בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:29 pm
דורך ישלהוסיף
דעם שבת געליינט א בלעטל, פון א דיין ראזענפעלד, וואס פארגינט נישט דער מענטשהייט מין מאכען א חנוכה פארטי, שוואגערס מיט שוועגערינס נישט, געימס נישט, גרעד בעגס נישט, דאס נישט יענץ נישט, אסור אסור אסור, וואס יא? כ'ווייס נישט, ס'דארף אויס זעהן כל הפחות ווי משה האט געמאכט פאר זיין שווער יתרו אין די מדבר...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:14 pm
דורך ווינקל
זאג נאר איינע פון די זאכן דארט איז אסור נאר ע"פ חומרא?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:37 pm
דורך טשיקען פיט
שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה??
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט??
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה???

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה??
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע???

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:41 pm
דורך ווינקל
שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:03 pm
דורך טשיקען פיט
ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???
דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??
אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:05 pm
דורך צים פינטעל
די ערשטע מאל געליינט די ארטיקל פון אלטע בחור'ל

LOL

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:15 pm
דורך ווינקל
א גוט יאר הרב דיפרעסטער.

ערליכע אידן שטייען אוועק פון כלערליי עצבות. עס איז קענטליך אז איר האט דא אן אגענדע וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול נאר דא.
---
ביסט מעתיק פון שו"ע שלא קבעום למשתה ושמחה און די רמ"א ברענגט א יש אומרים אז ס'איז קצת מצוה, און דו שרייסט הויך שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה אתמהה?
דער צעטל שרייט ארויס פון זיך מען זאל זיין וואס מער בשמחה און זיך פירן ע"פ תורה! פארוואס פארגינט מען נישט אביסל שמחה של מצוה בימי אורות הללו?

אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
גיי קוק! אטי כי רוכלי..
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו. און?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 5:27 pm
דורך למעלה משבעים
טשיקען פיט האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???

נישט געוויסט אז א פאדי פון געימס אדער גרעב בעגס איז א סעודה פון וואס די רמ"א רעדט....
טשיקען פיט האט געשריבן:דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??

איר האלט אז הלכות זענען מונע שמחה? איר האלט אז דער בעל הגליון איז אויפגעשטאנען אויפן לינקן זייט און אויפגעקומען מיט נייע הלכות שלא שערום אבותינו?
די הלכות זענען אלטע הלכות שוין פון זמן מתן תורתינו הקדושה ביים בארג סיני. ס'איז קיינמאל נישט געטוישט געווארן, חסרון ידועה טוישט נישט קיין הלכה.
טשיקען פיט האט געשריבן:אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???

ערליכע אידן מאכן סעודות וויזוי די הלכה פארלאנגט.... ווי א סעודת מצוה פון וואס די רמ"א רעדט....
---
ווינקל האקט,
גוט געזאגט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 8:45 pm
דורך צים פינטעל
;l;p- סאיז מיר דאס אלעס געלעגן אויפן צונג

נאר פשוט נישט געהאט קיין כח צו ענטפערן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 9:43 pm
דורך ישלהוסיף
טשיקען פיס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:22 am
דורך msp
מען שפילט נאך קוויטלעך בזמן הזה?
איר ווייסט די קוויטלעך פון וויען
פערדינאנד פיאטניק
מיט די קעסטעלעך ארום די נומערען צוויי און עלף
און ווי א צוועלף האט א דין פון ניין אדער צעהן אדער צוועלף....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:31 pm
דורך פארדינט
נעוואדי ווייס מיר, מ'שפילט דאס ערליך יעדעס יאהר מיט די קינדער כמנהג אבותי שיחי'

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:41 am
דורך msp
איז ביי ענק אויך א חיוב צו שפילען באנקא אויב מען האט א צוועלף?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:31 pm
דורך ישלהוסיף
יעצט אויף דער נאכט, גייט מיר אויס קומען מיין ערשטע נסיון אין דעם געביט,
איך וועל דארפען גיין ציווישען די טראפען,
מיט די אלע הלכות וועט מיר זיין שווער בייצוקומען,
היינט אינדערפרי שטארק מכוון געוועהן ביי "ואל תביאנו וכו' ולא לידי נסיון..."

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:41 pm
דורך לובלין
זאל איינער אפירברענגען די "חיים חעזקי ארטיקל" ביטע

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:45 pm
דורך למעלה משבעים