Advertisement

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טאג בוך פאר א חתן (פרק א')

זונטאג מאי 05, 2013 1:51 pm

טאג בוך פאר א חתן (פרק א') / שאץ מאץ - אייוועלט

פארווארט: באמת זענען אויף עניני נישואין פארהאן גאנצע הויפענעס מיט ספרים, ווי יעדע חתן און יעדע טאטע פון א חתן קען זיך אנשעפן מיט הדרכה, חיזוק, און כל מיני הנהגות טובות וואס זענען נוגע פאר א חתן, דער פראבלעם איז נאר אז א חתן איז נישט מסודר, ער כאפט פון דא א בלעטל און פון דארט א שטריך, און פון א דריטן ספר א שטופ, און אלעס ווערט צונויף געמישט אין קאפ און ס'מאכט נאך פיל ערגער דער מצב, דעריבער וועלן מיר פראבירן אביסל מסדר צו זיין דאס ענין יעדע זאך על מכונו כדרכינו מיט אונזערע סעריע פון "טאטע" ארטיקלען, אזוי אז ס'זאל זיין א תועלת פאר יעדע חתן, און א תועלת פאר יעדע טאטע פון א חתן וועלכע האלט אין אט די פריידיגע מצב בס"ד.

מזל טוב! מזל טוב!, אה, ב"ה אזא חתן! אזא גוטע שידוך! פששש... דער באשעפער זאל העלפן א קשר של קימא א בנין עדי עד, איך ווייס אז דו טייערע חתן ביסט זייער בשמחה, און ביסט יעצט זייער גוט אויפגעלייגט, ב"ה מ'איז א חתן, נאכדעם וואס אזויפיל דמיונות האט זיך געדרייט אין קאפ פון די מיטעלע בחור'ישע יארן, ווער וועט זיין מיין שווער?, אין וועלכע משפחה קום איך אריין?, ווער וועט זיין "מיין" כלה , און איצט זענען שוין ב"ה אלע ספיקות אראפ פון טיש, און אלעס איז שוין פארענפערט... איז מען פרייליך.

אבער, ווי נאר ס'גייט דורך אפאר טאג, הייבט אן אריין צו קריכן א קליין ווערמל אין מח מיט פארשידענע ספיקות?, איז עס טאקע א גוטע שידוך?, איז טאקע א גוטע כלה?, אפשר האב איך נישט גענוג לאנג גערעדט מיט איר צו וויסן אז ס'איז טאקע מיין באשערטע?, און אפשר וועט זי מיר צום סוף חלילה חלילה איבערלא.... (א מחשבה וואס מ'זאגט נישט ארויס מיטן מויל נאר מיטן קאפ...), בפרט אז מ'ווערט געוואר נאכן שידוך פון פארשידענע קוועלער פון ווי די צווייטע זייט האט אלץ גענישטערט אינפארמעישאן, הייבן זיך אן פרישע ספיקות, אפשר האט אים מיין חבר יענקל דערציילט וועגן אונזער געפעכט אין ישיבה, און אפשר ווייסט ער פון מיינע מעשה ילדות אין כתה ט', כהנה וכהנה, אט די ספיקות און מחשבות קען ממש אראפ פירן א מענטש פון גלייך געוויכט.

דעריבער מוז מען וויסן פון די ערשטע מינוט, קודם כל אז אויף קיין איין זאך אויף די וועלט שטייט נישט אזעלכע לשונות פון באשערט און פון השגחה פרטית ווי אויף שידוכים, צדיקים האבן געזאגט אז אפי' ס'איז היינט א וועלט פון הסתרת פנים אבער ביי שידוכים זעהט מען קלאר א יד ד' און אפענע זאכן, און ווי מ'גייט נאר הערט מען פלאות'דיגע מעשיות עד היום הזה ווי מ'זעהט עין בעין אז א שידוך איז באשערט, שנית, שטייט אין ס' אלף כתב (דאכט זיך מיר ער ברענגט עס פון א פריעדיגע) אז די הצלחה פון חתן כלה ווענט זיך לויט זייער אמונה און ווי ווייט זיי גלייבן אז זייער שידוך איז משמים, נו, ווער וויל דען נישט א אייביגע גליקליכע לעבן, דערפאר איז די פשוט'ע עצה יעדן אייניציגן טאג צו ווידמען 30 סעקונדעס און זאגן אויף אידיש אויף מאמע לשון, רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר די גוטע פיינע שידוך וואס דו האסט מיר געגעבן, איך גלייב באמונה שלימה אז דאס איז מיין זווג משמים, און העלף מיר ווייטער מיט הצלחה. און דו חתן לעבן זיי דיך מתגבר אויף די אלע זייטיגע מחשבות און ספיקות צו איז דאס טאקע פיין צו נישט וכו'.

שמחת התנאים
די שמחת התנאים איז טאקע דער אפציעלע קשר ווי די ביידע צדדים זענען זיך מקשר אויף א שטערקערע אופן, ווי מ'רופט עס אין די ביזנעס וועלט מ'שרייבט קאנטראקט, מ'שרייבט תנאים דאס איז דער קאנטראקט אז פלוני בן פלוני גייט חתונה האבן מיט אט די כלה פלונית און ביידע מחותנים זענען זיך מחייב צום שידוך און צו די מתנות וכו' כנוסח התנאים,
מנהג העולם מ'שיקט בלומען באגלייט מיט א שיינע וואונטש, סתם א באמערקונג מחמת חסרון ידיעה איז דא צומאל וואס אויפן וואונטש – גראם שרייבט אונטער דער חתן זעלבסט מיט א שטיקל עם הארצות'דיגן אויסדריק ווי עס וואונטשט "דיין" חתן משה ברוך, עס איז נישט גלייך צו שרייבן "דיין" חתן ווייל מ'האלט יעצט באשר הוא שם נאך פאר די קידושין, אפגערעדט אז פאר א חסידישן בחור באגלאנגט סתם אזוי נישט אונטער צו שרייבן זיין נאמען ביי די בלומען, ס'איז איידלער ווען מ'שרייבט ווי עס וואונטשן - די מחותנים, און אפשר צולייגן ווי עס וואונטשן - די מחותנים און דער חתן ותו לא.

מ'ענדיגט ליינען דעם תנאים, מ'וואונטשט זיך מזל טוב, דער חתן וואונטשט פאר די כלה, מ'גיבט דעם חתן א זייגער כמנהג ישראל, און יעדער ווייסט דאך שוין אלע רמזים וואס ליגן אינעם זייגער, די צייט איז טייער, און אז די זייגער רוהט נישט א רגע, ער גייט ווייטער נישט קיין חילוק סיי ווען, ס'זאל גיין גוט, אין לך אדם שאין לו שעה, און פארשטייט זיך מ'באדאנקט זיך, און מ'האט אינזין צו געבן פעדער'ס פאר די נייע שוואגער'ס בחורים / יונגעלעך....

ביי אסאך משפחות פירט מען זיך אז חתן כלה רעדן צווישן זיך נאכן תנאים, אינטערסאנט צו וויסן וואס הגאון רש"ז אויערבאך ז"ל פלעגט אנזאגן חתנים (כאטש אין זיין קרייז פלעגן זיך חתן כלה טרעפן) אז מ'זאל נישט רעדן צופיל ווייל מרוב דברים לא יחדל פשע, אז מ'רעדט צו סאך קען אמאל ארויס קומען נישט גוט'ס, און ווי ס'שטייט אין ספרים אז דאס ענין פון על כל פשעים תכסה אהבה אז ווען מ'האט איינעם ליב באמערקט מען נישט זיינע שלעכטע חלקים דאס איז נאר געזאגט געווארן נאך די חתונה, פאר די חתונה זעהט מען ענדערשט די חסרונות איינער פון צווייטן, (וכן אמר הרה"ק מסאטמאר זי"ע בתנאים של א' מבאי ביתו, למעשה האט יענער נישט געפאלגט ונתפרדה החבילה והדברים ידועים).

עס איז א שיינע זאך ווען מ'קען ביי דעם שמועס אפמאכן אז יעדן טאג זאל חתן כלה זאגן איין קאפיטל תהלים פארן צווייטן, דהיינו יעדן טאג זאל דער חתן זאגן איין קאפיטל פאר די כלה און די כלה איין קאפיטל פארן חתן, ווארום ס'שטייט דאך אזוי אין חיד"א ויעתר יצחק לנכח אשתו אז איינע האט אינזינען געהאט דעם צווייטן, ווי אויך קען מען יעצט וואונטשן א גוט יאר, א כשר'ן פסח, א כתיבה וחתימה, וויבאלד מ'וועט זיך נישט טרעפן ביז צו די חתונה....

בין תנאים לחתונה
ווי געזאגט איז דער מנהג אז חתן כלה זאלן זיך נישט טרעפן ביז צו די חתונה, דאס האט שטארקע מקורות, אין ס' מרדכי אנהייב מס' קידושין שטייט ווי פאלגענד יש לחוש פן יבואו לידי שנאה מחמת שרואין זה את זה תדיר כדאיתא בב"ר בפסוק ויפל עליו תרדמה, און אזוי שטייט אויך אין רד"ק ביי רבקה אמנו ווען זי האט זיך צוגעדעקט דאס פנים זעהנדיג יצחק אבינו, ולמדה תורה דרך ארץ צניעות שראוי לאשה להתבייש מארוסה ושלא תתראה אליו עד שתנשא לו, הרב פאלאק זצ"ל פון בערעגסאז וועלכע איז געוועהן א שטיף קינד ביים בעלזא רב מהר"א זצ"ל האט נאכגעזאגט אז דער בעלזא רב האט אים געזאגט זאלסט נישט מיינען ס'איז א ענין פון חסידות נאר ס'איז א איסור גמור עפ"י שו"ע (יתכן אז די איסור איז מצד לא תתורו אחרי לבבם ואחרי עיניכם וועלכע גייט אן געהעריג ביי א כלה פאר די חתונה, כאטש זי איז "דיין" כלה).

די טעג פון א חתן צווישן די תנאים אין די חתונה זענען געבענטשע טעג ממש א מתנה פון הימל, ס'וואלט זיך געזאגט אז דאס זענען די רואיגסטע און שענסטע טעג פון א מענטש, ער האט נישט די דאגה פון א בחור, און די דאגה פון א יונגערמאן, ער איז א חתן, נישטא מער די פרעשור פון ארום, ס'איז נאכנישט דא די פרעשור פון באצאלן חודש'ליכע רענט, געז, לעקטער, די מח איז פריי, און מ'קען אויפטון אסאך, שטייט פון ר"ר שמעלקע פון ניקלשבורג קודם שטייט רצה נא במנוחתינו, קודם איז מנוחה מ'ווערט א חתן, און נאכדעם קדשינו.

מ'זעהט בחוש ווי דער יצר פארלייגט זיך געפערליך אויף די טעג, און פירט אראפ מענטשן אז מ'קען זיך שפעטער נישט דעם קאפ אויפהייבן, די חשבון איז פשוט, איך דארף נישט מורא האבן פון ווערן א חתן - ווייל איך בין דאך שוין א חתן, און נאך די חתונה קען מען שוין ווייטער נישט טון וואס מ'וויל, ווייל ס'איז דא א ווייב – שווער און שוויגער, אם לא עכשיו אימתי, יעצט האקט מען א לעבן, וויי געוואלד! נעבאך וויפיל יונגעלייט באוויינען זייער חתן'שאפט, ווען אלץ בחור זענען זיי געוועהן פיינע איידעלע בחורים, און אלץ יונגערמאן אויך, נאר די תקופה פון חתן'נען דאס איז געוועהן א ירידה, צו וואס זאל דאס זיין אזוי?, צו וואס מאכט מען זיך א לאך אינעם אייגענעם לעבן?.

דער ריינער אמת איז אז מ'קען אין די קורצע תקופה זיך משלים זיין מיט אזעלכע שיינע מקוצועות התורה, פאקטיש גייט דער חתן זיין א טאטע אין שטוב און צומארגנס פון די חתונה מוז ער וויסן צו ענפערן אויף הלכות וואס זיין ווייב גייט אים פרעגן, וואס דרך אגב הלכות קענען די מיידלעך היפש בעסער ווי יונגלעך, צו הל' שבת, צו יו"ד, מ'גייט אים פרעגן אינדערהיים וואס איז די הלכה – מעג מען עפענען אזא פלעשל צו אזא באקסל אין שבת, מעג מען ריקן דעם שבת בלעך?, וועלכע ברכה מאכט מען אויף גרעיפ דשוס מיט וואסער?, גייט אונזער חתן מיטן גרויסן שטריימל וויסן צו ענפערן?.... אדער בלייבן מיט די צינג אינעווייניג, פארוואס זאל נישט דער חתן זיך מאכן א שיעור, אויף הלכות פסוקות, צו ענדיגן ביז די חתונה אפי' נאר קיצור שו"ע צו משנה ברורה, הל' שבת, הל' בשר וחלב, הל' ברכות, פשוט'ע טאג טעגליכע הלכות, אפגערעדט אין ליכט פון די חתונה, מס' קידושין, רמב"ם הל' קידושין, חסידשע ספרים, מוסר ספרים, א יום תהלים יעדן טאג, עפעס עפעס אריין כאפן פאר מ'גייט ארויס אויפן עולם המעשה, נישט קומען אין ביהמ"ד ביי חצות היום און ארום פליען די גאנצע וועלט.

אשר על כן זאל זיך יעדער חתן מסדר זיין ווי פאלגענד, אויב האט ער א מקצוע וואס ער וויל ענדיגן, למשל יו"ד חלק א' צו הל' שבת זאל ער דאס ענדיגן, אז נישט קען מען נעמען א פרישע מקצוע וואס מ'לערנט אדורך ביז די חתונה, למשל ברכת הפירות, הל' תפלה, מס' קידושין, מ'קען אפי' ענדיגן א סדר משניות, סדר מועד, סדר נשים, אבער דאס איז זיכער אז א שיעור קבוע פון צוויי שעה מוז זיין טעגליך, אן קיין תירוצים, ווייל א חתן קען אייביג האבן תירוצים זיך צו מאכן ביזי, ותורה מה תהא עלי', אז מ'לערנט נישט יעצט ווען יא?...

מקומות הקדושים
היינט איז געווארן די סטייל אז יעדער חתן במשך זיין חתן'שאפט לאזט זיך ארויס אויף די מקומות הק' איינרייסן, ס'איז א שיינע אבער "טייערע" מנהג..., ס'וואלט געוועהן כדאי צו ווידמען אייניגע שורות וועגן דעם, ראשית ווען דער הייליגע ר"ר אלימלך אדער דער קדושת לוי און סיי וועלכע פון די תלמידי בעש"ט איז ווען בחיים חייתו און דו חתן לעבן וואלט זיך געגרייט צו פארן צו זיי צו באקומען א ברכה פאר די חתונה, מיט וויפיל הכנה וואלט דאס געגאנגען?, מיט וואס פארא פחד וואלט דאס געוועהן?, אשר על כן אז מ'פארט אויף די הייליגע מקומות, מאך א שטיקל הכנה, נעם אפיר פאראויס די ליסטע ווי מ'גייט אלץ פארן, און נעם ארויס עטליכע פון די צדיקים, לערן א שטיקל פון זייער ספר און פראביר צו שאפן א שטיקל קשר מיט אט די צדיקים, מ'זאל כאטש וויסן ווער דער צדיק איז געוועהן, ווען האט ער געלעבט, ווער איז געוועהן זיין רבי, זיין תלמוד, זיין דרך העבודה, נישט סתם מ'פארט, מ'זאגט תהלים, מ'כאפט א בילד, און פארטיג, לייג אריין אביסל געפיל אין די נסיעה.

און פארגעס נישט, אז זייענדיג אונטערוועגנס ווען מ'שלאפט ווייניג און דער מח איז נישטא 100 פראצענט און די חושים ארבעטן נישט פולקאם, איז זייער גרינג פארן יצה"ר צו טרעפן א פלאץ ווי מכשיל צו זיין א בחור (וואס פארט אליין אן זיין טאטן) מיט מכשולות אדער גאר מיט עבירות ר"ל, איך שרייב עס ווייל אז מ'ווייסט דאס פון פאראויס כאפט מען נישט קיין סופרייז, דאס איז קלאר אז א עירפארט איז נישט אנדערשט ווי מאנהעטן, און געוויסע שטעט אין אייראפע זענען די דארטיגע גוים בכלל נישט קיין צדיקים וחסידים, דעריבער ווען א מענטש איז אין זיין רעגולער טאג טעגליכן לעבן ווייסט א מענטש ווי איין און ווי אויס אויסצומיידן מכשולות, אבער זייענדיג אונטערוועגנס ווען מ'איז נישט גערישט צו זעהן וואס מ'זעהט, קען חלילה זיין א שפאלט אין זיין געווענדליכע שטארקייט וע"ז אנו דנים, לא תתורו גייט אן בכל עת מצוא.

און דאס מוז א מיטפארער וויסן אז נישט אלע מקומות וואס שרייבט פאראויס אז מ'גייט אנקומען קומט מען טאקע אן, און אז מ'מאכט האלב פון די ליסטע איז שוין אויך גוט, ווייל פאר איין צדיק אליין איז אויך כדאי די גאנצע נסיעה, מ'טאר נישט ווערן צוקלאפט פון דעם און אוועק הרג'נען דעם געפיל פון די גאנצע נסיעה ווייל מ'איז נישט אנגעקומען איבעראל, חתן געדענק! היט דיינע חושים, און היט דיינע מידות, ווען עפעס גייט נישט 100 פראצענט (וואס איז א נארמאלע זאך אויף א נסיעה) גיי נישט ארויס פון די כלים, און שפיר נישט אז די נסיעה איז מיין לוסט רייזע ווי מ'האקט א לעבן, ווייל אויב גייט מען צו מיט אזאר מחשבה איז יעדע שטער פון די נסיעה א ריס אינעם וויקאציע..., דו ביסט דא פוקד צו זיין די אלע ציונים הק', און מ'איז דא צו פועל'ן אלעס גוט'ס, דערפאר בעט א תפלה בזכות הצדיקים זאלסטו קומען בשלום און גיין בשלום בגשמיות וברוחניות.

א וויכטיגע נקודה וואס מאכט זיך בשעת א נסיעה און ס'איז נוגע סתם אזוי פאר א חתן וועלכע וויל איינרייסן תפלות, רוב מענטשן בויען זייערע מחשבות מיט זייער "געפיל", דהיינו מ'קען אוועק פארן פון א נסיעה און טראכטן ביי זיך, עפעס אין ליזענסק האב איך גארנישט געשפירט, ס'האט זיך עפעס נישט געזאגט תהלים דארט, ס'טויג נישט מיט מיר, ווער ווייסט, לעומת זה קען מען האבן פארקערטע מחשבות, פששש.... אין בארדיטושב איי האב איך געשפירט א הרגש דארט ממש דאס הארץ איז מיר צוגאנגען, א מחי', זיך פיין אויסגעבעטן, טייערע חבר!, געפיל איז א שיינע זאך אבער נישט דאס איז דער זאך, דו דארפסט גלייבן אז מ'קומט אהער אויף מקומות הק' ווייל בזכות די אלע צדיקים קען מען פועל'ן א ישועה, אויב האסטו נאך א ווארעמע געפיל בשעת מעשה איז אוודאי גוט, אבער ס'מיינט נישט אז ווען דו האסט "נישט" קיין געפיל דאן ביסטו א דר'ערד ליגער, געפיל איז א מתנה, דו טו דיינס צינד א לעכט און זאג תהלים און רעד אויף מאמע לשון אז בזכות דעם הייליגן צדיק זאלסטו האבן א גליקליך לעבן, שלום בית, בני חיי ומזוני, געזונטע ערליכע קינדער, א לעבן פון נחת ומנוחה, און עס איז צום האפן אז די תפלה וועט דעגרייכן דעם ריכטיגן פלאץ, געפיל לייג און די זייט, און פועל אלעס גוט'ס.

פארזעצונג קומט אי"ה
פרק ב' הכנה להחתונה, החתונה, שנה ראשונה,

Advertisement

זונטאג מאי 05, 2013 1:52 pm

קוקט אויס שאץ האלט שוין ביי שידוכים, נו כה לחי!

זונטאג מאי 05, 2013 2:17 pm

זייער שיינע רעיונות

זונטאג מאי 05, 2013 2:45 pm

מי יודע האט געשריבן:קוקט אויס שאץ האלט שוין ביי שידוכים, נו כה לחי!

אקוראט דאס געוואלט זאגן!
שכח שאץ! הערליך שיין, א_ווי אייביג, קלאר און צודערזאך!
מיר ווארטן שוין אויף די קומענדיגע..

זונטאג מאי 05, 2013 3:16 pm

א טאגבוך פון שאץ דארף נישט מיין הסכמה, ס'רעדט פאר זיך אליינס. וויכטיגע נקודות, הערליכע ענינים, קלאר מסודר, א מחי' צו ליינען.
מי יודע האט געשריבן:קוקט אויס שאץ האלט שוין ביי שידוכים, נו כה לחי!

בקרוב גייט קומען "א זיידע ביי א וואכנאכט-ברית" "א זיידע ביי א אפשערן"...

זונטאג מאי 05, 2013 4:18 pm

ווען איך וואלט דאס געליינט אלטס חתן וואלט איך אנדערש אויסגעקוקט... באט, נעווער טו לעיט. ריזן יש"כ שאץ

זונטאג מאי 05, 2013 4:56 pm

נאכנישט געענדיגט דורכליינען, אבער דערווייל שטארק הנאה געהאט. ייש"כ.

זונטאג מאי 05, 2013 7:40 pm

אש, ווי זיינט איר געווען ווען איך האב חתונה געהאט?, זייער שיין און מסודר, יש"כ.

מאנטאג מאי 06, 2013 5:40 am

, געשריבען צום פוינט ווי אלעמאל

מאנטאג מאי 06, 2013 1:08 pm

זאג, ס'איז אויך אין פלאן צו שרייבן פון א חתן בזיווג שני?...

מאנטאג מאי 06, 2013 1:28 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:זאג, ס'איז אויך אין פלאן צו שרייבן פון א חתן בזיווג שני?...

אין דעם ווענדט זיך אויב די זאלסט איר איבערלאזן??? כאילו די פראבלעם ביי ענק אינדערהיים איז אז די האסט זיך נישט געהעריג פארגעברייט צום חתונה.. אבערוואז! ווער א מענטש!

שאץ. יישר כח פארן צוריק אויסשארפן די בליי און אונז ווידער מהנה זיין! א_ווי אלעמאל ביסטו מסודר און גערעדט צום זאך.

מאנטאג מאי 06, 2013 2:29 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:[
ווי געזאגט איז דער מנהג אז חתן כלה זאלן זיך נישט טרעפן ביז צו די חתונה, דאס האט שטארקע מקורות, אין ס' מרדכי אנהייב מס' קידושין שטייט ווי פאלגענד יש לחוש פן יבואו לידי שנאה מחמת שרואין זה את זה תדיר כדאיתא בב"ר בפסוק ויפל עליו תרדמה, און אזוי שטייט אויך אין רד"ק ביי רבקה אמנו ווען זי האט זיך צוגעדעקט דאס פנים זעהנדיג יצחק אבינו, ולמדה תורה דרך ארץ צניעות שראוי לאשה להתבייש מארוסה ושלא תתראה אליו עד שתנשא לו, הרב פאלאק זצ"ל פון בערעגסאז וועלכע איז געוועהן א שטיף קינד ביים בעלזא רב מהר"א זצ"ל האט נאכגעזאגט אז דער בעלזא רב האט אים געזאגט זאלסט נישט מיינען ס'איז א ענין פון חסידות נאר ס'איז א איסור גמור עפ"י שו"ע (יתכן אז די איסור איז מצד לא תתורו אחרי לבבם ואחרי עיניכם וועלכע גייט אן געהעריג ביי א כלה פאר די חתונה, כאטש זי איז "דיין" כלה).


דא איז אין פלאץ אפשר מוסיף צו זיין איבער דעם וואס חתנים (נישט די גרעסערע פראצענט) טראגן מיט זיך א בילד פון די כלה אין טאש, ווען עס בלייבט ביי דעם אליין החרשתי, אבער אז מ'איז מזכה די חברים מיטן בילד.... איז שוין די מעשה אנדערשט.
און אויב גייט אן לא תתורו ביי א אייגענע כלה, דעלמאטץ וואס איז די חילוק פון א בילד צו פנים אל פנים?, ווייל אויב נעם איך אן אז א בילד איז נישט די זעלבע איז דאך מותר צו קוקן אויף סיי וועלכע מאגאזין.

מאנטאג מאי 06, 2013 2:35 pm

צייטליך האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:זאג, ס'איז אויך אין פלאן צו שרייבן פון א חתן בזיווג שני?...

אין דעם ווענדט זיך אויב די זאלסט איר איבערלאזן??? כאילו די פראבלעם ביי ענק אינדערהיים איז אז די האסט זיך נישט געהעריג פארגעברייט צום חתונה.. אבערוואז! ווער א מענטש!

ח"ו. ער וויל נאר מאכן דעם "שרה שארמאשער טריק" צוריקנעמען די זעלבע, און דעס מאל מיט שאצנ'ס הדרכה!

שאץ, גוט, געשמאק, זאכליך, און בעיקר נוצבאר, ווי אלץ!

מאנטאג מאי 06, 2013 9:07 pm

מזל טוב אויף די פרישע התחדשות פון גאון עוזנו הרב ש"ץ מ"ץ שליט"א, כה יתן ה' וכה יוסיף שמעינותיו יפוצו.

זייער גוט געשריבן, וכמעט אין מה להוסיף אויף ביז דערווייל, טראץ דאס מאכן די נסיעה אויף מקומות הקדושים פאר א מנהג קבוע איז צריך עיון, און עס איז נאך נישט קבוע געווארן. אבער די ענינים דארף ארויסגברענגט ווערן.

נאר דער פלא איז, וואו זאל דאס דער חתן ליינען?

דא?

דער טאטע זאל איהם עס געבן, פון וואו?

נישט אז כ'בין נאיוו, און ווייס נישט דער מצב, אבער אזוי אפיציעהל?

טוב יעשה הרב ש"ץ מ"ץ אם יפרסם זה באיזה אופן בין בני הישיבות

מאנטאג מאי 06, 2013 11:52 pm

להוי ידוע אז 2 שעה נאכן ארויף לייגן די ארטיקל האב איך גערעדט צו א חתן אין א"י אויפן טעלעפאן ובתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז איינער האט אים יעצט געברענגט א ארטיקל פון אייוועלט פון איינעם שאץ מאץ וועגן א חתן, און די פיר חתנים וועלכע שלאפן אין זיין שטוב ליינען עס איצט.... ער האט אפי' נישט געוויסט אז ער רעדט מיטן שרייבער זעלבסט.... ס'איז א קליינע וועלט.

אבער ס'איז אין פלאן ווען דער ארטיקל וועט זיין פארטיג אינגאנצן צו מאכן א פי די עף און פארשפרייטן,

דינסטאג מאי 07, 2013 12:15 pm

שאץ, יפה דברת אבער נישט בזמנו.. כאשוין צום גוטן חתונה געהאט א שטיין ביסל יאר צוריק, פארוואס האסטע מיר נישט דעמאלס מזכה געווען מיט די פאסיגע דברי הכנה? כאדעך יא דא און דארט געשמועסט מיט דיר בעפאר.

שוין, ווי אלעמאל קעמען דאך אבער ארויסנעמען פון דיינע ווערטער נוצליכע ענינים וואס זענען שייך אויך פאר אנדערע אין אנדערע זמנים. סאו ייש"כ סיי וויזוי. קוקט אויס ס'וועט זיין א שיינע קאמפילעשאן און טאשן ביכל פארן חתן.

מיטוואך מאי 08, 2013 2:38 am

הערליך איז דאס ווארט.
געפעלט מיר ווי די קומסט צוריק צו דיין אלטע טענה וועגן געפיל....

(במאמר המוסגר, איין ספעציפישע ווארט פון דעם ארטיקל שטעכט מיר צוליב א סיבה...)

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:49 pm

א טאג בוך פאר א בר מצוה בחור איז שוין דא?

דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:19 am

מי יודע האט געשריבן:א טאג בוך פאר א בר מצוה בחור איז שוין דא?

פארן טאטן פון די בר מצוה בחור.

viewtopic.php?f=73&t=17880

--
ווען קומט חלק ב'?

מאנטאג נובמבר 25, 2013 2:48 pm

ווען קומט חלק ב'??
סע איז נוגע

מאנטאג ינואר 13, 2014 4:28 pm

שאצל ווען וועט עס שוין זיין??????????????????????????????????????????????

זונטאג מאי 25, 2014 9:32 am

ארויפגעברענגט צום בעפארברייטעטע חתונה סעזאן

שבת יולי 11, 2015 8:17 pm

די קענסט מיר זאגן וועלכע חתן זיצט אויף איי ווועלט????
לייג דאס ליבערשט אריין אין די קובצי הגליונות...

זונטאג יולי 12, 2015 1:56 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:מזל טוב אויף די פרישע התחדשות פון גאון עוזנו הרב ש"ץ מ"ץ שליט"א, כה יתן ה' וכה יוסיף שמעינותיו יפוצו.

זייער גוט געשריבן, וכמעט אין מה להוסיף אויף ביז דערווייל, טראץ דאס מאכן די נסיעה אויף מקומות הקדושים פאר א מנהג קבוע איז צריך עיון, און עס איז נאך נישט קבוע געווארן. אבער די ענינים דארף ארויסגברענגט ווערן.

נאר דער פלא איז, וואו זאל דאס דער חתן ליינען?

דא?

דער טאטע זאל איהם עס געבן, פון וואו?

נישט אז כ'בין נאיוו, און ווייס נישט דער מצב, אבער אזוי אפיציעהל?

טוב יעשה הרב ש"ץ מ"ץ אם יפרסם זה באיזה אופן בין בני הישיבות
שרייב א תגובה

Advertisement