שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשע"ז - נייעס און מעלדונגען

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשע"ז - נייעס און מעלדונגען

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:35 pm

מען האלט שוין נאכן דעדליין... וואס קומט נעקסט?

די סאמע בעסטע שרייבער אויפן כדור האייוועלט האבן אין די פארגאנגענע שטיק צייט געשארפט די פעדערן, געשריבן און געמעקט, פארארבעט מעשים, כדי דער ציבור הקוראים זאל הנאה האבן. יעצט איז געקומען די צייט צו שניידן די פירות!

די פארמעסט האט זיך ארויסגעשיילט צו זיין אזאנס וואס איז נאכנישט געווען. די ארטיקלען זענען אריינגעקומען איינס ביי איינס העכער אלע ערווארטונגען, בכמות ובאיכות, אזש עס ווערט שווער צו טראכטן פון א געווינען דען אלע ווי איינס זענען עידית שבעידית אויף א שטארקע פארנעם.

גאר א וויכטיגע רינגעלע אינעם קייט פון פארמעסט דערגרייכונגען איז די אפיציעלע פארמעסט וועב זייטל וואס איז צישטאנד געקומען בלויז און עקסקלוסיוולי נאר לכבוד דעם פארמעסט, דאס פארשפרעכט א איינמאליגע געשמאקע עקספיריענס וואס מאכט זיך נישט אפט.

די ארטיקלען ערשיינען אויפן פארמעסט וועבזייטל אין גאר א ליינבארע און געשמאקע פארמאט מיט שיינע פאנטס אז דאס ליינען זאל זיין געשמאק על מי מנוחות. ווען איר ענדיגט ליינען איין ארטיקל, וועט איר גלייך זעהן אונטן איינס אדער צוויי אנדערע ארטיקלען, אזוי אז איר פארפאסט נישט גארנישט. ווי אויך זענען ערצייגט געווארן קאסטום מעיד שטים בודקעס דארט אויפן זייטל מיט אלע געברויכן און צוגעהערן להנאת כל הציבור.

ועתה על של עכשיו: די סדר הפארמעסט פון די קומענדיגע טעג:

א)בשעת די שורות וועלן געליינט ווערן וועט שוין די אפיציעלע פארמעסט וועבזייטל זיין ברייט אפן לכל צורב ומבקש מיט א ברייטע אויסוואל פון כל ערליי ארטיקלען געשריבן דורך די פארמעסט שרייבער.

ב) די שטים בודקעס וועלן נאך נישט זיין אפן יעצט כדי מען זאל האבן צייט אפצוליינען אלעס מיט ישוב הדעת. א באזונדערע מעלדונג וועט ארויסקומען אויפן וואל טאג.

ג) כדי די שטימען זאלן אויסקומען יושר׳דיג איז ערצייגט געווארן א שפאגל נייער טעכניק, יעדער בירגער וואס איז עלידשעיבל צו שטימען וועט ערהאלטן א פריוואטע לינק ביי זיך אין אישי און נאר מיט דעם וועט מען קענען שטימען.


באזוכט דעם פארמעסט וועבזייטל און גארטלט אייך אונטער, זעצט אייך איבער א גלעזעלע ווארעמע קאווע, נעמט א פאנקע צו די זייט, און געגאנגען! עס איז אונזער האפענונג אז איר וועט הנאה האבן!

הצלחה רבה!‎
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:36 pm

יעצט איז די פאסיגע צייט צו באדאנקען אונזער געטרייער יושב בראש, וואס פירט דעם פארמעסט, אריינגעלייגט כח און מוח אין יעדן דעטאל, זיך אפגעגיבן מיט אלע קשיות הערות וספיקות, און ווי אלעמאל געהאלפן יעדעם מיט א נפש חפיצה.

ועוד וזה העיקר איז ער אויפגעקומען מיטן געניאלן געדאנק פון פאבריצירן א באזונדערע זייטל בלויז פארן צוועק פון דעם פארמעסט כדי מהנה צו זיין דעם ציבור מיט א קנאק פון א זאך, און אומר ועושה האט ער דיזיינט דעם זייטל, געזיצן דערויף לילות כימים, ביז עס איז ארויסגעקומען אייוועלט דאט פראו במלוא יפיה והדרה.

טייל האבן אביסל מיטגעהאלטן די ווארעמקייט מיט וואס ער איז צוגעגאנגען דערצו, וויאזוי ער האט זיך גערעכנט מיט יעדעם׳ס מיינונג. זיין הויפט ציל איז געווען אז יעדער אינדעווידואל זאל הנאה האבן די מערסטע וואס עס איז שייך.

עס איז אויך נישט קיין סוד אז אזא וועבזייטל איז נישט קיין ביליגע מעשה, אשר על כן, כדי אביסעלע צוריקצוצאלן פאר די שווערע ארבעט בגוף ובממון בעט איך פון יעדעם איינעם, האסט הנאה געהאט? ווייז עס ארויס!

גייט צו מומחה עצום׳ס צדקה קאסע און ווארפט אריין א סכום חשוב די ארבעט זאל זיך אויסצאלן!

נאכאמאל א גרויסן יישר כח מומחה פאר די שווערע און געטרייע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט לטובת הציבור! עס זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:51 pm

דרייצן ארטיקלעך זעה איך, מען דארף גיין צום צווייטן בלעטל פאר די לעצטע ארטיקל
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:52 pm

לכאורה האט געשריבן:דרייצן ארטיקלעך זעה איך, מען דארף גיין צום צווייטן בלעטל פאר די לעצטע ארטיקל

שוין געטוישט אז אלע בלייבן אויף איין בלאט. יישר כח פארן מעורר זיין.
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:53 pm

pdf pleas pleas

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:55 pm

יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:55 pm

משומר בלאקט אפאר ארטיקלען
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:56 pm

בלי מילים!

אה יא, איין ווארט האב איך יא: שטומט פאר מיין ארטיקל...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 3:57 pm

פלטיאל האט געשריבן:יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?

צוויי געזונטע פעטש קען מען נאך... סידאס די פוילקייט? און דו ווילסט נאך ווערן ראשעקאל?

#פוילגעיט סקאנדאל

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:06 pm

מומחה, דאנקע שיינע! פאר וואס ווען ווי, יו דיט איט! די וועבזייטל איז א הערליכע ארבייט, כ'האב מורא אז דו וועסט דארפן איבערמאכן גאנץ אייוועלט צו אזא שיינע אויפלאגע... גיימיר זיך זעצן ליינען...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:06 pm

געבלאקט דורך מיין פילטער...
:-(
האיש האשכולות...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:07 pm

Reason: matched category games at 29%
האיש האשכולות...

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:08 pm

is it going to be on a pdf ?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:08 pm

פלטיאל האט געשריבן:יויש... כאגעהאט א חנוכה פארטי נעכטן... מען קען נאך אריינגעבן?


מאכסטעס גוט...

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:10 pm

בך בטחו האט געשריבן:משומר בלאקט אפאר ארטיקלען

מיט משומר האב איך גארנישט געקענט אויפטון, אלע אנדערע פילטערס האבן עס געעפענט בחפץ לב פאר אלע באנוצער וואס האבן אייוועלט אפן.

ואתכם הסליחה
משה שטינקאוויטש האט געשריבן:pdf pleas pleas

ס'וועט זיין אי"ה א פידיעף ביז אפאר טאג.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:16 pm

פארוואס זאל משומר לאזן ליינען אינטערנעט ארטיקלעך פון אנאנימע שרייבער, ווער ווייסט צי זיי זענען נישט אנגעפיקעוועט מיט דעות כוזבות כל באיה לא ישובון, וואס איז די אויפרייס אויף משומר? סתם ווייל איינער בעט דארפן זיי גראד עפענען.?

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:18 pm

בלעטל האט געשריבן:פארוואס זאל משומר לאזן ליינען אינטערנעט ארטיקלעך פון אנאנימע שרייבער, ווער ווייסט צי זיי זענען נישט אנגעפיקעוועט מיט דעות כוזבות כל באיה לא ישובון, וואס איז די אויפרייס אויף משומר? סתם ווייל איינער בעט דארפן זיי גראד עפענען.?


are you for real ?!!!!!!!!!! :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll:

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:27 pm

קלארשטעלונג: איך האב נישט געשריבן מסכת חנוכה!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:37 pm

קלאר אז נישט...


ווען מ'מעג ווען זאגן זאג איך גראד 'פאר זיכער' ווער ס'האט עס געשריבן

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:37 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב נישט געשריבן מסכת חנוכה!

וואו קען מען שטימען. איך בין שוין גרייט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:38 pm

האסט נישט געזעהן די 'שטים בודקע'?

מ'קען נאך נישט שטימען כדי די איבערגעאיילטע וויילער זאלן בלית ברירה מוזן רואיגערהייט איבערליינען די ארטיקלען בעפארן אפגעבן זייער שטימע

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:39 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:קלאר אז נישט...


ווען מ'מעג ווען זאגן זאג איך גראד 'פאר זיכער' ווער ס'האט עס געשריבן

איך ווייס נישט ווער, גאנץ א פאסיגע ארטיקל געבויעט בעסיקלי אויף דעם בעל דורות הראשונים, ביזן צוצייכענען צו ממי שאמרו...
לעצט פאראכטן דורך בלעטל אום מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:40 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:האסט נישט געזעהן די 'שטים בודקע'?

מ'קען נאך נישט שטימען כדי די איבערגעאיילטע וויילער זאלן בלית ברירה מוזן רואיגערהייט איבערליינען די ארטיקלען בעפארן אפגעבן זייער שטימע

לאמיר האפן ס'זאל נישט נעמען לאאננג, כ'זאל נאך געדענקען..

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:57 pm

הערליך שיין די סייט.
נייס דשאב מומחה.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 4:58 pm

ס'האט מיך געדוירט צוויי מינוט צו כאפען ווי מ'דארף קוועטשען צו ליינען די פולע ארטיקעל.. קען זיין אז איך האלט פשוט נאך א שווערע טאג ארבעט....
Paste.PNG
Paste.PNG (8.72 KiB) געזעהן 2589 מאל

עניוועיס ס'איז א הערליכע ארבייט! יעצט דארף מען נאר מאכען צייט צווישען אלע פאדיס....
על פי דין טאר מען יענעם נישט אפנארן, אבער לפנים משורת הדין טאר מען זיך אליין אויך נישט אפנארן...
-הרה"ק מראפשיץ


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט