יענטאאש'נס ארטיקל: באנק אקאונט
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 3:52 pm
מושי מיט קיילי.
מושי מיט קיילי זענען אזוווווווווווי העפי.
מושי מיט קיילי זענען די גליקליכסטע אין די גאנצע וועלט.
מושי מיט קיילי ווייסן אפילו נישט אז ס'איז דא א וועלט.
מושי מיט קיילי האבן פאריגע וואך חתונה געהאט.
מושי איז קלענער, און קיילי איז גרעסער.
מושי איז שנעלער, און קיילי איז שטייטער.
מושי רעדט העכער, און קיילי רעדט שטילער.
אבער ווילסט עפעס וויסן? מושי מיט קיילי ווייסן עס אפילו נישט. ווייסט פארוואס? ווייל מושי מיט קיילי זענען אזווווווווי העפי, אז סיגייט זיי נישט אן. באריכאשעם אז אונז האבן צוזאמען חתונה געהאט.
מושי מיט קיילי מאכן יעצט א לעבן.
מושי מיט קיילי האבן יעצט א באלל.
מושי מיט קיילי ענדזשויען זיך אזוי שטארק.
מושי מיט קיילי ציילן יעצט זייער דרשה געשאנק געלט.
עווענטועל וועלן די חשבונות פארבלייבן אויף זיין פיקל. און ער וועט דאס מן הסתם טון ביי די הכנות אין ביהמ"ד, איבערלאזנדיג די באנק'ס קרעדיט קארד אפפער'ס ליגן אינעם אשר יצר פאפיר האלטער, און א צווייטער איד וועט זיך דערמיט מחי-ה זיין אויף אויפצושרייבן א טעלעפאון נומער פון א מעסעדזש וואס ער הערט אויפן טעלעפאון אויך ביי די הכנות.
אבער איצט, אין די געלענצענדע האניג-לבנה טעג, איז דאס אן אפגעשמועסטע עווענט, וועלכער מען לאזט שפעציעל איבער אויף נאכן שינת צהרים.
אויפן בלוי-געבלומטן-טישטוך באדעקטן טיש האט זי הארציג צוגעגרייט סענדוויטש קוקי'ס (ווייל ער האט דאס ליב) און קיפעלעך (ווייל זי האט דאס ליב). קאלא סאדע (ווייל ער האט דאס ליב) און אראנדזש דזשוס (ווייל זי האט דאס ליב). למעשה עסט ער נאר די קיפעלעך און טרינקט נאר די אראנדזש דזשוס.
מיט שיינע נאסע פיאה'קעלעך, נייע טורבאן, אויסגשלאפענע פנימ'ער, און שמייכל-אויסגעצויגענע לעפצן, זעצט מען זיך צום טיש, און מען הייבט אן ארויסלייגן אויפן טיש אלע פארשוויצטע דרשה געשאנק ענוועלאופס פונעם בעקיטש-קעשענע. און זיבל-לאכעדיגערהייט (פרעג נישט פארוואס) הייבט מען אן דעם ציילונג פראצעס.
אקעי לעטס סי, פראם הו איז דיס וואן?..... לעמי ריעד וואט איט סעיס... "מזל טוב מזל טוב, לאטס אוו נאחעס, ווישעס טאנטע בעילע ענד פעטער מרדכי יוקל"....... וויפיל?.... עיטין דאללערס..... סאו נייס...
קאנווערט נאך קאנווערט. דאללאר נאך דאללאר. טאנטא'ס, באטשי'ס, נעיני'ס. אונגארישע, פוילישע, אמעריקאנער. קארגע און שפענדערס. רייכע און ארימע. יעדער האט זיך משתתף געווען זה בכה וזה זכה, פארברייטערנדיג דעם שוין אזוי אויך ברייטן שמייכל אויף די לעפצן פונעם ניי פארפאלק וועלכע פרובירט זיך איינצוגלידערן אינעם נייעם לעבנס שטייגער. 'ער' טאפט נאך אלע וויילע די רויטע אריינגעדריקטע ליניע פונעם שטריימל אויפן שטערן, און 'זי' פרובירט א גאנצע צייט באקוועם צו מאכן דאס צודעק אויפן ניי אפגעשוירענעם קעפל. (עס קראצט הא?... נו, נישקשה, וועלקאם טו דע קלאב, איך שפיר עס שוין דערזייט די דריי יאר)....
פארזעצונג קומט אי"ה. ביז דעמאלטס?.... פלאץ.
קאמענטארן נאר דא