שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשע"ז - נייעס און מעלדונגען

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אייוועלט ארכיוו

שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשע"ז - נייעס און מעלדונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

מען האלט שוין נאכן דעדליין... וואס קומט נעקסט?

די סאמע בעסטע שרייבער אויפן כדור האייוועלט האבן אין די פארגאנגענע שטיק צייט געשארפט די פעדערן, געשריבן און געמעקט, פארארבעט מעשים, כדי דער ציבור הקוראים זאל הנאה האבן. יעצט איז געקומען די צייט צו שניידן די פירות!

די פארמעסט האט זיך ארויסגעשיילט צו זיין אזאנס וואס איז נאכנישט געווען. די ארטיקלען זענען אריינגעקומען איינס ביי איינס העכער אלע ערווארטונגען, בכמות ובאיכות, אזש עס ווערט שווער צו טראכטן פון א געווינען דען אלע ווי איינס זענען עידית שבעידית אויף א שטארקע פארנעם.

גאר א וויכטיגע רינגעלע אינעם קייט פון פארמעסט דערגרייכונגען איז די אפיציעלע פארמעסט וועב זייטל וואס איז צישטאנד געקומען בלויז און עקסקלוסיוולי נאר לכבוד דעם פארמעסט, דאס פארשפרעכט א איינמאליגע געשמאקע עקספיריענס וואס מאכט זיך נישט אפט.

די ארטיקלען ערשיינען אויפן פארמעסט וועבזייטל אין גאר א ליינבארע און געשמאקע פארמאט מיט שיינע פאנטס אז דאס ליינען זאל זיין געשמאק על מי מנוחות. ווען איר ענדיגט ליינען איין ארטיקל, וועט איר גלייך זעהן אונטן איינס אדער צוויי אנדערע ארטיקלען, אזוי אז איר פארפאסט נישט גארנישט. ווי אויך זענען ערצייגט געווארן קאסטום מעיד שטים בודקעס דארט אויפן זייטל מיט אלע געברויכן און צוגעהערן להנאת כל הציבור.

ועתה על של עכשיו: די סדר הפארמעסט פון די קומענדיגע טעג:

א)בשעת די שורות וועלן געליינט ווערן וועט שוין די אפיציעלע פארמעסט וועבזייטל זיין ברייט אפן לכל צורב ומבקש מיט א ברייטע אויסוואל פון כל ערליי ארטיקלען געשריבן דורך די פארמעסט שרייבער.

ב) די שטים בודקעס וועלן נאך נישט זיין אפן יעצט כדי מען זאל האבן צייט אפצוליינען אלעס מיט ישוב הדעת. א באזונדערע מעלדונג וועט ארויסקומען אויפן וואל טאג.

ג) כדי די שטימען זאלן אויסקומען יושר׳דיג איז ערצייגט געווארן א שפאגל נייער טעכניק, יעדער בירגער וואס איז עלידשעיבל צו שטימען וועט ערהאלטן א פריוואטע לינק ביי זיך אין אישי און נאר מיט דעם וועט מען קענען שטימען.


באזוכט דעם פארמעסט וועבזייטל און גארטלט אייך אונטער, זעצט אייך איבער א גלעזעלע ווארעמע קאווע, נעמט א פאנקע צו די זייט, און געגאנגען! עס איז אונזער האפענונג אז איר וועט הנאה האבן!

הצלחה רבה!‎
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יעצט איז די פאסיגע צייט צו באדאנקען אונזער געטרייער יושב בראש, וואס פירט דעם פארמעסט, אריינגעלייגט כח און מוח אין יעדן דעטאל, זיך אפגעגיבן מיט אלע קשיות הערות וספיקות, און ווי אלעמאל געהאלפן יעדעם מיט א נפש חפיצה.

ועוד וזה העיקר איז ער אויפגעקומען מיטן געניאלן געדאנק פון פאבריצירן א באזונדערע זייטל בלויז פארן צוועק פון דעם פארמעסט כדי מהנה צו זיין דעם ציבור מיט א קנאק פון א זאך, און אומר ועושה האט ער דיזיינט דעם זייטל, געזיצן דערויף לילות כימים, ביז עס איז ארויסגעקומען אייוועלט דאט פראו במלוא יפיה והדרה.

טייל האבן אביסל מיטגעהאלטן די ווארעמקייט מיט וואס ער איז צוגעגאנגען דערצו, וויאזוי ער האט זיך גערעכנט מיט יעדעם׳ס מיינונג. זיין הויפט ציל איז געווען אז יעדער אינדעווידואל זאל הנאה האבן די מערסטע וואס עס איז שייך.

נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די שווערע און געטרייע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט לטובת הציבור! עס זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דרייצן ארטיקלעך זעה איך, מען דארף גיין צום צווייטן בלעטל פאר די לעצטע ארטיקל
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

pdf pleas pleas
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

משומר בלאקט אפאר ארטיקלען
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בלי מילים!

אה יא, איין ווארט האב איך יא: שטומט פאר מיין ארטיקל...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

פלטיאל האט געשריבן:יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?

צוויי געזונטע פעטש קען מען נאך... סידאס די פוילקייט? און דו ווילסט נאך ווערן ראשעקאל?

#פוילגעיט סקאנדאל
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

דאנקע שיינע! פאר וואס ווען ווי, יו דיט איט! די וועבזייטל איז א הערליכע ארבייט, כ'האב מורא אז דו וועסט דארפן איבערמאכן גאנץ אייוועלט צו אזא שיינע אויפלאגע... גיימיר זיך זעצן ליינען...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

געבלאקט דורך מיין פילטער...
:-(
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

Reason: matched category games at 29%
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

is it going to be on a pdf ?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פלטיאל האט געשריבן:יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?


מאכסטעס גוט...
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

פארוואס זאל משומר לאזן ליינען אינטערנעט ארטיקלעך פון אנאנימע שרייבער, ווער ווייסט צי זיי זענען נישט אנגעפיקעוועט מיט דעות כוזבות כל באיה לא ישובון, וואס איז די אויפרייס אויף משומר? סתם ווייל איינער בעט דארפן זיי גראד עפענען.?
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

בלעטל האט געשריבן:פארוואס זאל משומר לאזן ליינען אינטערנעט ארטיקלעך פון אנאנימע שרייבער, ווער ווייסט צי זיי זענען נישט אנגעפיקעוועט מיט דעות כוזבות כל באיה לא ישובון, וואס איז די אויפרייס אויף משומר? סתם ווייל איינער בעט דארפן זיי גראד עפענען.?


are you for real ?!!!!!!!!!! :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קלארשטעלונג: איך האב נישט געשריבן מסכת חנוכה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

קלאר אז נישט...


ווען מ'מעג ווען זאגן זאג איך גראד 'פאר זיכער' ווער ס'האט עס געשריבן
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב נישט געשריבן מסכת חנוכה!

וואו קען מען שטימען. איך בין שוין גרייט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

האסט נישט געזעהן די 'שטים בודקע'?

מ'קען נאך נישט שטימען כדי די איבערגעאיילטע וויילער זאלן בלית ברירה מוזן רואיגערהייט איבערליינען די ארטיקלען בעפארן אפגעבן זייער שטימע
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:קלאר אז נישט...


ווען מ'מעג ווען זאגן זאג איך גראד 'פאר זיכער' ווער ס'האט עס געשריבן

איך ווייס נישט ווער, גאנץ א פאסיגע ארטיקל געבויעט בעסיקלי אויף דעם בעל דורות הראשונים, ביזן צוצייכענען צו ממי שאמרו...
לעצט פארראכטן דורך בלעטל אום מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:האסט נישט געזעהן די 'שטים בודקע'?

מ'קען נאך נישט שטימען כדי די איבערגעאיילטע וויילער זאלן בלית ברירה מוזן רואיגערהייט איבערליינען די ארטיקלען בעפארן אפגעבן זייער שטימע

לאמיר האפן ס'זאל נישט נעמען לאאננג, כ'זאל נאך געדענקען..
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

הערליך שיין די סייט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ס'האט מיך געדוירט צוויי מינוט צו כאפען ווי מ'דארף קוועטשען צו ליינען די פולע ארטיקעל.. קען זיין אז איך האלט פשוט נאך א שווערע טאג ארבעט....
Paste.PNG
Paste.PNG (8.72 KiB) געזען 8588 מאל

עניוועיס ס'איז א הערליכע ארבייט! יעצט דארף מען נאר מאכען צייט צווישען אלע פאדיס....
איזי
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מ'קען פשוט דריקן אויפ'ן קעפל


מ'דארף פשוט נוצן ס'אייגענע קעפל...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואף! סיריעס קאמפעטישן!

איך ווייס נישט וועגן ראש הקהל...

די שמש פאזיציע איז נאך עוועילעבל? סאונדס פריטי פראמעסינג...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”