עורו ישנים משנתכם - היכי דמי???
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2012 3:20 pm
א גוטן אייך טייערע ידידים.
די מנהג איז חודש אלול בלאזט מען שופר אויף צו וועקן אונז אידן אז מען זאל מיר זיך אומקערן צו אונזער גרויסן טאטן אין הימל. "עורו ישנים משנתכם" וועקטס אייך אויף ליבע ברודערלעך, לאמיר זיך אומקערן, השבינו אבינו לתורתך, מען בעט פון אונזער געטרייער פאטער ער זאל אונז העלפן וואס אלמלא עוזרו וואלט מען נישט געקענט מנצח זיין און מבער זיין דעם יצר הרע מקרבינו.
דעם "עורו ישנים משנתכם" האט א כלליות'דיגע פשט און א פרטיות'דיגע פשט. די כלליות'דיגע פשט האב מיר יעצט געשמועסט. מען בעט פון באשעפער, העלף אונז זיך אויף וועקן, גיב אונז די הרהור תשובה פון דעם בכל יום ויום בת קול יוצאת, העלף אונז אז די הרהור תשובה זאל אנהאלטן אביסעלע לענגער ווי עטליכע רגעים, מען זאל מיר זוכה זיין צו מאכן דערפון א תשובה שלימה לפניך.
די פרטיות'דיגע פשט איז אין יעדער דור און דור ברויכן מיר זיך אויפוועקן פון "אונזערע" נסיונות, יעדן דור מיט זיינע אייגענארטיגע נסיונות. נו, אז מען בעט גאט ער זאל אונז העלפן זיך אויפוועקן און זיך צוריק קערן צו אים, טוט דאך אודאי די באשעפער וואס יעדער געטרייער פאטער טוט, און ער העלפט אונז ארויס אין אונזער מצב און העלפט אונז זיך אויף וועקן.
אבער ווי אזוי???
די פראגע ציפט דאך אזוי שטארק! ווי אזוי העלפט אונז דער אויבערשטער זיך אויף וועקן?
עס איז דא א באקאנטער משל. אן עושר איז אמאל געווארן אויסגעשפארט אויף א דאך פון א גרויסן טורעם, האט ער געוואלט מענטשן זאלן וויסן אז ער איז דארט און אים קומען אויסלייזען. ער האט געהאט מיט זיך דריי טייערע מטבעות, האט ער אראפ געווארפן די ערשטע מטבע, האט ער געעהן ווי א פארשוין שפאצירט דורך און ער בייגט זיך אנידער, הייבט אויף דעם מטבע און גייט ווייטער זיין וועג אן טראכטן א רגע און ארויף קוקן פון ווי דער מטבע איז געקומען צו גיין. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ובשלישי, אקוראט דאס זעלביגע האט זיך איבערשעפילט מיט די אנדערע צוויי מטבעות, דורכגייער האבן עס אויפגעהויבן און ווייטער געגאנגען אין וועג. דער עושר ווערט פארצייפעלט און הייבט אן קלערן צו ער וועט נאך בכלל ארויס קומען פון דעם קאשמאר לעבעדיגערהייט. אויבן דארט אויפן דאך איז געוועהן שטיינער גענוג און נאך, האט ער געטראכט צו זיך אז בלית ברירה וועט ער מוזן אראפ ווארפן א שטיין, אפשר וועט דאס איינער באמערקן און אים ארויפקומען אויסלייזן. וכך הוה, ער האט אראפגעווארפן די שטיין און עס איז געפאלן אויף א דורכגייער. דער דורכגייער האט גלייך געהויבן זיינע אויגן זעהן ווער עס האט אים געשאנקן דעם מתנת חינם. ער האט באמערקט דעם עושר אויפן דאך, און ער איז ארויפגעגאנגען אים אראפנעמען.
די נמשל איז דאך מובן מאליו. הקב"ה שיקט אונז קודם די גוטע מטבעות, און אז מען וועקט זיך נישט אויף און מען קוקט נישט ארויף ווער עס האט אונז דאס געשיקט, שיקט ער אונז די שטיינער - טאקע אביסל אומבא'טעמ'ט האפענדיג אז מיט דעם וועלן מיר זיך יא אויפוועקן און קומען נאנט צו אים און אים אויסלייזן און ווערן אליינס אויסגעלייזט.
לאמיר צוריק מישן פון די צווייטע וועלט מלחמה, די אידישקייט איז נישט געוועהן אזוי ווי עס באדארף צו זיין, און עס האט דאן געברויכט א גרויסער תיקון. וואס די שטיינדעלע איז דאן געוועהן איז פשוט, די צווייטע וועלט מלחמה ווי עס זענען ליידער אומגעקומען 6 מיליאן אידן על קידוש השם הי"ד. עס איז שוין געוועהן שמועות פורחת באויר אין אונגארן א שטיק צייט פאר די דייטשען זענען אריין געקומען אין אונגארן אז די דייטשען הרגענען אויס איין שטאט נאכן צווייטען און פוילן, דער עולם האט נישט געגלייבט און מען האט ווייטער געלעבט רואיג על מי מנוחות, וואס דאן האט דער אויבערשטער אראפ געווארפן א גאר גרויסער שווערער שטיין, וואס פון דעם האט זיך שוין כל עובר ושב אונטן אויף דעם וועלטעל אויפגעוועקט. די מלחמה איז אדורך, מען האבן זיך צוריק באקוועם געמאכט דא אין דעם חלקה של עשיו, צוביסלעך אנגעהויבן צוריק צו ווערן פארשלאפן, לאמיר זעהן ווי אזוי די באשעפער האט אונז געטוהן אויפוועקן פון דאן ביז היינט און ליידער ליידער ווי שטארק מיר זענען פארשלאפן.
אידן זענען געקומען קיין אמעריקא נאך די גרויזאמע מלחמה אן קיין לחם לאכול, עס איז געוועהן זייער שווער מיט פרנסה, אבער די באשעפער האט געהאלפן, די עקאנאמיע האט געבליהט ביי אידן, ער האט אונז אראפ געווארפן פון אויבן א גוטע מטבע מיר זאלן ארויף קוקן ווער עס איז דער הזן ומפרנס לכל. ליידער מענשטן האבן נישט אייביג אינאכט גענומען ווער עס איז דער שפייזער, און געלט האט אנגעהויבן ברענגן זייער אסאך פראבלעמען, גאנצעטע משפחות זענען געווארן צוקריגט און חרוב געווארן צוליב געלט סכסוכים.
דער באשעפער שיקט שוין יעצט א שטיינדעלע, די עקאנאמיע הייבט אן גיין מטה מטה, מיטן האפענונג אז מען וועט אינמיטן כאפן דעם רמז און אויפהייבן אונזערע הענט צו דעם אחד יחיד ומיוחד און זאגן "טאטי, אונז גיי מיר שוין זיין וואול און עהרליך". אבער מיר כאפן נישט אזוי שנעל וואס מען וויל פון אונז.
די באשעפער שיקט יעצט די שטיינדעלע פון ביטול מצוות אקוראט ווי אמאל.
תורה, מילה, שבת.
תורה היכי דמי? גיוס בני ישיבות. מילה היכי דמי? מציצה בפה. שבת היכי דמי? די עירוב מהפכה אין סטעטאן איילענד.
די באשעפער האט געשיקט די שטיינדעלעך פון תורה, מילה, שבת. קוקט אויס אונז כאפן מיר נאך אלס נישט. מען הייבט אן זעהן סימנים פון די קומענדיגע שטיינדעלע. אבער! דאס איז א גאר שווערע און שרעקעדיגע שטיינדעלע. דאס איז די "דריטע וועלט מלחמה". יעדער איינער זעהט דאך וואס דא גייט פאר, ארץ ישראל גרייט זיך צו גיין אין מלחמה מיטן צורר כל היהודים איראן. רבותי! דאס איז א רמז און א ווינק פון הימל וואס שרייט "וועקטס אייך אויף בעוד מועד" ווארט נישט ביז ארץ ישראל וועט שלאגן דעם שונא, טוט תשובה פארדעם קערט אייך צוריק צום באשעפער וועט דער אייבערשטער צוריק טוהן מדה כנגד מדה און עס וועט שוין בקרוב זיין ושבו בנים לגבולם אמן

עורו ישנים משנתכם!!!