ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 9: די הויז אויף מאסטאווע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 9: די הויז אויף מאסטאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

בילד


פלייט נאמבער 3468 פון לאט – פויליש עירליין, פון דזשעי. עף. קעי. ניו יארק, קיין קראקא פוילן, האט זיך אנגגעהויבן מאכן גרייט צו לאנדן אין קראקוב עירפארט, די פלי מאנשאפט האט שוין אויסגערופן, אויף פוליש און דערנאך ענגליש, יעדער זאל זיך זעצן אויף די פלעצער, זיך צו בינדן מיט די זיכערהייט גארטלעך, די סטוערד'ס האבן אנגעהויבן ארום גיין צווישן די עייל'ס פארמאכן די קעבינעט'ס פון אויבן, אונטער הייבן די טישלעך, און זיכער מאכן אז יעדער בינד זיך צו.

מאטי דער העלד פון אונזער געשיכטע, זיצט שוין צוגעבינדען, און זיינע אויגן זענען צוגעשמידט צום דערנעבענדיגן פענסטער, קוקט ארויס אינגאנצן בארוישט צו די פולישע לאנדשאפט וועלכער איז איינגעהילט אין א שניי ווייסע צודעק, און דערנענטערט זיך מער און מער, ער קוקט אבער ארויס נישט ווי א טוריסט וואס קומט אויסקוקן פוילן, ביי אים איז פוילן כמעט זיין צווייטער היים, אלץ א אפשטאמיגער פונעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט פון קראקא, האט שוין מאטי אסאך אפגעשטאט באזוכן ביי די מקומות הקדושים, און נאך ערטער אין פוילן.

יעצט איז אבער דא צוליב גאר א אנדער אורזאך, מאטי פילט יעצט, באלד ווי א געלערנטער דעטעקטיוו וואס איז אויף א מיסיע אויסצופארשן אנגעלעגנהייטן אין ווייטע קאנטינענטן איבערן ים.

זיינע מחשבות נעמען אים צוריק צו א צוויי וואכן צוריק, יא, עס לאזט זיך נישט גלייבן, עס איז קוים, און שוין, ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, פון יענע גורלדיגער טאג וואס וועט לכאורה אריינגיין אין איינע פון זיינע היסטארישע לעבנס טעג.

יענע מיטוואך האט זיך אנגעהויבן ווי יעדע פשוטער אנדערע ברוינע מיטוואך, אנגעקומען צו די ארבעט א טרייסל געטוהן דאס מייזל, די קאמפיוטער הייבט אן אטעמען און קרעכצן, וואס דערהייבט זיך צו גרעסערע מעקען, יאגט אריין דעם פעסווארד, און זיין שיינע פארצייטישע סקרין סעווער טאנצט ארויף, מען געבט דאפלטער קליק אויף די גוגל קראמס, ער געבט זיך א דריי, און דאן, איי וועלט איז אויף די מאפע.

דאס איז דאך דער סדר היום, פאר מען הייבט אן די ארבייטס טאג, ברויך מען זעהן וואס די חברים זאגן עפעס, געבט א קליק רעכטס אויבן דארט ביי שנעלע לינק'ס, נעקסט איז אקטיווע אשכולות, אה.

און דא איז עס געשעהן.

מאטי זעהט א אשכול מיטן קעפל: 'צוריק באקומען געוועזענע אידישע דירות אין פוילן'. אה דעס רעדט צו אים. פוילן. געבט א קליק.

און אט זעהט ער א מודעה עטעשט דורך @להודות ולהלל, איך גיי נישט גיין אראפ ברענגן די גאנצע תוכן ווייל די דאזיגער אשכול לעבט נאך און איז נאך בין החיים דא צווישן אונז אלע, פאר א זכרון און א איבערציייגונג, איבער די דאזיגע געשעהנישן וואס האבן זיך א דאנק דעם אפגעשפילט, איך מיין ביי מיר אין קעפעלע.

מאטי א ענערגישער אינגערמאן פיל מיט מאטעוועישן, און אויך א שטיקל ליבהאבער פון היסטאריע איבערהויפט פון אלטען היים פארן קריג, און נאך דערצו ווען מען רעדט פון זיין היים קראקא – פוילן, ווי זיינע זיידע'ס און באבע'ס האבן נישט אזוי לאנג צוריק געאטעמט און געלעבט, און אנגעגאנגען מיט זייערר טאג טעגליכער לעבן, דעמאלטס איז ער ממש ווי א גלעזל קאלטע סעלצער אין א הייסע טאג ווי עס באבלט און בוזשעוועט אז נאר.

ווי נאר דער מח האט דעשעפרירט דעם אינהאלט פונם אשכול, האט זיך אנגעהויבן טוהן א פיבער אויפן העכסטן פארנעם אינם קליינעם מח ממש א מח שטורעם, אלע שוין פון לאנג באגראבענע דמיונות פון צוריק גיין אביסל אפיר נעמען דעם אלטן היים, צוגאב מיט א שטיקל רייץ, פון מאכן אפאר טאלער אין די זייט, האט זיך אנגעהויבן צאם צושטעלן א פולקאמער פלאן.

יא דא קען עפעס ווערן, איינמאל פאר אלעמאל, עפעס אנפיטערן מיין הונגער צום אלטן היים. צום הערשט האט מען אפיר גענומען דעם שפאר בינטל זכרונות וואס די זיידע האט פארשריבן פון זיין היים פארן קריג, דארט האט מאטי אראפגענומען דעם פונקטליכן אדרעס אין קראקא, אויפן מאסטאווע גאס.

אזוי פיל האט ער געוויסט אז דער פאטער זיינער האט דארט איינמאל, פאר א צען יאר בעפאר, אפגעשטאט א באזוך אין דעם אפארטמענט בילידנג, און אנגעקלאפט אין די דירה, און דער איינוואוינער איז נישט געווען צו גאסטפריינדליך צו אים, אז ער האט אים אפילו נישט געוואלט אריינלאזן כאפן א בליק אין די דירה מיטן אויסרייד אז ער האט עס שוין אינגאנצן איבערגעבויעט זינט מען האט דא געוואוינט פארן קריג, וואס דעריבער האט זיין פאטער זיך אפגעטראגן פון דארטן מיט ליידיגע הענט, נישט וויסענדיג אז עס וועט נאך ווערן אמאל אן אפציעלער געזעץ אז מען קען איינמאנען אזעלכע נכסים, אבער יעצט האט מאטי געהאט א גוטע אורזאך פארוואס זיך אריינצווארפן אין דעם עסק.

איבערהויפט האט ער געוויסט אז די זיידע האט געהאט א טייערן געשעפט אינם בעסערן געגענט פון שטאט, נו אפשר וועט מען טרעפן עפעס וואס קען צוברענגן עפעס נכסים.

נאך אפאר טאג פון גוטע ריסערטש, מיטן הילף פון פעטער יענקל, וועלכער איז גאר באקאנט אין דעם פעלד, פון נאכגיין ארכיוון פון דערהיים, איז מאטי געזיצן אויפן פליגער קיין קראקא, איינגעשפאנט צו די מיסיע, אנגעלאדענט מיט די נויטיגע נאטיצן און די ריכטיגע אדרעסן, אזוי אויך האט ער שוין געוויסט צו זאגן פון א געוויסע ארכיוון צענטער אין קראקא וועלכע האט געזאלט ענהאלטן אין איר ארכיוון אפטיילנוג ארגינעלע דאקומענטן און קאנטראקטן פון יענע טעג.

וועלקאום א באורד האט דער פילאט אים איבערגעהאקט, פון זיינע פארטיפטע געדאנקען, וועלכע האבן אים צוריק געפירט צו די פלענער פון זיין רייזע.

דער פילאט האט איינגעמאלדן דעם פראסטיגן יוריפעישן וועטער וועלכער הערשט שוין מיטן פילן קראפט, מאטי האט אראפגעצויגן דעם רוסישן קוטשמע איבער די אויערן, און אראפגעשפאנט מיטן פעטן אנגעשטאפן האנט באגאזש די טרעפ צום טארמארק פונעם קראקעווער לופט פעלד, גלייך אריין אינם שאטל וואס האט צוגעפירט צום טערמינאל.

מאטי האט זיך געטראפן איינס צוויי נאכן פולישן פאספארט קאנטראל, און גלייך, אן דארפן גיין נעמען קיין איינגעטשעקטע געפעק, וואס אלץ עקספיריענס טרעוועלער האט ער געזעהן זיך צו מסדר זיין אלע קלאפעגעצייג אין זיין האנט באגאזש, איז ער צוגעגאנגן צום לאקאלן קאר רענטל ווי ער האט געהאט פון פאראויס רעזערווירט א קאר.

א טינקל בלויער מערצעדעס האט זיך ארויס געגליטשט פון טערמינאל און איינגעשלינגען געווארן אין די קראקעווער גאסן, מיטן הילף פונעם דזשי פי עס האט ער געפינען די האטעל וועלכער האט זיך געפינען אויפן 17 סטאביטיאסגיע גאס, די נענטסטע האטעל צו זיין ענדגילטיגע דעסטינאציע, די מאסטאווע גאס.

נאכן איינטשעקן אין זיך מסדר זיין די געפעק, אין האטעל צימער, האט מאטי אראפגעלייגט א ווארעמער מעריב, און זיך געגאנגען צולייגן צום מארגן'דיגן ערווארטעטן טאג. צו מארגן'ס נאך א פיינעם פת שחרית, איז מאטי געווען פולקאם גרייט צו אנהייבן די מיסיע, אנגעלאדנט מיט די נויטיגע געצייג, האט ער באשלאסן צו מאכן די נישט לאנגע וועג צו פיס אויף די קראקעווער גאסן.

נאך א צען מינוטיגע שפאציר האט זיך מאטי געטראפן שטיין פאר די אפארטמענט בילדינג אויפן מאסטאווע גאס, ארויף געשפאנט די צוויי שורות טרעפ און זיך געזעהן שטיין פאר א שווערע אפגעניצטער טיר, פון וועלכער די ברוינע קאלעך האט זיך געשיילט אין גרויסן, אפארטמענט נאמבער 4.

מאטי איז געווען אינגאנצן בארוישט און איבערגענומען פון זיינע געפילן, אז ער האט באלד פארגעסן אז ער דארף נאך פשוט קלאפן אויפן טיר, אבער נאך א מינוט איז ער געקומען צו זיך און געטוהן דאס ווער ער האט נישט געוויסט אז ער וועט נאך ביטער חרטה האבן דערויף.

קלאפ קלאפ.

און נאכאמאל קלאפ קלאפ, און דאן האט זיך געפענט די טיר, אנטפלעקנדיג אונטער זיך א זעקס פיסיגער ברייט געבויטער פארשוין, איינגעשטעקט אין א פאר מיליטערישע שווארצע שטיוול וועלכע האבן געגלאנצט אין די אויגן, אן אפגעגאלטער קאפ וואס האט געשפיגלט ווי באשמירט מיט אויל, און צום לעצט א פאר סאדיסטישע אויגן שטארצן ארויס פון א ריזן פרצוף, אז נאר קוקן אויף אזא געשטאלט האט געכאפט א ציטער.

מאטי האט ממש פארלוירן דעם לשון, אבער נאך א מינוט, האט ער מיט גרויס שוועריקייט ארויף געצויגן א פלאסטישן שמייכל, און אנגעהויבן מיט זיין באבע מעשה.

איך בין פון אמעריקא, איך בין א פארשער אין פאמיליע ביאגראפיע, און איך בין דא יעצט אויסצופארשן א געוויסע פאמיליע וועלכער האט געוואוינט אין די געביידע אין די 1930 יארן, אפשר וואלט איר מיר געקענט ארויס העלפן אין מיין, קראך, נאך איידער ער האט געקענט אפילו ענדיגן זיין הארציגע דרשה, האט אפגעדינערט אין די גאנצע געביידע א מעכטיגן זעץ פון די טיר אויף אפארטמענט נומ' 4. אז מאטי האט אויפגעציטערט פאר שרעק, וואס איז געשעהן דא. א פארהאקטער טיר איז געווען דער ענטפער.

מאטי האט נישט געקענט פארשטיין וואס האב איך אים אזוי ארויס גענומען פון די גלייזן, דעם ריז, ער האט נאר געהאפט מיטן בעסטן ווילן אז עס איז פשוט א פראסטן אויפרעגעניש פון דעם פולישן פויער אויף דעם אמעריקאנעם יונגאטש וואס וויל נישט מער און נישט ווייניגער איינעמען זיין שוין אזוי לאנג באזעסענע דירה.

מאטי האט באשלאסן נישט אוועק צו גיין מיט גארנישט, כאטש אביסל אויסקוקן די געביידע, די איינוואוינערס, די פאסט קעסטלעך, און די גאנצע גאס ארום, אפשר וועט זיך עס שפעטער אויסצאלן.

נאך אזא נידערלאגע האט אים זיין פוס גאנץ שנעל צוריק געטראגן צו זיין האטעל צימער. עפעס פון ווינקל פון אויג האט זיך אים אנגעהויבן דאכטן אז עמיצער פאלגט נאך זיינע טריט, אבער ער האט עס גאנץ שנעל געלאזט לופטערן פון מח, אנהענגענדיג זיין דמיון אין די נישט געלונגענעם וויזיט וואס ער האט אפגעשטאט אין זיידנ'ס דירה.

די טאג איז שוין מער ווייניגער אדורך מיט עטליכע טעלעפאון קאלס צו באקומען אן אפוינטמענט ביים די ארטיגע ארכיוון צענטער, ווי ער האט געזאלט באקומען די נוטיגע דאקומענטן צו גיין מיט די לאגאלער קאמפ אין קראפט.

א טעלעפאן קלינג האט זיך ארויס געריסן פונעם טרייבל אויפן קליינעם נאכט קעסטל נעבן בעט, מאטי הייבט זיך אן רייבן די אויגן און פראבירט צו כאפן ווי ער איז, אה יא, איך בין דאך דא אין האטעל, אבער וואס איז יעצט 2:30. דרינג דרינג, יענער לאזט נישט נאך, ווער ווייסט וואס וויל מען יעצט פון דערהיים, דארט איז דאך נאך פארנאכטס.

העלאו, זיפצט ער ארויס א מידן קרעכטץ, היי מיסטער, הערט זיך א דיקע שטומע פון די אנדערע זייט, אויף א צובראכענעם ענגליש, מיט א פולישן אקציענט, יעס, ווערט שון מאטי מער וואך, וואס קלינגט מען דא אין קראקא צוויי אזייגער אינמיטן די נאכט, דא איז נישט וויליאמסבורג טראכט ער צו זיך.

בוי-טשיק אויב ווייסט איר וואס עס איז גוט פאר אייך, און ווילט זיך נאך זעהן אינדערהיים, דאן טשעפעט אייך אפ פון אונז, און באווייזט אייך מער נישט אויף די מאסטאווע גאס, און אז איר גלייבט נישט אין אונזער קראפט, דאן כאפט א בליק אויף אייער טיר אין אייער רום. מאטי איז שוין יעצט געווען אינגאנצן וואך, און נישט סתם וואך, אלע זיינע גלידער האבן זיך געווארפן דא לדא נקשן, א קאלטע שווייס האט אים באנומען, אבער איין מינוט, כאפט זיך מאטי, ווער זענט איר.

חוץ א ביזי סיגנאל האט ער שוין גארנישט געהערט.

וואס האט ער געזאגט וועגן די טיר, מאטי כאפט א שנעלן בליק צום טיר, און דאן, זעץ, די טיר האט זיך געגעבן א זעץ צו, און א קליין פאפירל איז אראפ געפאלן אויף דער ערד. אויב ציטער און שרעק איז געווען ביז יעצט, איז יעצט געווען כאאס צושטאנד ביי אים אין קערפער, א סקרוך איז אים אדורך געלאפן, דער מיינט עס טאקע עהרנסט, די חברה זענען גארנישט אזוי פשוט, איינער פון זיי איז געשטאנען דא ביים טיר אויפגעשלאסענערהייט, און מיטגעהאלטן די גאנצע טעלעפאנישע געשפרעך, און דערנאך אראפגעלאזט א צעטל און אפגעטראגן.

מאטי האט זיך מיט גרויס שוועריקייט אונטער געהויבן פון בעט און זיך שטאט צו געשלעפט צום טיר, אויפגעהויבן דעם צעטל, און צוגעטראגן צו נאכט קעסטל, אנגעצינדן דעם קליינעם לעמפל און צוגעלייגט דעם מיסטעריעזן צעטל צום שיין פונעם לאמפ.

אפריל 2010 למספרם, איז די גאנצע פולישע קעניגרייך געשלאגן געווארן מיט א מערדערליכע טויט קלאפ, ווען כמעט די גאנצע רעגירונג איז געהארגעט געווארן אין א שוידערליכע פליגער קראך, אויפן וועג צו א מיליטערישע צערעמאניע, אויפן רוסישן טערטאריע, אפצוצייכענען א טאג וואס צוואנציג טויזנט סאלדאטן זענען אומגעברענגט געווארן דורך די רוסן מיט צענדליגע יארן פריער. און דאן איז די פליגער מיטן פולישן פרעזידענט זיין ווייב, און נאך פילע הויעכראנגיגע מיניסטארן, גענעראלן, און רעגירונג'ס איינגעשטעלטע, מיסטעריעז פארכאפט געווארן אין א שווערן נעפל וואס האט זיך גענדיגט מיט א פאטאלן קראך, פון וועלכער קיינער האט נישט איבערגעלעבט.

כאאס איז נישט דאס ווארט, וואס עס האט דאן זיך אפגעשפילט אינערהאלב דעם פולישן רעגירונג, וואס דאס האט געברענגט צו עפענען מאסיווע אויספארשונגען, אנגעהויבן פון די שווארצע קעסטלעך פונעם געקראכטן פליגער וועלכער האט שוין עספיעט אנצוקומען און פארזוכן א באהאנדלונג פון די רוסישע עקספערטן, וואס דעריבער האט מען שוין גארנישט עהרנסט געקענט בויען אויף דעם.

איינע פון די שטערקסטע טעאריעס ביי יעדן וואס קען אביסל דעם פאליטישן ארענע פון אלע יארן, די גרויס ליבשאפט און צוזאמענארבעט פון די צוויי לענדער, איז געווען, אז דער רוסישער בער, האט געזעהן מיט גוטן צו מיט בייזן אז די דאזיגע קראך זאל צושטאנד קומען, און ווי פארשטענדליך געזעהן אז אירע פינגער אפדרוקן זאלן פארשווינדען ווערן ווי אין וואסער אריין, וואס דעריבער האבן די פולישע רעגירונג נישט געקענט קומען צו זיך און שטענדיג פראבירט מאכן פרישע אנדעקונגען וואס זאל ווייזן א שטראל איבערן מיסטעריעזן פליגער קראך, אזוי ווייט אז זיי זענען גרייט געווען אויפצוגראבן די באגרעבעניש, פונעם פרעזידענט און אויספארשן זיין קערפער און זעהן צו עס איז נישט דא אויף זיין קערפער צייכענעס פון אויפרייס מאטריאל וואס האט געקענט זיין אונטערגעשטעלט אויפן פליגער וואס זאל האבן צו געברענגט דעם קראך.

דעטעקטיוו סטאפנאווסקי, נאכן זעהן אז די זאך שלעפט זיך שוין אזוי פיל יארן, אן קיין עהרנסטע אויפדעקונגען, האט ער באשלאסן אראפ צו רופן פון אמעריקא א איינהייט פון עטליכע הויעכראנגיגיע אויספארשער אינערהאלב די סי איי עי, כאטש אמעריקע האט גלייך נאכן קראך געאפערט פאר פוילן עטליכע געניטע אויספארשער העלפן דערגיין די אורזאך פונעם קראך און די גאנצע סיטואציע, און דאן האט ער עס מיט גרויס שטאלץ אפגעווארפן, איז יעצט געקומען די שכל אז יא, אפשר אזוי וועט זיך עפעס אנהייבן ריקן דא.

הערטס חברה, האט אנגעהויבן דער טשיף אף די ספעציעלע אפטיילונג פון אויספארשערס אין די סי איי עי, ענק זענען באויפטראגט געווארן מיט א מיסיע, וועלכער איז א גאלדענע געלעגנהייט פאר אונזער אגענטור, צו נישטערן אביסל איבער די רוסן אבער מיט א פולישער שלייער אויפן פנים, וויבאלד ענק גייען זיין דארט צוויי פוילישע אויספארשער, און דאס וועט פארשפארן פון פארשאפן פרישע קאפ וויי פאר אונזער רעגירונג אין פאל עס ווערט עפעס אנטפלעקט פאר די רוסן, ווייל די שאדן פון די מיסיע וועט גיין נאר אויפן פולישער קאפ ארויף.

אבער האט ער אנגעהויבן, ווען זיינע שארפע אויגן עפענען זיך גאר גרויס, וויסן זאלט איר, אז עס קען זיין זייער געפארפול אזא מיסיע, ווייל סיי וועלכער פלאנטער איר פארפלאנטערט אייך, וועט איר זיך דארפן אליינ'ס אן עצה געבן, צוליב וואס מיר וועלן נישט קענען ברענגן פרישע הילף פאר אייך, כדאי זיך נישט צו אנטפלעקן פאר די רוסן, און אויף אזעלכע מעגליכקייטן דארפט איר זיין זייער גערישט, וויבאלד די פולישע בעלי גאה זענען דורך געפוילט דורך און אדורך מיט פילע אינפארמאטירערס, פאר אפאר פולישע זלאטעס ווערן זיי אינגאנצן פארקויפט פארן שטן, דעריבער זיך צו באשיצן, טוה איך אייך באפולמעכטיגן מיט גאר ברייטע מעגליכקייטן אפילו אין פרעמדע טעראטאריעס.

דיק און דזשעק, צוויי ברייט ביינערדיגע אוואנטוריסטשע פארשוינען וועלכער האבן נישט מורא פון זיך זעהן מיטן טויט פנים אל פנים, זענען באשטימט געווארן פאר די אזוי גערופענע אויספארשונג איבערן פליגער קראך, און ביז עטליכע טעג פונעם אנגעגעבענעם פארלאנג פון הויפט דעטעקטיוו פון פוילן, דעטעקטיוו סאפאנאווסקי, האבן דיק און דזשעק געלאנדעט אין פוילן אנגעלאדענט מיט ריזן זאפאסן פון די נויטיגע סחורה און זיך סטאנציאנירט אין פוילן. נאך א טאג צוויי פון צוזאמארבעט פון די צוויי אויספארשער מיט סאפאנאווסקי'ס סטעף, האט שוין מאסקעווע געהאט א פונקטליכע דיסקריפציע איבער די צוויי געסט אין פוילן, און א גרופע פון די געהיים דינסט זענען שוין געווען אין קראפט אין פוילן בעאבאכטן אויף די צוויי חברה, וואס זייערע גענויע פלענער זענען דא.

דיק און דזשעק, נישט קיין קליינע חברה לייט, האבן פונקטליך אויפגעכאפט ווי די דריי אזוי אויסזעהנדע טוריסטן וועלכער האבן צוויי טאג נאך זיי אריינגעטשעקט אין האטעל און באקומען א צימער ממש אנטקעגן איבער זייער רום.

מאטי האט שוין נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט, זיין מח האט געווירבעלט ווי א בינען שטאק, אבער ווען די ערשטע שטראלן פון פרימארגן האט אנגעהויבן זיך אריינצוכאפן פון צווישן די שפאלטענעס פונעם פארהאנג, האט ער שוין געהאט א גענויען פלאן פארן היינטיגן טאג.

די צעטל האט אים געמאכט די לעצטע באשלוס, יא צו נעמען די זאך אין די האנט אריין, נאך א האלבע נאכט פון זיך ארום שלאגן מיט זיינע געוויסן, צו ער לייגט זיך אריין אין מויל פון לייב, אדער אז מיטן פרימארגן כאפט ער צוריק דעם ערשטן פליגער קיין ניו יארק, האט ער באשלאסן, ניין, ווען די קליינע אומשולדיגע צעטל איז כמעט צומאלן געווארן צווישן זיינע נערוועזע פינגערס, ער קען נישט אזאנס צו לאזן, אז דער אייבערשטער האט אזוי צוגעפירט מיינט עס אים, יא ער מוז עפעס טוהן צו דעם.

די ערשטע זאך האט ער געוויסט מוז ער זיך ארויס זעהן פון דא אן קיינע וויידלעך, ער האט פארשטאנען אז היינט איז גענדיגט די צייטן וואס מען דארף איינעם אפווארטן אין לאבי פון האטעל פארשטעקט אונטער א גרויסן צייטונג און ארויסבליקן פון צווישן די לעכער, די רעפארנירטע חברה האבן מסתם זיכער געמאכט צו פארלאזן דא ממש ביי זיין טיר א קליין אייגעלע, וואס פיטערט זיי אין מויל אריין יעדן טריט וואס ער וועט ארויס שטעלן פון זיין צימער.

כדאי דאס צו פעסט שטעלן, האט ער זיך געלאזט באשטעלן ביים קאפע רום פון אונטן א 12 אונס'יגע קאווע, דעליווערט צו זיין רום, ביז עטליכע מינוט האט א איינגעשטעלטער געקלאפט ביים טיר, היי מיסטער יור קאפי איז העיר, מאטי האט גאר צו שטייטליך געפענט די טיר, ממש ווי ער וואלט יעצט ארויס געשפיגן געווארן פון זיין בעט נאך א שווערע נאכט, און אזוי מיט פארגלאצטע אויגן אויפן גאנצן האריזאנט איבער גענומען די קאפי מיט ביידע הענט אינאיינעם. מיט אזא שלימזלדיגע ריר האט זיך אפגעטוהן דארט א שלומיאלדיגער קאווע אויסגיס, אז באלד א האלבער האלוועי איז געווארן באגאסן מיט קאווע, אבער דאן האט ער עס באמערקט, פון די גאנצע סומאטוכע האט ער עספיעט צו באמערקן א פיצעלע שטיקל ממש אזוי גרויס ווי א טשיפ פון א קרעדיט קארד, איז געווען אנגעקלעבט פונקט אנטקעגן איבער זיין טיר, וואס דאס האט געדארפט לאזן וויסן פאר זיינע באזיכער'ס אז דער סוספעקט האט זיך ארויס גערירט פון צימער, און מען ברויך אים אפווארטן ערגעץ ארום דעם האטעל זעהן צו ווי זיינע טריט זענען געווענדעט.

יעצט איז ער שוין געווען רואיגער, איינמאל ער ווייסט פון וואס זיין וויידל באשטייט, מען קען צוגיין צו די ווייטערע פלענער, ער האט ארויס געצויגן פונעם האנט באגאזש די נויטיגע קליידונג, וועלכער איז באשאטאנען פון א דזשינס הויזן מיט א פאר גוטע הויכע שווארצע שטיוול, א קורצע דזשאקעט מיט א שווארצן דאשיק, ארויף געדרייט דאס בערדל אויף גאר א קליינעם פארמאט, פארענדערט דעם שווארצן בערדל צו א ליכטיג ברוינער מיט א פאר זון ברילן אויף די אויגן, און געגאנגען.

אינמיטן די נאכט האט ער שוין געהאט באמערקט אז צו זיין גוט מזל איז זיין רום א דאבל רום אפגעטיילט בלויז דורך א פארשלאסענעם טיר, יעצט האט ער צוגענייגט דעם אויער, און עס האט געהערשט דארט א שא שטילקייט, נאך אפאר גוטע מינוט'ן מיט א קליינע שווייצער טול סעט וועלכער איז היבש צוקריצט געווארן פון זיין ארבעט, איז דער טיר פון דערנעבנדיגן רום געווען אפן גרייט עס צו ניצן פארן פארקער.

א מינוט דערויף האט ארויסגעשפאנט פונעם נעקסטן צימער אן איינגעבויגענעם געשטאלט פון עפעס א עלטערער פארשוין און אזוי שטייטעליך אראפ געשפאנט דעם לאנגן האלוועי אויפן וועג צו די שטיגן.

יעצט איז עס אים געלונגען.

ווי נאר ער האט זיך געזען ארויס פון האטעל, האט ער א כאפ געטוהן זיין מערצעדעס און זיך געיאגט צום נעכטיגן מאסטעווע גאס, זיך איינדרייענדיג צום ברייטן מאסטעווע גאס האט ער עספיעט צו זעהן דעם ברייטן שרעקעדיג אויסזעהנדער פארשוין מיט וועם ער האט זיך נעכטן באגעגענט ביי די דירה אוועק שפרייזן פון דעם אפארטמענט בילדינג, מאטי האט באשלאסן צו בלייבן זיצן נאך אפאר מינוט אין זיין געדינגענעם אויטא, און ווארטן צו נאך איינער קומט און גייט פון די דירה, נאך א גוטע פופצן מינוט האט ער באשלאסן עס איז גענוג, ער איז צוגעפארן צו א דערנעבנדיגן געסל פארקירט זיין אויטא, און צושפאצירט צו די אפארטמענט בילידינג, אריין אינם בילדינג מיט פעסטע טריט ווי למשל ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל.

עס איז געווען א שטילע פארמיטאג, יעדער איז ביי די ארבעט, די קינדער אין סקול, און א שטילקייט הערשט אין די גאנצע געביידע, אויך פון אפארטמענט נומ' 4 הערט זיך נישט ארויס קיין גרודער, מאטי באשליסט צו נעמען די ריזיקע, ער גייט אראפ אונטן אין בעסמענט זוכט אויף די מעין פיוס באקס פון די גאנצע געביידע, א ריק אראפ, קראך, די לעקטער פון די גאנצע געביידע ווערט אפגעשלאסן, ער ווארט אפאר מינוט צו איינער נעמט זיך רידערן, אבער ניין אלעס איז שא שטיל, ווי א מדבר שממה, קען מען גיין ווייטער, גייט ארויס צו די בעק יארד, כאפט זיך ארויף אויפן פייער סקעיפ און נעמט זיך קריכן די צוויי שטאק ארויף צו אפארטמענט נומ' 4.

אט איז עס, כאפט א בליק פון פענסטער, עס זעהט אויס פארזיכערט, מען קען גיין ווייטער, נאך עטליכע געזונטע גרידזשעס פונעם פארראסטיגטן פענסטער וואס האט אויפגעוועקט באלד גאנץ קראקא, איז דער פענסטער געווען אפן, איינס צוויי, א טאנץ, מאטי טרעפט זיך שטיין אינעווייניג אין א גרויסע קאנפרענץ צימער, אין צענטער פון צימער איז געשטאנען א גרויסע האלצערנע לענגליכער טיש ארום גענומען מיט א שיינע צאל בענקלעך, די טיש איז געווען אנגעהויפענט מיט פילע דאקומענטן און מאפעס, וואס ער האט נאך נישט געקענט זעהן אין די טינקעלקייט.

מאטי צינדט אן א קליינע על אי די מאסיווע פלעש לייט, א בליק אויף די גרויסע בילד אויפן וואנט האט אים געמאכט אויפציטערן ביז די טיפעניש פון זיין הארץ.

דאס איז דער זעלבער סימבאל וואס איז געווען אויפן קליינעם צעטל וועלכער האט געלאנדעט אינמיטן די נאכט ביי אים אין האטעל רום. א ריזיגע האקן קרייץ פון א שווארץ און רויטער קאליר, איז געהאנגען אין צענטער פון צימער, פון אלע זייטן אין דעם צימער האט זיך ארויס געזעהן די שרעקליכער טויט סימבאל פון די פארשאלטענע נאציס ימ''ש, דאס וואס ער האט געהאפט אז עס איז בלויזע איזוליעס האט אים געפראסקעט מיט איר גאנצע ווירקליכקייט אין פנים.

מאטי האט זיך געדארפט ציפן די באקן זיכער צו מאכן אז ער איז נישט אין קיין חלום אדער פאנטאזיע ווינקל, ער האט געפילט ווי ער איז צוריק געפלויגן צו די שרעקליכע 1940 יארן, דא אין אייראפע, ווען די ערד האט געברענט אונטער יעדן איד, ווען דער פארשאלטענער היטלער ימ"ש מיט זיין נאציזים און ריינע ראסע אידיאלגיע, האט געמאכט יודן ריין גאנץ פוילן. די בילד האט זיך אנגעהויבן צוזאמשטעלן און קלאר ווערן, יא, אזוי ווי איך האב געשאצט, איך האב זיך פארטשעפעט מיט א פינסטערע נעאו נאצי גרופע, וועלכע ווי עס שיינט זענען זיי אנגעפיטערט מיט דעם פינסטערן נאצישע אידאלגיע און זיי האלטן אינמיטן זיך ארגענעזירן צו עפעס גאר עהרנסט, פון וואס מען מוז זיי באצייטענס אפשטעלן.

אויב האט ער געטראכט פאר א סקונדע אז די חברה זענען א באנדע קליינקעפיגע פויערן, וואס ווערן באנומען פון א הייל היטלער סאלוט, און שטאלצירן מיט געפרעסטע מונדירן און גלאנציגע שטיוול, האט אים די אינהאלט פון דעם צווייטען צימער געלאזט וויסן, אז ער שטייט דא מיט פארגעשריטענע באנדיטן וואס פארמאגן שוין טעכענלאגיע פון יארע 2016, די צימער איז געווען אויסגעשטאטעט מיט קאמפיוטערס און מאשינערי אלעס פון די לעצטע מאדעלן און ברענדס, פון די ווענט זענען געהאנגען ריזן סקרינס, אז עס האט געמאכט א רושם מער ווי מען געפינט זיך און א קאנטראל טורעם אין לופט פעלד ווי אין א פשוט'ער אפארטמענט אין א געדיכט באוואוינטער געגענט אין קראקא פוילן.

א טריט נענטער האט זיך אנטפלעקט פאר זיינע אויגן א צימער וואס האט אויסגעזעהן ענדערש ווי א וואפן מאגאזין, אנגעלאדענט מיט אלערליי ביקסן, רעוואלווערן, און מאשין געווער, די חברה האלטן שוין ביי גאר עהרנסטע שטאפלען, די מצב איז נישט גוט, זיי האלטן שוין מיט אפאר פיסטריט פאראויס.

נאך עטליכע מינוט פון טיפע שאק, האט ער אנגעהויבן אפשאצן זיין מסוכן'דיגער מצב פון וועלכער ער מוז באצייטענס אטרינען, די פינסטערע פארשוינען קענען נאך ערשיינען דא אין די קומענדיגע מינוט, ער האט א כאפ געטוהן די אנגעצייכנטע מאפעס פונעם גרויסן טיש, פארקנייטשט און אריינגערוקט אין טאש אריין, און זיך געוואנדן צום פענסטער, אין יענע מינוט האבן שווערע טריט אפגעקלינגען פונם טרעפן צימער, מאטי איז אין א בליץ סקונדע געווען ביים פענסטער, און א שפרונג ארויס פון פענסטער אראפ צו די גאס.

וואס טוהט מען ווייטער האט אים זיין געוויסן אנגעהויבן צו פייניגן, נאך ליגענדיג אזוי אויף דער ערד, גוט צוקלאפט פון די פאל, אבער זיין מח האט אים דערמאנט ער איז נאך נישט ארויס פון קיין סכנה, ער דארף פארשווינדען ווערן פון דא, די חברה וועלן גאר שנעל אנערקענען אז ער האט שוין אפגעשטאט א באזיך אין זייער קווארטיר.

א טינקל בלויער מערצעדעס האט זיך אוועק געריסן פון איר ארט נישט ווייט פונעם מאסטאווע גאס, אין א גאלאפ צוריק צום האטעל, נישט וויסענדיג אז נאך א אויטא, א שווארצער פאלקס וואגן האט זיך מיט געריסן מיטן שטורעם, און פאלגט נאך דעם טינקל בלויער מערצעדעס אויפן באפעל פון זיינע אויבערהארן.

מאטי, נישט חלומענדיג אז מען איז שוין נאך זיינע פיסטריט, האט באשלאסן פארוואס זאל ער זיי ארויס געבן זיין מאסקע, וועל מיר ניצן די זעלבער וועג צוריק צו מיין צימער, דורך דעם צווייטן האטעל רום, נייגט צו אן אויער, עס זעהט אויס שטיל, עפענט שטיל אויף די טיר און ווענד זיינע טריט צום טיר וועלכער פירט צו זיין רום, ער דרייט שוין די קלאמקע. אבער דאן האבן צוויי פעסטע הענט שטארק ווי אייזערנע צוואנגען אראפ געוואויגן אויף זיינע אקסלען, פון וואס ער האט אויף קיין שום פאל נישט געקענט זיך באפרייען פון זיי, און נאך פאר וואס ווען ווי, האט ער זיך געטראפן זיצן אויף א בענקל פארבינדען מיט די הענט ארונטער, ווען צוויי פעסטגעבויטע מענער שטייען אים צו די זייטן גרייט ווי אונטער צו פירן צו די חופה, עס האט נישט אויסגעפעלט קיין גרויסער חשבון צו פארשטיין אז די חברה זענען מיט א טריט פאראויס.

וואס ווילט איר פון מיר, האט ער ארויס געבורטשעט, דאס וועסטו אונז קודם ענטפערן, האט אים גענטפערט דער עלטערער פון די צוויי, א גרוי האריגער פארשוין, איך וויל נישט גארנישט פון אייך, לאזט מיך אפ, האט מאטי געטרייסלט ווי א בלעטל, אהא דו ווילסט נישט גארנישט, איז וואס זוכסטו אין פרעמדע טערטאריעס, מאטי האט געמיינט ער פאלט אראפ, אויף אזוי ווייט אז זיי ווייסן שוין פון זיין באזוך, און זיי זענען שוין געקומען נאך זיינע טריט דא אין דעם דערנעבנדיגן האטעל צימער האט ער זיך נישט געראכטן, ער האט אנגעהויבן באגרייפן, אז אויב עס איז נאך בכלל מעגליך דארף ער מאכן א שארפע יו טורן און זיך אפטראגן פון דאנעט, און לאזן אזעלכע ריזקאלישע אקציעס פאר געלערנטע אגענטן און אזעלכע וואס זענען פון די סארט טייג געקנאטן.

דער גרוי האריגער דיק מיט זיין שותף דער שלאנקער דזשעק, נאך א קורצע אויספארשונג איבער מאטי, זענען זיי געקומען צו א באשלוס אז אויב עפעס איז דער פארבלאנדזשטער יונג, נישט מער ווי א פשוטער שיק יונגל פון די רוסישע געהיים דינסט, וועלכע זענען סטאנציאנירט דא קעגן איבער, עפעס צו דערשנאפן פון אונז אמעריקאנער, וואס איז אזוי אויך א טאטאלער דורכפאל, אבער אויף קיין פאל איז ער נישט קיין גרויסער שפיאן וואס זאל זיין יעצט אונטער עפעס אן עהרנסטן מיסיע.

די פראגע איז נאר וואס זענען די מאטיוון פון זיינע שיקערס, און וואס האבן זיי געוואלט פון דא דערווישן, נאך א שנעלער אונטערזוכונג האט זיך אנטפלעקט פאר זיי עטליכע פארקנייטשע מאפעס אין איינע פון מאטי'ס טאשן, וואס האט זיי געמאכט יא טראכטן אז מען האט דא צוטוהן מיט אן אגענט וועלכער איז אהער געשיקט געווארן פון די פרעמד און בעדארף זיך באניצן מיט מאפעס.

אבער דאן האט זיך אנפלעקט זיין אמעריקאנער פאספארט אין זיין בוזעם, וואס איז דאס, דאס האט שוין צושאקלט אלע קארטן, וואס זוכט ביי דיר אמעריקאנער פאפירן, האט דער עלטערער געדונערט, וואס הייסט וואס איך בין אן אמעריקאנער בירגער, איז פארוואס דינסטו די רוסישע אגענטור.

איך, וואס א אגענט, פאר וועם, פארוואס, מאטי האט נישט געוויסט צו ער זאל לאכן, צו ער זאל וויינען, ער ווערט דא באשולדיגט אלץ אן אגענט פאר די רוסישע, חוץ פוטין ווייס איך נישט צו זאגן פון קיין רוסקיס. דזשעק האט געלאזט אריינסקענען אין א לעפטאפ דעם פאספארט, און ביז עטליכע מינוט האט די קאמפיוטער אנגעהויבן אויסשפייען א טוץ אינפארמאציע איבער דעם פערזאן, וואס האט געשטימט מיט די אינפארמאציע וואס מאטי האט זיי געגעבן.

צופיל באווייזן אדער קרימינאלע אקטיוויטעטען מיט וואס צו אטאקירן דעם דערשראקענעם ביז צום טויט, האבן זיי נישט געהאט, אבער עס האט זיך נישט געגלוסט ארויס צו לאזן אזא לייכטער פישל, וואס איז אזוי גרינג אריינגעשווימען אין נעץ.

דיק און דזשעק, נאך א קורצער ווערטער אויסטויש, האבן זיי שוין געהאט א גענצליכער סעלושן צו די סיטואציע וואס עס וועט ברענגן די מערסטע ניצן פאר זיי פון דעם שיק אינגל.

פלוצלונג האט מאטי באמערקט אז זייער באנעמונג צו אים האט זיך געטוישט ממש פון איין מינוט צום צווייטן, דער אינגערער שלאנקער פארשוין, האט אים אויפגעבינדן די הענט, און זיך אראפ געזעצט נעבן אים, ארויף געצויגן א סארקאסטישער שמייכל.

בארוהיג דיך, איך זעה אז דו ביסט נאך זייער דערשראקן, מסתם האסטו ממש אריינגעבלאנדזשעט דא, ניין, עפעס אזוי זאגסטו, הא, יא יא, איז אזוי אונז גלייבן מיר דיר יעצט, אבער אונז מוזן מיר זיך דאך איבערצייגן אז דו קענסט אזאנס טאקע באווייזן, איז הער צו, דא קעגן איבער אין רום 358 האלטן זיך אויף עטליכע רוסישע געסט, איבער וועם אונז וואלט מיר געוואלט וויסן אביסל אינפארמאציע,למשל ווען זיי לייגן זיך און אזוי ווייטער פשוט פאר אינטערעסאנטקייט, אלץ א גלאבאלער סורוועי, איז אזוי קודם מוזטו פארשטיין, אונז זעמיר דא פאר עהרנסטע ביזנעס, אונז האב מיר די מעגליכקייט דא, דיר פשוט אוועק צו לייגן אויף אייביג, און קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן ווי דיין געביין איז אהין געקומען, וואס יא, אונז האבן מיר פאר דיר איין אפציע, דו גייסט פונקט אזוי ווי דו האסט, לויט ווי דו פארקויפסט אונז אריינגעבלאנדזשעט דא, גייסטו אריינבלאנדזשענען אין יענעם צימער, דארטן דארפסטו נישט מער ווי איבערלאזן בטעות אויף איינער פון יענע געסט א קליינע שטיקעלע.

אז דו וועסט האבן סוקסעס אין דיין מיסיע, ביסטו באפרייט, און דו וועסט מער קיינמאל נישט הערן פון אונז, געדענק אבער די צייט איז קורץ ביז היינט ניין אזייגער ביינאכט מוזטו זיין צוריק פון די מיסיע, זאלסט אונז אפווארטן אין די גרויסע שטאטישע פארק, פון ווי מיר וועלן דיר גענצליך באפרייען פון דיינע פליכטן.

אבער אויב וועסטו פראבירן צו מאכן חכמות, און עס וועט זיך איבערצייגן אז דו ביסט יא געשיקט געווארן דא אהער, אלס אינפארמאנט צו דערשמעקן פון אונז, דאן ביסטו אין אונזערע אויגן א פארזיגלטער, אונז וועל מיר אנקומען צו ווי דו וועסט נאר אנטלויפן, געדענק וואס איך האב דיר געזאגט, האט שוין יעצט דער גרוי האריגער מיט זיין באסעווע שטימע געדינערט, און אים געשאקלט ווי א זאלץ מעסטל ביים גענאק, איבעראל וועלן מיר נאכקומען נאך דיר. מאטי איז געלעגן אין זיין צימער אויס געשטרעקט ווי נאך אן אפעראציע, אלע גלידער זענען אים געווען אויסגעברענט, אן קיין טראפ כח, אבער נאך א שטיק צייט ליגן אזוי, האט ער באשאלאסן לאמיך כאטשיג נאך אביסל אריינכאפן דא אויף די פרייע לופט אין קראקא, איך ווייס דאך נישט יעצט מיט וועמען איך וועל שלעכטער אפשניידן צו מיט די רוסן, וואס איך ווייס נאך נישט וויאזוי איך גיי מיך מיט זיי אומגיין, און אז פאלג איך נישט, ווער ווייסט וואס די אמעריקאנער וועלן מיר טוהן.

די קאלטע פרישע לופט, וועלכע האט אריין געשטראמט אין זיינע אנגעצויגענע לונגען, שפאצירענדיג אין פראנט פון די האטעל האט אים אביסל אויפגעפרישט דעם מח און געלאזט טראכטן אביסל קלארער, מיט די רוסן וועל איך מיך מוזן אן עצה געבן אזוי גאנץ פשוט, נעמליך אויך בטעות אריינבלאנדזשען אין זיך אנקלאפן אין עמיצער פון די געסט און דאן אזוי אומערקבאר איבערלאזן דעם טרעקער אויף אים'ן, און האפענטליך אזוי פטור ווערן פון די גאנצע סיטואציע און זיך אפטראגן פון דאנעט נאך היינט נאכט, איינמאל איך בין פערטיג מיט זיי דארט אין די שטאטישע פארק.

אזוי נישט טראכטענדיג האט אים זיין פוס צוגעטראגן צו זיין פארקירטער מערצעדעס, מאטי זעצט זיך אריין שטעקט אריין דעם שליסל און לאזט זיך ארויס אזוי אביסל ארום פארן די קראקאווער גאסן, אה, פאלט אים ביי א געדאנק, אפשר קען איך נאך אריינכאפן דעם לאקאלן ארכיוון צענטער, א קאלטער מעטאל וואס האט אנגעהויבן דרוקן אויף זיין גענאק האט אים געמאכט אויפציטערן, ריר דיך נישט אן מיינע אנווייזונגען, האט זיך געהערט א קאלטער שטימע פון די אונטערשטער זיץ אין זיין אויטא.

פארזעצונג קומט אי״ה גלייך נאכן פארמעסט
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:35 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

איך האלט עס נישט אויס, וואס איז די סוף פונעם מעשה?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

האלאו דו... וואס גייט מיר טן וויפיל קאראקטערס... דו שרייב נאר ווייטער.. אוי איז דער שרייבער פיין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערליך, דראמאטיש און קונצליך.

א מייסטערווערק!!! האסט מיר געכאפט
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איינער קען מיר מסביר זיין ווי פלוצלונג פליט אריין נייע וועש און די האטעל?
און אלע כלים?
א פשוטע איד.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שמש האט געשריבן:איך האלט עס נישט אויס, וואס איז די סוף פונעם מעשה?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער דא האט מיר געהאלטן דאס אטעם ווי מיט צוואנגען.
וואו קומט מען אויף מיט די אלע געדאנקען?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

געפרעגט די זעלבע אין א צווייטע אשכול שוין?
דער שרייבער זאל ביטע אריינשיקן די איבריגע חלק פונעם ארטיקל.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

עס גייט זיין א לאנגע פארזעצונג, ווארט מיט געדולד.

יישר כח פארן שרייבער זייער שפאנענד, אייזערנע איידיע.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

איך ווייס נישט ווער דו בוסט פונקטליך, שרייבער טייערע, אבער דו בוסט שלעכט! ווי קענסטו עס טוען צו מיר... וואס איז דו צווייטע האלב פונעם מעשה...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

.... איך וויל נישט שרייבן די נאמען פונעם שרייבער וועם איך טראכט, עס איז קעגן די תקנות פונעם פארמעסט.
אבער איך בעט דיר לייג ארויף דורך מה פתאום נאך א פארזעצונג.

יישר כח פון פארדעם
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:הערליך, דראמאטיש און קונצליך.

א מייסטערווערק!!! האסט מיר געכאפט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאנץ אינטערסאנט צו שיקן אן אומפארענדיגטע פארזעצונג צו א פארמעסט.

אזוי צו אזוי איז עס שפאנענד און אינטערסאנט.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

כסליו האט געשריבן:.... איך וויל נישט שרייבן די נאמען פונעם שרייבער וועם איך טראכט, עס איז קעגן די תקנות פונעם פארמעסט.
אבער איך בעט דיר לייג ארויף דורך מה פתאום נאך א פארזעצונג.

יישר כח פון פארדעם

זאל דאס זיין דיין גרעסטע צרה. ווארט מיט געדולד...
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

און אז עס איז מיין קלענסטע?
אויף וועמענס חשבון לאזטו א איד ווארטן?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אין וועלכע שטאט וואוינט איר?
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

פארוואס פרעגט איר? מה פתאום???
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דערוילעם איז היציג...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דו בוסט פונקטליך, שרייבער טייערע, אבער דו בוסט שלעכט! ווי קענסטו עס טוען צו מיר... וואס איז דו צווייטע האלב פונעם מעשה...

עס האט געקענט זיין ערגערס. ווען ער בלייבט ווען שטיין געבינדען אין קייטען אין זיין האטעל צימער; וואלטען מיר אלע נישט געקענט עסען לאנטש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

כסליו האט געשריבן:פארוואס פרעגט איר? מה פתאום???

ווייל איך וויל רעקאמענדירן א גוטן דאקטאר...
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

פאר א גוטן דאקטאר וועל איך פארן ווי מען דארף, אויב עס ווענדט זיך אין דעם....
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער גוט געשריבן. שפאנענד און ציענד
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

דער איז די מען, ענטפערט ווי א מענטש...
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

געלעגער האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן. שפאנענד און ציענד


כ'שאקל מיר ווי א בלעטל... איך בין קאנפיוזד. איז עס באזירט אויף אן אמת'ע מעשה? אזוינע פאנטאזיעס. געליינט אייוועלט און אנגעקומען צו די נאציס און פוטין אויפאמאל. גראדע בין איך חושד אז איר זענט היפש איבערגעגאנגען דעם קערעקטערס לימיט...
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נישט סתם...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”