האנדלען מיט זיין און פארקויפן זיי פיש און לעדער און נאך פארשידענע ערליי סחורות, און דער וועג פון קאסטאנטינא צי כזר איז פופצן טאג דורך די ים, און דורך די יבשה איז שווער צי אנקומען, וויל מען דארף דורך גיין פוהלע פעלקער.

ווען ר' חסדאי האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינעגן פאר שמחה, הערנדיג אז עס איז נאך דא ערגעץ ווי א קעניגרייך פאר אידן, גלייך האט ער זיך געבוקט און געדאנקט דעהם הייליגען ג-ט אויף דעהם, ווי עס זעהט אויס האט ער געמיינט אז דאס רעדט זיךפון א קעניגרייך פון די עשרת השבטים, און ער האט גלייך אנגעהויבען צי משתוקק זיין זיך צי קענען פארבינדען מיט די כוזר'ישער קעניג, טראץ עס איז געווען זייער שווער צוליב די גרויסע ווייטקייט צווישן ספרד און כוזר, האט ער דאך שטארק געזוכט, ביז ער האט געטראפן א איד מיטן נאמען ר' יצחק בן נתן וואס איז גרייט געווען צי מאכן די לאנגע וועג, ווי מען האט קודם געדארפט גיין צי קאסטאנטינא אין די ביזאנטישע מלוכה, און פון דארט קיין כוזר, ר' חסדאי האט מיט איהם געשיקט א בריוו ער זאל עס טראגן קיין כוזר, און ער האט איהם געגעבן פוהל געלד פאר הוצאת הדרך,און נאך לשכרו, אזוי אויך האט ער געישקט א טייער מתנה צי די ביזאנטישע קייסער מיט א בריוו אז ער זאל איהם העלפן אנקומען קיין כוזר.

ווען ר' יצחק בן נתן איז אנגעקומען קיין קאסטאנטינא און געגעבן די מתנות פון ר' חסדאי פארן קייסער, און איהם געוויזען די בריוו, איז נישט גוט געווארן פארן קייסער, ער האט נישט געוואלט אז די כוזרי'שע מלוכה זאל האבן פארבינדונגען צי ספרד, ווייל ער האט געהאלטן אז עס קען איהם שאטן, און צוליב דעהם ער האט נישט געוואלט העלפן ר' יצחק בן נתן אנקומען קיין כוזר, און ער האט איהם צוריק אהיים געשיקט קיין שפאניע, אבער נאר נאך וואס ער האט איהם שטארק מכבד געווען מיט זיינע באגלייטער און זיי אריין גענומען אלס א גאסט פאר דריי חדשים אלס די שלוחים פון די שפאנישע קעניג, אהיים שיקענדיג איהם האט ער מיטאיהם מיט געגעבן א בריוו פאר ר' חסדאי מיט אן אנטשולדינג אז ער האט נישט געקענט אויספירן זיין באגער, צוליב וואס די וועג קיין כוזר דורך די ים וואס געדויערט פופצן טאג קען מען נישט דורך גיין, ווייל די וואסער איז זייער שטורעמיש, און דורך די יבשה איז אויך נישט מעגליך ווייל מען דארף דורך גיין פוהלע פעלקער וואס זענען שעדליך.

ר' חסדאי איז גאר שטארק אנטוישט געווארן אז זיין באגער איז נישט אויסגעפירט געווארן, און ער האט פראבירט יעצט צו שיקען די בריוו דורך א צווייטער וועג, א אומוועג, עס צי שיקען צום הייליגען שטאט ירושלים, און פון דארט דורךפוהלע לענדער ביז צי כוזר, אזוי טראכטענדיג האט ער פונקט באגעגענד צוויי אידישע שלוחים פון די קעניג פון גבלים וואס זענען געקומען קיין ספרד איינער מיטן נאמען מר שאול און איינער מיטן נאמען מר יוסף, און ער האט זיי פארציילט זיין שטארקע רצון צי שיקען א בריוו צום כוזר'ישען קעניג, האבן זיי גלייך פארציילט שוין פאר זעקס יאר פריער איז אנגעקומען אין זייער לאנד א בלינדער איד ל"ע, אבער א חכם פון כוזר מיטן נאמען ר' עמרם, וואס איז געווען א מקורב צי די כוזר'ישער קעניג, און די צוויי אידן פון גבלים האבן זיך אנגעטראגן צי נעמען די בריוו צי דער קעניג פון גבלים, וואס ער זאל עס שיקען צי אידן פון אונגארין, און פון דארט צי די רוסן, און ווייטער צי בלגראד, ביז צום קעניג.

ר' חסדאי האט גלייך אנגעהויבן שרייבן א בריוו דורך די סופר רבי מנחם בן סרוק צי די כוזר'ישער קעניג יוסף, אנגעהויבען מיט פוהלע געקינצעלטער מליצות, וואס איהר ר"ת איז אני חסדאי בר יצחק בר עזרא בר שפרטא נחאפננרו"ק, דערנאך הייבט ער זיך אהן פארשטעלן
ממני חסדאי בן יצחק בן עזרא מבני גלות ירושלים אשר בספרד עבד אדוני המלך המשתחוה אפים ארצה לעומתו והכורע אל מול מקום שבת נחלת מעלת גדולתו בארץ מרחקים, השש בשלותו והשמח בגדולתו ובמנוחתו והפורש כפיו לא-ל שבשמים להריך ימים על ממלכתו בקרב ישראל
דערנאך טוט ער זיך דערנאך אנטשודיגען אז ער באמוטשטעט די הויך געשעצטער קעניג,
מי אנכי ומי חיי לעצור כח לחקות מכתב אל אדוני המלך ולבקר יקר תפארתו, אבל נשענתי בקשט נתיבה ומעגלי מישרים… ולפי שבני הגולה אנו פלטי ישראל עבדי אדוני המלך שרויים בשלוה בארץ מגורינו כי אלוקינו לא עזבני ולא סר צלו מעלינו, ויהי כאשר מעלנו באלוקינו הבאנו במשפט וישת מועקה במתנינו, ויער את רוח הפקידים אשר היו על ישראל וישימו עליו שרי מסים ויכבידו עולם וילחצום בחימה עזה ויכנעו תחתיהם ותמצאנה אותם צרות רבות ורעות…
ער אנטשולדיגט זיך אויך פארוואס ביז יעצט האט ער נישט געהערט פון די קעניג, דאס איז ווייל ער געפינט זיך זייער ווייט אוועק פון כוזר אין די לאנד ספרד.


ר' חסדאי פארציילט איהם איבער זיין לאנד שפאניע, ווי גרויס און שיין זי איז, אוןאלעס ארום, און איבער איהר קעניג, און דערנאך פארציילט ער ווי אזוי ער איז געוואויר געווארן איבער די כוזר'ישער מלוכה, און די גאנע השתשלות העניינים.
דערנאך אנטשולדיגט ער זיך פארן בעטן די קעניג אז ער זאל איהם שרייבן א תשובה וועגן זייער מלוכה ווי גרויס עס איז, און וויפיל סאלדאטן, און אזוי ווייטער, און פון וועלכער שבט ער איז (לכאורה מיינענדיג אז זיי זענען פון די עשרת השבטים), און וואס זייער היטאריע איז, ר' חסדאי פארציילט איהם וואס ער ווייסט פון איהר היסטאריע און בעהט די קעניג זאל לאזן שרייבען ווייטער די היסטאריע, אזוי זאגט איהם ר' חסדאי אז ער איז גרייט אפצולאזן זיין גאנצער פאסטן אין שפאניע צי קומען קיין כוזר ווערן א קנעכט פארן קעניג.

ער פרעגט איהם אויכעט עטליכע הלכה'דיגע שאלות, ווי אזוי זיי פירען זייערע מלחמות, און אויב עס איז דוחה שבת, און ווי אזוי גייט די מלוכה, ווער איז די יורש, און נאך.

און זיין עיקר פראגע צי איהם איז אויב ער ווייסט ווען וועט זיין די קץ, און עס וועט קומען די ענדגילטיגע ישועה פאר כלל ישראל,
עוד בקשתי הפליאה מאת אדוני המלך להודיעני אם יש אצלכם זכר לחשבון קץ הפלאות אשר אנו מחכים זה כמה שנים ונצא משבי אל שבי ומגולה אל גולה, ומה כח תוחלת המצפה להתאפק על זאת ואיככה אוכל לתת דמי על חרבן בית תפארתנו ועל פליטת חרב אשר באו באש ובמים אשר נשארנו מעט מהרבה ונרד מכבוד ונשב בגולה ואין לאל ידינו באומרם לנו כל היום לכל עם ועם יש מלכות ולכם אין זכר בארץ, וכאשר שמענו את שמע אדוני המלך ותקף מלכותו ורוב חייליו תמהנו בזאת נשאנו ראש ותחי רוחנו ותחזקנה ידינו ותהי ממלכת אדוני לנו לפתחון פה …


די בריו איז טאקע אנגעקומען צי דער קעניג פון כוזר יוסף, און ער האט זיך זייער געפרייט מיט דעהם, און ער האט געהייסן צוריק שרייבן א בריוו צי רבי חסדאי אויף לה"ק,
שלום רב מן יוסף מלך הכוזרים אשר לא יבריחוהו חיילים ולא ישיבוהו פני גדודים הירא את ה' והחרד מדברו החכם המכבד חכמים והעניו המקרב לעניים הבוחר בדברי תורה המבקש רצון קונו בכל לבו ובכל מאודו אל אהובו חביבו ר' חסדאי בן יצחק הנחמד אלינו והנכבד עלינו ישמרהו אלוקים וינצרהו בחכמה המעוטר מודיע אני לךשבא לינו כתבך המעוטר בנועם הלשון על יד יהודי מארץ נמץ שמו יצחק בן אליעזר ושמחנו בך וששנו על בינתך ועל חכמתך…


דער קעניג שרייבט צי איהם די גאנצע היסטאריע פון די כוזרים, וואס איז געווען פון אנהייב און די גאנצע מעשה פון די גרות און אזוי ווייטער, ער פארציילט איהם וועגן די מלוכה וועגן די לאנד און אלעס ארום.

נאך שרייבט ער איהם איבער זיין שאלה ווען וועט זיין די קץ
אשר שאלת מדבר קץ הפלאות ואנחנו עינינו אל ה' אלוקינו ואל חכמי ישראל הישיבה בירושלים ואל הישיבה שבבבל ואנו רחוקים מציון, אבל שמוע שמענו שברוב העוונות תעו החשבונות ואין אנו יודעים מאומה, אבל יישר בעיני אלוקים ויעשה למען שמו הגדול ואל ימעוט לפני חורבן ביתו וביטול עבודתו וכל התלאות אשר מצאתנו ויקיים בנו ופתאום יבא אל היכלו וכו' ואין בידינו כי אם נבואת דניאל…

דער קעניג ענדיגט צי מיט א בקשה צי ר' חסדאי אז ער זאל אריבער קומען צי איהם זיין זיין רבי און זיין יועץ.

אזוי די הערליכער אידישע אימפעריע האט אנגעהאלטן מיט איהר שיינקייט פאר בערך 250 יאר. די אידישע מלכים אין כוזר בולאן, עובדיה, זיין זוהן חזקיה, זיין זוהן מנשה, חנוכה דער ברודער פון עובדיה, זיין זוהן יצחק, זיין זוהן זבלון, זיין זוהן מנשה, זיין זוהן נסי, זיין זוהן מנחם, זיין זוהן בנימן, זיין זוהן אהרן, זיין זוהן יוסף, דוד.

אין די לעצטע יארן זענען געווען אזוי ווי בערך דרייסיג טויזענט אידן אין כוזר,

די לעצטע תקפוה פון די כוזר'ישע מלוכה

ציביסלעך אבער איז אין די תקופה זענען די קריסטן אין לאנד פארמערט, ביז אין די תקופה פון די קעניג דוד זיי שוין געווען א רוב, און אזוי אויך האט די עקאנאמיע געהאט שווערע צייטען, די אגרי קולטור האט זיך נישט גוט דעוועלעפט, און אזוי אויך איז די ביזאנטישער - כוזרישער בונד בטל געווארן, און אין יענע צייטן האבן די רוסן אנגעהויבן אינוואדירן כוזר.

אין יאר ד"א תשכ"ה האבן די רוסן ווי מען האט זיי דעמאלט גערופען דער רוס פון קיעוו אנגעהויבן א קאמפ מיט די כוזרים, און זיי האבן איהר אנוואדירט, די רוסן וואס זענען שוין לאנגע יארן געווען אין קאמפ מיט די כזורים, האבן צום ערשט חרוב געמאכט די סרקל פעסטונג, און צוויי יאר דערויף די הויפט שטאט איטיל, און נאך שטעט, און איינגענעמען ריזיגע חלקים פון כוזר, די כוזרים האבן דאן געבעטן הילף פון חוואריזמים, א מוסלעמענער לאנד, וואס האט נאר מסכים געווען אויפן תנאי אז די כוזרים זאלן זיך טויפן צי איסלאם, עטליכע מוסלעמענער לענדער, זענען דעמאלט אבער געקומען צי הילף פאר די כוזרי, אין די רוסישע אינוואזיע האט זיך אפגעשטעלט.

בילד
די רוסישע פירער אין יענע יארן

אין יאר ד"א תשמ"ו האט די רוסישע פירער וולאדימיר געשיקט שלוחים צי כוזר צי בודק זיין וועלכע רעליגיע צי אננעמען, צום סוף האט ער אויסגעקליבען די קריסטנטום, און טראגי-קאמיש איז אז ער האט זיך געטויפט אין חורסונס, די זעלבע שטאט ווי פאר 250 יאר פריער האבן די כוזרים זיך מתגייר געווען.

אין יענע יארן האט די קעניג דוד שטארק פראבירט ארויף צי נעמען די אידישקייט שטאפלען אין לאנד, ער האט דאן געשיקט א שליח צי פרס, צי די אוהר אלטע אידישע קהילה צי קויפען נייע ספרי תורה,די שליח איז געפארן, און געוואלט אפקויפען אן אוהר אלטע ספר תורה וואס די ארטיגע קהילה האט געהאט אין באזיס, אבער זיי האבן עס נישט געוואלט פארקויפן, און אנשטאט האט די שליח מעתיק געווען און איבערגעשריבען פון די ספר תורה ווארט ביי ווארט.

אין יאר ד"א תשע"ז - פונקט פאר טויזענט יאר צוריק - האבן די רוסן ציזאמען מיט די ביזאנטים כמעט אינגאנצן חרוב געמאכט די כוזר'ישע מלוכה, און אנידער געזעצט איהר קעניג, און א פאר יאר דערויף האבן די ווילדע פטשאגנים שבטים אינגאנצן חרוב געמאכט די כוזרי'שע מלוכה, און דא איז ליידער געקומען צי א סוף די שיינע אידישע קעניגרייך, וואס האט אנגעהאלטן פאר צוויי הונדערט און פופציג יאר.

רוב אידישע כוזרים האבן דאן זיך אויסגעמישט מיט פוהלע אנדערע אידישע קהילות, טייל אין אונגארין, פוילין, רוסלאנד, און אפילו אין שפאניע, ווי די קעניג'ס אייניקלעך האבן געהארעוועט אין תורה און זיי זענען געשטיגען אלץ גרויסע תלמידי חכמים, אזוי אויך אין קריימיע איז לאנגע יארן געווען א אידישע ערליכע קהילה מיטן מאען "קהל הכוזרים", עטליכע זענען ליידער אבער ציגעטשעפעט געווארן צי די קראי'שע געמיינדע וואס האט געווירבעלט אין קריימיע.

מוסלעמענער פארציילען אז פוהלע כוזרים האבן זיך דאן געטויפט צי איסלאם, אנקומענדיג צי מוסלעמענר לענדער, אבער לכאורה זענען דאס געווען פון די קריסטליכע כוזרים, וואס זענען שוין דאן געווען א רוב, ווי פריער געשריבען.

א קליין אידישע מלוכה איז אבער איבערגעבליבען אין געגענט וואס איהר הויפט שטאט איז געווען סמנדר, איינער פון איהרע קעניגן האט געהייסן שמחאל, און איז חרוב געווארן אין די למספרם יאר פון 1237 ווען די מנגלים האבן איינגענומען די געגנט.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מיטוואך אוגוסט 23, 2017 7:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דער ספר הכוזרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

די טראנקריפטן פון די ויכוח און די שמועסן וואס רבי יצחק הסנגרי האט געהאט מיט די קעניג איז געליגען אפגעהיטן און אוועק געלייגט פאר פיר הונדערט יאר ביז עס איז אנגעקומען צי די הענט פון רבינו יהודה הלוי ז"ל, אחד מגדולי הראשונים, דער באקאנטער משורר.

אין יענע יארן איז דורך שווערע תקופות פאר כלל ישראל, די קריסטן פון איין זייט האבן אויסגעפירט זייער טרויעריג באקאנטער קרייץ ציגלער, און די מוסלעמענר האבן מלחמה געהאלטן מיט זיי, אידן זענען דאן געווען אינטערדירקט געפינענדיג זיך צווישן די האמער אין די שמאטע, די קראים האבן זיך דאן געהויבען די קאפ, און די פילאסאפען האבן געשריבען און פארפירט קעגן די איין איינציגע אידישע אמונה, און די סכנה איז דאן געווען גרויס.

רבינו יהודה הלוי, צי זעענדיג די גרויסע צרה, האט ער מחליט געווען אז עס איז וויכטיג צי ארויס געבן א ספר צי מבאר זיין די אידישע אמונה אז נאר דאס איז אמת, און אלעס אנדערש איז שקר, און אז נאר מיט די אמונה אין תורה שבעל פה איז מען א איד, און ער האט געטראפן זיין אין די כתבים פון רבי יצחק.

שרייבענדיג זיין ספר שרייבט ער אז אין די ויכוח פון רבי יצחק האט ער געטראפן ווערטער וואס איז איהם געפאלן, און ער שרייבט עס אראפ, די צורה פון די ספר גייט מיט די שאלות פון קעניג בולאן, וואס ער רופט איהם אן, הכוזרי, אמר הכוזרי, און רבי יצחק רופט ער אהן החבר, מלשון חבר וואס מיינט א תלמיד חכם, אדער אלס א פריינט צום קעניג, רבינו יהודה הלוי רופט נישט אהן דער חבר ביים נאמען, אבער די רמב"ן און שפעטער רבינו שם טוב שרייבט אז זיין נאמען איז געווען רבי יצחק הסנגרי.

די ספר האט רבינו יהודה הלוי א נאמען געגעבן ספר ההוכחה והראיה להגנת הדת הבזויה, און שפעטער האט מען עס אנגעהויבן רופן ספר הכוזרי, ווען די ערשטע מאמר איז די ויכוח וואס רבי יצחק האט געהאט מיט די קעניג נאך איידער די גיור, און נאך דעהם איז דא פיהר מאמרים פון די שמועסען וואס רבי יצחק האט געהאט מיט די קעניג נאך די גרות, די ספר איז געשריבען געווארן אויף אראביש, און שפעטער האט עס רבי יהודה אבן תיבון איבער געזעצט אויף לה"ק, די ספר איז אלע יארן געווען מורא'דיג רעספעקטירט ביי גדולי ישראל, ווי אין די ספר ווערט זייער שטארק נתבאר אלע יסודי האמונה, די וויכטיגקייט צי דינען ג-ט מיט מצוות און נישט נאר מיט שכל, וויכטיגע מחשבה עניינים, פוהלע יסודות וואס חסידות איז געבויעט אויף דעהם, און פוהלע יסודות וואס שטייט אין זהר הקדוש, מקובלים האבן זייער רעספעקטירט די ספר, ווייל עס איז אינגאנצן אויסגעהאלטן מיט חכמת האמת, אבער אויף אנדערע חקירה ספרים האבן די מקובלים טייל ווייז חולק געווען, די ווילנער גאון זי"ע האט אויך אנגעווארענט זיינע תלמידים צי לערנען אין ספר הכוזרי "ספר הכוזרי הוא קדוש וטהור, עיקרי אמונת ישראל ותורה תלויין בו".

און ווי עס ווייזט זיך אויס פון די ספר איז די תוכן א טייל פון די ויכוח וואס רבי יצחק האט אפגעהאלטן, און אזוי שרייבט טאקע רבינו שם טוב אין ספר האמונות, וז"ל "כבר קדמוני ר' יצחק סנגרי חבר למלך אלכזרי וכו' זה כמה שנים בארץ תוגרמה כידוע ממקצת כתבים, והחכם הזה נמצאו תשובותיו וחמודות חכמותיו המורות על חכמתו הגדולה בתורה ובקבלה ובכל חכמות בעיון מפוזר ללשון ערב, והחכם הפייטן ר' יהודה הלוי הספרדי מצא אותם וחיבר ספר מהם בלשון ערב והועתק ללשונינו", און אזוי האלט פוהלע ווי למשל די שם הגדולים להחיד"א.

עס איז אבער דא דעות וואס האלטן אז די ספר הכוזרי האט רבינו יהודה הלוי אליין געשריבען פון זיין אייגענע חכמה, און אלעס איז זיינע אייגענע תורות, נאר ער האט דאס געשריבען על דרך משל געבויעט אויף היסטארישע פאקטן וואס איז טאקע אמאל געווען א ויכוח אין כוזר און דער קעניג האט זיך מתגייר געווען, און מיט די פאקטן האט ער זיך גענוצט פאר א משל, צי מאכן שאלות ותשובות כדי גוט צי מבאר זיין זיינע הייליגע רייד.

ווער עס האלט אזוי זענען, רבי עזריה מן האדומים ז"ל אין ספר מאור עיניים, רבי ידעיה בדרשי ז"ל, און נאך.

למעשה זעהט אויס אז די ספק איז שוין געווען גאר אין אנהייב, די רמב"ן אין דרשת תורת ה' תמימה ברענגט א שאלה פון די כוזרי אין ספר הכוזרי אין דער תשובת החכם, און ער שרייבט וז"ל "וכבר זה רבי יהודה הלוי בספר הכוזר שהוא היה המחבר, או היתה השאלה מן החבר המיהד מלך הכוסר ששמו יצחק הסנגרי למה אמר אשר הוצאתיך מארץ מצרים ולא אמר שבראתי שמים וארץ וכל צבאם…"
זעהט מען פון די שורות אז די הייליגע רמב"ן איז שוין געווען מסופק פון וועהם די שאלה איז געפרעגט געווארן.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

די דראמאטישע געשיכטע פון די אידישע אימפעריע און א גאנץ פאלק וואס האט זיך מתגייר געווען, האט ווירקליך אמאל פאסירט, און עס איז געבויעט אויף פוהלע פריערדיגע כתבים, אראבישע און להבדיל אידישע, עס איז טאקע דא שינויים, ווי למשל איינער פון די אראבישע מקורות שרייבט אז די מוסלעמענער חכם איז פארגיפטעט געווארן ממילא האט די אידישע חכם באזיגט... אבער די עיקר מעשה איז ריכטיג, די עיקר זכות קדימה אין די סיפור איז פארשטייט זיך פאר די ספר הכוזרי, וואס דארט ווערט געברענגט די גאנצע מעשה פון די גרות אזוי ווי איך האב עס פריער געשריבען.

ווי אזוי די ראשונים האבן זיך מתייחס געווען צי די גרות

רבותינו הראשונים דערמאנען אויך עטליכע מאל די מעשה, און מתוך דבריהם הקדושים לערנען מיר אז זיי האבן זיך מתייחס געווען צי די כוזרים אלס כשר'ע ערליכע גרים, אזוי ווי רבינו יהודה הלוי אין ספר הכוזרי און דער רמב"ן און רבינו שם טוב ווי שוין פריער געשריבען.

רב סעדיה גאון שרייבט אויך וועגן די כוזרי'שע מלוכה אין פרשת כי תשא, אבער ער דערמאנט נישט אז זיי זענען אידן.

אזוי אויך דער ראב"ד שרייבט וועגן דעהם אין ספר הקבלה און ער איז מעיד אז ער האט געקענט תלמידי חכמים אייניקלעך פון די כוזרים, וז"ל
עד נהר אתיל שהיו שם עמים כוזריים שהתגיירו ויוסף מלכם שלח ספר לר' חסדאי הנשיא בר' יצחק בר שפרוט והודיעו שהוא על דעת רבנות וכל עמו וראינו בטוליטולה מבני בניהם תלמידי חכמים והודיעונו שאריתם על דעת רבנות
, ווי מן זעהט קלאר אז ער האט זיי געהאלטן פאר כשר'ע גרים.

גראדע רבינו יהודה בן ברזילי הברצלוני ז"ל שרייבט וועגן די שמועות איבער די גרות, און ער שרייבט אז עס איז איהם נאכנישט נתברר געווארן טאמער די מעשה איז טאקע ריכטיג, אבער ווי עס ווייזט אויס איז פאר די אנדערע ראשונים יא קלאר געווען די מעשה.

ארכעאליגישע אנטדעקונגען

מיט דעהם אלעם האבן פארשער במשך די יארן נישט געוואלט גלייבן די געשיכטע, ביז אין יאר 1912 למספרם ווען די ארכעאלאגן האבן אנגעהויבן געפינען קלארע באווייזן אז די כוזירם זענען געווען אידן, טרעפנדיג אלטע כתבי הקודש.

בילד
דער ניו יארק טיימס מעלדעט אין יאר 1912 למספרם אז מען האט אנטדעקט באווייזען אז א אידישער אימפעריע האט אמאל עקזעסטירט

במשך די יארן האט מען געטראפן פוהלע זאכן, למשל האט מען אנטדעקט אז אויף די קברים און נאך פלעצער פון די ערשטע תקופה פון די כוזרים איז ארויף געלייגט סימבאלען פון עבודה זרה, און ערגעץ ווי אין די אכטע יאר הונדערט למספרם האט מען אויפגעהערט ניצען.

אזוי אויך האט מען געטראפן פסיפעס (א סארט טייל'ס מיט שיינע בידער וואס מען פלעגט ניצען אין די אוהר אלטע תקופות) און שטיינער מיט אידישע סימבאלען איז געטראפן געווארן, ווי מגן דוד'ס, מנורות און נאך.

בילד
א כלי מיט א מגן דוד

בילד
שטיינער וואס מען האט געטראפן אין סרקל, טייל מיט אידישע סימבאלען

אין יאר 1999 למספרם האט מען אין די גוטלאנד אינזעל געטראפן כוזר'ישע מטבעות מיט א אופישריפט אויף אראביש "משה איז ג-ט'ס נביא", אנשטאט די אראבישע מטבעות וואס זיי האבן געשריבען "מחמד איז ג-ט'ס נביא", פארשער זאגן אז די כוזרים'ס מטבע איז געווען נאכגעמאכט פון די אראבישע דרהם מטבע צוליב איהר פאפעלערקייט, וועגן דעהם פארשטייט זיך פרוואס די מטבע איז געמאכט ווי די אראבישע צורה.

בילד
די מטבע מיטן אויפשריפט, גערופען אלץ די "מאזעז קוין"
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מיטוואך אוגוסט 23, 2017 5:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

קיעוו בריוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אין די קאירא גניזה האט מען אויך געפינען צוויי בריוון וואס זענען געשריבען געווארן דורך כוזר'ישע אידן, בלה"ק, איינס פון זיי וערט גערופען "שעכטער בריוו", אויף דעהם האף איך אן אנדערע מאל צי שרייבן דערוועגן צוליב די פוהלע היסטארישע פאקטן (אדער נישט פאקטן...) און חידושים וואס שטייט דארט, און דער צווייטער איז די בייגעלייגטער בריוו, וואס רופט זיך מיטן נאמען "קיעוו בריוו", צוליב וואס עס איז געשריבען געווארן אין קיעוו, ערגעץ ווי אין די אנהייב צענטע יאר הונדערט למספרם.

בילד

ראשון שבראשון המעוטר בכתר אחרון וראשון
שומע קול לחשון ומקשיב ניב ולשון ינצרם
כאישון ויושיבם עם נחשון במרום מראשון
אנשי אמת ושונאי בצע גומלי חסד ורודפי צדקה
נוצרי תושייה אשר פיתן מצויה לכל עובר ושב
קהילות קדושות הפזורים בכל פינות יהי רצון מפני
אדון השלום להושיבם לכתר שלום ... אלופינו ורבותינו
מודיעים אנו לכם קהל קייב ... מר יעקב בר
חנוכה זה שהוא מבני ... והוא מן הנותנים ולא מן
הלוקחים אלא שנגזרה גזרה עליו שהלך אחיו
מגויים וזה יעקב היה ערב והלך אחיו ועמד על הדרך ובאו
לסטים והרגו אותו ולקחו את ממונו ובאו ב... חובים
ולקחו זה יעקב ונתנו שלשלאות של ברזל בצווארו
וברזיליים ברגליו ועשה שם שנה שלמה...
כך לקחנו אותו בערבות שילמנו שישים ... ועוד
נשארו ארבעים זקוקים ... הקהילות הקדושות
כדי שירחמו עליו ועתה ... שאו עיניכם לשמיים
ועשו כמנהגכם הטוב שאתם יודעים כמה גדולה ...
הצדקה שצדקה תציל ממוות ואין אנו כמזהירים
אלא כמזכירים ולכם תהיה צדקה מלפני אדֹני אלקיכם
ותאכלו פירות בעולם הזה והקרן קיימת לכם לעולם הבא
רק חזקו ואמצו מאד ואל תשימו את דברינו אחורי
גבכם, והמקום ירחמכם ויבנה ירושלים בימיכם
ויגאל אתכם מק... עמכם א' א' א' כ'
אברהם הפרנס ... אל בר מנס ראובן בר
גוסטטה בר קיבר כהן שמשון
יהודה המכונה סורטה חנוכה בר משה
קופין בר יוסף מנר בר שמואל כהן
יהודה בר יצחק לוי סיני בר שמואל
יצחק הפרנס


און אויף דעהם איז גע'חתמ'עט אויף כוזרי'ש HWQWRWM וואס מיינט אז אי האב עס געליינט.

טייל פארשער קלערן אז די בריוו איז געשריבען געווארן הערשט אין די עלעפטע יאר הונדערט למספרם, ווען די כוזרים האבן שוין נישט געוועלטיגט אין קיעוו, ווי עס ווייזט זיך אויס פון די בריוו אז די כוזרים קענען נישט העלפן די אידן.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מאנטאג אוגוסט 21, 2017 6:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

פארשער געבן אויך אהן אז די ווערטער "דאווענען" און "יארמולקע" שטאמט פון כוזרי'ש.

המשך יבא בעז"ה
ישובב
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2017 3:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובב »

wow! זעט אויס ווי עפעס געוואלדיג! וועלמיר דאס ארויספרינטען און לעזן שפעטער. א גרויסע ישר כח.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הערליך הערליך הפלא ופלא

דא אין די ביכל איז דא אנפאנג אויך גאנץ א שיינע באשרייבונג איבער די היסטאריע פון די כוזרים
http://www.yiddishbookcenter.org/collec ... nybc314155
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

זאל דאס איינער ביטע שיין אויסלייגן אויף א פי.די.עף. לטובת הרבים.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Wow wow wow . Thank you for this incredible work
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג

דער חזון'איש'ניק איז מורא'דיג פריש

ב"ה.

מצורף PDF לטובת הקהל
(חילקתיו לקטעים מחמת גודלו)
אטעטשמענטס
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 03.pdf
(162.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 264 מאל
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 02.pdf
(129.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 01.pdf
(231.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 241 מאל
לעצט פארראכטן דורך שמו אום דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

Thank you very much
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וזה ההמשך

ואתכם הסליחה

לא יכולתי לצרף כולו כאחת מרוב גודלו, (ולא יכולתיו להקטינו)

נאכן דאנלאודע"ן קענט איר דאס צוריק צאמשטעלן
אטעטשמענטס
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 06.pdf
(151.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 05.pdf
(225.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 196 מאל
די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אמפעריע חזון איש'ניק 04.pdf
(179.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 202 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א געוואלדיגע ארטיקל און גאר אינטערעסאנט.

דער קיעוו בריוו האט אביסל קאנטראווערסיע איבער די אינהאלט פונעם בריוו, נאכדעם וואס מען האט עס נישט געקענט ליינען פאר א לאנגע צייט און מהאט געניצט גאר סאפיסטיקירטע אפאראטן צו קענען לייענען די אותיות. ספעציעל די נאמען "קייוב" וואס ממש אומליינבאר.

דאס איז וואס איין חוקר גניזה האט געשריבן:

"מה שנקרא "מכתב קיוב", מכתב המאה העשירי של המבוא, כנראה מן הקהילה היהודית של קיוב, הסמכה יעקב בר חנוכה לגייס כספים עבור גאולתו של נושים לא יהודים. יעקב מתואר כנדיב ובמשפחה טובה. אחיו לווה כסף מגויים ואחר כך נשדד ונרצח על ידי שודדים, ואז היה יעקב אחראי על חובותיו של אחיו. הקהילה בקיוב שילמה חלק מחובו, שאיפשרה לו להשתחרר מהכלא, ועכשיו הוא נוסע לקהילות אחרות כדי לגייס כספים ולשלם את השאר. המכתב נחשב כהוכחה לקיומה של קהילה יהודית באוקראינה בימי הביניים. מבין החותמים על מסמך זה, יש למספר שמות ממוצא שלכאורה ללא-שמי, ואלה פורשו ככוזרים שהתגייר. המכתב הוסמך על ידי איש יצחק הפרנס, שחתמו בשפת עברי, ועוד פקיד שאישר אותו ברומנים טורקיים (בשפת הכוזרי). שימוש זה של 'כוזרני' עולה כי המסמך נכתב לפני כיבוש קיוב על ידי רוס בשנת 950 לספ"נ. הפרשנות של המכתב הוא לא-ללא מחלוקת, כמו הקריאה "קייוב" ואת הפרשנות של כתב רוני בתחתית נחקרו."
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מארקד אנריעד...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

gevaldig keep it up
music helps your mood
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

הערליך!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אריינגעסיינט צו באדאנקען פאר די הערליכע ארבעט!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פלטיאל האט געשריבן:מארקד אנריעד...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערליך! גאר גאר שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

הערליך שיין! א געוואלדיגע ארבעט, געלייענט די ערשטע ביסל, וועלן מיר אי"ה ארויספרינטן באלד צו לייענען די המשך.

---
אריין אין דזשורנאל
...
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ייש"כ הערליך.

בענקעל האט געשריבן:א געוואלדיגע ארטיקל און גאר אינטערעסאנט.

דער קיעוו בריוו האט אביסל קאנטראווערסיע איבער די אינהאלט פונעם בריוו, נאכדעם וואס מען האט עס נישט געקענט ליינען פאר א לאנגע צייט און מהאט געניצט גאר סאפיסטיקירטע אפאראטן צו קענען לייענען די אותיות. ספעציעל די נאמען "קייוב" וואס ממש אומליינבאר.
"

וואס איז אזוי קאנטערווירסיאל אין די אינהאלט?
וואס הייסט אז עס איז אומליינבאר? אפילו איך קען עס ליינען, עס הייסט אז זיי האבן גענוצט טעכניק צי ארויס ברענגען די טינט?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ספעשיל ספעשיל ספעשיל!! א גרויסן, ריזן דאנק פאר די ארבעט!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

לחם לשובע האט געשריבן:וואס איז אזוי קאנטערווירסיאל אין די אינהאלט?
וואס הייסט אז עס איז אומליינבאר? אפילו איך קען עס ליינען, עס הייסט אז זיי האבן גענוצט טעכניק צי ארויס ברענגען די טינט?
אוודאי
אזוי ווי דער פראפעסאר שרייבט. עס איז נישט זיכער אז עס שטייט קיעוו, וואס דאס איז וואס דארף צו פעסטשטעלן די צייט ווען עס איז געשריבן. די אנגענומענע ווארט איז "קייוב" וואס מען זעט נישט קלאר די גאנצע ווארט און מוז נישט זיין די באקאנטע שטאט קיעוו. אזוי איז מיט יעדע שריפט דארט. עס קומט נישט מיט א נאטיץ אויף יעדע שריפט פון וואו עס קומט, עס איז א הויפן מיט פאפירן. אלעס איז פון שטודירן די עצם אינהאלט פונעם בריוו. פון דא און ווייטער איז יעדער בארעכטיגט צו זיינע אייגענע מסקנות. אויך די אותיות אונטן איז נישט קלאר איהר מיינונג.

עס איז די אכטע שורה. וואו שטייט דא קייוב?
rps20170822_142821.jpg
rps20170822_142821.jpg (41.92 KiB) געזען 6626 מאל


די ווערסיע האט מער ווערטער דעשיפרירט.

1 ראשון שבראשון המעוטר בכתר אחרון וראשון
2 שומע קול לחשון ומקשיב ניב ולשון ינצרם
3 כאישון ויושיבם עם נחשון במרום מראשון
4 אנשי אמת שנאי בצע גומלי חסד ורודפי צדקה
5 נוצרי תושיה אשר פיתם מצויה לכל עובר ושב
6 קהילות קדושות הפזורים בכל פינות יהי רצון מפני
7 אדון השלום להושיבם כנזר שלום ועתה אלופינו ורבותינו
8 מודיעים אנו לכם קהל של קייוב עסק מר יעקב בר
9 חנוכה זה שהוא מבני . . . . . והוא מן הנותנים ולא מן
10 הלוקחים אלא שנגזרה גזרה עליו שהלך אחיו ולח . מ
11 מן גוים וזה יעקב היה עמו והלך אחיו של זה בדרך ובאו
12 ל]סטים והרגו אתו ולקחו את ממונו ובאו שם חובים
13 ול]קחו את זה יעקב ונתנו שלשלאות של ברזל בצוארו
14 וברזיליים ברגליו ועשה שם שנה שלימה . . . . . אחר
15 כך לקחנו אתו בערבות ופרענו ששים [זקוקים] ועמהם
16 נשארו ארבעים זקוקים ושגרנו אתו בקהילות הקדושות
17 כדי שירחמו עליו ועתה רבותינו שאו עיניכם לשמים
18 ועשו כמנהג כ//ס//הטום שאתם יודעים כמה גדולה מדת
19 הצדקה שהצדקה תציל ממות ואין אנו כמזהירים
20 אלא כמזכירים ולכם תהיה צדקה לפני ייי אלהיכם
21 ותאכלו פירות בעולם והזה והקרן קיימת לכם לעולם הבא
22 רק חזקו ואמצו מאד ואל תשימו את דברינו אחרי
23 גיוויכם והמקום ירחמכם ויבנה ירושלים בימיכם
24 ויגאול אתכם וגם א[ . . ] עמכם א א א ב ק ז
25 אברהם הפרנס [ . . . . . ] יואל בר מנס ראובן בר
26 גוסטטא בר כיבר כהן שמשון בן
27 יהודה המכונה סורטה . חנוכה בר משה
28 קופין(!) בר יוסף . מנר בר שמואל כהן
29 יהודה בר יצחק לוי . סיני בר שמואל
30 יצחק הפרנס HWQWRWM
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אריינגעסיינט צו באדאנקן, יעצט פרינטירט עמער ליינען לכשירחיב, יישר כח
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

פלטיאל האט געשריבן:מארקד אנריעד...
I reserve the right to disagree
12:56
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”