אן עול"ם התיקון!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4892
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אן עול"ם התיקון!

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:13 pm

מיד, אויסגעמוטשעט. פיזיש אוון גייסטיש, מוטלאז און מאכטלאז, אויסגעהונגערט ממש אן א כוחות... אזוי זעץ איך מיר אראפ ביים קאמפיוטער נאך א טאג ארבעט.

אויש איז דאס געווען א טאג... ווי הייב איך אן? די ארבעטער'ס, די באס, די קליענטן, די וועטער, אלעס האט ווי געמאכט א יד אחת אנטקעגן מיר.

אלעס איז שא שטיל, יעדער איז זיך שוין צולאפן לגפנו וזיתתו, די רוישיגע פארביגע גאסן ווערן שיטערער, די שקיעה שטראלן האלטן שוין ביים אונטערגעבן זיך פאר'ן טונקעלן נאכט וואס האלט אט אט ביים איבערנעמען די מלוכה...

אזוי זיצענדיג פרובירענדיג צוזאמצונעמען די מחשבות פונעם טאג און טראכטן אויף עתיד, שפיר איך א שוואכקייט אין אלע ביינער, אן אומערווארטעטע פארטעמקייט הייבט אן פליסן אין די אדערן, און עס גייט מיר ארויף אין קאפ.. ווי א שווערע מאסע הייבט עס אן קוועטשן, די שטערן הייבט אן צוזאמציען די קנייטשן, און די אויגן לעפלעך פאלן ארונטער מער און מער, די מחשבות הייבן אן שוועבן, העכער העכער... די אטמאספערע און פאנאראמע פון ארום ווערט מער אן מער פארנעפלט...

מיין קאפ פאלט, פאלט, פאלט, און די מארדע רירט אן דעם דעסק...

וואווווו... איך זעה א וועלט, עפעס גאר אן אנדערע וועלט, אזוי אינטערסאנט. אלעס קוקט דא אויס אזוי אנדערש.

גיב א קוק! די גאסן זענען ליידיגער, היפש שיטער, מענטשן שפאצירן דא אזוי געמיטלעך, רואיג, זיך אונטערזינגענדיג א פריילאך ניגונד'ל... אזא היימישע רואיגע אטמאספער.

די וועטער איז אנגענעהם, און די הימלען שפילן מיט, זויבערע ציכטיגע גאסן, אן קיין מראה אסורה פאר די אויגן, אלעס היימישע פרלייכע פנים'ער. א רואיגע פאנאראמע...

דארט ביים ווינקל זעה איך אפאר אידן - באדעקט מיט א שלייער צו שאהל – שמועסן אזוי געמיטלעך אין א רינג, איינער הערט זיך אפילו העכער מיט זיין שטומע, זעהט אויס ווי ער איז זיכער מיט זיינע מיינונגען.. וואווו איך האב נאך אזוינס נישט געזעהן!

די אטמאספער איז אזוי געלאסן... קאוזי.. איך קום אן צום בית מדרש אויפן ווינקל. איך דריי אויף די קלאמקעס, און עס אנטפלעקט זיך א בילד.. עפעס וואס איך האב נאר געזעהן אין א חלום, צו דארט אויך נישט... א דערהאבענע מחזה, צוויי יונגעלייטלעך שטייען דארט ביים קאווע שטובל, מיט הייסע קאוועס אין די הענט און טענה'ען זיך.. דער ברענגט א סברה, און דער חבר א גמרא.. מיט אזא מתיקות, די טישן שיין באדעקט, פול מיט ספרים און ביכער, די הויעכע פאליצעס אלעס מסודר אויפן פאלץ, אהה וואספארא גן עדן התחתון... וואספארא וועלט זעה איך דא? עס קוקט אויס ווי זיי לעבן דא אלע אן א דאגות...

אינגאנצן באנומען, מיט רוישיגע געפילן און קענטליכע וואונדער, שפאציר איך אריין אין קאווע שטיבל, הערליך צוזאמגענומען, מסודר און ריין, אלעס גלאנצט און שפיגעלט, יא, מען זעהט אז עס ווערט גוט קעיר גענומען.

דארט ביים עק זיצן 4 פרישע יונגעלייטלעך, איין ווייס-גרויע-בערדל-איד שטעלט זיך אויך צו מיט אזא געשמאק, און שמועסן אזוי העפטיג, מען פאליטיזירט, דעבאטירט, און מען טענה'ט, דער האלט אזוי און דער האלט אזוי, און אינטערסאנט... קיינער שרייט נישט קיינער באפאלט נישט, אלעס געלאסן, רואיג און שטיל. אזוי אינטערסאנט. "און אזא וועלט לוינט זיך צו לעבן – טראכט איך ביי מיר - ממש ווי אין עולם התיקון!"

א אינטערסאנטע וועלט דאס!

אנדרויסן פון בית המדרש ליגן די סקעפאלדס... אנגעהאנגען מיט אלע סארט פלאקאטן, אבער מאדנע, אלע נומערן זענען פארנומען. דער זוכט הילף, דער זוכט א חברותה, איינער מיט א שווערע קשיא, א דריטער זוכט איינער זאל איהם עפעס פאררעכטן. מאנכע זוכן הדרכה ויעוץ, און אנדערע זוכן א טובה על דא ועל הא.

אין די זייט זעה איך א איד ליגן אונטערגעלייגט אונטער א קאר, פרובירנדיג צו פאררעכטן א פראבלעם. אבער ניין ער האט נישט אן קיין 'חברים דזשעקעט' נישט קיין לעקטערס אויפן דאך.

אזוי שעמעדיגערהייט גיי איך צוה צו דעם אידל – נאכן פאררעכטן די קאר – זאג, דו האסט באקומען באצאלט דערפאר? ביסט א טעכנישן פון פאך אויס? ניין זאגט ער. "אבער פארוואס דען נישט? א טובה פאר א איד...!

און ער גייט זוך ווייטער... כאילו ער האט נישט געארבעט יעצט א האלבע שעה. ניטאמאל פאר א שכח אדער קאמפלימענט האט ער געווארט.

אזא חסד! ממש נישט צום גלייבן.

דא בין איך ממש ארויס פון די כלים, אין וואספארא וועלט געפין איך זוך? א וועלט פון חסד, גליק, צופרידנהייט, שלום, רואיגקייט, געמיינזאמקייט, א וועלט פון חסד. או הא, איז שוין משיח געקומען...?

עפעס אזא סארט מענטאליטעט, אין מיין לעבן האבעך נאך אזוינס נישט געזעהן!

איך שפאציר אראפ ווייטער די גאס, איינגעהילט אין פאנטאזיע, רושענדע מחשבות, איבערגענומען פון די מחזה...

ווען פלוצלינג דעהערט זיך א קול פון געזאנג.. אהה ווי זיס, אזא הימלישע הארמאניע, בענקעדיגע תנועה'לעך. איך באמערק א באשיידען גארטן אין זייט פון א הויז, שמעקעדיגע בלומען, מארמויערנע זוילן, מיט א הערליך אויסגעפלאסטערטע וועג, וואס פירט אריין צום גארטן. עס זיצט דארט א גרופע חברים און מען זינגט אינאיינעם, איינער שלעפט א ניגון פון דא, פון דארט, ער ברענגט מקורות, און דער דריטער פאררעכט א תנועה. קיינער שעהמט זיך נישט, נישט אלע אפילו קענען זיך. מי כעמך ישראל!

אויפן גאס שפאצירן צענדליגע סארט אידן, אלע סארט היטן, לבושים, מנהגים, און אויסזעהן. קיינער קוקט נישט... קיינער שרייט נישט, קיינער בעוולה'ט נישט. אהבה ואחוה שלום וריעות.
Wow הלואי ווען איך לעב אין אזא וועלט!

בום... א קאלטער סקרוך לויפט אדורך אין די ביינער... איך גיב מיר א כאפ אויף...

איך טרעף מיר זיצן ביים קאמפיוטער און ליינען אייוועלט!

אינטערסאנט, עס איז נישט געווען קיין חלום...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:19 pm

מה אגוב.

ענדיג נאר נישט, אונזער צדיק.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:22 pm

פשששש האסט מיר געמאכט...
שמייכלען פונעם געדאנק...
זיך שפירן שטאלץ צו זיין דא...
הנאה האבן פון דיין שפראך...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:25 pm

פון ווי ווייסטו מיינע חלומות???
אוי איז דאס פיין, ממש א חלום....
א געוואלדיג ארבעט ר' ץ. ;l;p-
ווען קומט נאך אזא (פיינע) חלום???
לעצט פאראכטן דורך גערעכטער אום מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' איש ימיני

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:26 pm

די ארטיקעל פינעם יאר!!!
מיט א שפראך אזוי קלאר
פראזען ווי א מייסטער
גיסען זיך פון זיין טייסטער

שרייב שרייב און שרייב נאך מער
דו מאכסט דאך דא אזא געשמאקע אטאמספהער
ווען אן ארטיקעל פון ענדע צדיק טוט ערשיינען
יעדעס ווארט א נחת צו ליינען.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:28 pm

ענדע

די שרייבסט וואס יעדער טראכט

הערליך שיין באשריבן

כה לחי!

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:31 pm

ענדע צדיק, RT טויזענט מאל.

איך בין היבש ניי דא, און איך שטוין טעגליך אויף דעם הערליך אנטדעקטן וועלטל.

איידל, איינגעהנעם, רייך, קער גענומען און אויפגעקערט (געמעקט) ווען איינער האט בחפזי שמוציג געמאכט, און א אינדוסריע פון חסד ממש 'אוט אף דיס 'ווארלד' ווי איינער העלפט דעם צווייטן מיט אזא שמייכל (פון וואס איך האב שוין אליין נהנה געווען מער ווי איין מאל).

מי כעמך ישרא-ל גווי אחד ב'i-ארץ.
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:51 pm

געלייענט אין הנאה געהאט.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11739
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:52 pm

הערליך צולייגט. 'קאזי' איז די ווארט דא

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:54 pm

Wow!!!! ;l;p-
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 10:57 pm

שיין אראפ געלייגט! משל מיטן נמשל!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 11:02 pm

שיין און אמת.
גוט באשריבן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 11:28 pm

זייער פיין געזאגט...
שכח..

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 11:41 pm

פשוט'ער אידל האט געשריבן:
מי כעמך ישרא-ל גוי אחד ב'i-ארץ.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 12:19 am

עס קלונגט אומגלויבליך, אבער מיר לעבן ווירקליך אויף אזא [איי]וועלט. עס איז ממש צום שטוינען ווי אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן שלא על מנת לקבל פרס.
יישר כח ענדע צדיק! הערליך שיין און געפיליש אראפ געשריבן.
(מנהלים, אפשר ארבערפירן אין זשורנאל?)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 12:24 am

WOW WOW WOW!!

די תוכן! WOW, אבער ווער רעדט פון די תוכן! די שרייב קאליבער!! אויסערגעווענדליך.

דערמאנט פון ר' יו"ט ז"ל....

געזעהן כ'האב א חלום,
ווידער איז שלום,
איך קער זיך אהיים אום צוריק ווי געשווינד,

איך זיץ מיר אין וואגען,
די פערד טיען טראגען,
צו טאטע צו מאמע, צו א פרוי, צו א קינד.

.........
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 12:15 pm

ענדע צדיק, וואף איז דאס אן ארטיקל! איך האב מיר געלאזט פירן פון דיר און געליינט אין א סדר, דו האסט עס גענאגלט שטארק

מרגליות
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:17 pm

תגובהדורך מרגליות » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 2:06 pm

!!!!!!!!!!!!!!!
זייער גוט אראפגעלייגט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:21 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:WOW WOW WOW!!

די תוכן! WOW, אבער ווער רעדט פון די תוכן! די שרייב קאליבער!! אויסערגעווענדליך.

דערמאנט פון ר' יו"ט ז"ל....

געזעהן כ'האב א חלום,
ווידער איז שלום,
איך קער זיך אהיים אום צוריק ווי געשווינד,

איך זיץ מיר אין וואגען,
די פערד טיען טראגען,
צו טאטע צו מאמע, צו א פרוי, צו א קינד.

.........
צוקאש!

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:00 pm

דאס איז א שטיקל וואס אפילו אינעם עולם התיקון איז עס נאכנישט געווען!

מאסיוו איז נישט די ווארט, און ריזיג איז ניטאמאל גרויס!

א געלונגענע פענע פארמאגסטו....דו פארשיכורסט מיר מיט דיין שפראך און אויסשפראך....

אייזן איז שוואך געזאגט....

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוקטובער 31, 2014 12:42 pm

מאסיווער ארטיקל, די שפראך איז צו קישן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » פרייטאג אוקטובער 31, 2014 2:33 pm

געטייפט און געמעקט... געטייפט און געמעקט... געטייפט און געמעקט... וואס זאלעך טון אז כ'טרעף נישט די ריכטיגע ווערטער אויף דעם עולם התיקון'דיגער ארטיקל, עפעס אראפגעברענגט פונעם עולם התיקון גלייך דא אינעם עולם התיקון אריין...

שוין לאנג נישט געהאט אזא געשמאקע שפאציר נאך די ארבעט, א גרויסן שכויעח צדיק'ל פאר דיינע חלומות - סארי נישט קיין חלום.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6137
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוקטובער 31, 2014 4:09 pm

געזען אמאל אז דער באבא סאלי ז''ל האט פארציילט, אז ה' אייר תש''ח האט ער געחלומ'ט אז די גאנצע וועלט קוקט עפעס אויס אינגאנצן אנדערש, עפעס אן אויסנאם געשמאקע וועטער וואס ער האט נאכנישט בייגעוואוינט, די ביימער מיט די בלעטעלעך האבן געפלאטערט גאר רואיג, די פייגלעך האבן געהאט נייע באצויבערנדע קאמפאזאציעס.
אזוי פלוצלינג איז אנגעקומען א געדעכטע שווארצע וואלקן, געשווינד אריבערגעלאפן דעם גאנצן האריזאנט, און ווי אין א אויגן-בליק איז אלעס געווען ביים אלטן.
ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געהערט אז די מדינה איז אויסגערופן געווארן!


פון אט דער וועלט וואס אונזער טרויעריג באקאנטע שווארצע וואלקן האט אפגעווישט, האב איך געמיינט (ביים אנפאנגען ליינען) אז דער ענדע צדיק רעדט!

-
עס איז הימל-שרייענד די געוואלדיגקייט פון דער ארטיקל!!
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 02, 2014 12:02 am

שפראכלאז!

גם אני מצטרף לבקשת לאדיך-ארויס: אריין אין היימישע דזשורנאל!
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג נובעמבער 02, 2014 8:55 am

טאקע אריין,
תיקון השלם#
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט