טאגבוך פון א ניר נדבן (מי מנוחות #10)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

טאגבוך פון א ניר נדבן (מי מנוחות #10)

תגובהדורך הערליך » זונטאג מאי 07, 2017 2:45 pm

מיט א שטארקע שפעטיגונג שטעלן מיר יעצט ארויס דעם טאגבוך פון א ניר נדבן וואס איז ערשינען אין מי מנוחות נומער צען, שבת נחמו תשע"ו לפ"ק
[די בילדער - אריינגערעכנט פון אימעיל אויסטוישן - זענען נישט מיטגעקומען, מען קען דאס ליינען אינעם מי מנוחות אויסגאבע]
בס"ד
ערש״ק תרומה תשע״ו לפ״ק

היינט איז דער טאג וואס בעזרת השי״ת הייבט זיך אן א נייע עפאכע אין מיין לעבן. היינט הייבן מיר אן צו גיין אויף מעדיקעל טעסטס. נישט ווייל איך בין נישט געזונט חלילה, נאר ווייל איך גיי אי"ה אדורכגיין אן אפעראציע צו פרובירן ראטעווען א צווייטן איד׳ס לעבן. א יוד וואס איך האב נישט קיין השגה ווער ער איז, וואו ער באלאנגט, חסיד'יש, ליטוויש, אשכנז'יש, ספרד'יש, תימנ'יש. איך ווייס פונקטליך זערא וועגן דעם מענטש. נאר איין זאך ווייס איך, אז ער איז א איד א שומר תורה ומצות וואס איז ל״ע קראנק אויף די נירן, און דאקטוירים האבן אלע פה אחד געזאגט אז זיין איינציגסטע האפענונג איז, צו טרעפן איינעם וועמענס בלוט איז פונקטליך אייניג צו זיינס, און ער זאל אדורכגיין א נירן טראנספלאנט, און איך בין דער וואס דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן צו זיין דער מגלגלין זכות על ידו.

די מעשה האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק, ווען הרב יואל אשר לאבין האט געשריבן עטליכע ארטיקלן וויאזוי ער איז אדורך דעם פראצעדור, און איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפון. ס'טייטש, אז א איד זאל האבן אזא זכי׳ צו קענען ראטעווען א צווייטנס לעבן?! ער האט מיך בארירט ביז די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ. איבערגענומען האב איך געשיקט דעם אימעיל צו 'אינפאו עט רינועל':
I WOULD LIKE TO BE A DONOR, WHAT IS THE PROCESS TO START?

גייט נישט אדורך קיין פאר מינוט און איך באקום אן אימעיל אויף צוריק פון ר׳ חיים שטיינמעטץ, א איד וואס איז איין שטיק הארץ, וואס פון דעם אימעיל אויסטויש און ווייטער איז ער מיר געשטאנען צו די האנט כאילו ער האט גארנישט עפעס אנדערש אויפן קאפ חוץ מיר:
PLEASE CALL ME AT 718.431.9831 EXTENSION 209 AND WE CAN DISCUSS IT, THANK YOU.


תיכף ומיד האב איך אריינגערופן אין אפיס, און מיט זיין ווארעמע שטומע האט ער מיר בקיצור נמרץ מסביר געווען דעם פראצעדור. די ערשטע זאך האט ער געפרעגט אויב מיין בני בית ווייסן דערפון און זענען פולשטענדיג דערביי, (שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז דאס איז ביי זיי א פריאריטעט, אלעס ווערט געטון מיט א געוואלדיגע אחריות). דערנאך האט ער געוואלט וויסן אויב איך ווייס מיין בלוט טייפ, וואס איך האב נישט געוואוסט. דעם אנדערן טאג האבן מיר באקומען אויף דער פאסט א 'קיט' צו טשעקן די בלוט טייפ, און דערנאך א פארעם אריינצושרייבן גאר אסאך אינפארמאציע, אלע סארט מעדיקל שאלות. מיר האבן צוריקגעשיקט די פארעם און די בלוט טייפ און מער האב איך נישט געהערט פון זיי פאר בערך צוויי יאר.

עטליכע וואכן צוריק, אינמיטן א שווערע טאג ארבעט, און דער סעלפאון דריזלט. ווער רופט?

פונדערהיים.

- האלאו? עס איז וויכטיג אויף יעצט? איך בין זייער פארנומען..

- יא, מען האט מיך גערופן פון 'רינועל', איינער שטיינמעטץ, ער האט מיך געפרעגט אויב ער מעג דיך רופן. ער זאגט אז עס איז דא איינער וואס דארף א ניר און דו ביסט דער צוגעפאסטער קאנדידאט...

- אקעי... און וואס האסטו אים געזאגט?

- איך האב אים געזאגט אז ער דארף דיך פרעגן, אבער פון מיר אויס, אדרבה ואדרבה, ס'איז אונז א זכי׳.

שטיל.....

איך געב א פרעג: דו ווייסט דאך יא אז די אומשטענדן זענען איצט נישט פאסיג?

- טאקע, און ער האט געפרעגט דאס אויך, און איך האב אים אלעס געזאגט. ער זאגט אז ער וועט מיטארבעטן מיט אונז צו מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן דאס מערסטע וואס שייך. מסתמא גייט ער דיך באלד רופן. נו, וואס זאגסטו? גייסט עס אננעמען?

- הער אויס, איך בין נאך אביסל אין שאק, גיב מיר אפאר מינוט זיך מסדר צו זיין אביסל די מחשבות... ביי.

אראפלייגנדיג דעם טעלעפאן טראכט איך צו מיר 'איך דארף מיך ווען באגראבן פאר בושה... אין שטוב האט מען געגעבן צושטימונג אן טראכטן, כאטש ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע צייט, און איך בין אזוי פול מיט ספיקות? דאס מוז זיין מעשה יצר. האבן מיר אפגעמאכט אין הארץ אז יהי' מה שיהי', איך גיי קודם ענטפערן "יא", דערנאך וועט מען זעהן וואס וואו ווען.

און דא בין איך יעצט אין קארנעל שפיטאל אין אן ערב שבת, און מען גייט היינט אנהייבן די ערשטע סעריע טעסטן. די פארגאנגענע טעג האבן מיר געמאכט אסאך ריסוירטש וואס דאס איז, און וואס זענען די אפעקטן, און וואס מען דארף ערווארטן. מיר האבן גערעדט מיט עטליכע גדולי ישראל און מיט עטליכע מעדיקעל עקספערטן, און דיינים וואס פארשטייען צו מעדיקעל ענינים, און דער באשלוס איז געמאכט געווארן פעלזן פעסט, אז אויב קומען צוריק די טעסט רעזולטאטן אז איך בין א פאסיגער קאנדידאט, וועלן מיר דאס טאן בעזר ה׳.

*

אנגעקומען אין קארנעל שפיטאל זענען מיר גאנץ פרי, 7:30, געפארקט ביי די וואלעי פארקינג (אויפן באפעל פון ר׳ חיים שטיינמעטץ, ער זאגט אז ער נעמט קעיר פון אלע קאסטן), און געוואנדן די טריט צום עלעוועיטאר וואס וועט אונז פירן צום אכטן שטאק. ביים עלעוועיטאר טרעף איך אן ר׳ חיים'ן, "וואס טוט איר יעצט דא?" פרעג איך אים. זאגט ער, אז ער מאכט זיכער דא צו זיין כאטש ביי די ערשטע טעסטינגס, ווייל מען דארף ארומלויפן אין שפיטאל א גאנצן טאג פון איין אפטיילונג צום צווייטן, און רוב דאנערס ווערן זייער פארלוירן, דערפאר מאכט ער זיכער מיטצוקומען און אנווייזן וואו צו גיין און וואו צו קומען.

מיר זענען אנגעקומען צום אכטן שטאק ווי די נירן טראנספלאנט אפטיילונג געפינט זיך. מיר האבן אריינגעסיינט, אהין געגעבן א 24 שעה 'יורין קאלעקשן' (דאס איז א געשיכטע פאר זיך... איין טאג בעפאר די ערשטע סעריע טעסטן דארף מען דאס טוהן. מיט דעם טעסט מען די שטארקייט פון די נירן. אויב איין טראפל פעלט, איז דער טעסט אדורכגעפאלן. מען באקומט פון שפיטאל פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי דאס צו טוהן).

דערנאך נעמט מען בלוט. אבער נישט סתם בלוט, נאר צוועלף גרויסע פלעשער! איך האב געפרעגט דעם בלוט נעמער אויב ער לאזט נאך עפעס איבער פאר מיר אויך...

דערנאך זענען מיר אריבער צו דעם טראנספלאנט קאארדינאטאר פאר א מיטינג, וואו מען האט מיר מסביר געווען די גאנצע פראצעדור באריכות. מען האט מיר פארזיכערט אז צו יעדע מינוט קען איך צוריקציען און קיין שום פראגעס וועלן נישט געפרעגט ווערן, אפילו פאר 'רינועל' וועלן זיי נישט זאגן.

דערנאך קומט א מעדיצינישע ראטגעבער און איז מסביר אלע נאכווייען וואס קענען מעגליך נאכפאלגן אזא אפעראציע. מען סטראשעט, מען דערשרעקט, מען טוט אלעס וואס איז נאר מעגליך אז דער דאונער זאל חרטה האבן און אהיימגיין.

דערנאך קומט א פינאנציעלער קאארדינאטאר. וויבאלד מען גייט מאכן אזויפיל טעסטן אויפן מענטש, קען דאך זיין אז מען וועט חלילה טרעפן עפעס א מחלה, דארפן זיי זיכער מאכן אז זיי בלייבן נישט שטעקן מיט א קראנקע מענטש וואס פארמאגט נישט קיין דעקונג (די טראנספלאנט אליינס ווערט געדעקט דורך די אינשורענס פונעם רעסיפיענט). איך האב זיי פארזיכערט אז איך פארמאג ב"ה פיינע העלט אינשורענס, איך האב זיי געוויזן דעם קארטל און מיט דעם האט זיך דאס געענדיגט.

דאן זענען מיר אריבער געגאנגען צו דעם סאושעל ווארקער, א פסיכיאטאר וואס ברויך זיכער מאכן אז דער משוגענער (אזוי קוקן זיי אונז אן) וואס איז גרייט זיך צו לאזן שניידן פאר א פרעמדן מענטש וואס ער הייבט נישט אן צו קענען, טוט דאס נישט פאר געלט, אדער אנדערע נישט ריכטיגע מאטיוון. דער האט מיך צודרייט געמאכט מיט פראגעס ארויף און אראפ, ביז איך האב אים מסביר געווען אז ביי אונז איז א מצוה צו העלפן א צווייטן נישט נאר ווען ס'איז גרינג, נאר ווען ס'איז נאך פארמישט מיט מסירת נפש איז עס פול מער ווערט, דאס האבן זיי פארשטאנען און אנגענומען און מיר געלאזט גיין ווייטער.

ארויסקומענדיג האט מיך אפגעווארט ר׳ חיים מיט אביסל איבערבייס (מען דארף פאסטן פאר די בלוט טעסטס). ער זאגט איך זאל יעצט עסן עפעס, ווייל צוויי שעה בעפאר די סי. טי. סקען טאר מען ווייטער נישט עסן. דערווייל האט ער געפרעגט וואו איך האלט מיט פארציילן פאר משפחה און חברים, איך האב אים געזאגט אז לטובת הענין זאל ״קיינער״ נישט וויסן דערפון ביז איך בין פולשטענדיג צוריק אין די כלים. ער האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט טוהן אלעס אויף דער וועלט אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון. ער האט אויך געפרעגט אויב איך וויל וויסן ווער דער רעסיפיענט איז, אויף וואס איך האב געזאגט "ניין, איך וויל נישט וויסן. איך וויל עס טון פארן אויבערשטנס וועגן, און עס מאכט נישט אויס ביי מיר פון וועלכע חסידות אד״ג דער איד שטאמט."

בשעת'ן שמועסן מיט ר׳ חיים, האט ער עטליכע מאל באטאנט, אז איך זאל וויסן אז יעדע אויסגאבע וואס וועט זיך מאכן לכבוד דעם פראצעדור איז אויפן חשבון פון 'רינועל', און איך זאל נישט קארגן אויף קיין געלט אויב דאס קען גרינגער מאכן אויף סיי וועלכע וועג. ער האט זיך אויסגעדרוקט אז פונקט ווי ביי א ברית קען מען נישט מאכן אז עס זאל נישט וויי טוהן פארן קינד, אבער דאך מאכט מען אלעס ארום מיט א גרויסע שמחה, מען מאכט א סעודת מצוה און מען פריידט זיך אז מען האט די זכי' צו טוהן אזא גרויסע מצוה, די זעלבע זאך איז ביי א נירן טראנספלאנט, 'רינועל' קען נישט מאכן אז די יסורים זאלן אוועקגיין, זיי זענען אבער דא צו מאכן א שיינע ברית... איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ווארט.

דאן האט מיך ר' חיים אראפבאגלייט צו די "טשעסט עקסרעי", "אי. קעי. דזשי.", און די "סי. טי. סקען". ענדליך נאכן אוועקגעבן שעות ביי יעדע מאשין באזונדער האב איך מיך געפונען אויפן וועג אהיים, עס איז שוין געוועהן באלד שבת.

בערך א וואך שפעטער זענען צוריקגעקומען די רעזולטאטן. מען האט מיך גערופן קודם פון שפיטאל און דערנאך פון 'רינועל' אז אלעס זעהט אויס צו זיין אין בעסטן ארדענונג ב"ה, און מען קען צוגיין צו די צווייטע סעריע טעסטן.

**

ערש״ק תצוה

צווייטע סעריע טעסטינג

מיר האבן ספעציעל אויסגערעכנט צו מאכן אלע טעסטס פרייטאג, ווייל מיר האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן זיך דערוויסן דערפון, און פרייטיג איז אויסגעקומען די בעסטע טאג לגבי די ארבעט און לגבי די משפחה און אלעס ארום. דאס גיין אין שפיטאל אן דעם וואס איינער זאל וויסן, און דער געפיל אז מען דארף אכט געבן און האלטן אן אויג ווייל אפשר זעהט מען א היימישן פנים, האט אונז געגעבן אביסל דעם געפיל פון א מענטש וואס איז ל״ע נישט געזונט און פרובירט דאס צו האלטן בסוד ווילנדיג אויסמיידן רחמנות בליקן. די גאנצע צייט איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אז מען דארף דאנקן און לויבן השי״ת אז מען איז געזונט און שטארק. אויב פאר מיר, וויסנדיג אז דאס איז גאר א קורצע זאך פון אפאר וואכן, האט עס געקאסט כוחות הנפש, וואס זאל טוהן א מענטש וואס ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען? ער ווייסט נישט ווען דער גיהנם וועט זיך ענדיגן... מיר קענען זיך נישט פארשטעלן מיטן בעסטן ווילן די ווייטאג וואס די מענטשן גייען אדורך.

דעם פרייטאג גייען מיר אויפן צווייטן שטאק צו מאכן א 'רינאל סקען', מען לייגט אריין געוויסע כעמיקאלן דורך איי. ווי. אין די בלוט, דאס מאכט אז די נירן זאלן ווערן ליכטיג אזוי ווי לעמפ, און דורכדעם קען מען זעהן פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט דורך א ספעציעלע סקענער, א מאדנע מאשין וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען (כאילו די אנדערע מאשינען האב איך יא אמאל געזען... איך בין נאך קיינמאל אין מיין לעבן נישט געווען האספיטאליזירט בעפאר). אנדערש ווי דער "סי. טי. סקען" וואס מען גייט אריין אין דעם מאשין און עס ריקט זיך אהער און אהין מיט מאדנע גערוישן פאר א שעה צייט, רירט זיך נישט דער 'רינאל' מאשין פון ארט און עס מאכט נישט קיין שום גערודער, עס איז שטיל! האבן מיר געכאפט דארט א פיינעם שינת צהרים לכבוד שבת. איך האב מיך נאר דערוועקט ווען דער טעקנישאן האט גערירט דעם אינטערווינעס און עס האט וויי געטוהן. שפעטער האט ער ארויסגעצויגען די אינטערווינעס, איבערלאזנדיג א הערליכע גרויסע געשוואולעכץ אויפן פלאץ, האב איך געהאט נאך עפעס אכטונג צו געבן די קומענדיגע וואכן, אז קיינער זאל נישט באמערקן דעם גאר מערקבארן צייכן וואס איז געבליבן אויף די האנט.

אפגעענדיגט מיט דעם זענען מיר צוריק ארויף צום אכטן שטאק, דארט האט מען נאכאמאל גענומען 12 פלעשער בלוט, ב״ה אז דאס מאל האט מען נישט געדארפט פאסטן בעפאר.


**

דינסטאג ויקרא

מזל טוב! מזל טוב! א אינגעלע

איך געדענק עס ווי עס וואלט היינט פאסירט. איך בין געשטאנען אין ען. וויי. יו. שפיטאל און זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וויאזוי דער אויבערשטער שטעלט אויס אז אלעס זאל פאלן אזוי גענוי אין פלאץ. אויף די אנדערע וואך מאנטאג איז באשטימט געווען דער 'פיינעל קראס מעטש' (זעה שפעטער דערוועגן), דאס מיינט אז איך וועל זיך דארפן געפונען כמעט דעם גאנצן טאג אין שפיטאל, און דא האט די גאנצע צייט אויסגעקוקט אז פונקט יענעם טאג וועל איך מאכן א וואך נאכט... אפשטופן דעם 'פיינעל קראס מעטש' וואלט געקענט מיינען אפצושטופן די אפעראציע, וואס איך ווייס נישט צי דאן וועט נאך זיין פאר וועמען צו געבן דעם ניר...

איך האב געקוקט אויפן זייגער און זיך פארצייכנט דעם פונקטליכן זמן לידה. איך האב זיך שוין געגרייט צו אנרופן ר׳ חיים שטיינמעטץ און זיך אנטשולדיגן אז איך וועל נישט קענען פארברענגען אזויפיל שעות אין שפיטאל אין דעם טאג וואס איך מאך א וואך נאכט... למעשה האב איך באשלאסן אז צוערשט וועל איך אנרופן א מורה הוראה, ווייל עס איז שוין געווען אפאר מינוט נאכן זמן הדלקת הנרות. איך האב אנגערופן א פראמינענטן רב שליט"א אין א שווערע צייט (צווישן מנחה און מעריב), צו מזל האט ער אויפגעהויבן דעם טעלעפאן ביים ערשטן קלונג און גלייך געזאגט אז עס איז נישט קיין שום שאלה, דער ברית וועט פארקומען הערשט מיטוואך, ווייל בשעת לידה איז שוין געווען בין השמשות...

דער אויבערשטער פירט אלעס! דער רגע און סעקונדע זענען געווען אויסגערעכענט פון הימל.

***

מאנטיג צו

מאנטאג איז טאקע געווען דער "פיינעל קראס מעטש", ד.מ. מען מאכט נאכאמאל א בלוט טעסט איבערצוטשעקן צי די בלוט פון ביידע מענטשן שטומען טאקע אויף הונדערט פראצענט. עס האט שוין פאסירט אמאל וואס מען האט געדארפט אפרופן די גאנצע זאך נאך די "פיינעל קראס מעטש". (צו פארשטיין אביסל וואס דאס איז: ווען מען גרייט צו א רעסיפיענט צו באקומען א ניר, לייגט מען אים די לעצטע שטיק צייט אויף שווערע מעדעצינען אראפצוברענגען זיין אימיון-סיסטעם צו די נידריגסטע וואס שייך, ווייל די אימיון סיסטעם איז באשאפן געווארן צו באקעמפן יעדע פרעמדע זאך וואס קומט אריין אינעם קערפער, ממילא דארף מען אראפברענגען דעם אימיון-סיסטעם איידער ער באקומט דעם פרעמדן ניר כדי זיין קערפער זאל דאס נישט אויטאמאטיש צוריקשטויסן. די מעדעצינען וואס מען גיבט, קענען אין זעלטענע פעלער מאכן אז די בלוט זאל טוישן געוויסע חלקים וואס דארפן שטומען ביי ביידע מענטשן, דערפאר ווען מען האלט שוין גאר נאנט צו די אפעראציע נעמט מען ווידעראמאל בלוט פון ביידע און מען קוקט איבער צו די אלע פונקטן וואס דארפן שטומען צווישן דעם דאונער און דעם רעסיפיענט שטימען נאך אלץ).

יענעם טאג זענען מיר אויך אריבער צו די אנדערע בנין וואו עס געפינט זיך דער אפיס פונעם כירורג, דר. דזשאסעף דעל-פיזא, איינער פון די בעסטע אין די אינדוסטרי. ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף אים אין די מעדעצינישע וועלט, האט מען געהויבן ברעמען אויף מיר, "דו ביסט זיכער? וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו אים? אים צו באקומען איז נישט אזא גרינגע זאך." איך שטעל זיך פאר אז 'רינועל' האט פארארבעט מעשים אז איך זאל באקומען די בעסטע כירורג וואס נאר שייך. א גוטער כירורג מאכט גאר אסאך אויס אויפן ערהוילונג, ווי מיר וועלן שפעטער באשרייבן אי״ה.

נאכן אויספילן פאפירן מיט דיסקלעימערס, און היבש ווארטן, האט מען מיך אריינגעלאזט צום כירורג. ער האט מיר געפרעגט אויב איך האב סיי וועלכע פראגע צו אים פערזענליך, און איך האב נישט געהאט, ווייל דער קאארדינאטאר האט אלעס אזוי קלאר געשטעלט אז איך האב נישט געהאט וואס צו פרעגן. ער האט מיר פארציילט אז ער מאכט גאר אסאך אפעראציעס פאר 'רינועל', דערנאך האט ער מיר רעקאמאנדירט צו נעמען וואקאציע פון די ארבייט און נישט הייבן קיין שווערע זאכן (מער פון צען פונט) אויף פיר וואכן. מיט דעם האבן מיר זיך געזעגנט מיט א באגריסונג זיך ווידערצוזעהן אינעם באשטימטן טאג אי"ה.

פון דארט האט מען מיך צוריקגעשיקט צום דריטן שטאק פונעם אנדערן בנין, וואו עס געפונט זיך דער אפעראציע אפטיילונג. און אויסגעשטעלט אלע פאפירן כדי אז אין די טאג פון די אפעראציע אליינס זאל מען נישט דארפן זיין פארנומען דערמיט, און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער טאג.

דינסטאג פרשת צו אויפדערנאכט איז געווען דער וואך נאכט און מיטוואך צו (תענית אסתר) איז געווען דער ברית בשעה טובה ומוצלחת, ווען קיינער פון מיין משפחה אדער גוטע פריינט ווייסן נישט וואס איך גיי אי"ה אדורכגיין אין געציילטע טעג. דער פורים (דאנערשטאג צו) איז אריבער גאר דערהויבן ב"ה.

**

זונטאג שמיני

די ארגעניזאציע 'רינועל' האלט אויף א חשוב'ער אינגערמאן מיטן נאמען ר' אהרן פעדער פון שיכון סקווירא, ער איז באשטימט אויף צוויי זאכן, טעכנישע איינצלהייטן און אויפלעבן דעם מצב ביי די דאונערס. ער גיבט זיך אפ מיטן דאונער די גאנצע צייט, פון ווען מען גייט אריין צום אפעראציע ביז מען איז צוריק אויף די אייגענע פיס. ער איז זייער געטריי, איך קען רעדן פון אים א גאנצע נאכט, ער האט אינזין דעם דאונער ממש מיט אלעס וואס עס פעלט נאר אויס. ווי למשל, שאפן וואלונטירן וואס זאלן גיין באזוכן, אויפפיקן, טראגן, ברענגען. זיך אפגעבן מיט די משפחה. וואספארא סארט הילף דער דאונער זאל נאר דארפן, איז ר' אהרן דא מיט א מורא'דיגע געטריישאפט און שטייט צו הילף מיט דאס גאנצע הארץ און נשמה. מען קען אים געבן א רוף אדער שיקן א טעקסט סיי וועלכע צייט פון טאג, 24 שעה א מעת לעת, און ביז א מינוט ווערן זאכן ערלעדיגט.

זונטאג שמיני אינדערפרי האט ער מיך אנגערופן אויפן טעלעפאן, און איז איבערגעגאנגען מיט מיר אלעס וואס מען דארף וויסן בעפאר די אפעראציע און נאך די אפעראציע, דעטאל נאך דעטאל. די אינפארמאציע וואס ער האט מיר געגעבן האט זייער זייער אסאך ארויסגעהאלפן, עס איז געווען פארשידענע זאכן וואס ווען נישט מיר האבן אים צו דער האנט וואלט עס געווען אסאך אסאך שווערער.

**

מאנטאג שמיני

מיר זענען אויפגעשטאנען גאר פריה, אפגעדאווענט, און געלאפן אין אפיס צו ערלעדיגן די לעצטע צוגרייטונגען בעפאר מיר גייען ארויס פון דארט אויף אזא לאנגע צייט. מיר האבן אויך געגעסן א געהעריגע פרישטאג... דאס איז שוין געווען די לעצטע סעודה בעפאר די אפעראציע, ווייל פון יעצט אנגעהויבן וועט מען עטליכע טעג פאסטן (הגם ביז ביינאכט האט מען נאך געמעגט טרונקן קלארע פליסיגקייטן).

פערטיג געווארן אין אפיס זענען מיר געגאנגען אין אפטייק, איינצוקויפן פארשידענע זאכן וואס ר' אהרן פעדער האט רעקאמענדירט. דאן האבן מיר פארקירט דעם קאר. א חבר האט מיר געהאלפן פלאצירן דעם קאר אין א דרייוו-וועי וואו די קאר וועט קענען בלייבן פארקירט במשך די פאר וואכן וואס מיר וועלן נישט קענען דרייוון.

ווען מיר האבן זיך ענדליך געזען אינדערהיים איז שוין געווען בערך 3 אזייגער נאכמיטאג. עסן האט מען שוין נישט געמעגט, מען האט געדארפט זיין אויף א פליסיגקייט דיעטע (מען מעג נאר טרונקן דורכזיכטיגע זאכן, ווי וואסער, דזשעלאו, טשיקן זופ וואס איז אינגאנצן קלאר אן קיין שום שמוץ א.ד.ג.). איך האב באקומען פון שפיטאל אן אימעיל מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.

בערך 4 אזייגער נאכמיטאג האט מען איינגענומען א פלעשל פון א געוויסע מין געטראנק וואס הייסטMAGNESIUM CITRATE , דאס רייניגט אויס דעם קערפער פון אינעווייניג פון אלע אפפאל, די קושקעס זאלן זיין אינגאנצן ריין. עס איז נישט קיין יסורים, בלויז אומבאקוועם. פון ווען מען נעמט דאס, דארף מען שוין בלייבן אינדערהיים פאר די נאכט, ווייל עס געדויערט אפאר שעה ביז די קערפער ווערט גענצליך אויסגערייניגט. נאכן דאס אויסטרונקן האב איך שוין נישט געקענט ארויסגיין פון הויז, ווייל ממש יעדע 5-10 מינוט האב איך געמוזט לויפן. ב"ה דער טאג איז אדורך רואיג. איך האב אפילו אריינגעכאפט פארשידענע ארבעט וואס איך האב געקענט טוהן פונדערהיים.

פארנאכטס האב איך באקומען א טעלעפאן רוף פון די טיעם וואס גייט טוהן די אנעסטיזשע (איינשלעפונג צום אפעראציע). דער רופער האט זיך פארגעשטעלט פאר מיר, און איז איבערגעגאנגען אלע אינפארמאציע וואס זיי האבן געהאט איבער מיר. ער האט איבערגעפרעגט אויב איך קום טאקע... מיינענדיג צו פרעגן אויב איך האב נישט באקומען קאלטע פיס צו די גאנצע זאך. דערנאך האט ער געשילדערט וואס מען קען ערווארטן ביים אריינקומען אין די אפעראציע אפטיילונג.

ער האט אנגעזאגט צו נעמען א שאוער אינדערפרי בעפאר מען גייט ארויס פון שטוב, און מען זאל נוצן דוקא אנטי-באקטעריע זייף ווי למשל דייעל וכד׳ [ר' אהרן פעדער האט מיר שוין געהאט געזאגט פון פאראויס דאס צו קויפן. וואלט איך דאס נישט געהערט פון ר' אהרן, וואלט איך יעצט ביינאכט געדארפט ארויסגיין דאס איינקויפן, און עס וואלט בכלל נישט געווען בא'טעמ'ט.] ער האט מיר אנגעזאגט נישט צו נוצן קיין שום דיאדערענטס, לאושענס, שעמפו, אדער סיי וועלכע קאנדישאנערס אויף די גאנצע קערפער, בלויז די אנטי-באקטעריע זייף. אויך האט ער זייער שטרענג אנגעזאגט אז פון 12 אזייגער ביינאכט זאל איך אויפהערן טרונקן און מער גארנישט אריין נעמען אין מויל. די לעצטע זאך האט ער אנגעזאגט צו זיין אין שפיטאל פונקטליך 6 אזייגער פארטאגס.

איך האב מיך גראדע געגרייט צו זיין דארט אביסל פריער, 5:30, ווייל מיט די מאנהעטענער טרעפיק איז אייביג בעסער צו זיין גרייט פריער.

ר׳ אהרן פעדער האט מיך אנגערופן פרעגן וויפיל אזייגער איך וויל ארויספארן, ווייל ער שטעלט צו א קאר וואס זאל מיך אהינפירן. הערנדיג זייער פארלאנג צו זיין דארט אויף 6:00 האט ער געזאגט אז לכאורה גיי איך זיין די ערשטע אפעראציע פונעם טאג ווייל עס איז זייער פריה.

איך בין געגאנגען שלאפן פריה, און דער רבש״ע האט געהאלפן אז אנדערש ווי ערווארטעט האב איך ב"ה געהאט א פיינע רואיגע געשמאקע נאכט. איך קען נאך אלץ נישט פארשטיין וויאזוי איך בין געווען אזוי רואיג... זעהט אויס אז דער אויבערשטער שיקט פאר א מענטש ספעציעלע כוחות דורכצוגיין אזא זאך. ס'איז טאקע געווען ממש בולט אז מן השמים ווערט אלעס געפירט, אזוי פונקטליך איז אלעס געפאלן אין פלאץ, די ווייב איז געווען מסודר, די קינדער זענען געווען מסודר, אלעס ארום און ארום איז געפאלן פונקטליך אין פלאץ, אזוי אז אויסער די ביסל יסורים וואס איך האב געדארפט געבן, און די ביסל אומבאקוועמליכקייטן, זענען אלע אנדערע זאכן געווען על צד היותר טוב, סיי פיזיש און סיי עמאציאנאל.

**

דינסטאג שמיני - יום שנכפל בו כי טוב

4:00 פארטאגס האט געקלינגען דער וועקער זייגער, צו מיין וואונדער האט מיר גענומען א וויילע זיך אויפצואוועקן... דאס מיינט אז איך בין ב״ה פיין געשלאפן. איך האב זיך שנעל צוגעגרייט אריינצופארן, און געטון אלעס וואס מען האט אנגעזאגט פון שפיטאל (פארשטייט זיך אז א קאווע וואלט גארנישט שלעכט געוועהן... אבער מען טאר דאך נישט).

4:55 דריזלט מיין סעלפאון, ס'איז אריינגעקומען א טעקסט מעסעדזש פון דעם אינגערמאן וואס ר׳ אהרן האט געשיקט מיך אפצופירן צום שפיטאל. איך האב גענומען דעם קליינעם רענצל וואס איז שוין געוועהן געפאקט פון פריער, און מיין טלית און תפילין, ויסעו.

ביים אנקניפן א שמועס מיטן דרייווער שטעלט זיך ארויס אז ער איז אליינס א געוועזענער דאונער. (אזוי איז געווען כסדר, 'רינועל' האט אלץ זיכער געמאכט אז מען איז ארומגענומען מיט געוועזענע דאונערס. ווען אימער מען דארף עפעס אדער מען וויל עפעס פרעגן, שיקן זיי געוועזענע דאונערס, דאס העלפט שטארק ארויס פאר די עמאציאנאלע חלק. דאס מיינט אז אויסער אלע גרויסע זאכן וואס 'רינועל' שטעלט צו, לייגן זיי באזונדער צו קאפ אויף אזעלכע קלייניגקייטן וואו מען קען אלץ גרינגער מאכן פארן דאונער).

אויפן וועג צום שפיטאל האט מיר יענער פארציילט פון זיין ערפארונג וואס ער איז אדורך. ער האט זיך געוואונדערט אויפן פאקט אז איך פאר אליינס, האב איך אים פארציילט אז מיין אידענע איז א קימפעטארין, און קיינער פון מיין משפחה ווייסט נישט פון די אפעראציע. 5:30 זענען מיר אנגעקומען אין קארנעל שפיטאל.

איך שפאציר אריין אין דעם פוסט ליידיגן שפיטאל קארידאר, און עס איז מיר געווען מאדנע אז דאס פלאץ וואס ווירבלט אינמיטן טאג ווי א בינען נעסט איז יעצט טויט שטיל, אויסער מיר איז קיינער נישט דארט געווען. דער זיכערהייט וועכטער האט געבעטן מיין איי.די.

ביז יענע מינוט האט קיין נברא נישט געוואוסט פון די גאנצע זאך (אויסער די געציילטע וואס זענען געוועהן פארמישט דערין), און איך האב זייער שטארק געוואלט אז אויך דער רעסיפיענט זאל נישט וויסן ווער איך בין. (איך ווייס דאך נישט ווער יענער איז, איז אויב וועט די אינפארמאציע ארויסרינען פון יענעמס משפחה און אנקומען צו מיין משפחה קען דאס אנמאכן גרויס עגמת נפש. און בעיקר האב איך נישט געוואלט אז איינער זאל שפירן אז ער איז מיר שולדיג זיין לעבן... עס איז אזא מין אינטערסאנטע געפיל וואס איך ווייס נישט געהעריג וויאזוי צו באהאנדלן). דערפאר איז געווען דער פלאן אז דער רעסיפיענט זאל אנקומען א שעה נאך מיר, אזוי ארום וועלן מיר זיך נישט טרעפן. אויך די ערהוילונגס שטובער נאך די אפעראציע זענען געווען אין צוויי באזונדערע בנינים פונעם שפיטאל.

איך גיי ארויס פון דעם עלעוועיטאר אויפן דריטן שטאק, און שפאציר אראפ די גאנצע קארידאר ביזן קליינעם ווארטזאל פון די אפעראציעס. איך גיין אריין אינעם ווארטזאל, און קיינער איז נישט דארטן, אויסער איין היימישע משפחה... א מיטליעריגע פארפאלק מיט זייער זוהן א אינגערמאן. איך זעה אז ר' חיים שטיינמעטץ זיצט נעבן זיי, און עס איז מיר גוט געווארן...

איך בין צוגעלאפן צום דעסק און שנעל געזאגט שטילערהייט ווער איך בין און מען האט מיך תיכף אריינגעלאזט אינעווייניג און געגעבן א שטוב. ר' חיים שטיינמעטץ האט ווייטער געשמועסט מיט די אנוועזנדע אידן כאילו ער האט נישט קיין אנונג ווער איך בין... ער האט מיך גענצליך איגנארירט, נישט געקוקט אויף מיר קיין רגע, נישט געבלינקט מיט די אויגן, כאילו איך וואלט געווען א פרעמדער מענטש וואס ער זעהט איצט צום ערשטן מאל.

(שפעטער האט מיר דער רעסיפיענט דערציילט אז ער איז נישט געשלאפן די גאנצע נאכט, וויסנדיג אז זיין לעבן איז אנגעוואנדן אין די הצלחה פונעם מארגענדיגן טאג. ער האט זיך שוין ארויסגעלאזט צום שפיטאל 3:00 פארטאגס ציטערנדיג אז עס גייט זיין טרעפיק און ער וועט חלילה נישט אנקומען אין צייט, און אלע נאכפאלגן וואס קומען דערמיט. ער איז שוין געזעצן אין שפיטאל פון ארום 3:30-4:00 און געווארט. ווען ר' חיים איז אנגעקומען 5:30 מיך אפצואווארטן האט ער שוין געטראפן דארט דעם רעסיפיענט. ר' חיים האט שוין גארנישט געקענט טוהן, האט ער זיך אראפגעזעצט ווארטן און שמועסן מיט יענעם, און ער האט פרובירט צו מאנעוורירן אז יענער זאל מיך נישט באמערקן.)

איך ווייס נישט אויב דער רעסיפיענט האט מיך למעשה באמערקט אדער נישט, ווייל מען האט מיך תיכף אריינגעפירט אין א שטוב. אפאר מינוט שפעטער איז ר' חיים אריינגעקומען צו מיר און זיך אנטשולדיגט אויף דעם וואס ער האט מיך אזוי איגנארירט, זאגענדיג "פארשטייסט מסתמא פארוואס".

ר' חיים האט מיר געזאגט אז יעצט איז די צייט צו דאווענען, ווייל אין א שעה ארום הייבט מען אן די צוגרייטונגען צו די אפעראציע, און נאך די אפעראציע האט מען נישט קיין כח צו דאווענען. איך האב מיך טאקע געשטעלט דאווענען. וואס זאל איך ענק זאגען? איך געדענק נישט ווען איך האב אמאל געהאט אזא מין דאווענען... עס איז טאקע געווען ביחידות, אבער דאס דערהויבנקייט וואס איך האב דאן געשפירט איז געווען הפלא ופלא, איך האב נישט געהעריג די ווערטער דאס ארויסצוברענגען.

נאכן דאווענען האב איך צוזאמגעלייגט די טלית ותפילין און דאס אריינגעלייגט אין מיין קליינע רענצל. מען האט מיר געברענגט א ספעציעלע האלטער אריינצושטעלן דערין מיינע פערזענליכע זאכן, ווי אויך ספעציעלע לעיבלס מיט מיין נאמען און געבורטס-דאטום איך זאל דאס קענען ארויפלייגן אויף אלע מיינע זאכן. איך האב מיך איבערגעטוהן צו די שפיטאל קליידער און מען האט מיר אוועקגענומען אלע פריוואטע חפצים.

יעצט האט מען זיך געזעצט ווארטן. וואס ווארט מען יעצט? מען ווארט אז דער כירורג פונעם רעסיפיענט זאל אנקומען. די אפעראציע פונעם רעסיפיענט פאנגט זיך אן בערך א שעה שפעטער ווי פונעם דאונער, ווייל קודם הייבט מען אן די אפעראציע אויפן דאונער, מען נעמט ארויס די ניר, און הערשט דערנאך אפערירט מען דעם רעסיפיענט און מען לייגט עס אריין. דער געזעץ זאגט אבער אז מען טאר נישט אנהייבן די אפעראציע אויפן דאונער בעפאר סיי דער רעסיפיענט און סיי זיין כירורג געפונען זיך אין די שפיטאל געביידע (כדי עס זאל זיך נישט מאכן א טרעפיק אדער עקסידענט ח"ו וואס וועט גורם זיין אז דער כירורג אדער דער רעסיפיענט וועלן נישט זיין גרייט פונקט אין די צייט וואס דער ניר איז גרייט איבערגעפלאנצט צו ווערן). דערפאר כאטש מיין כירורג איז שוין גרייט געווען, האב איך געמוזט ווארטן ביז דער אנדערער כירורג איז אנגעקומען.

עס האט נישט געדויערט לאנג ביז דער אנדערער כירורג איז אנגעקומען, ער האט געשיקט א מעסעדזש פארן קאארדינאטאר אז ער איז דא, און "ויסעו", מען קען פאראויסגיין.

מען האט מיך ארום גענומען מיט א ווארימע דאכענע, וואס ווערט כסדר איבערגעווארעמט אין א ספעציעלן אויוון, ווי נאר איין דאכענע קילט זיך אויס ברענגט מען גלייך א צווייטע, ווייל אין די אפעראציע צימער איז שטארק קאלט, ממש ווי אין א פרידזשידער (צוליב באקטעריע אדער אנדערע זאכן), און ווילאנג מען גרייט צו דעם מענטש און מען שלעפט אים איין איז געפערליך קאלט, עס קלאפט ממש א צאן צו צאן (אן קיין גוזמא!), דערפאר דעקן זיי איבער מיט ווארימע דאכענעס, מען זאל זיך קענען אביסל דערווארימען אין דעם קאלטן פרידזשידער שטוב.

מיר האבן זיך אראפגעלייגט אויפן אפעראציע טישל... 6-7 מענטשן זענען געשטאנען ארום. מען האט אריינגעלייגט אינטערווינעס אין ביידע הענט, איינס פאר בעקאפ אין פאל דאס אנדערע ווערט פארשטאפט. צוויי מענטשן האבן געשטאכן ביידע הענט אויף איינמאל, און דאס איז די לעצטע זאך וואס איך געדענק.

די נעקסטע זאך וואס איך געדענק איז, אז איך האב מיך אויפגעוועקט שוין אין די רעקאווערי רום. איך געדענק אז איך האב מיך געוואונדערט וואס דא איז פארגעגאנגען... איך האב נישט געדענקט אז איך בין איינגעשלאפן און דא וועק איך מיך אויף... די זאכן פאסירן זייער פלוצלינג, מען געדענקט גארנישט.

איך האב געפרעגט די זייגער פון איינע פון די עטליכע פנימ'ער וואס זענען געשטאנען ארום מיר און מיך באטראכט, עס איז געווען צווישן 10 און 11 אזייגער אינדערפרי. דאס מיינט אז די גאנצע אפעראציע האט נישט גענומען מער ווי אנדערטהאלבן אדער צוויי שעה (מען האט מיר פארדעם געזאגט אז עס געדויערט ארום פיר-פינף שעה, און פון וויפיל איך האב געליינט און געהערט פון אנדערע דאונערס, נעמט עס טאקע אזויפיל). שפעטער האט מיר ר׳ חיים שטיינמעטץ געזאגט אז דער כירורג איז א שטארקע מומחה, ער האט אויסטערלישע גוטע הענט און מאכט עס גאר שנעל (די נאכווייען זענען אויך געווען זייער מינימאל, ווייל ער מאכט נישט קיין איבריגע ריר וואס מען מוז נישט. און יעצט שרייבנדיג די שורות דערקענען זיך שוין כמעט נישט די סימנים).

ביים זיך אויפוועקן האב איך געשפירט גאנץ פיין. איך האב טאקע געשפירט א שטיקל ווייטאג אין די בויך, אבער עס איז נישט געווען קיין געפערליכע יסורים. ביי מיינע פיס האב איך געהאט אזעלכע 'ווייברעיטארס' וואס האבן דאס מאסאזשירט צו פארמיידן בלוט קלאטס. איך האב געבעטן אביסל וואסער צו טרינקן, האבן זיי מיר געברענגט אייז. איך בין געווען טרוקן ווי א פעפער... איך האב זיך ארומגעקוקט און געזען אסאך מענטשן ארום מיר. איך ווייס נישט פונקטליך וואס יעדער האט געדארפט צו טוהן, איך ווייס אבער אז זיי זענען אלע דארט געווען פאר מיינעטוועגן.

אביסל שפעטער איז מען מיר געקומען דערציילן אז די אפעראציע פונעם רעסיפיענט איז אויך געגאנגען גוט און דער ניר ארבעט ב"ה! מען האט מיר געגעבן אןincentive spirometer (א ספעציעלע כלי מיט שטרייכן און א קליינע באלי) אריינצואטעמען דערין, צו זעהן ווי שטארק מיין אטעם איז. אין אנהייב איז מיין אטעם נאך געווען גאר שוואך, איך האב נישט געהאט קיין כח אריינצוציען א געהעריגע אטעם, האט מען מיר געהייסן מאכן עקסערסייז מיט דעם כלי, איך האב געדארפט יעדע פאר מינוט נאכאמאל אריינציען לופט דערמיט און פרובירן אויפהייבן דעם קליינעם באלי ווי העכער. צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צוריקבאקומען דעם געהעריגן אטעם.

דאן זענען די יסורים אנגעקומען, האב איך געבעטן פעין קילערס און איך בין צוריק פארגאנגען אין א שלאף.

אפאר שעה דערויף בין איך אריבערגעפירט געווארן צו א פריוואטע שטוב, אבער נישט סתם א שטוב, נאר ווי א גאנצער מחותן... 'קארנעל' פארמאגט עטליכע בנינים מיט צימערן, עס איז דא די אלגעמיינע געביידע וואו זיי האבן די פשוט'ע שטובער, צוויי פאציענטן פער שטוב וכדומה, דאן האבן זיי אין אן אנדערע געביידע אויף א העכערע שטאק VIP שטובער, טייערע אהערגעשטעלטע פריוואטע שטובער, מסתמא פאר מענטשן וואס האבן געלט און קענען זיך דאס ערלויבן. דאונערס לייגט מען אריין אין יענע אפטיילונג, א שטילערע פלאץ וואו עס דרייען זיך נישט צופיל מענטשן. מען באקומט מער פריוואטע אויפמערקזאמקייט, א שענערע שטוב, און אזוי ווייטער.

איך האב באקומען די שענסטע שטוב פון יענע שטאק. דער שטוב שטעקט זיך ארויס פון די געביידע און גייט רינדיג ווי א U. עס איז פול מיט פענסטערס פון אלע זייטן, אזוי אז איך האב געהאט א 360 דעגרי אויסקוק פון ביידע זייטן פון מאנהעטן, דער ים, און די סקייליין. ס'איז נאר פארהאן איין אזא שטוב אויף יעדע שטאק. עס איז א ריזיגע שטוב, גענצליך פריוואט, מיט פריוואטע עיר קאנדישאן און סטיעם וואס איך האב געקענט אליינס אנשטעלן. אלס א האטעל צימער אין מאנהעטן וואלט אזאנס אפגעקאסט מסתמא טויזענט דאלער א נאכט.



נאך א קורצע דרימל איז ר' חיים שטיינמעטץ מיך געקומען באזוכן צו זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. ער האט מיטגעברענגט א גאנצע פעקל מתנה'לעך פון 'רינועל', ער האט אויסגעפאקט דערפון א הערליכע ראוב מיט די סימבאל פון 'רינועל' אריינגענייט, אויך א האנטוך מיטן זעלבן סימבאל, א באמפער סטיקער מיט די ווערטער I'm a proud living kidney donor"", א "הייסע קאמפרעס" וואס מען שטעקט איין אין די וואנט און עס ווערט ווארעם, מען לייגט עס אויפן פלאץ וואס מען שפירט יסורים און עס פארלייכטערט די יסורים, א סירדשיקל בעלט (בראָך גארטל), און נאך פארשידענע זאכן, אין צוגאב צו געשמאקע קיכעלעך מיט דענישעס. ער האט מיר אויך געברענגט א גרוס פונעם רעסיפיענט, און געלאזט וויסן אז דער רעסיפיענט דרייט איבער די שטאט מיך צו קענען טרעפן און פערזענליך באדאנקן. ר' חיים האט אים געזאגט אז צו אלעם ערשטן דארפן זיך ביידע ערהוילן און דערנאך וועט מען זעהן וואס ווייטער. מיר האט ער פארזיכערט אז עס ווענדט זיך אין מיר אויב אזא באגעגעניש זאל פארקומען אדער נישט.

שפעטער אין טאג האט מען מיר געהייסן אראפגיין פון בעט און שפאצירן אינעם קארידאר. אין אנהייב איז דאס געווען זייער שווער, איך האב געדארפט הילף ביים זיך אויפהייבן און אראפזעצן, אבער מען האט מיר געזאגט אז ווי מער מען שפאצירט נאך די אפעראציע אלץ בעסער איז עס. די סיבה דערצו איז, ווייל בשעת די אפעראציע פילט מען אן דעם קערפער מיט א געוויסע גאז וואס זאל דאס האלטן אויפגעבלאזן, און די גאז וואס בלייבט אינעווייניג נאך די אפעראציע איז גורם שטארקע יסורים (די יסורים פון די גאז זענען אזוי שטארק אז זיי מאכן פארגעסן די יסורים פון די עצם אפעראציע), און ווי מער מען שפאצירט ארום אלץ שנעלער גייט דאס ארויס.

דאן זענען אנגעקומען צוויי פרויען פון סאטמאר ביקור חולים, זיי האבן געפרעגט אויב איך בין דער היינטיגער דאונער. ווען איך האב דאס באשטעטיגט, האבן זיי אראפגעשטעלט א גרויסע פעקל עסן. עס האט געהאט מיין נאמען און שטוב נומער דערויף, זעהט אויס אז איינער האט דאס אינזינען געהאט. דאס איז געווען אזא גרויסע פעקל אז אפילו אין נארמאלע אומשטענדן וואלט איך נישט געקענט אויפעסן דאס גאנצע, כל שכן אין מיין יעצטיגע מצב וואס דער מאגען איז מיר געווען ווי פארהאקט. איך האב עס נישט געעפנט און קוים געקענט קוקן דערויף... עס האט מיר אבער זייער געשמעקט אז ערגעץ וואו האט מיך איינער אינזין געהאט מיט עסנווארג.

שפעטער איז געקומען ר' אהרן פעדער, ער האט מיר געהאלפן ארומשפאצירן און מיר צוגעוויזן וויאזוי צו גיין. ער האט זיך היבש אפגעגעבן מיט די נורסעס, גערעדט מיט זיי און אנגעזאגט פארשידענס. צווישן אנדערע זאכן האט ער זיך אינטערסירט ביי זיי וועלכע פעין קילערס מען גיבט מיר, ווייל ער ווייסט פון ערפארונג וועלכע פעין קילערס זענען גוט פאר דאונערס און וועלכע נישט (מען קען זאגען אז אין דעם הינזיכט פארשטייט ער בעסער ווי די נורסעס). ער איז געווען ביי מיר גאנץ לאנג.

אין יענעם פולן טאג זענען מיר אויך געקומען באזוכן אנדערע געוועזענע דאונערס איינער נאכן אנדערן, צווישן זיי ר' יואל אשר לאבין.

צוויי יאר צוריק ווען איך האב געשיקט דעם ערשטן אימעיל פאר 'רינועל' און געמאכט די ערשטע בלוט טעסטס, האב איך געשיקט דעם פאלגנדן אימעיל פאר ר' יואל אשר:



ער האט צוריקגעשריבן אז ווען עס ווערט נאנטער דער טאג זאל איך אים איינמעלדן, ווייל ער וויל זיין מיט מיר און מיר געבן פארשידענע אנווייזונגען. וכך הוה.



אפאר טעג בעפאר די אפעראציע האב איך אים טאקע געשיקט אן אימעיל מודיע צו זיין ווען עס איז געפלאנט. "ויהי היום" און ער איז דא! עס איז מיר געווען זייער איינגענעם צו שמועסן מיט אים, בפרט אז ער איז געווען דער וואס האט מיך אומדירעקט אנגעווארעמט צו דעם שריט.

ר' יואל אשר לאבין איז אויך געגאנגען באזוכן דעם רעסיפיענט, און יענער האט אים געבעטן ער זאל צוריקקומען צו מיר און מיך פרובירן איבעררעדן איך זאל מסכים זיין זיך צו טרעפן מיט אים, ווייל ער וויל זיך זייער שטארק טרעפן מיט מיר.

ר׳ יואל אשר איז טאקע צוריקגעקומען צו מיר, מיר האבן פארברענגט נאך אביסל, און ער האט מיר אנגעהויבן מסביר זיין וואספארא געוואלדיגע זאך דאס איז פארן רעסיפיענט אז ער באקענט זיך מיטן דאונער, און אז אויב דער רעסיפיענט קען זיך לכל הפחות באדאנקן פערזענליך פארן דאונער מאכט דאס אים שוין גרינגער אויפן הארצן. עס איז אים געלונגען מיך איבערצורעדן דערצו, א חלק צוליב זיין הסבר, און א חלק אויס רעספעקט פאר ר' יואל אשר.

שוין דעם אנדערן טאג האט ער מיר גע'אימעיל'ט אז דער רעסיפיענט האלט אים אין איין רופן ווען מען קען שוין מאכן די באגעגעניש:


איך האב אים געזאגט אז אויף מיין וועג ארויס פון שפיטאל, וועל איך מיך אי"ה אפשטעלן ביי דעם איד.

**

מיטוואך שמיני - א טאג נאך די אפעראציע

ווי נאר ר' יואל אשר לאבין האט איבערגעגעבן פארן רעסיפיענט אז איך בין מסכים זיך צו טרעפן און זיך באקענען מיט אים, האט מען אנגעהויבן קלאפן אויף מיין טיר. קודם זענען ארויפגעקומען עטליכע פון זיינע פארהייראטע קינדער, זיהן און איידעמער, בשליחות פון זייער טאטען. זיי האבן מיר אנגעהויבן מסביר זיין וואס זייער טאטע האט מיטגעמאכט במשך די לעצטע זיבן יאר, אז אלע דאקטורים, מעדעצינען און מאשינען האבן גארנישט געקענט העלפן. און יעצט, נישט נאר וואס די טעסטס ווייזן אזא שטארקע פארבעסערונג, נאר פאקטיש ״שפירט״ ער שוין אזוי סאך בעסער, ער האלט אין איין זאגען ״איך האב שוין נישט געשפירט אזוי גוט פאר איבער זיבן יאר!״

זיי האבן ממש נישט געקענט אויפהערן מיך צו דאנקן, זיי האבן נישט געקענט געהעריג קומען צום ווארט, אסאך טרערן איז דארט געגאנגען... זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי זיך אויסצודרוקן ביים מסביר זיין וואספארא גרויסע זאך איך האב געטוהן.

איך האב בכלל נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן, האב איך זיי געלאזט רעדן. איך האב זיי נאר געפרעגט וויאזוי זייער טאטע שפירט, און צום סוף האב איך זיי געזאגט אז מען דארף דאנקן דעם רבש״ע, נישט מיך, ווייל איך וואלט עס סיי ווי געטון, און אויב נישט פאר זייער טאטען וואלט דאס געווען פאר א צווייטן. דער אויבערשטער האט אזוי געפירט אז מיין ניר זאל אנקומען צו אים. (ווי געשמועסט, איז די הויפט סיבה פארוואס איך האב מיך נישט געוואלט באקענען מיט יענעם, טאקע געווען ווייל איך ווייס נישט וויאזוי מען עסט דאס... אבער אז ער האט אזוי שטארק געבעטן האב איך מסכים געווען. אלנפאלס, דער חלק איז אן עבודה פאר זיך, איך וואלט מיך געדארפט מער צוגרייטן דערצו פון פאראויס).

עס איז געווען גאר עמאציאנאל צו זעהן ערוואקסענע מענטשן – מען רעדט דא פון פארהייראטע קינדער וואס האבן שוין אליינס שטובער מיט קינדער – אזוי עמאציאנאל און איבערגענומען פון דעם מצב. איך ווער געווענליך נישט גרינג איבערגענומען, און אין מיין גאנצע ערוואקסענע לעבן האב איך מסתמא נישט פארלאזט אזוי פיל טרערן ווי יענע פאר טעג... ווייזט אויס אז אזא מין סצענע מאכט די טרערן קומען פון זיך אליינס אן קיין קאנטראל.

אויך זענען געקומען אנדערע משפחה מיטגלידער פונעם רעסיפיענט. איך האב געזען אז דער מענטש פארמאגט א ווארעמע פאמיליע און איז אן ארויפגעקוקטער באליבטער מענטש. איך האב געהערט אז ער איז א איד א נגיד, א גרויסער בעל צדקה, א בנן של קדושים, און זיינע חשוב'ע איידעלע קינדער זענען בדרך כלל כלי קודש, ווי מען רופט דאס "תורה וגדולה במקום אחד". איך געדענק מיך טראכטן: "אז דער אויבערשטער שיקט א מחלה ל"ע אויף א מענטש, קען מען זיך נישט ארויסדרייען דערפון מיט משפחה, געלט אדער כבוד." ווי שטארק דארף א מענטש דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן אז ער איז געזונט און שטארק אויף אלע רמ״ח אברים ושס״ה גידים!

עס האט זיך געטוהן ביי מיר א געקומעכץ און געגייעכץ א גאנצן טאג... עס האט מיר אויסגעקוקט ווי יעדע מענטש וואס איז געקומען באזוכן דעם רעסיפיענט, האט ער געהייסן אויך ארויפגיין צו מיר, אדער האבן די באזוכער אליינס געפרעגט ווער דער דאונער איז, און זיי האבן פארלאנגט מיך צו זעהן. (און הערשט בין איך געווען אין אן אנדערע געביידע, ווי אויבנדערמאנט, בכלל נישט נאנט צו יענעמס שטוב. ביי געוויסע שפיטעלער לייגן זיי דעם דאונער און רעסיפיענט אינעם זעלבן אפטיילונג, און מען קען צומאל אויסקומען ממש אין דעם דערנעבנדיגן צימער, אין אזא פאל אויב וויל מען פארמיידן א צוזאמטרעף צווישן די משפחות דארף מען דאס ספעציעל אראנדזשירן, צום ביישפיל קען מען פארלאנגען פונעם שפיטאל צו שטעלן איינעם פון זיי אויף א צווייטע שטאק).

איינער פון די טעגליכע באזוכער איז געווען ר' דוד שישא, איינער פון די פירער פון 'רינועל'. עס איז מיר געווען גאנץ אינטערסאנט זיך צו טרעפן מיט אים דאס ערשטע מאל אין דעם מצב, ווייל ווען איך בין נאך געווען א קינד, מיט איבער צוואנציג יאר צוריק, פלעגט ער עוסק זיין אינאיינעם מיט מיין פאטער שליט"א אין א גראנדיעזע דבר-מצוה אונטערנעמונג. ער פלעגט אפט קומען צו אונז אין שטוב אויף מיטינגען, און איין יאר פורים האט ער פארברענגט ביי אונז מערערע שעות, אזוי אז זיין פנים איז געווארן זייער קענטליך ביי אונז אין די משפחה, און עס איז געבליבן איינגעקריצט ביי מיר אין קאפ צוזאמען מיט אנדערע זיסע זכרונות פון די קינדער יארן.

ווען ער איז מיר געקומען באזוכן דאס ערשטע מאל האב איך אים גלייך דערקענט, זינט זיין צורה האט זיך כמעט נישט געטוישט, מיך האט ער אבער אינגאנצן נישט דערקענט, ווייל ער האט מיך נאר געקענט אלס קליין אינגל. איך האב אים געגעבן א פרעג אויב ער ווייסט ווער איך בין, און אים געגעבן א סימן אז מיר קענען זיך פון איבער צוואנציג יאר צוריק. ביים כאפן ווער איך בין איז דאס געווען פאר אים אן איינגענעמע איבערראשונג.

מיר האבן שוין נישט געהאט קיין פראבלעם וואס צו רעדן... מיר זענען איבערגעגאנגען אינאיינעם די זכרונות פון יענע טעג. איך האב אויסגעדרוקט מיין שעצונג צו זיין עבודת הקודש און ארויסגעברענגט די אינטערסאנטע פאקט אז פונקט ווי דעמאלטס איז ער יעצט אויך עוסק אין א מצוה נשגבה פון ראטעווען אידישע קינדער. גלייכצייטיג האב איך אים געבעטן נישט צו רעדן דערוועגן מיט קיינעם פון מיין משפחה, ווייל עס איז נאכנישט געקומען די צייט זיי זאלן געוואויר ווערן דערוועגן.

ר' דוד איז מיר געקומען באזוכןטעגליך צו זעהן וואס עס טוהט זיך און אויב איך ברויך עפעס, ער האט געהאלטן אין איין איבערזאגען אז אויב איך ברויך סיי וועלכע הילף זאל איך דאס אויסדרוקליך בעטן און זיך נישט צוריקהאלטן קיין רגע, זאגנדיג אז דאס איז די אויפגאבע פון 'רינועל' און דערפאר זענען זיי דא.

כאטשיג עס איז שוין געווען דער צווייטער טאג נאך די אפעראציע האב איך נאך אלץ נישט געקענט טועם זיין קיין עסנווארג. אזוי ווי נעכטן איז סאטמאר ביקור חולים היינט אויך געקומען מיט א גרויסע זעקל עסן, אבער איך האב גארנישט געקענט עסן דערפון.

שפעט ביינאכט האב איך געהאט א שטיקל שרעק, ווען עס האט מיר פלוצלינג אנגעכאפט א געפערליכע ברעכן אטאקע. האלטנדיג גאר א קורצע צייט נאך די אפעראציע, ווען די וואונדן זענען נאכנישט פארהיילט און די אינעווייניגסטע גלידער זענען גאר האקעל, האט דאס שרעקליך צוטרייסלט מיין גאנצע קערפער, און דער פאקט אז מיין מאגען איז געווען ליידיגער פון ליידיג נאכן פאסטן עטליכע מעת לעת און לעבן בלויז אויף אינטערווינעס האט גארנישט צוגעהאלפן. ווען די אטאקע האט מיך אנגעכאפט האב איך געשפירט ווי די וועלט קומט צו אן ענדע ח"ו. דאס איז געווען פון די איינצלנע פעלער וואס איך האב געשפירט אזעלכע יסורים וואס מען קען באמת אנרופן "אומדערטרעגליך", אנדערע צייטן האב איך אויך געליטן יסורים, אבער עס איז געווען צום אויסהאלטן.

איך האב געדרוקט דעם קנעפל וואס אלארמירט די נורסעס, און ווען א נורס האט געפרעגט דורכן אינטערקאם וואס איך ברויך האב איך ממש נישט געקענט ארויסרעדן קיין ווארט, איך האב מיט די לעצטע כוחות געגעבן א שריי "עמערדזשענסי!"... עס האט מיר אויסגעקוקט ווי אן אייביגקייט ביז זיי זענען ענדליך אנגעקומען, אבער דאס איז ווארשיינליך געווען א רעזולטאט פון די ביטערע יסורים וואס מאכן יעדע סעקונדע אויסזעהן ווי לאנגע מינוטן.

צוליב די שרעקליכע שמערצן בין איך ממש געווארן ווי אויסגעשאלטערט אויף אפאר סעקונדעס, דאן בין איך צוריקגעקומען צום באוואוסטזיין, און אזוי עטליכע מאל. נאך עטליכע מינוט – וואס האט ביי מיר אויסגעקוקט ווי לאנגע שעות – האבן די נורסעס אריינגעלייגט א געוויסע מעדעצין אין די איי.ווי. וואס האט ב"ה בארוהיגט די אטאקע אין א גאר קורצע צייט.

די דאקטוירים וואס זענען אלארמירט געווארן איבער מיין אטאקע האבן נאר געוואלט וויסן אויב איך האב עפעס געגעסן, ווייל עס איז מיר דערווייל נישט ערלויבט געווען צו עסן (די לעצטע זאך זיך אויפצואוועקן נאך אן איינשלעפונג, איז די קושקעס וואס העלפן ארויספירן די שמוץ, אויב עסט מען בעפאר דאס איז צוריק אין די כלים קען דאס פאראורזאכן אזא סארט אטאקע). איך האב זיי פארשפראכן אז איך האב גארנישט געגעסן. איידער די נורסעס האבן מיך איבערגעלאזט האבן זיי מיר געגעבן פעין קילערס, און פון גרויס אויסגעמוטשעטקייט בין איך אריינגעפאלן אין א טיפע שלאף.

**

דאנערשטאג שמיני - צוויי טאג נאך די אפעראציע

אינדערפרי האט סאטמאר ביקור חולים נאכאמאל געברענגט א פעקל עסן, איך האב אבער נאך אלץ נישט געקענט עסן דערפון. זיי האבן מיך געפרעגט צי איך בלייב אין שפיטאל אויף שבת (זיי דארפן וויסן אויב זיי זאלן מיר ברענגען די שבת'דיגע סעודות, מי כעמך ישראל!), איך האב זיי געזאגט אז אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועל איך אי"ה היינט אהיימגיין.

[אז איך רעד שוין פון "מי כעמך ישראל" מוז איך מיך אפשטעלן אויף א מינוט און דאס צוברייטערן אביסל. אין די קורצע תקופה וואס איך בין געווען א פאציענט האב איך געהאט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן פונדערנאנט די נאבעלע אקטיוויטעטן פון די וואוילטעטיגע וואלונטירן פון אזויפיל חשוב'ע ארגעניזאציעס וואס גייען אן א גאנץ יאר אן די ריכטיגע אנערקענונג. איך האב צוגעזען די געטרייע ארבעט פון חברה הצלה, ביקור חולים, רינועל, און נאך, וואס זייער גאנצע ציהל איז צו פארלייכטערן פאר חולי ישראל און זייערע ארומיגע. וואלונטירן לויפן יעדע צייט פון טאג און נאכט שלא על מנת לקבל פרס, זיי ערלעדיגן זייערע אויפגאבעס שטילערהייט און מאכן נישט קיין וועזן פון זיך. עס איז ממש אומגלויבליך וואספארא וועלט פון חסד עס קומט פאר הונטער די קוליסן. שטעלט אייך פאר וואס דער הייליגער בארדיטשוב'ער צדיק זי"ע וואלט געזאגט דערויף.]

ווי שטארק איך האב מיך שוין געוואלט זעהן אינדערהיים, האט אבער די שפיטאל זייער קלאר געמאלדן אז ווילאנג מיין מאגען איז נישט פולקאם אין ארדענונג קען איך נישט אהיימגיין, זיי מוזן זיין איבערצייגט אז איך קען שוין פארדייען דאס עסן און ארויסגעבן די שמוץ. אויף מיין אנפראגע וואס איך קען טוהן צו פארשנעלערן דעם פראצעדור, האבן זיי מיר געראטן צו שפאצירן ארום די קארידארן איינמאל און נאכאמאל. איך האב זיך אנגעשטרענגט און שפאצירט דאס מערסטע וואס איך האב געקענט, און ענדליך ענדליך נאך אסאך השתדלות האט זיך די זאך אנגעהויבן רירן.

יעצט האט שוין דער דאקטער ענדליך ערלויבט אריינצונעמען עסנווארג אין מויל, אבער קיין אפעטיט האב איך נאכנישט געהאט. עס האט מיר שטארק געאיבלט, און איך האב מורא געהאט אז יעדעס ביסל שפייז וואס וועט אריינגיין אין מיין מויל וועט תיכף ווערן אויסגעבראכן. דער קאשמאר פון די פריערדיגע נאכט האט מיך גוט באגלייט.

ווען ר' אהרן פעדער האט געהערט אז איך מעג שוין עסן איז ער פלוצלינג ווי אויסגעוואקסן מיט א גאנצע פעקל ספעציעלע מאכלים. פון ערפארונג האט ער געוואוסט אז נאכן פאסטן אזויפיל מעת לעת קען מען נישט אנהייבן מיט שווערע עסנווארג, האט ער געברענגט א מילק-שעיק, ווייכע אייזקריעם, פאדינג א.ד.ג., לייכטע מאכלים וואס מאכן נישט דעם מאגען ארבעטן שווער אבער זענען רייך אין פראוטיען וואס איז נויטיג פארן מענטש.

ער האט זיך נישט באפרידיגט מיטן צוברענגען דאס עסן, נאר ער האט דאס אזוי שיין אויסגעלייגט אויפן טישל אויף אן אופן וואס עס זאל אויפרייצן מיין אפעטיט... און עס איז אים געלונגען... איך האב אנגעהויבן טועם צו זיין דערפון ביסלעכווייז, א קליינע שלונג אויף אמאל, און וואונדער איבער וואונדער, ווי נאר איך האב פארזוכט פון די מילך און אייזקריעם האב איך גלייך אנגעהויבן שפירן בעסער! בלויז איין שעה נאך זיין אנקומען האב איך מיך שוין געשפירט ווי א נייער מענטש, און נישט לאנג דערויף האבן די דאקטוירים באשטעטיגט אז מען קען מיך אהיימלאזן.

איך האב איינגענומען א גרויסע דאזע פון די 'פערקאסעט' פעין קילער, און זיך איבערגעטוהן פון די שפיטאל קליידער צו מיינע אייגענע מלבושים. ר׳ אהרן פעדער האט מיר געהאלפן צוזאמפאקן די חפצים וואס איך האב געוואלט אהיימנעמען. מען האט געברענגט א ווילטשעיר מיך צו פירן, ווייל זיי האבן מיך נישט געלאזט גיין אזא מהלך אויף די אייגענע פיס.

איך האב געזאגט פאר ר' אהרן פעדער אז איך האב פארשפראכן פארן רעסיפיענט זיך אפצושטעלן ביי אים אויף א באזוך אויפן וועג ארויס פון שפיטאל, ער האט זיך שנעל נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן וואו דער רעסיפיענט געפונט זיך, מען האט אונז אהינגעפירט (א היבשע מהלך געווען) און זיך אפגעשטעלט ביי די טיר פון זיין שטוב.

איך האב אריינשפאצירט אינעם צימער פונעם רעסיפיענט, וועלכער האט שוין קוים אויסגעווארט דאס באזוך, און איך האב זיך געטראפן שטיין פארנט פון א מיטליעריגן איד מיט א מכובד'יגן אויסזעהן. דער איד האט ממש נישט געקענט קומען צום ווארט פון גרויס התרגשות. ענדליך האט ער געזאגט "דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר..."

איך האב מיך אויך נישט געקענט צוריקהאלטן די טרערן, איך בין ממש מיטגעשלעפט געווארן מיטן מצב אין שטוב, די געפילן האבן דערגרייכט די הימלען. שטעלט אייך פאר א מענטש אין די מיטעלע יארן שטייט פארנט פון אייך און באדאנקט זיך פאר זיין לעבן מיט טרערן... איך האב קיין ווארט נישט געקענט ארויסרעדן פון מויל.

נאך א וויילע ווען עס האט זיך אביסל בארוהיגט האט אנגערופן זיין פרוי אויפן טעלעפאן, ער האט איר בלויז געזאגט "ער איז דא" און מיר איבערגעגעבן דעם טעלעפאן אז זי זאל זיך קענען פערזענליך באדאנקן. אויך זי האט קוים געקענט קומען צום ווארט פון גרויס איבערגענומענקייט... זי האט זיך שטארק באדאנקט און אנגעוואונטשן אלע ברכות.

ביי דעם באזוך האב איך הערשט אנגעהויבן ריכטיג באגרייפן וואס דא איז פארגעגאנגען. ביז יעצט האב איך בלויז געוואוסט אז איך געב אוועק א ניר, איך האב אבער נישט געוואוסט וואס דער רעסיפיענט האט אלץ מיטגעמאכט ביז ער האט באקומען דעם פרישן ניר. ביים שמועסן מיט אים האב איך באקומען א שטיקל בילד פון די אנדערע זייט מטבע, און געוואויר געווארן וויפיל מוטשענישן די ניר-ליידנדע גייען אדורך ביז זיי גייען ענדליך אדורך דעם טראנספלאנט.

אין מיין פאל האט זיך דער איד ליידער שטארק געמוטשעט יארן לאנג. ער האט מיר געזאגט אז דאס לעצטע מאל וואס ער האט זיך געשפירט אזוי גוט ווי יעצט, איז געווען מיט איבער זיבן יאר פריער! דאס מיינט א גאנצע שמיטה מיט יארן וואס דער מענטש איז נעבעך געווען קראנק ל"ע. עד כדי כך אז ער האט ממש נישט געקענט שפאצירן מער ווי א קורצע שטרעקע אן זיך דארפן אפשטעלן און אפרוען!

ער האט מיר פארציילט אז שוין אין דעם טאג פון די אפעראציע האט ער אנגעהויבן שפירן אסאך בעסער. אז דער אויבערשטער העלפט און די טראנספלאנט געלונגט, הייבט דער נייער ניר גלייך אן ארבעטן, און ביז געציילטע שעות איז די בלוט אסאך ריינער ווי נאכן גיין אויף דיאלעסיס באהאנדלונגען. דער דיאלעסיס מאשין רייניגט בלויז א קליינע פראצענט פון די בלוט.

ווען זיינע נירן האבן אויפגעהערט פונקציאנירן ל"ע איז ער ארומגעלאפן צו מערערע דאקטוירים איבער די וועלט און אלע האבן פרובירט וואס זיי קענען צו ראטעווען זיין לעבן. באלד א יאר צייט האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דעם בארימטן "מאיא קליניק" אין מינעסאוטע וואו זיי האבן פרובירט אויף אים אלע סארטן רפואות. צום סוף האבן זיי אויפגעהויבן די הענט און אים אהיימגעשיקט זאגנדיג "דיין איינציגסטע רפואה איז צו טרעפן א דאונער פאר א פרישע ניר, און טאקע דאס שנעלסטע וואס מעגליך".

ער איז אהיימגעקומען פון "מאיא קליניק" נאך סוכות תשע"ו און זיך גלייך פארבינדן מיט 'רינועל'. דאס ערשטע זאך האבן זיי געטעסט זיינע אייגענע קינדער, אבער צו זייער גרויס אנטוישונג האבן זיי נישט געקענט מנדב זיין א ניר צו ראטעווען דעם פאטערס לעבן.

מיטוואך פרשת ויחי, י"א טבת תשע"ו האט זיך ר' חיים שטיינמעטץ פארבינדן מיט מיין פרוי וועגן מיין וויליגקייט צו שענקן א ניר, נאכדעם וואס זייער קאמפיוטער האט אנגעדייטעט אז מיין בלוט טייפ – וואס זיי האבן געהאט פון די אויספירליכע טעסטן וואס איך האב געמאכט צוויי יאר פריער ביים מעלדן מיין גרייטקייט צו זיין א נדבן – שטימט מיט דעם רעסיפיענט.

ביים שלוס פונעם באזוך האב איך אים געפרעגט ווען ער גייט אהיים פון שפיטאל, האט ער געזאגט אז איידער די אפעראציע איז ער אריין צו זיין רבי'ן (דער וויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי) צו נעמען א ברכה, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן אז ער וועט אי"ה זיין אינדערהיים אויף שבת קודש געזונטערהייט. בעת אונזער שמועס יענעם דאנערשטאג האבן די דאקטוירים נאך גערעדט פון אים האלטן אין שפיטאל אויף עטליכע טעג, אבער ער האט געהאט אמונת צדיקים אז די ברכה פונעם רבי'ן וועט מקוים ווערן (וכן הוה! פרייטאג נאכמיטאג האט ער מיר אנגערופן דערציילן די בשורה טובה אז ער איז שוין אינדערהיים!).

מיר האבן אפגעשמועסט צו האלטן ווייטער א קשר און איך בין ארויס פון זיין שטוב. א אינגערמאן פון וויליאמסבורג, א געוועזענער ניר דאונער, האט מיך אפגעווארט מיט זיין קאר פארנט פונעם שפיטאל אהיימצוטראגן קיין וויליאמסבורג.

ביים זיך אריינזעצן אינעם קאר, איז פונקט אנגעקומען א היימישער אינגערמאן מיט א צווייטע קאר. זעהנדיג א קופקע חסידים (הרב פעדער, דער דרייווער, און איך) איז ער תיכף צוגעקומען פרעגן אויב מיר זענען פון 'רינועל'. ווען מיר האבן דאס באשטעטיגט, האט ער געוואלט וויסן ווער פון אונז עס איז דער דאונער. מען האט אים געוויזן אויף מיר, און ער האט זיך פארגעשטעלט אלס א זוהן פונעם רעסיפיענט. ער האט זיך זייער געפריידט מיך צו טרעפן, זאגנדיג אז ער איז געווען דער לעצטער צווישן די קינדער זיך צו טעסטן, און ער האט אזוי שטארק געהאפט אז ער וועט קענען ביישטייערן א ניר פאר זיין טאטען. למעשה האט מען אים דיסקוואליפיצירט נאכן אדורכגיין א רייע טעסטן צוליב א קליינע פראבלעם. איך האב מיך געווערטלט מיט אים אז איך האב אויסגעכאפט זיין מצוה... מיר האבן אויסגעטוישט טעלעפאן נומערן און זיך צושיידט לחיים ולשלום.

דער וועג אהיים איז נישט געווען פון די גרינגע זאכן. צו פארן אין א קאר נאך אזא אפעראציע איז שמערצליך, פלוצלינג שפירט מען יעדע קליינע באמפ אויפן ראוד... דער דרייווער האט גראדע שטארק פרובירט אכטונג צו געבן, אבער איך בין אנגעקומען אהיים שטארק צושאקלט. איך האב מיך זייער נישט גוט געשפירט, און איך האב נאך געדארפט ארויפקלעטערן דריי שטאק צו מיין דירה... (ברם יזכר לטוב דער חשוב'ער דרייווער וואס האט מיר גערן ארויפגעשלעפט די פעקלעך ביז אין שטוב אריין).

מיין בני בית האט שוין געווארט אויף מיר אינדערהיים, זי איז יענעם טאג אהיימגעקומען פון די "אשת חיל" קימפעטארין היים אין קרית יואל. זי איז דירעקט געבליבן לענגער אין ערהוילונגס היים נישט צו דארפן זיין אליינס אינדערהיים, 'רינועל' האט באצאלט די קאסטן דערפון. זיי האבן אויך באצאלט א קאר סערוויס איר אהיימצוברענגען פון דארט, נאכדעם וואס איך בין נישט געווען פעהיג דאס צו טוהן אליינס. (מיר האבן געהאט א קלער צו דינגען א נורס אין שטוב צו העלפן די קימפעטארין און איר פיצל קינד וואס קענען נישט ערווארטן קיין הילף פונעם מאן דער פאציענט... עס האט אבער למעשה נישט אויסגעפעלט, מיר האבן זיך ב"ה אן עצה געגעבן אנדעם, און דאס קינד איז זייער וואויל אדורכגעשלאפן די נעכט).

האלטנדיג נאך אן אויפשאקלנדע רייזע און א שווערע עבודה פון זיך ארויפשלעפן די שטיגן, בין איך דאס ערשטע זאך ביים אנקומען אהיים אריינגעפאלן אין בעט און איינגעשלאפן אויף א פאר שעה. טיף אינמיטן די נאכט האב איך מיך אויפגעוועקט מיט יסורים, איך האב גענומען פעין קילערס און צוריק אנטשלאפן געווארן.

די קומענדיגע פאר טעג זענען געווען גאנץ שווער. די יסורים פון די אפעראציע זעלבסט זענען נישט אזוי געפערליך, אבער די עצירות און די גאז האבן פאראורזאכט שטארקע שמערצן. צו געבן א שטיקל באגריף איבער די מיטמאכענישן, לאמיר זאגען אז דאס איז ווי מען זאל ליידן שמערצן פון שלשול, איבלן, גאז און עצירות אינאיינעם... און דאס האלט אן פון א וואך ביז צען טעג.

און די יסורים זענען אזוי שטארק אז זיי לאזן נישט קיין מנוחה, מען קען נישט מסיח דעת זיין דערפון דורך ליינען אדער אנדערע אונטערהאלטונגען, עס פארנעמט דעם גאנצן קאפ. הערשט נאך א וואך אדער צען טעג האבן זיך זאכן אנגעהויבן בארוהיגן. דער אמת איז אז מען האט מיר פון פאראויס געזאגט אז דאס וועט אזוי זיין, אבער ווילאנג איך האב דאס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט האב איך נישט פארשטאנען געהעריג ווי ווייט דאס גייט.

[איך מיין אז די ערהוילונג פונעם דאונער איז שווערער ווי פונעם רעסיפיענט, ווייל דער רעסיפיענט איז געווען קראנק ל"ע און ער גייט צו בעסערונג א דאנק די אפעראציע, טוען די גוטע חלקים פון די אפעראציע פארדעקן די יסורים וואס פאלגן דאס נאך. אנדערש איז אבער דער דאונער וואס איז ביז יעצט געווען געזונט און שטארק ב"ה, נעמט זיין קערפער שווער אויף די פריש געשאפענע יסורים.]

מיט דעם אלעם איז מיר ב"ה קיינמאל נישט אויפגעקומען אויפן געדאנק אז ווען איך וואלט געוואוסט ווי שווער דאס וועט זיין וואלט איך עס נישט געטוהן. איך האב אסאך גע'חזר'ט דעם פסוק "ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי", און זיך מחזק געווען אז דאס איז בלויז א קורצע דורכגאנג, מאקסימום זעקס וואכן, און נאכדעם וועל איך אי"ה ווייטער זיין געזונט און שטארק.

[ביי א חולה ל"ע, איז אין צוגאב צו די פיזישע יסורים אויך דא גייסטישע שמערצן, ווייל ער ווייסט נישט ווען די קאשמאר וועט זיך ענדיגן, און אויב עס וועט האבן א גוטע ענדע בס"ד. די גייסטישע יסורים קען מען שווערער איבערטראגען ווי די פיזישע. איך בין באגליקט געווען צו ליידן בלויז פיזישע יסורים, מיין גייסט איז אבער געווען גאר שטארק, וויסנדיג אז דאס איז בלויז א צייטווייליגע דורכגאנג וואס ווערט לייכטער און לייכטער פון טאג צו טאג.]

ווי ערווענט האב איך אין אנהייב גענומען 'פערקאסעט' צו פארטייבן די יסורים. איך האב אבער שפעטער געהערט אז דאס פארערגערט די עצירות פראבלעם, האב איך אנגעהויבן נעמען אנשטאט דעם 'עקסטרע סטרענגט טיילענאל' און עס האט גאנץ פיין געהאלפן. ביינאכט האב איך גענומען "טיילענאל פי. עם." אדער אביסל "מעלאטאנין".

דורכאויס די צייט וואס איך האב מיך ערהוילט אינדערהיים איז ר׳ אהרן פעדער געווען אין שטענדיגע פארבינדונג מיט מיר און מיין בני בית, אויך זיין פרוי איז שטענדיג געווען אין קאנטאקט מיט מיין פרוי. נאך א פרוי מרת ווייס, א געוועזענע דאונער און אקטיווע מיטגליד אין 'רינועל', האט שטענדיג אנגערופן מיין פרוי און מיטגעטיילט עצות און חיזוק וואס האבן איר גאר שטארק ארויסגעהאלפן.

יעדן טאג האבן מיר באקומען דעליווערט צום טיר א נארהאפטיגע פרישע געקאכטע פרישטאג, מיטאג און נאכטמאל. אויסערדעם האבן מיר געקענט באשטעלן פון רעסטוראנט סיי וועלכע עסנווארג עס האט זיך אונז פארשמעקט, אלעס אויף זייערע קאסטן. 'רינועל' האט אויך באצאלט די קאסטן פון אן ערלית צו רייניגן די שטוב עטליכע מאל א וואך. דאס איז אלעס צוגעשטעלט געווארן דורך די פעסט אויפגעארבעטע סיסטעם פון 'רינועל' וואס שוינט נישט קיין מיה און פלאג, צייט און געלט, צו טוהן סיי וואס מעגליך צו העלפן דעם דאונער און זיין פאמיליע.

זיי האבן מיר געגעבן דעם געפיל דורכאויס מיין גאנצע דורכגאנג אז די גאנצע ארגאניזאציע שטייט פאר מיינעטוועגן, ווען באמת האבן זיי אין די זעלבע צייט געהאנדלט נאך מערערע פעלער, ווי מען קען זיך איבערצייגן פונעם פאקט אז אין די געציילטע מאנאטן צווישן פורים און שבועות תשע"ו האבן זיי פארפיגט אויף "פופצן" אזעלכע טראנספלאנטן! מען קען דאס מיטהאלטן דורך די 'בקשו רחמים" מעסעדזשעס וואס זיי שיקן ארויס בעפאר יעדע אפעראציע.

*

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג מאי 07, 2017 2:46 pm

המשך:

*

ערב שבת קודש שמיני

פרייטאג אינדערפרי ווען איך בין נאך געווען האלב פארשלאפן, האט אנגעקלונגען ביי מיין טיר איינער פון די באקאנטע דאונערס פון וויליאמסבורג, ער האט אראפגעשטעלט א טאץ מזונות מיט צוויי טייערע פלעשער ברוינפן, זאגנדיג אז מען זאל דאס אוועקלייגן אויף שבת אינדערפרי ווען עטליכע דאונערס גייען אריבערקומען צו מיר אויף קידוש...

נאכמיטאג הערט זיך ווידער א קלאפ אין טיר... איינער שטעלט אראפ א הערליכע וואזע מיט בלומען און א שאכטל טשאקאלאדן. ביי די בלומען איז אריינגעשטעקט א קארטל "א גוט שבת, פון אייער דאנקבארע רעסיפיענט".

בעפאר ליכט צינדן האט מיך דער רעסיפיענט אנגערופן וואונטשן "א גוט שבת", מיר זענען דאך שוין היינט ווי ברידער... איך האב זיך באדאנקט פאר די בלומען און טשאקאלאדן און צוגעלייגט אז עס פעלט אינגאנצן נישט אויס ער זאל מיר קויפן מתנות, ווייל נישט צוליב דעם האב איך עס געטוהן. ער האט זיך זייער געפריידט מיר צו דערציילן אז א דאנק זיין רבי'נס ברכה איז ער טאקע אהיימגעקומען אויף שבת געזונטערהייט ב"ה, ווי אויבנדערמאנט.

אונזער ערשטע טעלעפאנישע שמועס האט זיך געצויגן גאנץ לאנג. בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז ער שפירט זיך ב"ה אזוי גוט אז ער וואלט שוין געוואלט גיין דאווענען אין שוהל. ער האט מיר איבערגעזאגט דאס וואס איך האב שוין געהערט פון אים אין שפיטאל אז עס איז שוין אדורך זיבן יאר זינט ער האט דאס לעצטע מאל אזוי גוט געשפירט, און האט צוגעלייגט אז די יעצטיגע יסורים זענען א גארנישט אקעגן די יסורים פון בעפאר די אפעראציע. (איך האב געטראכט צו מיר "ער שפירט דאך מסתמא די זעלבע יסורים וואס איך שפיר יעצט, נאכווייען פון די איינשלעפונג און אפעראציע, אבער ער מאכט נישט קיין וועזן דערפון, ווייל זיי זענען אזוי נישטיג אקעגן די ביטערע יסורים פון בעפאר די אפעראציע, שטעל דיך שוין פאר ווי שטארק ער האט געליטן די זעלבע זיבן יאר רח"ל").

נאך ליכט צינדן האב איך אנגעהויבן זייער נישט גוט צו שפירן, איך בין געווארן איבלדיג און אביסל געבראכן, דאס האט מיך גוט אויפגעשאקלט און איך בין אריינגעפאלן אין ריקליינער א מאכטלאזער, איך האב מיך נישט געקענט רירן...

נאך קבלת שבת איז ארויפגעקומען צו מיר א גוטער חבר, א געוועזענער דאונער מיט וועמען איך האב געהאט איבערגעשמועסט די גאנצע פראצעדור נאך לאנג בעפאר איך האב באשלאסן צו ווערן א נדבן. דער אינגערמאן האט געהאט די זכיה צו שענקן א ניר פאר א גאר חשוב'ע פרוי וואס איז געווען גאנצע צוואנציג יאר אויף דיאלעסיס ל"ע. לויט 'רינועל' איז איר פאל געווען פרעצעדענטלאז, קיינער איז נאכנישט ערפאלגרייך אדורך א נירן טראנספלאנט נאכן זיין אזוי לאנג אויף דיאלעסיס. פארשטייט זיך אז דער נדבן האט, פונקט ווי מיר, נישט געוואוסט ביז נאך די אפעראציע פאר וועמען ער גיבט דאס אוועק און ווי גרויס די זכיה איז.

[במאמר המוסגר: אז מען טראכט אריין וואספארא שווערע אויפגאבע 'רינועל' טראגט, קען מען באמת אויסגיין פאר התפעלות. פון איין זייט ווייסן זיי אז דאס לעבן פונעם חולה איז אין א סכנה רח"ל און די צייט ברענט, און זיי האבן א געוואלדיגע אחריות צו ערלעדיגן אלעס ווי אמשנעלסטן, אבער פון די אנדערע זייט דארפן זיי דאס גענצליך פארהוילן פונעם דאונער, ווייל זיי טארן נישט לייגן אויף אים קיין שום דרוק. ביי אלע מיינע שמועסן מיט זיי האט זיך מיר געקענט דאכטן אז מען רעדט דא פון א פאציענט וואס האט די וועלטס צייט... זיי האבן מיר קיינמאל ארויסגעוויזן אונטער וואספארא דרוק זיי זענען מצד דעם רעסיפיענט. מיין רעסיפיענט האט מיר דערציילט אז ער פלעגט אנרופן ר' חיים שטיינמעטץ עטליכע מאל א וואך כדי צו לייגן דרוק, איך האב דאס אבער קיינמאל געשמעקט אין ר' חיים'ס ווערטער.

איך האב מער ווי איין מאל געדארפט אפשטופן אן אפוינטמענט צוליב פארשידענע סיבות, און ווי פארשטענדליך האט זיי דאס יעדע מאל געדארפט מודיע זיין פארן רעסיפיענט וועלכער איז שטארק אנטוישט געווארן דערפון, זיי האבן אבער קיינמאל נישט ארויסגעוויזן דאס מינדעסטע ווידערווילן צו מיינע אפשטופונגען.]

צוריק צו מיין באזוכער. דער אינגערמאן איז געקומען זאגען "א גוט שבת" און האט מיך אויסגעפרעגט וויאזוי איך שפיר. אין אנהייב בין איך נאך געלעגן מאכטלאז אויפן ריקליינער און נישט געקענט געהעריג צוריקשמועסן, אבער ער האט באוויזן מיר ארויסצושלעפן פון מיין פארשלאפטן צושטאנד און צוביסלעך האב איך אנגעהויבן שפירן בעסער.

איין גאר פראקטישע עצה האב איך געהערט פון דעם באזוכער וואס איז מיר שטארק צוניצקומען. שוין דאנערשטאג נאכט האב איך באמערקט אז דאס ליגען אין בעט מאכט מיך איבלדיג און אומבאקוועם, עס איז מיר אבער נישט בייגעפאלן צו נעכטיגן אינעם ריקליינער. פרייטאג צונאכטס ווען דער אינגערמאן איז ארויפגעקומען און מיך געטראפן אויפן ריקליינער, האט ער זיך אנגערופן "דא זאלסטו שלאפן, גיי נישט אין בעט, דער ריקליינער גיבט דיר א בעסערע פאזיציע". יענע נאכט האב איך טאקע איינגענומען די פעין קילערס און געבליבן שלאפן אינעם ריקליינער, און איך האב ב"ה געהאט דעם ערשטן רוהיגן נאכט שלאף זינט די אפעראציע. אויך די קומענדיגע צוויי וואכן בין איך יעדע נאכט איבערגעשלאפן אינעם ריקליינער.

**

שבת קודש שמיני אינדערפרי

איך האב געדאווענט אין שטוב, ווייל עס איז מיר נאך אוממעגליך געווען ארויסצוגיין. נאכן דאווענען האב איך אנגעגרייט אויפן טיש די מזונות און ברוינפן וואס מען האט מיר געברענגט, און ארום 11:00 האט מען שוין געקלאפט אין טיר קידוש צו מאכן [זיי האבן ספעציעל געדאווענט פריה צו קענען פארברענגען מיט מיר].

אפאר לעבעדיגע אינגעלייט, געוועזענע דאונערס, האבן אפגעראכטן ביי מיר א קידוש ווי עס דארף צו זיין... דער ראש המדברים האט מיר ערקלערט מיט זיין זאפטיגע שפראך אז וויבאלד מען טאר נישט מישן פעין קילערס מיט אלקאהאלישע געטראנקן, איז די עצה צו נעמען בלויז אלקאהאל... אין זיינע ווערטער: "אכט אונסעס בורבען איז די זאך... דאס ווירקט בעסער ווי אלע פעין קילערס אויף דער וועלט". יענער איז טאקע געווען א נאה דורש ונאה מקיים, ער האט זיך תיכף אנגעפולט א גרויסע בעכער ברוינפן און געמאכט קידוש דערויף.

אויף דעם ארויף האבן זיי מיר דערציילט אז 'רינועל' האט אמאל געמאכט אן אסיפה פאר אלע געוועזענע דאונערס, מען האט אראפגערופן דאקטוירים און ספעציאליסטן צו רעדן טעמעס וואס זענען אינטערסאנט פאר ניר נדבנים. ווען מען האט געגעבן א געלעגנהייט פאר די פארזאמלטע צו שטעלן פראגעס, האבן טייל געפרעגט אויב זיי מעגן עסן פארשידענע מאכלים. האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "איר דארפט נישט פרעגן אזויפיל פראגעס, איך וועל אייך אויסלערנען דעם כלל: א זאך וואס איז געזונט פאר א מענטש מיט צוויי נירן איז פונקט אזוי געזונט פאר א מענטש מיט בלויז איין ניר, און א זאך וואס איז נישט געזונט פאר א מענטש מיט איין ניר איז פונקט אזוי אומגעזונט פאר א מענטש מיט צוויי נירן, א ניר נדבן דארף מיט גארנישט ענדערן זיין דיעטע!" (דאס זעלבע האט מען מיר געזאגט פון שפיטאל, איך זאל צוריקגיין צו מיין געווענליכע דיעטע און גארנישט טוישן דערפון).

לגבי אלקאהאלישע געטראנקן האט יענער דאקטער געזאגט אז צופיל דערפון איז אומגעזונט פאר יעדן, אפגעזען צי מען פארמאגט ביידע נירן אדער נישט, ווייל אין פאל דאס שאדט פאר די נירן חלילה, מאכט עס אן שאדן פאר ביידע נירן אינאיינעם (די איינציגסטע פעלער וואס די צווייטע ניר קומט צוניץ, איז ווען איין ניר ווערט געשעדיגט אין אן עקסידענט ל"ע אדער מען דארף דאס ארויסנעמען צוליב א טומער געוואוקס רח"ל, דאן קען די צווייטע ניר ראטעווען דעם מענטש, אבער די געווענליכע קרענק וואס שאפן פראבלעמען פאר די נירן, שאטן פאר ביידע נירן צוזאמען רח"ל).

דער קידוש האט זיך געצויגן א היבשע וויילע, מען האט איבערגעשמועסט יעדנס ערפארונג פון די ערשטע פאר טעג נאך די אפעראציע, און ביים ענדע פון דעם געשמאקן פארברענג האט מען זיך ווארעם געזעגנט מיט א וואונטש זיך ווידערצוזעהן. [דער קידוש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א געוואלדיגע הילף, ווייל ווי ערווענט האב איך נישט אזוי גוט געשפירט במשך דעם שבת, און ווען נישט די פאר באזוכער וואס האבן אזוי איינגענעם געשמועסט און פארברענגט מיט מיר ביים קידוש, וואלט דער שבת געווען זייער אומעטיג.]

**

פרשת תזריע

זונטאג נאכט האבן זאכן צוביסלעך אנגעהויבן גיין צו בעסערונג. מאנטאג בין איך שוין ארויס שפאצירן אפאר מינוט פארנט פון מיין הויז, ווייל נאך אזא אפעראציע איז זייער גוט צו ארומשפאצירן, א זאך וואס איז נישט מעגליך צו טוהן אין א קליינע וויליאמסבורגער דירה. דאס אראפגיין די טרעפ איז געווען גאנץ לייכט, אבער ביים צוריק ארויפגיין האב איך שוין כמעט חרטה געהאט אויפן גאנצן אראפגיין...

דינסטאג אווענט, פונקט א וואך נאך די אפעראציע, זענען די קינדער פונעם רעסיפיענט ארויפגעקומען אויף א באזוך. זיי האבן מיטגעברענגט א מתנה פון זייער טאטן מיט א לאנגע געשריבענע בריוו וואו ער דריקט אויס זיין דאנקבארקייט.

מיטוואך איז ארויפגעקומען צו מיר א דאונער וואס האט געהאלטן בלויז זעקס וואכן נאך די אפעראציע און איז הערשט דעמאלטס צוריק אריין אין די כלים. איך האב מיך אויסגערעדט צו יענעם אז איך בין שוין נערוועז פון זיצן אזוי לאנג אין שטוב... און כאטשיג מען האט מיר צוגעגרייט פון פאראויס אז איך דארף רוען כאטש "פיר וואכן", בין איך דאך נערוועז פון די גאר לאנגזאמע פארשריט וואס קומט זייער צוביסלעך.

דער אינגערמאן – וואס האט נארוואס מיטגעלעבט די זעלבע סיטואציע – האט מיך שטארק בארוהיגט אז דאס איז א "צרת רבים", אויך ער איז שטארק נערוועז געווארן נאך א וויילע און אנגערופן ר' אהרן פעדער פרעגן אויב דאס איז נארמאל. ר' אהרן האט אים בארוהיגט אז עס איז נישט דא וואס צו זארגען, ביי יעדן איינעם דויערט עס צייט, ביי איינעם אביסל מער און ביי איינעם אביסל ווייניגער, אבער מען דארף זיין געדולדיג.

עס איז מיר זייער וויכטיג געווען דאס צו הערן פון איינער וואס דער מצב איז נאך ביי אים 'פריש', און דער פאקט אז יענער אינגערמאן זאל פונקט יעצט אריינפאלן צו מיר אויף א באזוך, איז אנגעדרייט געווארן דורך דעם מומחה אין זיין פאך ר' אהרן פעדער, וועלכער האט קונצליך מאנעוורירט וועלכער דאונער זאל קומען אין וועלכע צייט.

**

פרשת טהרה

כאטש איך בין נאך געווען היבש אפגעשוואכט די צווייטע וואך נאך די אפעראציע, האב איך שוין געשפירט גענוג בכח צו קענען אנהייבן טוהן געוויסע ארבעט. איך האב געהאלטן פאר מיינע אויגן די ווארענונגען פונעם דאקטער און פון ר' אהרן פעדער נישט צו טוהן קיין ווילדע שריט נאר אנהייבן פאמעלאך.

דינסטאג אויפדערנאכט האט מיין חבר צוזאמגעשטעלט א מנין צו דאווענען מעריב ביי זיך אין שטוב צוליב א יולדת, האב איך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו כאפן דעם ערשטן לענגערן שפאציר אויף די גאסן פון שטאט. דער וועטער האט ב"ה פיין צוגעשפילט, און איך האב געהאט געשמאקע באגלייטער. ביי יענעם אין דיינונג רום איז געשטאנען א באקוועמע קאוטש וואו איך האב מיך אפגערוהט צווישן ביידע וועגן. דאס קומען צווישן מענטשן און שמועסן מיט גוטע פריינט איז געווען דאס בעסטע זאך וואס איך האב געקענט טוהן.

מיטוואך האב איך אנגערופן מיין ארבעט-אסיסטענט און אים געבעטן מיך ארומצופירן אביסל מיט די קאר (איך האב נאכנישט געמעגט דרייוון). צוליב אונזער צוזאמענארבעט איז ער געווען פון די געציילטע וואס האבן מיטגעהאלטן מיין דורכגאנג. ער האט מיך טאקע ארומגעפירט צו אפאר קליענטן וואס מיר האבן אפגעשמועסט צו באגעגענען.

יענע נאכט איז פארגעקומען דער וואכנאכט ביי מיין חבר אין שטוב, איך בין געווען אין די גיסטע פון נאך א שפאציר און איך בין אהינגעגאנגען. איך בין אפגעזיצן דארט א לענגערע צייט, שמועסנדיג און פארברענגנדיג מיט גוטע פריינט.

דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדארפט צוענדיגן אסאך פאפיר ארבעט פון די נעכטיגע מיטינגען. מיין אסיסטענט האט עפעס נישט געקענט קומען, האב איך אליינס אראפגעדרייווט צום אפיס און ערלעדיגט די פאפיר ארבעט. אז איך בין שוין געווען אין אפיס איז מיר נאטורליך אונטערגעקומען נאך און נאך זאכן צו ערלעדיגן און באשטעלן א.א.וו. און איידער איך האב מיך אריענטירט איז שוין געווען ארום 12:30.

פלוצלינג איז מיר באפאלן א שרעקליכע איבלניש באגלייט מיט היץ, איך האב געשפירט אז דאס צונעמט מיר אלע ביינער... איך האב אלעס איבערגעלאזט ווי עס שטייט און גייט און ארויסשפאצירט פון אפיס.

עטליכע אפיס קאלעגעס וואס האבן מיך שוין נישט געזען אפאר וואכן האבן מיך העפליך באגריסט אויפן וועג ארויס, זיי האבן געוואלט וויסן וואו איך בין געווען אזוי לאנג א.א.וו. איך האב אבער נישט רעאגירט צו זיי. זיי האבן זיכער געקלערט אז עס פאסט מיר נישט צו רעדן מיט זיי, אבער איך בין ממש נישט געווען ביי מיר און איך האב נישט געהאט די כוחות צו ענטפערן זייערע פראגעס, צוריקשמייכלן אדער אפילו בלויז זיך וויסנדיג מאכן.

ארויסגייענדיג אויפן גאס האב איך געשפירט אז אט גיי איך חלילה צוזאמפאלן... איך האב שנעל גערופן מיין אידענע און געמאלדן אז איך שפיר נישט אמבעסטן און איך גיי יעצט אריין אין קאר אויפן וועג אהיים. איך האב איר געבעטן צו בלייבן מיט מיר אויפן טעלעפאן ביז איך קום אן אין שטוב... זי איז געווארן שטארק נערוועז, אבער איך האב איר בארוהיגט אז עס איז בלויז אן איבלניש וואס וועט האפנטליך שנעל אריבערגיין.

קוים מיט צרות בין איך אנגעקומען אהיים, אפילו אזא איינפאכע זאך ווי פארקירן די קאר איז מיר נישט אנגעקומען גרינג. ווי נאר איך האב אריינשפאצירט אין מיין דירה האב איך אנגעהויבן ברעכן. דער פאקט אז פון איין טאג ארבעטן אביסל שפיר איך שוין אזוי שלעכט, האט מיך שטארק צובראכן.

די ערשטע זאך האב איך אנגערופן דעם קאארדינאטאר פון שפיטאל, וועלכער האט מיר געהייסן אנרופן דעם כירורג. רופנדיג דעם כירורג בין איך אנגעקומען צו אן "ענסערינג סערוויס" וואס האט העפליך געמאלדן אז אויב איך לאז א מעסעדזש וועט מען מיך צוריקרופן ביז 24 שעה, און אויב עס איז אן עמערדזשענסי זאל איך רופן 911... (צו א כירורג קען מען נישט צוקומען צו יעדע צייט, אלעס גייט מיט אפוינטמענטס).

דא בין איך שוין געווען אביסל פארלוירן, וועמען רוף איך יעצט? איך האב געשיקט א טעקסט מעסעדזש צו ר' אהרן פעדער שרייבנדיג בקיצור נמרץ וויאזוי איך שפיר און וועמען איך האב שוין אלץ גערופן. ער האט מיר גלייך געגעבן דעם נומער פונעם מענעדזשער אין שפיטאל (דער וואס איז איבער דעם קאארדינאטאר), און ווען איך האב אויך צו יענעם נישט געקענט צוקומען האט ר' אהרן געזאגט איך זאל עס לאזן צו אים...

נאך א קורצע וויילע האט ער מיך אנגערופן אז די איינציגסטע עצה איז אריינצופארן צום "עמערדזשענסי רום", פון דארט וועט מען דאס שנעלסטע קענען אראפרופן דעם כירורג און זיין טיעם און זיי צווינגען זיך זאפארט וויסנדיג צו מאכן פון מיין צושטאנד. ער האט מיר געראטן אריינצופארן מיט "חברה הצלה" כדי די באאמטע אין עמערדזשענסי רום זאלן זעהן אז דאס איז דרינגענד און תיכף אונטערנעמען די נויטיגע שריט.

איך האב נישט געהאט צופיל חשק דערצו, אבער נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה האב איך אנגערופן די חברה הצלה פון וויליאמסבורג און זיי איבערגעגעבן מיין מצב אין קורצע ווערטער: "איך האלט צוויי וואכן נאך אן אפעראציע אלס ניר נדבן און איך שפיר נישט אזוי גוט, מען האט מיר געהייסן אריינגיין אין עמערדזשענסי רום". זיי האבן תיכף אריבערגעשיקט א וואלונטיר צו כאפן א בליק, יענער איז געקומען גאנץ רואיג און נישט געמאכט קיין איבערקערענישן. ער האט פארלאנגט אן אמבולאנס, און איך האב געבעטן מען זאל נישט ארויפשלעפן דאס בעטל נאר מיך לאזן אראפגיין אויף די אייגענע פיס, כדי די שכנים זאלן גארנישט באמערקן.

איך האב טאקע אליינס אראפשפאצירט די שטיגן, און ווען דער אמבולאנס איז אנגעקומען האב איך אריינשפאצירט דערין אינאיינעם מיטן הצלה וואלונטיר. וויבאלד איך האב ב"ה אריינשפאצירט אויף די אייגענע פיס, האב איך געהאפט אז אפילו אויב איינער האט דאס באמערקט וועט מען נישט קלערן אז עפעס גייט פאר מיט מיר...

זייענדיג אין אמבולאנס הונטער פארמאכטע טירן האב איך מיך אראפגעלייגט אויפן בעטל און זיי געבעטן א שיסל אין פאל איך וועל דארפן אויסברעכן. איך האב געזאגט פאר די וואלונטירן אז ביז לעצטנס בין איך קיינמאל נישט געווען אין א שפיטאל א.ד.ג. פאר מיינעטוועגן, און במשך די לעצטע צוויי וואכן בין איך שוין געווען אין אן אפעראציע צימער, אמבולאנס און עמערדזשענסי רום... האפנטליך האב איך שוין יוצא געווען דערמיט אויף מיין גאנצע לעבן.

די חברי הצלה זענען געווען זייער סימפאטיש צו מיר, בפרט ביים הערן וויאזוי איך בין אנגעקומען צו דעם צושטאנד. זיי האבן מיך אריינגעפירט אין עמערדזשענסי רום און זיכער געמאכט אז מען מאכט זיך דארט וויסנדיג פון מיר. ר' אהרן פעדער האט גלייך אריבערגעשיקט א אינגערמאן וואס זאל מיך אפווארטן, יענער האט מאנעוורירט אז זאכן זאלן זיך רירן.

אפאר שעה בין איך אזוי אפגעזיצן אין שפיטאל, בשעת מען נעמט פון מיר בלוט און אנדערע טעסטן (עקסרעיס, אולטרא-סאונד א.ד.ג.). איינמאל בשעת מען האט גענומען פון מיר בלוט האט מיר ווידעראמאל אנגעכאפט א ברעכן אטאקע... איך בין ממש נישט געווען ביי זיך אויף אפאר סעקונדעס. צו מזל איז דאס פארגעקומען אין שפיטאל, וואו זיי האבן מיר גלייך געגעבן אנטי-איבלן מעדעצין וואס האט מיך בארוהיגט אויפן פלאץ.

ווען אלע טעסטן זענען ב"ה צוריקגעקומען פאזיטיוו, זענען זיי געקומען צום אויספיר אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיין נעכטיגע איבערשטרענונג מיט ארבעט, מען האט מיר אריינגעשיקט מיט א שטרענגע ווארענונג אז די קומענדיגע צוויי וואכן זאל איך מיך נישט דערוואגן צוצורירן קיין שום ארבעט. איך האב מיך איבערצייגט אויף די שווערע וועג אז ווען מען הייסט איינזיצן אויף פיר וואכן, טאר מען נישט זיין קיין אויבער חכם...

*
איך וויל דא פארצייכענען א געוואלדיגע השגחה פרטית עפיזאד וואס איך האב געהערט פון דעם 'רינועל' וואלונטיר וואס איז מיטגעזיצן מיט מיר אין שפיטאל יענע פאר שעה.

דער אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ער האט זיך זעלבסט איינגעגעבן צו זיין א דאונער, און נאכן אדורכגיין אלע טעסטן האט מען באשטימט א טאג פאר די אפעראציע. ער האט שוין געמאכט די נויטיגע צוגרייטונגען און צוטיילט זיינע קינדער ביי פאמיליע, ווען ער האט פלוצלינג באקומען א מעלדונג פון שפיטאל אז די "פיינעל קראס מעטש" שטומט נישט...

עס איז שווער צו שילדערן זיין אנטוישונג... עס איז אים זייער שווער געווען צו גיין אין שוהל דעם אנדערן טאג און דערציילן פאר אלע אז מען האט אים אפגעזאגט און א צווייטער האט איבערגענומען זיין מצוה.

דער אויבערשטער פירט זיך אבער זיין וועלטל... און ביז א קורצע צייט שפעטער האט מען שוין גוט פארשטאנען פארוואס דאס האט אויסגעפעלט.

עס איז פונקט אנגעקומען קיין אמעריקע א קינד פון אויסלאנד וואס האט געדארפט דרינגענד טרעפן א דאונער ביז א וואך-צוויי, דאס קינד איז אלס רעזולטאט פון א נאכגעלאזטע סטרעפט אריינגעפאלן אין א קאומע רח"ל, נאכן זיך אויפכאפן דערפון האבן אלע גלידער צוריק אנגעהויבן ארבעטן אויסער די נירן... מען האט פרובירט לייגן דאס קינד אויף דיאלעסיס ביז מען איז מצליח צו טרעפן א דאונער, אבער ליידער איז דאס קינד געווען פון א זעלטענע סארט וואס דיאלעסיס ווירקט נישט ביי זיי, האט מען געזוכט א דאונער מיט ליכט.

די שאנסן צו טרעפן א דאונער אזוי שנעל זענען געווען גאר מינימאל, ווייל אפילו נאכן טרעפן א פאסיגע 'מעטש' דארף מען אדורכגיין די טעסטינג פאזע וואס דויערט אסאך צייט, און אן קיין דיאלעסיס וואלט דאס קינד ווארשיינליך נישט איבערגעלעבט רח"ל.

דאן האט זיך 'רינועל' פארבינדן מיט דעם 'אויסגעשפילטן' דאונער וואס האט שוין געהאלטן נאך אלע טעסטן, און בחסדי השי"ת האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז א פערפעקט מעטש פאר דעם קינד. מען האט אין איילעניש געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען און ביז געציילטע טעג איז פארגעקומען דער נירן טראספלאנט. דער אויבערשטער האט צוגעגרייט די רפואה בעפאר די מכה!

**

פסח תשע"ו

ביז פסח בין איך געזיצן אינדערהיים. אויף פסח בין איך געפארן צו מיינע עלטערן מיט א תירוץ אז מיין פרוי איז א קימפעטארין (איך האב זיי נאכנישט געוואלט אויסזאגען דעם אמת'ן סיבה). ערב יום טוב האט מיין מאמע געבעטן איך זאל נעמען דעם ריזיגן טאפ זופ פונעם געז רענטש און דאס שטעלן אויפן טיש... איך האב געמוזט פארגעסן מיין מצב אויף א מינוט און אויספאלגן איר באגער כדי נישט צו ערוועקן פארדאכטן, אבער איך האב געשפירט די קאנסעקווענצן דערפון א גאנץ יום טוב.

ביידע סדר נעכט האב איך נישט צו גוט געשפירט נאכן עסן די כזיתים און איך האב מיך געמוזט אנשפארן אביסל בעפאר "צפון", איך האב מיך פארענטפערט אז דאס קומט פון די זיסע וויין וואס מאכט מיר קאפ וויי (גראדע אויך אמת געווען...).

איין חול המועד טאג בין איך אריבערגעגאנגען צום שטוב פונעם רעסיפיענט אויף א באזוך לויט זיין פארלאנג. יענער האט נישט געמעגט פארלאזן זיין שטוב ביז זעקס וואכן נאך די אפעראציע, און צוליב זארג פון אינפעקציעס א.ד.ג. האט ער נישט געמעגט קומען אין בארירונג אפילו מיט די אייגענע קינדער און אייניקלעך.

ער האט מיך גאר שיין אויפגענומען, און געזאגט אז ווען ער וואלט געמעגט ארויסגיין וואלט ער זיכער אריבערגעקומען צו מיר אויף א באזוך. איך האב פארברענגט א שיינע פאר שעה מיטן רעסיפיענט און זיין עלטערע פאטער (מסתמא א בן תשעים בליעה"ר), מען האט גערעדט איבער מיינע זיידעס פון אלע זייטן וואס דער עלטערער איד האט נאך געדענקט פונדערהיים. איך האב געשלינגען מיט דארשט זיינע זיסע זכרונות ביז שפעט ביינאכט פארגעסנדיג פונעם זייגער, ביז די פרוי פונעם רעסיפיענט האט זיך אנגערופן אז מיין פרוי ווארט שוין זיכער אויף מיר. דאס איז בלויז געווען איינס פון א סעריע באזוכונגען צווישן מיר און אים, אויך רופט ער מיר כמעט יעדן ערב שבת צו וואונטשן א גוט שבת.

**

נאך פסח האב איך אנגעהויבן צוריקהערן אז מיין סוד איז עטוואס ארויסגערינען, האב איך באשלאסן אז איך מוז ווי שנעלער דערציילן דערוועגן פאר מיינע עלטערן, שוויגער עלטערן און געשוואוסטער, ווייל זיי דארפן דאס הערן פון מיר און נישט פון די גאס.

איין שיינעם טאג, ווען איך בין שוין ב"ה געווען פולשטענדיג געזונט און שטארק און צוריק ביי דער ארבעט, האב איך טאקע אנגערופן מיינע עלטערן און זיי דערציילט די גאנצע געשיכטע. זיי האבן זיך למפרע געפריידט אז איך האב דאס פארהוילן פון זיי ביז יעצט, ווייל דאס וואלט געווען פאר זיי א שווערע דורכגאנג.

ווען מיינע געשוואוסטער האבן געהערט וואס איך בין אדורך די לעצטע פאר וואכן האבן זיי גע'טענה'ט אז ווען זיי וואלטן דאס געוואוסט וואלטן זיי מיר געשטאנען צו הילף די גאנצע צייט. איך האב זיי אבער ערקלערט אז מיר איז גרינגער און וויכטיגער געווען צו מאכן א שווייג דערפון, איך האף זיי האבן מיך פארשטאנען.

*

יעצט ביים שרייבן די שורות, עטליכע חדשים נאך די אפעראציע, קען איך זאגען אז אלעס איז ברוך השם אין בעסטן ארדענונג ביי מיר. אויפן פארלאנג פון ר' אהרן פעדער בין איך שוין אפילו געווען באזוכן פרישע דאונערס און זיי מחזק געווען אזוי ווי אנדערע האבן געטוהן צו מיר.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן שוין זיין געזונט און שטארק, און די צדיקים וצדקניות פון 'רינועל' זאלן מוזן טרעפן אנדערע אופנים וויאזוי צו מאכן א קידוש השם.

תם ולא נשלם

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג מאי 07, 2017 2:55 pm

א ריזיגן שכח פאר די הערליכע ארטיקעל! אין מילים!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג מאי 07, 2017 3:33 pm

גאר א הערליכע ארטיקל און די זכות זאל אייך אוודאי באגלייטען א גאנץ לעבן .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג מאי 07, 2017 4:54 pm

מוראדיג
נישט נאר די האסט געויינט נאר איך אויך ..........................
מי כעמך ישרא'


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט