ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 9: די הויז אויף מאסטאווע

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

יישר כח פאר אלע קאמענטירער און קאמפלימענטן

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 15, 2017 1:17 pm

יישר כח פאר אלע קאמענטירער און קאמפלימענטן!

דא אויפן וועלטעל איז דאס די איינציגסטע מאטריאל און גאזאלין פארן שרייבער ווייטער אנצוגיין מיט זיין עבוה''ק, מהנה צו זיין זיך און אלע חשובע ליינער.

האלט אייך נישט צוריק, באדאנקט אייך.
און פארשטייט זיך אויך הערות און הארות קען אלעמעל צוניץ קומען אויף ווייטער.

מיט פיל דאנק פון פאראויס.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג ינואר 15, 2017 1:21 pm

האסט מיך דראמאטיזירט צו די מאקסימום, און ביי די קלימאקס מיך געגעבן אזא לאז איבער אזוי פארפרוירענערהייט אזש ס'האט גענומען אפאר מינוט צו כאפען פונקטליך ווי איך געפין מיך.

טענקס און געדענק אז מיר ווארטען אנגעצויגענערהייט אויפן פארזעצונג.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4864
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג ינואר 15, 2017 1:39 pm

איך שטיי דא מיט איין פיס אינעם העליקאפטער, עפעס פייפט, ס'שפעט... שרייב נאר שרייב!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג ינואר 15, 2017 1:48 pm

מר. ראשעקאל א פלעזשער צו ליינען! קיעפ אן!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג ינואר 15, 2017 1:50 pm

נישט אימזינסט געווינען די פארמעסט ...
ביטע מאכן אן עקסטערע אשקול פאר הערות

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג ינואר 15, 2017 2:34 pm

גיי שוין ווייטער פאר די חברה שיסן אראפ דעם העליקאפטער.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג ינואר 15, 2017 2:36 pm

מעסיוו דזשאב!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג ינואר 15, 2017 2:41 pm

שמש האט געשריבן:ביטע מאכן אן עקסטערע אשקול פאר הערות
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג ינואר 15, 2017 2:42 pm

ע''פ בקשות די ראש הקהל בעט מען אז מזאל דא שרייבן אלע הערות כדי נישט צי שטערן משה דארטן אין קראקא :twisted:

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 15, 2017 2:42 pm

גאר א מעכטיגע ארבעט מיר קוקן ארויס מיט גרויס שפאנונג אויף ווייטער
באמת א דאנק !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג ינואר 15, 2017 2:54 pm

שטארק!

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג ינואר 15, 2017 4:20 pm

אויסערגעווענליך! ישר כח
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שחום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » זונטאג ינואר 15, 2017 5:25 pm

שמש האט געשריבן:נישט אימזינסט געווינען די פארמעסט ...
משה כספי האט געשריבן:מר. ראשעקאל א פלעזשער צו ליינען! קיעפ אן!

עין טובה האט געשריבן:גיי שוין ווייטער פאר די חברה שיסן אראפ דעם העליקאפטער.

יואב בן צרויה האט געשריבן:מעסיוו דזשאב!

eller האט געשריבן:גאר א מעכטיגע ארבעט מיר קוקן ארויס מיט גרויס שפאנונג אויף ווייטער
באמת א דאנק !

מה פתאום??? האט געשריבן:שטארק!

חלהדעקל האט געשריבן:אויסערגעווענליך! ישר כח

={'}
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 15, 2017 9:55 pm

מאסיוו!!

#כאפט_א_פחד_אלערט

אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובהדורך דער וואוילער » דינסטאג ינואר 17, 2017 3:13 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג ינואר 17, 2017 5:20 pm

ר' בערל, ביסט מורא'דיג !
כהאב נאכנישט געליינט די צווייטע חלק, אי"ה. איך מיז עס ליינען !
אפשר מאך עס פאר א PDF וועל איך עס קענען ליינען שבת אויפן פאטעל . תודה
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » דינסטאג ינואר 17, 2017 5:23 pm

ביטע נישט קאמענטירן דא, איך באקום א מעסעזש פון יעדע קאמענטאר, ביטע שרייבטס נאר אינעם אשכול וואס איז דעזיגנירט געווארן דורך די עסקנים
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=32474
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:52 am

בס''ד

פערדער פארזעצונג:

די שארך פון יעדע אראפגעפאלענע בלעטל וואס האט זיך געשאקלט מיטן ווינט, האט געמאכט אויפציטערן באריס מיט זיינע חברה, ביז זיי האבן ענדליך מיט גרויס פלאג און מיה דערגרייכט די וועלדעל אונטערן רויטן שטאל, אן אנטעקט צו ווערן.

דאן האט זיך אנטפלעקט פאר זייערע אויגן דאס וואס באריס האט שוין פון פריער נישט געקענט זיך פארשטעלן אין טיפסטן געדאנק.

א פולקאמער ראן וועי מיט אלע פיטשיווקעס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, פון די שטאל וואס האט געדינט ווי א געהעריגע מאדענעזירטער הענגער פאר א קליינעם פליגער, האט זיך געצויגן ארויס פון די אונטערשטער טיר אריין אין וואלד.

גאר פאכמאניש און קונסטליש אויסגעשניטן צווישן די ביימער איז געווען א וועג, אז א קליין עראפלאן זאל קענען אדורך שניידן דעם וואלד ביז צו א גרויסן אויסגעהוילטען שטח אין מיטן וואלד פון ווי א קליין פליגער זאל זיך קענען הייבן.

באריס איז פון מינוט צו מינוט געווארן מער און מער אנטשלאסן יא אויסצופירן זיין מיסיע ביזן סוף, כאטש עס איז געווען אומריעליסטיש און אן קיין געהעריגע מיליטערישע סטראטעגיע, צו גיין שטורעמען א מיליטעריש פעסטונג ערגעץ ווי אין די וויסטעניש, ווי עס זענען צוזאמענגענומען א שיין צאל פון זייערע מיטגלידער, אין די צייט וואס זיין גרופע באשטייט פון סך הכל דריי געלערנטע רוסישע קאמאנדאס, טאקע גאר געשולטע קעמפער, אבער נאך אלץ אן קיין געהעריגע מאשינערי אפצוציען פון דא אין צייט פון נויט.

די אמביציעס אבער און זעלבסט ווירדע האבן אים געטריבן מיט ענערגיע ווי פון א מאסיווע פאוער פלענט אן קיינע חשבונות, ער מוז אויספירן.

באריס האט גענומען א פאזיציע אין שאטן פון א ווילדער פלאנצונג אונטער איינע פון די פענסטערס ווי די גרויסע ווילד באוואקסענע בלעטער האבן פארדעקט אים מיט זיינע באגלייטער.

און פון דארט אנגעהויבן אבזעווירן די פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן אינם גרויסן זאל ווי עס זענען געווען צוזאמענגענומען צענדליגע יוגענטליכע געקליידעט און די זעלבע מונדרין.

איין זאך האט אים בארואיגט אז די יוגענטליכע זענען נישט געווען באוואפענט.

* * *

מאטי האט זיך ערוועקט פון זיין אומרואיגע דרימל וואס ער האט עספיעט אריינצוכאפן אין דעם עקלהאפטיגן ביידל, פון די האסטיגע בילן פון א ווילדן אנגערייצטן הינט.

גלייך דערויף האט זיך געהערט די אפקלאנג פון שווערע שטיוול טאפען אין די נאסע ערד, וועלכע דערנענטערן זיך צו אים.

מאטי האט זיך גענומען ווארפן אלע גלידער פאר שרעק און קעלט אינאיינעם, ממש ארויס פון קאנטראל, די קניען זיינע האבן זיך געהאקט איינע אין צווייטן ווי מיט האמערס אז ער האט זיך נישט געקענט האלטן אויף די אייגענע פוס.

א גרויסע שווארצע הונט אזוי גרויס ווי א קאלב האט זיך באוויזן ביי דעם אויפגעפראלטן טיר צום ביידל ווען פון אונטער אים באווייזן זיך צוויי גרויזאמע פארשוינען.

שטיי אויף האבן זיי געשטורעמעט.

מאטי איז אפילו נישט געווען בכח זיך אונטערצוהייבן.

א האנט פלאך אזוי גרויס ווי א זיץ ארט פון א בענקל האט אים אין א מינוט ארונטער געהויבן פון ארט און געפירט ביים קארג ווי א פעקל געשלאגענע עופות.

ווי נעמט איר מיר האט מאטי זינלאז געפרעגט, א הילכיגע געלעכטער באגלייט מיט א שארפע גערוך פון רוסישע וואדקע איז געווען די ענטפער פון זייערע פארגרעבטע מיילער.

דו ווייסט נישט וואס עס ווארט דיר, דו געמיינע יודע, הא, איז לאמיר דיר אביסל פארציילן, האט זיך דער האלבער שיכור אויף זיינע וואקעלדיגע פוס שוין נישט געקענט איינהאלטן.

עס קומט היינט נאכט פאר א רייכע פראגראם, אוי גייען מיר זיך אונטערהאלטן.

און דו האסט די געוואלדיגע געלעגנהייט, ווייל דו האסט זיך צאמגעכאפט מיט אונזער קאמאנדיר פון 'די מאסטאווע הויז'.

האסט זיך נאך דערוואגט אונז צו בארויבן מיט גאר געהיימע מאפעס, וואס אז דאס ווערט אנפלעקט פארן המון עם, איז אונזער פירער און זיין גאנצע גרופע און גאר א געפארפולע צושטאנד, און קען אומווארפן אלע אונזערע פלענער פאר די בעפארשטייענדע תקופה ווי א שאכטל קארטלן.

האסט פראבירט צו זיין קלוגער ווי איהם הא, יא.

איז הער צו, אויפן גוטהייסונג פון גרויסן פירער האט מען דיר דא אהערגעבראכט אז דו זאלסט שוין זעהן מיט דיינע אייגענע אויגן אונזער גאנצער מאכט און מעכטיגער קראפט, וואס וועט שוין דינען פאר א גוטע פארשפייז פאר אונזערע יונגע קאדעטן מיטגלידער אין אונזער מעכטיגער פארטיי, וואס מען דארף טוהן עווענטועל מיט אלע שמוציגע יודעס פון איבער די גאנצע וועלט.

נאך א מיליטערישע צערמאניע אין שפיץ פון אונזער קאמאנדיר ווי אונזער גרויסער פירער וועט ערשיינען, וועט מען דיר ווארפן צו דעם ריזיגן אנגערייצטן הינט וואס וועט דיך בליץ שנעל צוריייסן און פארציקן לעבעדיגערהייט מיט זיינע וואלפישע ציינער אויף פיץ שטיקלעך, און דאן וועט דיין איבערבלייבעניש זיין צו באמיסטיגן די ארומיגע פעלדער.

כא כא כא, האבן די חברה געקוואלן פון פרייד, איבער זייער גלענצנדע געלעגנהייט אומצוברענגען אזוי בארבאריש א שמוציגע יודע.

מאטי האט געטרייסלט פון קאפ ביז פוס, זיינע האר זענען אלע געשטאנען מיטן קאפ ארויף אין די הייעך ווען די ציינער זיינע ציטערן אן אפשטעל, פאר די אויג האט ער שוין נאר געזעהן שווארץ.

א קליין פונק האט נאך געטוליעט ביי אים אין הארץ, דערמאנענדיג זיך די מאמר חז"ל אפילו חרב חדה מונחת על צוארו אל יתייאש מן הרחמים.

ווי נאר מאטי איז אריינגעברענגט געווארן אין גרויסן זאל אין דעם רויטן שטאל, איז ער איבערגעגעבן געווארן אין די האנט פון דעם ריזיגען געשטאלט פונעם קאמאנדיר, וועמענס בארבארישע אויגן האט מאטי גלייך דערקענט פון זיין ערשטן באזוך ביי 'די מאסטאווע הויז'.

*

אין יענע סעקונדע האט באריס פון זיין פאזיציע ביים פענסטער באשלאסן, איך קען עס מאכן.

דער זעקס פיסיגער ריז זעהט אויס די איינציגסטער באוואפענטער דא אין זאל, מיט אים וועל מיר זיך קענען פארמעסטן, אין די צייט וואס די אלע אפגעגאלטע יונגען וועלן טרייסלען פאר שרעק אין אלע ווינקלען, וועלן מיר אים שנעל באזיגן.

און דאן אפטראגן מיט דעם אמעריקאנעם יונג אין דערנעבנדיגן וואלד, וואס נאכן ארויספרעסן אביסל אינפארמאציע פון אים, אויב ער וועט נישט זיין צופיל ווערד ווער ער ענדיגן דארט זיין לעבן מיט איין קויל.

חברה מיר גייען מיר יעצט שטורעמען דעם שטאל.

סערגעי גייט פון די פאדערשטער אריינגאנג, וולאדמיר פון אונטן.

איך קום ענק אונטער.

איין פליכט האט איר. קיינער זאל זיך נישט רירן פון פלאץ קיין האר, איינמאל איך האב דעם יונג אין מיין האנט, אנטוואפענט יעדעם איינעם און גייען מיר זיך טרעפן אין וואלד.

*

די צערמאניע אין זאל האט אנגעהויבן אריינצוגיין אין קראפט ווען אלע יונגע קאדעטן מיטגלידער פון דעם צורודערטן נעא נאצי פארטיי האבן זיך אנגעהויבן אויסשטעלן אין א מיליטערישע פאראדע צוטיילט אין ביידע זייטן פון זאל, סאלוטירנדיג זייער קאמאנדיר מיטן טרויעריג באקאנטע הייל היטלער סאלוט, ווארטענדיג דער גרויסער פירער זאל ערשיינען.

ווען מאטי שטייט געבינדען הענט און פוס אינגאנצן צוזאמענגעבראכן פון די שווערע איבערלעבענישן אין די לעצטיגע שעות, און צענטער פון זאל אויף א קליינעם פראוועזארישן פאדיום.

*

וולאדמיר האט זיך אנגעשטויסן אין א קליינעם פראבלעם ווען די אונטערשטער טיר האט אים געפירט צום הענגער פארן עראפלאן ווי עס איז טאקע געשטאנען פארקירט א קליינעם פליגער.

אבער ביז א מינוט האט ער געטראפן די טירן צום צענטראלן זאל פון די געביידע.

ווען די קאוד 'היידא' האט זיך געהערט אין די רוסישע קאמיניקאציע אפאראטן אין די אויערן, האבן זיך די טירן אין ביידע עקן פון זאל אויפגעפראלט גאר ווילד, ווען א געשריי פארגליווערט די לופט.

הענט אין די הייעך.

א רונדע קוילן פון ביידע עקן זאל פליען ארויס אין די לופטן אלץ ווארענונג, אין די זעלבע סקונדע האט א פענסטער זיך אויסגעשאסן אין א הויפן גלאז, און א דריטער, באריס שפרונגט אריין מיט א מאשין גאן און די הייעך.

קיינער רירט זיך נישט פון פלאץ, האט ער געשטורעמעט.

נאך פאר איינער האט זיך געקענט ארנטיערן פון די אומגעראכטענע אטאקע, האט דער ריזן געשטאלט פונעם קאמאנדיר א כאפ געטוהן מאטי אין זיינע הענט און א פאכע געטוהן א רעוואלווער צו זיין קאפ.

א טריט פאראויס, א קויל אין קאפ.

האט דער זעקס פיסיגער געדינערט מיט זיין באסעווע שטימע.

באריס איז געכאפט געווארן אין שאק.

אויף אזאנס האט ער זיך נישט געראכטן, ער איז בכלל נישט געווען גרייט פאר א משכון פארכאפונג.

ער איז פשוט און פראסט נישט געווען גרייט פאר א דילאג מיט מערדער, פנים אל פנים, די מערסטע וואס ער האט זיך געראכטן איז געווען שטורעמען דעם זאל און אפטראגן מיט דעם יונג איינס צוויי.

א קורצער חשבון האט אים אויסגעקלארט דעם פארנעפלטן צושטאנד, א טריט פאראויס גייט דער ריז ארייניאגן פאר דעם יונג א קויל אין קאפ, און איך וועל אים אינגאנצן אנווערן, און פון ביידע זייטן נאך עטליכע פארוואונדערטע, אויפן בעסטן פאל.

פון די אנדערע זייט צוריק טרעטן, איז ער אויך בכלל נישט פארזיכערט ארויס צו גיין מיטן לעבן גאנץ פון דא, פלאס א לאוזער פון די ערשטע קלאס.

אזוי צו אזוי איז ער א זיכערע פארלירער.

* * *

פון א סטעלט בלעק הואט העליקאפטער האט זיך אין יענע מינוטן אראפ געלאזט א דיקן שטריק, ווען צוויי געשטאלטן באוואפענט פון די ציין ביז די נעגל גליטשן זיך אראפ מיט איר.
דא העכער דעם רויטן דאך האט דזשעק געוויזן דיק.

פון דא איז געקומען די סיגנאל פונעם סעלפאון זאגט דזשעק.

פון וועמענ'ס סעלפאון, פרעגט דיק שוין אנגעצויגן.

דו וועסט זיך שוין איבערצייגן.

ביז א מינוט זענען צוויי געשטאלטן געקראכן אויף אלע פיר אויף די וואקעלדיגע שינדלען איבערן רויטן שטאל.

מיט א דידעקטער איבער די שינדלען האט זיך גלייך דערשפירט ווי עס איז דא די נענטסטע מענטשליכע ווארעמקייט.

מיט די נויטיגע געצייג האבן עטליכע שינדלען פריי געמאכט דעם אריינגאנג צו די געביידע דורך די דאך.

מיט א קליינעם שפרונג האבן זיך דיק און דזשעק געטראפן אין א קליינעם אפיס אויף די צווייטע שטאק, מיט אויסגעשטרעקטע געווער.

ווען צו זייער מעכטיגן שאק, זיצט ביים טיש נישט מער און נישט ווייניגער...

דער גרויסער גענעראל דעטעקטיוו סטאפנאווסקי.

ער זיצט און אבזעווירט מיטן גרעסטן מאס קאלטבלוטיגקייט א גרויסן סקרין אויפן וואנט ווי מען זעהט א שרעקליכע משכונות פארכאפונג וואס עס שפילט זיך אפ אינם גרויסן זאל אויף די ערשטע שטאק פונעם געביידע.

אלע דריי אינם פיצעלן אפיס אויפן קליינעם צווייטן שטאק אין די געביידע זענען געשטאנען געפלעפט מיט אפענע מיילער ערשטוינט צו דעם מאדנעם צוזאמענטרעף אין אזעלכע אומשטענדן.

סטאפנאווסקי האט זיך גאנץ שנעל אראנטיערט און ארויפגעצויגן א שפאסיגן מינע אויף זיין געזיכט.

איך זעה אז איר האט מיר טאקע וויכטיגע געזוכט אז איר זענט אזוי געקומען צו פליען פונעם דאך אריין אין מיין פריוואטער זוממער הייזקע.

דיק און דזשעק האבן נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א אינטעליגענטער מענטש קען שטיין און שפאסן ווי גארנישט, אין די צייט וואס א בלוטיגער קאמפ קען אויסברעכן אין יעדע סקונדער דא אונטער זיינע פוס אויף דעם ערשטן שטאק.

אין די ערשטע מינוטן האבן דיק און דזשעק נאך נישט געקענט באגרייפן וואס פונקטליך דא שפילט זיך אפ פאר זייערע ערשטוינטע אויגן.

דער גרויסער מעכטיגע פוילישער דעטעקטיוו סטאפנאווסקי זיצט אין א רויטן שטאל, און א פארווארפענע אומבאוואוינטער ארט, ווען אין זיין באזיץ איז זייער געזוכטער מאטי פארכאפט און געבינדען ווי א געמיינער פארברעכער.

אבער איין מינוט ווער זענען די וואס שטורעמען דעם זאל דא, דאס זענען דאך אונזערע רוסישע געסט פונעם קראקאווער האטעל, האבן דיק און דזשעק אנגעמערקט אויפן גרויסן סקרין.
ווער איז קעגן וועמען, און פאר וועמען דינט דער סטאפאנאווסקי.

דינט ער גאר די רוסן, און ער האט זיי דא אהערגעברענגט, איז ער פשוט א געמיינער דאפעלטער אגענט, וועלכער פארנערט אונז אזוי געמיין.

א דיקן בוך וואס סטאפנאווסקי האט גענומען מישן מיט די האנט, האט זיי אנגעהויבן אויסקלארן אביסל די סיטואציע.

דער פוילישער אנטיסעמיט האט מיט זיין גרויס חכמה אנגעהויבן פארצוליינען פאראגראפן פון דעם געמיינעם בוך 'מיין קאמף' פון דעם צורודערטן צורר היהודים היטלער ימ"ש.

ער האט עהרנסט געפלאנט זיך צו נעמען ברעין וואשן די צוויי אמעריקאנע אגענטן און אויפקלערן אז ער מיט זיין אונטערערדישע פארטיי, וואס ער בויעט דא אויף מיט זיינע מיליטערישע כוחות און קאנטאקטן וואס ער האט אינערהאלב די גאנצע פולישע רעגירונג, און יעצט מיטן פארכאפן דעם יודע דעם מאטי, טוהט ער גאר די גרעסטע טובה פאר די אלוועלטליכע מענטשהייט.

דאן האבן זיי שוין אנגעהויבן צו באמערקן די אלע האקן קרייצן אויף אלע ווינקלען אין צומער, און די גאנצע בילד האט זיך אנגעהויבן אויסקלארן מיט איר פולסטן קלארקייט אבער טראגישקייט.

ווי ווייט אנטיסעמיטיזים דערגרייכט. אז אפילו אויף אזא הויכע פאזיציע אין די פולישע רעגירונג, ווערט ער ממש צוריקט און צורודערט פון אזעלכע פינסטערע אידיאלן.
די סקרין האט זיי אויפגעוועקט און ווי געמאנט פון זיי. איר זענט דא פאר א געוויסע אורזאך.

ארויסצונעמען דעם געפאנגענעם משכון פון צווישן די צוויי בלוטדארשטיגע חיות בליץ שנעל, נאך פאר זיי עספיען אים צו פארוואונדערן אדער גאר פאטאל אוועק צו לייגן.

הער סטאפנאווסקי, האט דזשעק אנגעהויבן מיט א זיסע שטומע, דו ווייסט וואס, דו זאגסט דאך אזוי גוט, אבער וואס איז דיין פלאן דא מיט דיינע אומגעווינטשענע געסט וואס דו האסט דא באקומען אונטן אין זאל.

איך, האט דער סטאפנאווסקי קאלט גענטפערט, אלץ מיר אויס קען געזונטערהייט זיין עטליכע טויטע, עס וועט מיר גאנץ ווייניג באנק טוהן.

דיק און דזשעק האבן געמוזט באהאלטן זייער אומגעהויערע שאק פון סטאפנאווסקי'ס קאלטבלוטיגע רייד, און זיך געמוזט נעמען ארבעטן שנעל פאר עס ווערט צו שפעט.

איז הער צו, אונז זענען מיר גרייט דיך ארויס צו העלפן אין דיין הייליגע מיסיע, און א באווייז דערויף האב איך פאר דיר א קליינער איבעראשונג וואס דאס וועט דיר דינען פאר אן איבערצייגונג איבער אונזער ארבעט פאר דיר.

אזוי רעדענדיג ציעט דזשעק ארויס פון זיין טאש, די מאפעס וואס ער האט באקומען פון מאטי.

סטאפנאווסקי איז בלאס געווארן.

איין מינוט פון וואנעט האט איר דאס דערשנאפט.

נישט דא יעצט קיין צייט פאר קיין פראגעס.

געב אונז שוין איבער די סיטואציע אין אונזערע הענט, און דאן וועלן מיר דיר העלפן ווייטער.

די ערשטע זאך, זאג אריין אין קאמיוניקאציע אפאראט פון דיין קאמאנדיר אז ער זאל באפרייען דעם יודע אין די הענט פון די רוסישע חברה.

דאס נישט.

אויף קיין שום פאל נישט, האט סטאפנאווסקי זיך אנגעהויבן צו עקש'נען.

אקעי איז פיין, דו ווילסט נישט מיטארבעטן מיט גוט'ן, וועט עס מוזן גיין מיט בייזן.

דו ווייסט אונז האבן מיר דא די מעגליכקייט דיך אריינצויאגן מיט א שטיל פארשוויינגענדער וואפן, בלויז איין קויל, און דאן וועסטו דא אויסבלוט'ן אין א טייך בלוט, ביז צו דיין ענדגילטיגער טויט, האט שוין דזשעק געדראעט מיט רעוואלווער צום גרויסן אויסגעקראכענעם קאפ פון סטאפנאווסקי.

סטאפנאווסקי האט זיך אנגעהויבן דרייען אומבאקוועם אויפן גרויסן בענקל, נישט מיט מיר, האט ער אנגעהויבן דרייען מיטן געשליפענעם צינגל, איך מיין איך בין דאך דער גרויסער...

ווי גרויס דו ביסט, האט אים דזשעק איבערגעהאקט וועסטו געוואר ווערן נאך אביסל, ביז א טאג צוויי וועסטו שימלען ווי א פארוועלקט בלעטל אין איינע פון די נאסע פולישע ארעסט הייזער פאר אלע דיינע מעשים טובים, וואס מיר וועלן זעהן עס זאל פארשפרייט ווערן איבערן גאנצן לאנד.

סטאפנאווסקי האט אנגעהויבן באגרייפן אז, יא עס איז עהרנסט די מצב.

איר ווייסט וואס איך פאלג אייך וואס איר הייסט, אבער לאזט מיר כאפן מיין קליינעם פליגער און אפפליען פון דאנעט זאפארט.

דאס וועלן מיר שוין זעהן און א מינוט ארום, די ערשטע זאך זאלסטו יעצט אריינזאגן פאר דיין אגענט דארט אונטן אין אויער ער זאל יעצט באפרייען דעם יודע אין די הענט פון די רוסן.

דא האט דער געמיינער דעטעקטיוו שוין געפאלגט וואס מען זאגט אים, און אויפן סקרין האט מען שוין געקענט באמערקן ווי דער גרויסער קאמאנדיר דרוקט צו צום אויער זיין קליינער עירפאון, און א שטוינענדער מינע ציעט זיך אויס אויף זיין גרויסן פרצוף.

און וואונדער איבער וואונדער, ער נעמט אראפ דעם רעוואלווער פון מאטי'ס קאפ און לייגט עס צוריק אין האלטער.

*

אין די סקונדער וואס באריס האט אויפגעכאפט אז דער יעניגער האט נישט מער און נישט ווייניגער נאר אזוי פלוצים און אומפארשטענדליך קאפטולירט, האט ער א כאפ געטוהן מאטי און געוואנדן זיינע טריט צו די אונטערשטע טירן, ווען סערגעי און וולאדמיר באגלייטן אים מיט אויסגעשטרעקטע געווער.

באריס האט זיך געלאזט איינרעדן אז דער יעניגער האט זיך געמאכט א חשבון פונקט ווי ער א מינוט בעפאר, אז מיט ריוח וועט קיינער נישט ארויס גיין פון דאנעט, דעריבער האט ער אים באפרייט.

פון טיפן געוויסן האט זיך ארויסגעשריגן א ווידערשפעניגן געדאנק, באריס, געב זיך אכט, די חברה שטעלן דיר אונטער א פאסקע.

אבער עס איז שוין געווען צו שפעט.

*

אין די סקונדע וואס דזשעק און דיק האבן געזעהן אז עס ריקן זיך זאכן, האבן זיי בליץ שנעל ארויסגעצויגן א ספרעי וואס מיט א שפריץ פון איר אינהאלט, האט סטאפנאווסקי פארלוירן זיין גלייכגעוויכט און זיך אויסגעשטרעקט אויף דער ערד פון זיין אפיס אין א הילכיגן זעץ, פארלירענדיג דעם באוויסטזיין.

מיט א שפרונג אין די הייעך זענען דזשעק און דיק שוין געווען צוריק אויף די דאך, און שא שטיל געקראכן אויפן דאך צו די אונטערשטע אריינגאנג פון די געביידע.

דיק און דזשעק זענען געלעגן אויסגעשטרעקט אויפן דאך מיט די אויגן צוגעקלעבט צום אריינגאנג, ביז דערווייל האט דיק עספיעט אנצובינדען א פעסטן שטריק צום קוימען.

אינצווישן האט שוין דיק געהאט אנצוהערן פון דעם געלערנטן דזשעק וואס פאר א מאשינדלעך האבן זיך קאנעקטעט דארט אויפן העליקאפטער, דאס איז געווען נישט מער ווי דער סעלפאון פון דעם געמיינער יונג הער סטאפנאווסקי, וועלכע האט מיר ארויסגעגעבן סיגנאלן ווי זי געפינט זיך, וואס נאכן זעהן אויף די מאפע פארצייכענט דא אויף דעם דאזיגן געגענט 'פירער ס' באזע', באגלייט מיט זיין אנגעצויגענע ענטפער הערענדיג דיין פראגע איבער דעם געגענט, האב איך שוין אלעס פארשטאנען.

די סקונדע וואס באריס מיט זיינע באגלייטערס האבן זיך באוויזן ביים טיר מיט מאטי אין די האנט, נאך איידער ער האט געקענט עפענען זיינע נאז לעכער אריינציען די פרישע קאלטע לופט.

האט זיך גענומען רעגענען און דינערן מיט א מעכטיגן שאק שרעקליכע מאסיווע קלעפ ווי פון הימל אראפ, וואס נאר צוויי געשולטע אמעריקאנע קאמאנדאס ווי דיק און דזשעק האבן געקענט אזוי פלוצלונג סופרייזן און אטאקירן, דורכן זיך געבן א בליץ שנעלן לאז אראפ מיטן שטריק אונטער זייערע רוקן'ס.

באריס מיט זיינע באנדיטן זענען באפאלן געווארן פון די הייעך, און ממש פארלאזירט געווארן פון דעם שרעקליכן שאקירנדע אטאקע.

באריס האט נאך עספיעט צו כאפן זיין מאשין גאן און צוגעלייגט צום קאפ פון זיין פאנג, מאטי, און מיטן פינגער צו דרוקן דעם צינגל.

אבער א מעכטיגן זעץ, וואס דיק האט אין די ריכטיגע מינוט אראפגעלאזט מיטן גאנצן קראפט אויף זיין אקסל, האט פשוט אראפגעטראסקעט די געווער פון זיין האנט, וועלכע איז ממש עלעקעטעריזרט געווארן, מיטנעמענדיג מיט זיך א צוויי אפגעשיילטע פינגערס, דורכן קראפט פון דעם טויטליכן קלאפ.

נאך א קורצע קאמפ פון עטליכע טויטליכע קלעפ, זענען אלע דריי רוסישע אגענטן געלעגן אויסגעצויגן פארשמאכטעט און שווער פארוואונדערט פון קאפ צו פוס.

ווען מאטי שטייט פון די זייט אינגאנצן פארוואונדערט און קוקט זיך צו ווי זיינע צוויי שכנים פון האטעל זענען פון ווי ערגעץ ארויסגעוואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן, און בינדן שוין אין שטריק, די דריי ערשטוינטע און שרעקליך פארוואונדערטע רוסן.

וואס האבן מיר דיר געזאגט דארט אין האטעל, האבן זיי זיך שוין איצטערט ערלויבט זיך צו ווערטלן מיט מאטי.

איבעראל וועלן מיר נאכקומען נאך דיר, אבער נאך ווי.

יעצט מוזן מיר גיין פון דא, פאר דער קאמאנדיר כאפט זיך וואס עס גייט פאר מיט זיין פארברעכערישער פירער, וואס ליגט דארט פארשלאפט.

גאר קורצליך האט זיך די העליקאפטער צוריק באוויזן איבער די הימלען אראפלאזענדיג א קארב, אין ווי מאטי איז אריינגעלייגט געווארן, ווען מיטן שטריק כאפן זיך מיט די צוויי אמעריקאנע אגענטן.

ביז אפאר שעה איז שוין מאטי געזיצן אויף א פליגער אויפן וועג אהיים, נישט קענענדיג זיך גלייבן, וואס עס אריבער אויף אים אין א קיימא לן פון בלויז צוויי טאג.

און געלויבט דער פון אויבן וואס פירט יעדן טריט און שריט האט ער זיך פארטשעפעט מיט די אמעריקאנע אין האטעל וואס זענען געווען דערנאך די גוטע שליחים אים ארויס צו ראטעווען אין דעם אומבגלויבליכן רעטונג, פון די בלוט דארשטיגע אידן פיינט מיט גאנצע גלידער.

*

אויפצומארגנס האבן די פולישע מידיע קוועלער געוויסט צו מעלדן אזוי פיל, אז א קליינעם פליגער האט מיסטעריזעז אראפגעקראכט איבער הויכע בערג, ווי דער גרויסער דעטעקטיוו סטאפנאווסקי מיט נאך עטליכע געהילפן, זענען געהארגעט געווארן, און פריצייטיג גענדיגט זייער פארשאלטענע לעבן.

וואס ווייניג האבן אבער געוויסט, איז, אז עס איז געווען נישט מער ווי א אייגענע באשלוס צו ענדיגן זיין מיאוס'ן לעבן, איידער ווי אריינצופאלן אין די הענט פון געזעץ.


ענדע
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:39 pm

נישטא קיין ווערטער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
לאנגעפאות
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:44 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


but add pdf please

its amazing

אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובהדורך דער וואוילער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:50 pm

יעצט גענדיגט מיט איין אטעם. שוין לאנג נישט געהאט אזע דעדמאטישע פארזעצונג
קיפ אפנאדיר אפאר גריענע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

p d f

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 1:01 pm

p d f

עס איז שוין דא גרייט גאנץ א פשוט'ע.
אבער די מומחים האבן פארפירט עס מוז זיין עפעס מער, האבן מיר עס איבער געגעבן אין זייערע הענט, מ'האפט עס וועט זיין גרייט ווי אומשנעלסט'ן.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 1:10 pm

דער וואוילער האט געשריבן:יעצט גענדיגט מיט איין אטעם. שוין לאנג נישט געהאט אזע דעדמאטישע פארזעצונג
קיפ אפנאדיר אפאר גריענע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 1:11 pm

טריסקער האט געשריבן:
דער וואוילער האט געשריבן:יעצט גענדיגט מיט איין אטעם. שוין לאנג נישט געהאט אזע דעדמאטישע פארזעצונג
קיפ אפנאדיר אפאר גריענע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


אהאהאהאהאהאהאהאה....

מאטי אדער בערל?

#אינגאנצנצימישטאלערט!
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אפשר טאקע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:26 am

תגובהדורך אפשר טאקע » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 1:28 pm

THAT IS SOMETHING SPECIAL !!!!!
WOW WOW WOW


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט