ווען דער תם איז פארן חכם!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:54 pm

PDF ביטע

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:56 pm

מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:58 pm

קען נישט עפענען דאס

אויב איינער קען דאס לייגן דא אויפן וועלטל גלייך

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

פרידן
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:58 pm


אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג מארטש 24, 2017 1:22 pm

ייש"כ פרידן פארן שטעלן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 26, 2017 9:36 am

הערליכע מאמר. ייש"כ פארן ארויפברענגען.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

ליל הסדר: "נתיבות שלום" מאמר על אמונה פשוטה!

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מארטש 28, 2017 6:11 pm

איך גיי מיך דא היימיש מאכען... שרייבען א הערליכע שטיקעל "נתיבות שלום" וואס רעדט ממש איבער דעם ענין פונעם ענדע'ס מאמר. און כ'האף אז ענדע גייט זיך נישט בייזערען אויף מיר...

נתיבות שלום - מאמר אמונה פשוטה!

לאמיר מקדים עטליכע קשיות:

1) מען זאגט און די הגדה: הא לחמא עניא, דאכלו אבהתנא "בארעא דמצרים" לכאורה האט עס נישט קיין פשט! ווייל מיר ס'שטייט דאך די טעם פון עסען מצה איז: על שם שלא הספיק בצקם של אבותינו להחמיץ וכו' איז דאך משמע אז די מצה האט מען געגעסען ווען די יודן זענען ארויס פון מצרים! וואלט ענדערשט געדארפט שטיין הא לחמא עניא, דאכלו אבהתנא "בצאתם מצרים" ? (אגב: עיין ברמב''ן פרשת ראה ותמצא נחת).

2) ווייטער זאגט מען: "כל דכפין ייתי ויכול, כל דצריך ייתי ויפסח" דאס איז שוין ממש צי שטוינען.. מען זיצט זיך אינדערהיים פיין אנגעליינט און א פארמאכטע צימער... א מען שרייט כל דכפין ייתי ויאכל! כל דצריך ייתי ויפסח! ס'הערט זיך ממש ווי א לצנות.. ווילסט איינלאדענען געסט צום סדר הענג אויף א צעטל און שול אדער כאטש קלאפ אויס און בית המדרש אז יעדער איז געלאדענט! וואס איז פשט דאס צי זאגען ביי זיך אינדערהיים און א פארמאכטע צימער?

3) די באקאנטע קשיא פון די ראשונים פארוואס זאגט די באשעפער יודן זאל היטען די עשרת הדיברות ווייל: אנכי יהוה אלהיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים! פארוואס דארף ער בכלל ציקומען צי דעם, און ס'איז עיהם נישט געניג דאס אז ער האט אונז באשאפען "אשר בראתיך"?

4) נאך א פליאה'דיגע קשיא. שטייט ביי קריעת ים סוף "ויאמינו בה'" ובמשה וכו' איז זייער שווער ווי קומט אריין "אמונה" דא? שטייט דאך אז "ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי!" יודן האבען געזעהן! אז מען זעהט ווי קומט אריין אז זיי האבען געגלייבט?


איז די הייליגער "נתיבות שלום" מסביר הערליך שיין אז ס'שטייט אז ווען יודן וואלטען ווען געבליבען נאך אביסעל און מצרים וואלטען זיי שוין קיינמאל נישט ארויס געקומען א פחד ווייל יודן זענען שוין געווען פארכאפט און מט' שערי טומא און ביי נ' גייט מען ווען שוין נישט ארויס. וואס איז דאס נ' שער טומא? שטייט פון חז''ל אז לא נגאלו ישראל "אלא בזכות האמונה!" הייסט עס אז די נ' שערי טומא וואלט געווען ווען יודן האבען שוין נישט מער קיין אמונה.


זאגט די "נתיבות שלום" די גאנצע יסוד פון יצאת מצרים איז נאר געווען וועגען יודן האבען געהאט אמונה! וואספארע סארט אמונה? פארזינקען און טומאת מצרים האבען יודן נישט געהאט קיין הויעכע מדרגות פון אמונה נאר געהאט "פשוט'ע פשוט'ע אמונה! אמונה פשוטה!" פארדעם שטייט ביי קריעת ים סוף "ויאמינו בה'" ווייל כאטש אפי' אז יודן האבען געזעהן, איז די אמונה פשוטע פון יודן געווען און א פול העכערע מדריגה וואס איז אסאך העכער ווי זעהן! און אט דאס איז די סיבה פארוואס יודן האבען זוכה געווען צי קבלת התורה! נאר וועגן דעם זכות! די זכות פון אמונה פשוטה וואס יודן האבען געהאט און מצרים!


די הייליגע בעל שם טוב האט געזאגט: נאך אלע הויעכע מדרגות בין איך א נער און איך גלייב! זאגט די נתיבות שלום אז אט דאס איז וואס איז געווען די זכות פון יודן צי ווערען אויסגעלייזט פון מצרים! זאגט ער דאס איז פשט און די הגדה. "הא לחמא עניא דאכלו אבהתנא בארעא דמצרים" א עני גייט ארויף אויף די יודן וואס זענען געווען עניים בדעת.


זאגט די בעל הגדה הא לחמא עניא: יא אט די ארימע פשוטע "אמונה פשוטה" וואס יודן האבען געהאט און מצרים "דאכלו אבהתנא בארעא דמצרים" אט דאס איז די זכות פארוואס אונז זענען געווארען אויסגעלייזט פון מצרים! זאגט ער ווייטער: כל דכפין ייתי ויכול כל דצריך ייתי ויפסח!" כל דצריך: א יעדע יוד וואס האט א צמאון, א צמאון פון "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמע את דבר" ער וויל זוכה זיין צי אמונה צי אט די מדריגה פון אמונה פשוטה וואס יודן האבען געהאט און מצרים! וואס דערפאר זענען זיי אויסגעלייזט געווארען! זאל ער קומען און זיך אריין טיען און דעם סדר ווייל פון דא קען מען שעפען עמערס פון אמונה בהשם!
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 3:50 pm

שכוח ענדע צדיק אויף שיינע הארציגע מאמר
און דער גאלדענע פעדער אויפן הוספה
נ.ב. ג"פ: שם הוי"ה אזוי ארויסצושרייבן?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אפריל 03, 2017 8:37 pm

שיינע הוספה @גאלדענע. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט