רעיון אויף די פרשה

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג ינואר 17, 2013 3:11 pm

למען תספר באזני בנך ובן בנך

די וואך לערנען מיר וועגן יציאת מצרים, און די תורה זאגט קלאר אז מיר דארפן עס פארציילן פאר אונזערע קינדער, אויך שפעטער סוף פרשה הייסט אונז די תורה מקדש זיין די בכורים און אנטוהן תפילין, זאגט אונז אויך דארט די תורה והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת, און ווי דער פנים יפות איז מסביר אז דער באשעפער האט נישט געדארפט ברענגען צעהן מכות אויף די מצריים און הערשט נאכדעם ארויסצוען די אידן פון מצרים, נאר וואס דען? און איך ברענג אראפ זיין לשון "לפי פשוטו, עיקר הניסים הי' בשביל הסיפור לדורי דורות, כמו שיבואר בסוף הפ' בפסוק בעבור זה עשה ה' לי וגו' שכל הניסים היו בשביל הסיפור" שפעטער זאגט ער אויך, אויף באזני בנך ובן בנך "שמחויב כ"א להזהיר את בנו שיספר לבנו".
נישט נאר דא הייסט אונז די תורה פארציילן פאר אונזערע קינדער, די תורה איז פול מיט דעם, והודעתם לבניך ולבני בניך יום אשר עמדת לפני ה' אלקיך בחורב (דברים ד' ט'-י'), דארט רעדט די תורה וועגן די איסור פון ע"ז, און די תורה זאגט אז מיר דארפן אויסלערנען אונזערע קינדער אז מען טאר נישט דינען ע"ז.

די פראבלעם וואס האט מיר געבאדערט (עס האט מיר נישט עכט געבאדערט, איך וויל נאר צוקומען ערגעץ) איז אזוי, די תורה הייסט אונז טוהן מצוות, פול מיט מצוות, אבער למשל, ביי די מצוה פון תפילין זאגט אונז די תורה פיר מאל, וקשרתם לאות על ידך והיו לטטפת בין עינך, וקשרתם? וואס זאל מען צובינדן? טטפת? וואס איז דאס? ווען זאל מען דאס טוהן? א גאנצן טאג? פון ווען מען ווערט געבארן? ועשו להם ציצית על כנפי בגדיהם, וואס איז ציצית? אויף וועלכע קליידער? שבת, לא תעשה כל מלאכה, וואס מיינט ארבעט? מ'טאר נישט אריינגיין צו די דזשאב? מ'טאר נישט טוהן קיין שווערע ארבעט? עס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן! נאך מער איז אינעטרעסאנט, סוף פ' שלח (במדבר ט"ו ל"ב-ל"ד) שטייט די מעשה פון די מקושש עצים, וואס? וואו שטייט אין די גאנצע תורה אז מ'טאר נישט צוזאמקלויבן האלצלעך אום שבת? אל יצא איש ממקומו ביום השביעי, וועלכע פלאץ? זיין הויז? זיין שטאט? זיין לאנד?
ביי יום כיפור שטייט, ועיניתם את נפשותיכם, וואס מיינט ענוי? די איינציגסטע פלאץ וואו עס שטייט ענוי אין די תורה איז ביי די אידן אין מצרים, וכאשר יענו אותו, למען ענותו בסבלותם, וירעו אותנו המצרים ויענונו, מוז זיין אז די ענוי וואס שטייט ביי יום כיפור איז שווערע ארבעט, אבער איין מינוט, אינעם זעלבן פסוק (במדבר כ"ט ז') שטייט כל מלאכה לא תעשו, וואס גייט דא פאר? די זענען, זעלבסטפארשטענדליך, זייער לעכערליכע שאלות פאר אונז היימישע אידן, אבער, נאכאמאל, איך וויל צוקומען ערגעץ.

די גמרא זאגט: (שבת לא.) ת"ר מעשה בנכרי אחד שבא לפני שמאי אמר לו כמה תורות יש לכם אמר לו שתים תורה שבכתב ותורה שבעל פה א"ל שבכתב אני מאמינך ושבעל פה איני מאמינך גיירני ע"מ שתלמדני תורה שבכתב גער בו והוציאו בנזיפהבא לפני הלל גיירי' יומא קמא א"ל אלף בית גימל דלת למחר אפיך לי' (הלל האט אים עס געזאגט פארקערט) א"ל והא אתמול לא אמרת לי הכי א"ל לאו עלי דידי קא סמכת דעל פה נמי סמוך עלי (אויב דו דארפט זיך פארלאזן אויף מיר פאר די א"ב דארפסטו זיך אויך פארלאזן אויף מיר פאר די איבעריגע זאכן.

צו דערברייטערן אביסל זייערע טענות, די תורה איז געגעבן געווארן די יאר וואס מען איז ארויס פון מצרים, הערשט 40 יאר שפעטער איז די תורה אראפגעשריבן געווארן, דאס מיינט אז אפילו די תורה שבכתב דארף מען אויך גלייבן משה רבינו אז דאס איז געווען וואס דער באשעפער האט אים איבערגעגעבן, אויב אזוי דארפסטו אויך גלייבן אז די אלע זאכן פון תורה שבעל פה איז אויך געזאגט געווארן אויפן בארג סיני.
עס איז דא א באקאנט ווארט, תורה צוה לנו משה, תור"ה איז בגמטריא 611 אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענו, תור"ה דאס איז 611 צוה לנו משה. בכתב איז בגמטריא 424 בעל פה איז בגמטריא 187 צוזאמען איז 611.

כלפי מה דברים אמורים, איך האב געזעהן לעצטנס אן ארטיקל דא פון איינער פון די גוטע שרייבער, (איך האב נישט געקענט טרעפן די לינק, אויב איינער קען עס שיקן) וואו ער האקט שטיקער אויף א בחור וואס האט געטראפן "לופ-האולס" אין די תורה'ס "סיסטעם". רבותי! דאס וואס איז ביי אלע אידן אזוי פשוט שוין פון דורי דורות, איז ביי מאנכע געווארן א "סיסטעם"??? שומו שמים!! איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט אונערע דורות!! עס דארף א הילעכיגן וויי געשריי!! די תורה איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט עס זאל זיין א "טרעדישאן" דאס איז א קבלה וואס מיר האבן איבערגעגעבן מדור דור! אוודאי, עס שטייט נישט אינערגעץ אז מ'טאר נישט פארן אויף א טרעין שבת, גערעכט, אבער די תורה איז נישט א "בוק" ווי עס שטייט וויאזוי צו זיין א איד, דאס וואס עס שטייט אין די פינף בענדער פון די תורה איז נאר אזויווי איינער וואס נעמט נאוטס ביי א שיעור, די עיקר תורה איז דאס וואס שטייט בכלל נישט, אויף די האקלסטע ענינים אין די תורה, ביי די ענינים פון ע"ז זאגט אונז די תורה, דו ווילסט וויסן וויאזוי זיך צו פירן? פרעג דיין טאטע, ער וועט דיר זאגן וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע, ביז משה רבינו וואס האט עס געהערט פון באשעפער אליינס, דאס איז די תורה, אויב נישט ביסטו א קריסט זיי ווייסן זייער גוט וואס שטייט אין די תורה, אדער אפשר באלאנגסטו צו די צדוקים, זיי ווייסן זייער גוט וואס בין עינך מיינט.

איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט אן עלטערן בחור, זאגט ער מיר, אמאל, אן עלטערער בחור, ער האט נסיונות וואס אנדערע האבן נישט, ער וויסט אז ער טאר נישט, קומט אבער א שוואכער מינוט, דער יצר הרע איז זיך גובר אויף אים, ער ווערט נכשל, על כגון דא נאמר "ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקולו" ס'ניצט תשובה, אבער איינער וואס איז גענוג א גרויסער "תלמוד חכם" ער קען מאכן פשעטלעך, "אה! דאס איז נישט קיין פראבלעם, ס'רוקט זיך אליינס, בשר בחלב איז נאר געזאגט אויף בשר בהמה, בכלל שטייט נאר אין די תורה אז מ'טאר נישט קאכן, חז"ל דרש'נען -דרייט ער מיט די פינגער- אז מ'טאר נישט עסן אויך נישט, אבער איך בין נישט עובר אויף אן איסוד דאורייתא, דו ווייסט -קען ער נאך אפילו אנוויזן- עס זענען געווען גרויסע גדולים וואס האבן זיך געשניטן די בארד" אנטשולדיגט מיט אבער דו ביסט אן אפיקורוס דו ביסט נישט קיין איד, א איד איז דער וואס טוט דאס וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטע, אז דיין טאטע זינגט מה ידידות ברויכסטו אויך אפילו אין קאלאמייע פלעגט מען נישט זינגען, און אז דיין טאטע גייט אין מקוה שבת, דארפסטו אויך אפילו ע"פ הלכה טאר מען נישט, זיי מיר נישט קיין ת"ח וואו מ'דארף נישט.

דרך אגב, אפשר איז געקומען די צייט צוריקצוגיין צו די אלטע וועג, אין די אלטער היים, א בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען איז געווארן א שניידער, נעע.. נישט א פאלנער שניידער, אן ערליכער, ער האט געהאט א שיעור חו"ר, חק, אפשר אפילו אביסל גמרא, ער האט זיך געפירט ערליך אין מסחר, אבער די עיקר איז, ער האט זיך געפירט אזויווי זיין טאטע האט אים געלערנט! דאס וואס זיין טאטע האט געטוהן איז ביי אים געווען הייליג! ער שפרינגט אריין אין פייער פאר דאס וואס זיין טאטע האט אים געלערנט! דאס הייסט א איד! דער היינטיגער ברייט באלערנטער בחור, ער שפרינגט נישט אין פייער, נו! וואס פארלאנגט ער איך זאל זיך ביקן צום צלם, ס'איז נאר א שיתוף, און בכלל פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה. ניין! דו ביסט א גוי ווייל דו האסט נישט קיין געפיל צו אידישקייט! אפילו דו ביסט א גרויסער ידען. דער פשוט'ער שניידער ער זיצט אונטער'ן כסא הכבוד, דו, פארפוילטער אינגאטש, אז דו וועסט זוכה זיין וועסטו זיצן אין גהינום'ס בית הכבוד.
דאס איז וואס די תורה זאגט אונז, למען תספר באזני בנך ובן בנך, והגדת לבנך, והי' כי ישאלך בנל מחר, והודעתם לבנך ולבני בנך, אידישקייט איז א זאך וואס איז בקבלה מדור דור, ס'איז א זאך וואס איז אפהענגיג אין געפיל, א געפיל צו א מצוה, א געפיל צו שבת, און ח"ו הרחק כמטחוי קשת פון די מינדערסטע עבירה.

תּוֹרַת יְהוָה תְּמִימָה, מְשִׁיבַת נָפֶשׁ; עֵדוּת יְהוָה נֶאֱמָנָה, מַחְכִּימַת פֶּתִי.
ט פִּקּוּדֵי יְהוָה יְשָׁרִים, מְשַׂמְּחֵי-לֵב; מִצְוַת יְהוָה בָּרָה, מְאִירַת עֵינָיִם.
י יִרְאַת יְהוָה, טְהוֹרָה--עוֹמֶדֶת לָעַד: מִשְׁפְּטֵי-יְהוָה אֱמֶת; צָדְקוּ יַחְדָּו.

א גרויסן יש"כ פארן ליינען און א גוטן שבת.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה - פ' בשלח

תגובהדורך חושים בן דן » דינסטאג ינואר 22, 2013 12:08 pm

די וואך שרייב איך היינט, ווייל היינט איז דא די באקאנטער סגולה פון פ' המן, פ' המן איז זייער טיף, מען קען זיך גאר אסאך אפלערנען דערפון, מיר וועלן זיך אבער באציען אויף איין נקודה.

והי' ביום השישי והכינו את אשר יביאו והי' משנה על אשר ילקטו יום יום.

אין פ' בהר זאגט די תורה, וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעת הן לא נזרע ולא נאסוף את תבואתנו: וצויתי את ברכתי לכם בשנה השישית ועשה את התבואה לשלש השנים:
דארט רעדט די תורה וועגן שמיטה, אויב ווילט איר פרעגן וויאזוי וועלן מיר האבן צו עסן אויפן זיבעטן יאר? מיר האבן דאך גארנישט אנגעפלאנצט, פון וואו וועלן מיר האבן אויף צום לעבן? אויף דעם איז דא אן הבטחה, וצויתי את ברכתי.

איז דא די באקאנטער ווארט פון דער רבי ר' זושא (הובא בספר נועם אלימלך בשמו), אז דער מענטש וואס האט די ריכטיגע אמונה און בטחון, ער פרעגט נישט קיין שאלות, ער דארף נישט קיין הבטחה ווייל עס וועט פון זיך אליינס אזוי געשעהן, אויב הייבט מען אן פרעגן קשיות, דאס הייסט אז דאס איז א חסרון אין אמונה, אויף דעם דארף מען אן עקסטערע ברכה וצויתי את ברכתי.

ענליך צו דעם זאגן די שפת אמת און ר' לייבוש חריף, אז איינער פרעגט אזא קשי' מיינט דאס צו זאגן אז אין א געווענליכע יארפארשטייט ער יא וויאזוי דאס ארבעט, דאס הייסט, ער מאכט א חילוק פון טבע און חוץ לדרך הטבע, אויף דעם דארף מען אנ עקסטערע ברכה, אויב אבער ווייסט מען אז די גאנצע טבע איז חוץ לדרך הטבע, ארבעט עס פון ממילה פון זיך אליינס.

אמונת זו סדר זרעים, פון זרעים, פון די טעקניק פון איינפלאנצן זעהט מען די אמונה, ער לייגט אראפ איין קליינעם קערנדל, אין דער ערד ווערט עס פארפוילט, הערשט דענאך קען פון דעם ארויסוואקסן א גאנצע פעלד פון דעם פארפוילטן קערל, קען מען דען דאס פארשטיין?

די אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקא פארן מלחמה אדער ביים מלחמה, אסאך האבן געמיינט אז אויב וועט מען נישט ארבעטן שבת וועט מען נישט האבן פון ווי צו לעבן און די זענען טאקע אוועקגעפאלן, די וואס זענען געקומען מיט מסירת נפש, די האבן געוואסט מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, זיי האבן נישט געדארפט קיין עקסטערע ברכה, זיי האבן געלעבט, טאקע שווער אבער פון זיי איז ארויסגעקומען דאס וואס מיר זענען יעצט.

היינט ב"ה האבן מיר נישט אזוינע נסיונות, אז עס קומט אבער חול המועד מיינט א מענטש, אז ער וועט נישט ארבעטן וועט ער דערלייגן כך וכך, אין אמת'ן דערלייגט מען גארנישט פון טוהן דעם רצון השם, פארציילט מיר א אינגערמאן, ווען ער איז געווען א בחור האט ער געקלערט אז חול המועד האט ער א געלעגענהייט צו מאכן אפאר טאלער, האט ער אנגענומען א דזשאב'עלע און געמאכט $1,400 איז געקומען אסרו חג, האט ער געזעהן אז ער האט פארלוירן זיין תפילין, וויפיל ער האט געזוכט האט ער נישט געפונען, בלית ברירה האט ער געמוזט קויפן א נייע פאר, וואס האט אים געקאסט........... $1,400.

דאס זאגט אונז די תורה, אז דו וועסט היטן שבת, אז די וועסט זיך פירן ערליך, וועסטו נישט דערלייגן, והי' משנה על אשר ילקטו יום יום.

שתזמין פרנסה לכל עמך בית ישראל, ופרנסתי ופרנסת אנשי ביתי בכללם... כמו שזנת לאבותינו מן במדבר בארץ צי' וערבה.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג ינואר 22, 2013 12:23 pm

חושים, זייער שיין, א געוואלדיגער רעיון!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 22, 2013 1:39 pm

הערליך שיינע ריוענות! יישר כח חושים.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך ינואר 30, 2013 10:33 pm

הערשט געליינט. דער ערשטע ארטיקעל איז יעדער ווארט א דיאמאנט. (דער צווייטע אויך גוט אבער דער ערשטע איז ספעציעל.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' יתרו

תגובהדורך חושים בן דן » פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:41 pm

השגחה פרטית, מיר אלע אידן ווייסן און גלייבן אז יעדע זאך וואס פאסירט אויף דעם וועלט, פון דעם זינקונג פונעם טיטאניק ביז צום טראפעלע רעגן וואס פאלט אויף דעם ספעציפישן גראזעלע, אלעס איז אנגעשריבן פון פארדעם, פונקט אזויווי דער ווארט לויטעט "השגחה פרטית" א פערזענליכע באוואכונג.

דער הייליגער באר מים חיים, איז אונז די וואך מגלה עטוואס וויאזוי די ענינים ארבייטן אין הימל. און דאס איז וואס ער שרייבט:

הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם ביים ברית בין הבתרים: וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי, איז שווער די קשי' פארוואס שטייט "דן" א לשון הוה נישט "אדון" לשון עתיד?

נאר, מצרים איז שוין נגזר געווארן אויף דעם אלע מכות נאך פארדעם, דערפאר האט הקב"ה געשיקט די אידן דוקא קיין מצרים און נישט אויף קיין אנדערע פלאץ, ווייל זיי זענען שוין נתחייב געווארן די אלע עונשים פארדעם, עס איז אבער ידוע אין הקב"ה נפרע מאומה עד שעת שילוחה (פירוש שנתמלא סאתה), דערפאר זענען די אידן אפגעשיקט געווארן אהין דוקא אז זייער מעטסטעל זאל פול ווערן, דאס איז פשט "דן" אנכי, ווייל שוין יעצט איז די גזר דין נגזר געווארן, איך בין זיי שוין דן.

נאך מער פון דעם, זאגט ער, הקב"ה טוט מדה כנגד מדה, אזוי שטייט דאך דא בפירוש, בקדירה שבישלו בה נתבשלו, דער אייבערשטער איז דאך א יודע עתידות, האט ער געוואוסט אז גייט זיי דערטרענקען אין ים נאך סאך פריער, אזוי אויך די אלע אנדערע זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אין מדרש אויף מדה כנגד מדה, האט הקב"ה דערפאר זיי געמאכט טוען דוקא די ענויים און נישט אנדערע, כדי זיי זאלן באקומען די שטראף וואס קומט זיי נאך פון ברית בין הבתרים.

דאס זאגט יתרו: עתה ידעתי כי גדול ה', יעצט זעה איך איין ווי גרויס דער באשעפער איז, אז ער האט זיי געמאכט טוען זאכן וואס אויף די פעילות זאל זיי קומען די אלע שטראפן וואס איז שוין געווען אנגעשריבן אויף זיי פון אסאך יארן פריער, פארוואס? כי בדבר אשר זדו, די זאכן וואס זיי האבן געטראכט און געטוען פאר די אידן, עליהם, איז שוין פון לאנג געווען אנגעשריבן אויף זיי.

דאס איז די רעיון אויף די וואך, איך האף איר האט הנאה געהאט.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג פאברואר 01, 2013 2:05 pm

חושים בן דן האט געשריבן:
דאס איז די רעיון אויף די וואך, איך האף איר האט הנאה געהאט.

עפעס א פראגע?? זיכער האמיר הנאה געהאט.
שרייב נאך!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך פאברואר 06, 2013 7:44 pm

על שלשה דברים
ביז אהער דברים יקרים
זייזשע ממשיך מיט דיינע רעיונות ופשטים
בואלה המשפטים

חושים, זייער שיין און באלערנד.

מענין לענין בפרשת יתרו, אויפן פסוק אתם ראיתם, עיין ברש"י, תמצית, אז א סך מאל קען א פאלק זיין חייב, אבער כביכול קען זיין א נושא עון (כהסבר הלקט בהיר שם) ווילאנג מען טשעפעט נישט קיין אידן, מיט דעם באר מים חיים קאן מען דאס בעסער פארשטיין.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' משפטים

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 11:37 am

כי תקנה עבד עברי.

די וואך לערנען מיר וויאזוי מען דארף האנדלען מיט אן עבד עברי, סתם אזוי גייט ער ארויס בשש, אויב זאגט ער "אהבתי" בלייבט ער אן עבד "לעולם" און ווי רש"י איז מסביר, לעולם מיינט ביז יובל (אגב האב איך געזעהן א שיין ווארט, איך געדענק נישט פון וועם, אויב האט ער ליב זיין נייע ווייב, איז נאכנישט פראפאלן, אם אמר יאמר, אויב גייט ער אויספויקן און פארציילן פארן גאנצן גאס אז ער גלייכט איר, דאן האט ער ערנסטער פראבלעם, זאל ער זיין אן עבד)

באמת, דארף מען אבער פארשטיין, די תורה זאגט "ועבדו לעולם" פון וואו לערנען חז"ל ארויס אז די לעולם מיינט נאר ביז יובל? אין פסוק שטייט דאך לעולם, וואס מיינט אויף שטענדיג, נאך מער זאגן חז"ל, אן אינטערעסאנטער הלכה, אין עבד עברי נוהג, די גאנצע פרשה פון עבד עברי גייט נאר אן, בזמן שיובל נוהג, אינטערעסאנט, פון וואו לערנען זיי דאס ארויס? דאס שטייט נישט אין פסוק בכלל.

מיר שטייען יעצט ביים ענדע פון די ימי השובבים, וואס דער הייליגער אר"י ז"ל האט אונז מגלה געווען אז דאס זענען טעג וואס מיר דארפן מפשפש זיין אין אונזערע מעשים, אויפקומען מיט אביסל ווארעמקייט אין די קאלטע, פראסטיגע טעג, אויפקומען מיט אביסל ליכטיגקייט אין די לאנגע, שטאק פינסטערע נעכט, און אויב האט דאס אונז פארציילט דער הייליגער אר"י ז"ל אין זיין צייט, ווען עס איז געווען אזא התגלות אלקות, וואס קענען מיר זאגן היינט אין אזא דור שפל, ואנכי הסתר אסתיר פני, עס איז א הסתר בתוך הסתר, די נסיונות פון די גאס בוזשעווען אונז אריין אין פנים אריין, מיר זאגן "אהבתי" איך האב ליב דאס, איך האב ליב יענס, מיין קאפ ליגט אין טנופות, איך לייג זיך מיט'ן טעלפאון, איך שטיי אויף מיט'ן טעלעפאון, מיר האלטן דעם טעלעפאון אין ביזעם טאש ביים דאווענען מיר זאלן קענען א בליק טאן אינטערן טלית אויב עס קומט אריין עפעס א שטארק וויכטיגער טוויט, מיר האבן שוין געטוישט דעם נוסח "וציונו להניח על היד... ושהוא נגד הטעלעפאון, מיר האבן ל"ע א מאשינד'ל אין הארץ, די איינציגסטע צייט וואס מ'כאפט זיך איז ביי ש"ע ווען מ'קלאפט סלח לנו און מ'זעצט אריין אינעם טעלעפאון, אוי! הייליגער באשעפער, סלח לנו, מיר האבן געזינדיגט מיט'ן טעלעפאון.

אז מ'גייט אריין אין ארבעט, ברויך מען קודם דורכקוקן אלע נייעס, נו! א מענטש מעג דאך ליינען אביסל וואס טוט זיך אויף דער וועלט, יא, אבער מיט וואס באגעגענט מען זיך דארט? אפילו די נייעס זייטלעך זענען שוין אינגאנצן אנגעפירקעלט מיט כל מיני שמוץ און חזיריי, אויב האט מען א פילטער, זעהט מען ווייטער עפעס א מכשפה וואס פארציילט אונז די נייעס, און וויאזוי זי קוקט אויס דארף איך אייך נישט פארציילן טייערע אידן.

אויב גייט מען אריין קיין מאנהעטן, זאל שוין נישט אויסגערעדט זיין, וואס מ'זעהט זיך אן, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין, לא ימלט.. איך זאג אייך ווייל איך ווייס, עס איז אוממעגליך אויב זעהט מען א ראי' אסורה, זיך נישט שפעטער זיך דערמאנען דערפון, און דער יצר הרע משל'ט עס אויס אין קאפ, אין פון דארט גייט עס ווייטער.

מורי ורבותי! די וועלט איז טאקע געפערליך שמוציג, די גאס איז טאקע אנגעלייגט מיט אלע מיני טנופות, אבער געדענקט וואס חז"ל זאגן: אין הקב"ה בא בטרוני' עם בריותיו! אויב איז עס פארהאן איז דא א וועג וויאזוי זיך צו באשיצן דערפון, טייערע ברידער! איך קען אייך אפילו נישט אנהייבן מסביר צו זיין ווי שטארק איך רעד פון מיין הארץ! מיר זענען איבערגעבליבן דא די קליינע הייפעלע אידעלעך וואס האלטן זיך נאך אן, רבותי! דער שיף איז געזינקען, איין קליינער שטיקל ברעט איז איבערגעבליבן, כאפט אייך אן דערויף, מיר זעען יעדן איינציגן טאג ל"ע, אידישע קינדער לאזן זיך אפ פון דאס ברעטל, די מים הזידונים בוזשעווען, עס קומט א וואל, רבותי! כאפט אייך אן זייער שטארק, לאזט נישט אפ! איר וועט איינזינקען! אוי! מיין ברידער! וואו ביזטו געגאנגען? די האסט זיך נישט גענוג שטארק אנגעכאפט? אוי וויי!!

אידן! דער בורא האט צוגעזאגט פאר משה רבינו כי לא תשכח מפי זרעו, מיר וועלן עס אי"ה דורכברעכן, דער באשעפער האט אונז אראפגעשיקט דא, ווייל מיר זענען די נשמות וואס זענען געלעגן אונטער'ן כסא הכבוד שוין פון טויזענט דורות, ווייל מיר זענען די וואס האבן די כח זיך צו פארמעסטען מיט די היינטיגע נסיונות, נאכאמאל, אין הקב"ה בא בטרוני' עם בריותיו! דער הייליגער באשעפער גיבט אונז נישט קיין נסיון וואס מיר קענען זיך נישט גובר זיין, נקוט האי כללא בידך, אויב זענט איר אין דעם מצב, קענט איר עס בייקומען!!! עס איז נישט קיין שום פראגע.

די תורה זאגט ועבדו לעולם, זאגן חז"ל, עס איז נישט פארהאן אזא זאך, אויב איז דער איד אנגעקומען צו אזא מצב, ער זאגט אהבתי, איך האב ליב, און ער פארציילט עס פארן גאנצן עולם, נו! זאל ער זיין אן עבד ביז יובל, אבער ער האט א תקומה! ער האט נאך פארוואס צו לעבן! עס קומט אים נישט קיין לעבנסלענגליכע טורמע! ועבדו לעולם, ביז יובל, דערפאר, בזמן וואס יובל איז נישט נוהג, איז דער גאנצער פרשה נישט נוהג, ווייל ער האט נישט קיין תקומה, ער קען נישט ארויסגיין ביי יובל.

דאס איז דער לימוד וואס מיר דארפן זיך לערנען פון די פרשה.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 12:13 pm

דער שמועס לעצמו איז זייער שיין (דער צושטעל לאו דוקא). ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 12:22 pm

יש"כ.

מ'ברויך דאס אויך קענען... איך האב דוקה געוואלט שרייבן וועגו דעם, איך האב עס געזוכט וואו אריינצושמוגעלען...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 12:28 pm

פארוואס נישט ואשר לא צדה והאלקים אנה לידו ושמתי לך מקום, אז אין הקב"ה בא בטרוניה? אדער כי תפגע וגו' תועה השב תשבנו לו, אז כביכול מוז מקיים זיין השיבני ה' אליך?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 12:30 pm

איך בין געגאנגען פאר דעם וועגן "אהבתי"
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 12:31 pm

פארשטאנתי. א פיין געדאנק.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' תרומה

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 10:58 am

עס איז דא א מדרש די וואך, כשאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר להם הקב"ה ויקחו לי תרומה. ותמוה.

ונראה לבאר בהקדם מדרש פ' בראשית, די מלאכים האבן גע'טענה'ט, פארוואס זאלסטו באשאפן דעם מענטש? ער גייט זינדיגן און דיך כביכול מצער זיין, האט זיי הקב"ה געענטפערט, איך האב שוין באשאפן תשובה, אז זיי וועלן זינדיגן וועלן זיי קענען תשובה טוהן.

עס איז ידוע, צדיקים ווי ר' מיכל'ע זלאטשובער האבן נישט געקענט פארשטיין א איד וואס טוט אן עבירה, ער פלעגט ארויסגעבן הארבע תשובות פאר אידן, מיט תעניתים וסיגופים, נישט אלע אידן זענען געווען מסוגל פאר דעם, איז געווען א איד וואס איז געקומען צום ר"ר אלימלך, ער האט באקומען א תשובה פון ר"ר מיכל'ע, ער איז אבער נישט געווען ביכולות עס אויסצופירן, עס האט אים ממש גאשאדט פאר די געזונט, האט אים ר"ר אלימלך געזאגט ער זאל גיין צו זיין זון ר' אלעזר, ער וועט אים גיבן א תיקון, ער האט אים אנגעגרייט יעדן טאג כסעודות שלמה בשעתו, בקיצור, האבן צדיקים געזאגט אז ר' מיכל'ע איז בשורש נשמתו פון די מלאכים וואס האבן נישט פארשטאנען וויאזוי א איד קען פוגם זיין און זינדיגן.

איז דא אמאל א איד, וואס כאפט אים אן א הירהור צו זיין גוט, אם תעירו ואם תעוררו את האהבה, ער מאכט אפ א קבלה בלב ער גייט מער נישט עובר זיין בקלה כבחמורה, ער גייט זיין אן ערליכער איד, נו, א מענטש איז דאך נאר א מענטש, קומט דער יצר הרע און רעדט אים צו, ער פאלט דורך ווערט ער אינגאצן מיואש, דארף אבער איד וויסן, אז וויפיל ער זאל נאר האבן פוגם געווען, וויפיל ער האט נאר געזינדיגט האט ער אלס א וועג תשובה צו טוהן.

רש"י זאגט אין פ' פקודי, משכן העדות: דער משכן איז עדות אז הקב"ה האט מוחל געווען די אידן פאר'ן חטא העגל.

דאס זאגט דער מדרש, די אידן זענען געווען אויף גאר א הויכ'ן מדריגה, זיי האבן געזאגט נעשה ונשמע, האט דער באשעפער געזאגט, איך וויס אז דו גייסט זינדיגן, וועסטו דאך ווערן אראפגעקלאפט ביי זיך, וויאזוי ביו איך געפאלן ממש מאיגרה רמה לבירה עמיקתא, זאגט הקב"ה, איך גיב דיר שוין דעם תירץ, דאס איז דער משכן, ויקחו לי תרומה, בויעטס אויף פאר מיר א משכן וואס וועט ווייזן אז איך פארציי אויף די עבירות, ווער נישט צוקלאפט.
לעצט פאראכטן דורך חושים בן דן אום פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 2:10 pm

חושים, א_ווי אייביג!
נישט אנטוישט!!
נאר איין הערה,
חושים בן דן האט געשריבן:דאס זאגט דער מדרש, די אישן זענען געווען אויף גאר א הויכ'ן מדריגה, זיי האבן געזאגט נעשה ונשמע, האט דער באשעפער געזאגט, איך וויס אז דו גייסט זינדיגן, וועסטו דאך ווערן אראפגעקלאפט ביי זיך, וויאזוי ביו איך געפאלן ממש מאיגרה רמה לבירה עמיקתא, זאגט הקב"ה, איך גיב דיר שוין דעם תירץ, דאס איז דער משכן, ויקחו לי תרומה, בויעטס אויף פאר מיר א משכן וואס וועט ווייזן אז איך פארציי אויף די עבירות, ווער נישט צוקלאפט.

"די אישן"???
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:38 pm

פאראכטן.
ייש"כ.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מוצ"ש פאברואר 16, 2013 11:53 pm

זייער שיין חושים, ממש כנתינתן
על מי מנוחות ינהלנו

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מיטוואך פאברואר 20, 2013 5:41 pm

חושים!!
כאב עס נישט געגלייבט פון דיר!!
ווען האסטעך געזעצט לערנען?
ס'קען אריינגיין אין היכל התורה
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה - פ תצוה

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 5:55 pm

"ואתה תצוה את בני ישראל", אין צו אלא לשון זירוז, עס פעלט זיך אויס אן עקסטערן זירוז אויף דעם, אויף וואס? "ויקחו אליך שמן זית זך", שמן איז מרמז אויף די נשמה, עס האט אין זיך די אותיות, אלס עליה פאר א נשמה צינדט מען אויל, דאס פארלאנגט מען פון אונז מיר זאלן האבן א לויטערע נשמה.

נו, נישט אייביג איז עס גרינג, א מענטש דארף גאר שווער ארבעטן צו האבן א לויטערע נשמה, איז דא די וואך אין עבודת ישראל א טייער ווארט, ער זאגט, "כתית למאור", א מענטש דארף זיך צושטויסן, א מענטש דארף קענען ארבעטן אויף זיינע מידות, אויסצורייניגן א נשמה דארף מען שטויסן, קען דאך א מענטש ווערן צוקלאפט פון אזויפיל שטויסן, זאגט דער קאזניצער מגיד, ניין, נאר כתית למאור, אויף צום לייכטן מען דארף ווערן אויפגעהויבן פון דעם, ולא כתית למנחות, א לשון פון אוועקגעלייגט.

יעדער פארשטייט אז אנצוקומען צו דעם מדרגה נעמט גאר לאנג, מען דארף זייער שווער ארבעטן אויף דעם, קען א מענטש ווערן צוקלאפט, פארוואס זאל איך מיר אזוי איבערשטרענגען, איך בין שוין פארפאלן פון מיר וועט שוין גארנישט ארויסקומען, אויף דעם פירט דער פסוק אויס, "להעלות נר תמיד", דו גייסט זיצן אין גן עדן מיט אלע צדיקים אויף אייביג, דו גייסט אויפשטעלן דורות וואס דאס וועט זיין אן אייביגקייט, ווייסט איר וואס אן אייביגקייט מיינט? דער חפץ חיים ברענגט עס זייער שיין ארויס, ווען איך זאל ווען אנפולן מיין דירה, פול מיט ווייצלעך, לאמיר מאכן א חשבון, דאס וועט אויסקומען בערך א ביליאן ווייצלעך, אפשר זאל איך אנפולן דער גאנצער בנין וואו איך וואוין, טריליאן ווייצלעך, גאנץ ק"י, גאנץ נ"י, איר האלט נאך חשבון? איך קען נישט דעם נומער, גאנץ אמעריקע? דאס מוז שוין זיין גאר אסאך ווייצלעך, און אויב זאל איך אנפולן "דער גאנצער וועלט" איז בכלל פארהאן א נומער אינעם בוך וואס זאל קענען באשרייבן וויפיל ווייץ דארט ליגט? איך ווייס נישט. יעצט אויב זאל קומען א פייגעלע איין מאל א יאר און נעמען איין קערנדעל, זאגט מיר רבותי, איר קענט אפשאצן ווי לאנג דאס וואלט גענומען? איך בין זיכער אז א מענטש קען זיך דאס אפילו נישט אויס'משל'ן.

זאגט דער חפץ חיים, דאס איז נישט אן אייביגקייט, ניין, עס האט א נומער, נישט קיין חילוק וויאזוי איר ווילט עס דרייען, עס וועט זיך אמאל ענדיגן, אן אייביגקייט איז א זאך וואס מיר באגרייפן נישט, עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט, "להעלות נר תמיד" מיינט אויף אייביג, דיינע דורות, דיין עולם הבא, עס לוינט זיך וויפיל מען דארף דא דורכשוויצן, ווען מען זעהט די רעזאלטאטן, ווערט מען געוואויר עס האט זיך שוין איין מאל געלוינט.

א גוט שבת, א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד.
ייש"כ פאר'ן ליינען.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג פאברואר 22, 2013 4:26 am

געוואלדיג חושים, עז אלוועיס, זייער שיין און פיל מיט תוכנ'דיגע חיזוק.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג פאברואר 22, 2013 9:37 am

חושים, איך האב דיר שוין געזאגט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, און יעצט נאכאמאל, מיר האבן זייער הנאה, גאר גאר שיין!!
קיפ איט אפ!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' כי תשא תשע"ג

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:00 pm

די וואך לערנען מיר ווי די אידישע קינדער זענען נעבעך נכשל געווארן אין אזא הארבן חטא, דער חטא פון ע"ז, די מעשה העגל, חז"ל זאגן שוין אז דאס איז נאר געווען להורות תשובה לרבים, אבער די אידן האבן דאך געטוהן אזא הארבע עבירה.

זעהט מען אין די המשך פון די פסוקים, משה רבינו איז אראפגעקומען, ער זעהט "את העם כי פרוע היא" דער רבוש"ע זאגט איך גיי פארלענדן דעם גאנצן פאלק, איך וויל גארנישט וויסן, ואעשה אותך לגוי גדול, דער פאלק איז אן עם קשה עורף, און משה רעי' מהימנא בעהט זיך איין, ברחמים ובתחנונים, מ'האט געטוהן וואס מ'האט געדארפט צו טוהן, א צאל אידן זענען אויסגע'הרג'ט געווארן, ויאמר ה' סלחתי כדבריך, הקב"ה איז מוחל.

מען זעהט דא אן אינטערעסאנטער זאך, דער לשון וואס דא שטייט ויאמר ה' סלחתי כדבריך, זאגט מען אין די אלול טעג מעורר צו זיין רחמים, נאך מער די גאנצע י"ג מידות של רחמים איז דא נתגלה געווארן, עס איז ארויסגעוויזן געווארן גאר א שטארקע חיבה, א חיבה יתירה נאך דעם מעשה העגל, משה רבינו איז נאך געגאנגען ווייטער, הראינו נא את כבודך, גלייך נאך דעם חטא העגל, אזא שטארקע חיבה? דאס איז גאר אן אינטערעסאנטער ענין.

מיר שטייען יעצט אין די טעג נאך דעם געהויבענעם יו"ט פורים, אין דא ביי די מעשה פון פורים זעהן מיר אויך דאס זעלבע, די אידן זענען געווען חייב כלי', זיי האבן אבער תשובה געטון, נאכדעם איז נישט נאר געווען ונהפוך היא, נאר ותוסף אתסר ותדבר לפני המלך, דאס מיינט דאך מלכו של עולם, און זי האט אויסגע'פועל'ט אז אחשוורוש זאל צולייגן נאך א טאג, מען זאל אויך האנגען די עשרת בני המן, זעהט מען ווייטער די זעלבע אז נאכדעם וואס די אידן האבן תשובה געטוהן איז די חיבה ארויסגעקומען נאכ אויף סך א שטערקערן פארנעם.

אויך איז אינטערעסאנט, אז ביי ביידע פלעצער -ביי אונז אין די סדרה און אין די מגילה- שטייט דעם זעלבן לשון אם נא מצאתי חן בעינך, "חן" איז א לשון פון א מתנת חינם, באמת קומט מיר עס נישט דאך בעט איך עס.

עס איז ידוע דעם מאמר חז"ל, במקום שבעלי תשובה עומדים, אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, איז מסביר הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע, ווען מען טרענירט סאלדאטן, זאגט מען זיי אן מיט'ן הארבסטן, בשום אופן נישט אריינצופאלן אין די הענט פון דעם שונא, ער זאל זיך ענדערשט שלאגן ביז'ן לעצטן טראפ בלוט ווי איידער אריינפאלן אין זייער הענט ווי זיי וועלן אים פייניגן ארויסצוגעבן סודות, קומען צוויי סאלדאטן, איינער שטייט און אמפערט זיך מיט אלע כוחות נישט אריינצופאלן אינעם שונא'ס הענט נאך א לענגערע מלחמה איז ער ארויס מיט'ן נצחון, פון די אנדערע זייט איז דא סאלדאט וואס איז נישט געווען אזוי מזל'דיג, ער איז יא אריינגעפאלן, אבער דארט האט ער זיך געראנגלט מיט זיי, ער האט גארנישט ארויסגעגעבן, זיי האבן אים געפייניגט און געפייניגט, ער האט זיך אבער נישט געלאזט, נאך א לענגערן געשלעג איז ער ארויס פון געפענגעניש, ביידע קומען אהיים, ווער איז למעשה דער גרעסערער העלד? פארשטייט יעדער אז דער וואס איז געווען אין דעם פוסק פונעם לייב און זיך געראנגלט און ארויס מיטן נצחון, איז אוודאי דער גרעסערער העלד.

דאס זעלבע איז, פירט אויס ר' נחמן, מיט א בעל תשובה, ער איז דארט געווען ער ווייסט וואס דאס איז און ער האט נישט נאכגעלאזט, ער האט צוריקגעשלאגן, ביז האט זיי מנצח געווען איז ער דער גרעסערער העלד.

דער מעזריטשער מגיד איז געווען א חולה, האט ער געהאט א דאקטאר, א פרייער איד דר. גארדאן, ער איז דערנאך צוריקגעקומען און געווארן א פועל ישועות, ר' דוד'ל לעלובער האט געהאט איינער פון זיינע גרויסע תלמידים, ער האט געהייסן ר' חיים דוד דאקטאר, אויך געווען א בעל תשובה, און ער איז געווארן איינער פון זיינע גרויסע תלמידים, מען דארף אבער נישט צוריקגיין אזוי ווייט, מיר האבן א איד א בעל תשובה ביי אונז אין דעם דור, הרב אמנון יצחק, ער פראוועט מופתים וויפיל ס'גייט, די סיבה דערצו איז דאס אז ווען ער קןמט צוריק, האט ער אין הימל א פיל גרעסערן כח, הרב רומפלער מגדולי מחזירי תשובה זאגט טאקע אז די בעלי תשובה האבן סך א גרעסערן ברען, זיי קומען -ווי עס שטייט אין זוה"ק- בחילא יתיר, מיט א שטערקערן קראפט.

דער סאטמאר'ער רבי זי"ע בעל דברי יואל, פלעגט נאכזאגן פונעם תוס' יו"ט אין אבות אויף די משנה וואס רעכנט אויס די עשרה ניסים וואס איז געווען אין בית המקדש, איינס פון די ניסים איז געווען שלא אירע קרי לכהן גדול בליל יו"כ, לכאורה, וואס פארא חידוש איז דאס? ער האט געהאט שמירה ער זאל נישט איינשלאפן, מען האט געזעהן אים צו האלטן פארנומען א גאנצע נאכט, זאגט דער תוס' יו"ט, אז דעמאלטס, אינעם הייליגסטן טאג פון יאר, אינעם הייליגסטן פלאץ אויף דער וועלט, צו דעם הייליגסטן איד, איז די סטרא אחרא געקומען מיט אזא שטארקער כח, צו פראבירן אויף ווי ווייט מעגליך, אים מטמא צו זיין, איז ער עס מסביר אזויווי צוויי מענטשן וואס שלאגן זיך, ווען איינער ווערט אראפגעקלאפט ווערט ער נאך פיל ווילדער, ער נעמט זיך מיט זייך גאנצן קראפט, און הייבט זיך אויף זיך מתגבר צו זיין אויפן קעגנער, דאס זעלבע איז יו"כ דער ס"ם ווערט אראפגעקלאפט, ווערט ער ווילד אויף אזוי ווייט אז עס פעלט זיך אויס אן עקסטערן נס אפצוהיטן דעם כה"ג פון א טומאה.

לענינינו, ווען עס קומט צו א בעל תשובה, ער איז שוין אראפגעקלאפט געווארן דורכ'ן יצר הרע אבער ער הייבט זיך אויף און פראסקעט צוריק, האט ער א מורא'דיגן כח.

ווען די אידישע קינדער האבן תשובה געטוהן נאכ'ן חטא העגל און נאכ'ן נהנה זיין מסעודתו של אותו רשע, זענען זיי ארויף אויף אזא הויכן מדריגה, אז מען קען אויס'פועל'ן אלעס אויף דער וועלט, אפילו זאכן וואס קומט זיי נישט, עס ווערט נתגלה דער י"ג מידות של רחמים, פארוואס ווייל עס איז דא חן איז דא א מתנת חינם.

(מאת דודי הרב מו"ח שליט"א)

א גוט שבת, איך האף איר האט הנאה געהאט.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » פרייטאג מארטש 01, 2013 12:22 am

זייער הנאה געהאט!

איר זאגט שיין און גוט!!!

---------

קודם האבעך געמיינט אז די רעדסט פון די שרעקליכע מעשה די וואך מיט די מעשה העגל - דער נייער דעפענס סעקרעטאר... (קידדינג)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג מארטש 01, 2013 12:25 am

זייער שיין חושים, שטארק הנאה געהאט, נאכדערצו אין א בחינה פון א אומר דבר בשם אומרו, מגלגלין זכות ע"י זכאי, דער זכות זאל דיר ביי-שטיין.
על מי מנוחות ינהלנו


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט