בלאט 1 פון 2

דרך ארץ מיט חוצפה

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 5:49 pm
דורך זאלץוואסער
די וועלט זאגט: מיטן עסן קומט די אפעטיט. זייער אמת. נאך אזא ריספאנס אויף מיין ערשטן ארטיקל בין איך שוין דא מיט נאך להנאתכם.

איך בין אזוי ווי שוין דערמאנט א אפטער טרעוולער און ס'קומט מיר אויס זיך צו טרעפן אין פארשידענע באטעמטע און אומבאטעמטע סיטואציע'ס צוגלייך. אבער צומאל איז דא א סיטואציע וואס ווי שלעכט עס זאל נאר זיין ברענגט דאס א שמייכל.

סאו! איך זיץ אין קאר און פרוביר זיך ארויסצוזעהן פון שטעטל ווי איך וואוין "קרית יואל" און איך בין שוין כמעט נאך די בויך פאלנדע עק פון בעיקערטאון שטעלט מיך אפ א איד היפש עלטער פון מיר מיט א בעקעשע און שיפע טאשן. איך פרעג דעם איד "ווי גייט איר?" און ער פאנגט זיך אן אריינצוזעצן אין קאר... איך ווער אביסל דערשראקן פון זיין געוואגטקייט, און איך פרוביר זיך אונטערצוהייבן אביסל מפני הכבוד אבער מיין קאר איז צו נידריג. אלזא איך מאך זיכער ער זאל מיך הערן און איך קוק צו זיין אויער, (זיכער מאכן אז ער האט נישט דארט עפעס וואס שטערט פון די שמיעה) און איך פרעג מיט געמאכטע זעלבסזיכערקייט און אומ\נאטורליכע הויכע שטימע און א שמייכל וואס גייט נישט אראפ פון זיך אליינס: וואס האט איר געזאגט? וואו?...

דער איד גיט זיך א דריי אויס און קוקט אויף מיר ווי איינער וואס האט נארוואס באמערקט אז דא זיצט א דרייוער אויך און וויל זיך אנטשולדיגן פארן אריינקראכן: אה! וואס פרעגט איר?
איך: איך פרעג ווי איר גייט (איך מיין צו פרעגן ווי איר ווילט גיין? - אדער ווי איר פלאנט צו פארן? וויאזוי איר ווילט....)
שיינער איד: איך פאר קיין סקווירא (ווער זאגט?)
איך: איך פאר נישט קיין סקווירא איך פאר א אנדערע וועג עממממ .....
שיינער איד: ווי דען פארט איר (כאילו: ווער פארט נישט קיין סקווירא היינט?)
איך: קיין וויליאמסבורג. (דאס איז א שטאט נאך מאנהעטן. איר ווייסט ווי?)
שיינער איד: אה נישט קיין פראבלעם איר וועט מיך אראפלייגן אינטערוועגנס (ער מיינט צו זאגן "ער וויל" איך זאל אים אראפלייגן אינטערוועגנס")
איך: (ווער שוין אויפגעברויזט - א זעלטנהייט ביי מיר)
שיינער איד: (ווערט שוין נערוועז - זעהט אויס נישט קיין זעלטנהייט)
איך: איך פאר נישט פארביי סקווירא, איך ווייס נישט ווי סקווירא פאלט אויס, און איך קען מיך נישט אויס אין קיין וועגן, אויסער דעם איז א נעפל, און איך האב נישט מיין GPS און איך יאג מיך געפערליך, און אויך דארף איך נאך איינעם אויפפיקן וכו' וכו' וכו'
שיינער איד: (זיצט שוין באקוועם, פארגעסט נישט סיט בעלט'ס טייט, און ער וויל שוין אריינלייגן א שטעקער אין אויער צו הערן א טעיפ וואס ער האט זיך צוגעגרייט.)
שיינער איד: (באמערקט אז איך רעד נאך, און דרייט זיך שווערליך ארום און פרעגט:) אז וואס?
איך: (נאכאמאל די אויבנדערמאנטע.... וכו' וכו' וכו')
שיינער איד: פארוואס פארט איר נישט דורך סקווירא? יעדער פארט דורך דעם פאליסעיד'ס און דאס איז ממש נעבן סקווירא, איך וועל אייך ווייזן גענויע דירעקציע'ס און איך וועל אראפגיין ביים עקסיט און פון דארט און ווייטער קענט איר פארן אליינס, איר וועט נישט האבן קיין פראבלעם
איך: איר וועט אראפגיין ביים עקזיט?
שיינער איד: יא זיכער
איך: (קוקנדיג און באאבאכטענדיג זיין געוויכט און מאוומענט וואס מאכט מיר שווער גלייבן אין דעם פאקט) איר זענט זיכער?
שיינער איד: (קוקט אויף מיר און צוריק אויף זיין גוף און אזוי צוויי דריי מאל ווי איינער זאגט: וואס איז דא נישט צו גלייבן?) יא זעכער וכו'.

מען פארט: איך בין ברוגז אנגעצויגן, איך ווייס דאך אז איך בין דא אריין אין א בלאטע, אבער דאס איז שוין נישט דער פראבלעם , דער פראבלעם ווערט וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון די בלאטע. (איין מינוט! ער זאגט עפעס)

שיינער איד: ווער זענט איר?
איך: זאלץ וואסער?
שיינער איד: וועלכע וואסער?
איך: פון וומסבג
שיינער איד: די ביזט א קרוב מיט די וואסער פון סקווירא?
איך: איך מיין אז ניין, אבער איך קען נישט צוזאגן
(ביי די וועי: איך הייס נישט עכט אזוי, עס איז נאר א משל...)
שיינער איד: וואס הייסט די קענסט נישט דיינע קרובים? איך בין זיכער אז ווען איך פרעג אים ווען וואלט ער געוואוסט ווער די ביזט.
איך: קען זיין, איך קען זיי אבער נישט
שיינער איד: (מיט א ביטול שמייכל) א וועלט!

מ'פארט רואיג און איך פרוביר צו דערגיין ווי מען נעמט דעם פאליסעיד'ס (איך בין נישט דער בעסטער דרייווער קיינמאל געווען און לכאורה קיינמאל זיין, איך בין מער אויפן באס אין בעק - איר געדענקט נאך?-)

לאמיך אייך נישט האלטן געשפאנט: נאכן ווערן אויסגעפארשט פאר א האלבע שעה, זענען מיר אנגעקומען קיין ניי סקווירא, און "יא איר האט גוט געוואוסט" איך האב אים געדארפט אריינטראגן אין די געדרייטע געסלעך פון ניי סקווירא ווייל ביים עקסיט האט ער זיך דערמאנט פון זיינע הינעראויגן וואס האבן אויפגעעקטעד פונקט יעצט, און אויך אז ער האט נישט קיין שירעם און וואס טוט מען אויב עס נעמט זיך רעגענען? און ווי אויך האט ער געהאט א אמת'ע אידישע טענה: "ווי טוט מען אזוינס צו א איד מ'לייגט אים אראפ אינמיטן וועג ווי א גוי?

איך: איך האב דאך אייך געזאגט אז איך קען נישט די וועגן און איך וויל נישט פארן אין קיין פלעצער ווי איך בין נישט באקאנט?
שיינער איד: מאכסט דיך נאריש? די זכות וועט דיר ביישטיין!
איך: (איבערלאזן אים אין קאר האב איך בשו"א נישט געקענט, איך דארף די ספעיס) אקעי
שיינער איד: (ארויסגייענדיג פון קאר) איר האט א גרויסע מצוה געהאט ווי שווערער די מצוה קומט אן אלס מער שכר וכו' וכו' וכו'
איך: ענטשולדיגט מיר אבער איר האט אויך א זכות היינט!
שיינער איד: (מיט גרויסע קעלבערנע אויגן - נישט געוואוסט ער האט אזוינע גרויסע) דהיינו?
איך: איר האט א זכות אין א איד וואס גיבט מער נישט קיין היטשעס, דער זכות זאל אייך ביישטיין!!

טייערער שיינער איד אויב ליינט איר דעם ארטיקל אזוי ווי אסאך שיינע אידן טוען, (ניטשט קיין פעלער איך בין אויך!) ביטע גיבט נישט ארויס מיין נאמען, איך וויל מיך נישט פארשעמען אז איך גיב נישט קיין היטשעס מיינע גוטע פריינט און משפחה מיטגלידער מיינען אז איך גיב יא!

יישר כח!

נ.ב. איך בין אים מוחל מיטן גאנצן הארץ עס איז נישט זיין פעלער! ער איז לכאורה געבוירן געווארן אין אזא שטוב...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:07 pm
דורך משזר
הו הא, עס קומט גיטע צייטן.

טענקס, מר וואסער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:08 pm
דורך שמו
זאלץ וואסער
איך האב נאכנישט אנגעיאגט צו קאמפלעינען (איך מיין צו זאגן באדאנקען) אויף די פאריגע ארטיקל
און שוין האסטו אונז באמבאדירט מיט א נייע ארטיקל,
ייש"כ אזוי גוט און שיין געשריבן,
יעזור ה', אז דו זאלסט פון היינט האבן אסאך גרינגע מצוות,
און אויב איך וויל אמאל א היטש, ביטע נעם מיר יא,
(אפשר בין איך פון דיין משפחה וואס מיינט אז דו גיבסט נאך יא)
פאר א סימן, איך שטיי ביי די עקזעט, מיט א געוויסע מאס בושה, און איך שטרעק אויס דעם אגודל כלפי שמיא,
מיט א תפילה אז דער בעל הרחמים זאל מיר צושיקן א בעל רחמן, וואס זאל מיר גערן אופפיקן,

עניוועי א ייש"כ האלט אן
און מאך זיכער יעדן טאג צו עפענען נייע אשכולות, מיט נייע געדאנקען.

משזר האט זיך אריינגעדרייט דא ער האקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:08 pm
דורך בחורהזעצער
יא, מיר האבן אריינגעכאפט א פיינעם העכטל, עס קומט גוטע צייטן, זעהט אויס ווי זאלץוואסער איז מקיים מאשקעס חתימה An article a day keeps the babies away, זאל אים דער אויבערשטער געבן צייט און געלט דאס אנצוהאלטן.

אלענפאלס, א גרויסן יישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:30 pm
דורך פליגל
הו הא

ס'פארט ארטיקלען, ס'ראקט!

האמיר שוין ארויסגעפרינט עס צום ליינען שפעטער.

יישר כח!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:43 pm
דורך Shiala
;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 6:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
הָו לַא לַא!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 7:10 pm
דורך טייבעלע
דאנקע שיינע.

איך גלייב אבער אז אונזער זיסע זאלץוואסער גיט נאך אלץ היטשעס.

דו האסט מיר דערמאנט ווען כ'האב געגעבען איינעם א היטש און עס איז איהם נישט געפאלען וואס עס שפילט דארט, פארוואס ווייס איך נאך ביז היינט נישט,
קען זיין ווייל עס איז געוועהן נישט פון זיין קרייז, האט ער איידעלערהייט געדרוקט אויפן קנעפל און ארויס גענומען די סידי און געוואלט אריין לייגען זיינס וואס ער
האט שוין געהאט גרייט, זעהט אויס ער האט געוויסט פון פאראויס אז ער וועט דאס דארפן, למעשה האב איך איהם צוריק געהאלטן מיט עפעס אן אויסרייד,
האט ער מיר געזאגט איך זאל עס אויסלעשען, ער איז געבליבען ביים זאגען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 10:00 pm
דורך דעת זקנים
האבעך דיך דאך געבעטן נעכטן זאלסט נאר ווייטער פארן מיטן באס, ביסטו געווען אנויבער חכם, נו דא האסטו...
אבער מיט אזעלכע ארטיקלן קענסטו פארן ווי אזוי ס'שמעקט דיר, עז לאנג דו ביסט אונז ווייטער מהנה...
יישר כח, דזשאסט דאונט גיוו אפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 10:12 pm
דורך פליגל
זאלץוואסער; נעקסטיים די טרעפסט דעם שיינעם איד זאג'ם (מיט דרך ארץ, שטייציך) אז דער זכות פון דעם אשכול זאל אים ביישטיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 10:29 pm
דורך leiby
קרעטשמע קרעטשמע דיינע גוטע צייטן האבן זיך צוריק אויפגעוועקט,
זאלצער דיינע ארטיקלען גיסן שמאלץ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 10:47 pm
דורך געלעגער
האלאו מילצן, ס'קומט גוטע צייטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:52 am
דורך שוועמל
כאניש געוואוסט אין סקווירא האדעווען זיך אויך די סארט אידן..

משום אל תמנע טוב, נאך אזוינע זאפטיגע ארטיקלען מיט די באחנ'טע לשונות דערוועקסטו אין מיר זכרונות פון אמאליגע צייטן אין קרעטשמע...

אן אלטער ליינער

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 1:30 am
דורך fiena nieas
אה ווען קרעמיר וואלט ווען דא געווען וואלט ער זיך באלעקט די פינגערס!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 4:43 am
דורך מכטי1
זאלץ וואסער?????????? צוקער וואסער!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 4:56 am
דורך zookeeper
די אלטע אידאלאך זאגן אלעמאל ״ א יונגע מחוצף״.
מיר האבן געהאט ציטוהן מיט אזוי אלטן וואס האט אראפ געדרייד די
עירין קדישין, ווייל ער סיז׳קאלט, איינער האט פשוט געזאגט ״ איך בין א יונגע מחוצף און איר זענט א אלטע מחוצף״, נאטייך ארויף מיטן עיר קאנדישען. 

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 7:09 am
דורך msp
זאלץוואסער
כמים קרים....

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 8:01 am
דורך זאלץוואסער
יישר כח אלע

מאר טו קאם אי"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 8:25 am
דורך מאנ-יימער
ס'גיסט זיך זיסע זאלץ וואסער!
ביסט אנבעליוועבל...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 10:07 am
דורך משזר
כ'טריי אויסצופיגערן וואס נאך ס'קען דיר בייפאלן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 11:05 am
דורך ווינקל
דער איז גוט, און טאקע גוט, אהה, גוט שבגוט!

יישר כח!

איך האב שוין ב"ה אזאנע מעשיות לרחצה... איך פרעג שוין לאנג נישט וואו מען וויל גיין, פינטל. אויב יענער וויל קומען וואו איך פאר הרי טוב, ובאם לאו, שם תהא היטשאסכעם...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 11:09 am
דורך זאלץוואסער
באמת לאמיתו: געבן א היטש איז א מצוה שאין דוגמתו, נישטא וואס צו רעדן, אבער לייענט מיין אשכול "ווען וועלט וואלט געווען וועלט" און איר קענט מוסיף זיין אז ווען מיר היטש געבער'ס וואלטן ווען געזאגט דעם אמת אין פנים אריין וואלטן מיר נישט געהאט די עגמת נפש. די מענטשן וואס גיבן היטשע'ס און רופן אויס א סעט אויף רול'ס גלייך ביים אנהייב שניידן נאך אפ די בעסטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:15 pm
דורך שמעק_טאביק
זאלץ וואסער, איך קען נאר צושטימען צו די אלע לויב ווערטער אין דיין ריכטונג... מיר האבן הנאה פון אייערע גוטע ארטיקלען און געשמאקע פעדער....

א דאנק, און קיפ איט קאמינג...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:46 pm
דורך ay10950
ביי אונז אין שטעטל איז אויך געווען צו באקומען אזא שיינער איד מיט וואס זאלץ וואסער האט זיך באגעגענט, נאר יענער איד'ס מזל האט נישט אזוי גוט אנגעטראפן.....
ער ווארט אויף א היטש אינמיטן ראוד כמעט ביי די געלע ליין... אז מען זאל זיך דארפן אפשטעלן פאר אים , זעצט זיך אריין אין קאר און זאגט ווי מען זאל פארן......
דער דרייווער איז נישט געווען אזוי וואויל און ער זאגט אים אז ער יאגט זיך צום פאסט אפיס.... נישט קיין פראבלעם איך האב צייט ....... גוט זאגט אים דער דרייווער אדער דערנאך גיי איך אין בעקערי... נישט קיין פראבלעם איך האב צייט ....... עס קען נעמען אביסל צייט ווייל איך דארף מאכן אן גרעסערע ארדער.... נישט קיין פראבלעם איך האב צייט ....... גוט ויסעו
מען איז געפארן אין פאסט אפיס ויחנו בבאנק און פון דארט צום בעקערי און פון דארט אין גראסערי מען איז געפארן ווייטער אראפדראפען פארשידענס און ויחנו ביי די קלינערס אזוי האט מען זיך ארומגעדרייט פאר 2 שעה בערך דערנאך איז דער דרייווער אהיימגעפארן אריינגעפארקט אין זיין דרייוועי און זאגט פאר דעם שיינעם איד, דא בלייב איך אז איר ווילט קענט איר כאפן פון דא אן אנדערע היטש.............

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:50 pm
דורך my_music
אוי זאגסטע גוט...

יעדע שטיק צייט האב איך בערך אזא געשיכטעלע, וואס ווארימט מיך אן פאר די נעקסטע פאר וואכן אדער חדשים אליינס אהיימצופארן.

איינמאל האב איך געהאט אזא מעשה וואס דו האסט יעצט געשריבן, דהיינו אינמיטן וועג דערמאנט זיך יענער אז ער דארף גיין דורך די אנדערע (אומ)וועג, און איך מיטן קליין בערדל האב מיך נישט געוואגט אנצורופן עפעס דערקענגן בשעת יענער איז א חשוב'ע דורכגעוויקטער רבי זיכרוינעלע וורוכע איד מיט א שניי ווייסער בארד.

א צווייט מאל האב איך געהאט א גרויסע זכיה צו געבן א היטש פאר א חשוב'ער עסקן מיט אנלימיטעט מאביל טו מאביל, און ער האט זיכער געמאכט אז זיין צייט זאל ח"ו נישט זיין לבטלה, און ער האט די גאנצע צייט געמאכט גאר וויכטיגע פאון קאלס, "אבער איך האב קלאר געזאגט פארן גראפיקער אז ס'זאל נישט שטיין די לשון, ווייל מענטשן העלן האבן טענות" און "און האב גערעדט מיטן דיין, ער שטיצט די זאך פולי" ממש איך האב געפילט פאר א גאר גרויסער זכיה איהם צו האבן געגעבן א היטש. און א גרעסערע זכיה איהם אראפצולייגן...

דערנאך האב איך אמאל אויפגעפיקט א איד אויף גארפילד, איך דארף צולייגן אז ס'געווען אין די ניין טעג, און ווען מ'איז אנגעקומען ביי סאטמאר דר. האב איך זיך דערמאנט אז איך דארף מאכן א לינקס און איך פאר נישט זיין וועג (און עפענען די פענסטער).

דערנאך איז דא אן עקסטערע אישו, איינער קומט אריין אין קאר, וואיהין גייסטו? אין סמעדרעש. דאן פיר איך מיך יענעם אראפצולייגן ביי הוניאדער שול, האסטעך געזאגט אז דו גייסט אין ביהמ"ד? (אקעי, איך האב עס נאר איינמאל געטוהן, און נישט ביי הוניאדער שול)