פראהיבישן אין די פאראייניגטע שטאטן - לאמטערנע #2

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

פראהיבישן אין די פאראייניגטע שטאטן - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ווען וויין האט זיך געגאסן אין די גאסן… דורך שטייפע רעגירונג אגענטן. ווען א לעק ברוינפן איז געווען צו באקומען בלויז אין א פארשווארצטן קעלער צוויי שטאק אונטער דער ערד… ווען מען האט באצאלט פאר א פלעשל וויסקי פון א שוואכע קוואליטעט א מאיאנטעק מיט געלד… באקענט אייך מיט 'פראהיבישאן'.


א היבש באקאנטע תקופה אין אמעריקאנער היסטאריע, מיט פיל אומבאקאנטע דעטאלן און גאר אינטערסאנטע פאקטן און פאסירונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט ארום די סענזאציאנאלע געזעץ.


ליינט דא איבער די איינציגע אמענדמענט אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע וואס איז געווארן צוריק געדרייט - דורך א צווייטע אמענדמענט, איבער די ריזן שמוגלעריי אינדוסטריע וואס האט דאן פארפלייצט די אמעריקאנער שטעט מיט א מאסיווע שווארצע מארק אונטער די נעזער פון די פעדעראלע אגענטורן, פאר'סם'טע ברוינפן'ס וואס האט פריצייטיג פארשניטן דאס לעבן פון הונדערטער אמעריקאנער בירגער, און נאך.



* * *


עס איז געווען אזוי פרי ווי דורכאויס די זיבעצן הונדערט יארן, ווען עס האבן זיך געיאוועט ארום דעם גאנצן גלאבוס, און בפרט אין די פארגעשריטענע נייע אמעריקאנע קאנטינענט די 'טעמפערענס' שטיצער.

טעמפערענס (TEMPERANCE) איז א באוועגונג פארמירט דורך די 'פארגעשריטענע' אין יענע תקופה, באזירט אין גרעסטן טייל אויף רעליגיעזע אנשויאנגען פון די פראטעסטאנטן וואס זענען געווען גאר א גרויסער פראצענט פון די באפעלקערונג אין די דרום שטאטן און אין אלגעמיין איבער די גאנצע פאראייניגטע שטאטן.

טעמפערענס נעמט אריין אין זיך פילע גלויבונגען און ציהלן, אבער בעיקר איז דאס געשטעלט אויף איינצוימען און פארמינערן ווי ווייט מעגליך דאס טרינקען אלקאהאלישע געטראנקען.

זיי באטראכטן דאס אנטרינקען זיך ווי אן אלט פארצייטישע ווילדע פירונג פון די אומגעלערנטע פויערן פונעם מיטל אלטער וואס ברענגט נאר שלעכטס און שאדנס, זייעט אן כאאס פארוואנדלענדיג דעם קולטערעלן מענטש אין אן אומקאמפענטאנטע באשעפעניש וואס קען זיך נישט באהערשן איבער אירע שלעכטע געפילן און נאטורליכע נייגונגען און געט ארויס זיינע באהאלטענע געווענדליך איינגעצוימטע אינסטינקטן אויף א שעדליכן וועג, וואס שאפט דאדורך גרויסע שאדנס פאר זיך און פאר זיינע ארומיגע.

פונדאמענטירט אויף מאראלישע באגריפן צוזאמענגעשמאלצן מיט העכערע מיסטישע אנשויאנגען, האט די באוועגונג גאנץ שנעל געשלאגן ווארצלען איבער די וועלט אין אלגעמיין און איבערן לאנד בפרט.

ריזיגע גרופעס פון אירע שארפע אנהענגער האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן פארמירן ארום די שטעט און שטעטלעך פון די ניו ענגלאנד ראיאן (וואס נעמט אריין די צפון מזרח ווינקל פון די פאראייניגטע שטאטן) און אויך אין אנדערע פון די דעמאלט אכט און פערציג שטאטן.

זיי האבן צוגעצויגן צו זיך פארשידענע סארט עלעמענטן. פון שטרענג רעליגיעזע קריסטליכע דאמען פון דרום, וואס האבן געגלויבט אין די אומריכטיגקייט און אומווערדיגקייט פון אנטרינקען זיך ביז שיכרות, ביז אנגעווייטאגטע פרויען און קינדער וואס זענען שוין מיד געווארן פון א טאטע און מאן וואס באווייזט זיך אינדערהיים נישט מער ווי געציילטע שטונדן איבער די נאכט אין די שפעטע פארטאגס שעות נאכן אפהוליען אין די בארס און ׳סאלאאנען׳ מיט צעיושעטע שיכורים די גאנצע נאכט.

פאפוליזם האט געשפילט א גאר גרויסע ראלע אין די דעמאלט׳דיגע אויפוואכונג ווען די אמעריקאנער מענער און פרויען זענען שוין געווען אנגעגעסן פון די מאסשטאבליכע זויפערייען וואס זענען ארויף געשפרינגען אויף א געוואלדיגע פארנעם אין יענע פריע אכצן הונדערט יארן.

פארשידענע מיטלען זענען גענוצט געווארן דורך די טעמפערענס שטיצער צו עררייכן זייערע צילן. אנגעהויבן מיט אויפקלערונגס מאטריאל צו אויפקלערן די מאסן איבער די שעדליכקייט פון ווערן אראפ געבינדן צום ביטערן טראפ און שאפן מיטגלידער וואס זאלן זיך פארפליכטן נישט צו צורירן צו שארפע געטראנקען, ביזן נוצן לעגאלע מאכט, און לייגן פאליטישע דרוק אויף געזעץ געבער אדורכצושטופן געזעצן אין טיילווייזע אדער גענצליכע פארבאט אויפן פארשפרייטונג, אימפארט און באנוץ פון אלקאהאלישע משקאות, טייל מאל איז עס זיי געלונגען ווען אין אנדערע פעלער זענען זיי אדורכגעפאלן מיט זייערע באמיאונגען.

די טעמפערענס באוועגונג זעצט נאך פאר אין א געוויסע מאס ביזן היינטיגן טאג, מיט שטיצער אין פארשידענע געגנטער איבער אמעריקע ווי איבער דער גארער וועלט.


**

די אמעריקאנע טעמפערענס געזעלשאפט - ATS




שוין אין יאר 1826 למספרם האבן די צוויי פאפולערע אקטיוויסטן דער מער פאפולערער איין אין פופציג יעריגער ליימאן ביטשער פון קאנעטיקוט מיט זיין פריינט דאקטאר דזשאסטין עדווארדס אינאיינעם געגרינדעט די ערשטע גוט ארגאניזירטע גרופע וואס האט פארשפרייט און געקעמפט פאר טעמפערענס.


די צוויי זענען געווען קריסטליך פראטעסטאנטישע גייסטליכע פירער און אקטיוויסטן, ביטשער איז אויך געווען אן אפיציעלער ראסיסט וואס האט נישט טאלערירט קיין אפריקאנער-אמעריקאנער.

די אמעריקען טעמפערנעס סאסייעטי (ATS) האט געשטעלט אירע ערשטע פונדאמענטן אין באלטימאר מערילענד. זייענדיג ווי אויבן דערמאנט די ערשטע אפיציעלע גרופע געגרינדעט ספעציעל פאר די טעמפערענס באוועגונג האט זי מיט איר גרינדונג געשאפן היסטאריע און אפיציעל אריין געפירט אמעריקע אין די טעמפערענס עפאכע, אראפ שטעלנדיג טעמפערענס אלס א שוין באשטעטיגטע פאקט.

פון דארטן האט זיך די באוועגונג בליץ שנעל אויסגעשפרייט איבער די גאנצע צפון -ניו ענגלאנד- ראיאן פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען אין בלויזע פינף יאר פון איר עקזיסטענץ האבן זיך שוין געציילט צווישן אירע מעמבער איבער הונדערט און פופציג טויזנט טרייע מיטגלידער וואס האבן זיך אונטערגענומען מער נישט צורירן צו אלקאהאל.

די גרופע האט ווייטער געזעהן גרויס סוקסעס און געוואקסן מיט אן אויסטערלישער שנעלקייט ווען נאך צעהן יאר פון איר גרינדונג האבן זיי אין 1836 געהאט א ריזן צאל פון איבער א מיליאן באטייליגטע אין די סאסייעטי!.

זייערע פונדאמענטן זענען געווען געשטעלט אויף קריסטליך פראטעסטאנטישע ראדיקאליזם, אבער זענען געשטיצט און געהויבן געווארן דורך אן אנגעגעסן פאלק זאט און איבערגעפילט פון דעם פארדארבענעם וויסקי׳דיגן לעבסנשטייגער. די אלקאהאל אינדוסטריע האט געזעהן א ריזן אויפבליה דורכאויס די אכצן צוואנציגער און דרייסיגער יארן, און די ריזן אויפשטייג פון קרעטשמעס און טרינקערייען האט פארפוילט דאס פאמיליע לעבן ביי א גרויס טייל פון פאלק ברענגענדיג דערצו אז זיי זאלן זיך שארף ארויס שטעלן פאר די טעמפערענס באוועגונג.

די אקטיוויטעטן פון די גרופע אין אלגעמיין זענען געווענדליך פארגעקומען אין קלויסטערס ווי די גלחים, בישאפן און סתם היציגע פירער האבן געפרעדיגט דאס שאנדע פון שיכרות און ווי ג-ט גלייכט דאס נישט און וועט באשטראפן דער וואס בינדט זיך צום ביטערן טראפ, און אזוי אריין געכאפט און איבערגערעדט מיליאנען אמעריקאנער זיך צושטעלן און אפנויגן פון אלקאהאלישע משקאות.

מיט די צייט האבן זיך די אקטיוויטעטן פון די גרופע און אירע מיטגלידער געטוישט פון איר אינאנפאנג מער רואיגע צוגאנג פון בלויז פרייוויליג איבער רעדן מענטשן זיך אפצושיידן פונעם ביטערן טראפ צו מער אגרעסיוו מיט קראפט צווינגען דאס פאלק אפצולאזן דאס גלעזעלע וויסקי דורך פארשידענע מיטלען וואס זענען אונטערגעקומען, און בעיקר דורך ארבעטן אויף די רעגירונגס באהערדע איינצושטעלן טיילווייזע אדער זאגאר פולקאמע באגרעניצונגען אויפן האנדל פון אלקאהאלישע משקאות.

די עי טי עס גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג אויף א קליינע פארנעם אין פארשידענע שטעט און שטעטלעך צוזייט איבער די אמעריקאנער שטאטן אין מערסטן טייל דורך גלויביגע פראטעסטאנטן.


דורכאויס די קומענדיגע יארן האבן נאכגעפאלגט אין אירע פוס טריט נאך פארשידענע קלענערע און גרעסערע גרופעס שטופנדיג טעמפערענס אויף א גאר גרויסן פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

אין 1869 ווען עס איז שוין געווען א מער ערנסטע רעדע צו פארבאטן משקה אין אמעריקע האבן טעמפערענס שטיצער געגרינדעט אן אפיציעלע פאליטישע פארטיי אונטערן נאמען 'פראהיבישען פארטי' (PRO). א פארטיי וואס איר אפיציעלע ציהל און מיסיע איז געווען צו אדורכפירן געזעצן און איינשטעלן רעגולאציעס אויף די פארהאסטע באר'ס וואס פארקויפן און פארשפרייטן ברוינפנ'ס און ביר'ס פארן פובליקום.


מערקווירדיג אז די פרא פארטיי גייט נאך אן ביז היינט און איז די עלטסטע פונקציאנירנדע דריטע פארטיי אין אמעריקע.

**

פרויען קריסטליכע טעמפערענס פאראייניגונג - (wCTU)



אין לויף פון די יארן זינט די אויפוואכונג פון די עי טי עס וואס האט געברענגט די טעמפערענס רעוואלוציע צו פאראויסגיין מיט א מעכטיגע אימפעט, האבן פארשידענע פארשוינען און גרופעס למיניהם זיך געאייסערט ארויס צו רייסן און פארבאטן טאטאל דאס באנוץ פון אלקאהאל צום טרינקן.

צווישן די האט זיך געציילט א געוויסער דאקטאר מיטן נאמען לואיס דייעקלעטין. דער דאקטאר לואיס איז געווען א געליטענער פון א טאטן וואס איז געווען צוגעבינדן צום כוסה און מער שיכור ווי ניכטער.

ער פלעג ארום גיין פון שטאט צו שטאט איבער גאנץ אמעריקע פארציילן זיין טרויעריגע געשיכטע, און געבן רעדעס ווי ער האט געפרעדיגט די שעדליכקייט און אומארלישקייט פון טרינקען אלקאהאל און די נויטווענדיגקייט דאס צו פארבאטן און אפשטעלן.

אין א שיינעם טאג האט ער דערגרייכט אין א קליין שטאט אין אהייאו מיטן נאמען הילסבארא.

לואיס האט דארט געשילדערט זיין שוידערליכע פאסירונג ווי זיין מאמע איז בוכשטעבליך צוגרינד געגאנגען אלס א תוצאה פון זיין טאטנס שיכרות און די ליידן וואס ער און זיינע געשוויסטער האבן מיטגעמאכט, און ווי דערנאך האבן זיך א גרופע פרויען אין זיין היימשטעטל צוזאמענגענומען און זיך אנגענומען פאר זייער חבר׳טע [זיין מוטער], ער האט דערציילט ווי זיי זענען דאן ארויס צום באר ווי זיין טאטע פלעג זיך אנטרינקען, זיך אוועקגעשטעלט אין פארנט, און פשוט פארלאנגט אז ער זאל צושפארן זיינע טויערן!..

זיי האבן געהאט ערפאלג אין זייער מיסיע, און דער באר-האלטער האט גאנץ שנעל געמוזט ארויס גיין פון ביזנעס אונטער די גרויס דרוק וואס די שטעל׳שע מענטשן האבן געלייגט אויף אים.

און מיט די הארץ רייסנדע ערציילונג האט ער פרובירט איבער רעדן די הילסבארא'ער איינוואוינער זיך אנצושליסן אין די טעמפערענס און פראהיבישן באוועגונגען און נאכמאכן דעם משל און טאקע אויך גיין פראטעסטירן אנטקעגן די לאקאלע שענק און טרינק הייזער.

אנדערש ווי אין זיינע אומערפאלגרייכע נסיעות ביז אהער, האט ער דא אין הילסבארא צוליב אן אומפארשטענדליכע סיבה אנגעטראפן אן אוזן קושבת ביי די פרויען פון שטאט, און זיי האבן זיך באלד צוזאמענגענומען דעם קומענדיגן טאג אונטער די פירערשאפט פון א געוויסע פרוי וואס האט גענומען אויף זיך די 'הייליגע מיסיע' און מארשירט און דעמאנסטרירט ביי די לאקאלע שענק מיט פראהיבישן לאזונגען און סענטימענטן.

באנדעס אויפגעברויזטע קריסטליכע פרויען זיך צוזאמענגענומען אין פארנט פון די טרינק הייזער און ארויס געגעבן זייער וויי געשריי אויף זייערע מענער וואס זענען צוגעבינדן צום גלעזל משקה מיט אן אויסדריקליכע פארלאנג אז די סאלאאנען זאלן פשוט און פראסט פארמאכן זייערע טויערן.

די קליינע אבער אנטשלאסענע גרופע האט גאנץ שנעל געזעהן א גרויס סוקסעס ווען נאך און נאך דערביטערטע פרויען און קינדער האבן זיך צוגעשטעלט צו זייערע פראטעסטן און דעמאנסטראציעס.

שפירנדיג די אויפברויז פון די אנגעהיצטע מאסן ווי שנעל און גרינג זיי האבן אויפגעטריבן אזא גרויסע פאפולאריטעט האבן זיי גאנץ שנעל פארוואנדלט דאס איין טאגיקע משוגעת פאר אן אפיציעלע מאראל קעמפער גרופע און געגרינדעט א נייע פראקציע אונטערן נאמען ׳וואמען קריסטשיען טעמפערנעס יוניען׳ - אין אידיש ׳פרויען קריסטליכע טעמפערנעס פאראייניגונג׳.

די אומאפיציעלע עפענונג פון די גרופע איז געווען דארט אין הילסבארא אין יאר 1873 באלד נאך די אויבנדערמאנטע רעדע.

אומגעפער א יאר דערויף אין אכצן פיר און זיבעציג, האבן זיי געפייערט די גרינדונג פון די באוועגונג ביי א נאציאנאלע קאנווענשאן אין קליוולאנד אהייאו ווי די פירער האבן דערקלערט די גרופע אלס שטאנדהאפטיג און אז זיי זענען דא צו בלייבן ביזן אויספירן זייער ציהל און אויסראטן פון די גאנצע פאראיניגטע שטאטן די באגריף פון טרינקען אלקאהאלישע געטראנקען. ביז ווי לאנג דאס לעצטע פלעשל וואדקע איז נישט אויסגעגאסן, האבן זיי טריאומפירט, וועלן מיר קעמפן מיט אלע אונזערע קוועלער און קרעפטן.

די 'קריסטליכע פרויען טעמפערנעס פאראייניגונג' איז באשטאנען פון א צוזאמענשטעל פון אלט-גלויביגע קריסטליכע פראטעסטאנטישע און מעדאטיסטישע פרויען וואס האבן געגלויבט אז ג-ט גלייכט נישט ווען מען טרינקט זיך אן ביז שכרות, און האבן גענומען פאר א ציהל דאס אויסצוראטן מיט גוטן אדער בייזן אויסצופירן ג-ט׳ס ווילן און אראפ ברענגען א מאראלישע גייסט צווישן די פארדארבענע פארשוינען, ביינעזאם מיט צעהיצטע פאמיליעס וואס זענען שוין מיד געווארן פון די עביוזער׳ס וואס האבן זיי אויסגעפיניגט נאכן אנטרינקען זיך אין באר ביז לוט׳ס מדרגה.

פון איר עפענונג זענען אירע מיטגלידער און אקטיוויסטן ארום געגאנגען זיך אנעמען פארן בייבל אפשטעלנדיג יעדן וואס האט געוואגט נעמען א גלעזל שארפס אין האנט.

אנדערש ווי זייערע פארגייער די ATS וואס זענען געווען קאנצענטרירט בלויז אויף איבער רעדן ווי מער מענטשן זיך אונטערצונעמען נישט נעמען אין האנט א גלעזל שנאפס, זענען זי געגאנעגן א שטאפל ווייטער מיטן רופן פאר א גענצליכע געזעצליכע פארבאט אויף אלקאהאל, צוערשט בלויז דורך פרידליכע מיטלען און טאקטיקן, און שפעטער מיט קרימינאלע פארברעכערישע אקטיוויטעטן, ארויפצווינגענדיג זייער אמביציע אויף אלס און אלעמען מיט גוטן און אויב נישט מיט בייזן.


פון די מערסט באקאנטע -און ווארשיינליך אויך מערסט מאדנע- פיגורן אין די גרופע האט ארויס געשטארצט א העכסט אינטערסאנטע פיגור, א הויך געוויקסיגע פרוי מיטן נאמען ׳קערי נעשאן׳.

די דאזיגע העכסט מיסטעריעזע קוריאזע פרוי פארדינט זיך לויט יעדן מעסטער א נאבל פרייז אויף משוגעת און מיסטעריע.

נעשאן איז געבוירן אין 1846 צו רעליגיעז פרימיטיווע עלטערן דזשארדזש און מערי קעמפבעל אין א קליין שטעטעלע אין קענטאקי.

נעשאן איז אדורך א גאר שווערע יוגנט וואס האט איבעגעלאזט טיפע צייכענס אויף איר קליין הערצעלע וואס דאס געט אביסל צו פארשטיין איר גאר מאדנע און קוריאזע ביאגראפיע.

איר פאטער, א פעלד ארבעטער פון בארוף, האט זיך פארנומען מיט פארשידענע ערליי ארבעט צו פרובירן אריין ברענגען עטוואס פאר זיין הונגעריגע פאמיליע, אבער אן ערפאלג. זיי האבן זיךגעמוטשעט אין גאר א שווערע ענגשאפט ליידנדיג פון הונגער, פיין און נויט.

ווי דער שטייגער אין יענע צייט ביי פינאנציעל שוואכע פאמיליעס האט נעשאן נישט באקומען קיין ערנסטע עדיוקעישאן, זי האט פארלאזט שולע אין גאר א יונגן עלטער אן די מינימאלסטע לערנונגען.

צו דעם איז נאך צוגעקומען איר מוטער׳ס שוואכקייטן. איר מוטער האט געליטן פון שווערע זעלישע געזונטהייט פראבלעמען וואס האבן איר געקענט אנכאפן צו יעדער צייט. נעשאן האט אלס געדארפט זיין גרייט אויף א פלוצימדיגע אטאקע וואס קען אויסברעכן אין א ליאדע מינוט.

דאס, און נאך מער וואס מיר האבן איבערגעלאזט, פארענטפערט אביסל איר קאלירפולע מיסטישע לעבנס געשיכטע.

איר יאר 1874 האט זי געהייראט איר צווייטער מאן ׳דעיוויד נעשאן׳ א רעספעקטירטער אדוואקאט און דזשורנאליסט, נאך וועם זי האט זיך פון דעמאלט אן גערופן מיטן פאמיליע נאמען נעשאן.

נישט לאנג נאך זייער הייראט האט נעשאן אנגעפאנגען פראפאגאנדירן פאר טעמפערענס און פראבישאן.

זייענדיג א שמייליגע שטרענג אפגעהיטענע קריסטן איז עס פון אלס אן געווען פון אירע פריאריטעטן צו אנטוויקלען אן אלקאהאל פרייע אמעריקע און זאגאר וועלט.

אירע ווירקונגען זענען צוערשט געגאנגען אויף א סטאבילן פארנעם, זי האט געגרינדעט א לאקאלע פראקציע פון די פרויען קריסטליכע ארגאניזאציע, צוזאמען געקליבן מיטגלידער, און אינאיינעם פלעגן זיי ארויס גיין אין פארנט פון די שענק הייזער און פראטעסטירן ביזן הייזעריג ווערן.

באזונדער פלעג די גרופע זינגען פארשידענע הימנעס און לידער פון דאס פאלשקייט און אומאראלישקייט פון די טרינקערס, אנזידלען די קרעטשמע ארבעטער, און נאך ענליכע אקטיוויזם.

וואכן און מאנאטן זענען אדורך, און צו איר באדויער האט זיך נאכנישט אנגעהויבן זעהן דער ענדע פון די אלקאהאל אינדוסטריע טראץ אירע שווערע באמיאונגען. די טרינק הייזער זענען געווען איטליכן נאכט איבערגעפולט ביז איבער די ברעגעס מיט יונגען און מוידן, די ברענערייען האבן געפארעט מיטן פולן קראפט, און די באר-האלטער האבן געשארט גאלד אונטער די מאטראצן פוקט ווי ביז היינט.

פארכמורעט און דערביטערט פון אירע דורכפעלער האט נעשאן זיך דערטראגן צו איר איינציגער רעטונגס מיטל וואס דאס איז געווען איר פארשמייליגטע גלויבן אינעם קריסטנטום.

זי האט געפרעפלט צו ג-ט אז ער זאל איר אנוייזן די ריכטיגע וועג צו נעמען, וועלכע טאקטיקן זענען די פאסיגסטע, און וואו וועט זי זעהן הצלחה. און אירע פאנטאזיעס האבן איר נישט אנטוישט.

אין א פרימארגן האט זיך נעשאן ערוועקט מיט אזא פאסירונג: עס איז שפעט אינמיטן דער נאכט, זי איז פארזונקען אין א טיפן שלאף, ווען זי הערט פלוצים א גייסטליכע שטימע ארויס רעדן צו איר.

די שטימע האט באפוילן די דריי ווערטער: ״גיי צו קיאווע״

און דערנאך, נאך צאפלענדיג פון שרעק, האט זי ווידער געהערט די שטימע ווען זי זאגט: ״איך וועל שטיין ביי דיין זייט״.

די ערשטע באפעל האט זיך געהערט אין א שטילע מיסטישע מורלמנדע טאן, ווידעראום די חיזוק און שטיצע איז שוין געווען אויף א העכערע און מער קלארע קול.

אינגאנצן איבערגענומען און ערוועקט פון אירע חלומות, האט נעשאן זיך יעצט גענומען מיט א פרישע פלייס און אימפעט צו א נייע פארברעכערישע און מאנסטערישע מהלך.

נעמליך, צוויי טאג דערויף איז זי אריין צו א דערנעבנדיגע באר באוואפנט ביז איבער די ציין מיט העק און מעסערס, און נאך אן אויסרוף מיט פאטאס ׳מענער, איך בין אייך געקומען דא ראטעווען פון די פיין פון שכרות׳ האט זי גענומען האקן און צוברעכן אלסדינג וואס איז איר געווען פאר די אויגן; זי האט צוקנאקט די ווענט טישן און בענק און געמאכט זיי צו די ערד גלייך, איבערלאזנדיג נאך זיך חורבן און וויסטעניש האט זי פארלאזט דאס פלאץ מיט א שטרענגע ווארענונג אז אין ג-ט׳ס שליחות קומט נאך, דאס איז נאר דער אנהייב.

און זי האט נישט אנטוישט מיט אירע פארשפרעכונגען. באלד דערויף איז געקומען די רייע אויף צוויי אנדערע שענק דארט אין קיאווע, און פון יענעם טאג אן איז עס געווארן א נארמאלע ערשיינונג אין די מזרח ראיאן פון קענסעס צו זעהן נעשאן ארום גענומען מיט א גרופע פרויען אלע באוואפנט מיט העק און אנדערע כלי משחית באלאגערן א באר און דערנאך אריין שטורעמען און אנזייען פאניק און חורבן; באראבעווען, פלינדערן, איבערדרייען טישן און בענקלעך, און אנווארפן א פחד אויף ווער עס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון קרעטשמע.

איר גרופע האט אנגעזייעט כאאס און חורבן ווי נאר אירע לאנגע לאפעס האבן דערגרייכט; זי איז געווען א שם דבר פאר פארכט און שרעק איבער נישט געשטויגענע פאסירונגען פון שווארצע גייסטער וואס האבן זיך אנגענומען פאר פאנדראק און באשטראפט די ביר זויפער מיט שרעקליכע פייניגונגען.

זייענדיג א רעלאטיוו הויך געוויקסיגע פרוי אומגעפער זעקס פיס הויעך און א בריט געבויטע קערפער מיט פעסטע מוסקלען איז זי געווען ווי געבוירן פאר דער מיסיע.

אירע אקטיוויטעטן האבן אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן ווען זי האט עטליכע מאל אינדערמיט באזוכט פארשידענע טורמעס פאר פילצאליגע באגאנגענע פארברעכנס.

פון די אנדערע זייט איז זי פארוואנדלט געווארן ווי א העלדין ביי געוויסע מיט אירע העראאישע אקטן קעמפנדיג פאר פראהיבישאן און באערט געווארן עטליכע מאל דורך טעמפערענס גרופעס און ארגאניזאציעס.


די actu גרופע איז נאך אפיציעל אקטיוו היינט צוטאגס כאטש זייער קליין און אומבאקאנט און פארנעמט זיך מיט פילע אנדערע טעטיגקייטן און אויפטוען.


**

די ׳אנטי סאלאאן ליגע׳ (ASL)



די דריטע און אויך גרעסטע און מעכטיגסטע פון די דריי גרויסע נאציאנאלע פראהיבישן-טעמפערענס שטיצער גרופעס, איז די ׳אנטי סאלאאן ליגע׳.

אין מאי פון יאר אכצן דריי און ניינציג, קנאפע צוואנציג יאר נאך די גרינדונג און גרויס סוקסעס פון די WCTU, האבן זיך צוזאמענגענומען א גרופע פראהיבישן פארטיידיגער אין אבערלין אהייאו א שטאט אין די סובארבס פון קליוולאנד, און געפארעמט א פרישע ארגעניזאציע אונטער די נאמען ׳אהייאו אנטי סאלאאן ליגע׳ (סאלאאן איז א שענק).

די ארגאניזירער זענען באשטאנען פון די זעלבע טייג ווי די אויבנדערמאנטע גרופע, זיי זענען געווען ביי דער געדאנק אז דאס פאלק פארלירט דאס גלויבן אין קריסטנטום וואס ווייזט זיך דאס מערסטע ארויס מיט די פאקט אז די שענק הייזעק זענען איבערגעפולט ביז איבער די ברעגעס ואס איז לויט זיי געווען אין קאנטראסט פון פרומקייט, רעליגיע און מאראל.

די אהייאו גרופע האט געהאפט און געלייגט פאר זייער ציהל צו פארמינערן דאס באנוץ פון ברוינפן און וואדקע דורך באמיאונגען צו שטרענגער אינפארסירן עקזעסטירנדע אנטי אלקאהאל געזעצן און לייגן דרוק אויף די געזעץ געבער צו איינשטעלן פרישע מער פעסטע פארבאטן אויף די פראדוקציע, פארקויף און באנוץ פון אלקאהאלישע געטראנקען.

די ארגאניזאציע האט פונקט ווי זייער שוועסטער פרויען גרופע אויך געארבעט צו עלימינירן און פארשפארן אונטער שלאס און ריגל די בארס און שענק הייזער, זעהענדיג אין זיי אלס זייער גרעסטע שטער צו אפשטעלן ביים המון עם דאס טרינקען.

ווייניגער ווי א יאר דערויף איז אין וואשינגטאן סטעיט אויך געגרינדעט געווארן אן אנטי סאלאאן ליגע, און קארגע צוויי יאר שפעטער אין יאר 1895 האבן זיך די צוויי גרופעס צוזאמענגעשמאלצן פארמירנדיג איין גרויסע שירעם גרופע די ׳נאציאנאלע אנטי סאלאן ליגע׳.

די עי עס על צוזאמען מיט איר אמאפיציעלע מאמע ארגאניזאציע די פרויען טעמפערענס גרופע האבן ווייטער געארבעט צו פארמינערן די צאל שענק הייזער אין לאנד.

זיי פלעגן נוצן די קירכעס פאר זייער ציהל איינשפאנענדיג די גלחים און בישאפן אין די ארבעט איבער צו רעדן די גלויביגע מאסן זיך אריין צו שטעלן אין זייערע רייען.

פון די אנדערע זייט האבן זיי געארבעט מיט אלע כוחות אויך אויף די פאליטישע פראנט צו אריין שטימען אזעלכע קאנדידאטן וואס שטימען מיט זייער אגענדע וואס וועלן האפנטליך איינפירן לעגיסלאציע צו פארבאטן די באנוץ פון אלקאהאל.

די ליגע האט זיך קיינמאל אריין געמישט אין פארטיי אפיליאציע זיי האבן בעפארצוגט קיין פאליטישע גרופע איבער די אנדערע.

זייער גאנג איז געווען אויב דו שטיצט פראבישן וועט מען דיר אינדארסירן; אויב נישט וועט מען דיר אפשטעלן פאר יעדן פרייז. און זייער ערפאלג האט נישט געשפעטיגט.

אין יאר 1909 זענען געלאפן אין אהייאו צוויי קאנדידאטן אין א גאר נאנטע פארמעסט פאר די גאווערנאר שטוהל.

א דעמאקראט מיטן נאמען דזשאן פעטיסאן האט זיך פארמאסטן מיטן אמטירנדן רעפאבליקאנער קאנדידאט מייראן העריק.

די ASL האט זיך ארויסגעשטעלט שארף אנטקעגן דעם רעפאבליקאנער אינקאנמבענט צוליב זיין שטייפע אנטי פראהיבישן היסטאריע פון נישט אדורכלאזן געזעצן ואס לאקאלע מוניציפאליטעטן האבן פרובירט אדורכפירן אנטקעגן אלקאהאל, און שטארק אינדארסירט דעם דעמאקראט וואס האט טאקע גרינג געווינען די גאווערנאר אמט איבערווייזנדיג נאכאמאל די גרויסע איינפלוס פון די ליגע.

אין לויף פון די יארן זינט די ערשיינונג פון די עי טי עס און דערנאך אירע שוועסטער ארגעניזאציעס האט זיך די באוועגונג אפצושטעלן די באנוץ פון אלקאהאל צוביסלעך צושפרייט איבערן גאנצן לאנד איינעמענדיג די מאסן מיט א אויסטערלישע הצלחה און אויפבויענדיג א מאסיווע לאביאינג קראפט אין וואשינגטאן ווי אין לאקאלע סטעיט און סיטי רעגירונגען און מוניציפאליטעטן.

אין די אנהייב פון די ניינצן הונדערט יארן איז שוין די מיינונג פון גרעסטן טייל לאנד געווען גענוג אויפגעברויזט אנטקעגן די שיכורים 'וואס מאכן חרוב די לאנד', און עס האבן זיך שוין געהערט ערנסטע טענער וואס האבן פארלאנגט א גענצליכע פארבאט-אין ענגליש 'פראהיבישען' אויף אלע אלקאהאלישע געטראנקען איבערן גאנצן לאנד.

צוביסלעך איז אדורכגעפירט געווארן געזעצן אין איין לעגיסלאטור נאך דאס אנדערע, צו אפצוימען דאס פארשפרייטן און באנוץ פון וויין ביר און וואדקע. ווי א יאר שפעטער איז נאך א שטאט ארויף געשפרינגען אויף די פראהיבישן באן און גאווערנארס האבן אונטערגעשריבן געזעצן צום פרייד פון די אמאליגע-טעמפערענס-היינט-פראבישן אקטיוויסטן און ארגאניזאציעס.

א שטיקל אפאזיציע האבן די 'טרוקן' חברה ווי מען האט זיי גערופן אנגעטראפן ביי די קאטאליקן און דייטש אפשטאמיגע אמעריקאנער וואס זענען נישט מיטגעשטאנען מיטן אנטי אלקאהאל שטראם, אבער דאס איז געווען ווייט פון גענוג אפצושטעלן די אינטערנאציאנאלע אויפהייטערונג פון די מאסן.

נידער מיט די טרינק הייזער!! אראפ מיט די בארס!! איז געווען די לאזונג פון די טויזנטער מארשירער און פראטעסטירער.

מיר דארפן מענער אינדערהיים! האבן אנגעווייטאגטע פרויען געשריגן באוויינענדיג זייערע מענער וואס האבן זיך געוואלגערט אויף די גאסן אנגעטרינקענערהייט. מיר דארפן עלטערן! איז געשטאנען מיט גרויסע בוכשטאבן אויף די האנט געשריבענע שילדן וואס נעבעכדיג אויסזעהענדע קינדער האבן געהאלטן אין זייערע דארע הענטעלעך פארלאנגענדיג פון די רעגירונג צוריק אהיים צו ברענגען זייערע טאטעס פון די בארס וואו זיי האבן אפגעזויפט די נעכט …

טאג נאך טאג, מאנאט נאך מאנאט, יאר נאך יאר, האבן די אקטיוויסטן אויפגעהעצט דעם המון עם, און זייער ארבעט האט געשלאגן ווארצלען, עס האבן זיך אנגעזעהן די פרוכט פון זייער ארבעט.

דאס לאנד האט געקאכט ווי א קעסל. יעדעס קינד אין שולע, יעדער פעלד ארבייטער וואס האט געארבעט שווער פון זיבן אינדערפרי ביז אכט אויפדערנאכט, יעדער האט געוואוסט אז מען דארף 'פראהיבישן'. אויף דעם ווארט מען און דאס וועט זיין די הילף און ישועה פאר אלע פראבלעמען.


די פראבישאן היסטאריע וועט אי״ה פארזעצן אין די קומענדיגע לאמטערנע אויסגאבעס.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אה.... שעפעלע.. אזאונס און אזעלעכס, א שאד עס ענדיגט זיך אין מיטן, שוין לאנג נישט געזען א ארטיקל אזוי רייך מיט אינפארמאציע איבער א נושא וואס מיר קענען, אבער ליינענדיג דאס זעט מען וויפיל מען ווייסט נישט, עס איז באמת א קנאק פון א ארטיקל, שכוח פארן שרייבן און שכוח פארן ארבעטן פאר די לאמטערנע, חברה.. איך זאג ענק, לויט ווי איך האב פארשטאנען וואלט אן שעפעלע נישט געווען א לאמטערנע צוויי, מיר קוקן ארויס פאר נאך.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

;l;p-
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

עס דערקענט זיך די שווערע ארבעט וואס איז אריין אינעם ארטיקל. רייך, מסודר און העכסט אינפארמאטיוו.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

נא אבער וואס איז געווארן דארט מיט די מטורפים/ות???????????
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ערשטער טייל פון א פארזעצונג
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ייש"כ שעפעלע

א באקאנטע נושא אראפגעלייגט אזוי געשמאק מיט פיל אינפארמאציע וואס איז מיר געווען אומבאקאנט,

א דאנק אייך פארן נעמען די מי און עס אראפשרייבן להנאתינו.
זוכט איר דוי?
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

דונש האט געשריבן:ייש"כ שעפעלע

א באקאנטע נושא אראפגעלייגט אזוי געשמאק מיט פיל אינפארמאציע וואס איז מיר געווען אומבאקאנט,

א דאנק אייך פארן נעמען די מי און עס אראפשרייבן להנאתינו.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

גא"מ לדברי דונש, געהאט א פארגעניגן צו לייענען
...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”