ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 13: ר' יוסקע קדוש הי"ד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 13: ר' יוסקע קדוש הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בילד


אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט א דיין מיט'ן נאמען ר' דוד שליסל ז"ל, ער האט פארציילט וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע זיידעס, אז אין די צייטן פון דעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש, האט געוואוינט אין שטאט דזיקוב א איד מיטן נאמען ר' יוסף, גערופן האט מען אים 'ר' יוסקע שוחט', זייענדיג א גאר דערהויבענער איד און א הייליגער אפגעהיטענער איד.

האט זיך געמאכט אמאל, אז דער ר' יוסקע מיט נאך דריי אידן, האבן געדארפט אמאל אויספארן אונטערוועגנ'ס, און אריבער גיין דעם גרעניץ קיין פולין, האבן זיי געדינגען עפעס א שייגעץ א בעל עגלה וואס זאל זיי אריבער שווערצן דעם גרעניץ און אריבער פירן דעם וואסיל טייך וואס האט אפגעטיילט צווישן די לענדער [דער טייך שניידט דורך גאנץ גאליציע און רוסיש פולין, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען אפגעטיילט מיט א גרעניץ], דער שייגעץ האט זיי ארויף געזעצט אויף זיין פיאקער און אזוי זענען זיי געפארן ביז אריבער דעם גרעניץ.

נאכ'ן גרעניץ האבן זיי זיך אפגעטיילט פון דעם בעל עגלה, און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, נאך אפאר טעג ווען זיי האבן שוין געוואלט זיך צוריק קערן קיין דזיקוב, האבן זיי נישט געפינען זייער בעל עגלה, און מיינענ'דיג אז ער איז שוין פון פריער צוריק געפארן, האבן זיי געדינגען א אנדער בעל עגלה וואס זאל זיי אריבער פירן צוריק אהיים קיין דזיקוב.

אנקומענדיג קיין דזיקוב האבן די שטאט'ס לייט געזעהן אז די אידן האבן נישט צוריק געברענגט דעם בעל עגלה, וואס דער סדר פלעגט נארמאל זיין אז ביי אזעלכע נסיעות נעמט מען מיט דעם בעל עגלה אויף דעם גאנצן נסיעה און מ'קערט זיך צוריק מיט אים אויך, האט זיך גלייך אנגעהויבן טומלען אין שטאט, און אפאר גוים האבן זיך נאך געקויפט די מצוה צו טענה'ן אז די אידן האבן דער'הרג'עט דעם ערל טמא, והא ראיה דער שוחט איז דאך מיטגעפארן מיט זיי, מן הסתם האט ער אים זיכער גע'שחט'ן ערגעץ ווי אינטערוועגנ'ס, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען אויף רעדער.

דארט אין דזיקוב האט דעמאלט'ס געהערשט א פריצ'טע א נקיבה א גרויסע קלאפטע און א מעכטיגע מרשעת, און וועלנ'דיג געפעלן אין די אויגן פון אירע גוי'אישע אינטערטאנען, און באווייזנדיג אז זי פירט א ריכטיגע משפט, און גלאט אזוי האט זי דאך געקענט באשטיין זיך צו באסמאקעווען מיט'ן הרג'ענען אפאר אידעלעך, האט זי געלאזט וויסן פאר יעדן, אז זי פערזענליך וועט אנפירן מיט זייער משפט, זי האט באטאנטס אז היות דער ר' יוסקע איז געווען דער אנפירער דעריבער וועט ער אסאך הארבער באשטראפט ווערן, און פון אים וועט זי עקסטער קעיר נעמען, אבער נאר נאכדעם וואס זי וועט מסדר זיין די אנדערע דריי שולדיגע אידן.

דערווייל געהייסן מ'זאל די פיר אידן לייגן אונטער ארעסט. ווי זיי האבן געשמאכט פאר דריי טעג און דריי נעכט, זיצנדיג אין א ענג'ן עיפוש'דיגע צעל אן אריינברענגענדיג קיין שום עסן אדער טרינקען אין זייער מויל, נאך גאנצע דריי מעת לעת ווען די אידן זענען שוין געווען זייער אפגעשוואכט פון דעם געצווינגענעם תענית, האט זי באפוילן מ'זאל לאזן בראטן א שטיקל 'דבר אחר' און מ'זאל דאס סערווירן פאר די אידן, די אויסגערעכנטע רשעות איז אומ'צובאגרייפן, די אידן זענען געווען האלב פאר'חלש'ט און ס'האט זיי כעמט געכאפט א בלמוס, אבער דער באשעפער האט זיי געגעבן די אומ'נארמאלע כוחות, און זיי האבן מצליח געווען זיך צו מתגבר זיין אויף דעם שרעקליכן אומ'דערטרעגליכע נסיון.

ס'געווען וואס האבן פראבירט איינ'טענה'ען מיט זיי אז ס'איז פיקוח נפש, אבער זיי האבן מיט שטאלץ קלאר געמאכט אז ס'נישט ווערט דער גאנצער לעבן, אויף צו ענדיגן מיט זיך מתגעל זיין מיט מאכלות אסורות, און וועלן ליבערשט אויסוועלן צו שטארבן על קידוש שמו יתברך.

ס'געקומען דעם טאג פונעם משפט, וואס איז אויסגעקומען אויף דעם דריטן לעכטל פון חנוכה ז"ך כסלו וואס איז יענעמ'ס יאר געווען א ערב שבת קודש, האט די מכשיפה די נידערטרעכטיגע קלאפטע, צוגעטראטן צו די דריי אידן, און מיט איר אזוי-גערופענע גרויס גוט'סקייט פארגעשלאגן אז אויב זיי וועלן מסכים זיין זיך צו שמד'ן רח"ל וועט זי זיי לאזן ביים לעבן און באפרייען, די אידן האבן זיך פארשטענדליך אויסגעלאכט פון די מכשיפה, און מיט א אויפגעהויבענע קאפ און א אידישע שטאלץ אפגעלאכט און געשפעט פון איר, און זי האט זיי געלאזט הרג'ענען אויפן פלאץ, הי"ד.

נאכ'ן שטילן אביסל איר תאוות הרציחה מיט דאס טויט אורטייל פון די דריי אידן, האט זי זיך אצינד גענומען צו דעם ר' יוסקע, וואס אנגעבנדיג אז ער איז געווען זיכער דער וואס האט אנגעפירט מיט די הריגה דעריבער וועט זי אים פאר'משפט'ן צו געטויעטעט ווערן מיט א מיתה משונה רח"ל.

די פריצ'טע האט אנגענומען דעם הידור פון מצוה בו יותר מבשלוחו, און דעריבער האט זי זיך פערזענליך געפארעט מיט זיין משפט, ביים משפט האט די מרשעת פארשטענדליך געטראפן אונזער ר' יוסקע שולדיג אין די הריגה און האט באפוילן מ'זאל נעמען א גרויסן האלצערנעם פאס, און דאס באשמירן פון אינדרויסן און פון אינעווייניג מיט 'שווארץ אויל' וואס צינדט זיך שווער אן, נאכן ענדיגן באשמירן דעם פאס, האט זי געהייסן אריין לייגן אייזערנע שטריק מיט וואס מ'זאל דעם ר' יוסקע בינדן און קענען פייניגן רח"ל, און ארויסשלעפן דערביי פון פאס ווען זי וועט גליסטן.

דערנאך האט די מרשעת געהייסן מ'זאל דעם ר' יוסקע צו בינדן און אריין געלייגט דעם ר' יוסקע אין דעם פאס, אזוי ווי מ'האט דעם ר' יוסקע אריין געלייגט האט די מרשעת באפוילן מ'זאל אינטערצינדן א פייער פון אינדרויסן, און מ'האט געווארט ביז דער פאס איז געווארן ברי'עדיג הייס פון אינעווייניג אויך, ווען דער פאס איז געווען איבערגעהיצט פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, און דער ר' יוסקע איז שוין שיעור נישט אומ'געקומען פון די אומ'דערטרעגליכע וואונדן, האט די קלאפטע געהייסן מ'זאל מאכן א לאך אינעם פאס, און ארויס שלעפן דעם ר' יוסקע, מ'האט אים ארויסגענומען האלב פאר'חלש'ט און פיל מיט בריען און האלב פארברענט, די קלאפטע האט זיך געוואנדן צו אים און אים געזאגט, זעהסט דאס אז דו גייסט יעצט שטארבן, און פון מיינע גרויזאמע הענט וועסטו זיך נישט ארויס דרייען, איך בין אבער גרייט דיר צו באגאנדיגן אויב ביסטו נאך יעצט מסכים זיך צו שמד'ן רח"ל, נעם איך דיר יעצט ארויס פון דא, און איך וועל דיר אויסהיילן און געבן אלס'דינג גוט'ס, ווי נאר ר' יוסקע האט געזעהן ווי די קלאפטע ציהלט, האט ער זיך איינגעבויגן מיט זיין ביסל כוח וואס ער האט נאך געהאט אין זיך און אנגעהויפן ביידע הענט מיט זאמד פון די ערד, און האט מיט זיין גאנצע כח וואס ער האט נאך פארמאגט דאס אריין געווארפן די קלאפטע אין איר מויל, און דערמיט איר פארשטומט געמאכט פאר א וויילע, און דעמאלט'ס האט ער אויסגעשריגן מיט א הויך קול 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד', און איז פון זיך אליינ'ס צוריק אריין געשפרינגען אינעם פאס אריין, נישט געבנ'דיג פאר די קלאפטע נאכאמאל דאס פארגעניגן אים צו פייניגן נאך און נאך, און האט אויסגעהויכט זיין נשמה דארט אויפן פלאץ, אין יענעם ערש"ק ז"ך כסלו נר ג' ד'חנוכה הי"ד.

יענעם ערב שבת קודש, האט דער הייליגער בעל שם טוב זיך אנגערופן די קדושי דזיקוב זענען אויסגעגאנגען על קידוש שמו יתברך, און מיר האבן געהערט אז זייער נשמה איז ארויסגעפארן מיט'ן זאגן 'גוט שבת', ויצאה נשמתם באמירת גוט שבת.

די פריצ'ע איז דאך געווען זייער פארשעמט פון די אקט, האט זי באפוילן מ'זאל דעם הייליגן קערפער פארברענען ביז אויף אש, און נעמען דעם אש, און דאס צושפרייטן אויף דעם וואסיל טייך, אנגעבנדיג אז זי ווייסט אז אויב מ'באגראבט די אידן זיי קענען זיי זיך נוקם זיין, דעריבער בעהט זי מ'זאל צושפרייטן דעם אש און אים נישט בא'ערד'יגן, כדי דער ר' יוסקע קדוש זאל נישט קענען זיך נוקם זיין אין איר.

א פאר טעג שפעטער האט זיך געמאכט, אז די מכשיפה די מרשעת איז אויסגעקומען צו פארן איבער דעם וואסיל, און זייענדיג אין דעם וואסיל, איז געקומען צו פליען צווי פויגל, זי האט זיך גענומען שרייען מיט שרעק, ראטעוועט'ס מיר, דער ר' יוסקע איז געקומען זיך נוקם זיין אין מיר, אבער נאך פאר וואס ווען, האבן די צוויי פייגלעך איר אויסגעשטאכן די צוויי אויגן, זי האט גלייך אנערקענט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינונג, אז אינמיטן דעם וואסער זאל ערשיינען צוויי פייגל, און נישט ווי זייער געוואוינהייט, זאלן זיי אריין שטורעמען אין אירע אויגן, און זיי אויסשטעכן, פאר פחד איז זי גלייך צוריק געפארן צו זיך אהיים, אבער נאך איידער וואס ווער ווען, איז זי קראנק געווארן און אריין געפאלן אין בעט.

אפאר טעג שפעטער בא הרוג ברגלו, און דער אלטער בעל עגלה האט זיך אפיר געזיכט און אנגעקומען צוריק אהיים, יעצט האט זי שוין טאקע איינגעזעהן אז זי האט אומזיסט שופך דם געווען פון די דריי אידן בכלל, און פון דעם ר' יוסקע קדוש בפרט, האט זי באפוילן אז מ'זאל אנהייבן טיילן ווייץ פון איר שייער אויף איר חשבון כדי זיי מיט כאטש עפעס פארגיטיגן, דערווייל האט איר עונש נישט געשפעטיגט צו קומען, און זי איז געווארן שטערבליך קראנק, ווערנדיג א האלבע אינוואליד ב"ה, און איר קערפער האט אנגעהויבן שימלען, און פאלן שטיקער, ווען ווארים קריכן ארויס פון איר קערפער, אזוי האט זי זיך געפייניגט מיט שרעקליכע יסורים פאר א שיינע פאר חדשים, ביז זי איז ענליך אויסגעלייזט געווארן פון אירע שרעקליכע שמערצן און אפגע'פייגערט' מיט א מיתה משונה, פארן פייגערן האט זי באפוילן איר משפחה אז ווילאנג ס'וועט נאך עפעס בלייבן פון מיין געלט, זאל מען ווייטער שטיצן די משפחה פון דעם ר' יוסקע כדי זיי צו איבערבעטן.

נאך א לענגערע צייט פון א שיינע פאר יאר, האט די משפחה מחליט געווען אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן געבן געלט, ווייל וויפיל איז דער שיעור אז זיי זאלן לעבן אויף קעסט פון זייער קאסע, אבער גלייך דערנאך איז איינער פון די משפחה גלייך שווערליך קראנק געווארן, האבן זיי זיך שנעל צוריק געכאפט און אנגעפאנגן צוריק צו געבן געלט, און יענער איז צוריק געזונט געווארן. דאס האט אנגעהאלטן ביז די ערשטע וועלט מלחמה האבן נאך אירע אייניקלעך געשטיצט דעם ר' יוסקע קדוש'ס אייניקלעך.

ווען ס'איז אריבער איבער 100 יאר פון די מעשה, האט די משפחה מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, און זיי האבן געסטאפט צו געבן, ווי נאר זיי האבן געסטאפט צו געבן, האט אויסגעבראכן א מאסיווע פייער וואס האט פאברענט זייער גאנצע האב אין גוט'ס, די מעשה האט דעמאלט'ס אפגעקלינגען א וועלט, און ס'איז געווען באשריבן אפי' אין איינע פון די לאקאלע צייטונגען אין טאראנטא, שאפנ'דיג א געוואלדיגע קידוש ה', צו זעהן אז אית דין ואית דיין.

יארצייט ז"ך כסלו
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

הערליך זייער הנאה געהאט!
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

גאר אינטערסאנט און הערליך אפגעשריבן.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שוין געהערט בעבר פון ר' יוסקי הקדוש, אבער קיינמאל נישט געוואוסט וואס די מעשה איז געווען,
ייש"כ פארן שרייבער זייער שיין און גוט אפגעשריבען קורץ און שארף.

נאר איין הערה איז נישט דער ר' דוד שליסל אן אייניקל פון ר' יוסקי?

(האסט צייט צו ענפערען ווען מ'געט ארויס די נעמען)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג

אן אמת'ע דראמאטישע מעשה גוט אראפ געשריבן
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

מה פתאום??? האט געשריבן:

אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט א דיין מיט'ן נאמען ר' דוד שליסל ז"ל, ער האט פארציילט וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע זיידעס,


שיין אראפגעשריבן

איין הערה:
דער באקאנטער גאון וצדיק נשגב ר' דוד שליסל זצ"ל ראב"ד מונקאטש האט דערציילט וואס ס'האט פאסירט מיט זיין זיידן ר' יוסקע קדוש וכו'
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

א שיינע מעשה

גאר רייך געשריבן!!

וועלן מיר דאס אוועק לייגן, אויף דעם קומענדיגן יאר צייט

גראדע זעה איך אז היינט איז זיין יא"צ
זעהט אויס אז דעריבער האט אייוועלט געווארט ארויסצוקומען מיט די ארטיקלעך ביז היינט, כדי צו ארויסקומען לרגל די יא"צ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א רחמנות אויף רבי יאסל קדוש, א נקמה אין די מרשעת!
ווער עס האט עס געשריבן האט מיר מחיה געווען.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בלוטיגע שטיק היסטאריע, פיין אפגעשריבן.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נאר איין הערה איז נישט דער ר' דוד שליסל אן אייניקל פון ר' יוסקי?

(האסט צייט צו ענפערען ווען מ'געט ארויס די נעמען)


חכם לב האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:

אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט א דיין מיט'ן נאמען ר' דוד שליסל ז"ל, ער האט פארציילט וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע זיידעס,


שיין אראפגעשריבן

איין הערה:
דער באקאנטער גאון וצדיק נשגב ר' דוד שליסל זצ"ל ראב"ד מונקאטש האט דערציילט וואס ס'האט פאסירט מיט זיין זיידן ר' יוסקע קדוש וכו'

האב איך שוין דעם תירוץ א דאנק.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קיינמאל געהערט. ווי לכאורה זאגט, א בלוטיגע שטיקל היסטאריע. הי"ד
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג

אן אמת'ע דראמאטישע מעשה גוט אראפ געשריבן
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום.

יישר כח פארן שרייבן
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

זייער א שיין און באלערנד שטיקל היסטאריע
שכוח
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

די מעשה איז געדריקט אין ספר אהל תורה פון הרה"ג ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:די מעשה איז געדריקט אין ספר אהל תורה פון הרה"ג ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב

לינק ביטע אויב מעגליך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך האב אמאל געהערט די מעשה, אבער נישט אזוי קלאר ווי דער האט עס דא אראפ געלייגט!

יישר כח!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:די מעשה איז געדריקט אין ספר אהל תורה פון הרה"ג ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב

לינק ביטע אויב מעגליך

איך האב עס אינדערהיים
https://www.google.co.uk/maps/place/Lon ... -0.0764353
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:די מעשה איז געדריקט אין ספר אהל תורה פון הרה"ג ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב

לינק ביטע אויב מעגליך

איך האב עס אינדערהיים
https://www.google.co.uk/maps/place/Lon ... -0.0764353


גילוי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אין דעם דזיקובער יזכור בוך (טרנובז'ג) ווערט אויך געברענגט די מעשה מיט קליינע שינויים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:די מעשה איז געדריקט אין ספר אהל תורה פון הרה"ג ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב

לינק ביטע אויב מעגליך

איך האב עס אינדערהיים
https://www.google.co.uk/maps/place/Lon ... -0.0764353


גילוי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:

זאאם אריין העסטו זען אז עס איז א רעסטוראנט דארט.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

Wowowow

זייער אינטערסאנט!!!!!!!!!!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

אינטערעסאנטע געשיכטע
אייביג צום פינטל...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”