בלאט 1 פון 2

ארבע מדות לבלאפער

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 9:30 am
דורך זאלץוואסער
היינט אין ביהמ"ד האב איך מכוון געווען לדעת גדולים (לכאורה) מין באמערקן א שטוינענדן חילוק צווישן בלאפער'ס און בלאפער'ס.

דהיינו: א אינגערמאן קומט אריין אין ביהמ"ד ער זעהט זיין מנין האלט שוין ביי ברכו (ווען איך זאג "זיין מנין" מיין איך נישט אז ס'געהער צו אים נאר דברה כלשון בני אדם) און ער האט פאר זיך צוויי אפשען'ס 1. זיך זוכן א צווייטן מנין 2. זיך מיטכאפן מיט "זיין" מנין, אבער, צופיל מענטשן קענען אים און וועלן אים ביים תיקון געבן צו הערן אז זיי האבן געזעהן ווען ער איז אנגעקומען.
אט זעה איך די בלאף פאסירן: ער שפאצירט ארויס פון ביהמ"ד גייט אין א שטובל און ביז אפאר מינוט שטייט ער אין א באנק כאילו ער איז שוין דא פון מה טובו, ער שאקלט די קאפ רעכטס אין לינקס (אזוי ווי געוויינליך די וואס זענען שוין 15 מינוט דערין...) און פארקנייטשט זיין שטערן ווי איינער וואס געדענקט שוין נישט ווען ער האט אנגעהויבן צו דאווענען.
דאס איז בלאפער נומער 1.

אט עפנט זיך אויף די טיר און ס'קומט אריין א מער רעפינירטער בלאפער נומער 2. (ווען איך זאג בלאפער מיין איך נישט מיטן גאנצן שארפקייט, דאס איז ווייטער נאר א לשון וואס מ'רופט אן איימיצן וואס לעבט "אביסעלע" אדער מער נאר פאר יענעם) קומט אריין קוקט זיך אום און ער ווייסט ביי זיך (אביסל קלוגער) אז מען האט אים שוין באמערקט אריינקומען מיט נאסע פיאות מאכט נישט קיין סענס זיך ארויס צו רוקן און צוריקקומען ווי א זקן תושב. פאנגט ער אן זיין שפיל:

טעטעטע אזוינס? אזוי שפעט? מ'האט היינט אנגעהויבן פריער? ווער איז צוגעגאנגען? ער פרעגט די אלע שאלות הויך און קלאר אז יעדער זאל הערן, און אויך אז יעדער זאל פארשטיין אז ער שעמט זיך נישט מיטן קומען שפעט. אבוויאסלי ווייל ער האט א אייזענעם טערעץ.

ער נעמט זיך רייסן די רצועות פאררוקן דעם טלית און ער לויפט נאך צו צום בעל תפילה און ווייזט מיט די הענט (אפענע הענט מיטן פנים אויף אראפ) נו נא נא (ער מיינט צו זאגן הויך און שטרענג און אויסגעצויגן: שטאאאאאאטער, ווי יאגסטו?)

איך האב גראדע הנאה פון דעם איד, ער האט געטרענספערט דעם גאנצן פראבלעם מיט איין אויגן בליק צום בעל תפילה, יעדער פארשטייט שוין יעצט אז די בעל תפילה איז שולדיג אין זיין שפעט קומען.

בלאפער נומער 3. אביסל מער שכל ווי די פריערדיג דערמאנטע, ער קוקט אריין אין ביהמ"ד בעפאר ער שטורעמט אריין, (ער איז גענוג קלוג צו וויסן אז לויטן זייגער קען מען געוויינליך געבן א שאץ ווי מ'האלט...) און ער כאפט שנעל זיין טלית מיט די רש"י תפילין ארויס פון בייטל צוווארפט די רצועות און דעם טלית און נעמט ארויס די הענט פון רעקל ווי איינער וואס איז נאר ארויס הכנות, און ער לייגט דעם הוט אויף די צעווארפענע תפיליו און רצועות און קומט (מכלומרש'ט צוריק) אריין און לייגט אלעס אראפ און נעמט זיך דאווענען (מכלומר'שט ווייטער) און הכל שריר וקיים. איי איר האט אים פריער נישט געזעהן? דאס איז ווייל "איר" זענט געקומען שפעט...

בלאפער נומער 4. שטעלט זיך ביים טיר טוט אן טלית און תפילין פאר ער קומט נאך אריין, און ווען יעדער האלט אינמיטן שמו"ע שפאצירט ער אריין, ער קושט נישט קיין ציצית, ער בוקט זיך נישט און קלאפט נישט סלח לנו, ווייל ווען ער האלט באמת ביי שמו"ע דארף יעדער מיינען אז ער זאגט יעצט אשרי ובא לציון, ער פארגעסט נישט צו קושן זיין של ראש און של יד ביי השיבה שופטינו, כדי די קליינע קינדערלעך זאלן מיינען אז ער האלט ביי "פותח את ידיך" וכו'.

יאפס ס'איז שווער צו בלאפן, אבער אז מ'קען קען מען....

א גוט שבת

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 9:58 am
דורך Yoely
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 10:13 am
דורך אינסוזעאיסט
איך ווייס נישט ווי די נעמסט די כח צו שרייבן די ווערטער, עס איז א ווייטאג אומדערטרעגליך.

סליידער געבליבן ווייניג נארמאלע מנינים אדער איז עס א פרומע, אדער ...

מען דארף אפשר לייגן א בריח אויף די אלע מנינים פעקטאריס, אדער פארשפארן די טיר נאך רבי ישמעל אומר...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 10:17 am
דורך טראנספארט
ישר כח זאלצוואסער, אז מ'איז גוט איז מען גוט, אבער אז מען איז בעסער פון גוט דעמאלטס איז מען בעסער פון גוט.

אינסוזעאיסט האט געשריבן:אדער פארשפארן די טיר נאך רבי ישמעל אומר...

דערמאנסט מיר פון ישיבה...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 10:45 am
דורך משזר
איך מיין אז ס'איז דא מענטשען וואס האבן אלע פיר אין זיך.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:12 am
דורך שויתי'ניק
טראנספארט האט געשריבן:ישר כח זאלצוואסער, אז מ'איז גוט איז מען גוט, אבער אז מען איז בעסער פון גוט דעמאלטס איז מען בעסער פון גוט.

אינסוזעאיסט האט געשריבן:אדער פארשפארן די טיר נאך רבי ישמעל אומר...

דערמאנסט מיר פון ישיבה...

אין ישיבה האסטו נאכנישט געקענט אליין זיך קאנטראלירן, האט מען עס געמוזט טון פאר דיר...

היינט ערווארט מען זאלסט עס פראקטיצירן פונעם אייגענעם איינערקענונג!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:33 am
דורך זאלץוואסער
פון די אנדערע זייט זענען קלאר דא בעלי תפילה וואס ציען דעם עולם ביי די נרבונים אן קיין פארוואס.

איך וואלט ארויסגעלייגט א צעטל ביי אסאך מנינים ווי פאלגענד:

טייערער חיוב!

אז איר זענט אין יאר, אדער האט א יארצייט
געדענקט אז נישט יעדער האט א "יאר צייט"...

(איר קענט עס אפילו קאפי און פעיסטן גראד פון איי וועלט און ארויף לייגן אייער ביהמ"ד לעטטערהעד, נאו קאפי רייטס)

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:45 am
דורך שנאפס
זאלץ וואסער, דו ביסט אייזן גוט!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2012 12:24 pm
דורך נאר נייעס
פינק היינט מיט געהאלטן אזא מעשה
ברוך שכוואנתא

פארעפענטליכט: שבת יולי 07, 2012 11:34 pm
דורך ראמני 08
יא יא בדידי הווה עובדא

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 12:06 am
דורך משזר
אינסוזעאיסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי די נעמסט די כח צו שרייבן די ווערטער, עס איז א ווייטאג אומדערטרעגליך.

סליידער געבליבן ווייניג נארמאלע מנינים אדער איז עס א פרומע, אדער ...

מען דארף אפשר לייגן א בריח אויף די אלע מנינים פעקטאריס, אדער פארשפארן די טיר נאך רבי ישמעל אומר...


דא וויל איך מיך אביסל אנעמען פאר די שפעט קומערס.

אפשר קענסטו מיר פונקטלעך מסביר זיין וואס דיין פראבלעם איז?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 1:33 am
דורך leiby
משזר האט געשריבן:
אינסוזעאיסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי די נעמסט די כח צו שרייבן די ווערטער, עס איז א ווייטאג אומדערטרעגליך.

סליידער געבליבן ווייניג נארמאלע מנינים אדער איז עס א פרומע, אדער ...

מען דארף אפשר לייגן א בריח אויף די אלע מנינים פעקטאריס, אדער פארשפארן די טיר נאך רבי ישמעל אומר...


דא וויל איך מיך אביסל אנעמען פאר די שפעט קומערס.

אפשר קענסטו מיר פונקטלעך מסביר זיין וואס דיין פראבלעם איז?

קליקו האט זיך שוין לאנג געמוטשעט מיט דעם פראבלעם..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 3:38 am
דורך מכטי1
די פערדע איז נאך די קלענסטע בלאפער!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 10:29 am
דורך זאלץוואסער
איך פערזענליך האב א קליינעם פראבלעם מיט "שפעט קומער'ס" עס איז א נסיון וואס נישט יעדער פארשטייט, עס זענען דא מענטשן וואס פונקט ווי די האסט ליב א שטיקל קרעימעש קעיק, קענען זיי נישט אויפשטיין פון דעם ווארימען געלעגער, עס האט אסאך צו טון מיט די נטיות פון א מענטש, און איינער קען נישט רעדן פארן צווייטן.
איך האב מיט דעם ארטיקל נישט געוואלט בכלל בארירן די נושא פון אויפשטיין אדער קומען שפעט, נאר איך וויל מעורר זיין ווייטער לשיטתי, אז די בלאף פון לעבן פאר יענעם איז למעלה מן המשוער, און איך האלט אז דברי התעוררות קען העלפן....

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 1:42 pm
דורך אויסגעשפיצט
אוי שרייבסטו גוט די ביסט זיכער פון די גראבע זאלץ משפחה....

קופ איט אפ... דערוילעם באלעקט זיך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 1:44 pm
דורך שאהן הענניטי
זאלץוואסער האט געשריבן:איך פערזענליך האב א קליינעם פראבלעם מיט "שפעט קומער'ס" עס איז א נסיון וואס נישט יעדער פארשטייט, עס זענען דא מענטשן וואס פונקט ווי די האסט ליב א שטיקל קרעימעש קעיק, קענען זיי נישט אויפשטיין פון דעם ווארימען געלעגער,

איך האלט אז די מענטשן האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען די תאוה פון האלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 1:57 pm
דורך שנאפס
יענע תאוה דאס, אוואדע איזעס גוט אויב מען האט וואס צו טון נאכדעם, אבער....

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 2:03 pm
דורך אויסגעשפיצט
למעשה מיין איך אז ווילאנג משעמט זיך נאך איז פיין (איי ער לעבט פאר יענעם נא מהאט שוין געזען אזוינס ער שעמט זיך ער פרובירט זיך צו פארשטעקן דאס קען נאך באדייטן אז ער לעבט פאר זיך און ער ווייסט אז סקומט נישט צו קומען שפעט און זיך מיטכאפן אבער למעשה יאגט ער זעך מוז ער נאכנישט פרעכערהייט אן קיין בושה אריינקומען און קיינעם נישט אויספאפן)
אה"נ ער ברויך נישט אזוי שטארק שפילן אביסעלע פבלאפן איז גענוג אויף יוצא צו זיין מברויך נישט פאפן מיט אלע כוונות

לאמיר גיין א טריט ווייטער ווער כאפט באמת זיין בלאפעריי דער וואס דאווענט מיט פון אנהייב מנין? דער חלומט שוין אוועק ער כאפט שוין נישט אז איינער איז אריינגעקומען
ווייטער דער וואס חלומט טאקע אויפן עוילעם ווער סקומט ווער סגייט דעם דארף מען טאקע אויספאפן זאל ער אביסל צומישט ווערן.. (אבער וואס איז דער בעל תפלה שולדיג?)

די עכטע פראבלעם הייבט זיך אן ווען משעמט זיך שוין נישט
סשוין נעשה לוי כהעטער...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 6:06 pm
דורך שטארק זיך
זאלצוואסער שרייבסט ייזן,
אויסגעשפיצט ברענגט ארויס א ריכטיגע נקודה

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 8:50 am
דורך זאלץוואסער
אויסגעשפיצט האט געשריבן:למעשה מיין איך אז ווילאנג משעמט זיך נאך איז פיין (איי ער לעבט פאר יענעם נא מהאט שוין געזען אזוינס ער שעמט זיך ער פרובירט זיך צו פארשטעקן דאס קען נאך באדייטן אז ער לעבט פאר זיך און ער ווייסט אז סקומט נישט צו קומען שפעט און זיך מיטכאפן אבער למעשה יאגט ער זעך מוז ער נאכנישט פרעכערהייט אן קיין בושה אריינקומען און קיינעם נישט אויספאפן)
אה"נ ער ברויך נישט אזוי שטארק שפילן אביסעלע פבלאפן איז גענוג אויף יוצא צו זיין מברויך נישט פאפן מיט אלע כוונות

לאמיר גיין א טריט ווייטער ווער כאפט באמת זיין בלאפעריי דער וואס דאווענט מיט פון אנהייב מנין? דער חלומט שוין אוועק ער כאפט שוין נישט אז איינער איז אריינגעקומען
ווייטער דער וואס חלומט טאקע אויפן עוילעם ווער סקומט ווער סגייט דעם דארף מען טאקע אויספאפן זאל ער אביסל צומישט ווערן.. (אבער וואס איז דער בעל תפלה שולדיג?)

די עכטע פראבלעם הייבט זיך אן ווען משעמט זיך שוין נישט
סשוין נעשה לוי כהעטער...

למעשה מוז איך מודה זיין צו די אלע דברים של טעם, עס איז קלאר בעסער ווען מ'פאפט נאך, דער עיקר נקודה איז אז די עבודה וואס מ'לייגט אריין אין דעם בלאף איז זייער א גרויסע, און די תוצאה איז סיי ווי אז יעדער ווייסט און יעדער באמערקט. אבער זייער אמת וואס די זאגסט, און די אידן האבן אין זיך א שטארקען קוצו של יוד וואס לאזט זיי נישט אריבערגיין דעם בריקל פון ווערן א אפיציעלער ליידיג גייער...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 9:14 am
דורך מאנ-יימער
זאלצי ביסט וואן אף עי קיינד

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 12:48 pm
דורך דער תהילים איד
זאלץוואסער האט געשריבן:טייערער חיוב!

אז איר זענט אין יאר, אדער האט א יארצייט
געדענקט אז נישט יעדער האט א "יאר צייט"...


;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:17 pm
דורך SPUSMN
שאהן הענניטי האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך פערזענליך האב א קליינעם פראבלעם מיט "שפעט קומער'ס" עס איז א נסיון וואס נישט יעדער פארשטייט, עס זענען דא מענטשן וואס פונקט ווי די האסט ליב א שטיקל קרעימעש קעיק, קענען זיי נישט אויפשטיין פון דעם ווארימען געלעגער,

איך האלט אז די מענטשן האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען די תאוה פון האלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען

פארמישט נישט תאוה מיט תענוג. בלייבען פאפען און א ווארימען געלעגער, דאס איז תאוה. זיין 9 א זייגער נאכען דאווענען, דאס איז א תענוג. זיין 8 א זייגער שוין נאכען דאווענען איז אזא גרויסען תענוג וואס נאר יחידי סגולה האבען עס שוין פארזוכט. טעמו וראו כי טוב; מען האט נאכדעם א "גאנצען" טאג, און מען מוז נישט זיין פאריאגט. אויב מען ארבעט פאר יענעם, איז נישט בעסער צו באגריסען דער בעל הבית מיט א גוט מארגען ווי איידער ער זאל דיר באגריסען?

און ענגליש איז דא א סעי-ינג וואס גייט אזוי:
Early to bed, early to rise, makes man healthy, wealthy and wise

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:21 pm
דורך מאנ-יימער
SPUSMN האט געשריבן:
און ענגליש איז דא א סעי-ינג וואס גייט אזוי:
Early to bed, early to rise, makes man healthy, wealthy and wise

די ערשטע האלב בין איך מקיים, מיר ווארטן נאך די צווייטע האלב זאל מקיום ווערן

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:27 pm
דורך SPUSMN
די וואס זענען נישט מקיים די ערשטע האלב, זיי האבען זיכער נישט וואס צו ווארטען אז די צווייטע העלפט זאל ווערען מקיום. די, האסט נאך אויף וואס צו האפען.