בלאט 1 פון 2

קאנפיוזד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:33 pm
דורך זאלץוואסער
זענט איר שוין אמאל געווען קאנפיוזד?

עס איז אינטערסאנט צו אבזערווירן דעם "מענטשעלע" ווי קאנפיוזד ער ווערט ווען די טאג גייט נישט ווי רעגלמעסיג, און ווי אנדערש ער פירט זיך אויף ווען ער דארף נוצן קאפ אויף טאג טעגליכע געוואוינהייטן. נעמט פאר א ביישפיל:

איך גיי אין מקוה, און די סיין "אריין" און "ארויס" איז נישט דארט, און פלוצלינג זעה איך מיך אין א דילעמע איך בין קאנפיוזד, איך ווייס נישט ווי מ'גייט אריין און ווי מ'גייט ארויס. ביז איך זעה מיך ארויס אומגעטובל'ט ווייל איך האב פארגעסן. און יעצט דארף איך זעהן וויאזוי זעהט מען זיך צוריק אריין...

איך גיי צו די קאווע און דארט ווי אלס ליגט טעיסטערס טשויס, ליגט יעצט א אנדער סארט זאמד,און איך ווער קאנפיוזד און איך קען מיך נישט דערזעהן וויאזוי צוזאם צושטעלן די קאווע, איך זעה מיך נעמען מער שטויב, ווייניגער צוקער, די קאליר איז נישט וואס איך גלייך, און שוין...

איך וויל מיך זעצן לערנען אויף מיין פלאץ, זיצט דארט איינער וואס איז א גר אין ביהמ"ד און ווייסט נישט אז דאס איז מיין מקום קבוע, דארף איך מיט א קאווע אין איין האנט און א ווילנא גמרא אין די צווייטע, מיט די גארטל נאך צוגעקניפט פון ברכת התורה, זוכן א פלאץ, און איך ווייס דאך יא אז דא זיצט יענקל און דארט זיצט מעכל, ביז איך טרעף שוין יא א ווינקל ווי איינער האט שוין באגאסן מיט קאווע (צוקער האט ער אויך געהאט זעהט אויס) און איך פרוביר זיך צו זעצן, אבער איך בין קאנפיוזד, איך קען נישט קאנצעטרירן, איך בין געוואוינט צו זעהן די זייגער פון מיין פלאץ און איך בין געוואוינט אז דער דיין הקהלה זעהט יעדן טאג ווי פלייסיג איך לערן, און יעצט וועט ער לכאורה נישט באמערקן...

איך גיי דאווענען, און עס איז אביסל שפעט (זעה מיין ארטיקל פון די בלאפער'ס...) און איך פאנג אן צו מאכן מיינע טריק'ס נישט צו ווערן באמערקט, אבער שטייענדיג אינדרויסן לייגנדיג תפילין, זעה איך מיין קאזן טון די זעלבע זאך, איך בין קאנפיוזד... וואס טוט מען? איך מאך זיך ווי איך לויף הכנות, איך ווארט און האף אז מיענווייל וועט ער פארלאזן דאס פלאץ אבער איך בין שוין נישט די זעלבער איך בין קאנפיוזד...

איך גיי קויפן פרישטאג, און איך גלייך צו נעמען האללוויט ראלל'ס אבער היינט איז עס נישטא, וואס טוט מען? איך בין קאנפיוזד. וואס קען איך וואז זאל איך וואס מעג איך נעמען?

ביים באס, דארף איך דאך אייך נישט זאגן ווי קאנפיוזד איך ווער ווען איינער זיצט אין מיין סיעט אדער אויב איינער זעצט זיך אריין מיט מיר (איר געדענקט נאך "ביזנעס אויפן באס")

איך קום אהיים פון די ארבעט מיין ווייב הייסט מיך בעיבי סיטן, כאטש איך בין בעל בית ווער איך קאנפיוזד. וואס וועל איך טון אינדערהיים? זי זאגט זי גייט ארויס פאר א האלבע שעה צו א פארטי, אבער איך קען גוט זייגער, אויב ווען איך זאג א האלבע שעה מיינט עס א שעה, ווייס איך וואס עס מיינט ווען זי זאגט עס. איך בין קאנפיוזד.

ווען ווערט איר קאנפיוזד? קאפטשאו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:36 pm
דורך צייטליך
איך קום אריין אין קרעטשמע, איך בין קאמפיוזד...

דער זאלץ וואסער ווארפט דא צאם געדאנקן איינע נאך די אנדערע, און ווערט נאר בעסער מיט יעדען טאג וואס גייט פארביי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:38 pm
דורך זאלץוואסער
איך פרוביר נישט צו שרייבן יעדן טאג, ווייל מ'זאגט מיר אז דעמאלס זעהט עס אויס ווי איך בין נישט גענוג ביזי, און דאס זעהט נישט אויס איידל אין אמעריקא... אבער ישר כח פאר דיין קאמפלימענט עניוועי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:41 pm
דורך משזר
איך בין קאנפיוזד לכתחלה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:59 pm
דורך טייבעלע
איך בין קאנפיוזד וועלעכע פון די עפיזאדען וואס די האסט געשריבן איז די מערסטע קאנפיוזינג,

שיין אראפגעלייגט, נאדיר ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:43 pm
דורך דעת זקנים
שיינע דערהער און גוט געשריבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:29 pm
דורך זאלץוואסער
רבותי! ביטע ענטפערט מיין פראגע: ווען ווערט איר קאנפיוזד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:37 pm
דורך אויפריכטיג
איך ווער קאנפיוזד ווען איך קום אריין אין קרעטשמע און איך זע עטליכע נייע אשכולות פון זאלץ וואסער און איך ווייס נישט וועלכע אנצוהייבן ערשט...

אלנפאלס, אלץ בעסער ווי ווערן קאנפיוזד פון אזויפיל פרישע אומגעליינטע הודעות אין פארברענגען וואס האבן נישט קיין זאלץ וואסער....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:45 pm
דורך טראנספארט
ווען איך ווער קאנפיוזד? המממ... לאמיר טראכטן... נע, איך בין אינגאנצן קאנפיוזד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:01 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ווען איך בין קאנפיוזט? מינעסטאם ווען מיין אינגעלע וועט זאגן 'מען נעמט א שטיקעלע וכו' מען טינקט עס איין אין זאלץ וואסער', און דער שווער וועט באמערקן די שמייכל אויף די לעפצן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:41 pm
דורך זאלץוואסער
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווען איך בין קאנפיוזט? מינעסטאם ווען מיין אינגעלע וועט זאגן 'מען נעמט א שטיקעלע וכו' מען טינקט עס איין אין זאלץ וואסער', און דער שווער וועט באמערקן די שמייכל אויף די לעפצן...

איך מיין אז פאר פסח וועל איך טוישן מיין ניק צו "אתרוג"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:09 pm
דורך קארן
זאלץוואסער האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווען איך בין קאנפיוזט? מינעסטאם ווען מיין אינגעלע וועט זאגן 'מען נעמט א שטיקעלע וכו' מען טינקט עס איין אין זאלץ וואסער', און דער שווער וועט באמערקן די שמייכל אויף די לעפצן...

איך מיין אז פאר פסח וועל איך טוישן מיין ניק צו "אתרוג"


און פאר סוכות צו המן טאשן.........

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:49 pm
דורך דעת זקנים
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווען איך בין קאנפיוזט? מינעסטאם ווען מיין אינגעלע וועט זאגן 'מען נעמט א שטיקעלע וכו' מען טינקט עס איין אין זאלץ וואסער', און דער שווער וועט באמערקן די שמייכל אויף די לעפצן...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 6:07 pm
דורך יוסף שרייבער
טראנספארט האט געשריבן:ווען איך ווער קאנפיוזד? המממ... לאמיר טראכטן... נע, איך בין אינגאנצן קאנפיוזד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:06 pm
דורך אתרוג
איי עם סארי "אתרוג" איז נישט אוועליבעל
איך בין געווארן קאנפיוזד ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 11:05 am
דורך זאלץוואסער
איך וויל זיך באדאנקען פאר איינעם פון די שרייבער'ס וואס האט מיר מעורר געווען צו פאררעכטן אן אומפאראויסגעזעהנעם טעות, אז איך האב געשריבן איבער א געוויסע קאמפעני א שלעכט ווארט, און האט מיך מזכה געווען עס אראפצונעמען.
פאר די וואס האבן עס געליינט וויל איך זאגן, איך האב גארנישט געמיינט, עס האט סתם געשטימט מיטן לשון, איך טרינק די קאווע פון די קאמפעני און איך בין העכסט צופרידן, עס איז מורא'דיגע פיינע קאווע, און איך האף אז בזה יצאתי ידי חובתי.
צו די זעלבע צייט, מוז איך זאגן עס ווערט מיר מער און מער איינגענעם צו זיין א חלק פון די חברי' וואס מ'היט זיך אזוי פון לשה"ר, מ'קען רואיג א נאמען געבן פאר די קרעטשמע "בית ועד לחכמים" איך זעה נישט דא קיין שום קרעטשמעראציע...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 1:25 pm
דורך שאהן הענניטי
איך ווער זייער צומישט ווען איך הייב אהן המפיל און איז טרעף זיך אין אשר יצר ענד סאו אן...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:02 pm
דורך זאלץוואסער
שאהן: די דערמאנסט מיך גוט! איך ווער צומישט ווען איך טרעף מיך אין תפילת הדרך בערך 13 מאל א טאג. שחרית . מנחה. מעריב. די אויך?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:07 pm
דורך שאהן הענניטי
אפשר נישט ממש תפילת הדרך ווייל איך פאר נישט אזויפיל ווי דיר באט כ'האב געשריבן "ענד סאו אן" ווייל דאס איז א מערכה פאר זיך און די סיבה איך האב דאס געשריבן אין דעם אשכול ווייל ס'איז פונקט וויי די משלים וואס דו האסט אראפגעשטעלט מיט די קאפי וכו' כ'מיין צוזאגן... יעדער קען אויסענווייניג דאס דאווענען אבער אלעס ווי לאנג ס'פארט. אפגעהיטן זאל מען ווען אויב איז אריינגעקומען עפעס אן ערענסטע סאבזשעקט אין קאפ אדער האט מען פונקט געהערט א הויכן בעל תפילה פון א צווייטן מנין אויפאמאל ווייס מען נישט בין ימינו לשמאלו. אין קורצן אלעס איז גוט ווי לאנג ס'פארט סמאד אן קיין באמפס

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:28 pm
דורך זאלץוואסער
האסט שוין אמאל געהאט אז די לייגסט תפילין, און ווען די ענדיגסט געדענקסטו נישט צו די האלטסט אינמיטן אויסטון אדער אנטון? אדער נישט אזוי ווייט????

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:34 pm
דורך שאהן הענניטי
איך רייס מיך פאר געלעכטער דו ביסט ריזיג
אפשר ווען דו ביסט פארנומען צו בויען די פשעטלעך פאר אונז קומסטו ממש צו התפשטות הגשמיות אדער איז די סיבה ווייל יוזעלי קומט איין מעשה פארן דאווענען און איינס נאכדעם (אדער פארקערט) קען זיין אז די פשעטלעך צומישן דיר און די ווייסט נישט צי דו טראכסט פונעם מעשה פון פארן דאווענען אדער פון נאכן
עכ"פ עפעס א סימן האמיר שוין אויף דיר... פארפאלן מ'מוז דאס נאכגיין ווייל מ'דארף דיר זעהן צו ריקרוטען פאר אן ערנסטע צייטונג פאזיציע

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:36 pm
דורך זאלץוואסער
ישר כח!!! דער עיקר איז אז די לאכסט און איך האף אז אנדערע לאכן אויך. אלנספאלס האב איך נאך קיינמאל נישט דערגרייכט אזוי ווייט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:50 pm
דורך יוסף שרייבער
כ'מיין ר' שאהן ליידט אויף ק.ז.ס. , קאנפיוזד זאלץוואסער סינדראם.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:53 pm
דורך שאהן הענניטי
איך לייד גראדע אויף פארשידענע זאכן קען זיין דאס גייט אריין אין דעם קאטאגאריע סאו איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן פונקטליך וואס דו האסט געזאגט, וואסערע סימפטאמס האסטו געזעהן ועוד...ס'איז ממש נוגע לנפשי

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 2:59 pm
דורך יוסף שרייבער
ביזט קאנפיוזד איבער וואס זאלץוואסער איז קאנפיוזד. בקיצור קאנפיוזד אול עראונד.

כ'ווייס נישט צו איר ווערטעלט זיך אדער עס איז ערנסט אבער טאמער יש דברים בגו און עס איז מער ווי בגדר א שמייכעל דא אינעם קרעטשמע דארפט איר הילף ויפה שעה אחת קודם.