א טאטע ביין דאיען / 'נישט' ט.ב. שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

א טאטע ביין דאיען / 'נישט' ט.ב. שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איגעווען צייטן.(זייער נייגעריג ברענג א לינק.))) כאנישט געמיינט וואס דו מיינסט.

אבער פארט מיינעך דאך עפעס, העלעכייך פארציילן. אבער נישט ווי מ'פארציילט מאסעס פון די ביכלעך ארויס, צי אידאס מנחם מענדל, צי אידאס אידישע קוואל, ליכט, אוצר, היים, וכו' שא"א לשפורטם כי חלמים הם. צי אפילו ווען מ'פארציילט נאר סתם א מעשה שהי', א שטייגער ווי א נייעס וואס פארציילט אקאורשט וואס ס'האט נישט פאסירט מיט צוויי ארץ ישראל אידן וואס זענען פארכאפט געווארן א_ווי גלעד שאליט נעבן (ר'????) יונתן פאלרלללאראד (גוט געספעלט? ארייין אין די אלע תפילות פאר אים דורך די בשמים שמעקערס על דעת השטותים), צי אפילו לאמיר שוין זאגן א_ווי גיימער איצט פארציילן א מעשה שע (יאכער כאפסט שע) היה. אזוי צי אזוי, לך אף לך, בינעך דא געקומען זיך פארמעסטן מיט שאץ מאץ, (אוי שוימט ער, הא הא, רעגסט מעגסטאך האט מען ביינונז געזאגט אזא (וועכע? בין קעסי ללוזער? אדער די דלת ימי דויתנהאזן?) צייט) ער שרייבט סעריעס פון טאטעס ביי באבעס, טאטעס ביי רבי'ס, טאטעס ביי א שווארץ יאר, און יאך העלזעך יאווען שרייבן א טאטע ביים דאיען. און טאקען נישט שאץ מאץ, שלא יטעו היענטאשעס, ולא יטענו המי יודע'ס, עלקא פנים דאס אידאס, דאס איז מיין סעריע, און שוין.

איז די סעריע אביסל א קאמפליצירטע, דהיינו, העסטעך פרעגן ווער האט דאך געבעטן אריינגיין אין אזא שווערע מיסיע??!! כככעעעם ככעעם, אה אממ ווי האבעך געקענט פארגעסן? הע? יאך בין דאך אלעמאל נאנט צום דאיען זז"ג, און וואס איך האלט מיט, ווייסט קיינער נישט, איז ממילא האבעך קאנאנדער ברירה נישט געהאט, און זעך גענעמען די פעדער (נישט די ניק, אויך נישט די עכטע נאר די קנעפלעך פונ'ם קיבארד.) אין די האנט, און העלמיר שרייבן אין די סעריע פון א 'טאטע ביים דאיען'.


פון אלס קינדווייז ווייסן מיר שוין, אז דער טאטע גייט צום דיין, צי צוליב א מילכיג לעפל, צי צומאל צוליב א פליישיגע גאפל, אלעמאל מאכצעך שוין עפעס אז דער טאטע האט צו רעדן צום דיין. אבער אלעמאל איז עס געווען אזוי צושטיל, אז מ'האמיר קיינמאל נישט געוואוסט וואס איז געווארן מיט'ן גאפל, און ווער רעדט נאך פונ'ם לעפל....

אבער פארט (נישט מיט א קאר, נאר מיט אזא קמץ קטן...) גייט א טאטע צו א דיין, און דאס דארף מען באשרייבן כלפי קהל פון חדר, אז דאס איז נישט אזוי פשוט ווי מ'קוקט דאס אזוי אן פון הינטערוויילעכץ, דאס איז א געהעריגע געשעעניש (ניש אן א טית, כאפסט?) און אז דאס וועט נישט באשריבן ווערן, קענאך שאץ מאץ דאס אמאל באשרייבן, און דאס וויל איך פארמיידן אויף אלע פרייזן, (שששששש פאר א צוואנציגער קענער עס נאך מאכן, אבער ער ווייסטאך נישט אז כ'שרייב) ממילא העליך זיך נעמען דא צו די מלאכה.


כ'ווייס אז אלע פענס און עיר קאנדישאנערס פון שאץ הויבן אן ברויזן, אבער קומט און כ'על אייך מסביר זיין די זאך מיט א משל: (אבי לעבט נאך???) ס'איז געווען אמאל א קרעטשמע, (איינער געדענקט נאך?) און די קרעטשמע איז געווען גאר א היימישע, (כ'רעדט נאכנישט פונ'ם הכשר, כ'רעדט אז דער שעף איז געווען פונדערהיים נאך, כאפסט?) א ליבליכע, א געשמאקע אטמאספערע, דער עולם פלעגט קומען מיט גרויס אימפעט צו לויפן, און זיך זעצן שמועסן על דא ועל בא. זיך געוויצלט, זעך געגיגלט, זעך צעלאכט, זעך צעשמייכלט, און אזוי אידאס געגאנען יאאאאאאאאארן, כ'דענק א_ווי איצט אז דאס איז אנגעגאנען א לאאאאאאאאאנגע צייט.

דאן אין יענע צייטן פלעגן זיין עטליכע בעלי דרשנים וואס פלעגן (נו, פעדער לאמיר זען צו דו קענסט זאגן וואס?!) נישט מער און נישט ווייניקער, זאגן דרשות..... גע'דרשנ'ט (האט גארנישט מיט דרשו) דרשות, איינער לענגער איינער קערצער. און דער עולם פלעגט ליגן אויף ס'ערד, און זיך געוואלגערט, געוואלגערט??? נע, זיך געווארפן ווי א טאבע פאר געלעכטער. עס פלעגט אפילו זיין צומאל אז דער ראש הקהל האט געזאגט א דרשה, דאן האט מען זיך געווארפן פאר געוויין.


איינמאל האט עס פאסירט, יאפס, די איינמאל... דער אלטער חיים חייקל האט גע'דרש'נט (א דרשה פון צוויי שעה לערך) אז מ'דארף האבן דאיען, (חחחחחחחחחחחחחח, כ'דערמאן זיך ווי דער עולם האט געשאקלט פאר געלעכטער.... חחחחחחחחחחחח כ'קען זיך נישט איינהאלטן) דער עולם האט נישט געוואוסט פון וועלכע פלאנעט ער איז אראנגעפאלן, מ'האט זיך געקוקט אויף רעכטס און לינקס, מ'האט חושש געווען אולי ווילער אריינרוקן א פאסטן פאר זיינס אנייניקל, אבער מ'האט דאס נישט געקענט וויסן. נו, אז דער אלטער חיים חייקל זאגט, אידאך נישט מער ווי גערעכט אז מ'זאל אים נאכגעין (נישט אזוי ווי נאכגיין, נאר איידער אזוי ווי נאכגעבן, ולחכימא בלא בלא בלא)

כ'דענק ווי דער דעמאלטדיגער ראשקאאל געט אזא הויב אויף זיינע וואנדזשעס העכער זיינע נאז לעכער און קלאפט אזוי אין טיש און רופט זיך אן: נו ר' חיים חייקל, וועמען וואלסטו געשטעלט אויף דעם פאסטן....

דאן איז געקומען דער מאמענט, ר' חיים חייקל נעמט ארויס פון זיין רוק – זאק א טאשן-טיכל, און הויבט אן גיסן טרערן, און מיט א שטיל קול געשטיקט פון געוויין הויבט ער אן זאגן: "בעיאדע אימאקירע קא'אמינע, כ'קען אים דעם זארעכ פעפער" דאן איז דער גאנצער עולם פארגאנגען אין א געוויין, "ער איז א יאדייע סעיפער" דא האט מען שוין געיאמערט, "כאבעם פארהערט ס'גאנצע שיכענארעך" די ווייבער שול שרייט שוין הצלה... "ער קענעס א_ווי איך" אוקעי, די הצלה האט נישט געקענט קאאפן. "מיילע" דאס האט ער שוין געזאגט מיט א רואיגערע טאן, פון דא און פון דארט האט מען שוין געהערט א פארלייכטערונג, "קלערעך, אז מ'זאל אים צושטעלן צום פאסטן, עלקא פנים ביז סיעט קומען עמעץ וואס זאל אים אין שאטן שטעלן, און אויף דערווייל זאל ער פירן די דיני תורות, און פסק'ענען קעחאל אשער יויריכא." אזוי איז געווען די רייד פונ'ם אלטן חיים חייקל.

מיינע ליבע פריינט, וואזאלעכייך זאגן, דאס איז געווען דאס ערשטע אומהיימיליכע שריט וואס די קרעטשמע האט אנגעזייט. ס'האט זיך אנגעהויבן א גאנצע געכבוד'צעך פאר זארעכ'ן, אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל אום סוכות צייט האצעך דער דאיען סאכדעס אנגערוקט, און גע'פסל'ט ערעב זארעכ'ס לולבין אויף רעכטס און לינקס, אזש ס'קימאט געקומען צו געשלעגן, וועניש דער יאנאש זאל זיך אריינמישן, זעמער נישט דא וואו מ'זעמער.
אין אנדערע ווערטער (אין וואס?) איז אזוי, די סטאקס זענען דעמאלט אראפ פיל פאכיג (וואו איז די דיקשאנערי???), דערוילעם האט געקראגן אן אומצוטרוי צו דעם אלטן חיים חייקל, (ער האט טאקע פארפאס א קינה לכבוד דעם) און דער דאיען סאכדעס האט איבערגענומען מאמענטום, און מ'האט געמופט, און וואס נאך? וואטעווער, מ'האט אסאך מיטגעמאכט ביז מ'האצעך דערזען מיט א דאך איבערן קאפ, אבער ווי האט יענער געזאגט? (ווער איז דער יענער?) סאצעך געלוינט.
אלזא, די דרשות האבן זיך פארמינערט, און ס'האט געטראסקעט צוזאמען מיט די סטאקס. און ווען ס'שוין יא געקומען א דרשה צי וואס, איעס שוין געווען מלא ביטערניש, מלא פארווייטאגטקייט, - כ'געדענק ווען דער דאיען האט געזאגט א שובבים דרשה, מיט'ן גאנצן ערענסקייט, איז אבער די היימליכע געשמאקע אטמאספערע נישט אנטרינען געווארן. א_ווי איצט געדענק איך נאך ווי באלד נאך די דרשה האט ער אז נאלאצע געמאכט מיט מעסטער מיינדן, אהה מי יעמוד בסוד קאלאטשן. - אזוי אזש דער עולם האט פארגעסן וואס מיינט א נארהאפטיגע דרשה.


איצט דרייט אלע מיט די פינגער, ממילא בינעך דא געקומען פארציילן אין די סעריע פונ'ם אלטן רבי'ן דער בעל הסאכדעס והשיכקאלאטשן, אאוטטש בינעך פארפארן, כ'אלט אינמיטן א טאטע ביים דאיען, און ווי אויבן געזאגט ווייסן מיר שוין דאס פון קינדווייז אן, און ועחאלעי ועחאלעי וכו' איינער וויל הערן נאכאמאל די גאנצע שוואויזן טאנגען ביז אהער????? עה, מסתמא נישט.... אלזא לאמיר זיך נעמען צו די גולמי דיומי.


שטיימער דאך דא פאר סוכות, און ס'רוילעם קויפט איין די דריי מינים מיט א מורא'דיגע ס'לאוועס. מ'שלעפט ארויס פונ'ם סוחר צוועלף שטיק, ווייל אמער ער דארף דאך פרעגן דעם דאיען וועלכע סיז כשר. (ווען דער עולם זאל וויסן וויפיל כשר'ע אתרוגים ס'הענגן אין די סוכות, וואלט מען נישט משוגע געווארן פון די סוחרים.)
פארשטייצעך דער טאטע דארף אויך 6 לילאווען, ווייל 5 דארף ער פסול מאכן אויפ'ן וועג, און ער זאגט פאר'ן סוחר דער דאיען האט אאאאלללעס גע'פסל'ט, קוים מיט צרות האט ער ס'לעצטע כשר געלאזט,
סוחר: נו, וואו זענען די פסול'ע?
טאטע: אהה, דאס האבן שוין מיינע קינדער געמאכט צוועלף האלבע קיישעלעך.
סוחר: אהה אוקעי, כ'פארשטיי שוין אלעס.
טאטע: זאג, האסט הדסים?
סוחר: יא זיכער האבעך,
טאטע: ביסט זיכער אז סיז פישעלאשים?
סוחר: יא, א שאלה?
טאטע: נע, כ'דארף פרעגן דעם דאיען,
סוחר: נו אוקעי,
טאטע: נו, איז וויפיל סעטס קענעך נעמען צום דאיען?
סוחר: אהה, גוט אז דו פרעגסט, צוויי,
טאטע: צוויי??? ער וועט דאך נישט קענען קלויבן....


שוין מ'קומט אן צום דיין מיט ס'גאנצע געזונדל לולבים, אתרוגים און הדסים, און פאר א נויט דאס האלבע געזונדל פון הויז, (מ'דארף דאך העלפן דאס ווייב און געבן ארבעט פאר'ן דאיענ'ס רביצין) און מ'שטייט אזוי אין די ליין,

טאטע: אאהה אגוטן שמעלקא, וואטוץ?
שמעלקא: שששש, אביסל דרך ארץ
טאטע: אהה יא גערעכט, כאזעך פשוט נישט געכאפט, אבער וואטוצעך? וואו האסטו געקויפט?
שמעלקא: איך? ביי שמערל פון בעדפארד קארנער העריסאן. פארוואס פרעגסטו?
טאטע: אה ווייל מיין סוחר איז אזא חי', כ'קען דיר נישט מסביר זיין, ער האט מיך קוים געלאזט נעמען אפאר אתרוגים צו קוקן וועכע ס'כשר, רוק דיך שוין זעסט נישט אז די ליין ווערט קערצער?
שמעלקא: נו וואו יאגסטע זיך?
טאטע: סייסט? ס'שוין באלד יאנטעף און דא האבעך 12 אתרוגים, כאף אז עפעס איז כשר דא.
שמעלקא: ביסט משוגע? דער דיין איז עפעס דיין משוגע'נער? געבסט אים כאטש א גוטן טיפ?
טאטע: א טיפ??? פארוואס עפעס? ער קריגט נישט באצאלט פון קהל? אזא שלעכטע קהל... אוקעי רוק דיך שוין אהינצו,,
----
טאטע: יאנקל, ס'נייעס?
יאנקל: ברוך השם, וויפיל סחורה האסטו דא?
טאטע: סייסט? ממש גארנישט,
יאנקל: אפשר לאזטו מיך גיין פאר דיר?
טאטע: נע, כאנישט קיין צייט....
יאנקל: איך האב נאר איין אתרוג, און כאב א קליינע שאלה, דו האסטעך מער ווי סיי וועלכער סוחר....

שוין דער טאטע קומט שוין אן צום דיין, פאר א האלבע שעה איז ער נישט געווען פארטיג, שמעלקא האט געהאט מזל מיט א מינוט....

טאטע: וואס זאגט דער דיין צו די אתרוגים?
דיין: געב אהער לאמיר זען
טאטע:נע, כ'מיין קודם באשקאפע רישוינע,
דיין: כ'זאג דאך אייך, כ'מוז דאס זען
טאטע: זאל איך עפענען אלע פון די באקסעס?
דיין: נאר וואדען
טאטע: אהה כאגעמיינט אז דער דאיען טוט דאס....
דער דיין קלויבט אויס דאס בעסטע און געט אים דאס אהין
טאטע: פון וואו וועלעך קענען וויסן וועלכע ס'די בעסטע?
דיין: מאך דיר א סימן
טאטע: אויף די אתרוג אליינס?
דיין: ניין אויפ'ן באקס
טאטע: אההה נישט איינגעפאלן.....
----
טאטע: וואס איז דער פראבלעם פון די אנדערע אתרוגים, זיי זענען פסול?
דיין: נישט פסול, אבער דאס איז דער בעסטער
טאטע: נו, וואס איז מיט די אנדערע? ס'האט א שווארצע בלאט פלעק?
דיין: יעדע אתרוג האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות, פארשטייסט?
טאטע: יא זיכער פארשטיי איך......

שוין און אזוי מיט די לולבים כאשוין נישט קיין כוח מאריך צו זיין. יאנקל אישוין לאאאאאאאאאנג נישט דא, ער איז צוריק צו זארעכ פעפער און פאטער אנייסעק....


האט'ס מיר א פרייליכע יום טוב, און א כשר'ע אתרוג און א פארמאכטע לולב.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

צאאלעעע......!!!

איינער ווייסט וואס דער דאיען האט דא איבערגעזאטלט?

האמער א פרייליכן יאנטעף מיט א זויערן וויין.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לע לא לע לא... פיייייייףףף... מאוו מאוו, נו, איך יאג מיך... זאג פאר ריק פערי אז איך קאלל עם באלד צוריק... דא זענען דא הונדערטער יודן אין שאק... סאאאאאכככדעססס, דאס ביסטו?? דו שרייבסט נאך ארטיקלעך??? אוי געווען אמאל צייטן... אקעי, וואס האבעך צו שרייבן, לאמעך קודם ליינען... ביי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

סאאכככדעעעעעעססססססס!!!!!!!!!

וואס ביסטו? קאקא?

שעמסט זיך נישט צו רעדן אפן פאליטיק (אותיות עמלק ג"פ ישר והפוך), אזוי געהעריג אין פאבליק און נאך מאכן אזוי צונאר דעם דייען, מבזה זיין די גאנצע קאהל מיטן ראשעקאהל בראש? כ'מיין וואסידאס? דו מייינסט ביזט ערגעץ אין קרעטשמע ציוואס?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יאפ! עפעס ערנסט האט אים ארויסגענומען פון'ם סאכדעס'ס אפיס אז דער האט אפגעשריבן (תיקון טעות: געטייפט (קרעדיט: סאכדעס)) אזא ריזיגס, שוין לאאאאאאנג נישט געווען אזאנס פון אים.

סאכדעס, נאך אפאר אזאנע און מיר שטייען גוט, קיעפ איט אפ ווי מ'זאגט אזא פאל.

-----------------
יגעתי האקט,

ניין, ער איז אין דזשורנאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צום פרינטן
אטעטשמענטס
tata_at_dayen.pdf
(35.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 247 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיין שמאלע גוף ווארפט זיך וואו א לולב.... חחחחחח.... סאכדעס איז אין די דישעס אויף א וויילע... סאכדעס, 'א טאטע ביים שוויגער' ווארטן מיר אויף...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוי בזיונות, עס פעלט א פאראגראף צוויי ביים אנהויב.... כ'ווייס נישט וואו עס איז אנטרינען געווארן, אלעמאל ווען כ'פלעג פארלירן פלעין א תגובה אין די שיקעס פענסטער, האבעכעס כאטש פארלוירן אינגאנצן. איצט אז כאגעפאלגט די חברה, און כאבגעשריבן און געפעסט פון ווארד צו בלא בלא, קוקעך אזוי אויס....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוקעי, יישר כוח פאר די אלע מגיבים, און עקסטער פאר שוועמעל פאר די PDF
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

סאכדעס, ס'נישט אוקעי, אהער מיט די צוויי פאראגראפן,
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א שכח סאכדעס הנאה געהאט ונתלאכלאכתי מאוד
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

חחח
כ'פיל מיך ווי אין 06 צו 05
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נישט שאץ מאץ...
אבער דאך אין פלאץ,
הרב דייען,
דו טוסט אונז אלע דעפרייען,,
ווען דו דערמאנסט אביסל די אלטע צייטן,
ווען שורות זענען געפלאסן אויף א וועג א גלאטן...
איצט ביסטו אין די ראלע פון א טאטן,

שכוח
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זיצענדיג יעצט אין שפיטאל האב איך נישט געקענט ליינען עפעס בעסערס פונדעם. סאכדעס, ריזן ייש"כ
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ערעב סאכדעס A1
the SCY is the limit
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

נאכנישט געליינט אבער מן הסתם איזעס גוט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא געליינט, אבער מחמת קדושת המועד נישט רעאגירט (גראדע האב איך יא אנגעהויבן באדאנקן זיך מיט א שינוי, באותיות לאטייניות, אבער פארלוירן דעם חשק אינדערמיט און געדרוקט דעם ריקצוג קנעפל)

און יעצט וועל איך זיך באדאנקן פארן ווינטל וואס האט אהערגעבלאזן דעם שמש פונעם דאיען דקהילתינו מיטן זיין וועלט-בארימטן פעדער וואס האט אן אייגנארטיגן חן כידוע ליודעי חן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך וואלט ליבערשט געזאגט אז סאכדעס האט ווארשיינליך געשריבן דעם ארטיקל עטליכע יאר צוריק און יעצט ביים סדר מאכן זיינע פיילס אין קאמפיוטער (ס'שוין העכסט צייט) האט ער דאס געטראפן און דאס געפאוסט.

אנדערש העלעך מוזן זאגן אז ער איז נאך געבליבן מיטן זעלבן חן ווי אונעם מיטל-אלטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואו צייכנט מען אן אז מען האט הנאה געהאט אויפ די אשכול אליינס אבער אויפן באקס אינדערויסן?
אוועטאר
אייוועלט ארטיקלען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:36 am
לאקאציע: אין ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארטיקלען »

ליינט און האט הנאה!!
זוכט איר א זאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטען? באזוכט דא

האט איר געזעהן? הנאה געהאט? לאזט אייך הערן!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”