יוסף שרייבער האט געשריבן:איך מיין מען דארף איינשטעלען א ספעצילע לייק קנעפל דשוסט פאר זאלצי היקר.
מיין באזוך אין קהל מחזיקי הדת אין ניו העמפשיר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
איך שפיר אז איך מוז קלאר שטעלן אפאר זאכן:
מיין ארטיקל איז אבסאלוטלי פאזיטיוולי נישט געמאכט אראפצורייסן נישט דעם ביהמ"ד און נישט ח"ו ר' פנחס אלימלך וועם איך פארהער שטארק, און אודאי און אודאי נישט די גאנצע ניו העמפשיר עס איז איינע פון די שענסטע פלעצער אין די וועלט (איך האב שוין באזוכט אין אסאך פלעצער, און עס איז באמת א איינגענעמע פלאץ)
און אז איר פרעגט מיך, טוט וואס איך טוה, און אויפן וועג אהיים בלאנדזשעט אריין אין ווערמאנט, אין די שטעט און דערפלעך, עס וועט אייך נעמען א שעה לענגער אבער עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט יעדע מינוט, פארגעסט פון די אינטערסטעיט בארינג הייוועי'ס, איר וועט זיין איבערראשט פון די בריאה וואס איר וועט באגעגענען אין ווערמאנט, וואס איז אין א געוויסן זין נאך שענער פון ניו העמשיר, עס האט נאר נישט דעם באחן'טן ביהמ"ד (און איך זאג דאס מיטן פולסטן ערנסטקייט)
דער ביהמ"ד איז א מקום תורה, ותפלה, און עס שפרודלט אגאנצן טאג, און אלעס וואס מ'קען דארפן איז אהער געשטעלט אויפן שענסטן אלטסטן אופן.
העווינג סעד דעט: נאך אלס איז זייער אסאך ענינים קאמיש, און עס איז היבש צום לאכן.
למשל די פארטש איז שיעף צו די ווילסט צו נישט, עס איז שיעף,
מיין קאווע האט זיך איבערגעדרייט צו די ווילסט צו נישט, עס האט מיך געקאסט נאך 75 סענט
מיין הוט איז אראפגעפלויגן ווען איך בין דורך דעם טיר ביים פאליש (בל"נ)
עכ"פ צום פאוינט, ס'איז א גוט פלאץ און עס ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט דערויף און איך קוק דערויף פון א הומאריסטישן שטאנדפונקט...

חייקל האט געשריבן:דער זאלץ וואסער איז שוין גארנישט אזוי זאלציג.
שרייבט פיין, מאלט אראפ סצענעס מיט לעבעדיגע פארבן, אזש עס דאכט זיך מען געפונט זיך אויפ'ן ארט.
אבער ווי "לאו דוקא" האט שוין מקדים געווען איז עס "לאו דוקא", עס איז א דוקא פיין באטעמט פלאץ, טראץ די אלטקייט און קאמישע אבזערוואציעס, הלואי אויף אלע וואקאציע דעסטינאנציעס אזא פיין צוגערישט ביהמ"ד מקוה און קיאסקעל, אפילו פאר די "מחירי מלך" פרייזן.
איך האב נאך ב"ה הנאה געהאט און פיין פארברענגט ביי יעדעס פון מיינע כמעט יערליך באזוכן אין "ניו העמפשער", די געשמאקע ריינע לופט, די רואיגע אטמאספערע, די הערליכע נאטור אויסקוק - מה רבו מעשיך ה' - פון אלע זייטן ארום און ארום.
אויסער נעבאך דאס איינע מאל, ווען דער טייערער זיסער ר' אברהם יצחק הויער ז"ל איז אזוי טראגיש אומגעקומען אין וואלד, מיר האבן - פונאנדערגשיידט - נאך יענעם אינדערפרי געשמאק פארברענגט מיט עם אין ביהמ"ד, אינאיינעם מיט מיין נאנטן ידיד מיט וועמען כ'בין געפארן אינאיינעם, און כ'קען נישט פארגעסן ווען זיין פרוי - היינט הרבנית הצוה"ח אשת חבר הרה"ק מטאהש שליט"א - איז אראפגעקומען טאקע די "שטיגן" פון וועלכע זאלץ-וואסער רעדט - און געמאלדן פאר'ן עולם אין ביהמ"ד אז ער איז פארלוירן געווארן אויף א שפאציר, און קיינמאל נישט אהיימגעקומען, מיר זענען געווען פון די ערשטע זיכערס, און פון די וואס האבן אנגעדררייט די זוך אקציע, וואס האט זיך ליידער נישט גוט געענדיגט הש"י, יהא זכרו ברוך.
לסיים בדבר טוב, ניו העמפשיר אז זייער א געאייגענט ארט פאר די וואס פארן נישט אויפ'ן גאנצן זומער, נאר אויף עטליכע טעג א.ד.ג. און דאס ביהמ"ד גיט פיל צו דערצו, כאטש מ'דאווענט שוין היינט אין עטליכע אנדערע ערטער אויך.
ס'איז דארט אויך דא אסאך ווי ארומצגיין שפאצירן, (פאר די קינדער און די בני בית'ס וועגן שטייטצעך.... פאר זיך? נעה! נפשי חשקה בתורה..)
אלעסנפאלס א דאנק אייך פאר'ן שרייבן, און זייט ממשיך מיט אייערע פיינע ארטיקלן.
הק' חייקל - מלפנים תושב דפה ק"ק קרעטשמע, וכעת גר אנכי עמכם
ר' חייקל! עס זעהט אויס ווי איר לויפט פאר מעיאר אין ניו העמפשיר. מיר וועלן אלע וואוטן פאר אייך....
אל כבוד הרב זאלץ וואסער
כ'אה דיך נישט געמיינט אראפצורייסן און מ'מעג אמאל אביסל בא"זאלצן" און באציקערן די זאך אויך ובפרט ווען דער עולם האט הנאה וגם אני בתוכם
כ'האב נאר געפילט פאר וויכטיג קלארצושטעלן פאר די וואס ווילן אהינגיין אז טראץ די אלע חסרונות - בעסער געזאגט מעלות... איז עס ב"ה א פיין ביהמ"ד מיט אלע רוחניות'דיגע און אפי' גשמיות'דיגע צוגעהערן

זאלץוואסער האט געשריבן:איך שפיר אז איך מוז קלאר שטעלן אפאר זאכן:
מיין ארטיקל איז אבסאלוטלי פאזיטיוולי נישט געמאכט אראפצורייסן נישט דעם ביהמ"ד און נישט ח"ו ר' פנחס אלימלך וועם איך פארהער שטארק, און אודאי און אודאי נישט די גאנצע ניו העמפשיר עס איז איינע פון די שענסטע פלעצער אין די וועלט (איך האב שוין באזוכט אין אסאך פלעצער, און עס איז באמת א איינגענעמע פלאץ)
און אז איר פרעגט מיך, טוט וואס איך טוה, און אויפן וועג אהיים בלאנדזשעט אריין אין ווערמאנט, אין די שטעט און דערפלעך, עס וועט אייך נעמען א שעה לענגער אבער עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט יעדע מינוט, פארגעסט פון די אינטערסטעיט בארינג הייוועי'ס, איר וועט זיין איבערראשט פון די בריאה וואס איר וועט באגעגענען אין ווערמאנט, וואס איז אין א געוויסן זין נאך שענער פון ניו העמשיר, עס האט נאר נישט דעם באחן'טן ביהמ"ד (און איך זאג דאס מיטן פולסטן ערנסטקייט)
דער ביהמ"ד איז א מקום תורה, ותפלה, און עס שפרודלט אגאנצן טאג, און אלעס וואס מ'קען דארפן איז אהער געשטעלט אויפן שענסטן אלטסטן אופן.
העווינג סעד דעט: נאך אלס איז זייער אסאך ענינים קאמיש, און עס איז היבש צום לאכן.
למשל די פארטש איז שיעף צו די ווילסט צו נישט, עס איז שיעף,
מיין קאווע האט זיך איבערגעדרייט צו די ווילסט צו נישט, עס האט מיך געקאסט נאך 75 סענט
מיין הוט איז אראפגעפלויגן ווען איך בין דורך דעם טיר ביים פאליש (בל"נ)
עכ"פ צום פאוינט, ס'איז א גוט פלאץ און עס ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט דערויף און איך קוק דערויף פון א הומאריסטישן שטאנדפונקט...
יא יא, איך קען אויך מעיד זיין, איך האב אויך איינמאל אריינגעבלאדזשעט אין ווערמאנט
מה רבו מעשיך ה'!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן:יא יא, איך קען אויך מעיד זיין, איך האב אויך איינמאל אריינגעבלאדזשעט אין ווערמאנט
מה רבו מעשיך ה'!!!
אפאר יאר צירוק אויפן וועג אהיים פון ניו העמפשיר האב איך נישט אריינגעבלאנדזשעט קיין ווערמאנט, נאר אויפן וועג אהין ווען כ'האב מיך אפגעשטעלט אין א Welcome Center אין ווערמאנט האב איך שוין לכתחילה געבוקמארקט דעם ווערמאנט אויף אפצושטאטן א קורצע באזוך.
איך בין טאקע ארויסגעפארן היבש פריער פון ניו העמפשיר און כ'האב מיך אפגעשטעלט אויף אפאר געשמאקע פלעצער פארמס, לעיקס וכדו' מיט שיינע views, כ'וואלט ווען דארט געבליבן פאר א טאג צוויי צו באזוכן די גרין מאונטענס (וועלכע איז נאך געווען באדעקט מיט היבש ביסל שניי) ווען נישט ס'אידענע האט זיך שוין געוואלט זעהן אינדערהיים.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
זייער פיין געשריבן,
זייער זיס צוקליבן,
איך האב מיך מיט א שמייכל צוריבן,
און מיט א גוטן זאלציגן טעם געבליבן,
שכוח פאר מהנה זיין די מסובין,
זייער זיס צוקליבן,
איך האב מיך מיט א שמייכל צוריבן,
און מיט א גוטן זאלציגן טעם געבליבן,
שכוח פאר מהנה זיין די מסובין,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
שאץ מאץ האט געשריבן:זייער פיין געשריבן,
זייער זיס צוקליבן,
איך האב מיך מיט א שמייכל צוריבן,
און מיט א גוטן זאלציגן טעם געבליבן,
שכוח פאר מהנה זיין די מסובין,
זייער שיין געענטפערט
עס קומט פון דיר איז עס אסאך ווערט
רייד פון א חכם ווערט בנחת דערהערט
זאלן אזוינע געלונגענע שרייבערס ווערן געמערט
און ישר כח פארן נישט שרייבן פארקערט
זאל דיר לאנגע זיסע יארן זיין באשערט
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
אויפן וועג אהיים אין מאסאשוטסעס איז דא א בריקל, עס הייסט "The Flower Bridge"
עס איז אויפן 91, און עס איז דא א טאוול אויפן הייוועי, מען פארט אריין בערך 10 מינוט איז דא א בריקל מיט אלע מיני בלומען, ווי אויך איז דא דערנעבן א פלאץ ווי מען מאכט גלאז, און אביסל ווייטער איז דא א לעכט פאבריק
מען דארף נאר זיכער מאכן אז די קעמרע זאל נישט האבן קיין בעטערי מער, ווייל דאס ווייב וועט אייך אויספייניגן מיט כאפן בילדער פון די קינדער מיט אלע בלומען...

kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
איך פראביר מיר צו דערמאנען ווען כ'האב ס'לעצטע מאל אזוי אפנהארציג געלאכט פון א קרעטשמערישן ארטיקל מיט אלע מטעמים? אפשר ווען בן בוזי האט באריכטעט איבער דעם מקוה אויך מזרח? ווער ווייסט.
---
וועם גייט אן צו ס'האט מיט די ווירקלעכקייט דאס מינדעסטע שייכות??? איינער וויל דא מתיר זיין אן עגונה על סמך פונם באשרייבונג?
כ'בין נישט אויסן זאלצי זאל מוזן פארן קיין איראן צו באשרייבן זיין באזוך ביים סולטאן אין טערקיי...

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7784
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
ווינקל האט געשריבן:איך פראביר מיר צו דערמאנען ווען כ'האב ס'לעצטע מאל אזוי אפנהארציג געלאכט פון א קרעטשמערישן ארטיקל מיט אלע מטעמים? אפשר ווען בן בוזי האט באריכטעט איבער דעם מקוה אויך מזרח? ווער ווייסט.
---
וועם גייט אן צו ס'האט מיט די ווירקלעכקייט דאס מינדעסטע שייכות??? איינער וויל דא מתיר זיין אן עגונה על סמך פונם באשרייבונג?
כ'בין נישט אויסן זאלצי זאל מוזן פארן קיין איראן צו באשרייבן זיין באזוך ביים סולטאן אין טערקיי...
מייסטערהאפטיג ארויסגעברענג מיינע געפיהלן!
אין זייטן נאטיץ: איך בין ערענסט חושד אז דו ביסט מיין צווייטע ניק...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- היימישער איד
- שר חמש מאות
- תגובות: 886
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן די אלע באזוכער אין ווערמאנט,
אפשר קענט איר שרייבן מער ספעציפיש וואו גענוי זענט איר געווען? וואו איז אינטרעסאנט צו גיין?
ס'איז דאך א גרויס פלאץ, און כ'קען נישט סתם פארן וואו די אויגן טראגן מיר...
וייש"כ למפרע.
שוין דארט געווען א היבשע צייט צירוק, געדענק איך נישט קיין נעמען פונקטליך.
- מער אנהייב וועג צירוק אויפן 91 אפאר מינוט אפפ די ראוד איז דא זייער א שיינע גרויסע לעיק.
- נאכדעם האסטו די גרין מאונטעינס, טאקע נישט אזוי הויך ווי מאונט וואשינגטאן אדער מאונט לאפאיעטט, אבער נאכאלץ היבש הויך און אויך נענטער צו ניו יארק וואו דו קענסט האבן א הערליכן אויסקוק אויף די אדיראנדעק בערג אין צפון ניו יארק.
- אויך האמיר געמאכט א סטאפ אין ברעדלי אינטערנעשינעל עירפארט אין קאנעטיקוט (אויב פארסטו קיין ניו יארק סיטי איז עס אויפן וועג, אויב ביזטו אויפן וועג צו אפסטעיט ניו יארק אדער ניו דזשערזי איז מער ראטזאהם צו נעמען דעם מעסספייק ארויס פון מאסאטשוסעס קיין ניו יארק, אזוי ארום מיידסטו אויס די מעטראפאליטען חלק פון מעסס. וואו ס'קען זיין היבש אנגעלייגט) שוין צופיל מאריך געווען, אריין אינעם.......? אשכול.
דער ברעדלי אויך מיר אן אינטערנאציאנאלע עירפארט... כ'האב מיך דארט אפגעשטעלט פאר א לאנטש און געוואלט אבזערווירן די לופט טרעפיק אבער כ'ווארט נאך אלץ דערויף... אפשר איין פלעין יעדע 5-6 מינוט.
בכל אופן קענסטו כאפן א בליק אינעם ווערמאנט טרעוועל ביכל אדער דא...
ניסלאלאכטי ועניסלאלאכטי אויד !!!
איך בין קיינמאל נישט דארט געווען, אבער וואס פעלט אויס אהין צי גיין אויב איך קען פילען ווי איך בין דארט דורך לעזן זאלציס ווערק !!!

עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
איך בין דאס יאר נאכאמאל געווען אין ניו העמפשיר, און איך מוז זאגן, דער ר' פנחס אלימלך האט מיר אסאך געהאלפן, און אסאך אנדערע אידן האט ער דארט געהאלפן, מיט אלעס וואס נאר מעגליך.
אבער די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז א זאך אין וואס איך אליינס האב געהאט א טעות, איז אין די פרייזן וואס איך האב געמיינט אז ער טשארדזשט צופיל (און אויף געוויסע זאכן איז עס טאקע אסאך, צוליב דעם וועג וויאזוי ער קויפט עס נישט דורך סופלייער'ס וואס זיי ברענגען אים נישט אהין די סחורה), און באמת נאכן אויסטשעקן רוב פון די זאכן וואס ער פארקויפט, איז עס אפשר אביסל טייערער, אבער עס איז ווערד מער ווי ווען מ'שלעפט זיך אליינס.
דער עיקר שפיר איך פאר א פליכט דאס ארויסצוברענגען אלס הכרת הטוב, און איך האף אז קיינער האט נישט פארשטאנען שלעכטס איבער אים.

זאלץוואסער האט געשריבן:איך בין דאס יאר נאכאמאל געווען אין ניו העמפשיר, און איך מוז זאגן, דער ר' פנחס אלימלך האט מיר אסאך געהאלפן, און אסאך אנדערע אידן האט ער דארט געהאלפן, מיט אלעס וואס נאר מעגליך.
אבער די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז א זאך אין וואס איך אליינס האב געהאט א טעות, איז אין די פרייזן וואס איך האב געמיינט אז ער טשארדזשט צופיל (און אויף געוויסע זאכן איז עס טאקע אסאך, צוליב דעם וועג וויאזוי ער קויפט עס נישט דורך סופלייער'ס וואס זיי ברענגען אים נישט אהין די סחורה), און באמת נאכן אויסטשעקן רוב פון די זאכן וואס ער פארקויפט, איז עס אפשר אביסל טייערער, אבער עס איז ווערד מער ווי ווען מ'שלעפט זיך אליינס.
דער עיקר שפיר איך פאר א פליכט דאס ארויסצוברענגען אלס הכרת הטוב, און איך האף אז קיינער האט נישט פארשטאנען שלעכטס איבער אים.
זאלצי ווערט מיר עלטער...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
כ'האב נאר דערמאנט איין פונקט פון דעם טייערן יוד פון וועם כ'האב אזוינע זיסע זכרונות פון מיין ערשטע פאר יאר נאך די חתונה וואס פלעגט אסאך צוגעבן צום וואקאציע, ואידך וועל איך איבערלאזן פאר די בעסערע שרייבער פון מיר.
בד"א די וואך פון זיין טראגישע פטירה ל"ע האממיר אויך געהאט אין פלאן דארט צו זיין נאר נאר ארויסגעבעקט די לעצטע מינוט צוליב סיבות, און זייט דעמאלטס איז דערווייל נישט אויסגעקומען נאכאמאל דארט צו זיין אבער איעדע זוממער רעדט מען מיט בענקשאפט פון דעם פלאץ, און שוין מזכה געווען עטליכע יודן דורך צורעדן אהינצופארן בפרט יונגע יונגעלייט.