יענטאאש: בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דולה ומשקה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 9:44 pm

יענטאאש: בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דולה ומשקה »

אהההה...... מיט א טיפן אויסגעצויגענעם קרעכץ זינק איך איין מיין פולער קערפער אינעם באקוועמען לעדערנעם פאטעל אין קהל'ס אפיס....... אההההה...... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ, אבער נישט פון מידעקייט אדער אפמוטשעניש, נאר פון רואיגקייט און רוה, ס'א שאלה?... הערשט יעצט צוריק פון וואקאציע..... וואס'א געשמאק..... ב"ה די קרעטשמע איז זיך צעוואקסן אין דאס גאצע לענג און מען קען זיך שוין ערלויבן היינט צוטאג איר איברצולאזן בידי אחרים.

אהההה.... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ אריינזינקענדיג זיך טיפער אינעם פאטעל, די פיס זענען מיר צוזאמגעלייגט איינע אויפן צווייטן און די אויגן פארקלאצט אויפן דאך בעת איך פארקנייטש מיך דאס פנים פארטראכטנדיג זיך ערנסט אין מיינע ראש הקהל'ישע טיפע געדאנקען......

פאר עטליכע מינוט צוריק האב איך זיך אריינשפאצירט אין קרעטשמע אריין זיך אונטערזינגענדיג 'יאמאמיי' קלינגענדיג מיט די שליסלעך צו טאקט פונעם ניגון..., מיט א רואיגקייט האב איך געעפנט דעם הילצערנעם טיר וועלכע האט ארויסגעלאזט עטליכע פארשידנארטיגע גריצלערייען און קוויטשערייען וועלכע האבן מיך דערמאנט פון דעם טאגטעגליכן מעמד יעדן חודש אלול אינדערפרי ווען מיין בעל תפילה בלאזט דעם שופר....

מיין בעל תפילה איז א יוד אין די מיטל זעכציגערס מיט א געל-ברוינליכער טלית אבער מיט א ווייסע עטרה וואס ער האט הערשט לעצטנס געקלינט ביי 'פארקאש טליתים און עטרות' לכבוד זיין בן זקונים'לס שבת שבע ברכות, האט ער נעבעך אזא קרענק וואס א ריזן חלק אידן -הויפטזעהליך עלטערע- האבן, אז קוים קומט חודש אלול, גלייך ווי די האניג קיכעלעך און קוכן גייען אריין אין באנוץ, קומען זיי אריין אין שול יעדן פארטאגס מיט א געבויגן שמאל פיסקל, די שפיץ נאז קאלירט רויטליך פון די לייכטע קעלט פון די אלול פארטאגס שעה'ן, די לייכט-גרויע בארד אומגעקעמט, די פיאות צוזאמגעדריקט און אראפגעלאזט, די אויגן פארגלייזט זייטיג אויף ארויף, די הענט צוזאמענגעלייגט איינס אויף ס'אנדערע, און מיט שטייטע טריט גייען זיי ארום מיט א תשעה באב'דיגע בלאזיגע מוט אנזייענדיג ביטערניש און אומעט אויף ווער עס זעט זיי בטעות.

און דאן הייבט זיך אן דער טירחא דציבורא'דיגער חורבן, זיי הייבן אן זאגן הויך ברכות בכדי דער עולם וואס האלט אינמיטן פארדרייען די תפילין של יד זאל ברויכן ענטפערן אמן, קוקן קרום אויף ווער עס רעדט פארן דאווענען -ווער רעדט נאך פון אינמיטן דאווענען-, פרעגן מיט די האנט און ברומען א שאלה'דיגן נו.... ווען איינער שרייט יתגדל נאך הויכע שמונה עשרה, לויפן נאך די צדקה פושקעס מיט ניקלעך, און רעגן זיך ווען עס פארבלייבט נישט קיין מנין אויף תהילים נאכן דאווענען.

די אויסדערוועלטע פון זיי -ווי צב"ש מיין בעל תפילה- וועלכע האבן דאס גליק צו זיין א חיוב און דאווענען פארן עמוד, די האבן דאס בעסטע פון אלע, זיי האבן די רעכטן צו בלאזן שופר נאכן דאווענען...., ווען ער זאל ווען קענען וואלט עס מיר קנאפ אנגעגאנגען, דער פראבלעם איז אבער אז ער בלאזט אלעס און אויף אלעס חוץ דעם שופר.....

שוין פון אנהייב עלינו שפירט ער זיך וויכטיג, די נאזלעכער צועפענען זיך אים פון התרגשות, מיט א ספעציעלע זיבלנות ציט ער אויס דעם עלינו און מאכט זיכער נאך צו האלטן ביי 'להעביר גלילים' ווען דער גאנצער עולם איז שוין שטיל, און דאן פארענדיגט ער דעם עלינו הויך אויפן קול ארויפציענדיג מיט א קרעכץ ביי 'יכירו וידעו' א.ד.ג., ענדליך ווערט ער פארטיג און דאן קומט הערשט דאס ריכטיגע......

פפפפיו...... פפפפיו...... פפפפיו...... פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פרובירט ער שטערקער און שטערקער....... די אויגן זענען אים ברייט צעעפנט, אין די נאז לעכער קען מען טיף אריינקוקן אן עפעס צו פארפאסן, ביידע באקן זענען אים אויפגעבלאזן אין דאס גאנצע ברייט, ס'גאנצע פנים איז אים שוין בלוי, אבער קיין רעכטן 'תקיעה' האט מען נאך אלץ נישט געהערט......., אפילו דער שופר איז שוין אויסגעמוטשעט, די שפייעכץ רינט שוין ארויס פון די ברייטע זייט, אבער ער גיט נישט אויף...... 'ער' און דייקא 'ער' ברויך בלאזן דעם שופר......

קענען שטיין אינגעלייט וואס קענען בלאזן דעם שופר גרינג ווי א פידעלע, אבער ער וועט פאר קיין געלט נישט מוותר זיין דאס שופר געבלאזעכץ....., הפנים דאס וועט אים פארצייען די זינד זיינע...., ער מיינט טאקע אז ער וועט א גאנץ יאר פאשען אין אלע פעלדער און דאס שופר-בלאזעריי וועט אלעס צעבלאזן.......

בלאזט ער אויף יעדן... בלאזט ער זיך.... אלעס חוץ'ן שופר.....

בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יאפ. די אמאליגע זאפט אינשיטא מער!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איך זעה דאך אז יא!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”