בלאט 1 פון 1

ברויכן מיר אויסזעהן ווי מיכל?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 11:43 am
דורך באמבאסטיש
מיכל פליישער איז פון די געבורט אן געווען א טשאבי און פעשליך קינד, ער איז קיינמאל אויסגעדארט נישט געווען. ער איז געווען א "אכלן מרחם אמו" שטענדיג האט ער פארמאגט א שטארקן רייץ און מעכטיגן אפעטיט צו די אכילה, אזש מען האט זיך געווערטעלט אין די משפחה אז כשמו כן הוא "מיכל", ווייל מיכל איז א לשון פון "מאָס", אזוי ווי די תרגום זאגט אויף איפת צדק - מכילן דקשוט, און ער איז פון געבורט אן געווען א שיינע סייז, און ווי אויך איז "מיכל" א לשון פון "אכילה" (מאנכע האבן צוגעלייגט אז אויך די לעצטע נאמען איז געווען זייער פאסיג פאר זיין געשטעל).

ווען מיכל איז עלטער געווארן, איז זיין אפעטיט מיטגעוואקסן מיט אים, און פארשטייט זיך אז ס'איז געווען "נודע כי באו בקרבינה", דען פונעם אמאליגן דאבל-טשין איז שוין אצינד געווארן א טריפל-טשין, און די פונטן זיינע זענען געוואקסן ווי הייוון מיט א שנעלן אימפעט טעגליך.

די עלטערן זיינע האבן פרובירט מיט אלע מיטלען אים צוריקצוהאלטן פונעם אכילה גסה, און האבן געטוהן אלע מעגליכקייטן אים צו קאנטראלירן מיט דייעטעס שונות ומשונות, אבער עס האט געהאלפן א מכה... מיכל האט זיך בשום אין אופן נישט געקענט צוריקהאלטן, און ווען מען האט אים נישט דערלאנגט זיין געווענדליכע תרטימר בשר וואס ער איז געווען געוואוינט צו עסן טעגליך, האט ער זיך גענומען צו בריקן מיט די פיס און פאכענען מיט די הענט שרייענדיג דערביי אומבאנומענע קולות, אזוי ארום אז עס איז נישט געווען קיין סאך ברירות, נאר מען האט אים געמוזט נאכגעבן.

אלט זייענדיג 11 יאר, האט ער שוין געוואויגן א קיימא לן פון 250 פונט, און פארשטייט זיך אז עס האט קיין סאך כבוד נישט געברענגט צווישן די חברים, אבער וואס טוט מען נישט פאר א גוט שטיקל אכילה? ער איז גרייט געווען צו פארקוקן אויף זיין פערזענליכע כבוד, אבי דאס פיפיקל צופרידענצושטעלן.

די צייט איז נישט געבליבן שטיין, מיכל איז שוין בר מצוה געווארן אין א גוטע שעה, ער האט זיך אנגעטוהן ס'היט און רעקל, ס'איז אבער איבריג צו זאגן אז די אכילה האט בר מצוה געהאט אינאיינעם מיט אים, און אדרבא יעצט האט ער אנגעהויבן צו שפייזן דעם יצר טוב אויך, און אין נישט א לאנגע תקופה דערויף האט ער זיך געדארפט מלבש זיין פונדאסניי מיט פאסיגע בגדים לויט זיין מאס.

די עלטערן זיינע האבן זיך ממש געגעסן דאס געזונט מיט אים, אבער מיכל בלייבט מיכל, ער וועט פאר קיין שום געלט אין די וועלט נישט מוותר זיין און נישט איינגיין אויף קיין פשרות... ער פלעגט טענה'ן וואס ארט אייך אז ס'קומט צו נאך א שטיק אידיש בשר? וואס ארט אייך אז איך וואקס אין די ברייט אנשטאט אין די לענג? און אזוי האט ער דורכגעשטופט זיינע בחור'ישע יארן, ביז ער איז ענדליך אנגעקומען צום פרק איש מקדש.

זעלבסטפארשטענדליך אז קיין פלג גופא האט ער נישט געוואלט בלייבן (כאטשיג ער פלעגט שטענדיג טענה'ן אז ער איז קיינמאל קיין פלגא דגופא נישט געווען - זייענדיג דאפלט אין סייז פון זיינע חברים), איז געבליבן ביי די מסקנא אז מיכל וועט מאכן א ירידה לצורך עליה, ער וועט אנהייבן מצמצם צו זיין פון זיינע מזונות הקצובין לו, מיטן חשבון אז שפעטער ווען ער וועט א חתן ווערן אי"ה וועט ער צוריק באצאלן מיט שיינע פראצענטן.

למעשה אבער איז אים נישט געלונגען אויסצופירן זיין רצון מכח אל הפועל, און וויפיל ער האט פרובירט צו עסן בלויז כדי שביעה איז עס אים נישט געלונגען.

מיכל איז שוין געווען א עלטערער בחור פון 23 יאר, און קיין שידוכים זענען אים נישט געגאנגען. ביז ענדליך איין טאג האט עס פאסירט... מיכל האט אנגעהויבן ליידן אויף געפערליכע יסורים אין מאגן, און ער איז אפגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל, ווי מען האט באשטעטיגט די ביטערע פאקט אז ער ליידט נעבעך אויף גאר א ביטערע מחלה ה"י, און מען האט געמוזט שניידן פון אים שטיקער בשר, אפעראציע נאך אפעראציע כדי אים אפצוראטעווען.

אזוי איז מיכל געלעגן אין שפיטאל א צירקע 10 חדשים, ביז עס האט ענדליך אנגעהויבן צו גיין צו בעסערונג, און ער האט געקענט ב"ה פארלאזן די שפיטאל, איבערלאזענדיג דארט שווערע שווערע פונטן וואס ער האט פארלוירן במשך די צייט.

פון דא און ווייטער האט שוין נישט געדויערט צו לאנג, און מיכל איז בשעטומ"צ א חתן געווארן מיט א כלה א מושלמת, און ער האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.
*

כלפי מה הדברים אמורים? מיר שטייען אצינד אין די עשרת ימי תשובה, אונזערע עלטערן דער טאטע דער בוכ"ע, און די מאמע די תורה הקדושה, בעטן זיך צו אונז בתחנונים מיר זאלן אויפהערן צו שטאפן און שפייזן די סטרא אחרא, מיר זאלן זיך שוין נעמען אין די הענט אריין און אנפאנגען א ניי לעבן, א לעבן פון עבודת ה' ומצוות ומעשים טובים. צו ברויכן מיר חלילה ווארטן אז ער זאל אונז שיקן יסורים וחליים רעים און אזוי ארום אונז אויסמענטשלען? לאמיר שוין זיך צוריקקערן צו אבינו שבשמים איידער עס איז חלילה צו שפעט!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 11:52 am
דורך isolated
איז דאס "דער" משל פון וואס די סאטמערע רעדען א גאנץ יאר?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 12:00 pm
דורך מכטי1
באמבאסטיש די גייסט אויף שאץ סטייל!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 12:09 pm
דורך תרנגול
מכטי1 דו מיינסט פארקערט, שאץ גייט אויף זיין סטייל...
באמבאסטיש ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 1:06 pm
דורך בחורהזעצער
דער באמבאסטיש האט זיך היינט צולאזט אז עס גייט א רויך, עניוועי טענקס עי מיליאן.
מיינע שפייאכטס האט זיך אויסגענוצט ביים לאכן אזוי סאך אינעם משל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 1:11 pm
דורך מכטי1
תרנגול האט געשריבן:מכטי1 דו מיינסט פארקערט, שאץ גייט אויף זיין סטייל...
באמבאסטיש ;l;p-

גוווווווט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 1:13 pm
דורך שטארק זיך
isolated האט געשריבן:איז דאס "דער" משל פון וואס די סאטמערע רעדען א גאנץ יאר?
נאופ, דאס איז דער נמשל...
....
באמבאסטיש:
לאמיך דיר עפעס זאגן... כעל נישט מאריך זיין שטייצעך... סיז וועגן דיין ארטיקל איבער מאכיל פלוישער אין אייוועלט, כעל עס מגדיר זין אין איין ווארט:
באמבאסטיש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 5:58 pm
דורך שלעפשיץ
ער'ט נאך באלד זאגן א גראבע באמבע מיינט
באמבאסטיש!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 8:21 pm
דורך גיוואלדיג
isolated האט געשריבן:איז דאס "דער" משל פון וואס די סאטמערע רעדען א גאנץ יאר?

איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט באמת אייסאלעיטעד איך האב געמיינט דאס איז נאר דיין ניק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 9:51 pm
דורך געלעגער
באמבאסטיש. דיין היינטיגע אויסברוך איז ווערט א באגריסונג. האסט אביסל אויפגעלעבט די מצב

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 10:00 pm
דורך שנאפס
שטארק זיך האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:איז דאס "דער" משל פון וואס די סאטמערע רעדען א גאנץ יאר?
נאופ, דאס איז דער נמשל...

והמשל מובן מאיליו...

גיוואלדיג האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט באמת אייסאלעיטעד איך האב געמיינט דאס איז נאר דיין ניק

נעם נישט אלעס צום הארצן

---
באמבאסטיש, דיר האב איך נישט וואס צו זאגן, אריינגעשמירט אזא פעטן ארטיקל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 7:02 am
דורך קיטשי
;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש
באמבאסטיש;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p- באמבאסטיש ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 7:13 pm
דורך קרעמער
איך בין היבש פארנומען געווען די לעצטע טעג, אבער ביים איבערבליקן אן אשכול דא און א תגובה דארט האב איך באמערקט אז דער עולם רעדט עפעס פון באמבאסטיש'עס צולאזנקייט און אז עס האט באיזה אופן אריינגעברענגט א שטיק חיות אין גאנץ אייוועלט. איך האב דאך נישט קיין איבריגע צייט, בין איך דערווייל נישט אנגעקומען צו אלע זיינע ארטיקלן, אבער דאס ערשטע האב איך מיך באגעגנט מיט אט דעם מיכל'ן, און אלס הכרת הטוב אים אריינגעשליידערט קיין דזשורנאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 7:20 pm
דורך זיס
יואוי...

באמבאסטיש, האסט מיר מעורר געווען צו תשובה ביז טרערן...

אזא הארציגע מוסר השכל, ס'קומט דאך ממש צום וויינען... ווער עס זעט דער משל, "מוז" זיין הארץ נתעורר ווערן לתיקון המעשים, אויב נישט איז צריך בדיקה אחריו.

דער משל איז דאך אזוי עמאשנל, אזוי הארציג, אפילו א שטיין קען צוגיין.

איך ראט יעדן איינעם דאס ארויסצופרינטן, מאכן קאפיס און דאס אויסלייגן אין בית-המדרש.

איך בין זיכער אז עס וועט מעורר זיין צו תשובה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 7:33 pm
דורך קרעמער
זיס האט געשריבן:יואוי...

באמבאסטיש, האסט מיר מעורר געווען צו תשובה ביז טרערן...

אזא הארציגע מוסר השכל, ס'קומט דאך ממש צום וויינען... ווער עס זעט דער משל, "מוז" זיין הארץ נתעורר ווערן לתיקון המעשים, אויב נישט איז צריך בדיקה אחריו.

דער משל איז דאך אזוי עמאשנל, אזוי הארציג, אפילו א שטיין קען צוגיין.

איך ראט יעדן איינעם דאס ארויסצופרינטן, מאכן קאפיס און דאס אויסלייגן אין בית-המדרש.

איך בין זיכער אז עס וועט מעורר זיין צו תשובה.

איז דאס געווען פון טרויער אדער פון פרייד? ווארימע אדער קאלטע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:00 pm
דורך אוהב חכמה

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:01 pm
דורך קרעמער
אוהב חכמה האט געשריבן:חדא מתורצת בחברתה.

מיר האבן דאך דאס אינזין געהאט ביים שרייבן (מיר האבן שוין אויך געשריבן דעם ידיעה אין ידיעות אשכול, אויב נישט ערגעץ אנדערש)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:10 pm
דורך אוהב חכמה
אנטשולדיגט, נישט געוואוסט. דאן בין איך א מפרש אויף אייערע כוונות, נישט אזוי שלעכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 12, 2011 9:55 am
דורך סאכדעס
כאנאכנישט געליינט, אבער ערשט ווילעכזאגן אז, ניין.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 01, 2011 4:36 pm
דורך ווינקל
וואס איז מיכל'ס לעצטע נאמען? גראס? קליינבערג?

געוואלדיג!