חיזוק לשמירת עינים מאתר "היט דיינע אויגן"

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

דעם פני מנחמ'ס קנאה

תגובהדורך היט דיין אויגען » פרייטאג יולי 05, 2019 9:19 am

ליל שישי פרשת קרח תשע"ט לפ"ק

גייט זיך א איד'ל אין גאס, די נסיונות ברענען, בפרט אין די איצטיגע זומער-טעג. דער איד ווייסט נישט מאין יבוא עזרי, וואס וועט זיין, דער יצר הרע לאקערט און ברענט, רוקט אונטער פון אלע זייטן שווערע ביטערע נסיונות פון ראיות אסורות. ס'איז כמעט נישט במציאות זיך קעגנצושטעלן.

זיצט א איד'ל ביים ארבעט. ער וויל זיין ערליך, ער וויל זיין הייליג, זיין נאנט צום אייבירשטן. אבער דער יצר הרע שיקט שוין מיט זיינע דרכים שווערע נסיונות, מכשולות און תקלות. ס'איז ביטער שווער, ממש כמעט נישט שייך בכח אנוש ביישטיין...

פארט א איד'ל ביים באס. ער איז משתדל היטן זיינע אויגן וויפל עס איז שייך. ער קוקט אין א ספר, ער הערט זיך צי צו ניגונים אדער דרשות, אבער דער יצר הרע איז שטערקער פון דאס אלעס. דער מלאך אש טוט שוין זיינע פעולות אז דער איד'ל זאל שטיין אין שווערע נסיונות...

די הייליגע אידעלעך ווייסן נישט וואס צוטון... יעדער פון זיי הייבט אויף זיינע אויגן צום טאטן הימל, זייער הארץ וויינט:
טאטע, פארוואס? פארוואס בין איך אזוי שוואך? פארוואס קען איך נישט ביי שטיין אין די נסיונות, פארוואס האב איך נישט די כח זיך מתגבר זיין, פארוואס פלאקערט די תאוה אין מיר אזוי שטארק. אפילו ווען איך בין זוכה זיך מתגבר זיין קומט מיר עס אזוי שווער, יעדע נסיון איז כמעט מסירות נפש בפועל, ס'איז ביטער שווער. טאטע אין הימל, פארוואס? פארוואס איז מיר אזוי שווער? איך זעה דאך ערליכע אידן וואס האבן נישט די נסיון ווי מיר, פארוואס בין איך נישט ווי זיי? פארוואס - - -
*
פאר די טייערע הייליגע אידן, וועלן מיר דערציילן די מעשה:

א איד איז אריין צום פני מנחם זצ"ל פון גור, און זיך צואוויינט, זיך אויסגערעדט זיין פארווייטאגט הארץ:

"רבי, איך וויל אזוי שטארק לערנען, איך בין זיך משתדל, איך מוטשע זיך געפערליך, אבער ס'איז מיר זייער שווער, איך האב א שוואכע קאפ, קיין כשרונות האב איך נישט, יעדע שטיקל גמרא קומט מיר אן אזוי שווער, מיט אזויפיל הארעוואניע, א קארצע צייט שפעטער פארגעס איך וואס איך האב געלערנט, וואס וועט זיין מיט מיר? פארוואס קומט מיר עס אזוי שווער?"...

דער רבי קוקט אן זיין חסיד מיט גרויס ליבשאפט, פון זיינע ליכטיגע אויגן שטראלן ארויס ווארעמקייט און פארשטאנד. דער רבי ריפט זיך אן און זאגט אים:
"אוי בין איך דיך מקנא" - - -

דער חסיד קוקט אויפן רבי'ן... ער פארשטייט נישט, אפשר האט ער נישט גוט געהערט... דער רבי איז מיך מקנא?... וואס טוט זיך דא... אבער א חסיד פרעגט נישט... ער בלייבט נאר שטיין...

דער רבי, ליינענדיג זיינע מחשבות, איז ממשיך און זאגט:
ס'איז דאך א מצוה פון עמל התורה, שתהיו עמלים בתורה, מ'דארף זיך מוטשענען... איך האב ב"ה א גוטע קאפ, גוטע כשרונות, ממילא איז זייער זעלטן איך זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה און עמל, אלעס פארשטיי איך גלייך, מיט איין מאל לערנען. נאר אמאל אין א תקופה מאכט זיך אז איך קום אן צו א שווערע סוגיא וואס איך דארף זיך מער מוטשענען און זיך מתייגע זיין.אבער דו, אשריך וטוב לך! דו ביסט מקיים יעדע רגע, יעדן טאג, די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה, מיט זיך מוטשענען, מיט אסאך הארעוואניע און מיט אויף זיין נעכט... ווייסטו דען ווי חשוב דאס איז אין הימל - - -

דער חסיד איז ארויס פון רבי'נס צומער מיט א גרינג הארץ... ער האט באקומען אינגאנצן אן אנדערע בליק אויףדי גאנצע זאך, ער האט אנגעהויבן שעצן און מחשיב זיין יעדע מינוט פון שווערעקייטן און פון עמל התורה.

*

יא יא, טייערע הייליגע אידן!
קענען מיר דען שאצן ווי חשוב איז א שווערעקייט פון א איד?
מיר קענען דען משיג זיין ווי געוואלדיג איז ווען א איד דארף זיך מוטשענען און מיט אייזענע כוחות צימאכן די אויגן און אוועק דרייען זיין קאפ פון א מראה אסור וואס רייצט אים אזוי אן?!
די צדיקים מיט זייער עבודה, די מלאכים מיט זייער שירה - קענען דאס נישט באווייזן!

מיר דארפן זיך פרייען מיט די אלע נסיונות און די שווערעקייטן!
דאס ווייזט אז דער אייבישטער האט נאמנות אין אונז, ער גלייבט אונז, ער פארלאזט זיך אויף אונז. א טאטע וועט נישט געבן דורכפירן שווערע זאכן פאר א שוואך קינד, נאר פאר קינד וואס ער פארלאזט זיך אויף אים אז ער וועט עס קענען אויפירן.

די נסיונות איז אונזער שטאלץ! די שווערעקייטן זענען אונזער חשיבות!
חזקו ואמצו!

(קרעדיט: "משכני אחריך" פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אשי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2019 8:39 pm

תגובהדורך אשי » דינסטאג יולי 09, 2019 5:51 pm

שכח ס'איז מורא'דיגע ווערטער
אש"י אויף הד"א

גיט
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג יולי 09, 2019 10:55 pm

יישר כח פאר די חיזוק.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך יולי 10, 2019 9:19 am

ישר כח!!

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

א תאוה צו קוקן אויף דער זון‎

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 15, 2019 11:10 am

בס"ד

ליל שישי פרשת חוקת תשע"ט לפ"ק


וויאזוי קען איך ארויסגיין אין גאס אין די הייסע זומער-טעג, ווען די (נישט אידישע) פרויען גייען אנגעטון אזוי פראסט און נישט איידל? וואס וויל דער באשעפער פון מיר? זענען מיר טאקע מלאכים?! - איז די מיליאן דאלארדיגע פראגע מיט וואס רוב כלל ישראל מוטשעט זיך.
וועלן מיר עס פרובירן מסביר צו זיין מיט א משל.

שטעל דיך פאָר אז דו שטייסט אויף איין טאג מיט א תאוה, אז דו ווילסט קוקן אויף דער זון. יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אויף דער גאס, פילסטו ווי עס ברענט אין דיר א שטארקע תאוה פשוט ארויפצוקוקן אויף דער זון.

נאך אפאר טעג הייבסטו אָן צו פילן אז דיין זע-קראפט ווערט שוואכער און שוואכער, די גאנצע וועלט ארום דיר הייבט אָן אויסצוזען טונקלער און שווארצער ווי פריער. דו גייסט צו א דאקטאר זאל דיך אונטערזוכן, און דער דאקטאר זאגט דיר, אז מיט דעם וואס דו קוקסט אויף דער זון מאכסטו אליין קאליע דיינע אויגן, און דער דאקטאר ווארנט דיך אז אויב דו וועסט ממשיך זיין און ווייטער קוקן אויף דער זון, וועסטו נאך חלילה פארלירן דיין זע-קראפט אינגאנצן!

דו גייסט ארויס פון דאקטאר'ס אפיס אינגאנצען שאקירט, און דו מאכסט א גאר שטארקע החלטה ביי דיר, אז יהיה מה שיהי'! איך גיי מער נישט קוקן אויף דער זון בשום אופן נישט, אפילו נאר פאר א סעקונדע! דו פארשטייסט אז דער שאדן און ווייטאג וואס עס ברענגט דיר איז אסאך שטערקער ווי דער פארגעניגן וואס דו האסט פון קוקן אויף דער זון.

פון יענעם טאג וואס דו האסט באזוכט ביים דאקטאר און ווייטער, אפילו אז די זון איז נאך אלץ דארט אויפ'ן זעלבן פלאץ יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אין גאס, האלסטו אבער דיינע אויגן אויף אראפ.

עס גייט דורך אפאר טעג און דו הייבסט אן צו באמערקן אז דיינע אויגן האבן צוריקבאקומען די געווענליכע זע-קראפט, און דו קענסט שוין ווידער הנאה האבן פון דער שיינער הערליכער קאלירטער וועלט ארום דיר.

*


גענוי די זעלבע זאך איז מיט שמירת עינים. יא עס איז אמת אז מיר האבן נאטירלעך א שטארקע גלוסטעניש צו קוקן אויף די זאכן, און יא, יעדעס מאל מיר גייען ארויס אין גאס שטויסן מיר זיך אָן מיט די סארט זאכן. אבער עס איז נאר שווער פאר אונז ווילאנג מיר טוען נישט אנערקענען ווי שעדליך עס איז פאר אונז. ווילאנג מיר וועלן האבן חילוקי דיעות אין קאפ אויב דאס לעבן אָן די סארט גלוסטעניש איז בעסער פאר אונז, וועלן מיר זיך כסדר מוטשען מיט'ן נסיון; ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט א שטארקע החלטה אין אונזער קאפ אז דאס איז גאר שלעכט פאר אונז, דעמאלטס יעדעס מאל וואס עפעס "טעמפטינג" גייט אונז אדורכגיין אין גאס, וועט אונזער מוח אונז גאר שטארק מוטשען מיט שאלות, פארוואס איגנאריר איך די תאוה? פארוואס געב איך נישט נאך דאס צו זען? עס זעט דאך אויס אזוי גוט! אפשר בין איך נישט גערעכט די גאנצע צייט? אפשר איז עס נישט אזוי געפערליך?

אבער אויב מיר וועלן גוט אריינטראכטן דערין, וועלן מיר באמערקן אז אפילו אויב מיר וועלן יא באקומען די אלע פארלאנגען, אבער דער געשמאק וועט נאר בלייבן ביי אונז פאר א גאר קורצע מינוט, און נאכדעם וועט עס אונז גענצליך פארלאזן, און מיר וועלן שפירן ליידיג און פוסט.

מיר ווייסען פון אונזער עקספעריענס, און פון אלע אונזערע חברים, אז א לעבן פיל מיט תאוות, איז א פוסטע לעבן, און א לעבן פון פּיין און ווייטאג. אלץ מער דו גיבסט אים צו עסן, מער הונגעריג ווערט ער.משביעו, רעב. אפילו מיר וועלן טועם זיין אלע "טעמפטינג" זאכן וואס זענען נאר פארהאן אויף דער וועלט, וועלן מיר נאך אלץ נישט זיין רואיג און מיר וועלן פאדערן און פארלאנגען נאך און נאך. און מיר ווייסען אויך אז די תאוות נעמען נאר אוועק אלע גוטע זאכן וואס די באשעפער וויל אונז געבן. עס האקט אפ אונזער קשר וואס מיר האבען מיט'ן בורא עולם, אונזער קשר וואס מיר האבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער, און אפילו אונזער קשר מיט זיך אליין וועט אויף אפגעהאקט.
ווען מיר אלע וועלן דאס פארשטיין און מיר וועלן קומען צו דער מסקנא אז תאוות איז באמת דאס טויט פאר אונז, נאר דעמאלטס וועלן מיר זיין גרייט צו מאכן די החלטה אין אונזער שכל אז מיר ווילן דאס נישט מער; עס איז ממש סם המות פאר אונז. אויב מיר האלטן שוין דא, נאך די החלטה, אפילו אויב מיר זענען ארומגענומען מיט די "טעמפטעישענס" וועט עס נישט זיין אזוי שווער פאר אונז צו איידלערהייט צוצומאכען אונזערע אויגן און אוועקדרייען אונזערע הערצער פון דעם. ווייל מיר ווייסן שוין אז אפילו אויב מיר וועלן האבן אלע סארטן פארגעניגנס וואס אונזערע אויגען גלוסטן נאר, וועלן מיר נאר אלץ זיין אין א טונקלקייט און פול מיט פּיין און ווייטאג; מיר וועלן דעמאלטס פארלירן אלעס וואס איז באמת טייער פאר אונז, און מיר וועלן נאך אלץ נישט זיין צופרידן.

אבער ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט די שטרענגע החלטה, איז אונזער עבודת השם נאר מיט א האלבן הארץ, עס איז נישט בלב שלום. מיר זענען נישט אינגאנצן זיכער ביי זיך אז דאס איז באמת וואס מיר ווילן, און ווען מיר זעען עפעס "טעמפטינג" אין גאס, וועלן מיר זיך טרעפן פלוצלינג אין א שטארקע מלחמה און מיר וועלן זיך פרעגן דעמאלטס, איז דאס טאקע דאס.

ווען מיר וועלן אבער מחליט זיין די שטארקע און שטרענגע החלטה, וועט אונזער "זע קראפט" זיך תיכף ומיד פארבעסערן; די וועלט וועט אנהייבען צו זיין א פרייליכער און בעסערער פלאץ; אונזער דאווענען וועט זיין מיט אן אמת'ן געפיל, עס וועט זיין בלב שלם, אנשטאטס אזוי ווי ביז יעצט, וואס אונזער דאווענען איז נאר געוועהן למחצה לשליש ולרביע; אונזער ליבשאפט צו אונזערע ווייבער און קינדער וועט ווערן סאך שענער און בעסער; שבת וועט מען פלוצלינג פילן א טעם אין שבת קודש; לערנען תורה וועט באקומען א זיסן געשמאקן טעם. מיר וועלן שוין סוף כל סוף זוכה זיין צו פארשטיין וואס עס מיינט צו דינען די בורא עולם בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.רבי מרדכי לעכאוויטשער זי"ע האט אמאל געזאגט, "ווי ביטער איז די וועלט ווען איינער איז אין דעם, און ווי גוט איז די וועלט ווען איינער איז העכער פון דעם."
אונזער זיסער און לעכטיגער טאטע אין הימל האט געלייגט פאר אונז צוויי וועגן. לאמיר אונז אויסקלויבען "לעבן" מיט א שטארקע החלטה, און טאקע בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.

(קרעדיט: geverisrael פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

תגובהדורך yidusa » מיטוואך יולי 17, 2019 9:12 pm

Strong point, very powerful, it will defiantly help with this life struggle
Thanks for shearing

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

איך וויל עס נישט!

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 22, 2019 9:28 am

די מלחמה גייט אָן מיט'ן פולן שוואונג, בפרט יעצט אין די זומער טעג.

איך וויל נאר אראפלייגן אביסל וויאזוי אזא מלחמה האט ביי מיר אויסגעקוקט פאר נישט צו לאנג צוריק און וויאזוי עס קוקט אויס יעצט.

9:35 אינדערפרי אויף דער גאס:
א שיינע 'בוים' גייט אדורך נעבן מיר. איך האב באמערקט...

אך, פארוואס דארף איך באמערקן אלעס... (א ווייטאגליכע געפיל שפירט זיך אין מיין הארץ...)

דאן נעמט מיר ארום א געשמאקע געפיל. עס קומט ארויף אין קאפ פארשידענע מחשבות און סצענעס...

משוגענער דו! וואס גייט פאר מיט דיר? (דער אויפברויז אויף זיך אליין ווערט נאר שארפער...)

איך וויל כאפן נאך א בליק, איך וויל ווייטער פאנטאזירן...
ניין, הער אויף. האלט דיך איין. מ'טאר נישט! א איד מוז זיך האלטן בקדושה.
איך בייג אראפ מיין קאפ צו דער ערד און איך פרוביר צו טראכטן פון עפעס אנדערש.

9:36
די מחשבה לאזט נישט נאך: טראכט, פאנטאזיר, ס'איז געשמאק...
הער אויף, מ'טאר נישט... (אוי, כ'האב נישט קיין כח...)
גיב נאר נאך א קליינע בליק... ס'איז נישט עק וועלט...
ניין, מ'טאר נישט... (יא, וואס האב איך געלערנט פריער? אה, אמר אביי...)
וואס? איך וועל דורכלאזן דער געלעגנהייט? לאמיר נאר געבן א בליק אויף _____(רייצנדע ווארט אויסגעמעקט)
הער שוין אויף! מ'טאר נישט, וואס איז מיט דיר? (גערעכט, אז מ'טאר נישט, טאר מען נישט. דער באשעפער לאזט נישט און מ'דארף פאלגן דעם אייבערשטן)
יא...
ניין...
יא...
ניין!
יא...
ניין!!!
יא...
ניין!!!!!! (אוי, באשעפער!)

9:37
א חבר מיינער קומט ארויס פון זיין קאר.
אה, א גוטן ברוך, וואס טוט זיך? האסט שוין געמופט?
אהההה... אבי איך האב איינער מיט וועם צו רעדן.... (דערלייכטערונג אין הארץ...)
המשך פון דעם שמועס מיט מיין חבר איז נישט אינטערעסאנט.

דער עפיזאד קען זיך איבערשפילן - בערך אויף דעם זעלבן גאנג - צענדליגער מאל א טאג.

אויף דער גאס - איין מאל נאכ'ן אנדערן, אין מקוה, ביי דער ארבייט, און אפי' אין בית המדרש! (ווער עס פארשטייט, פארשטייט...)

פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר ארויסברענגן אז אזא מלחמה איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן. עס איז ווערד מיליאנען. דער באשעפער האט גרויס נחת רוח פון אזא מלחמת היצר, ובכל דחי' ודחי' שמדחהו ממחשבתו איתכפיא לסטרא אחרא.

אבער אזא צוגאנג מוטשעט זייער שטארק אויס דעם מענטש, און א דורכפאל איז ערווארטערט אין א אנגעצויגענע מינוט.

דער צוגאנג איז נישט ריכטיג מחמת כמה סיבות. דער מענטש מאכט אפאר טעותים. איך וועל פרובירן בע"ה זיי ארויסצוברענגן:


טעות #1 איז, אז דו (און איך) ווערסט ברוגז און אויפגעברויזט אויף דיר אליין ווען עס ווערט נתעורר אין דיר די תאוה במלא תוקפו.

דאס טאר נישט זיין.

קודם כל, דו ביסט בכלל נישט שולדיג דערויף. עס איז נישט אין דיינע הענט מונע צו זיין דאס געפיל פון זיך אויפוועקן אין דיר ווען דו באמערקסט א טריגער. דו טוסט עס נישט, עס געשעט פון זיך אליין. דער באשעפער האט נישט קיין שום טענה אויף דיר 'היתכן אז דו פילסט א געשמאק אין די שטותים'. ווייל עס איז נישט בכלל קיין עבירה צו האבן מורא'דיגע שטארקע תאוות און גליסטענישן.

די ערשטע זאך איז: קוק זיך אן ריכטיג. ווער נישט צוקלאפט און צובראכן פון דעם פאקט אז עס איז דא אין דיר א טיפער געשמאק צו די זאכן. זיי אינגאנצן מסודר מיט דיר אליין טראץ דעם וואס דו גלוסט. דו קענסט ממילא גארנישט טון אז דו זאלסט נישט גלוסטן. עס איז נישט בידך. און ממילא איז דאס נישט דיין פראבלעם.

יעצט וויל איך ארויסברענגן נאך א חילוק אין מיין מלחמת היצר, אמאל און היינט.

ביי רוב מענטשן איז די טענה'ריי אזוי:
איין צד איז: איך וויל (קוקן, טראכטן, רעדן, טון עפעס).
דער אנדערער צד איז: מ'טאר נישט.
איך וויל.
- מ'טאר נישט.
יא, איך וויל.
- ניין, מ'טאר נישט.
אבער איך וויל.
- אבער מ'טאר נישט.

און אזויווי איך בין ברוך השם נתחנך געווארן אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט, א איד מוז טון רצון ה', האב איך זיך טאקע אסאך מאל אונטערגעגעבן און נישט געטון דאס וואס איך האב געוואלט כאטש עס איז אנגעקומען זייער שווער.

נו, ווילאנג קען מען מוותר זיין אויף א ווילן?

עס איז אמת אז א איד מוז מוותר זיין אויף זיין רצון ווען עס קומט צו רצון ה'. אבער איך בין נישט אלעמאל אויף דער מדרגה און אין א שוואכער מינוט איז א דורכפאל ערווארטעט. עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו גיין קעגן זיין רצון א גאנץ לעבן?

היינט אבער איז די טענה'ריי אביסעלע אנדערש וואס דאס מאכט א גרויסע חילוק.
איין צד: איך וויל (קוקן, רעדן, טראכטן, פאנטאזירן וכו')
די אנדערע צד: איך וויל נישט.

עס איז טאקע דא אין מיר א גלוסטעניש און איך שפיר א געשמאק אין דעם, אבער פון דער אנדערער זייט האב איך מחליט געווען אז "איך וויל עס נישט".

איך גיי נישט יעצט אריינגיין צו שרייבן די סיבות פארוואס איך האב מחליט געווען אז עס איז נישט גוט פאר מיר. דאס דארף יעדער אליין מחליט זיין פאר זיך. נישט יעדער איז גלייך צום צווייטן. די סיבה וואס ברענגט מיר צו א החלטה אז איך וויל עס נישט, מוז נישט דוקא זיין א גוטע סיבה פאר דיר. אבער דער סוף דבר איז אז 'איך וויל עס נישט', נישט נאר אז מ'טאר נישט.

יעצט איז די מלחמה אסאך גרינגער. ווען איך גיב מיך נישט נאך האב איך געטון וואס איך האב געוואלט!

אין איין ווארט: די מלחמה איז נישט אז 'איך וויל' אבער 'מ'טאר נישט'. די מלחמה איז 'איך גליסט' אבער 'איך וויל נישט'. מיט דעם אייבערשטענ'ס הילף קען איך טון וואס איך וויל!

(קרעדיט: קטן שנולד)
פרובירט
מקהלת הד''א

וואוילע אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:44 am

תגובהדורך וואוילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 22, 2019 11:38 am

יישר כח 'היט דיינע אויגן' די בוסט מורא'דיג איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען.
די האסט מיר שוין געראטעוועט אפאר מאל פון שווערע נסיונות
כה לחי שרייב מער אפטער האסט א גרויסע זכות

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 2:11 pm

היט דיין אויגען האט געשריבן:אביסעלע שפעט אבער בעסער ווי בכלל נישט

בעסער שפעט ווי קיינמאל
א גרויסן יישר כח! זייער א טרעפליכע געדאנק!
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 2:44 pm

היט דיין אויגען האט געשריבן:
קודם כל, דו ביסט בכלל נישט שולדיג דערויף. עס איז נישט אין דיינע הענט מונע צו זיין דאס געפיל פון זיך אויפוועקן אין דיר ווען דו באמערקסט א טריגער. דו טוסט עס נישט, עס געשעט פון זיך אליין. דער באשעפער האט נישט קיין שום טענה אויף דיר 'היתכן אז דו פילסט א געשמאק אין די שטותים'. ווייל עס איז נישט בכלל קיין עבירה צו האבן מורא'דיגע שטארקע תאוות און גליסטענישן.


כ'וויל מוסיף זיין א קלייניגקייט, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לאויוש"ט זאגט כסדר: "מענטשן מיינען אז ס'איז א עוולה צו האבן א יצר הרע (וועלן טוען שלעכטס) ס'איז קיין שום עוולה צו האבן א יצר הרע! ס'איז אן עוולה איהם צו פאלגן!"
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

זיי דיך מייאש! גיב אויף!

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 29, 2019 2:38 pm

דאס פאלגנדע האט אונזער מעמבער "קטן שנולד" געשריבן פאר אונזער מעמבער "משה" נאך א דורכפאל



הבה"י ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך. יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך.

לכבוד אחי היקר משה.

ליינענדיג דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל אויפריכטיגקייט, איז מיר ארויפגעקומען דער טיפער ווייטאג און הילפלאזקייט וואס מען שפירט 'נאך א דורכפאל' און דאס געפיל 'וואס וועט דא זיין דער סוף מיט מיר?' וויל איך דא מיטטיילן אפאר ווערטער בס"ד, פון וואס איך האב זיך געלערנט דער שווערער וועג, און אפשר וועט עס זיין לתועלת בעזר השם.

פאר איבער דריי יאר צוריק, ל' סיון תשע"ה, האט איך געשריבן – נאך א דורכפאל – א פאוסט דא אויפן פארום. דארט האב איך, בסייעתא דשמיא, ארויסגעברענגט (פאר מיר אליין) וויאזוי מען גייט ווייטער נאך א דורכפאל.

דער תוכן הדברים איז געווען, אז פון זיין דעפרעסט און פון זיך קלאפן און זיך לייגן שלאפן, וועט מען גארנישט פארדינען. דער באשעפער וויל דאס נישט. מען דארף זיך צאמנעמען און גיין ווייטער. די איינציגסטע זאך וואס מען דארף יא טון נאך א דורכפאל איז זיך אליין פרעגן:

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

און:

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

בשעתו, האב איך געשריבן כפי מיינע השגות פון דאן, אז איך דארף לייגן א שטערקערע פילטער און א שטערקערער דגוש אויף מבע"ה. וכן עשיתי.

היינט איז מיין ענטפער אינגאנצן אנדערש.

מיין דעמאלסטדיגער ענטפער איז אבער נישט קיין סתירה מיט מיין יעצטיגער ענטפער. ס'איז בבחי' אלו ואלו דברי אלקים חיים. והא בלא הא לא סגי. אני הקטן, כאטש וואס איך האב אריינגעלייגט אסאך כחות אין שמירת עינים, שמירת המחשבה, גדרים וסייגים, אויפבויען מיין רצון, זיך אריינלייגן אין לימוד התורה ותפילה און ברענגן פרנסה, צו זיין אויסגעריט, זאט, רוהיג, און אויפגעלייגט, וכו' אבער וויבאלד איך האב פארפאסט צו דערהערן דעם חלק, בין איך כסדר דורכגעפאלן. איך קען נישט גענוג ארויסשרייבן די מהפיכה וואס דער גילוי נפלא האט געמאכט ביי מיר.

די מיליאן דאלאר שאלה איז: פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

אין ספר אמרי פנחס, שער הענוה אות יח, ווערט מבואר דער תירוץ. הערט ווערטער:

"ואמר: שכל זה מרחמנותו של הקב"ה וחסדו הגדול המתמדת על הנפש" - דאס וואס א מענטש פאלט דורך, איז א חסד פונעם אייבערשטן!

לאמיר פארשטיין אביסל מער.

חז"ל זאגן אונז (קדושין ל:) אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו. - א מענטש קען נישט אליינס בייקומען זיין יצר הרע. דאס איז דער אמת. אזוי זאגן אונז חז"ל און דאס איז דער מציאות. עס איז נישטא וואס זיך צו דינגען אויף דעם.

יעצט, פאר א מענטש איז זייער שווער אז ער זאל מודה זיין אין דעם. פארוואס? ווייל א מענטש וואקסט אויף מיט נאטורליכע גאוה, און עס וויל זיך אים דמיונ'ען אז ער קען אלעס. איך קען מיך אליינס מסדר זיין. איך קען מיך מתגבר זיין. איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם. ממש א כל יכול. עס איז זייער שווער אנצונעמען די פאקט אז איך בין א שוואכע זאך, הילפלאז, מאכטלאז און איך דארף יא צוקומען צום אייבערשטן.

א מענטש וואס פארגעסט דעם יסוד אז 'לא יכול לו', רעדט ער זיך איין אז ער איז אליין עפעס, ער ווערט ביי זיך א שיינער איד, 'איך' בין אוועקגעגאנגן פון דער עבירה. אלעס וואס ער טוט איז געבויט אויף דעם 'איך' וואס טוט. זיין לעבן דרייט זיך ארום זיין אייגענע יכולת.

דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם. דער באשעפער האט דאס זייער נישט ליב. כי תועבת ה' כל גבה לב (משלי טז ה), ואין אני והוא יכולין לדור (סוטה ה.).

וואס געשעט צו אזא מענטש? ער האט נישט די הילף פונעם אייבערשטן. דער באשעפער זאגט אים: נו, נו, קענסט אליינס? פיין, טו אליינס. גיב דיך אליינס אן עצה.

די פראבלעם אבער איז אז… אליינס קען מען נישט… דאס איז דער מציאות. און ממילא איז א דורכפאל אומפארמיידבאר.

זאגט דער אמרי פנחס: וויבאלד דער באשעפער האט רחמנות אויף דער מענטש, און ער וויל אז עס זאל אים זיין שטענדיג גוט, צוליב דעם: "רוקט מען אים אונטער ער זאל נכשל ווערן אין איין זאך, כדי ער זאל זיך דערמאנען אז ער איז בלתו עזרתו יתברך גארנישט"!

זאגט ער ווייטער, הפלא'דיג: "דערמאנט ער זיך נישט מיט א קליינע זאך, ווערט ער נכשל אין א גרעסערע זאך… עד שהוא נכשל באשת איש!" און דאן ווערט ער זייער צובראכן ביי זיך, ער זעט אז ער גארנישט און ער וועט ביי זיך זייער קליין. אה! יעצט איז ער פולקאם גרייט פאר די הילף פון אויבן. וויבאלד ער איז קליין ביי זיך, קען זיין השראת השכינה מיט אים, און דער באשעפער העלפט אים שוין ארויס פון אלע שלעכטס.

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

ווייל איך בין צוגעגאנגן צו דער מלחמה מיט מיין אייגענע יכולת.

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

אויפגעבן אויף מיין יכולת, און לאזן דער באשעפער טון פאר מיר. אנערקענען אז איך בין גארנישט. מאכטלאז, הילפלאז, כח'לאז. איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע. דער באשעפער קען. איך וועל עס לאזן פאר אים. (אז דו קוקסט אריין אין די ספה"ק וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שום סתירה צו בחירה).

וויאזוי קומט מען צו צו דעם? איך האב נישט קיין עצה. מען דארף פשוט מודה זיין. מודה זיין על האמת. טיף אינעווייניג ביי דיר אין נפש ווייסטו זייער גוט אז דו ביסט נישט דאס וואס דו ווילסט זיך איינרעדן אז דו ביסט. דו ווייסט אז דו ביסט מלא שוואכקייטן און חסרונות. יעדער ווייסט אז א מענטש אז א שוואכע זאך.

דער רוף צו אונז טייערע חברים איז: זיי זיך מייאש! גיב אויף!

ניין, זיי זיך נישט מייאש פון צו זיין ריין. צו דעם וועסטו זיכער אנקומען. נאר, זיי זיך מייאש פון "דיר"! לאז נאך דיין דמיון אז "דו" וועסט זיך האלטן ריין. לאז דעם גרויסן, שטארקן, מעכטיגן, ליבליכן, גוטן גאט אריינקומען אין דיר און טון די זשאב פאר דיר.

דיין לעבן וועט זיך טוישן.

איך האף אז איך האב עס גוט ארויסגעברענגט. ביטע קאמענטירן מיט הערות והארות. א דאנק.

(קרעדיט: קטן שנולד)
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

תגובהדורך היט דיין אויגען » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:26 am

וואס טוסטו ווען די האסט א פלעט טייער
https://drive.google.com/file/d/1T9bxvO ... sp=sharing
פרובירט
מקהלת הד''א

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:16 am

היט דיין אויגען האט געשריבן:דאס פאלגנדע האט אונזער מעמבער "קטן שנולד" געשריבן פאר אונזער מעמבער "משה" נאך א דורכפאל



הבה"י ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך. יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך.

לכבוד אחי היקר משה.

ליינענדיג דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל אויפריכטיגקייט, איז מיר ארויפגעקומען דער טיפער ווייטאג און הילפלאזקייט וואס מען שפירט 'נאך א דורכפאל' און דאס געפיל 'וואס וועט דא זיין דער סוף מיט מיר?' וויל איך דא מיטטיילן אפאר ווערטער בס"ד, פון וואס איך האב זיך געלערנט דער שווערער וועג, און אפשר וועט עס זיין לתועלת בעזר השם.

פאר איבער דריי יאר צוריק, ל' סיון תשע"ה, האט איך געשריבן – נאך א דורכפאל – א פאוסט דא אויפן פארום. דארט האב איך, בסייעתא דשמיא, ארויסגעברענגט (פאר מיר אליין) וויאזוי מען גייט ווייטער נאך א דורכפאל.

דער תוכן הדברים איז געווען, אז פון זיין דעפרעסט און פון זיך קלאפן און זיך לייגן שלאפן, וועט מען גארנישט פארדינען. דער באשעפער וויל דאס נישט. מען דארף זיך צאמנעמען און גיין ווייטער. די איינציגסטע זאך וואס מען דארף יא טון נאך א דורכפאל איז זיך אליין פרעגן:

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

און:

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

בשעתו, האב איך געשריבן כפי מיינע השגות פון דאן, אז איך דארף לייגן א שטערקערע פילטער און א שטערקערער דגוש אויף מבע"ה. וכן עשיתי.

היינט איז מיין ענטפער אינגאנצן אנדערש.

מיין דעמאלסטדיגער ענטפער איז אבער נישט קיין סתירה מיט מיין יעצטיגער ענטפער. ס'איז בבחי' אלו ואלו דברי אלקים חיים. והא בלא הא לא סגי. אני הקטן, כאטש וואס איך האב אריינגעלייגט אסאך כחות אין שמירת עינים, שמירת המחשבה, גדרים וסייגים, אויפבויען מיין רצון, זיך אריינלייגן אין לימוד התורה ותפילה און ברענגן פרנסה, צו זיין אויסגעריט, זאט, רוהיג, און אויפגעלייגט, וכו' אבער וויבאלד איך האב פארפאסט צו דערהערן דעם חלק, בין איך כסדר דורכגעפאלן. איך קען נישט גענוג ארויסשרייבן די מהפיכה וואס דער גילוי נפלא האט געמאכט ביי מיר.

די מיליאן דאלאר שאלה איז: פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

אין ספר אמרי פנחס, שער הענוה אות יח, ווערט מבואר דער תירוץ. הערט ווערטער:

"ואמר: שכל זה מרחמנותו של הקב"ה וחסדו הגדול המתמדת על הנפש" - דאס וואס א מענטש פאלט דורך, איז א חסד פונעם אייבערשטן!

לאמיר פארשטיין אביסל מער.

חז"ל זאגן אונז (קדושין ל:) אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו. - א מענטש קען נישט אליינס בייקומען זיין יצר הרע. דאס איז דער אמת. אזוי זאגן אונז חז"ל און דאס איז דער מציאות. עס איז נישטא וואס זיך צו דינגען אויף דעם.

יעצט, פאר א מענטש איז זייער שווער אז ער זאל מודה זיין אין דעם. פארוואס? ווייל א מענטש וואקסט אויף מיט נאטורליכע גאוה, און עס וויל זיך אים דמיונ'ען אז ער קען אלעס. איך קען מיך אליינס מסדר זיין. איך קען מיך מתגבר זיין. איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם. ממש א כל יכול. עס איז זייער שווער אנצונעמען די פאקט אז איך בין א שוואכע זאך, הילפלאז, מאכטלאז און איך דארף יא צוקומען צום אייבערשטן.

א מענטש וואס פארגעסט דעם יסוד אז 'לא יכול לו', רעדט ער זיך איין אז ער איז אליין עפעס, ער ווערט ביי זיך א שיינער איד, 'איך' בין אוועקגעגאנגן פון דער עבירה. אלעס וואס ער טוט איז געבויט אויף דעם 'איך' וואס טוט. זיין לעבן דרייט זיך ארום זיין אייגענע יכולת.

דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם. דער באשעפער האט דאס זייער נישט ליב. כי תועבת ה' כל גבה לב (משלי טז ה), ואין אני והוא יכולין לדור (סוטה ה.).

וואס געשעט צו אזא מענטש? ער האט נישט די הילף פונעם אייבערשטן. דער באשעפער זאגט אים: נו, נו, קענסט אליינס? פיין, טו אליינס. גיב דיך אליינס אן עצה.

די פראבלעם אבער איז אז… אליינס קען מען נישט… דאס איז דער מציאות. און ממילא איז א דורכפאל אומפארמיידבאר.

זאגט דער אמרי פנחס: וויבאלד דער באשעפער האט רחמנות אויף דער מענטש, און ער וויל אז עס זאל אים זיין שטענדיג גוט, צוליב דעם: "רוקט מען אים אונטער ער זאל נכשל ווערן אין איין זאך, כדי ער זאל זיך דערמאנען אז ער איז בלתו עזרתו יתברך גארנישט"!

זאגט ער ווייטער, הפלא'דיג: "דערמאנט ער זיך נישט מיט א קליינע זאך, ווערט ער נכשל אין א גרעסערע זאך… עד שהוא נכשל באשת איש!" און דאן ווערט ער זייער צובראכן ביי זיך, ער זעט אז ער גארנישט און ער וועט ביי זיך זייער קליין. אה! יעצט איז ער פולקאם גרייט פאר די הילף פון אויבן. וויבאלד ער איז קליין ביי זיך, קען זיין השראת השכינה מיט אים, און דער באשעפער העלפט אים שוין ארויס פון אלע שלעכטס.

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

ווייל איך בין צוגעגאנגן צו דער מלחמה מיט מיין אייגענע יכולת.

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

אויפגעבן אויף מיין יכולת, און לאזן דער באשעפער טון פאר מיר. אנערקענען אז איך בין גארנישט. מאכטלאז, הילפלאז, כח'לאז. איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע. דער באשעפער קען. איך וועל עס לאזן פאר אים. (אז דו קוקסט אריין אין די ספה"ק וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שום סתירה צו בחירה).

וויאזוי קומט מען צו צו דעם? איך האב נישט קיין עצה. מען דארף פשוט מודה זיין. מודה זיין על האמת. טיף אינעווייניג ביי דיר אין נפש ווייסטו זייער גוט אז דו ביסט נישט דאס וואס דו ווילסט זיך איינרעדן אז דו ביסט. דו ווייסט אז דו ביסט מלא שוואכקייטן און חסרונות. יעדער ווייסט אז א מענטש אז א שוואכע זאך.

דער רוף צו אונז טייערע חברים איז: זיי זיך מייאש! גיב אויף!

ניין, זיי זיך נישט מייאש פון צו זיין ריין. צו דעם וועסטו זיכער אנקומען. נאר, זיי זיך מייאש פון "דיר"! לאז נאך דיין דמיון אז "דו" וועסט זיך האלטן ריין. לאז דעם גרויסן, שטארקן, מעכטיגן, ליבליכן, גוטן גאט אריינקומען אין דיר און טון די זשאב פאר דיר.

דיין לעבן וועט זיך טוישן.

איך האף אז איך האב עס גוט ארויסגעברענגט. ביטע קאמענטירן מיט הערות והארות. א דאנק.

(קרעדיט: קטן שנולד)


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א גולם
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:17 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט