ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 11: ווען דער באס דרייווער איז בלינד

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 11: ווען דער באס דרייווער איז בלינד

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 12:11 am

בילד


אין א שיינענדיגע פעקל ליגן די ווייטאמינען, הערליך רעפרעזענטירט, עס ציעט אן אויג. די קאפסול פארשפרעכט אייך צו האלטן געזונט און פריש, פאקוסירט, אויף, און פרייליך. טייל וועלן אפילו קעיר נעמען פון אייער עין הרע פאר די זעלבע פרייז.

שוין לאנג וואס אייזיק טראכט אז מען דארף עס גיבן א שאנס, אויב קען עס האלטן פאקוסירט אין די נאכמיטאג שעות איז עס דאך ממש וואס ער זוכט! אבער כאן הבן שואל כסף מנלן... אזא פעקל גייט פאר דריי מאות שקל כסף עובר לסוחר, און דאס איז ווייט פון א לוקסוס אויף וואס ער גייט ספענדן זינט איר גאנצע שוויות איז נאך ביי אים מוטל אין א גרויסע ספק.

בלעק פריידעי! וואו מ׳קריכט הערט מען נאר דאס, די פראמאציעס פאלדער נעמט אריין צענדליגער אימעיל׳ס א מינוט, עס איז די הייסטע סעזאן! לויפט און קויפט! די וויטאמין פירמע איז נישט קיין יוצא מן הכלל, זייער שרייעדיגע עדווערטייזמענט ״דרייסיג פראצענט אראפ!״ האט געמאכט די דשאב מיט אונזער אייזיק און ער האט עס געקויפט.

ביים זעהן זיין פראדוקט האט ער זיך עפעס דערמאנט...

אייזיק זיצט אויפן רעקליינער, די צייטונג אויסגעשפרייט אויף זיינע לענדן, נארוואס געענדיגט נאכטמאל נאך א שווערן טאג, וואגן זאל איינער זיך אים צו שטערן היצט!

דאס ווייבל קומט אריין, ״אייזיק! מיין מאמע האט יעצט אויפגעקלינט איר ווענעטי פאר פסח און איך האב זוכה געווען צו אירע פארבליבענע ווייטעמינען! עס איז נאך אין זייער א גוטע קאנדישאן... בלא בלא בלא...

אייזיק גיבט א ברעטשע ארויס, הער שוין אויף מיט די דמיונות, יעצט גיי איך עס דארפן נעמען יעדן טאג? שיט עס זיי מוחל ביטע אריין אין מיסט קאסטן און טרעף דיר גרעסערע אוצרות ביי דיין מאמען.

א הערליכע ספר איז יעצט אין דרוק און וועט זיין צו באקומען נישט פריער ווי א חודש, זאגט משה פאר יענקל מיט אזא סאפיסטיקירטער שמייכל אויף זיינע לעפצן ווי צו זאגן פרעג מיר נישט פון וואו איך ווייס, איך האב מיר מיינע מקורות...

ער זאגט גוט, דרש׳נט דער חכם ווייטער, איך האב ביי מיר א פידיעף פייל פון א חלק פון די ספר, איך זאג דיר, דער מחבר איז פיינע נייעס! דער גייט צווישן די טראפן און ברענגט ארויס געוואלטיגע ענינים. בעצם איז עס נאכנישט אפיציעל, רייצט משה ווייטער, עס האט ארויסגעליקט אויף די אינטערנעט, איך זאג דיר עס איז פריש ווי די רוחות!

יענקל, א טיפישער כולל אינגערמאן וואס ווייסט ווייניג איבער אינטערנעט און פידיעף פייל׳ס שפירט אז עפעס מעכטיג טוט זיך דא אפ אונטער זיין רוקן, ער בעט גלייך, שיק מיר עס ווען עס קומט ארויס... איך בין גרייט צו באצאלן וויפול דער וועט נאר נישט בעטן...

א חודש שפעטער:

יענקל דאוונט שחרית אין זיין טעגליכע מנין, ווען דער ירושלים׳ע איד קומט צו מיט א האנטפול קוואדערס, ״צדקה״, יענקל ווי זיין שטייגער איז אים מכבד מיט א דיים, אבער אומערווארטעט ציט יענער פלינק ארויס פונעם בוזעם טאש א קונטרס און שטרעקט עס אויס צו יענקל.

שוין ווייטער קומען זיי דא מיט שמות, די ברסלב׳ע חברה... יענקל נעמט דעם קונטרס און רוקט עס אריין ערגעץ אין א ווינקל, לאמיר ליבערשט פארגעסן דערפון.

אייזיק נעמט טייערע וויטאמינען און ווארפט זיי אין מיסט, גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און ער צאלט צוויי מאות פאר אקוראט דעם זעלבן שפיל. יענקל ווארט קוים א געוויסע ספר זאל ארויסקומען, ווען עס איז שוין ענדליך אינדרויסן רעגט ער זיך גאר אויף דעם וואס פארקויפט עס אים פאר א ניקל!

דיין ערשטע ציגארעטל האסטו געגליכן? רוב רויכערער וועלן ענטפערן ניין. דאן פארוואס האסטו אנגעהויבן? עההםם...

רוב מענטשן מאכן נישט קיין החלטות באזירט אויף שכל. געפיל שפילט די עיקר ראלע אין כמעט יעדע החלטה, און געפילן זענען נישט משועבד צו פאקטן. זיי פירן זיך זייער קרעמל און לאזן די דעת אינדרויסן.

מארקעטינג טארגעט די געפיל פונעם מענטש ווייל דאס איז דער ענדגילטיגער שופט.

ווען א מענטש זעהט א זאך ווערן פארטיילט בחנם קומט גלייך ארויף א געפיל וואס טענה׳ט אז דער חפץ איז טאקע ווערט וויפול עס קאסט. און אז עס איז גארנישט ווערט גייט עס אין שמות אן קיין פיפס.

איבערגעלאזטע ווייטעמינען ביים שוויגער? פארוואס זאל עס מיר לוינען? אבער ווען מען קען האבן א זאך וואס קאסט באמת 300$ פאר 250$ דאן איז עס א מציאה, אין א מציאה לוינט זיך משקיע צו זיין. נישט אזוי?

פארציילט א בחור: אין מיין ערשטע יאר פון ישיבה גדולה האב איך געלערנט אין א קליינע ישיבה, ציגארעטלעך איז געווען א מציאה גדולה, איינער וואס האט פארשאפט א שאכטל אלטע סיגריות האט געקענט פארקויפן פאר צוויי טאללער א שטיקל. אין א סעזאן וואס עס האבן זיך געדרייט ציגארעטן אין ישיבה איז נישט געווען קיין גרעסערע שמחה פון דעם... מען פלעגט רויכערן און שפירן א טעם גן עדן התחתון אויף די וועלט. נאך אזא ציגארעטל האט שוין גארנישט אויסגעפעלט, עס האט געמאכט דעם טאג...

שפעטער בין איך אריבער לערנען אין א ריזיגע ישיבה, ציגארעטן האבן זיך געגאסן דארט ווי מצה וואסער, זעקס טאלער א שאכטל, 50 טאלער א קארטאן... די גאנצע מעשה האט פארלוירן איר טעם... די געשמאק איז נישט געווען צו פארגלייכן.

אין די קליינע ישיבה אויב האט מען געכאפט איינעם רויכערן איז ער געפלויגן. איך פלעג זיך באהאלטן בחורים ובסדקים, גערויכערט, געגעסן מינט קענדי׳ס אפצושוואכן דעם ריח נודף... אין די גרויסע ישיבה איז עס געווען מותר, און טאקע צוליב דעם האט עס נישט געהאט קיין שום טעם...

שלמה דער שנה ראשונה אינגערמאן נעמט אויף זיין באנק סטעיטמענט מיט א קענטיגע שמייכל, כאטש איינער איז זיך מרחם און לאזט נישט דעם פאסט קעסטל שימלען טראכט ער צו זיך בשעת ער עפנט אויף דאס בריוול מיט נייגער, אבער די פרייד האלט נישט אן צו לאנג...

פיר טויזנט דאלער? איינער ניצט מיין דעביט קארטל! א טיפערע אריינבליק אינעם סטעיטמענט מאכט אבער נאכאמאל קלאר די מאמר חז״ל פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול. נישטא קיין געלט, וואו גייט מען ווייטער פון דא?

דער פינאנציעלער עקספערט גייט איבער דעם סטעיטמענט און פרעגט, וואס איז די 75$ דא? ״דאס גיי איך צאלן חודש׳ליך פאר אוצר החכמה די קומענדיגע צוויי יאר, עס איז א קלייניגקייט... און עס לוינט זיך פאר די געלט״.

און וואס קויפט א קאפל אין גראסערי פאר 700$ א חודש? ״קוק אהער, בעצם בין איך געדעקט מיט פוד סטעמפס סאו באמת קאסט מיר עס נאר 300$ א חודש דאס איז דאך שוין גאנץ נארמאל... ניין?״

דער אינגערמאן איז נישט משוגא... זיינע געפילן זענען, און נאך ווי... און דערווייל דערלייגט ער די הויזן און בלייבט קוים מיט זאקן אויף שבת צו מאכן.

ווען מיר מאכן החלטות איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דאס וואס קוקט אויס ריכטיג און גוט אויפן ערשטן בליק מוז ווייט נישט שטימען מיטן רעאליטעט, בעפאר מיר גייען צו צו סיי וואס ברויך מען אין באטראכט נעמען אז פון הינטערן באוואוסטזיין ווערן פארארבעט מעשים און אויב לאזט מען זיך פירן קען עס באגראבן דעם מענטש.

איך ווייס, עס ציעט. אבער דאס איז אויבערפלעכליך. גיב עס א טאג, בארואיג די ערשטע געפילן, לאז שכל אריינקומען אין בילד. זי דארף שפילן די הויפט ראלע. אויב נישט וועט מען נאך חרטה האבן.

דיין בודשעט שטימט נישט? הייב נישט אן צו שניידן הינדערטערס, עס וועט נישט העלפן, אגרעסיווע טוישונגען אהן קיין חשבון קומען ווייטער פון אומדורכגעטראכטע געפילן. נעמט זיך פאר צו טראכטן מיט שכל בעפאר איר מאכט א טראנזאקציע, צוביסלעך וועט די פרוטה פרוטה מצטרפת מעטאדע אנהויבן צו ארבעטן און איר וועט אייך טרעפן צוריק אויפן טרעק.

אין וועלכע חדר זאל איך שיקן מיין קינד? וועלכע דשאב זאל איך נעמען? וויאזוי דארף איך באהאנדלען מיין זוהן׳ס עברי שוואכקייט? אויב מען גייט נישט גלייך מיט געפיל רינט אריין די שכל און דאס איז די רעצעפט פאר פאסיגע החלטות.

חברה! איר זענט אלע קלוגע מענטשן! מאכט נאר זיכער די געפיל זאל אייך נישט פארשאטענען.

געפיל איז א מתנה פון הימל און ווי יעדע בריאה טוט זי איר פליכט לטב ולמוטב, ניצן געפיל אן אחריות איז נישט קיין קלוגער אקט. אבער אסאך קלוגע מענטשן מאכן דעם טעות.

זינט געפיל איז נישט קיין שכל שטימט עס נישט מיטן שכל. מאדנע פאראדאקסן טרעפן זיך ביי די שענסטע משפחות ווען געפיל קומט אריין אין בילד. ווען די געפיל הייסט קויפן ווייטעמינען קויפט מען. ווען געפיל הייסט אוועק ווארפן ווארפט מען. געפילן שרעקן זיך נישט פאר קיין סתירות, געפילן שטימען נישט, עס איז אט דאס, א געפיל.

אונזער פונקט איז א רעצעפט וואס זאל געניצט ווערן אין אלע ערליי שפייזן. די אנערקענונג אז געפיל איז דער ערשטער מאן דאמר, די אנערקענונג אז געפיל איז נישט דאס וואס ״דו״ האלטסט. די אנערקענונג אז ווארטן אויפן שכל פלוס קען פארבעסערן אייער לעבן קוואליטעט, איז ווערט כל הון דעלמא.

חכמה, בינה, דעת. איז די ריכטיגע וועג. דעת, בינה חכמה. איז א רעצעפט פאר דורכפאל. חמה און בינה זענען די שכל אייגנשאפטן מיט וואס מיר זענען געבענטשט. דעת איז מקשר צווישן שכל און געפיל. נאכן ניצן שכל איז א גוטע געפיל זייער א געשמאקע צושפייז. אבער נאכן ניצן געפיל געיאגטערהייט קומט שכל ווי א ביטערע פיל וואס וועקט אויף צום דורכגעפאלענעם רעאליטעט.

דער מענטש מיט אלע אירע רמ״ח אברים איז אנגעהאנגען אינעם מחליט, דער וואס מאכט די החלטות האט זיי ביים גארגל, זיין החלטה קען זיי מאכן שיינען אבער אויך פארטונקלען. פארשטייט זיך אז די אחריות איז גרויס.

לאזן געפיל זיין דעם מחליט איז ווי איבערגיבן א באס פול מיט פאסאנדשירן אין די הענט פון א בלינדן טרייבער.
לעצט פאראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצמבער 27, 2016 9:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 4:15 am

וואף... דער רעד ווערטער צו די זאך... מיר זענען אלע אינעם זעלבן פעקל.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 10:31 am

גערעיטעד אלס #1 אין תוכן אין היי יאריגן פארמעסט דורך די שעפעלע פארשער.

אמת'דיגע קלארע געדאנקען, וואונדערבארע שריפט, און קריעטיוו.

מגליך די היט פון די פארמעסט (אין מיינע אויגן)


(ווער ס'ווייסט נישט ווער ס'האט עס געשריבן זאל זיך קויפן נייע אויגן גלעזער.. :? )

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 11:39 am

א הערליכע ארטיקל מיט א שיינע תוכן.
1#
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 11:41 am

ציפעדיג ריכטיג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 11:41 am

דער מעסעדזש איז שטערקער פון וואס איר קלערט!
זייער א גוטער נקודה, זייער גוט ארויסגעברענגט!
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 12:39 pm

שיינט צו זיין איינער פון די בקיאים אין חכמת הנפש אויף אונזער וועלטל
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:27 am

יהודי האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל מיט א שיינע תוכן.
1#
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 10:47 am

שיינע געדאנק, מיט גוטע משלים.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

To the Point
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 1:49 pm

תגובהדורך To the Point » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:07 pm

וואס האט די קעפל מיט די ארטיקל?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:09 pm

ענדיג די לעצטע שורה
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 2:13 pm

גאר א שטארקע געדאנק!

ארויס געברענגט אויף א קלארע אויפן
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 8:49 pm

יאפ. גוטע פוינטס!
א גוטע שרייבער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 3:00 am

,זייער הנאה געהאט. שיין אויסגעשמועסט.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 6:41 am

Wow. דאס איז מעכטיג. טענקס פארען שרייבען.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 7:16 am

לכאורה האט געשריבן:שיינט צו זיין איינער פון די בקיאים אין חכמת הנפש אויף אונזער וועלטל

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 01, 2017 11:58 am

גוט געזאגט. עה וואס גוט, געוואלדיג.
און יא אמת.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5940
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג ינואר 02, 2017 4:51 am

און איך נעבעך האב אנגעהויבן טשעקן יעדע מאל כ'גיי ארויף אויף א באס צו דער דרייווער איניש בלינד ל"ע...

אראפגעלייגט א שטארקן מעסעדזש מיט א רייכן פעדער און שווה לכל נפש! גאר שטארק!
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:47 pm

טריסקער האט געשריבן:אראפגעלייגט א שטארקן מעסעדזש מיט א רייכן פעדער און שווה לכל נפש! גאר שטארק!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג ינואר 08, 2017 5:08 pm

אוי ווי גוט דער שרייבט!

אבער וועס קעמיר טון דאס איז אין אונזער דזשינס, מיר זענען א 'עמא פזיזא' דמקדמין...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:39 pm

געשטימט פאר דעם ארטיקל

דאס איז געווען מיין ערשטע טשויס באלד ביים ליינען זייענדיג די מערסט תוכנ'דיגע ארטיקל אינעם פארמעסט. איך גלייך אזאנע ארטיקלען

בפרט נאך די שפראך. צוקאש!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:44 pm

פארוואס האט מען נישט געלייגט דא די נאמען פון די שרייבער?...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:53 pm

געוואלט פרעגן פריער..


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט