דאס איז געווען מיין ערשטע דרשה אינעם א"ג "אולם התשעים" ווי מ'פראוועט די סעודות לכבוד די העלד'ן פון השי"ת וואס זענען ניינציג טאג בייגעשטאנען זייערע שווערסטע.דרוש בעזרת השם יתברך ויתעלה לכבוד היום ולכבוד הנאספים
יכיל בקרבו
ברוך חכם הרזים – עיר מקלט – פי צדיק – ועשו לי מקדש – בא חבקוק והעמידן על אחת – ומי יקום במקום קדשו – העתירו נא בעדי
*******
מרשות העדה הקדושה, און אויפ'ן אויפטראג פון ראשי קהילתינו הקדושה, אלופי אלפי ישראל, ווילן מיר זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם היינטיגן כינווס לשם שמים, שמחת אנשי שלומינו וקהילתינו – לרגל די נייציג טעג פונעם רב שליט"א און זיינע שיתפום הקדושים והטהורים כאו"א בשמו הטוב יבורך: הר"ר מרוצה לקהל שליט"א, הר"ר קדושה ברענגט שמחה שליט"א, הר"ר ריינער איד שליט"א – מיט א הארציגע ברכה "ברוך המקדש שמו ברבים".
חז"ל הקדושים זאגן אין מס' ברכות, הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים אוכלוסי עכו"ם אומר בושה אמכם וכו' ת"ר הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה.
מורי ורבותי, טייערע זיסע אידן:
ווי קען מען נאך היינט זעהן א ציבור פון שישים רבוא, איז דען דא אזא קיבוץ?
אבער היינט צוטאגס איז דא דער ברייטער געוועב, ווי מ'קען אין איין מינוט זעהן אסאך מיר ווי שישים רבוא, מענטשן פון אלע מיני אפטיילונגן איבער די וועלט, וואס אין דעתיהם שוות לאבינו שבשמים, און יעדער מיט זיינע משוגעתן און זיינע שייגעץ שטיק קען חרוב מאכן א וועלט, און מיט איין בליק קענען מיר רח"ל זיין אינאיינעם מיט די אלע אוכלוסי עכו"ם.
אבער ס'איז אויך דא אוכלוסי ישראל, ס'איז דא א מקום אויפ'ן געוועב ווי ס'זענען דא אידן וואס פורבירן און זיין זענען מצליח צו זיין ערליכע און אפגעהיטענע אידן כמו שכתוב. אט די אידן זענען די אוכלוסי ישראל אויף וועם מיר מאכן א ברכה ברוך חכם הרזים, אבער אויף די אוכלוסי גיום, אויף "אלע אנדערע שמוציגע מקומות אויפ'ן געוועב" זאגן מיר הויך בושה אמכם, ס'איז א בושה צו שטיין מיט אייך אין ווארט, און מיר שרייען אויס הויך מיט א התלהבות דקדושה די ברכה "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים".
די וואך אין די פרשה, פר' משפטים, טרעפן מיר אז די תוה"ק האט אונז אראפגעשטעלט א יסוד, ואשר לא צדה ואלקים אנה לידו ושמתי לך מקום, אז ווען מ'איז אריינגעפאלן בשוגג אומ-וועלענדיג, און ווער האט דען דאס געוואלט, ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה, דארף זיין א פלאץ ווי א איד זאל קענען אהין אנטלויפן און ראטעווען זיך מיט די משפחה.
ב"ה אז פאר אונז איז דא הדא, א מקום מקלט פאר אלע פראבלעמן מיט שמירת עינים, פאר אריינגעפאלענע און פאר די וואס קענען אריינפאלן רח"ל. און אין דעם פלאץ געפינען אסאך אידישע קינדער זייער באהאלטונגס ארט נישט פארשלעפט צו ווערן טיפער און ווייטער בעומק הקליפות. און נישט נאר ווערט קיינער נישט פארפאלן, נאר מ'הייבט זיך אויף איינער דעם צווייטן באופן מבהיל, כשזה קם זה נופל, און מיט די צייט ווערט יעדער אויפגעהויבן, ממש בבחינת כי לא נדח ממנו נדח!
היינט – יום ב' לס' משפטים, איז א שמחה פאר אונז אלע, חברים אויף הדא, ראשיה ושופטיה וכל איש ישראל. אלעס פריידט זיך מיט א שמחה רבה, און מ'זעמיר אלע דא זיך צו צו-שמועסן און הערן אפאר ווערטער. אבער אנשטאט א דרשה פארן כלל, וועלן מיר היינט פירן אונזער שמועס בעיקר צו אונזער מחותנים די בעלי שמחה, און דער עולם איז מכובד צו הערן!
דוד המלך ע"ה זאגט אין תהילם:
פי צדיק יהגה חכמה ולשונו תדבר משפט - תורת אלקיו בלבו לא תמעד אשוריו
לענינינו קען זיין, פ"י וואס איז עולה צדיק, די נייציג טאג וואס אונזערע זיסע חברים האבן אוועקגעגעבן פארן רבוש"ע, דאס איז געקומען ווייל יהגה חכמה, זיי האבן מיט'ן מויל גערעדט דברי חכמה. פשוטו כמשמעו דיבורי תורה ותפלה פאר הקב"ה, זיי האבן זיך נישט באגניגט מיט דברים שבלב, נאר ארויסגעזאגט פון מויל וואס מ'דארף צו זאגן.
און אין דעם ווערט אויך אריינגענומען די פילע דברי חיזוק וואס איר האט געגאסן אן אויפהערן איינער אויפ'ן צווייטן, און איר האט פארגינען דערפאר א דריטן און א פערטן וכו' אויך הנאה צו האבן און זיך שטארקן מיט א שטארקייט וואס איז גרעסער פון דעם מלאך משחית. דאס איז פון די עקרי הדברים וואס האבן געברענגט צו דעם שמחה.
ווייטער זאגט דער פסוק ולשונו תדבר משפט, זיי האבן דן געווען יצרם, כידוע מאמרם ז"ל וואס מיר האבן שוין דא אמאל ביי א געלעגנהייט נאכגעזאגט די גמרא אין מגילה, ולרוח משפט זה הדן את יצרו, די הייליגע אידן האבן דן געווען יצרם הרע און זיך נישט געלאזט פון אים, נאר אים געגעבן יעדעס מאל א קאפע ארויס. און אזוי זענען זיי אנגעקומען צום היינטיגן שמחה.
ס'איז אבער ידוע לכל אז לערנען תורה פאר מען טוט תשובה איז א שוואכע מעשה, ווי דער הייליגער מאור ושמש ברענגט די וואך פון רביה"ק החוזה מלובלין זי"ע אויפ'ן פסוק ולרשע אמר אלהים מה לך לספר חוקי, אז כל זמן מ'טוט נישט קיין תשובה טויג נישט דאס לערנען, מילא איז דאס לערנען פון יהגה חכמה נאכנישט געווען אזוי ווי עס באדארף צו זיין.
און פארדעם איידער מען גייט לערנען דארף מען מהרה בתשובה זיין (עיין כל השטיקעל בספה"ק מאור ושמש) אבער נאכ'ן ולשונו תדבר משפט, ווען מ'האט שוין א ריין הארץ פארן בורא עולם, איז תורת אלקיו בלבו, איז עס נישט נאר בפי צדיק, נאר ס'ווערט נקבע בלבו! און אז די הארץ איז שוין ריין און פיל מיט תורה, זאגט שוין די פסוק ווייטער ווי א שטיקעל הבטחה, לא תמעד אשוריו, גייט מען שוין אויפ'ן גלייכן וועג בעז"ה, ווי דער מצודת טייטשט אשוריו, דעם וועג וואס ער גייט ברגליו.
ועוד רמז נאה עלי בלבי איבער הני צדיקי עולם, אשר לא כרעו לבעל זה צ' ימים.
צ' במלואו איז דאך צדי"ק, וואס איז בגימ' ר"ד, די אותיות ד"ר, ווייל איש ואשה שזכו שכינה בינהם, און כ"ז א איד איז הייליג איז דא השראת השכינה. דאס איז א רמז אז די וואס זענען בחסדי ה' דורך די צדיק יום, זענען פון די צדיקים וואס די שכינה רוהט אויף זיי, און ווי ס'איז דא השראת השכינה – ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד, קען מען זיך אויספועל'ן אלעס גוטס.
און ביי די געלענהייט וויל איך אייך בעטן, טייערע בעלי שמחה, האט אינזינען אלע אייערע חברים, אונז אלע וואס מיר ווארטן אויף א ישועה בכלליות ובפרטיות, האט אונז אינזינען אויף אלעם גוט'ן, אז מיר זאלן אויך מצליח זיין מיט די מלחמת היצר, און קיינמאל צו אים נישט פאלן חלילה.
דער הייליגער תפארת שלמה זאגט אויף א פלאץ אז ווען א איד ענדיגט א מס' איז דער סיום פונקט אזוי ווי מ'האט געלערנט די גאנצע מס', ס'הייסט אז דער עת רצון פון א סיום איז נחשב כאילו מ'לערנט יעצט די מס'.
ובזה אחלה פניכם היום. איר ווייסט אוודאי גי גרויסע זכותים פון א שומר עיניו, פון איינער וואס זאגט ניין צום סמ"ך מ"ם, שכרו הרבה מאוד מאוד, און אין יענע מינוטן קען מען זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס. קומט אויס אז יעצט ביים סיום קומען זיך צוזאם אלע זכותים, אלע ניין'ס וואס איר האט געזאגט, און ס'איז א מוראדיגע עת רצום אויפ'ן העכסטן פארנעם.
ניצט אויס די געלענהייט פאר אייך, פאר אייערע משפחות, בעטס אייך אויס פון אלעם גוט'ן. און פארגעסט נישט אונז אינזינען צו האבן. פתח לנו שער בעת נעילת שער, לנו, פאר אונז און פאר ענק, א שער פון אלעם גוט'ן ברוחניות ובגשמיות.
*
ביז אהער האבן מיר געזאגט בדרך פשט, אבער בדרך רמז פארשטייט יעדער איינער וואס די הייליגע צדיקים האבן געזאגט אויפ'ן מאמר חז"ל סוף מס' מכות בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה. אז דער הייליגער נביא חבקוק האט אראפגעשטעלט אז אינעם דור פון עקבתא דמשיחא דארף עס זיין על אחת, איין כלל ישראל, איין אחדות פון איין אומה שלימה גרייט פאר די גאולה שלימה. און דאס איז צדיק באמונתו יחיה.
דורך אונזער אחדות זענען מיר זוכה היינט זיך מיטצופרייען מיט'ן צדיק, מיט די תשעים ימים הקדושים והטהורים.
*
ובמיוחד קומט זיך אן הכרת הטוב פאר ידידינו וידיד כל בית ישראל מורינו ורבינו הרב רבי עבודת הבורא שליט"א, רב ומורה דרך דקהילתינו הקדושה, וואס טראץ זיין אייגענע מלחמה ביז די ניינציג האט זיך הערשט יעצט געענדיגט, איז ער במשכ'ן לאנגן וועג געווען גרייט ארויסצוהעלפן יעדען איינעם בלי שום יוצא מן הכלל מיט סיי וואס, און זיינע ווארימע דברי חיזוק האט שוין אסאך אידן דא ארויסגעהאלפן. נישט אומזיסט האט ער באקומען א בלויע בעקעטשע, תכלית דומה לים וים לרקיע וכו'.
זאל אים השי"ת געבן א ברכה כוללת, געזונט פרנסה נחת און אלעם גוט'ן, און ער זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין כרצונו הטוב.
*
מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו, ס'איז דא א חלק פון ארויפגיין, און דערצו איז אויך דא א חלק פון זיך האלטן, יקום במקום קדשו, בלייבן שטיין ווי א העלד בקדושה. און פאר דעם זענען דא עצות, נקי כפים ובר לבב וכו' ואימר בה מילתא.
חכמינו ז"ל האבן אונז געזאגט אז תורה נמשלו למים, אזוי ווי וואסער גייט נאר למקום נמוך, אזוי אויך איז תורתינו הקדושה והנעימה, דאס גייט נאר און האלט זיך נאר ביי איינעם וואס האלט זיך קליין.
מי"ם איז גימ' 90, מה מים הולך ממקום גבוה למקום נמוך, יעדעס מאל וואס מ'האט געדארפט ארויסשרייבן דעם ווארט "נפלתי" איז עס געווען א נידערלאגע, אבער כי ממנו נקח לעבוד את ה', דורך דאס וואס מ'האט זיך משפיל געווען עד לעפר למקום נמוך, און ארויסגעזאגט דעם אמת, האט מען זוכה געווען צו מי"ם, צו די ניינציג טעג, צו האבן ריינע טעג!
און א אינטערסאנטע זאך, די מילו פון די אותיות מ' י' מ', באטרעפט די זעלבע ווי דער אות אליין. מ' האט א מילו פון א מ', איז דאך פשוט 40=40, און י' איז דער מילו ו"ד, 10=10. דאס איז אין איינקלאנג וואס מיר האבן פריער געברענגט פונעם הייליגן תפארת שלמה אז דער סיום איז פונקט ווי דער גאנצע זאך, ודו"ק.
ומי יקום במקום איז סופי תיבות מי"ם, ווייל ווען מ'האלט שוין נאך די ניינציג דארף מען זיך אויך קענען דערהאלטן. און פאר דעם דארף מען צוקומען צום נקי כפים ובר לבב. און וואס הייסט בר לבב? לבב איז בגימ' דל, ווען מ'האלט זיך אינאיינעם מיט די אנדערע וואס זענען נאך בבחינת דל, איז מען א בר לבב.
נישט ווייל כ'בין חושד אז דער רב און זיינע חברים וועלן אונז איבערלאזן, נאר כ'וויל זיי בעטן אז זיי זאלן ווייטער מחזק זיין אלע אנדערע חברים ביתר שאת וביתר עוז. און מיט דעם וועלן זיי זוכה זיין אז ס'וועט ביי זיי מקיום ווערן דעם ומי יקום במקום קדשו, צו בלייבן שטיין פעסט אויפ'ן לייטער פון קדושה וטהרה.
הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו נא בעדי, זעהט אז איר זאלט נישט דערווייטערט ווערן פון אונז, נאר מיר זאלן אינאיינעם שפאנען אויפ'ן לייטער פון קדושה. האט אונז אינזינען אז מיר זאלן אויך דארט אנקומען, און אינאיינעם וועלן מיר זיך בקרוב פרייען בשמחתן של ישראל, אמן!
זאל דער רבוש"ע העלפן אז מיר זאלן אלע זיין ריין,
האבן ריינע מעשים,
ריינע מחשבות,
ריינע דיבורים,
און מיט אונזערע לויטערע ריינע צובראכענע הערצער וועלן מיר טאנצן קעגן משיח גאר בקרוב בב"א.