זאלץוואסער האט געשריבן:יאפס ס'איז שווער צו בלאפן, אבער אז מ'קען קען מען....
יישר כח פאר דעם ארטיקל און אלע דיינע געלונגענע ארטיקלן, ביזט דער וואס איז מחי' מתים אונזער באליבטע קרעטשמע, נאך וואס לעצטענס הערשט דא אזא אומעטיגע שטילשווייגעניש.
אויב מעג מען - כ'וויל נישט חלילה פוגע זיין אין אונזער געלונגענער שרייבער - איך וויל נאר צולייגן צו דיינע פיר, א פינפטען מין, מעג מען, כ'האף עסט נישט ברוגז זיין, אקעי?
דער פינפטער:
ער וואס איז ב"ה 'נישט' פארשלאפן,
ער האט נישט געדארפט מאכן זיבן הקפות און זיכן לאנג פארקינג,
ער איז נישט אויפגעהאלטן געווארן צוליב א קריזיס מיט'ן שלו' בית אדער די חינוך הבנים והבנות,
ער איז נישט געווען פארנומען צו שאפן אן עמערדזענסי הלוואה איידער ער באגעגענט זיין בעל חוב אין ביהמ"ד,
ער האט זיך 'נישט' פארפעניעט, קיינער האט עם נישט פארדרייט דעם טשייניק און נישט געלאזט גיין זיך שטעלן דאווענען.
ער האט אפילו יא געהאט אן אקטיווען מקוה קארטל, און נישט געווען ביזי זיכן איינער זאל עם לאזן אריינדרייען אדער, בארגן-גיבן 2 טאלער,
אויך זיין טלית בייטעל האט ער באלד געטרפאן און דער שמש האט נישט פונקט באשלאסן צו פארפאקן אין באלעמער פון גרויסן ביהמ"ד,
אלזא, ער איז דא, באצייטענס, ער האט אן טלית ותפילין, ער האט א פיינעם מנין,
אבער, ניין ער דאווענט נישט קיין אות אחת,
ער איז נאר ביזי צו באטראכטן ווען 'דער' און 'יענער' איז אנגעקומען, און זיי אפמעסטן און צוטשעפענען איינע פון זיינע בלאפער נומערן.
אייעם ווערי סארי, אבער דער פינפטער איז נאך דער גרעסטער בלאפער פון אלעמען!
אויסער וואס דער בעש"ט הק' האט אונז געלערנט אז כל הנגעים אדם רואה "חוץ" - וואסערע חסרון מ'זעהט ביי יענעם, 'מנגעי עצמו' דארף מען קלערן און נאכזיכן אז מען פארמאגט דאס אליין.
איז דא אן ענין פון דן זיין לכף זכות, קענסט קיינמאל נישט וויסן יענעמ'ס מצב,
ער איז מעגליך אויפגעווען א גאנצע נאכט מיט א וויינעדיג קינד א.ד.ג.
ער האט מעגליך מסירת נפש בכלל צו קומען אין ביהמ"ד און דאווענען א כמו תפלה בציבור.
און יא, ווי אסאך האבן שוין ערוועינט, עס זענען דא אזוינע גערופענע שלעפער בעלי תפלות וועלכע האבן א מיסיע צו 'פיקסן' יעדן, און כאפן זיך דוקא צו צום ברעטל ווען נאר מעגליך צו קריכן אויף די נערוון און ווייזן וואסערע גרויסע (בלאפערס) צדיקים זיי זענען.
אויף זייער חשבון קען גערעכענט ווערן אומצאליגע תפלות ביחידות פון וואוילע נארמאלע אינגעלייט וואס ווילן דאווענען בציבור, אבער זענען נישט געוואוינט, האבן נישט די צייט, אדער די נערווען, צו ליידן פון יענעמס פרומקייט-שלעפערקייט אויף קהל'ס חשבון.