בלאט 1 פון 2

יעצט אז ראמני האט געוואונען!... וואס ווייטער?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:07 pm
דורך זאלץוואסער
יעצט אז מיר האבן מיט ראמני אלס דער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיט'ס בלייבט אונז נאר איבער צו זעהן און שמועסן וואס צו ערווארטן פון דעם פרעזידענט עלעקט.

אה! לאמיר אנהייבן! די ערשטע זאך איז דאך די עקאנאמיע. דאס מיינט אז הודו לד' פון היינט אין ווייטער וועט:
מקוה געלט זיין נאר 1.50
געז גייט אראפ גיין צו 2.50 א גאלאן
מילך גייט צוריקגיין צו די עפאכע פאר די גענודלטע קיען
און ברויט גייט צוריק צו די עפאכע פון פאר די אייער פראבלעמען.
בלובערי'ס וועלן ווערן צוריק ביליג באלד ווי בלעקבערי'ס וכו'.

דאס איז די ערשטע זאך וואס מיר האבן אויפגעטוהן מיט א ראמני געווינס.

והשנית: איז די שטייערן פראבלעם אין אמעריקע

פון היינט אין ווייטער, (איך מיין פון יאנואר דעם 20סטן נאך די אינאגוראציע פון דעם נייעם פרעזידענט) וועט שטייערן אראפגיין צו 9 פראצענט פלעט פאר יעדעם.

סעיל'ס טעקס וועט ווערן פארבאטן, און איינער וואס וויל דוקא צאלן סעילס טעקס וועט עס מוזן טון אין טשיינע.

מ'וועט טיילן אומזיסט טעקס ריטוירן געלט, אפילו עס איז נישטא בכלל קיין טעקס אין ערשטן פלאץ.

דיוס און מעמבערשיפ אין אלע קהלות וועט אראפגיין צו 100 דאללער א יאר פער משפחה.

טאלל ביי די בריקן און טונעלן וועלן זיין פארבאטן, און די וואס האבן איזי פעס וועלן יעדע'ס מאל באקומען א קוואדער ביים דורכפארן. און אין די HOV ליניע וועט מען באקומען 50 סענט.


וואס נאך? די אויסערן פאליטיק!

יעצט אז מיר האבן א ריכטיגן קאנסערוואטיוו (?) אין אפיס, קען מען זיין זיכער אז:

די יו ען וועט ערנסטער נעמען די איראנער קריזיס, און נעקסטע וואך אנגעהויבן וועלן די באמבע זוכער זיך ווידער אראפלאזן אויף איראן און מאכן ריכטיגע חקירות צו זעהן ווי מ'האלט מיט זייערע נוקלעארע טרוימינגען.

מ'קען זיין זיכער אז יעצט וועט שוין די מדינה האבן א געהעריגן שלום מיט די פאלאסטינער.

אסאד וועט מארגן רעזיגנירן פון אמט

מובאראק וועט לכאורה ווערן פארדאנירט אין מצרים

און רב גראסס קומט אהיים פון קובא

אסטרייכער קומט אהיים פון באלאני לאנד.

בקיצור. מיר זענען ב"ה אנגעקומען צום זה היום קיונו לו, און מיר דארפן אלע דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז ער האט געראטעוועט אונזערע דורות, און נישט צוגעלאזט אז דער הויכע"ר שווארצער זאל אונז פארפירן ווייטער.... וואס זאגסטו?.... איך הער נישט?..... ווער? נישט געוואונען? ווער האט נישט געוואונען? (איין מינוט אייוועלט! איך קום שוין צוריק!)

זאגט מיר דא איינער אז דער ראמני האט באמת נישט געוואונען. שוין! טעות לעולם חוזר! לאמיך איבערקוקן די ליסט און זעהן וואס מ'גייט דערלייגן.... מממממממ ..... איך זעה נישט עפעס סיריעס. איך מיין אונז וועל מיר ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און בעטן דעם אייבערשטן פאר שלום מלכות, און נישט פירן די וועלטס דאגות.

איך קום אריין אין א ביהמ"ד היינט און איך הער ווי א אינגערמאן דרוקט זיך אויס עפעס לשונות ווי איינער וואס האט פארלוירן זיין גאנצע האפענונג נעכטן נאכט. און איך וואונדער מיך צו מיר אליינס. וואס איז געשען מיט אונזער דור? ווען האבן אידישע קינדער אנגעהויבן אזוי צו פארכישוף'ט ווערן אין א פרעזידענט קאמפיין?

יא איך ווייס! עס איז "טאלק שוי" און אנדערע מער וויזשועל שאו'ס וואס איז היינט די טאן געבער אין די בתי מדרשים. מ'ברענגט אריין דעם גאנצן גוי, אזוי ווי ער שטייט אין גייט אין ביהמ"ד אריין. עס איז א בושה און א חרפה.

איך הער א אינגערמאן רעדן מיט גאנצע הסברים פארוואס אבאמא האט נישט קיין טשענס, און ער ברענגט נאמבער'ס פאקטן און פיגור'ס, און נאכדעם הער איך א צווייטן אויף די אנדערע זייט, איבערזאגן דעם זעלבן דרשה ווארט ביי ווארט, און איך וויל וויסן ווי האבן עס ביידע אזוי פונקטליך געהערט אדער געליינט? אדער געזעהן?

טייערע פריינט, עס איז צייט צו בארואיגן די זארגן איבער די אמעריקאנע פאליטיק, עס וועט נישט העלפן קיין ראמני אדער אבאמא ווייל לב מלכים ושרים ביד ד' נישט קיין חילוק ווער עס איז ביים שטייסל. און אויב רעדט איר זיך איין איין מינוטקעלע אז אויב א צווייטער וואלט געווען פרעזידענט וואלטן מיר נישט געווען אזוי טיעף באגראבן (איך מיין נישט "מיר" איך מיין אמעריקע, ווייל איך אליינס בין ווייט נישט באגראבן, איך האב א שיעור יעדן טאג, איך האב ב"ה פרנסה, און איך האב אייגענע פאליטיק ביי אונז אין ביהמ"ד) דאס איז אן אבסאלוטער דמיון.

די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז יעדער ווייסט אז עס איז דמיון ע"ג דמיון און יעדער ווייסט אז אין יעדן אלעקשאן סייקל ווערן געדרש'ט די זעלבע דרשות, דער וואס איז דערין זאגט מיר דארפן צייט, דער וואס איז פון דרויסן זאגט מיר דארפן א טויש, און ווען מ'פאלט דורך אינגרויסן איז דער דורכגעפאלנער ביזי געבן פוילע תירוצים, און דער אפאזיציע זיצט און פארפירט ווי די וועלט עקט זיך ווען.

לאמיר געדענקן אז מיר זענען אידן בני אברהם יצחק ויעקב, און אויף איין פרעזידענט ווארטן מיר! אויפן מלך המשיח! און ביז אהין זענען מיר מתפלל פאר דעם שלום מלכות און אז אידן זאלן ח"ו נישט געשעדיגט ווערן דורך די אקאנאמיע אדער אויסערן פאליטיק וכו'.

זייט מיר אלע געזונט און אנטשולדיגט מיר פארן נעמען א שטעלונג אין פאליטיק, אבער עס טוט מיר וויי שריי איך...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:13 pm
דורך מי יודע
זאלציג אווי אלעמאל

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:21 pm
דורך גלייכגילטיג
יישר כח!

דיינע ארטיקלן זענען יעצט וויכטיגער ווי סיי ווען! דער עולם איז צוגעלייגט מ'מוז ראטעווען די מצב.

הייב אן צו גיסן די זאלץ וואסער אויף די אפענע וואונדן..... און שלעפ ארויס די חברה פונעם שווארצן גריב וואס מ'האט זיך אריינגעגראבן..

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:26 pm
דורך אזוי צו אזוי
וואס זאל איך דיר זאגן זאלצי?!!!

בוזט אייביג גוט מיט דיין היומעריסטישע שפארך, אבער יעצט איז דיין תוכן, דיין כוונה, גאר גוט, בפרט מיט דיין היומעריסטישע מהלך.

דיין פוינט איז ליידער זייער אמת, עס ווייטאגט צו זעהן ווי דער עולם גולם טינקט זיך אין די גוי'אישע פאלטיק.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:29 pm
דורך ווינקל
גיוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! מיינע מחשבות זענען דורכזיכטיג?

זאלצי! כה לחי!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:42 pm
דורך שנאפס
אמת ויציב

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:53 pm
דורך מאנ-יימער
אזוי צו אזוי האט געשריבן:וואס זאל איך דיר זאגן זאלצי?!!!

בוזט אייביג גוט מיט דיין היומעריסטישע שפארך, אבער יעצט איז דיין תוכן, דיין כוונה, גאר גוט, בפרט מיט דיין היומעריסטישע מהלך.

דיין פוינט איז ליידער זייער אמת, עס ווייטאגט צו זעהן ווי דער עולם גולם טינקט זיך אין די גוי'אישע פאלטיק.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:59 pm
דורך דער תהילים איד
שכוטח זאלצי פאר די אויפריכטיגע רייד, אזוי זאלציג אראפגעלייגט! א_ווי אלעמאל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 4:18 pm
דורך אנעים זמירות
זייער שיין ארויסגעברענגט. אין אמת'ן אריין איז דאך ממילא נישט קיין נפק"מ ווער עס זיצט אויפען בענקל ווייל מער-ווייניגער טוהן אלע אייניג: דעם ערשטע טערמין דאגה'ט מען וויאזוי מען ווערט ווידער ערוועלט און ביים צווייטען טערמין וויאזוי מען לעבט אין שוואוילטאג אהן אויסרופען צופיהל האס בכדי מען זאל נישט פאראייביגט ווערן אלץ קארופטירט אדער לא יוצלח (אדער ביידע). פאליסיס ווערן אלגעמיין געשאפען און אויסגעפירט דורך די סטעף און דער יושב על הכסא איז נישט מער ווי זייערע אמצעי פארצושטעלן די פאליסי צום פובליקום.

דאס איז נאר מכח פאליטיק, אבער אויסער דעם ווייסט דאך א יוד סתם אזוי אז כביכול מוז נישט צוקוקמען צו קיינעמ'ס הילף און פונקט ווי ער האט אונז געפירט עד הנה וועט ער ווייטער האלטען די רעכטע האנט ביז משיח'ס טאג. אין גיכען. אמן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 4:32 pm
דורך יוסף שרייבער
האמת אגיד אז איך האב עטליכע מאל אריינגעקלערט אז דער פארמעסט אשכול איז אנגעקומען צו צוויי הונדערט זיבעציג בלעטער! לדעתי איז דאס א שטיקעל חרפה און בושה ווי שטארק מען ליגט אין די הוילע שטותים, און נאך דערצו מינוט ביי מינוט סעקונדע ביי סעקונדע כאילו עס איז עפעס פון די דברים העומדים ברום המעלה נאר ווער בין איך צו מוסר'ן די חשובע חברי הפוליטביורא, אבער אולי זיך אנכאפען בשולי גלימת הרב זאלצי מ"מ דמתא מעך איך.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 4:40 pm
דורך ידיד
געוואלדיג גוט און קלאר ארויסגעברענגט!! סיי די ערשטע חלק (חחחחחחחחח...) און סיי די צווייטע מוסר חלק, שרייב נאך!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 4:51 pm
דורך שלעפשיץ
פפייייייןן
ערשטע גוטע אשכול וועגן די וואלן ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 5:17 pm
דורך הערליך
אזוי טוט א איד? גיסן זאלץוואסער אויף די אפענע וואנדן?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 5:32 pm
דורך פליגל
הערליך האט געשריבן:אזוי טוט א איד? גיסן זאלץוואסער אויף די אפענע וואנדן?

אין זאלץ אחר זאלץ אלא לרבות... (כ'מיין למתיקא)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 5:41 pm
דורך שאהן הענניטי
איך האב זיך געבעטן צו זאלצי זאל אריינקומען אין פאליטיק זיך לאזן הערן אביסל...יעצט זעה איך טאקע אז ס'האט זיך געלוינט אים צו האבן דא.
ווער האט געקלערט אז ראמני האט געוואונען די וואלן, אהן דיר זאלצא וואלטן מיר געבבליבן מיטן ביטערן טעם אין מויל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 5:46 pm
דורך שמן זית
מלח ושמן בחדא שיטא אזלי,

הצד השוה שבשניהן, ביידע לייגט מען אין פאפקארן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 7:37 pm
דורך יגרסהדותא
געוואלדיג.

פארדעם אליין האט געלוינט די וואלן..!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 8:04 pm
דורך געלעגער
א טיפישע ערשיינונג. איך ליין א זאלץ וואסער ארטיקל און איך שמייכל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 9:50 pm
דורך מחותן
יגרסהדותא האט געשריבן:געוואלדיג.

פארדעם אליין האט געלוינט די וואלן..!



WOW צילוב די אשכול ביסט גרייט צו האבן אבאמא פאר נאך 4 יאר....??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 2:30 pm
דורך ווינקל
יוש, איך האב דען אבאמא... ליין איבער נאכאמאל פון אנפאנג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:23 pm
דורך גליון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:33 pm
דורך גליון
ראמני פרעזידענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 10:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
זאלצי, כאב געליינט, געלאכט און הנאה געהאט... אה, כאב הנאה אז דו פרעגסט... למעשה ליינעך לעצטענס נישט קיין סאך דא, אבער איינער האט מיר געזאגט אז ס'דא גוטע סחורה איך זאל אפיהרזוכן דעם אשכול... און כאניש קיין חרטה דערויף!

קיפיראפ!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 10:21 pm
דורך משנה מקום
ידיד האט געשריבן:געוואלדיג גוט און קלאר ארויסגעברענגט!! סיי די ערשטע חלק (חחחחחחחחח...) און סיי די צווייטע מוסר חלק, שרייב נאך!!!!

אבער מיין מאמע פלעגט אלעמאל זאגען ענדערשער גוישע פאליטיק ווי אידישע ביידע נישט אבער פין גוישע קען מען זיך נישט אזוי אפבריען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 10:22 pm
דורך געלעגער
וואס?? וויכי ליינט שוין אויך נישט??

אבאמא.. וואס האסטו געטון??? אוי וויי...