מעכטיג, אבער וואס האט דאס מיט מיר? - לאמטערנע #2

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

מעכטיג, אבער וואס האט דאס מיט מיר? - לאמטערנע #2

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג יולי 23, 2017 12:00 pm

דורך: יוסל שרייבער - (יאסעלע)

עס איז שוין נאך איינס אזייגער אויפדערנאכט. דער עולם בייסט זיך די נעגל פון אנגעצויגענקייט, די ווייזערלעך אויפן זייגער'ל רוקן זיך מיט טשורעפאכע טריט, די גרויסע סקרין אינדערמיט שפייט אויס מעלדונגען יעדע פאר מינוט. דער עולם שטייט שוין אויף די פיס א שיינע פאר שטונדן מיט די אויגן צוגעשמידט אין צענטער צו זעהן וואס וועט זיך למעשה אויסקאכן.

מיט א קארגע פאר שעה צוריק האט נאך קיינער נישט געגלייבט אז מען וועט האלטען אט דא. קיינער האט דאס נישט פאראויסגעזען, קיינער האט נישט זיך פארגעשטעלט אז היינט נאכט וועלן מיר קענען פון דא ארויסגיין מיט אויפגעהויבענע קעפ, אז יא, מיר האבן עס געמאכט. טראץ אלע שווארצע נביאות'ער, טראץ אלע פאראויס שאצונגען, טראץ אלע צייכענונגען זאל מען האלטן דא. אבער אז מען זעהט עס פאר די אויגן גלייבט זיך עס שוין.

און פלוצים הערט מען א קול פון גרויסן סקרין אינדערמיט, א קול דממה דקה. 'ברעיקונג ניוז מיר האבן יעצט באקומען א ידיעה אז סעקרעטערי קלינטאן האט אנגערופן מיסטער טראמפ צו קאנגרוטאלירן אויף זיין געווינס, און זי ציעט זיך ארויס פונעם פארמעסט! און מיט דעם טוען מיר באשטעטיגן אז דער פינף און פערציגסטער פרעזידענט ערוועלט איז --דאנעלד טראמפ...!!!'

הילכיגע געשרייען ברעכן אויס ספאנטאן. שטורמישע אפלאדיסמענטן הילכן אפ אין גאנצן זאל. רויטע היטלעך ווערן געווארפען ביזן דאך, מענטשן שפרינגען ווי ציגן אין דער לופטן, די שמחה דערקענט זיך אויף אלע געזיכטער אין זאל. ענדליך האט זיך אויסגעצאלט די חדשים לאנגע הארוואניע וואס די אנוועזנדע האבן אריינגעלייגט אנצוקומען צו די היינט נאכטיגע מאמענט. ענדליך שניידט מען די פירות פון וואכן און מאנאטן גאס צו גאס קאמפן וואס מען האט אפגעהאלטן פאר יעדע איינציגסטע שטימע.

געציילטע מינוטן דערנאך הערט מען די מוזיק אנהייבן שפילן, און פונעם טיר שפאצירט אריין דער נארוואס דערקלערטער פרעזידענט עלעקט אין די באגלייטונג פון זיין פאמיליע ווי ער הייבט אן זיין צוויי מינוטיגער שפאציר ביז צום פאדיום ווי ער וועט אראפלייגן זיין זיג רעדע. די הורעי געשרייען לעכערן די אויערן. 'יו עס עי' הערט זיך הויכע ווילדע אויסשרייען. דער עולם שאלט פון פרייד, מען ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון פאר שמחה אז מען האט דערלעבט אט די היסטארישע מאמענט.

דריי מאנאטן שפעטער. אומצאליגע צייטונג ארטיקלען שוין געשריבן געווארן, אומצאליגע שפעקולאציע'ס זענען שוין ארויסגעברענגט געווארן, מסביר זיין דעם אומנאטירליכן געווינס, און ענדליך מען האלט שוין דא הארט פאר די איינשוווערונג צערעמאניע. פון איבער דאס גאנצע לאנד שטראמען אהין הייסע שטיצער און פארעהרער פון דעם נייעם פרעזידענט, יעדער איינער אויף זיין טראנספארט מיטל. אלה ברכב ואלה בסוסים דער עולם גרייט זיך צו די אזוי געגארטע מאמענט.

די טיקעט'ס זענען שוין אלע פארטיילט, און די אלע וואס זענען נישט באגליקט געווארן צו קענען אנטייל נעמען בגוף זיצן אינדערהיים צוגעשמידט מיט פארגלייזטע אויגן צום גרויסן טעלעוויזיע סקרין צו קענען מיט האלטן די מינוטן אויף וואס זיי האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט. און דאן האט דאס פאסירט, ווען דער מינוט איז אנגעקומען און דער פרעזידענט האט ארויפגעלייגט זיינע הענט אויפ'ן ביכל און נאכגעזאגט די ווערטער וואס דער הויפט ריכטער האט אים פארגעזאגט.

שווער צו באגרייפן וואס עס שפילט זיך אפ אין די מוח קעמערלעך פון די אלע שטיצער פונעם נייעם פרעזידענט. די געפילן וואס האט זיי ארום גענומען, די נצחון געפיל און דער געפיל פון דערגרייכונג וואס זיי שפירן אצינד, עס איז אומבאשרייבלעך.

שטעלט זיך די פראגע. וואס האט דאס מיט דיר, דער קליינער שטיצער וואס האט זיך ניטאמאל געטראפן אפילו איינמאל מיטן קאנדידאט. אפגערעדט אז פאר א פאזיציע אין די אדמיניסטראציע וועסטו ניטאמאל גענומען ווערן אין באטראכט. וואס האט דער גרויסער כבוד און געווינס מיט דיר?

לאמיר זיך נישט פאפן. די מציאות ווייסן מיר אלע אז דאס פריוואטער לעבן פונעם איינפאכן אנשטענדיגן בירגער ווערט גאר ווייניג אפעקטירט פון ווער עס אקופירט דאס שיין פלושענע פאטעל אין אוועל אפיס. אלזא, וואס איז דיין גרויסע שמחה, וואס פריייסטו זיך אזוי? דו באקומסט דען די גרויסע כבוד צו וואס די קוקסט זיך אזוי צו? דו קליינער אינדיווידאל וואס האט ארומגעשוויצט די לעצטע פאר חדשים מיט הייזעריגע געשרייען און טענה'רייען מיט אלע גוטע פריינד אין ווערץ הויז און זאגאר זיך צוקריגט מיט טייל פון זיי, וואס האסטו מיט די גאנצע פאראדע?

דער הסבר איז פשוט. איינער וואס געהערט צו א פארטיי, איינער וואס איז א מיטגליד אין אן אנהענגערשאפט, איינער וואס טיילט אן אידאלאגיע מיט אנדערע, שעפט פארגעניגן ווען דער פירער פון זיין קאאליציע ווערט דערהויבן. ער קוקט ארויס אז דער פארטיי'ס כבוד זאל ווערן דערהויבן און אנערקענט בעיני כל.

נאך ווי אויב האט ער כאטש געטון דאס מינימאלסטע און ארויסגעגאנגען שטימען. און נאך מער אויב האט ער איבערצייגט עטליכע פריינד מיטצושטיין מיט זיין קאמף פאר זיין אידאלאגיע, דאן ווערט דאס באצייכנט ווי זיין פערזענליכע געווינס.

און ווען דאס פאסירט שפירט ער ביי זיך ווי ער זעלבסט איז געווארן גרויס דורך די גאנצע מצב וואס שפילט זיך אפ. ער שפירט זיך ווי ער אליינס זאל ווען כאילו באקומען די גרויס כבוד און רום וואס זיין העלד באקומט. דעם פירערס כבוד איז זיין אייגענע, און זיין הצלחה געהערט פאר אים. א געווינס פאר די פארטיי איז זיין געווינס, און זייער דורכפאל איז ווי א פערזענליכער פארלוסט.


---
שוין דריי שעה וואס ער שטייט אויף די פיס. שוין דריי שעה וואס ער קוקט ארויס ווען די מעמד וועט זיך שוין אנהייבן. נאך עטליכע וואכן פון צוגרייטונגען, נאך לאנגע חדשים פון פלאנירונגען, אומצאליגע אסיפות צווישן אלע מאכערס, עסקנים און אנדרייער זענען פארגעקומען אין די לעצטע שטיק צייט. אינטענסיווע הכנות זענען געמאכט געווארן צו פארזיכערן אז דער זעלטענער מעמד זאל געקרוינט ווערן מיט סוקסעס. הונדערטער צעטלעך געקלעבט, ריזיגע הערליך קאלירטע פלאקאטן געהאנגען געווארן, און אט האלט מען שוין דא. ענדליך קען ער שוין אנהייבן ווירקליך מיטהאלטן די געשעהניש זעלבסט.

שוין מער ווי איין נאכט וואס ער קען קוים צומאכן אן אויג פון גרויס ערווארטונג. שוין אויספרובירט אלע סארטן שפאקטיוון ער זאל האבן אן אויסגעצייכנטע בליק אויף די זעלטן רייכער ציבור. שוין אלע קינדער אנגעטוען שבת'דיג. זיך גרייט געמאכט מיט א שיינע פאר שעה פריער אז ווי נאר די זאל טויערן ווערן געעפענט זאל ער זיין פון די גליקליכע וואס קענען כאפן א אויסגעצייכנטע זיץ ארט צו קענען אלעס זעהן און מיטהאלטן מהחל ועד כלה.

ענדליך ענדליך מען האלט שוין דא, ווען פלוצלונג הערט מען א קול רעש מבחוץ. דער רבי קומט שוין. א ספאנטאנער הילכיגער געזאנג שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער דער גאנצער ציבור ווערט פול מיט עקסטאז, די געפילן הייבן זיך ווי די כוואליעס אין א שטורעם. און אט זעהט מען שוין דעם רבי'נס גבאי'ס גבאי'ס הויז בחור שפאצירט אריין מיטן רוקן אויסגעדרייט צום עולם. דער טאטע אונזערער הייבט אויף זיין קליינער יענקי אויף די אקסלען און שרייט אים אריין אין די אויער קוק! קוק גוט, וועסט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, עס וועט דיר בלייבן איינגעקריצט לעולמי עד…

מען האלט שוין נאכן מעמד. "די באסעס קיין פישפיק לאדאני פארט ארויס פון די רעכטע זייט און די באסעס קיין הודו נאנאש פארן ארויס פון מזרח זייט"... שרייעט אויס דער הויפט עסקן מיט זיין באסאווער שטימע. "אלע טאטעס וואס האבן פארלוירן זייערע קינדער און אלע קינדער וואס האבן פארלוירן זייער טאטעס זאלן קומען צו די מוזיק" רופט אויס דער זינגער מיט זיין הייזעריגער שטימע. און דער עולם צושפרייט זיך גוטמוטיג היטענדיג אויף די גדרי הצניעות וואס זענען זארגפעלטיג דערמאנט געווארן דורכ'ן הויכהילכער עטליכע מאל.

אונזער ידיד מאכט זיך באקוועם אויפן באס צוזאמען מיט זיינע מידע קינדערלעך, און דרייט זיך אויס צו זיין שכן מיט א ברייטער שמייכל. נו האסט הנאה געהאט? פרעגט ער אים. הא, עס איז געווען א ריזיגער עולם. איא, עפעס נישט סתם. האסט געזעהן ווען די רבי'ס מחותן איז אנגעקומען ווי שיין עס איז געווען דער מחול לצדיקים? עס איז געווען עפעס אויסער געווענליך. אזא ריזן ציבור קע"ה. ווער וואלט זיך געגלייבט מיט א צוויי צענדליג יאר צוריק אז מיר וועלן דא שטיין אינעם היינטיגן טאג מיט אזא ריזן ציבור למעלה מן המשוער.

שטעלט זיך ווידער אמאל די פראגע. וואס האט דאס מיט דיר? (אוודאי איך רעד נישט פון די געהויבענע געפילן וואס א חסיד שפירט ביי זיין רבי. און רוחניות מיט וואס ער שעפט זיך אן בשעת וויילן בחצר הקודש. -- איך רעד נאר פון די זייטיגע שטותים – אזוי צו זאגן) וואס האט דער גרויסער כבוד וואס דער רבי איז זוכה נאך לאנגע יארן פון האראוואניע מיט דיר קליינער חסיד וואס איז קוים זוכה צו האבן א פריוואטער שמועס מיטן רבין ווען דו גייסט אריין מיט א קוויטל, וואס האט דער גאנצער טאראראם מיט דיר פשוט'ער בעה''ב וואס קומט זיך דערקוויקן פאר א שעה צוויי בחצרות אלוקינו?


---
נאר דער תירוץ איז פשוט. איינער וואס געהערט צו א מקום וואו ער שפירט אז פון דארטן שעפט ער זיין חיות, פון דארטן ווערט ער נאנטער צום אויבערשטן; איינער וואס געהערט אין א רוחניות'דיגער מקום וואו ער זעטיגט זיך אן זיין דארשטיגער נשמה מיט אביסל העכערקייט וואס דער מנהיג גיסט אריין אין די וואס זענען וויליג צו הערן את דבר השם; איינער וואס געהערט צו א געוויסע קערפערשאפט וויל זעהן די הצלחה פון די ''זאך''. ער וויל זעהן ווי די ''מצב'' איז גרויס. ער וויל זעהן ווי אלעס בליעט און וואקסט. און ווען ער שפירט ביי זיך אז די ''זאך'' איז געלונגען שפירט ער ביי זיך א צופרידענקייט. א הנאה פנימיות. וואס איז שווער צו מסביר זיין.

און אודאי אויב זאל ער זיין פון די אקטיווע אנדרייער'ס און עסקנים, אויב איז ער געווען פון די עסקנים וואס האבן געהארעוועט טעג או נעכט פאר די הצלחה פון די זאך איז עס זיין פערזענליכע געווינס. אפגעזעהן צו איינער אנערקענט אפילו וויפיל ער האט אינוועסטירט.


---
שבועות אינדערפרי זענען מיר אלע געשטאנען אין ביהמ''ד. נאך א קנאקעדיגער דאווענען מיט דערהויבענקייט ווי עס פאסט זיך פאר אזא געוואלדיגער יום טוב, מיט די טלית אויפן קאפ אראפגעצויגן א קליין ביסל אויפן שטערן, מיט פארטערטע אויגן, מיט א הויכע שטימע, און א הארץ אנגעפילט מיט א טיפע דערהויבענקייט, האבן מיר אלע אויסגעשריגן די הייליגע דיבורים וואס רבי מאיר ש''ץ האט מתקן געווען צו זאגן פאר די עשרת הדברות, די ווערטער וואס שרייען ארויס מיט טיפע בענקשאפט געפילן דער געוואלדיגער שטאנד וואס מיר וועלן אלע זוכה זיין אין יענע מינוטן.

די אזוי ארויסגעקוקטע שעה אויף וואס מיר אלע ווארטן אזוי שטארק. די מינוט אויף וואס די גאנצע בריאה האט ארויסגעקוקט. די מינוט וואס אלע אידן אין אלע דורות זענען געגאנגען אין פייער און אין וואסער נאר נישט אפצולייקענען די עקזיסטענץ פון אט די מינוט. פון אט דער טאג. אידן און אלע דורות האבן פארגאסן טייכן טרערן אז זיי זאלן זוכה זיין מיטצולעבן אט דער געהויבענער מאמענט.

און ענדליך האלטן מיר שוין דא. עס איז אנגעקומען די מינוט ווען עס ווערט אראפגעשיינט א לעכטיגקייט אויף דער וועלט. די אמונה צושפרייט זיך איבעראל. וואו מען קוקט נאר זעהט מען די התגלות השכינה, עס איז נישט דא מער קיין ספיקות, נישט דא מער קיין וואקלענישן, נישט דא מער קיין צומישטקייט, נישט דא מער קיין גייסטישע פארלוירענקייט. אלעס שרייעט ארויס ה' אחד ושמו אחד. מען זעהט באשיינפערליך דאס ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים. פון איבעראל שפראצן ארויס די נדחים וואס קערן זיך צוריק צו די פליגל פו די שכינה מיט א גאנצער הארץ. טאטעס בעטן זיך איבער מיט די קינדער, זיידעס מיט אייניקלעך, ברודער און שוועסטער טרעפן זיך ווידעראמאל מיט ריינע הערצער.

און דאן קומט אן די מינוט פון וואס ר' מאיר ש''ץ רעדט. דער הייליגער באשעפער נעמט צוזאם גאנץ כלל ישראל און הייבט אן באצאלן שכר פאר די אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר די שכינה. פאר די אלע געהויבענע אידן וואס האבן מצליח געווען איבער צו קליגן דער מלך זקן וכסיל וואס האט שוין אינצווישן באקומען זיין עונש. די אלע ערליכע אידן וואס האבן געריסן פון זיך שטיקער פאר כבוד השם. די אלע אידן וואס האבן נישט מסיח דעת געווען קיין רגע פון זייער תכלית דא אונטן און האבן ערפילט זייער שליחות בשלימות און יעצט איז געקומען די צייט פאר תשלומין.

און אני הקטן שטייט דארטן אין די זייט. יא, פון מיר פארגעסט מען אויך נישט... אוודאי וועט מען מיר אויך באצאלן אויף די אלע מאלן וואס איך האב זיך מתגבר געווען אויף מיינע פריוואטע נסיונות. די אלע צייטן וואס איך האב זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט נישט דורכצופאלן מיט עבירות, די אלע נעכט וואס איך האב זיך אנגעשטרענגט זיך צו האלטן צו א פשוטע סעיף אין שולחן ערוך, די אלע פעלער ווען איך האב זיך צוריק געהאלטן פון קוקן א ראיה אסורה, דאס אלעס וערט נישט פארלוירן. און איך וועל יעצט אויך זוכה זיין צו מיין ערליך פארדינטן שכר.

אוודאי וועל איך נישט באקומען וואס די גרויסע צדיקים באקומען. אוודאי וועל איך נישט קענען זיצן אויף די גין גאלדענע שטולן ביים טיש און עסן פון די לויתן. אבער איך וועל אויך אריינגעלאזט ווערן אינעווייניג, איך וועל מיך קענען צוקוקן פון די זייט ווי די צדיקים זענען זיך משתשע מיט די זיו השכינה, ווי משה רבינו זאגט סודות התורה. איך וועל אויך האבן אן השגה לויט וויפיל איך האב אינוועסטירט פריער. איך וועל אויך הערן דאס הימלישער געזאנג ארויסשפראצן פון דאס פידעלע פון דוד מלך ישראל. איך וועל הנאה האבן פון די זייט פון אט די געהויבענע מאמענטן.

טראכט איך אזוי צו מיר. וואס האט דאס אלעס מיט מיר, וואס האב איך מיט דער גאנצער געשעפט דא, אז איך בין סייווי נישט קיין חלק פון זיי? וואס האב איך פון שטיין אין די זייט און צוקוקן ווי יענער נעמט אפ זיין פארדינטן שכר?

אבער ניין מיין קינד. פריי זיך פריי זיך, דאס גאצע וואס דו זעהסט דא איז דיר צו פארדאנקען. דו האסט צוגעהאלפן צושטאנד ברענגען די געוואלדיגע מינוט. דיין קליינע אנשטרענגונג, דיין קליינע התגברות איז געוען די מכה בפטיש וואס האט דאס אלעס גורם געווען. דיין מלחמת היצר וואס דו האסט מצליח געווען אפצוהאלטן א שטוינענדע זיג. אט דאס האט געברענגט די עדנגילטיגע זיג פאר די כוחות הקדושה זיך אויסצושפרייטן איבער די גארער וועלט, דאס איז געווען די לעצטע שטיינדל אינעם גרויסן בנין בית המקדש וואס אלע צדיקים הקודמים האבן אזוי שווער געארבעט דאס אנצוגרייטן. דיין קליינע טאט פון מסירות נפש אין אזא חושך'דיג דור איז געווען דער לעצטער שטופ איבערצוקערן דאס וואגשאהל אויף די ריכטיגע זייט.

יא מיין קינד, די שמחה איז דיינ'ס! דו האסט אינוועסטירט. יא, דו האסט געארבעט. יא, דו האסט עס נענטער געברענגט, און דו האסט א חלק אין די גרויסע שמחה וואס שפילט זיך אצינד אפ אין אלע עולמות.

פריי זיך מיין קינד פריי זיך. טאנץ מיין קינד טאנץ. טאנץ מיט, עס איז דיר ווערד. איינער וואס האט אינוועסטירט שעפט נחת פון זיין הצלחה. דאס איז ''דיין '' הצלחה מיין קינד. דאס איז 'דיין' שלימות, דו ביסט דער עסקן פון אט די מעמד!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג יולי 23, 2017 2:31 pm

זעהט אויס א רייכע ארטיקל מלא תוכן עלמיר עס אי"ה רואיג דורכליינען

יישר כח פארן באררייכערן די לאמטערנע מיט אזא אויסנאמע ארטיקל. מיר ווארטן אויף נאך...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 23, 2017 2:36 pm

יוסל דאס איז א גאלדענע משל און נמשל .
א הערליכע פעדער'ל ב"ה. גאר שטארק הנאה געהאט .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

יודיש הארץ
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 12:06 pm

תגובהדורך יודיש הארץ » זונטאג יולי 23, 2017 2:41 pm

א גרויסן יישר כח יאסעלע פאר דיין געוואלדיגע שרייב ארבעט, ארויסגעברענגט א נקודה וואס שטערט פאר אזוי פיל טיפערהייט אין זייער הארץ בשעת אזעלכע הויכע מצבים און דאס גלייכן ווען מ'שטייט אזוי איינער אליינס און מ'טראכט און פילט און.... אזוי שיין ארויסגעברענגט מיט אזא קלוגשאפט מיט די משלים פון פארדעם. א גרויסן יישר כח! ביטע שרייב נאך!!!

יודיש הארץ
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 12:06 pm

תגובהדורך יודיש הארץ » זונטאג יולי 23, 2017 2:42 pm

איך מיין אז דו ביזט א שטארקייט פאר טיפע טראכטער'ס און בעלי הרגשים וועלכע די נקודות איז פון זייערע שטערקסטע שוועריגקייטן ביי אזעלכע פעלער

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג יולי 23, 2017 3:15 pm

געוואלדיג שטארק הנאה געהאט פון דיין מהלך וואס דו האסט גענומען כדי דו זאלסט ארויסברענגן די מעסעדזש מיט די פולסטער מאס פאוער, ביסט געקימען צוביסלעך צוביסלעך ביז דו ביסט אנגעקומען צום עיקר נקודה, ממילה איז עס געווען אגאנצען צייט אינטערסאנט נישט וויסענדיג פינקטלעך צו וואס דו צילסט...

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג יולי 23, 2017 3:28 pm

א ריזן שכח פאר אלע קאמפלימענטן.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג יולי 23, 2017 4:45 pm

אמעזינג! יעדעס ווארט אמת און וואר, ונזכה ונחי' ונראה במהרה דידן
עץ חיים הוא למחזיקים בה


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט