חיזוק לשמירת עינים מאתר "היט דיינע אויגן"

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

חיזוק לשמירת עינים מאתר "היט דיינע אויגן"

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:12 am

בעזהשי"ת

אויפ'ן פארלאנג פון חברינו היקר פריילאך דא עפענן איך דעם אשכול בעזהשי"ת

כ'וויל מאכן א שטיקל הקדמה.

כ'ברענג נישט קיין לינקס פון "היט דיינע אויגן" ווייל נישט יעדער דארף אהינגיין. אויב איינער האט ח"ו פראבלעמן מיט די ענינים "זאל" ער אהינגיין, אויב איינער שפירט ער קען מחזק זיין אידן דארט "זאל ער אויך" אהינגיין, אבער סתם פאר פארברענגן איז לדעתי דארט נישט קיין פלאץ.

והרני מגלה דעתי בזה אז א חשובער ניק פון דא אין אייוועלט האט מיר כמ"פ אהינגערופן ביז כ'האב געמאכט די החלטה אהינצוגיין, און אין א צייט אפשניט פון אפאר חדשים האבן מיר דארט געשריבן (כ'בין כמעט נישט געווען אויף אייוועלט יענע צייטן, אזוי ווי היינט בינעך כמעט נישט דארט וויי ס'קאסט אסאך מער כוח וכו') און ב"ה מחזק געווען אסאך אידן.

אזוי ווי ס'איז דארט דאן נישט געווען קיינע גרויסע שרייבער האבן זיי מיך באקרוינט מיט'ן טיטול "מגיד דמתא הד"א" (ר"ת ה'יט ד'יינע א'ויגן), און כ'האב כסדר דארט געהאלטן דרשות וכו'.

איינע פון די זאכן וואס מ'טוט דארט צו העלפן אידן איז ציילן תשעים נקיים, ס'איז א פראגראם צו ציילן ברבים ניינציג טעג אין וועלכע מ'איז אפגעהיטן מיט א שמירה יתירה מיט געוויסע שטארקע תנאים, נאכמאל, לאו כל מוחא סבל דא, און אויב איר דארפט עס נישט שטייט אוועק דערפון, כ'בעט אייך!

ווען איינער ענדיגט ניינציג טאג ווערט א שמחה אין שטעטיל און מ'פראוועט א געהעריגע ווירטואלע סעודה מיט מוזיק וכו'. זינט מיין מגידות פאסטן דארט האב איך יעדעס מאל געדארפט געבן א געהעריגע רעדע אן קיין חכמות, נישט קיין לצנות נאר ערענסטערהייט ווי כ'שטיי ווען פאר טויזענט מענטשן.

כ'וועל ברענגן אביסל דא און דארט לויט ווי מיין צייט וועט ערלויבן צו זוכן פון דארט, זיי זענען נישט אזוי אהערגעשטעלט ווי אייוועלט.

כ'האף איר פארשטייט,

העלוב והנעלב,

שמעלקא טויב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:15 am

די ערשטע וועלן מיר לייגן א שיר וואס מיר האבן פארפאסט בשוגג גמור, ווייל ס'איז נישט געווען מיין סטיל קיינמאל צו מאכן גראמען אדער שירים, און כ'האב עס נאר געמאכט לכבוד א חשובער חבר דארט וואס האט זיך זייער געמוטשעט און צום סוף ארויפגעקראכן אויפ'ן לייטער פון קדושה.

שיר מיוחד לכבוד ידידינו היקר נשמה נר"ו
« ב- : אפריל 26, 2012, 11:15:48 AM »

הבהרה!
כ'בין פון פאך נישט קיין בדחן, און כ'האב נאך קיינמאל אזאנס נישט געמאכט, אבער ווען כ'האב געזעהן אז אונזער חבר נשמה האלט שוין דא זענען מיר די געפילן צערינען, און כ'האב זיך גענומען שרייבן, כ'ווייס אליין נישט וואס און פארוואס, אבער כ'האב געשריבן.

נשמה מיין חבר, לייען עס אדורך ווייל כ'האב געלאזט טרערן פון התרגשות. (דער מגיד איז א בעל הרגש).

שיר לכבוד אונזער טייערער ידיד דער צדיק תמים נשמה נר"ו,

(ניגון משה גאלדמאן א נשמה'לע)

א נשמה'לער הייליג און ריין,
אויף די וועלט ער קומט צוגיין,
א קינד געבוירן א לעכטיג'ס א זיסער,
הייסע טרערן געמישט מיט געוויין,
ווער ווייסט וואס דא וועט זיין,
וואס ווארט אים אפ איז נישט זיכער,

עס ווייסט דאך נישט קיינער,
וויאזוי וועט זיך דער קליינער,
אן עצה געבן מיט דעם גרויסן ריז,
ער איז עלטער און א מלך,
מיט כלי מלחמה אויסערגעווענדליך,
און דא א קינד מלחמה האלטן ער מוז,

גלייך פון געבורט מיט אים באשאפן,
און מלחמה האלטן ער וועט דארפן,
יעדע שעה און יעדע מינוט,
ער לאזט נישט צוריה קיינעם,
"נאר איין עבירה" די איינעם,
אזוי גייט ער מיט טריט און שריט,

וויאזוי ווען מען האַנדלן,
פון אים זיך נישט לאזן און נישט פאַלן,
נישט אריינפאלן אין זיין נעץ,
כי יצר לב האדם מנעוריו רעַ,
עס קומט מיט א שונא אזאַ,
וויאזוי קען מען האלטן השם'ס געזעץ?

(ניגון אליו – לחיים)

אבער יהי ה' - ה' אלקנו עמנו,
כאשר היה – כאשר היה עם אבותינו,

דער טאטע פארלאזט אונז נישט,
קיינמאל,
פון דארט אין דער הויך – ער געבט כוח,
פאר זיין קינד ישראל

להטות לבבנו אליו,
זיך משעבד זיין צום אור עד אין סוף,
פארן הארץ פארן קאפ – שיקט א מקלט,
ללכת בכל דרכיו,

כדי להטות לבבנו אליו,
איז אנגעגרייט דא – קהילתינו הד"א,
אין א שווערע שעה זיך צו קענען האלטן,
געווינען דעם קעניג דעם אלטן,

דערפאר זינגן מיר (אן מוזיק פארשטייט זיך, ס'איז ספירה):

להטות לבבנו אליו,
וואונטשן איז א חוב,
מזל טוב,
ניינציג טאג איז שוין אדורך,
און נשמה'לע איז ארויף,

געשטיגן מעלות רמות איז ער,
אויף גארנישט געקוקט אפי' ס'איז שווער,
היינט זאגן מיר אים נשמה'לע הער,
האסט געברענגט א קרבן פארן באשעפער!

(ניגון וטהר לבנו)

הקדוש ברוך הוא,
אנחנו אוהבים אותך,

הקדוש ברוך הוא,
אנחנו אוהבים אותך,

אוי אוי אוי

הייליגער באשעפער די האסט אונז אזוי ליב,
הייליגער באשעפער מיר האבן דיך אזוי ליב,

אוי אוי אוי

הייליגער באשעפער אנדערע נעם אויך ארויס פון גרוב,
הייליגער באשעפער בוי שוין צוריק אויף דיין שטוב,

אוי אוי אוי

וטהר לבנו,
אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו,
מיר וויל זיין פאר דיר שיין,

וטהר לבנו,
אונזערע אויגן העלף אונז היטן,
יראו עינינו,
שטארק אונז אין די מינוטן,

ווען דער יצר קומט מיט א טענה,
נאר איין מינוט טוה קוקן,
זאלן מיר קענען בלייבן דיינע,
און די תאוות דערשטיקן,

אוי אוי אוי

הייליגער באשעפער אן דיר קענען מיר נישט,
הייליגער באשעפער אן דיר איז דא גארנישט,

דערפארן בעטן מיר נאכאמאל וטהר לבנו,
לעבדך באמת
וטהר לבנו,
לעבדך באמת.

***

ידידי חביבי מיין טייערע נשמה,
ניינציג טעג ביזטו שוין א העלד,
וועגן דיר איז ווערט די בריאה,
ס'איז נישט צום גלייבן אז די ביזט א בשר ודם,
ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער דיין חטאתי עוויתי פשעתי,
יעצט זענען זיי זכיות געווארן,
מיט א ריכטיגע אהבת ה' האסטו זיך געשטארקט איבער אלעם,
און פאר דיין יצר הרע געזאגט נ—י—י—ן!

גיי ווייטער אן, לך בכוחך זה והושיע את ישראל,
היינט זאג אויס תהילים, וויין צום טאטן, בעט אים פאר די ישועה כללית, א בעסערע זאך איז נישטא.

האב אינזינען אז אין דעם זכות זאלן דיינע קינדער קענען עומד זיין בנסיון, און יעדער וואס דארף א ישועה זאלסטו זאגן מיטן מויל א בקשה פאר אים.

האב מיך אויף אינזינן מיט גאנץ כלל ישראל, און זאלן מיר אלע זוכה זיין צום יראו עיננו, בקרוב בימינו, מיט משיח צדקינו, במהרה דידן אמן,

אלה דברי ידידך מקירוב לבבות,

הק' שמעלקא טויב
מ"מ דמתא הד"א יצ"ו
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:17 am

אן ארטיקל זיך מחזק צו זיין אינאיינעם.

כל העולם כולו גשר צר מאוד - און מיר דארפן עס אדורכגיין
« ב- : ינואר 18, 2012, 01:55:19 PM »

בעזהשי"ת

טייערע אידן,

איר קענט אלע דעם ניגון, בעסער געזאגט דעם הייליג מאמר פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, וואס איז געווען פון די צדיקים וואס האבן גערעדט אסאך איבער די שווערע נסיונות וואס וועט זיין אין אונזער דור פאר ביאת המשיח, דער הייליג מאמר מיינט אונז אלע.

לאמיר זינגען אינאיינעם:

כל העולם כולו גשר צר מאוד, די גאנצע וועלט איז א זייער שמאלע בריק, והעיקר, און דער עיקר פון א איד אויף די וועלט איז לא להתפחד כלל, נישט צו פארלירן זיין באלאנס, זיך צו קענען האלטן אויפ'ן שמאלן בריק.

זיסע לעכטיגע ברודער:

שטעלט אייך פאר אז איר דארפט אדורך גיין א בריק וואס קוים קען ארויף גיין דערויף איין מענטש, און ס'גייט נישט ארויף נאר איין פוס אויפאמאל, און יעדע טריט איז שווער און שרעקליך שרעקעדיג. ס'ציפט פאר פחד אפי' פאר איין מינוט, ווער רעדט נאך ווען מ'דארף גיין א מייל לאנג אויף אזא בריק, ס'פחדים!

אפגערעדט פון א גאר לאנגער בריק וואס מען דארף גיין ביז צו די אנדערע זייט, און נישט פאר איין שעה, און נישט פאר וואכן און חדשים, נאר פאר יארן, לאנגע יארן, אסאך יארן ביז מ'קומט אן צום ציל, זיכער צום אנדערן זייט גאנצערהייט.

דאס איז אלעס גערעדט אפי' ווען איר גייט אליין. וואס טוט זיך אויב אויף אייערע שוואכע פלייצעס ליגט אין צוגאב צו אייער אייגן זעקיל ביינער, אייער ווייב און קינדער, און איר מוזט זיין דער וואס דארף זיי פירן, און איר ווייסטו אז אויב ח"ו איר פארלירט באלאנס ווערן זיי אלע פארלוירן. דאן איז דער אחריות אסאך מער, און די שרעק איז מוראדיג!

און וואס ליגט אונוטערן בריק?

אויף ביידע זייטן זעהט מען חיות טורפת, שלענג און טיגערס אז ס'כאפט א שרעק. ס'איז קלאר אז אויב א קינד קומט ח"ו אן אהין ווערט ער צעפליקט רח"ל. איינמאל מ'פאלט דארט אראפ איז שוין זייער שווער אים אויפצוהייבן.

*

חברים יקרים, אזוי איז דאס לעבן היינט, אין אונזער צייט ביז מיר וועלן זוכה זיין צו הערן דעם זיסטער קול אויף די וועלט, דער שופר של משיח וואס וועט אונז זאגן אז מיר זענען שוין אנגעקומען צו אונזער דעסטינאציע, קיין ירושלים צוריק צום ביהמ"ק. אבער ביז דארט איז אלעס איין לאנגע שמאלער בריק, וואס מיר דארפן אדורכגיין. און אויף אונזערע פלייצעס ליגן דורות און דורי דורות, און ס'איז אין אונזער הענט להרע ולהיטב.

אונטערן בריק האט דער מלאך המשחית אנגעגרייט א נעץ פאר אונז, אינטערנעט און כל מיני שמוץ, אין פארום פון טעלעפאונען און אנדערע כלים וואס שטייען און ווארטן אויף אונז און אונזערע קינדער זיי אויפצועסן לעבעדיגערהייט. ס'שרעקעדיג!

דערפאר זאגט אונז דער מאמר "והעיקר לא להתפחד כלל" דאס וויכטיגסטע פון אלעם וואס ס'פארלאנגט זיך ביי דעם שפאציר איז נישט צו האבן קיין פחד, נישט פארלירן דעם באלאנס, און נישט קוק'ן אויף אראפ, אויף דער גיהנם וואס ס'ערווארט דעם וואס פאלט ח"ו אהין. און מ'דארף וויסן אז מ'גייט נישט אליין, נאר דער הייליגער באשעפער האלט אונז אונטער, גם כי אך בגיא צלמות, ער העלפט אונז אדורכגיין דעם בריק, און מיט זיין הילף וועלן מיר זיך ראטעווען.

דער רבוש"ע האט אונז אריינגעלייגט אין דעם דור ווי דער בריק איז זייער שמאל, און די חיות אונטערן בריק, וואס ווייסן שוין אז זייער סוף איז נאנט, זענען נאר מער שרעקעדיג ווי סיי ווען, שולט דקייטא קשה מקייטא, און מיר מוזן אבער דעם בריק אדורכגיין.

מיינט איר אז דער בריק מוז אייביג זיין אזוי שמאל?

כ'קלער אז נישט!

חז"ל הקדושים זאגן אונז אין מס' סוטה (כמדומה בדף כ"ב ע"א, ס'איז כדאי צו לערנען די גמ' דארט), ווען איז א איד מער נישט אין א סכנה צו ווערן פארפאלן? ווען ער קומט אן צום פרשת דרכים, ער ווייסט אין וועלכע וועג צו גיין!
ווען איז ער ביים פרשת דרכים? איז דא צוויי וועגן אין די גמ'.
איין וועג איז תלמוד חכם ויום המיתה, ס'הייסט ווען מ'איז שוין אויף די אנדערע זייט בריק, און דער צווייטער וועג איז תלמוד חכם ויראת חטא, זעהט אויס נאך פאר מ'איז שוין אריבער דעם בריק קען מען שוין זיין מער ווייניגער פארזיכערט!

ווען איינער לערנט תורה און ער האט יראת שמים איז ער מער ווייניגער מסודר. קלער איך פארוואס? ווייל מען מוז נישט אריבער גיין דעם שמאלן בריק ווען ס'איז אזוי שמאל, מ'קען ברענגן ברעטער און עס אויסברייטערן, עס גרינגער צו מאכן, און זיין מער פארזיכערט.

און וויאזוי לייגט מען אראפ די ברעטער? אז מ'לערנט תורה הקדושה, מ'איז טועם פונעם עץ החיים, און מ'ארבייט אויף יראת שמים, למען תחיה אתה וזרעך, ווערט די בריק ברייטער און ברייטער!

ס'איז ב"ה דא א "מעדזשער קאמפעני" וואס בויעט דעם בריק, ס'רופט זיך "היט די אויגן" און זיי העלפן אויסלייגן די ברעטער אז די בריק זאל באקוועמער זיין און גרינגער זיין אדורכצוגיין. ובנוסף לזה טוען זיי אויך אסאך צו ראטעווען די וואס זענען שוין ליידער כמעט אראפ פון בריק, די וואס מיט זייערע דורכפעלער האבן זיי שמעלער געמאכט זייער וועג אויפ'ן בריק, און אינאיינעם מיט הד"א בויעט מען בעז"ה צוריק אויף אונזערע וועגן, מ'שלעפט די אידן צוריק ארויף אויפ'ן אידישער בריק, און מיר וועלן איר זיגרייך אדורכגיין מיט אונזערע קומענדיגע דורות!

הדא, צו היט די אויגן, וויאזוי מ'זאל עס נישט רופן, איז א פאבריק פון בריקן, א פאבריק וואס העלפט אנצוגיין ביז מען וועט שוין אנקומען צום גרויסן טאג, פון והיה ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד.

אשריכם אשריכם!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:19 am

א מוראדיג שטיקל פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א וואס כ'האב געאימעילט און זיי האבן געפאוסט (כ'מוז ברענגן די לינק בלית ברירה, אבער ס'איז אנדערש ווי אנדערע ווי איר וועט זעzהן)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 11:34 am

אוי שמעלקא. אוי שמעלקא. אז די ביסט נישט קיין בדחן דאן בין איך יא... הערליכע גראמען, שטארקע חיזוק.

דיין מאמר איז הערליך, וואלסט עס אפשר געדארפט משנה זיין לעצם הענין, נישט עס זאל א הספד אויף ג.י.א.

און הרב קרישעווסקי'ס שטיקל איז כמים קרים על נפש עייפה.

קיפ אפ!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 12:03 pm

שוין גארנישט קיין "שמעלקאר טויב"!

הרה"ג הצדיק המקובל והמשפיע רבי שמעלקא טויב שליט"א!!!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 12:54 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
הרה"ג הצדיק המקובל והמשפיע רבי שמעלקא טויב שליט"א!!!


דערפרייסט מיר דאס הארץ............
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 7:11 pm

דאס איז געווען מיין ערשטע דרשה אינעם א"ג "אולם התשעים" ווי מ'פראוועט די סעודות לכבוד די העלד'ן פון השי"ת וואס זענען ניינציג טאג בייגעשטאנען זייערע שווערסטע.


דרוש בעזרת השם יתברך ויתעלה לכבוד היום ולכבוד הנאספים


יכיל בקרבו
ברוך חכם הרזים – עיר מקלט – פי צדיק – ועשו לי מקדש – בא חבקוק והעמידן על אחת – ומי יקום במקום קדשו – העתירו נא בעדי

*******

מרשות העדה הקדושה, און אויפ'ן אויפטראג פון ראשי קהילתינו הקדושה, אלופי אלפי ישראל, ווילן מיר זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם היינטיגן כינווס לשם שמים, שמחת אנשי שלומינו וקהילתינו – לרגל די נייציג טעג פונעם רב שליט"א און זיינע שיתפום הקדושים והטהורים כאו"א בשמו הטוב יבורך: הר"ר מרוצה לקהל שליט"א, הר"ר קדושה ברענגט שמחה שליט"א, הר"ר ריינער איד שליט"א – מיט א הארציגע ברכה "ברוך המקדש שמו ברבים".

חז"ל הקדושים זאגן אין מס' ברכות, הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים אוכלוסי עכו"ם אומר בושה אמכם וכו' ת"ר הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה.

מורי ורבותי, טייערע זיסע אידן:
ווי קען מען נאך היינט זעהן א ציבור פון שישים רבוא, איז דען דא אזא קיבוץ?
אבער היינט צוטאגס איז דא דער ברייטער געוועב, ווי מ'קען אין איין מינוט זעהן אסאך מיר ווי שישים רבוא, מענטשן פון אלע מיני אפטיילונגן איבער די וועלט, וואס אין דעתיהם שוות לאבינו שבשמים, און יעדער מיט זיינע משוגעתן און זיינע שייגעץ שטיק קען חרוב מאכן א וועלט, און מיט איין בליק קענען מיר רח"ל זיין אינאיינעם מיט די אלע אוכלוסי עכו"ם.

אבער ס'איז אויך דא אוכלוסי ישראל, ס'איז דא א מקום אויפ'ן געוועב ווי ס'זענען דא אידן וואס פורבירן און זיין זענען מצליח צו זיין ערליכע און אפגעהיטענע אידן כמו שכתוב. אט די אידן זענען די אוכלוסי ישראל אויף וועם מיר מאכן א ברכה ברוך חכם הרזים, אבער אויף די אוכלוסי גיום, אויף "אלע אנדערע שמוציגע מקומות אויפ'ן געוועב" זאגן מיר הויך בושה אמכם, ס'איז א בושה צו שטיין מיט אייך אין ווארט, און מיר שרייען אויס הויך מיט א התלהבות דקדושה די ברכה "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים".

די וואך אין די פרשה, פר' משפטים, טרעפן מיר אז די תוה"ק האט אונז אראפגעשטעלט א יסוד, ואשר לא צדה ואלקים אנה לידו ושמתי לך מקום, אז ווען מ'איז אריינגעפאלן בשוגג אומ-וועלענדיג, און ווער האט דען דאס געוואלט, ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה, דארף זיין א פלאץ ווי א איד זאל קענען אהין אנטלויפן און ראטעווען זיך מיט די משפחה.

ב"ה אז פאר אונז איז דא הדא, א מקום מקלט פאר אלע פראבלעמן מיט שמירת עינים, פאר אריינגעפאלענע און פאר די וואס קענען אריינפאלן רח"ל. און אין דעם פלאץ געפינען אסאך אידישע קינדער זייער באהאלטונגס ארט נישט פארשלעפט צו ווערן טיפער און ווייטער בעומק הקליפות. און נישט נאר ווערט קיינער נישט פארפאלן, נאר מ'הייבט זיך אויף איינער דעם צווייטן באופן מבהיל, כשזה קם זה נופל, און מיט די צייט ווערט יעדער אויפגעהויבן, ממש בבחינת כי לא נדח ממנו נדח!

היינט – יום ב' לס' משפטים, איז א שמחה פאר אונז אלע, חברים אויף הדא, ראשיה ושופטיה וכל איש ישראל. אלעס פריידט זיך מיט א שמחה רבה, און מ'זעמיר אלע דא זיך צו צו-שמועסן און הערן אפאר ווערטער. אבער אנשטאט א דרשה פארן כלל, וועלן מיר היינט פירן אונזער שמועס בעיקר צו אונזער מחותנים די בעלי שמחה, און דער עולם איז מכובד צו הערן!

דוד המלך ע"ה זאגט אין תהילם:
פי צדיק יהגה חכמה ולשונו תדבר משפט - תורת אלקיו בלבו לא תמעד אשוריו
לענינינו קען זיין, פ"י וואס איז עולה צדיק, די נייציג טאג וואס אונזערע זיסע חברים האבן אוועקגעגעבן פארן רבוש"ע, דאס איז געקומען ווייל יהגה חכמה, זיי האבן מיט'ן מויל גערעדט דברי חכמה. פשוטו כמשמעו דיבורי תורה ותפלה פאר הקב"ה, זיי האבן זיך נישט באגניגט מיט דברים שבלב, נאר ארויסגעזאגט פון מויל וואס מ'דארף צו זאגן.

און אין דעם ווערט אויך אריינגענומען די פילע דברי חיזוק וואס איר האט געגאסן אן אויפהערן איינער אויפ'ן צווייטן, און איר האט פארגינען דערפאר א דריטן און א פערטן וכו' אויך הנאה צו האבן און זיך שטארקן מיט א שטארקייט וואס איז גרעסער פון דעם מלאך משחית. דאס איז פון די עקרי הדברים וואס האבן געברענגט צו דעם שמחה.

ווייטער זאגט דער פסוק ולשונו תדבר משפט, זיי האבן דן געווען יצרם, כידוע מאמרם ז"ל וואס מיר האבן שוין דא אמאל ביי א געלעגנהייט נאכגעזאגט די גמרא אין מגילה, ולרוח משפט זה הדן את יצרו, די הייליגע אידן האבן דן געווען יצרם הרע און זיך נישט געלאזט פון אים, נאר אים געגעבן יעדעס מאל א קאפע ארויס. און אזוי זענען זיי אנגעקומען צום היינטיגן שמחה.

ס'איז אבער ידוע לכל אז לערנען תורה פאר מען טוט תשובה איז א שוואכע מעשה, ווי דער הייליגער מאור ושמש ברענגט די וואך פון רביה"ק החוזה מלובלין זי"ע אויפ'ן פסוק ולרשע אמר אלהים מה לך לספר חוקי, אז כל זמן מ'טוט נישט קיין תשובה טויג נישט דאס לערנען, מילא איז דאס לערנען פון יהגה חכמה נאכנישט געווען אזוי ווי עס באדארף צו זיין.

און פארדעם איידער מען גייט לערנען דארף מען מהרה בתשובה זיין (עיין כל השטיקעל בספה"ק מאור ושמש) אבער נאכ'ן ולשונו תדבר משפט, ווען מ'האט שוין א ריין הארץ פארן בורא עולם, איז תורת אלקיו בלבו, איז עס נישט נאר בפי צדיק, נאר ס'ווערט נקבע בלבו! און אז די הארץ איז שוין ריין און פיל מיט תורה, זאגט שוין די פסוק ווייטער ווי א שטיקעל הבטחה, לא תמעד אשוריו, גייט מען שוין אויפ'ן גלייכן וועג בעז"ה, ווי דער מצודת טייטשט אשוריו, דעם וועג וואס ער גייט ברגליו.

ועוד רמז נאה עלי בלבי איבער הני צדיקי עולם, אשר לא כרעו לבעל זה צ' ימים.

צ' במלואו איז דאך צדי"ק, וואס איז בגימ' ר"ד, די אותיות ד"ר, ווייל איש ואשה שזכו שכינה בינהם, און כ"ז א איד איז הייליג איז דא השראת השכינה. דאס איז א רמז אז די וואס זענען בחסדי ה' דורך די צדיק יום, זענען פון די צדיקים וואס די שכינה רוהט אויף זיי, און ווי ס'איז דא השראת השכינה – ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד, קען מען זיך אויספועל'ן אלעס גוטס.

און ביי די געלענהייט וויל איך אייך בעטן, טייערע בעלי שמחה, האט אינזינען אלע אייערע חברים, אונז אלע וואס מיר ווארטן אויף א ישועה בכלליות ובפרטיות, האט אונז אינזינען אויף אלעם גוט'ן, אז מיר זאלן אויך מצליח זיין מיט די מלחמת היצר, און קיינמאל צו אים נישט פאלן חלילה.

דער הייליגער תפארת שלמה זאגט אויף א פלאץ אז ווען א איד ענדיגט א מס' איז דער סיום פונקט אזוי ווי מ'האט געלערנט די גאנצע מס', ס'הייסט אז דער עת רצון פון א סיום איז נחשב כאילו מ'לערנט יעצט די מס'.

ובזה אחלה פניכם היום. איר ווייסט אוודאי גי גרויסע זכותים פון א שומר עיניו, פון איינער וואס זאגט ניין צום סמ"ך מ"ם, שכרו הרבה מאוד מאוד, און אין יענע מינוטן קען מען זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס. קומט אויס אז יעצט ביים סיום קומען זיך צוזאם אלע זכותים, אלע ניין'ס וואס איר האט געזאגט, און ס'איז א מוראדיגע עת רצום אויפ'ן העכסטן פארנעם.

ניצט אויס די געלענהייט פאר אייך, פאר אייערע משפחות, בעטס אייך אויס פון אלעם גוט'ן. און פארגעסט נישט אונז אינזינען צו האבן. פתח לנו שער בעת נעילת שער, לנו, פאר אונז און פאר ענק, א שער פון אלעם גוט'ן ברוחניות ובגשמיות.

*

ביז אהער האבן מיר געזאגט בדרך פשט, אבער בדרך רמז פארשטייט יעדער איינער וואס די הייליגע צדיקים האבן געזאגט אויפ'ן מאמר חז"ל סוף מס' מכות בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה. אז דער הייליגער נביא חבקוק האט אראפגעשטעלט אז אינעם דור פון עקבתא דמשיחא דארף עס זיין על אחת, איין כלל ישראל, איין אחדות פון איין אומה שלימה גרייט פאר די גאולה שלימה. און דאס איז צדיק באמונתו יחיה.

דורך אונזער אחדות זענען מיר זוכה היינט זיך מיטצופרייען מיט'ן צדיק, מיט די תשעים ימים הקדושים והטהורים.

*

ובמיוחד קומט זיך אן הכרת הטוב פאר ידידינו וידיד כל בית ישראל מורינו ורבינו הרב רבי עבודת הבורא שליט"א, רב ומורה דרך דקהילתינו הקדושה, וואס טראץ זיין אייגענע מלחמה ביז די ניינציג האט זיך הערשט יעצט געענדיגט, איז ער במשכ'ן לאנגן וועג געווען גרייט ארויסצוהעלפן יעדען איינעם בלי שום יוצא מן הכלל מיט סיי וואס, און זיינע ווארימע דברי חיזוק האט שוין אסאך אידן דא ארויסגעהאלפן. נישט אומזיסט האט ער באקומען א בלויע בעקעטשע, תכלית דומה לים וים לרקיע וכו'.

זאל אים השי"ת געבן א ברכה כוללת, געזונט פרנסה נחת און אלעם גוט'ן, און ער זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין כרצונו הטוב.

*

מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו, ס'איז דא א חלק פון ארויפגיין, און דערצו איז אויך דא א חלק פון זיך האלטן, יקום במקום קדשו, בלייבן שטיין ווי א העלד בקדושה. און פאר דעם זענען דא עצות, נקי כפים ובר לבב וכו' ואימר בה מילתא.

חכמינו ז"ל האבן אונז געזאגט אז תורה נמשלו למים, אזוי ווי וואסער גייט נאר למקום נמוך, אזוי אויך איז תורתינו הקדושה והנעימה, דאס גייט נאר און האלט זיך נאר ביי איינעם וואס האלט זיך קליין.

מי"ם איז גימ' 90, מה מים הולך ממקום גבוה למקום נמוך, יעדעס מאל וואס מ'האט געדארפט ארויסשרייבן דעם ווארט "נפלתי" איז עס געווען א נידערלאגע, אבער כי ממנו נקח לעבוד את ה', דורך דאס וואס מ'האט זיך משפיל געווען עד לעפר למקום נמוך, און ארויסגעזאגט דעם אמת, האט מען זוכה געווען צו מי"ם, צו די ניינציג טעג, צו האבן ריינע טעג!

און א אינטערסאנטע זאך, די מילו פון די אותיות מ' י' מ', באטרעפט די זעלבע ווי דער אות אליין. מ' האט א מילו פון א מ', איז דאך פשוט 40=40, און י' איז דער מילו ו"ד, 10=10. דאס איז אין איינקלאנג וואס מיר האבן פריער געברענגט פונעם הייליגן תפארת שלמה אז דער סיום איז פונקט ווי דער גאנצע זאך, ודו"ק.

ומי יקום במקום איז סופי תיבות מי"ם, ווייל ווען מ'האלט שוין נאך די ניינציג דארף מען זיך אויך קענען דערהאלטן. און פאר דעם דארף מען צוקומען צום נקי כפים ובר לבב. און וואס הייסט בר לבב? לבב איז בגימ' דל, ווען מ'האלט זיך אינאיינעם מיט די אנדערע וואס זענען נאך בבחינת דל, איז מען א בר לבב.

נישט ווייל כ'בין חושד אז דער רב און זיינע חברים וועלן אונז איבערלאזן, נאר כ'וויל זיי בעטן אז זיי זאלן ווייטער מחזק זיין אלע אנדערע חברים ביתר שאת וביתר עוז. און מיט דעם וועלן זיי זוכה זיין אז ס'וועט ביי זיי מקיום ווערן דעם ומי יקום במקום קדשו, צו בלייבן שטיין פעסט אויפ'ן לייטער פון קדושה וטהרה.

הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו נא בעדי, זעהט אז איר זאלט נישט דערווייטערט ווערן פון אונז, נאר מיר זאלן אינאיינעם שפאנען אויפ'ן לייטער פון קדושה. האט אונז אינזינען אז מיר זאלן אויך דארט אנקומען, און אינאיינעם וועלן מיר זיך בקרוב פרייען בשמחתן של ישראל, אמן!

זאל דער רבוש"ע העלפן אז מיר זאלן אלע זיין ריין,
האבן ריינע מעשים,
ריינע מחשבות,
ריינע דיבורים,
און מיט אונזערע לויטערע ריינע צובראכענע הערצער וועלן מיר טאנצן קעגן משיח גאר בקרוב בב"א.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 10:58 pm

געוואלדיג!! רבי שמעלקע, ברענגטס נאך!

------
כ'טראכט צו מיר, ס'איז משונה'דיג די צוויי הפכים וואס אינטערנעט האט צוגעגעבן פאר די וועלט,
ו ס'העלפט אזוי שטארק ארויס ביידע , דעם יצר הרע אונעם יצר טוב, פלאי פלאים!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 11, 2013 12:28 am

זייער פשוט, עס דארף זיין זה לעומת זה, מען זאל נישט ח"ו פארלירן די בחירה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מוצ"ש ינואר 12, 2013 8:01 pm

derech eretz האט געשריבן:געוואלדיג!! רבי שמעלקע, ברענגטס נאך!

------
כ'טראכט צו מיר, ס'איז משונה'דיג די צוויי הפכים וואס אינטערנעט האט צוגעגעבן פאר די וועלט,
ו ס'העלפט אזוי שטארק ארויס ביידע , דעם יצר הרע אונעם יצר טוב, פלאי פלאים!

ליידער האט עס גאר ווייניג יצר טוב. עס איז אזוי קליין אז עס איז נישט נראה לענים.
וויפיל שלעכטס אינטערנעט האט געברענגט אז די טוב איז יצא שכר בהפסידו,
זאל די אייבירשטער העלפן אז אידן זאלן אמאל זוכה זיין צו האבן פרנסה אן דעם אינטערנעט,
אדער זאל דער רבוש״ע אויסלעשן די חרב המהפחת אינערהאלב די אינטערנעט.
איך מיין אז עס ניטאמאל דא א מיעוט המצוי וואס איז אויסגעשטיגן אין עבודת השם דורך די אינטערנעט.
ליידער אז מיר מיזן זיך באניצען דערמיט פראבירט מען דאס בעסטע ארויסצונעמען, אבער לא יעלה על דעת
האדם אז דאס איז זה לעומת זה און אז דער יצר טוב געפינט זיך דארט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מוצ"ש ינואר 12, 2013 9:37 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:א מוראדיג שטיקל פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א וואס כ'האב געאימעילט און זיי האבן געפאוסט (כ'מוז ברענגן די לינק בלית ברירה, אבער ס'איז אנדערש ווי אנדערע ווי איר וועט זעהן)

כה לחי!
שמעלקא טויב האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:הרה"ג הצדיק המקובל והמשפיע רבי שמעלקא טויב שליט"א!!!

דערפרייסט מיר דאס הארץ............

ווייסט איר אפשר ווי\ווען די אויבן דערמאנטע דרשה פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי איז ארגינעל געזאגט\געהאלטן\געהערט געווארן?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש ינואר 12, 2013 9:40 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:געוואלדיג!! רבי שמעלקע, ברענגטס נאך!

------
כ'טראכט צו מיר, ס'איז משונה'דיג די צוויי הפכים וואס אינטערנעט האט צוגעגעבן פאר די וועלט,
ו ס'העלפט אזוי שטארק ארויס ביידע , דעם יצר הרע אונעם יצר טוב, פלאי פלאים!

ליידער האט עס גאר ווייניג יצר טוב. עס איז אזוי קליין אז עס איז נישט נראה לענים.
וויפיל שלעכטס אינטערנעט האט געברענגט אז די טוב איז יצא שכר בהפסידו,
זאל די אייבירשטער העלפן אז אידן זאלן אמאל זוכה זיין צו האבן פרנסה אן דעם אינטערנעט,
אדער זאל דער רבוש״ע אויסלעשן די חרב המהפחת אינערהאלב די אינטערנעט.
איך מיין אז עס ניטאמאל דא א מיעוט המצוי וואס איז אויסגעשטיגן אין עבודת השם דורך די אינטערנעט.
ליידער אז מיר מיזן זיך באניצען דערמיט פראבירט מען דאס בעסטע ארויסצונעמען, אבער לא יעלה על דעת
האדם אז דאס איז זה לעומת זה און אז דער יצר טוב געפינט זיך דארט.


נו שוין, גוט מארגן. דאס איז דאך דער חורבן הדור וואס אויב מען וועט זיך נישט באצייטנס כאפן ביים קאפ, וועט עס חלילה זיין א תקלה און א חורבן לדורות. זאל דער אייבישטער אפהיטן.

די האפענונג איז נאך אלס אז ביום מן הימים וועלן די מנהיגי הדור ענדליך עומד זיין אויפן געפערליכן אומבאלאנס וואס גייט פאר ברחבי הרשת, ווען די צד הטומאה און סטרא אחרא איז דא מיט אלע קליפערלעך און איר גאנצע גלאנץ, און די צד הקדושה איז קוים וואס מען זעט איר, אויב בכלל. און דאס אלעס צוליב א אוטדעיטעד אילוזיע אז מען קען דעם אינטערנעט איגנארירן און איר אויסשליסן פון אונזער לעבן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג ינואר 14, 2013 8:46 am

שטרוי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:א מוראדיג שטיקל פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א וואס כ'האב געאימעילט און זיי האבן געפאוסט (כ'מוז ברענגן די לינק בלית ברירה, אבער ס'איז אנדערש ווי אנדערע ווי איר וועט זעהן)

כה לחי!
שמעלקא טויב האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:הרה"ג הצדיק המקובל והמשפיע רבי שמעלקא טויב שליט"א!!!

דערפרייסט מיר דאס הארץ............

ווייסט איר אפשר ווי\ווען די אויבן דערמאנטע דרשה פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי איז ארגינעל געזאגט\געהאלטן\געהערט געווארן?


די דרשה איז געזאגט געווארן פאראיאר אין ביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל, דאכט זיך ביום ב' וארא, כ'האב דעם סידי און פון דארט נעם איך עס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מוצ"ש ינואר 19, 2013 11:29 pm

יישר כוחכם.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 11:03 am

אה שכח ר' שמעלקא
פארן אהער ברענגן די סחורה אביסל אהער
חזרה איז דאך נישט קיין קלייניקייט.......

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 17, 2013 12:39 am

א ריזיגע ש'כח הרב הצדיק הגאון רבינו ר' שמעלקא שליט"א, פארן אהערברענגען די הערליכע דברים של טעם! איך האלט יעצט אויכעט אינמיטן די "תשעים נקיים" רייזע, אבע ר כ'בין דערוויילע נישט אנגעקומען צו מיר אביסל אריינלייגן צו ליינען און שרייבן אינעם הד"א פארומען [מ'דארף זיך טאקע נעמען די צייט דערצו...] , און דיינע ווערטער דא האבן מיר באמת מרגש געווען און מחזק געווען!!!
האלט עס ווייט ער אן!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 6:02 pm

הרב שמעלקא פארוואס זאגסטו אז מען זאל נישט אהינגיין?? חיזוק קען קיינמאל נישט שאטן ..
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:10 pm

וואטיצעך האט געשריבן:הרב שמעלקא פארוואס זאגסטו אז מען זאל נישט אהינגיין?? חיזוק קען קיינמאל נישט שאטן ..

ס'שטייט דארט צו סאך וועגן די שלעכטע חלק פון וואס די אלע אידן וואס פלאגן זיך גייען אדורך!!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 1:04 pm

וואטיצעך האט געשריבן:הרב שמעלקא פארוואס זאגסטו אז מען זאל נישט אהינגיין?? חיזוק קען קיינמאל נישט שאטן ..


ווייל איך בין שוין דארט געווען...

ערענסט גערעדט, כ'האב זיך געדרייט דארט אסאך, ס'איז א דבר גדול מאד, אבער ס'איז נישט געמאכט פאר יעדען איינעם, יעדער דארף חיזוק אבער יעדער דארף אנדער סארט חיזוק. א קאר דארף געהעריגע געז און א טראק דארף דיזעל!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 1:17 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:א קאר דארף געהעריגע געז און א טראק דארף דיזעל!

;l;p-
זייער א פאסיגער משל!

און לייג צו.. אז אויב לייגט מען דיזעל אין א קאר, קען עס גיין קאליע...
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 1:34 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:הרב שמעלקא פארוואס זאגסטו אז מען זאל נישט אהינגיין?? חיזוק קען קיינמאל נישט שאטן ..


ווייל איך בין שוין דארט געווען...

ערענסט גערעדט, כ'האב זיך געדרייט דארט אסאך, ס'איז א דבר גדול מאד, אבער ס'איז נישט געמאכט פאר יעדען איינעם, יעדער דארף חיזוק אבער יעדער דארף אנדער סארט חיזוק. א קאר דארף געהעריגע געז און א טראק דארף דיזעל!

בזה יובן מה שהרבה תגובות שם מסיימים "קיעפ אן טראקינג"...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 4:57 pm

אבער וואס טוט א מענטש וואס ווייסט ניטאמאל וואסערע סארט חיזוק ער דארף זוכט מען ווי עס לאזט זיך, נישט אזוי !?
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 4:59 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
וואטיצעך האט געשריבן:הרב שמעלקא פארוואס זאגסטו אז מען זאל נישט אהינגיין?? חיזוק קען קיינמאל נישט שאטן ..

ס'שטייט דארט צו סאך וועגן די שלעכטע חלק פון וואס די אלע אידן וואס פלאגן זיך גייען אדורך!!


נא די מציאות איז דאך אז מען גייט אדורך שוועריקייטן, וואס האסטו געוואלט מען זאל רעדן פון א ענין און עס נישט אויסשמועסן ??!!
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט