עדיטאריעל - לאמטערנע #2

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

עדיטאריעל - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ווען מענטשן ווערן פארוואנדלט אין אויטאמאטן איז א פראבלעם.

דער מענטש, דער לעצטער באשעפעניש אין מעשה בראשית, אבער דער 'בחיר היצירה' דער אויסדערוועלטער בריאה וואס געוועלטיגט און שטייט פיל העכער פון די גאנצע בריאה.

די מעלה פונעם אדם מער ווי די בהמה איז מיט זיין כח הבחירה. אנדערש ווי די פילע טויזנטער ברואים אויף די ים און יבשה וואס ווערן געפירט בלויז פון זייערע אינערליכע אינסטינקטן וואס דער יוצר הכל האט אין זיי אריין געלייגט ביי זייער באשאף און זיי האבן נישט קיין אייגענע מיינונג אדער ווילן, איז אבער דער מענטש אנדערש ווי זיי אין דעם פונקט.

דאס גדלות פונעם מענטש איז טאקע דאס אז ער ער גייט נאך זיינע אייגענע געפילן און רצוניות. ער האט די כח און מאכט אראפ צו שטעלן וואס גיי איך טון און ווי אזוי וועל איך פירן מיין סדר החיים.

דער מענטש קען טון טוב און רע. ער קען אויסקלייבן צווישן שלעכט, גוט און נאך בעסער. דער דומם צומח און זאגאר דער חי האבן נישט די מעגליכקייט. קיין שכל, קיין מחשבה אדער געפילן.

דער מענטש איז אבער פארוואנדלט געווארן אין א געוויסע מאס, גאר א גרויסע מידה, אין א ראבאט. מענטשליכע ראבאטן פארפילן די שטעט און גאסן איבער דער וועלט. שוין אנגעהויבן פון געציילטע גענעראציעס נאך אדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה וואס האט נאך איבערגעגעבן פאר זיינע קינדער און קינד'ס קינדער דעם ריכטיגן מהלך החיים, א טיפערן בליק אויפן לעבן, איז דאס אבער גאנץ שנעל פארשווינדן אין תהום אריין, און אן אויבנאויפדיגער בליק, אן אויבערפלעכליכער אימחשבה'דיגער צוגאנג האט איבערגענומען דאס מענטשליך לעבן אין אלגעמיין.

ווי דער גדול החוקרים רבינו בחיי פונדעמאנטירט אין די יסודות פון זיין פענעמאנאלן ווערק 'חובות הלבבות' וואס איז געשטעלט אויפציוועקן דעם שלאפנדיגן מענטש ער זאל אנהייבן נוצן זיין שכל און מחשבה, גייט מחשבה,עמקות, ביינעזאם מיט אמונה בשם. די צוויי זענען צוזאמענגעבינדן בקשר אמיץ וואס מען קען נישט אפשיידן.

אז א מענטש שלאפט נישט, נאר קוקט זיך ארום אין די וואונדערליכע יצירה וואס נעמט אונז ארום, די פרעכטיגע יקום וואס נעמט אריין פון אונזער קליין וועלטל מיט אלס וואס איז אין איר ביז די פילע אומצאליגע ריזן עולמות לאין שיעור וערוך, אז מען נוצט אפילו א קליין ביסל די געטליכע מתנה מיט וואס נאר דער אדם איז באשאנקען געווארן, איז נישט מעגליך נישט צי דינען דעם אייביגן ג-ט.

די געפילן פון הכרת הטוב וואס נעמען ארום דעם מענטש אויף יעדע נשימה ונשימה זענען אומבאגרייפליך; אבער פארשטענדליך נאר ווען מען עפנט דעם קאפ און מען קוקט זיך ארום אויף די בריאה.

אברהם אוהבי, אברהם אונזער שטאם פאטער האט אויסגענוצט זיינע מענטשליכע אייגנשאפטן אין קאנטראסט צו די ארומיגע פון זיין דור וואס זענען געזינקן אין כפירה.

דער באשעפער האט אויסגעקליבן אברהם מיט זיינע קינדער און אייניקלעך פאר זיינע קינדער, זיין פאלק, צוליב וואס ער האט איבערגעגעבן פאר יוצאי חלציו ווייטער די ריכטיגע שטאנד פונעם מענטש, די ריכטיגע וועג צו נוצן די שכל און בחירה צוצוקומען צום ריכטיגן הכרה אין איינציגן ג-ט און אין רעזולטאט אים דינען מיטן גאנצן הארץ בלב שלם. כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך השם.

די וועלט אין אלגעמיין, דער ברייטער גאס, איז געפאלן אין דעם הינזיכט פילע שטאפלען דורכאויס די לעצטע הונדערטע יארן.

כפירה, א גענצליכע אפלייקענען אין סיי וועלכע העכערע גייסטישע פירערשאפט ווערט פראקטיצירט און ארויסגעהויבן דורך די אזוי גערופענע חכמים און וויסנשאפטלער און דער המון עם וואס גייט אין זייערע פוסטריט אן נוצן דעם שכל מער ווי א שיבוש.

אבער מיר אידן זענען אלעמאל געווען אנדערש, העכער און בעסער. אוטאמאטיזם איז שלעכט אין פיזישע פראקטיצירונג פון טאג טעגליכן מהלך החיים, אין אויספירן די מאטריאליסטישע באשעפטיגונגען, און פיל מער אין גייסטישן זין ווי מחשבה און געפיל איז דער הויפט פונדאמענט און אונטערליגנדער גרונד פאר א לעבן פון רוחניות, א העכער לעבן לויט ווי די תורה פארלאנגט פון אונז.

דער געטליכער שליח, דער נביא ישעיה האט שוין זיך אפגערעדט און געשטראפט דאס פאלק מיט זיינע שארפע באקאנטע רייד '..ותהי יראתם אותי מצות אנשים מלומדה' זייער פארכטן זיך פון מיר איז געווארן א געוואוינטער באפעל, אן אטאמאטישע פראקטיצירונג.

אן אומזעהבארער פארנדיגער פאסיק דרייט זיך ארום די היימישע גאסן אנגעהויבן פון זייגער זיבן אינדערפרי. יעדע עטליכע מינוט כאפט זיך א צווייטער ארויף. אריין אין מקוה, א קאווע, א שמועס'ל, טלית, תפילין, א שחרית א תיקון פאר א יארצייט און אזוי ווייטער בהמשך אחד דער גאנצער טאג…

אז מען נעמט כאטש די עטליכע מינוט און מען שטעלט אפ די עסקעילעטאר, מען טאנצט אראפ פון פאסיק און מען שטעלט זיך אפ טראכטן צוויי מינוט מיט א קלארן בליק; בין איך טאקע אויף די באן וואס פירט קיין ווארשע אדער גאר אויף דער פארקערטער ריכטונג, צי פירט טאקע דער מהלך אויף וועלכע איך גיי צום ציהל ווי איך וויל אנקומען אדער דארף איך צולייגן נאך א באשטאנדטייל צום רעצעפט. צי מעגליך גאר טוישן א גרויסער טייל פון מיין סדר החיים.

יעצט אין די זומער טעג איז די צייט פון אויפבליה און באנייאונג. די גאנצע בריאה באקומט אן התחדשות, לעבעדיגע קאלירן נעמען איבער דעם האריזאנט און ליכטיגע זון שטראלן נעמען איין די באגרינטע פעלדער.

ווען מען גייט ארויס אויף וואקאציע, צי אויף די קעטסקיל בערג צי סיי וואו אימער, איז א זמן המאושר צו אראפ שטעלן א פוס, אפשטעלן דאס געלויף פאר עטליכע מינוטן מיט א שארט-סטאפ, און איינפאך זיך אראפ שטעלן טראכטן.

ווען מען זיצט אויף די אויסגעבעטע פאטעלן אונטער די זון אין די פרישע לופט עפענען זיך אביסל די מח צעלן, א פרישע ווינטל נעמט איבער דאס פלאץ פון די פאר'עיפוש'טע דאמף וואס פארפילט די שטאטישע גאסן און א רואיגע גייסט נעמט איבער דעם מענטש מיט די מעגליכקייט צו נוצן די מחשבה אויף א מער פראדוקטיווע וועג.

א קאר אן א שאפער איז ל"ע אויפן וועג צום תהום. און וואס אויב דער שאפער שלאפט איין?.. און אויב איז ער נאר פארטראכט פאר עטליכע מינוט אן האלטן קאפ אויף דאס רעדל?..

א מענטש אין אלגעמיין און א איד ספעציעל, איז אין א באלדיגע סכנה אויב פירט ער זיין מאשין אן א שאפער ביים רעדל.

ווי דער באקאנטער משל פון הייליגן רמח"ל איבער דער מענטש וואס שפאצירט ביים ברעג פון שטורעמישן ים און איז נישט באוואוסטזיניג איבער דאס אזוי מסוכנ'דיג ארט ווי ער שטעלט יעצט זיינע טריט, דער מענטש איז אין א באלדיגע געפאר אריין צו פאלן אין וואסער און ווערן פארשוועמט ל"ע.

נאכלויפן דאס שטענדיג ציקל פון עסן שלאפן ארבעטן אפילו אויב אלס איד ווערן אריין געשטעלט אין ציקל נאך עטליכע באשטאנדטיילן ווי דאווענען און לערנען, איז א געפאר פון ווערן פארשוועמט אין די ברויזנדע וואסערן וואס פארפלייצן דעם עולם הגשם.


***

אין דער יעצטיגער זמן פון באנייאונג און אויפבלי, אין דער צייט וואס אידן פארברענגען יעדער אויף זיין שטייגער נעמענדיג וואקאציע פון דער גאנץ יעריגער הו הא, איז 'לאמטערנע' ווידער אמאל דא יעצט שוין צום צווייטן מאל, מיט אן אויסגאבע, פאר די לאנגע זומער טעג און זונטאגס.

דאסמאל גאנץ אנדערש פון די פריערדיגע, א חידוש אין יצירה. א הערליכע ארבעט מעשי ידי חברינו היקירים די לאמטערנע רעדאקטארן און שטאב מיטגלידער.

דער הערליכער דזשורנאל, אנגעפילט מיט רייכע השקפה שמועסן פון מורינו רבי אביגדור מיללער זצ"ל, רייכע ארטיקלען פון אונזערע חבירים אין עטליכע וויכטיגע נושאים, ידיעות און וויסנשאפט אין וועלטליכע היסטאריע, אינטערסאנטע טיילן פון די אידישע תורה'דיגע היסטאריע, פיקציע הומאר און נאך, אנטשפרעכט אייך צי האלטן געשפאנט און ברענגט ארויף דעם ניווא פון לאמטערנע ווערק אויף א גאר הויכן קאליבאר.


בברכת א געזונטן זומער,

וועלוול סופר
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א פיינע שריפט. שטארק הנאה געהאט!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איינגעברענגט די ריכטיגע מאוד פארן זומער, ס'רואיג, ס'זוניג, לאנגע טעג, מ'דארף זיך אראנעמען אביסל צייט צו "טראכטען", אפשטעלן דעם שטענדיגן געלויף.

יישר כח פאר די הערליכע עדיטאריעל!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מונאוויטש האט געשריבן:א פיינע שריפט. שטארק הנאה געהאט!


גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שעפעלע קען גיין קאמפעטישען מיט די פאפולערסטע שריפט שטעלערס ביים היימישן עולם.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א יישר כח פאר מונאוויטש, נאשכל, נודה און אויסגערעכנט פאר די קאמפלימענטן. ס'געט די ריכטיגע שטופ צו גייןן ווייטער
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הערליכע עדיטאריעל, שטארק הנאה געהאט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”