כ'האב נישט קיין ווערטער פאר א קעפל. אפשר געפילן?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 6:52 am
בעזהשי''ת
באמת האב איך שוין געוואלט אפשרייבן אפאר ווערטער נאך די שוידערליכע קלעצקי פרשה, אבער נאכן הערן די היינטיגע נייעס האבן די ברויזענדע געפילן זיך מער נישט געקענט צוריק האלטן.
וזה יצא מתחת כפתורי הקיבארד:
איך בין צובראכן און פארקלעמט,
צוקלאפט און פארשעמט.
איך קען זיך נישט צוזאמקלויבן,
פאסירן זאכן ממש נישט צום גלויבן.
יום תפלה'ס און לויות,
מענטשן פירן זיך ווי חיות.
צרות מערן זיך נאך און נאך,
יעדן טאג א פרישער בראך.
אלעס האט זיך אנגעפאנגען,
ווען אין גלות זענען מיר געגאנגען.
שוין באלד צוויי טויזנט יאר צוריק,
אויף יענע צייטן כאפ איך א בליק.
ס'איז געווען וואויל און פיין,
דער שטאט ירושלים אזוי שיין.
א שטאט די שענסטע אין דער וועלט,
דארט געפינט זיך אונזער געצעלט.
וואו אין די גאסן מ'גייט,
שפירט זיך א קדושה א הייליקייט.
גייען לויים לויפן כהנים זריזין,
סנהדרין זיצן דארט אין שמועסן.
אידן שפאצירן מיט די קינדער,
געקומען פונדערווייט אצינדער.
באזוכן דעם בית השם,
אויסגיסן דעם הארץ אין א קלעם.
דארט אויפן שפיץ בארג,
אוי ס'בענקט זיך שטארק.
געשטאנען איז א פרעכטיגע געביידע,
געבויעט פון שטיין און גאלד אלע ביידע.
קדושה דארט טוט בליען,
אלע הערצער אהין ציען.
ס'גייט ארויף דער רויעך פון קטורת,
א ריח ניחוח פון מזבח פון ארון און כפורת.
פון גליל איז געקומען א חבורה,
זינגען די לויים שירה.
אנדערע קומען פון די הרי יהודה,
עסן פון שלמים א סעודה.
פון באר שבע א גרופע א קליינע,
געקומען עסן מעשר שני.
פון טברי' טוט זיך איינער אנשטרענגען,
מתנות כהונה צו ברענגען.
דעם פלאץ האט אויסגעוועלט,
דער באשעפער פון די וועלט.
ביי אונז דא צו קומען רוען,
אין די צייט וואס זיין רצון מיר טוען.
אידן לעבן באחדות צוזאמען,
אונטער די פארטוך פון די מאמען.
ס'איז אזוי הייליג און גוט,
קיינעם איז נישט ענג קיין מינוט.
אויפן כהן גדול'ס צורה א בליק,
ברענגט קדושה און תשובה גענוג.
די זיבעציג זקנים לערנען אונז תורה,
די גאנצע וועלט האט פון אונז מורא.
אבער אין א טאג איינע,
הייבט זיך אן א מחלוקה'לע א קליינע.
א טשעפע'לע גיט איינער דעם צווייטן,
א שנאה טוט די ווערטער באגלייטן.
אן קיין סיבה אן קיין צוועק,
שנאת חנם אן קיין עק.
דער בעל דבר ליידער איז דא ווידער,
צו צוטיילן צווישן פריינט און גוטע ברידער.
אוי, ס'טוט וויי צו שרייבן,
ס'לאזט זיך ממש נישט גלייבן.
וואס האט דעמאלס פאסירט,
וואס דער שנאת חינם האט צוגעפירט.
די רוימער די רשעים,
געקומען צוליב אונזערע חטאים.
א בלוטיגע מלחמה אנגעפאנגען,
אונזערע בעסטע זענען מיט שווערד געגאנגען.
די זינד טוען אונז פאר'מיאוס'ן,
בלוט ווי וואסער טוט זי גיסן.
אידישע קינדער ווערן ליידער אויסגע'שחט'ן,
אוי, ווער האט זיך אויף דעם געראכטן.
די מלחמה טוט זיך ציען,
אפשר דאך וועלן אידן תשובה טוען.
איבערבעטן איינער מיטן צווייטן,
זיך מער נישט קריגן מער נישט פייטן.
ליידער ליידער האט עס נישט פאסירט,
אוי וויי, צו וואס דאס האט צוגעפירט.
די מלחמה האט זיך צופלאקערט נאכמער,
דער מצב איז געווארן גאר שווער.
קיין ירושלים זענען די רוימער אנגעקומען,
די שטאט ארומגענומען.
קיין קרבנות מער נישט אריינגעלאזט,
דאס האט א טייערער פרייז געקאסט.
דעם זיבעצענטן טאג אין תמוז איך טרויער,
דעמלאס האט זיך געשפאלטן דער מויער.
די רשעים זענען אין ירושלים אריינגעקומען,
גלייך צו די רציחות זיך גענומען.
גאנצע דריי וואכן אן קיין עק,
רציחות אוי א שרעק.
קליינע קינדער אין די עלטערנס הענט,
גע'הרג'עט און פארברענט.
אבער אפילו דאן,
ווען די רשעים זענען שוין אין שטאט פארהאן.
לאזט זיך ממש נישט גלייבן,
די כהנים קעמפן ווי לייבן.
דעם בית המקדש זיי באשיצן,
די רשעים זאלן דארט נישט קענען זיצן.
ס'ווערט אבער א רעש א טימל,
ווען די שליסלעך ווארפן זיי ארויף צום הימל.
אלע וויינען צוזאמען,
דער בית המקדש אין פלאמען.
אוי, טרערן ווי וואסער פליסן,
וואו וועט מען די נסכים גיסן.
די ירושלימ'ער גאסן ביי יעדן טריט,
פול מיט אש מיט בלוט.
גע'שחט'ענע פרויען אין קינדער,
אנשטאט קרבנות פון שאף און רינדער.
דער פייער אלעס פארברענט,
דעם הייליגן בנין די הייליגע ווענט.
אלעס ווערט פון פייער שווארץ,
מיט דעם צוזאמען אויך יעדעס אידיש הארץ.
אידן איבעראל,
וכל בית ישראל.
יבכו את השריפה,
באוויינען דעם חורבן און די מגיפה.
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די וועלט,
האט זיך נישט אפגעשטעלט.
די זון קומט ווייטער אויפשיינען,
שטעלט זיך נישט אפ פאר אונזערע געוויינען.
די ביסל אידן וואס זענען פארבליבן,
ווערן אין גלות פארטריבן.
וואו די צרות, אוי די צרות ליידער,
ווערן נאר מער און מער כסדר.
אונזער הארץ אזוי צובראכן,
מיר ווערן "צושניטן און צושטאכן".
אזוי געפייניגט און געפלאגט,
דער גלות אונזער הארץ שלאגט.
אוי, הביטה וראה,
קוק ווי ס'טוט אונז וויי.
זעה ווי מיר בענקען שוין צוריק,
מיר ווארטן אויפן ריכטיגן גליק.
טאטע אין הימל ס'איז אין לשער,
וויפיל מיר מאכן מיט אוי דער צער.
מיר האבן זיך שוין אזויפיל אנגעליטן,
ברענג שוין דעם טאג דעם גוטן.
ווען ס'הערט זיך א שטיקל טומל,
קוקן מיר ארויף צום הימל.
מיר האפן אזוי שטארק זייער,
אפשר קומט שוין דער בית השלישי פון פייער.
אוי ווען קומט שוין דער טאג,
ווען דו טאטע וועסט גיבן א זאג.
הגיע זמן גאולתכם אצינדער,
קומט צוריק אהיים מיינע קינדער!
די רשעים וועלן מיט די ציין קריצן,
ווען מ'וועט אויף אונז דעם אפר הפרה שפריצן.
מיר וועלן ווערן לויטער אין ריין,
אין בית המקדש ווידער קומען צו גיין.
אוי וועט זיך פרייען יעדער אידל,
מקריב זיין א תודה ווען דער לוי זינגט א לידל.
ובאו לציון ברינה,
צוריק זיך טרעפן מיט די שכינה.
תשעה באב וועט א יום טוב ווערן,
נאר שמחה און געזאנג וועט זיך הערן.
טאטע מיר זענען אלע דא צוריק,
מיר קומען דיך דינען מיט גליק.
אוי טאטע לאז מיר הערן,
ווען וועט עס שוין מקוים ווערן.
וואס טוט משיח'ן אפהאלטן,
פארוואס קומט ער נישט אויפן חמור דעם אלטן?
ענטפערט די שכינה מיט געוויין,
קינד מיינס איך שפיר דעם צער דיין.
איך ווארט שוין אויך אליין,
מיין הבטחה מקיים צו זיין.
אבער ווי אזוי קען איך זיך געטרויען,
דעם בית המקדש צוריק צו בויען.
ווען מיין פאלק איז נאך ליידער פארדארבן,
מיטן זעלבן חטא וואס האט געברענגט דעם חורבן.
ווען פאשקעווילן פליען אין די מאסן,
פארשפרייט אין אלע גאסן.
מיינע קינדער אוי ווי ס'טוט מיר וויי,
פארוואס קריגט מען זיך צווישן זיי.
אידן, צו קריגן הערט זיך אויף,
וועל איך צוריק בויען מיין הויף.
אם בקולי תשמעו, היום!
משיח'ן מער נישט איך פארזוים.
טאטע, שרייט דער גאנצער ציבור,
מיר בעטן זיך אלע איבער.
מיר זאגן צו אז מיר גייען,
איינער מיטן צווייטן זיך שוין פרייען.
אינג אין אלט אבות ובנים,
לאמיר זיך גרייטן צום גרויסן קבלת פנים.
משיח! אט אט איז ער דא,
נאך א מינוט'קעלע נאך א שעה.
לאמיר גלייבן, אני מאמין,
אז מיר וועלן זיך פרייען אלע צוזאמען.
אט אט בקרוב שוין,
בשוב ה' את שיבת ציון.
באמת האב איך שוין געוואלט אפשרייבן אפאר ווערטער נאך די שוידערליכע קלעצקי פרשה, אבער נאכן הערן די היינטיגע נייעס האבן די ברויזענדע געפילן זיך מער נישט געקענט צוריק האלטן.
וזה יצא מתחת כפתורי הקיבארד:
איך בין צובראכן און פארקלעמט,
צוקלאפט און פארשעמט.
איך קען זיך נישט צוזאמקלויבן,
פאסירן זאכן ממש נישט צום גלויבן.
יום תפלה'ס און לויות,
מענטשן פירן זיך ווי חיות.
צרות מערן זיך נאך און נאך,
יעדן טאג א פרישער בראך.
אלעס האט זיך אנגעפאנגען,
ווען אין גלות זענען מיר געגאנגען.
שוין באלד צוויי טויזנט יאר צוריק,
אויף יענע צייטן כאפ איך א בליק.
ס'איז געווען וואויל און פיין,
דער שטאט ירושלים אזוי שיין.
א שטאט די שענסטע אין דער וועלט,
דארט געפינט זיך אונזער געצעלט.
וואו אין די גאסן מ'גייט,
שפירט זיך א קדושה א הייליקייט.
גייען לויים לויפן כהנים זריזין,
סנהדרין זיצן דארט אין שמועסן.
אידן שפאצירן מיט די קינדער,
געקומען פונדערווייט אצינדער.
באזוכן דעם בית השם,
אויסגיסן דעם הארץ אין א קלעם.
דארט אויפן שפיץ בארג,
אוי ס'בענקט זיך שטארק.
געשטאנען איז א פרעכטיגע געביידע,
געבויעט פון שטיין און גאלד אלע ביידע.
קדושה דארט טוט בליען,
אלע הערצער אהין ציען.
ס'גייט ארויף דער רויעך פון קטורת,
א ריח ניחוח פון מזבח פון ארון און כפורת.
פון גליל איז געקומען א חבורה,
זינגען די לויים שירה.
אנדערע קומען פון די הרי יהודה,
עסן פון שלמים א סעודה.
פון באר שבע א גרופע א קליינע,
געקומען עסן מעשר שני.
פון טברי' טוט זיך איינער אנשטרענגען,
מתנות כהונה צו ברענגען.
דעם פלאץ האט אויסגעוועלט,
דער באשעפער פון די וועלט.
ביי אונז דא צו קומען רוען,
אין די צייט וואס זיין רצון מיר טוען.
אידן לעבן באחדות צוזאמען,
אונטער די פארטוך פון די מאמען.
ס'איז אזוי הייליג און גוט,
קיינעם איז נישט ענג קיין מינוט.
אויפן כהן גדול'ס צורה א בליק,
ברענגט קדושה און תשובה גענוג.
די זיבעציג זקנים לערנען אונז תורה,
די גאנצע וועלט האט פון אונז מורא.
אבער אין א טאג איינע,
הייבט זיך אן א מחלוקה'לע א קליינע.
א טשעפע'לע גיט איינער דעם צווייטן,
א שנאה טוט די ווערטער באגלייטן.
אן קיין סיבה אן קיין צוועק,
שנאת חנם אן קיין עק.
דער בעל דבר ליידער איז דא ווידער,
צו צוטיילן צווישן פריינט און גוטע ברידער.
אוי, ס'טוט וויי צו שרייבן,
ס'לאזט זיך ממש נישט גלייבן.
וואס האט דעמאלס פאסירט,
וואס דער שנאת חינם האט צוגעפירט.
די רוימער די רשעים,
געקומען צוליב אונזערע חטאים.
א בלוטיגע מלחמה אנגעפאנגען,
אונזערע בעסטע זענען מיט שווערד געגאנגען.
די זינד טוען אונז פאר'מיאוס'ן,
בלוט ווי וואסער טוט זי גיסן.
אידישע קינדער ווערן ליידער אויסגע'שחט'ן,
אוי, ווער האט זיך אויף דעם געראכטן.
די מלחמה טוט זיך ציען,
אפשר דאך וועלן אידן תשובה טוען.
איבערבעטן איינער מיטן צווייטן,
זיך מער נישט קריגן מער נישט פייטן.
ליידער ליידער האט עס נישט פאסירט,
אוי וויי, צו וואס דאס האט צוגעפירט.
די מלחמה האט זיך צופלאקערט נאכמער,
דער מצב איז געווארן גאר שווער.
קיין ירושלים זענען די רוימער אנגעקומען,
די שטאט ארומגענומען.
קיין קרבנות מער נישט אריינגעלאזט,
דאס האט א טייערער פרייז געקאסט.
דעם זיבעצענטן טאג אין תמוז איך טרויער,
דעמלאס האט זיך געשפאלטן דער מויער.
די רשעים זענען אין ירושלים אריינגעקומען,
גלייך צו די רציחות זיך גענומען.
גאנצע דריי וואכן אן קיין עק,
רציחות אוי א שרעק.
קליינע קינדער אין די עלטערנס הענט,
גע'הרג'עט און פארברענט.
אבער אפילו דאן,
ווען די רשעים זענען שוין אין שטאט פארהאן.
לאזט זיך ממש נישט גלייבן,
די כהנים קעמפן ווי לייבן.
דעם בית המקדש זיי באשיצן,
די רשעים זאלן דארט נישט קענען זיצן.
ס'ווערט אבער א רעש א טימל,
ווען די שליסלעך ווארפן זיי ארויף צום הימל.
אלע וויינען צוזאמען,
דער בית המקדש אין פלאמען.
אוי, טרערן ווי וואסער פליסן,
וואו וועט מען די נסכים גיסן.
די ירושלימ'ער גאסן ביי יעדן טריט,
פול מיט אש מיט בלוט.
גע'שחט'ענע פרויען אין קינדער,
אנשטאט קרבנות פון שאף און רינדער.
דער פייער אלעס פארברענט,
דעם הייליגן בנין די הייליגע ווענט.
אלעס ווערט פון פייער שווארץ,
מיט דעם צוזאמען אויך יעדעס אידיש הארץ.
אידן איבעראל,
וכל בית ישראל.
יבכו את השריפה,
באוויינען דעם חורבן און די מגיפה.
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די וועלט,
האט זיך נישט אפגעשטעלט.
די זון קומט ווייטער אויפשיינען,
שטעלט זיך נישט אפ פאר אונזערע געוויינען.
די ביסל אידן וואס זענען פארבליבן,
ווערן אין גלות פארטריבן.
וואו די צרות, אוי די צרות ליידער,
ווערן נאר מער און מער כסדר.
אונזער הארץ אזוי צובראכן,
מיר ווערן "צושניטן און צושטאכן".
אזוי געפייניגט און געפלאגט,
דער גלות אונזער הארץ שלאגט.
אוי, הביטה וראה,
קוק ווי ס'טוט אונז וויי.
זעה ווי מיר בענקען שוין צוריק,
מיר ווארטן אויפן ריכטיגן גליק.
טאטע אין הימל ס'איז אין לשער,
וויפיל מיר מאכן מיט אוי דער צער.
מיר האבן זיך שוין אזויפיל אנגעליטן,
ברענג שוין דעם טאג דעם גוטן.
ווען ס'הערט זיך א שטיקל טומל,
קוקן מיר ארויף צום הימל.
מיר האפן אזוי שטארק זייער,
אפשר קומט שוין דער בית השלישי פון פייער.
אוי ווען קומט שוין דער טאג,
ווען דו טאטע וועסט גיבן א זאג.
הגיע זמן גאולתכם אצינדער,
קומט צוריק אהיים מיינע קינדער!
די רשעים וועלן מיט די ציין קריצן,
ווען מ'וועט אויף אונז דעם אפר הפרה שפריצן.
מיר וועלן ווערן לויטער אין ריין,
אין בית המקדש ווידער קומען צו גיין.
אוי וועט זיך פרייען יעדער אידל,
מקריב זיין א תודה ווען דער לוי זינגט א לידל.
ובאו לציון ברינה,
צוריק זיך טרעפן מיט די שכינה.
תשעה באב וועט א יום טוב ווערן,
נאר שמחה און געזאנג וועט זיך הערן.
טאטע מיר זענען אלע דא צוריק,
מיר קומען דיך דינען מיט גליק.
אוי טאטע לאז מיר הערן,
ווען וועט עס שוין מקוים ווערן.
וואס טוט משיח'ן אפהאלטן,
פארוואס קומט ער נישט אויפן חמור דעם אלטן?
ענטפערט די שכינה מיט געוויין,
קינד מיינס איך שפיר דעם צער דיין.
איך ווארט שוין אויך אליין,
מיין הבטחה מקיים צו זיין.
אבער ווי אזוי קען איך זיך געטרויען,
דעם בית המקדש צוריק צו בויען.
ווען מיין פאלק איז נאך ליידער פארדארבן,
מיטן זעלבן חטא וואס האט געברענגט דעם חורבן.
ווען פאשקעווילן פליען אין די מאסן,
פארשפרייט אין אלע גאסן.
מיינע קינדער אוי ווי ס'טוט מיר וויי,
פארוואס קריגט מען זיך צווישן זיי.
אידן, צו קריגן הערט זיך אויף,
וועל איך צוריק בויען מיין הויף.
אם בקולי תשמעו, היום!
משיח'ן מער נישט איך פארזוים.
טאטע, שרייט דער גאנצער ציבור,
מיר בעטן זיך אלע איבער.
מיר זאגן צו אז מיר גייען,
איינער מיטן צווייטן זיך שוין פרייען.
אינג אין אלט אבות ובנים,
לאמיר זיך גרייטן צום גרויסן קבלת פנים.
משיח! אט אט איז ער דא,
נאך א מינוט'קעלע נאך א שעה.
לאמיר גלייבן, אני מאמין,
אז מיר וועלן זיך פרייען אלע צוזאמען.
אט אט בקרוב שוין,
בשוב ה' את שיבת ציון.