חיזוק לשמירת עינים מאתר "היט דיינע אויגן"

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

דעם פני מנחמ'ס קנאה

תגובהדורך היט דיין אויגען » פרייטאג יולי 05, 2019 9:19 am

ליל שישי פרשת קרח תשע"ט לפ"ק

גייט זיך א איד'ל אין גאס, די נסיונות ברענען, בפרט אין די איצטיגע זומער-טעג. דער איד ווייסט נישט מאין יבוא עזרי, וואס וועט זיין, דער יצר הרע לאקערט און ברענט, רוקט אונטער פון אלע זייטן שווערע ביטערע נסיונות פון ראיות אסורות. ס'איז כמעט נישט במציאות זיך קעגנצושטעלן.

זיצט א איד'ל ביים ארבעט. ער וויל זיין ערליך, ער וויל זיין הייליג, זיין נאנט צום אייבירשטן. אבער דער יצר הרע שיקט שוין מיט זיינע דרכים שווערע נסיונות, מכשולות און תקלות. ס'איז ביטער שווער, ממש כמעט נישט שייך בכח אנוש ביישטיין...

פארט א איד'ל ביים באס. ער איז משתדל היטן זיינע אויגן וויפל עס איז שייך. ער קוקט אין א ספר, ער הערט זיך צי צו ניגונים אדער דרשות, אבער דער יצר הרע איז שטערקער פון דאס אלעס. דער מלאך אש טוט שוין זיינע פעולות אז דער איד'ל זאל שטיין אין שווערע נסיונות...

די הייליגע אידעלעך ווייסן נישט וואס צוטון... יעדער פון זיי הייבט אויף זיינע אויגן צום טאטן הימל, זייער הארץ וויינט:
טאטע, פארוואס? פארוואס בין איך אזוי שוואך? פארוואס קען איך נישט ביי שטיין אין די נסיונות, פארוואס האב איך נישט די כח זיך מתגבר זיין, פארוואס פלאקערט די תאוה אין מיר אזוי שטארק. אפילו ווען איך בין זוכה זיך מתגבר זיין קומט מיר עס אזוי שווער, יעדע נסיון איז כמעט מסירות נפש בפועל, ס'איז ביטער שווער. טאטע אין הימל, פארוואס? פארוואס איז מיר אזוי שווער? איך זעה דאך ערליכע אידן וואס האבן נישט די נסיון ווי מיר, פארוואס בין איך נישט ווי זיי? פארוואס - - -
*
פאר די טייערע הייליגע אידן, וועלן מיר דערציילן די מעשה:

א איד איז אריין צום פני מנחם זצ"ל פון גור, און זיך צואוויינט, זיך אויסגערעדט זיין פארווייטאגט הארץ:

"רבי, איך וויל אזוי שטארק לערנען, איך בין זיך משתדל, איך מוטשע זיך געפערליך, אבער ס'איז מיר זייער שווער, איך האב א שוואכע קאפ, קיין כשרונות האב איך נישט, יעדע שטיקל גמרא קומט מיר אן אזוי שווער, מיט אזויפיל הארעוואניע, א קארצע צייט שפעטער פארגעס איך וואס איך האב געלערנט, וואס וועט זיין מיט מיר? פארוואס קומט מיר עס אזוי שווער?"...

דער רבי קוקט אן זיין חסיד מיט גרויס ליבשאפט, פון זיינע ליכטיגע אויגן שטראלן ארויס ווארעמקייט און פארשטאנד. דער רבי ריפט זיך אן און זאגט אים:
"אוי בין איך דיך מקנא" - - -

דער חסיד קוקט אויפן רבי'ן... ער פארשטייט נישט, אפשר האט ער נישט גוט געהערט... דער רבי איז מיך מקנא?... וואס טוט זיך דא... אבער א חסיד פרעגט נישט... ער בלייבט נאר שטיין...

דער רבי, ליינענדיג זיינע מחשבות, איז ממשיך און זאגט:
ס'איז דאך א מצוה פון עמל התורה, שתהיו עמלים בתורה, מ'דארף זיך מוטשענען... איך האב ב"ה א גוטע קאפ, גוטע כשרונות, ממילא איז זייער זעלטן איך זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה און עמל, אלעס פארשטיי איך גלייך, מיט איין מאל לערנען. נאר אמאל אין א תקופה מאכט זיך אז איך קום אן צו א שווערע סוגיא וואס איך דארף זיך מער מוטשענען און זיך מתייגע זיין.אבער דו, אשריך וטוב לך! דו ביסט מקיים יעדע רגע, יעדן טאג, די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה, מיט זיך מוטשענען, מיט אסאך הארעוואניע און מיט אויף זיין נעכט... ווייסטו דען ווי חשוב דאס איז אין הימל - - -

דער חסיד איז ארויס פון רבי'נס צומער מיט א גרינג הארץ... ער האט באקומען אינגאנצן אן אנדערע בליק אויףדי גאנצע זאך, ער האט אנגעהויבן שעצן און מחשיב זיין יעדע מינוט פון שווערעקייטן און פון עמל התורה.

*

יא יא, טייערע הייליגע אידן!
קענען מיר דען שאצן ווי חשוב איז א שווערעקייט פון א איד?
מיר קענען דען משיג זיין ווי געוואלדיג איז ווען א איד דארף זיך מוטשענען און מיט אייזענע כוחות צימאכן די אויגן און אוועק דרייען זיין קאפ פון א מראה אסור וואס רייצט אים אזוי אן?!
די צדיקים מיט זייער עבודה, די מלאכים מיט זייער שירה - קענען דאס נישט באווייזן!

מיר דארפן זיך פרייען מיט די אלע נסיונות און די שווערעקייטן!
דאס ווייזט אז דער אייבישטער האט נאמנות אין אונז, ער גלייבט אונז, ער פארלאזט זיך אויף אונז. א טאטע וועט נישט געבן דורכפירן שווערע זאכן פאר א שוואך קינד, נאר פאר קינד וואס ער פארלאזט זיך אויף אים אז ער וועט עס קענען אויפירן.

די נסיונות איז אונזער שטאלץ! די שווערעקייטן זענען אונזער חשיבות!
חזקו ואמצו!

(קרעדיט: "משכני אחריך" פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אשי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2019 8:39 pm

תגובהדורך אשי » דינסטאג יולי 09, 2019 5:51 pm

שכח ס'איז מורא'דיגע ווערטער
אש"י אויף הד"א

גיט
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג יולי 09, 2019 10:55 pm

יישר כח פאר די חיזוק.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך יולי 10, 2019 9:19 am

ישר כח!!

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

א תאוה צו קוקן אויף דער זון‎

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 15, 2019 11:10 am

בס"ד

ליל שישי פרשת חוקת תשע"ט לפ"ק


וויאזוי קען איך ארויסגיין אין גאס אין די הייסע זומער-טעג, ווען די (נישט אידישע) פרויען גייען אנגעטון אזוי פראסט און נישט איידל? וואס וויל דער באשעפער פון מיר? זענען מיר טאקע מלאכים?! - איז די מיליאן דאלארדיגע פראגע מיט וואס רוב כלל ישראל מוטשעט זיך.
וועלן מיר עס פרובירן מסביר צו זיין מיט א משל.

שטעל דיך פאָר אז דו שטייסט אויף איין טאג מיט א תאוה, אז דו ווילסט קוקן אויף דער זון. יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אויף דער גאס, פילסטו ווי עס ברענט אין דיר א שטארקע תאוה פשוט ארויפצוקוקן אויף דער זון.

נאך אפאר טעג הייבסטו אָן צו פילן אז דיין זע-קראפט ווערט שוואכער און שוואכער, די גאנצע וועלט ארום דיר הייבט אָן אויסצוזען טונקלער און שווארצער ווי פריער. דו גייסט צו א דאקטאר זאל דיך אונטערזוכן, און דער דאקטאר זאגט דיר, אז מיט דעם וואס דו קוקסט אויף דער זון מאכסטו אליין קאליע דיינע אויגן, און דער דאקטאר ווארנט דיך אז אויב דו וועסט ממשיך זיין און ווייטער קוקן אויף דער זון, וועסטו נאך חלילה פארלירן דיין זע-קראפט אינגאנצן!

דו גייסט ארויס פון דאקטאר'ס אפיס אינגאנצען שאקירט, און דו מאכסט א גאר שטארקע החלטה ביי דיר, אז יהיה מה שיהי'! איך גיי מער נישט קוקן אויף דער זון בשום אופן נישט, אפילו נאר פאר א סעקונדע! דו פארשטייסט אז דער שאדן און ווייטאג וואס עס ברענגט דיר איז אסאך שטערקער ווי דער פארגעניגן וואס דו האסט פון קוקן אויף דער זון.

פון יענעם טאג וואס דו האסט באזוכט ביים דאקטאר און ווייטער, אפילו אז די זון איז נאך אלץ דארט אויפ'ן זעלבן פלאץ יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אין גאס, האלסטו אבער דיינע אויגן אויף אראפ.

עס גייט דורך אפאר טעג און דו הייבסט אן צו באמערקן אז דיינע אויגן האבן צוריקבאקומען די געווענליכע זע-קראפט, און דו קענסט שוין ווידער הנאה האבן פון דער שיינער הערליכער קאלירטער וועלט ארום דיר.

*


גענוי די זעלבע זאך איז מיט שמירת עינים. יא עס איז אמת אז מיר האבן נאטירלעך א שטארקע גלוסטעניש צו קוקן אויף די זאכן, און יא, יעדעס מאל מיר גייען ארויס אין גאס שטויסן מיר זיך אָן מיט די סארט זאכן. אבער עס איז נאר שווער פאר אונז ווילאנג מיר טוען נישט אנערקענען ווי שעדליך עס איז פאר אונז. ווילאנג מיר וועלן האבן חילוקי דיעות אין קאפ אויב דאס לעבן אָן די סארט גלוסטעניש איז בעסער פאר אונז, וועלן מיר זיך כסדר מוטשען מיט'ן נסיון; ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט א שטארקע החלטה אין אונזער קאפ אז דאס איז גאר שלעכט פאר אונז, דעמאלטס יעדעס מאל וואס עפעס "טעמפטינג" גייט אונז אדורכגיין אין גאס, וועט אונזער מוח אונז גאר שטארק מוטשען מיט שאלות, פארוואס איגנאריר איך די תאוה? פארוואס געב איך נישט נאך דאס צו זען? עס זעט דאך אויס אזוי גוט! אפשר בין איך נישט גערעכט די גאנצע צייט? אפשר איז עס נישט אזוי געפערליך?

אבער אויב מיר וועלן גוט אריינטראכטן דערין, וועלן מיר באמערקן אז אפילו אויב מיר וועלן יא באקומען די אלע פארלאנגען, אבער דער געשמאק וועט נאר בלייבן ביי אונז פאר א גאר קורצע מינוט, און נאכדעם וועט עס אונז גענצליך פארלאזן, און מיר וועלן שפירן ליידיג און פוסט.

מיר ווייסען פון אונזער עקספעריענס, און פון אלע אונזערע חברים, אז א לעבן פיל מיט תאוות, איז א פוסטע לעבן, און א לעבן פון פּיין און ווייטאג. אלץ מער דו גיבסט אים צו עסן, מער הונגעריג ווערט ער.משביעו, רעב. אפילו מיר וועלן טועם זיין אלע "טעמפטינג" זאכן וואס זענען נאר פארהאן אויף דער וועלט, וועלן מיר נאך אלץ נישט זיין רואיג און מיר וועלן פאדערן און פארלאנגען נאך און נאך. און מיר ווייסען אויך אז די תאוות נעמען נאר אוועק אלע גוטע זאכן וואס די באשעפער וויל אונז געבן. עס האקט אפ אונזער קשר וואס מיר האבען מיט'ן בורא עולם, אונזער קשר וואס מיר האבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער, און אפילו אונזער קשר מיט זיך אליין וועט אויף אפגעהאקט.
ווען מיר אלע וועלן דאס פארשטיין און מיר וועלן קומען צו דער מסקנא אז תאוות איז באמת דאס טויט פאר אונז, נאר דעמאלטס וועלן מיר זיין גרייט צו מאכן די החלטה אין אונזער שכל אז מיר ווילן דאס נישט מער; עס איז ממש סם המות פאר אונז. אויב מיר האלטן שוין דא, נאך די החלטה, אפילו אויב מיר זענען ארומגענומען מיט די "טעמפטעישענס" וועט עס נישט זיין אזוי שווער פאר אונז צו איידלערהייט צוצומאכען אונזערע אויגן און אוועקדרייען אונזערע הערצער פון דעם. ווייל מיר ווייסן שוין אז אפילו אויב מיר וועלן האבן אלע סארטן פארגעניגנס וואס אונזערע אויגען גלוסטן נאר, וועלן מיר נאר אלץ זיין אין א טונקלקייט און פול מיט פּיין און ווייטאג; מיר וועלן דעמאלטס פארלירן אלעס וואס איז באמת טייער פאר אונז, און מיר וועלן נאך אלץ נישט זיין צופרידן.

אבער ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט די שטרענגע החלטה, איז אונזער עבודת השם נאר מיט א האלבן הארץ, עס איז נישט בלב שלום. מיר זענען נישט אינגאנצן זיכער ביי זיך אז דאס איז באמת וואס מיר ווילן, און ווען מיר זעען עפעס "טעמפטינג" אין גאס, וועלן מיר זיך טרעפן פלוצלינג אין א שטארקע מלחמה און מיר וועלן זיך פרעגן דעמאלטס, איז דאס טאקע דאס.

ווען מיר וועלן אבער מחליט זיין די שטארקע און שטרענגע החלטה, וועט אונזער "זע קראפט" זיך תיכף ומיד פארבעסערן; די וועלט וועט אנהייבען צו זיין א פרייליכער און בעסערער פלאץ; אונזער דאווענען וועט זיין מיט אן אמת'ן געפיל, עס וועט זיין בלב שלם, אנשטאטס אזוי ווי ביז יעצט, וואס אונזער דאווענען איז נאר געוועהן למחצה לשליש ולרביע; אונזער ליבשאפט צו אונזערע ווייבער און קינדער וועט ווערן סאך שענער און בעסער; שבת וועט מען פלוצלינג פילן א טעם אין שבת קודש; לערנען תורה וועט באקומען א זיסן געשמאקן טעם. מיר וועלן שוין סוף כל סוף זוכה זיין צו פארשטיין וואס עס מיינט צו דינען די בורא עולם בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.רבי מרדכי לעכאוויטשער זי"ע האט אמאל געזאגט, "ווי ביטער איז די וועלט ווען איינער איז אין דעם, און ווי גוט איז די וועלט ווען איינער איז העכער פון דעם."
אונזער זיסער און לעכטיגער טאטע אין הימל האט געלייגט פאר אונז צוויי וועגן. לאמיר אונז אויסקלויבען "לעבן" מיט א שטארקע החלטה, און טאקע בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.

(קרעדיט: geverisrael פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

תגובהדורך yidusa » מיטוואך יולי 17, 2019 9:12 pm

Strong point, very powerful, it will defiantly help with this life struggle
Thanks for shearing

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

איך וויל עס נישט!

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 22, 2019 9:28 am

די מלחמה גייט אָן מיט'ן פולן שוואונג, בפרט יעצט אין די זומער טעג.

איך וויל נאר אראפלייגן אביסל וויאזוי אזא מלחמה האט ביי מיר אויסגעקוקט פאר נישט צו לאנג צוריק און וויאזוי עס קוקט אויס יעצט.

9:35 אינדערפרי אויף דער גאס:
א שיינע 'בוים' גייט אדורך נעבן מיר. איך האב באמערקט...

אך, פארוואס דארף איך באמערקן אלעס... (א ווייטאגליכע געפיל שפירט זיך אין מיין הארץ...)

דאן נעמט מיר ארום א געשמאקע געפיל. עס קומט ארויף אין קאפ פארשידענע מחשבות און סצענעס...

משוגענער דו! וואס גייט פאר מיט דיר? (דער אויפברויז אויף זיך אליין ווערט נאר שארפער...)

איך וויל כאפן נאך א בליק, איך וויל ווייטער פאנטאזירן...
ניין, הער אויף. האלט דיך איין. מ'טאר נישט! א איד מוז זיך האלטן בקדושה.
איך בייג אראפ מיין קאפ צו דער ערד און איך פרוביר צו טראכטן פון עפעס אנדערש.

9:36
די מחשבה לאזט נישט נאך: טראכט, פאנטאזיר, ס'איז געשמאק...
הער אויף, מ'טאר נישט... (אוי, כ'האב נישט קיין כח...)
גיב נאר נאך א קליינע בליק... ס'איז נישט עק וועלט...
ניין, מ'טאר נישט... (יא, וואס האב איך געלערנט פריער? אה, אמר אביי...)
וואס? איך וועל דורכלאזן דער געלעגנהייט? לאמיר נאר געבן א בליק אויף _____(רייצנדע ווארט אויסגעמעקט)
הער שוין אויף! מ'טאר נישט, וואס איז מיט דיר? (גערעכט, אז מ'טאר נישט, טאר מען נישט. דער באשעפער לאזט נישט און מ'דארף פאלגן דעם אייבערשטן)
יא...
ניין...
יא...
ניין!
יא...
ניין!!!
יא...
ניין!!!!!! (אוי, באשעפער!)

9:37
א חבר מיינער קומט ארויס פון זיין קאר.
אה, א גוטן ברוך, וואס טוט זיך? האסט שוין געמופט?
אהההה... אבי איך האב איינער מיט וועם צו רעדן.... (דערלייכטערונג אין הארץ...)
המשך פון דעם שמועס מיט מיין חבר איז נישט אינטערעסאנט.

דער עפיזאד קען זיך איבערשפילן - בערך אויף דעם זעלבן גאנג - צענדליגער מאל א טאג.

אויף דער גאס - איין מאל נאכ'ן אנדערן, אין מקוה, ביי דער ארבייט, און אפי' אין בית המדרש! (ווער עס פארשטייט, פארשטייט...)

פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר ארויסברענגן אז אזא מלחמה איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן. עס איז ווערד מיליאנען. דער באשעפער האט גרויס נחת רוח פון אזא מלחמת היצר, ובכל דחי' ודחי' שמדחהו ממחשבתו איתכפיא לסטרא אחרא.

אבער אזא צוגאנג מוטשעט זייער שטארק אויס דעם מענטש, און א דורכפאל איז ערווארטערט אין א אנגעצויגענע מינוט.

דער צוגאנג איז נישט ריכטיג מחמת כמה סיבות. דער מענטש מאכט אפאר טעותים. איך וועל פרובירן בע"ה זיי ארויסצוברענגן:


טעות #1 איז, אז דו (און איך) ווערסט ברוגז און אויפגעברויזט אויף דיר אליין ווען עס ווערט נתעורר אין דיר די תאוה במלא תוקפו.

דאס טאר נישט זיין.

קודם כל, דו ביסט בכלל נישט שולדיג דערויף. עס איז נישט אין דיינע הענט מונע צו זיין דאס געפיל פון זיך אויפוועקן אין דיר ווען דו באמערקסט א טריגער. דו טוסט עס נישט, עס געשעט פון זיך אליין. דער באשעפער האט נישט קיין שום טענה אויף דיר 'היתכן אז דו פילסט א געשמאק אין די שטותים'. ווייל עס איז נישט בכלל קיין עבירה צו האבן מורא'דיגע שטארקע תאוות און גליסטענישן.

די ערשטע זאך איז: קוק זיך אן ריכטיג. ווער נישט צוקלאפט און צובראכן פון דעם פאקט אז עס איז דא אין דיר א טיפער געשמאק צו די זאכן. זיי אינגאנצן מסודר מיט דיר אליין טראץ דעם וואס דו גלוסט. דו קענסט ממילא גארנישט טון אז דו זאלסט נישט גלוסטן. עס איז נישט בידך. און ממילא איז דאס נישט דיין פראבלעם.

יעצט וויל איך ארויסברענגן נאך א חילוק אין מיין מלחמת היצר, אמאל און היינט.

ביי רוב מענטשן איז די טענה'ריי אזוי:
איין צד איז: איך וויל (קוקן, טראכטן, רעדן, טון עפעס).
דער אנדערער צד איז: מ'טאר נישט.
איך וויל.
- מ'טאר נישט.
יא, איך וויל.
- ניין, מ'טאר נישט.
אבער איך וויל.
- אבער מ'טאר נישט.

און אזויווי איך בין ברוך השם נתחנך געווארן אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט, א איד מוז טון רצון ה', האב איך זיך טאקע אסאך מאל אונטערגעגעבן און נישט געטון דאס וואס איך האב געוואלט כאטש עס איז אנגעקומען זייער שווער.

נו, ווילאנג קען מען מוותר זיין אויף א ווילן?

עס איז אמת אז א איד מוז מוותר זיין אויף זיין רצון ווען עס קומט צו רצון ה'. אבער איך בין נישט אלעמאל אויף דער מדרגה און אין א שוואכער מינוט איז א דורכפאל ערווארטעט. עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו גיין קעגן זיין רצון א גאנץ לעבן?

היינט אבער איז די טענה'ריי אביסעלע אנדערש וואס דאס מאכט א גרויסע חילוק.
איין צד: איך וויל (קוקן, רעדן, טראכטן, פאנטאזירן וכו')
די אנדערע צד: איך וויל נישט.

עס איז טאקע דא אין מיר א גלוסטעניש און איך שפיר א געשמאק אין דעם, אבער פון דער אנדערער זייט האב איך מחליט געווען אז "איך וויל עס נישט".

איך גיי נישט יעצט אריינגיין צו שרייבן די סיבות פארוואס איך האב מחליט געווען אז עס איז נישט גוט פאר מיר. דאס דארף יעדער אליין מחליט זיין פאר זיך. נישט יעדער איז גלייך צום צווייטן. די סיבה וואס ברענגט מיר צו א החלטה אז איך וויל עס נישט, מוז נישט דוקא זיין א גוטע סיבה פאר דיר. אבער דער סוף דבר איז אז 'איך וויל עס נישט', נישט נאר אז מ'טאר נישט.

יעצט איז די מלחמה אסאך גרינגער. ווען איך גיב מיך נישט נאך האב איך געטון וואס איך האב געוואלט!

אין איין ווארט: די מלחמה איז נישט אז 'איך וויל' אבער 'מ'טאר נישט'. די מלחמה איז 'איך גליסט' אבער 'איך וויל נישט'. מיט דעם אייבערשטענ'ס הילף קען איך טון וואס איך וויל!

(קרעדיט: קטן שנולד)
פרובירט
מקהלת הד''א

וואוילע אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:44 am

תגובהדורך וואוילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 22, 2019 11:38 am

יישר כח 'היט דיינע אויגן' די בוסט מורא'דיג איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען.
די האסט מיר שוין געראטעוועט אפאר מאל פון שווערע נסיונות
כה לחי שרייב מער אפטער האסט א גרויסע זכות

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 2:11 pm

היט דיין אויגען האט געשריבן:אביסעלע שפעט אבער בעסער ווי בכלל נישט

בעסער שפעט ווי קיינמאל
א גרויסן יישר כח! זייער א טרעפליכע געדאנק!
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מאנטאג יולי 22, 2019 2:44 pm

היט דיין אויגען האט געשריבן:
קודם כל, דו ביסט בכלל נישט שולדיג דערויף. עס איז נישט אין דיינע הענט מונע צו זיין דאס געפיל פון זיך אויפוועקן אין דיר ווען דו באמערקסט א טריגער. דו טוסט עס נישט, עס געשעט פון זיך אליין. דער באשעפער האט נישט קיין שום טענה אויף דיר 'היתכן אז דו פילסט א געשמאק אין די שטותים'. ווייל עס איז נישט בכלל קיין עבירה צו האבן מורא'דיגע שטארקע תאוות און גליסטענישן.


כ'וויל מוסיף זיין א קלייניגקייט, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לאויוש"ט זאגט כסדר: "מענטשן מיינען אז ס'איז א עוולה צו האבן א יצר הרע (וועלן טוען שלעכטס) ס'איז קיין שום עוולה צו האבן א יצר הרע! ס'איז אן עוולה איהם צו פאלגן!"
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

זיי דיך מייאש! גיב אויף!

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 29, 2019 2:38 pm

דאס פאלגנדע האט אונזער מעמבער "קטן שנולד" געשריבן פאר אונזער מעמבער "משה" נאך א דורכפאל



הבה"י ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך. יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך.

לכבוד אחי היקר משה.

ליינענדיג דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל אויפריכטיגקייט, איז מיר ארויפגעקומען דער טיפער ווייטאג און הילפלאזקייט וואס מען שפירט 'נאך א דורכפאל' און דאס געפיל 'וואס וועט דא זיין דער סוף מיט מיר?' וויל איך דא מיטטיילן אפאר ווערטער בס"ד, פון וואס איך האב זיך געלערנט דער שווערער וועג, און אפשר וועט עס זיין לתועלת בעזר השם.

פאר איבער דריי יאר צוריק, ל' סיון תשע"ה, האט איך געשריבן – נאך א דורכפאל – א פאוסט דא אויפן פארום. דארט האב איך, בסייעתא דשמיא, ארויסגעברענגט (פאר מיר אליין) וויאזוי מען גייט ווייטער נאך א דורכפאל.

דער תוכן הדברים איז געווען, אז פון זיין דעפרעסט און פון זיך קלאפן און זיך לייגן שלאפן, וועט מען גארנישט פארדינען. דער באשעפער וויל דאס נישט. מען דארף זיך צאמנעמען און גיין ווייטער. די איינציגסטע זאך וואס מען דארף יא טון נאך א דורכפאל איז זיך אליין פרעגן:

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

און:

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

בשעתו, האב איך געשריבן כפי מיינע השגות פון דאן, אז איך דארף לייגן א שטערקערע פילטער און א שטערקערער דגוש אויף מבע"ה. וכן עשיתי.

היינט איז מיין ענטפער אינגאנצן אנדערש.

מיין דעמאלסטדיגער ענטפער איז אבער נישט קיין סתירה מיט מיין יעצטיגער ענטפער. ס'איז בבחי' אלו ואלו דברי אלקים חיים. והא בלא הא לא סגי. אני הקטן, כאטש וואס איך האב אריינגעלייגט אסאך כחות אין שמירת עינים, שמירת המחשבה, גדרים וסייגים, אויפבויען מיין רצון, זיך אריינלייגן אין לימוד התורה ותפילה און ברענגן פרנסה, צו זיין אויסגעריט, זאט, רוהיג, און אויפגעלייגט, וכו' אבער וויבאלד איך האב פארפאסט צו דערהערן דעם חלק, בין איך כסדר דורכגעפאלן. איך קען נישט גענוג ארויסשרייבן די מהפיכה וואס דער גילוי נפלא האט געמאכט ביי מיר.

די מיליאן דאלאר שאלה איז: פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

אין ספר אמרי פנחס, שער הענוה אות יח, ווערט מבואר דער תירוץ. הערט ווערטער:

"ואמר: שכל זה מרחמנותו של הקב"ה וחסדו הגדול המתמדת על הנפש" - דאס וואס א מענטש פאלט דורך, איז א חסד פונעם אייבערשטן!

לאמיר פארשטיין אביסל מער.

חז"ל זאגן אונז (קדושין ל:) אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו. - א מענטש קען נישט אליינס בייקומען זיין יצר הרע. דאס איז דער אמת. אזוי זאגן אונז חז"ל און דאס איז דער מציאות. עס איז נישטא וואס זיך צו דינגען אויף דעם.

יעצט, פאר א מענטש איז זייער שווער אז ער זאל מודה זיין אין דעם. פארוואס? ווייל א מענטש וואקסט אויף מיט נאטורליכע גאוה, און עס וויל זיך אים דמיונ'ען אז ער קען אלעס. איך קען מיך אליינס מסדר זיין. איך קען מיך מתגבר זיין. איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם. ממש א כל יכול. עס איז זייער שווער אנצונעמען די פאקט אז איך בין א שוואכע זאך, הילפלאז, מאכטלאז און איך דארף יא צוקומען צום אייבערשטן.

א מענטש וואס פארגעסט דעם יסוד אז 'לא יכול לו', רעדט ער זיך איין אז ער איז אליין עפעס, ער ווערט ביי זיך א שיינער איד, 'איך' בין אוועקגעגאנגן פון דער עבירה. אלעס וואס ער טוט איז געבויט אויף דעם 'איך' וואס טוט. זיין לעבן דרייט זיך ארום זיין אייגענע יכולת.

דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם. דער באשעפער האט דאס זייער נישט ליב. כי תועבת ה' כל גבה לב (משלי טז ה), ואין אני והוא יכולין לדור (סוטה ה.).

וואס געשעט צו אזא מענטש? ער האט נישט די הילף פונעם אייבערשטן. דער באשעפער זאגט אים: נו, נו, קענסט אליינס? פיין, טו אליינס. גיב דיך אליינס אן עצה.

די פראבלעם אבער איז אז… אליינס קען מען נישט… דאס איז דער מציאות. און ממילא איז א דורכפאל אומפארמיידבאר.

זאגט דער אמרי פנחס: וויבאלד דער באשעפער האט רחמנות אויף דער מענטש, און ער וויל אז עס זאל אים זיין שטענדיג גוט, צוליב דעם: "רוקט מען אים אונטער ער זאל נכשל ווערן אין איין זאך, כדי ער זאל זיך דערמאנען אז ער איז בלתו עזרתו יתברך גארנישט"!

זאגט ער ווייטער, הפלא'דיג: "דערמאנט ער זיך נישט מיט א קליינע זאך, ווערט ער נכשל אין א גרעסערע זאך… עד שהוא נכשל באשת איש!" און דאן ווערט ער זייער צובראכן ביי זיך, ער זעט אז ער גארנישט און ער וועט ביי זיך זייער קליין. אה! יעצט איז ער פולקאם גרייט פאר די הילף פון אויבן. וויבאלד ער איז קליין ביי זיך, קען זיין השראת השכינה מיט אים, און דער באשעפער העלפט אים שוין ארויס פון אלע שלעכטס.

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

ווייל איך בין צוגעגאנגן צו דער מלחמה מיט מיין אייגענע יכולת.

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

אויפגעבן אויף מיין יכולת, און לאזן דער באשעפער טון פאר מיר. אנערקענען אז איך בין גארנישט. מאכטלאז, הילפלאז, כח'לאז. איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע. דער באשעפער קען. איך וועל עס לאזן פאר אים. (אז דו קוקסט אריין אין די ספה"ק וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שום סתירה צו בחירה).

וויאזוי קומט מען צו צו דעם? איך האב נישט קיין עצה. מען דארף פשוט מודה זיין. מודה זיין על האמת. טיף אינעווייניג ביי דיר אין נפש ווייסטו זייער גוט אז דו ביסט נישט דאס וואס דו ווילסט זיך איינרעדן אז דו ביסט. דו ווייסט אז דו ביסט מלא שוואכקייטן און חסרונות. יעדער ווייסט אז א מענטש אז א שוואכע זאך.

דער רוף צו אונז טייערע חברים איז: זיי זיך מייאש! גיב אויף!

ניין, זיי זיך נישט מייאש פון צו זיין ריין. צו דעם וועסטו זיכער אנקומען. נאר, זיי זיך מייאש פון "דיר"! לאז נאך דיין דמיון אז "דו" וועסט זיך האלטן ריין. לאז דעם גרויסן, שטארקן, מעכטיגן, ליבליכן, גוטן גאט אריינקומען אין דיר און טון די זשאב פאר דיר.

דיין לעבן וועט זיך טוישן.

איך האף אז איך האב עס גוט ארויסגעברענגט. ביטע קאמענטירן מיט הערות והארות. א דאנק.

(קרעדיט: קטן שנולד)
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

תגובהדורך היט דיין אויגען » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:26 am

וואס טוסטו ווען די האסט א פלעט טייער
https://drive.google.com/file/d/1T9bxvO ... sp=sharing
פרובירט
מקהלת הד''א

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:16 am

היט דיין אויגען האט געשריבן:דאס פאלגנדע האט אונזער מעמבער "קטן שנולד" געשריבן פאר אונזער מעמבער "משה" נאך א דורכפאל



הבה"י ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך. יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך.

לכבוד אחי היקר משה.

ליינענדיג דיינע ווערטער געשריבן מיט אזויפיל אויפריכטיגקייט, איז מיר ארויפגעקומען דער טיפער ווייטאג און הילפלאזקייט וואס מען שפירט 'נאך א דורכפאל' און דאס געפיל 'וואס וועט דא זיין דער סוף מיט מיר?' וויל איך דא מיטטיילן אפאר ווערטער בס"ד, פון וואס איך האב זיך געלערנט דער שווערער וועג, און אפשר וועט עס זיין לתועלת בעזר השם.

פאר איבער דריי יאר צוריק, ל' סיון תשע"ה, האט איך געשריבן – נאך א דורכפאל – א פאוסט דא אויפן פארום. דארט האב איך, בסייעתא דשמיא, ארויסגעברענגט (פאר מיר אליין) וויאזוי מען גייט ווייטער נאך א דורכפאל.

דער תוכן הדברים איז געווען, אז פון זיין דעפרעסט און פון זיך קלאפן און זיך לייגן שלאפן, וועט מען גארנישט פארדינען. דער באשעפער וויל דאס נישט. מען דארף זיך צאמנעמען און גיין ווייטער. די איינציגסטע זאך וואס מען דארף יא טון נאך א דורכפאל איז זיך אליין פרעגן:

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

און:

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

בשעתו, האב איך געשריבן כפי מיינע השגות פון דאן, אז איך דארף לייגן א שטערקערע פילטער און א שטערקערער דגוש אויף מבע"ה. וכן עשיתי.

היינט איז מיין ענטפער אינגאנצן אנדערש.

מיין דעמאלסטדיגער ענטפער איז אבער נישט קיין סתירה מיט מיין יעצטיגער ענטפער. ס'איז בבחי' אלו ואלו דברי אלקים חיים. והא בלא הא לא סגי. אני הקטן, כאטש וואס איך האב אריינגעלייגט אסאך כחות אין שמירת עינים, שמירת המחשבה, גדרים וסייגים, אויפבויען מיין רצון, זיך אריינלייגן אין לימוד התורה ותפילה און ברענגן פרנסה, צו זיין אויסגעריט, זאט, רוהיג, און אויפגעלייגט, וכו' אבער וויבאלד איך האב פארפאסט צו דערהערן דעם חלק, בין איך כסדר דורכגעפאלן. איך קען נישט גענוג ארויסשרייבן די מהפיכה וואס דער גילוי נפלא האט געמאכט ביי מיר.

די מיליאן דאלאר שאלה איז: פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

אין ספר אמרי פנחס, שער הענוה אות יח, ווערט מבואר דער תירוץ. הערט ווערטער:

"ואמר: שכל זה מרחמנותו של הקב"ה וחסדו הגדול המתמדת על הנפש" - דאס וואס א מענטש פאלט דורך, איז א חסד פונעם אייבערשטן!

לאמיר פארשטיין אביסל מער.

חז"ל זאגן אונז (קדושין ל:) אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו. - א מענטש קען נישט אליינס בייקומען זיין יצר הרע. דאס איז דער אמת. אזוי זאגן אונז חז"ל און דאס איז דער מציאות. עס איז נישטא וואס זיך צו דינגען אויף דעם.

יעצט, פאר א מענטש איז זייער שווער אז ער זאל מודה זיין אין דעם. פארוואס? ווייל א מענטש וואקסט אויף מיט נאטורליכע גאוה, און עס וויל זיך אים דמיונ'ען אז ער קען אלעס. איך קען מיך אליינס מסדר זיין. איך קען מיך מתגבר זיין. איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם. ממש א כל יכול. עס איז זייער שווער אנצונעמען די פאקט אז איך בין א שוואכע זאך, הילפלאז, מאכטלאז און איך דארף יא צוקומען צום אייבערשטן.

א מענטש וואס פארגעסט דעם יסוד אז 'לא יכול לו', רעדט ער זיך איין אז ער איז אליין עפעס, ער ווערט ביי זיך א שיינער איד, 'איך' בין אוועקגעגאנגן פון דער עבירה. אלעס וואס ער טוט איז געבויט אויף דעם 'איך' וואס טוט. זיין לעבן דרייט זיך ארום זיין אייגענע יכולת.

דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם. דער באשעפער האט דאס זייער נישט ליב. כי תועבת ה' כל גבה לב (משלי טז ה), ואין אני והוא יכולין לדור (סוטה ה.).

וואס געשעט צו אזא מענטש? ער האט נישט די הילף פונעם אייבערשטן. דער באשעפער זאגט אים: נו, נו, קענסט אליינס? פיין, טו אליינס. גיב דיך אליינס אן עצה.

די פראבלעם אבער איז אז… אליינס קען מען נישט… דאס איז דער מציאות. און ממילא איז א דורכפאל אומפארמיידבאר.

זאגט דער אמרי פנחס: וויבאלד דער באשעפער האט רחמנות אויף דער מענטש, און ער וויל אז עס זאל אים זיין שטענדיג גוט, צוליב דעם: "רוקט מען אים אונטער ער זאל נכשל ווערן אין איין זאך, כדי ער זאל זיך דערמאנען אז ער איז בלתו עזרתו יתברך גארנישט"!

זאגט ער ווייטער, הפלא'דיג: "דערמאנט ער זיך נישט מיט א קליינע זאך, ווערט ער נכשל אין א גרעסערע זאך… עד שהוא נכשל באשת איש!" און דאן ווערט ער זייער צובראכן ביי זיך, ער זעט אז ער גארנישט און ער וועט ביי זיך זייער קליין. אה! יעצט איז ער פולקאם גרייט פאר די הילף פון אויבן. וויבאלד ער איז קליין ביי זיך, קען זיין השראת השכינה מיט אים, און דער באשעפער העלפט אים שוין ארויס פון אלע שלעכטס.

פארוואס בין איך דורכגעפאלן?

ווייל איך בין צוגעגאנגן צו דער מלחמה מיט מיין אייגענע יכולת.

וואס קען איך טון אז עס זאל מער נישט געשען פון היינט און ווייטער?

אויפגעבן אויף מיין יכולת, און לאזן דער באשעפער טון פאר מיר. אנערקענען אז איך בין גארנישט. מאכטלאז, הילפלאז, כח'לאז. איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע. דער באשעפער קען. איך וועל עס לאזן פאר אים. (אז דו קוקסט אריין אין די ספה"ק וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שום סתירה צו בחירה).

וויאזוי קומט מען צו צו דעם? איך האב נישט קיין עצה. מען דארף פשוט מודה זיין. מודה זיין על האמת. טיף אינעווייניג ביי דיר אין נפש ווייסטו זייער גוט אז דו ביסט נישט דאס וואס דו ווילסט זיך איינרעדן אז דו ביסט. דו ווייסט אז דו ביסט מלא שוואכקייטן און חסרונות. יעדער ווייסט אז א מענטש אז א שוואכע זאך.

דער רוף צו אונז טייערע חברים איז: זיי זיך מייאש! גיב אויף!

ניין, זיי זיך נישט מייאש פון צו זיין ריין. צו דעם וועסטו זיכער אנקומען. נאר, זיי זיך מייאש פון "דיר"! לאז נאך דיין דמיון אז "דו" וועסט זיך האלטן ריין. לאז דעם גרויסן, שטארקן, מעכטיגן, ליבליכן, גוטן גאט אריינקומען אין דיר און טון די זשאב פאר דיר.

דיין לעבן וועט זיך טוישן.

איך האף אז איך האב עס גוט ארויסגעברענגט. ביטע קאמענטירן מיט הערות והארות. א דאנק.

(קרעדיט: קטן שנולד)


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א גולם
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:17 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

איך האב נאר איין טאג!

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:03 am

דאס פאלגנדע האט אונזער חבר “גבאי", פון די געוועזענע מאדערעיטארס פונעם פארום, געשריבן, אפצוצייכענען טויזנט ריינע טעג.

שלום עליכם טייערע ברידער.

איך זאג אייך דעם אמת, אז יעצט, בשעת איך נעם די פעדער, כ'מיין, די קיבארד, אין די הענט אריין און איך נעם זיך שרייבן, ווייס איך נאכנישט באמת וואס איך גיי שרייבן. אבער אזוי פיל יא, אז איך האב דערגרייכט דעם נומער מוז איך שרייבן. פשוט, מ'קען דאך נישט ארויסלאזן אזא געלעגנהייט פון די הענט אָן אפצושרייבן עפעס דערוועגן...

אבער אויסער דעם, איז דאך דער אמת באמת אז מען מוז אפגעבן אן אמת'ן שבח והודאה פאר'ן בורא כל עולמים אז מען האט דערגרייכט אזא זאך, בפרט ווען עס איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן אז איך קום אָן צו אזא סארט "מילשטיין" (כ'ווייס נישט פינקטליך וויאזוי מען זאגט דאס אויף אידיש), האב איך דעריבער מחליט געווען אז איך זעץ זיך אוועק און איך הייב אָן קלאפן, און איך בעט ביים גרויסן באשעפער וואס האט מיך געברענגט צו דעם גליקליכן טאג אין מיין לעבן אז פון צווישן מיינע פינגער זאל זיך ארויסקלאפן עפעס דברים של טעם וואס זאל העלפן א צווייטן אויך, והיה זה שכרי.

נו שוין, איז ווילאנג איך האב געקלאפט די פריערדיגע פּאָר שורות, זענען עטליכע געדאנקען מיר אדורכגעלאפן דעם קאפ, וועל איך אלזא אנהייבן מיט איינס, און מ'וועט זען וואו ס'וועט מיך פירן.

איז אזוי, אז איך צייכן אפ טויזנט טעג, איז דאס א צייט פאר מיר צו מאכן א שטיקל התבוננות. באמת זאג איך אז איך האב טויזנט טעג, בשעת ווען איך האב ס"ה איין טאג. דעם היינטיגן טאג. איך געדענק ווען איך בין געווען ניי אין דעם ערשטן 12 סטעפ פראגראם צו וועלכן איך בין געגאנגען, איז געווען דארט איין טאג א רעדע פון א איד וועלכער האט אפגעצייכנט א שיינעם מספר פון יארן וואס ער איז ריין. און במשך דאס רעדן האט ער געזאגט אט די ווערטער: "איך האב גארנישט, איך האב איין טאג, דעם היינטיגן טאג".

איך זאג אייך דעם אמת, איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דער איד רעדט. וואספארא מין שטותים איז דאס?! ריעלי?! אמת'דיג?! דו ווילסט מיר פארקויפן אז דו האלטסט באמת אז דו האסט נאר דעם איינעם היינטיגן טאג?! דו האלטסט באמת אז איך וועל דאס גלייבן?! אזוי בין איך געזעצן דארט פארטראכט. פון איין זייט איז דאך נכרים דברי אמת, דער איד האט עס געזאגט מיט אזא מין צובראכנקייט, מיט אן אמת'ן לב נשבר, מיט א ריכטיגע שפלות. אבער פון דער צווייטער זייט, ווי איז דאס בכלל מעגליך, אז א איד זאל וויסן ביי זיך אז ער האט אזא לאנגע צייט פון ריינקייט אָן קיין הפסק און ער זאל באמת שפירן ביי זיך אז ער האט נאר דעם איינעם היינטיגן טאג?!

טייערע ליבע ברודער, איך וויל אייך זאגן אז היינט גלייב איך דעם איד הונדערט פראצענט! ולא עוד, נאר איך פארשטיי אים אפילו. איר מוזט מיר נישט גלייבן, איך וועל נישט זיין ברוגז אויף אייך, אבער דאס איז דער מציאות. שטייענדיג אינעם היינטיגן טאג, נאך וואס איך האב אדורכגעארבעט די צוועלף סטעפס, און איך פרוביר צו לעבן מיין לעבן לויט די סטעפס אין יעדן הינזיכט, קען איך אייך זאגן בפה מלא אז איך גלייב עס און איך פארשטיי עס.

דעמאלס ווען איך האב עס געהערט דאס ערשטע מאל בין איך געווען אין א מצב אז איך בין פשוט נישט געווען א בן אדם; איך בין געווען א שאטן פון א מענטש, עפעס וואס האט אויסגעקוקט ווי א מענטש, און מיט מיין גרויסע גאווה האב איך אין מיין נארישן דמיון געהאלטן אז אויב פאל איך אדורך איין מאל, בין איך גארנישט ווערט. גארנישט, זירא, א שטיק גארבידזש, א שטיק דרעק. ממש אזוי, און נאך פיל ערגער.

איך האב געשפירט אז איך טאר קיינמאל נישט דורכפאלן, אפילו נישט במחשבה, און אויב בין איך נישט פערפעקט, אויב קען איך נישט זיין ריין אינגאנצן, אויף הונדערט פראצענט, דאן איז אלעס גארנישט ווערט. עס איז א שאד די ארבעט, א שאד דאס פרובירן, און א שאד אויף יעדן טאג וואס איך האב זיך געפלאגט צו זיין ריין. ווייל סוכ"ס בין איך דאך געפאלן.

איך האב אבער דעמאלס נישט געכאפט אז טאקע דערפאר פאל איך; טאקע דערפאר ווייל איך אנערקען נישט דעם חשיבות פון איין ריינעם טאג, טאקע צוליב דעם דאזיגן געדאנקענגאנג; ווייל איך טראכט אזוי, ווייל איך שפיר ביי מיר, ברוב גאוותי הדלה, אז נאר אויב איך קען בלייבן ריין אויף אייביג דעמאלס איז עס ווערט, נאר דערפאר בלייב איך נישט ריין. ווייל עס איז נישט די ריינקייט וואס טראגט דעם חשיבות ביי מיר, נאר דער סטאטוס: "איך בין ריין פאר ... טעג [אדער יארן]". דאס איז דאך ריין גאווה. ווייל אויב ביי מיר טראגט באמת א חשיבות דאס עצם זיין ריין, איז דאך פאר'ן באשעפער די זעלבע נחת רוח היינט ווי סיי וועלכן טאג. אויב אזוי וואלט דאך דאס געדארפט ביי מיר אויך טראגן דעם זעלבן חשיבות. און דער פאקט אז עס איז נישט אזוי, ווייזט מיר קלאר אז דאס איז געווען ריין גאווה.

און דערפאר טאקע בין איך געפאלן, איין מאל און נאכאמאל. איך האב זיך נישט געקענט האלטן ריין. בשום אופן. איך בין געפאלן און זיך געשאלטן, און געפאלן ווידער און זיך גערעגט, און געפאלן ווידער און אויפגעגעבן, און געפאלן ווידער און געווארן מיואש. ביז דער באשעפער האט געהאלפן און איך בין אזוי טיף געפאלן אז איך האב זיך גוט צוזעצט דעם אונטן, איך בין געפאלן צום תחתית און ענדליך געכאפט א גוטן רוק צו מיין אויפגעבלאזענעם עגא, און פלוצלינג האב איך אנגעהויבן שפירן ביי מיר אינעווייניג, טיף אינעווייניג, אז באמת בין איך גארנישט ווערט. גארנישט, אפילו נישט איין טאג. עס קומט מיר נישט. כ'מיין, פארוואס עפעס יא? פארוואס עפעס קומט דער באשעפער מיר ריינע טעג?

דעמאלס ווען איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז דער באשעפער קומט מיר גארנישט, נישט קיין ריינעם טאג, און אפילו נישט קיין געזונטן טאג. גארנישט. דאס מיינט גארנישט. נאדא, זילטש, זירא, כלום. איך האב נישט געסיינט קיין קאנטראקט מיט אים אין וועלכן ער האט זיך מיר מחייב מיר צו געבן דאס וואס איך וויל. איך גראדע, האב זיך יא מתחייב געווען צו אים געוויסע זאכן, און איך מיין אז ער שטעלט זיך צו צו מיר פיל בעסער ווי איך צו אים. אבער דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

די ספרים הק' טייטשן אויף דער וואכעדיגער סדרה, ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר. ה' אלוקים, "אתה החילות להראות את עבדך". דו האסט אנגעהויבן. אפילו די התחלה, דאס ערשטע ברעקעלע, איז דו. איך האב גארנישט, זירא. נישט אז איך האב עפעס אנגעהויבן און דו האסט מיר צוגעהאלפן נאכדעם, נאר אתה החילות, דו האסט אלעס געטון, פונעם אנהייב ביז דער ענדע. און דאס האב איך ענדליך פארשטאנען: איך אליין האב גארנישט, בין גארנישט, און קען גארנישט. און יעדע זאך וואס איך האב, וואס איך באקום, איז א ריינע מתנה. א מתנת חינם. אפילו איין ריינער טאג.

איך האב אמאל געהערט אזא ווארט: ואל תאמר לכשאפנה אשנה, שמא לא תפנה. זאג נישט, איך וועל דינען דעם אויבערשטן ווען איך וועל האבן צייט, ווייל, שמא, אפשר, לא תפנה, איז דיין עבודה אויף דער וועלט אזא סארט עבודה וואס קומט דוקא מיט נישט האבן צייט. מען קען דינען דעם אויבערשטן אָן קיין צייט אויך. נאר עס איז נישט די זעלבע, עס קומט נישט מיט'ן זעלבן ישוב הדעת, מיט די זעלבע ברייטקייט, מיט דעם זעלבן גדלות און מיט די זעלבע כוונות. פיין, אקעי. ווער זאגט דען אז דער באשעפער דארף פון מיר אן עבודה בגדלות המוחין, מיט הויכע כוונות און מיט גרויסע מדריגות? ווער זאגט דאס? אפשר וויל ער דוקא פון מיר אזא סארט עבודה וואס קומט אָן קיין ברעקל צייט, אָן קיין התבוננות, אָן קיין כוונות, אָן קיין מדריגות, נאר מיט דער איינער מחשבה פון א לב נשבר אויף דעם וואס איך קען נישט מכוון די אלע כוונות שכוונו אנשי כנסת הגדולה.

און טאקע ווען איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז נישט מוכרח אז איך בין דעם גרויסער קנאקער וואס איך האב געמיינט איך בין, נאר איך בין ס"ה א פלעינער מענטש, וואס קודשא בריך הוא וויל איך זאל אים דינען אויף זיינע טערמינען, און דאס קען צומאל מיינען א צובראכן הארץ ווייל דער טאג איז נישט געווען אזוי איי-איי-איי ווי איך האב געוואלט, דעמאלס האב איך אנגעהויבן מעריך צו זיין, אפצושאצן און ריכטיג שעצן יעדן איינציגן ריינעם טאג.

דעמאלס האב איך אנגעהויבן שפירן יעדן טאג עקסטער א מורא'דיגע הנאה אין דעם מציאות וואס איך בין ריין. אפילו עס איז נאר געווען דער ערשטער טאג, דער צווייטער, דער דריטער. איך געדענק ווען איך בין געווען ריין זיבעצן טאג האב איך געזאגט פאר איינעם אז איך בין אזוי פרייליך אז איך האב באקומען א מתנה פון זיבעצן טאג. איך האב עס אמת'דיג געמיינט. ווייל איך האב פלוצלינג אנגעהויבן שפירן אז עס קומט מיר נישט, און אז יעדן טאג איז באמת א מתנה.

*

עוד אחת אדבר, איך וויל נאך ארויסברענגען איין נקודה:

עס איז טאקע היינט ב"ה טויזנט טעג. איך האב דערלעבט, איך בין אנגעקומען דערצו. איך געדענק ווי אין די צייטן ווען איך האב בקושי געקענט אניאגן א ריינע וואך, פלעג איך אלץ טראכטן צו זיך: אויב נאר איך וואלט געקענט זיין ריין, וואלט אלעס געווען גוט. אלעס וואלט געווען אקעי. אלע מיינע צרות און פראבלעמען וואלטן אוועקגעגאנגען, און די פּאָר וואס וועלן נאך אפשר בלייבן, וועל איך ניטאמאל שפירן. ס'טייטשט, איך בין דאך ריין.


אלזא, קום איך אייך דא דערציילן אז יעצט שטיי איך ב"ה ביים טויזנטסטן טאג און... ס'הייבט זיך נישט אָן! מיינע פראבלעמען זענען נאך דא. אקעי, נישט אלע, טייל זענען טאקע געגאנגען, אבער אנדערע זענען אנגעקומען.


וואס וויל איך דא זאגן? פשוט. די סיבה פארוואס איך וויל זיין ריין, קען נישט זיין: ווייל איך וויל פטור ווערן פון מיינע צרות. די סיבה דארף זיין: ווייל איך וויל זיין ריין. זיין ריין דארף צו זיין גענוג א סיבה אויף צו וועלן זיין ריין. איך האב נאך אלץ גענוג שוועריגקייטן אין מיין לעבן, און צומאל דאכט זיך עס מיר אז איך האב דוקא מער פראבלעמען און שוועריגקייטן פון אנדערע. איך פרעג אבער נישט היתכן? איך בין דאך ריין? ווייל ברגע וואס איך פרעג די פראגע מיינט דאס אז איך מאך דעם רבונו של עולם פאר א העד קאונסלער.

"העד קאונסלער, איך האב שיין געזונגען, פארוואס האב איך נישט באקומען א פאקסי פאפ?"

יא, עס טוט וויי. גאר אפט טוט עס שטארק וויי. אבער איך פארשטיי אז דאס האט נישט קיין שייכות מיט מיין זיין ריין. איך דארף טון וואס דער באשעפער וויל איך זאל טון, און ער טוט וואס ער פארשטייט איז ריכטיג. און די צוויי האבן נישט קיין שייכות.

אבער צו האט מען טאקע גארנישט קיין ריווח פון דעם וואס מען איז ריין?

דער ענטפער צו דעם איז א גרויסער יא! מען האט שוין איין מאל. עס איז מיר קלאר אז אויב איך וואלט היינט נישט געווען ריין, וואלט איך נישט געקענט דיעלן מיט מיינע פראבלעמען אזוי גוט ווי איך דיעל מיט זיי היינט. די פראבלעמען זענען דעם באשעפער'ס געשעפטן, אבער וויאזוי איך דיעל מיט זיי, דאס זענען שוין מיינע. און עס איז ביי מיר ברור כשמש אז דער מציאות אז איך בין ריין העלפט מיר דיעלן מיט דעם אויף א פיל בעסערן וועג ווי איך וואלט ווען געטון ווען איך בין נישט ריין.

וויל איך ענדיגן מיט א שבח והודאה צו דיר גרויסער בורא פאר די טויזנט דיאמאנטן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר טויזנט טעג אין וועלכע איך האב זוכה געווען צו אומענדליכע חסדים ורחמים יעדן איינציגן רגע פון יעדן איינציגן טאג, און אין צוגאב צו דעם האסטו מיר געגעבן דעם מתנת חינם פון ריינקייט.

טאטי, איך בעט דיך אצינד פאר נאך איין ריינעם טאג!

(קרעדיט: גבאי)
פרובירט
מקהלת הד''א

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:05 pm

עטליכע וואכן צוריק האב איך געהערט אויפן שיעור פו הרב רייזמאן שליט"א בשם הישמח משה עפעס וואס מ'האט אים מגלה געווען פון הימל, עפעס וואס איז א שטארק חיזוק פאר סיי ווער ס'איז געווען 'שקוע' אין א געוויסע עבירה (לאו דוקא חסרון שמירת ענים).

אז די אלע תיקונים וואס דער אר"י הקדוש האט מגלה געווען וואס ס'פעלט זיך אויס פאר יעדע עבירה, איז דוקא נאר פאר איינעם וואס איז בדרך כלל נזהר אין די עבירה נאר איז אמאל דורכגעפאלן, אבער איינער וואס איז געווען 'שקוע' אין א געוויסע עבירה, און האט אפגעמאכט אז מהיום והלאה איז ער א נייער מענטש און רייסט זיך אפ פון זיין רגילות, דער דארף נישט די אלע תיקונים, דאס זיך אפרייסן אליינס איז אים מתקן.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט