איך האף איך האב רשות צו מוסיף זיין. עס איז באמת זייער א האקעלע נושא.
בעפאר אלעמען, איך וויל נישט ח"ו, ח"ו, חס וחס ושלום (עשר פעמים) אז איינער זאל זיך אפהאלטן פון געבען א היטש. עס איז גאר א גרויסע מצוה. הכנסת אורחים בגוף, בנפש ובממון. איך האב געהערט נאכזאגן איך מיין אז פון סאטמאר רב זצ"ל דער בעל ויואל משה, א איד איז געקומן פאר א ברכה אז ער האט געקויפט א נייע קאר. בימים ההם האט נישט איעדער יונגערמאנשיקעל געהאט א קאר. האט ער געפרעגט אויב האט ער גיטע אונשורענס. האט איהר גענטפערט יא. האט ער געזאגט, וועט איהר אריינעמען אידן וועט דאס זיין א זכות.
למעשה... אין ווילאמסבורג און בארא פארק איז נישט אזוי איינגעפיהרט צו נעמען \ געבען היטשעס. אבער אין קרית יואל, סקווירא, מאנסי וכו' אסאך מער.
איז אזוי... איך שפיהר זיך אביסל א בעל בעתישער מענטש וואס וועט נישט כאפן היטשעס. האב איך אמאהל געהאט אז מיין קאר האט זיך צובראכן, עס האט גערעגנט, און איך האב מיך זייער געפלאגט איינער זאל מיך געבן א היטש. האב איך דאמאלטס פארשטאנען וויאזוי עס פילט פאר די וואס דארפן כאפן א היטש. ווען איך ראנגעל זיך מיט מיין יצר טוב, יא אפשטעלן, איך יאג זיך, וכו' פראביר איך זיך אריינלייגן אין זייער שיך.
איך האב אפאר מנהגים: איך גיב נישט קיין היטש פאר בחורים וואס איך קען נישט. נאכאמאהל, איך פסקען נישט פאר יענעם. ביטע נישט פאסן אייער מיינונג לויט מיינע מנהגים.
אויב יאג איך זיך נישט שטארק און איך קען באשטיין ארויסגיין פון וועג, שטעל איך מיך אפ, איך צו אראפ די פענסטער און איך זאג "איך פאר דארט און דארט, איהר קענט גערן מיטקומען און אראפגיין עניוועיר אויפן וועג. כאפ ער די רמז איז גיט. איז ער איינער ווי זאלצוואסער שרייבט אז ער האט אפגעמאכט "מיך צו נעמען אויף א רייד" וויש איך מיך אפ די נאז און איך לייג דאס צי צו מיין עולם הבא חסד אקאונט.
אויב יאג איך מיהר אבער איך קען באשטיין צו כאפן א מצווה אויפן וועג, שטעל איך מיך אפ, איך מאך זיכער די טירן זענען הארטמאטיש פארמאכט, איך ראול אראפ די פענסטער אביסל און איך זאג קלאר איך פאר דא און דארט, ווילט איהר מיטקומען? אויב זאגט ער יא, זאג איך קלאר (בעפאר די טיהר וועט אויפגעשלאסן): איך יאג מיהר און איך וועל נישט קענען ארויסגיין פון וועג. מסכים? קומט אריין בכבוד גדול. אויב יענער צאנקעט זיך, זאג איך קלאר: איך מיין אז איך טוה אייך נישט קיין טובה פארן אריינעמען, די נעקסטע קאר וועט אייך קענן בעסער סערווירען און איך פאר אוועק.
עס זענען דא מענטשען וואס סטאפען אין "מיטען ראוד". ממש כמעט זיי צווינגען איהר זאלט זיך אפשטעלען. דאן שטעל איך מיך אפ און איך עפען די פענסטער אביסל (בשעת דער אומענטש פראבירט אויפרייסן די הענטל פון טיהר מיט געוואלד): אנטשולדיגט, איך האב אייך שיעור געהארגעט, אויב ווילט איהר קאמיטען זעלבס מארד, דאן טאנצץ פון די טעפען זין ברידש, מיש מיך נישט אריין.
הרב קאושער שיין פירעכצער, נאר אז איר האט בארירט קא-ווארקערס וויל איך טאקע א עצה.
מנהגי מאז אפען וועג אהיים פון דאס ארבעט מאך איך מיר מיינע פרוואטע געשעפטן, ערלעידיג מיינע פאון קאלס, צומאל האב איך לענגערע מיטונגען מיט ר זלמן ווידער (ששששששש חשש גילו...), א.ד.ג.
סלעצטענס ארבעט אין מיין אפיס בילדונג א אינגערמאנציקל וואס קומט פון זעלבן שטאט וואו איך, און דא זענען מיינע פריוואטע געשעפטן איבערגעריסן געווארן האסטיג ווען ער האט מיך איינמאל געפרעגט צו אפשר נעמעך איהם אהיים. מתחילה א טובה פאר וואס נישט? אבער ווען סהאט אנגעהויבן ווערן אפטער ער ווארט אפילו אויף מיר א עקסטערע שעה.. ווייסעך נישט וואס צו טוען..
אי-רעלעווענט האט געשריבן:הרב קאושער שיין פירעכצער, נאר אז איר האט בארירט קא-ווארקערס וויל איך טאקע א עצה.
מנהגי מאז אפען וועג אהיים פון דאס ארבעט מאך איך מיר מיינע פרוואטע געשעפטן, ערלעידיג מיינע פאון קאלס, צומאל האב איך לענגערע מיטונגען מיט ר זלמן ווידער (ששששששש חשש גילו...), א.ד.ג.
סלעצטענס ארבעט אין מיין אפיס בילדונג א אינגערמאנציקל וואס קומט פון זעלבן שטאט וואו איך, און דא זענען מיינע פריוואטע געשעפטן איבערגעריסן געווארן האסטיג ווען ער האט מיך איינמאל געפרעגט צו אפשר נעמעך איהם אהיים. מתחילה א טובה פאר וואס נישט? אבער ווען סהאט אנגעהויבן ווערן אפטער ער ווארט אפילו אויף מיר א עקסטערע שעה.. ווייסעך נישט וואס צו טוען..