שכינה מה אומרת: מה קרה לך בני בכורי ישראל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 12:51 pm
בס"ד
שכינה מה אומרת: מה קרה לך בני בכורי ישראל?
ווער קען דען וויינען?
איז נאך פארבליבן טרערן אינעם ענדלאזן קוואל פון טרערן וואס כלל ישראל האט נעכטן פארגאסן?
ווער קען רעדן, ווער האט וואס צו רעדן?
ווער קען וויסן, ווער וויל דען וויסן?
די געפילן שטורמען און זיי זענען פארפרוירן, ס'נישטא קיין ווערטער!
די משנה זאגט אין מס' סנהדרין "א"ר מאיר בזמן שאדם מצטער שכינה מה הלשון אומרת קלני מראשי קלני מזרועי אם כך אמר הכתוב מצטער אני על דמן של רשעים קל וחומר על דמן של צדיקים שנשפך" ווען א איד חלילה איז נכשל געווארן אין א חטא, ער האט זיך פארזינדיגט פארן בורא כל עולמים, זאגט הקב"ה, דער געטרייער טאטע, דער זיסע טאטע, דער בארימטער גוטע טאטע, קלני מראשי קלני מזרועי, דער טאטע וויינט מיט זיינע קינדער, ער איז זיך מצער מיט זיי, אפי' ווען ער שטראפט אים פארן זינד, בכל צרתם לו צר!
דער הייליגער תנא ר' מאיר וואס פסק'ט "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא" זאגט אונז אז ווען א "אדם" איז בצער וויינט דער רבוש"ע מיט אים. אדם איז נישט סתם איין מענטש, אדם קען מיינען גאנץ כלל ישראל וואס אתם קריום אדם, ווען "דער אדם", דער כלל ישראל איז זיך מצטער, וויינט מיט די שכינה הקדושה און ער זאגט קלני מראשי קלני מזרועי.
אפי' ס'איז קלאר אז מיר האבן זיך פאר אים שווער פארזינדיגט, און דערפאר זענען מיר געשטראפט געווארן מיט אזא שרעקליכער גזירה, אבער ווען מיר האבן געוויינט און געקלאגט, ווען מיר זענען געשטאנען בהקהל טויזענטער אידן אויף די גאסן, נאך 48 אויסגעשעפטע שעה'ן ווי אסאך האבן אוועקגעגעבן זייער צייט און כוח פאר א צווייטן איד, וואס זאגט קוב"ה? די שכינה וויינט פאר אונז:מה קרה לך ישראל בני בכורי?
שבר על גבי שבר, איינס אויפ'ן צווייטן, ווער האט זיך געראכטן אז אין אונזער ביטערן גלות וועלן מיר אזאנס דארפן מיטמאכן.
חז"ל זאגן, ווען האלץ קלאפט אויף האלץ הערט זיך עס ווייט, אבער ווען אייזן קלאפט אויף אייזן, ווען איינער קומט צו אזא שפל'דיגער מצב צו קלאפן אויף זיין ברודער, קלינגט עס און קלאפט מסוף העולם ועד סופו. נישט נאר ס'קלינגט אין די וועלט, נאר אין הארץ פון יעדן איד. און יעדער איד שרייט צו זיך אליינס: וואס האט צו אונז פאסירט? ווי קען איינער מיט א אידישע צורה, מיט א צלם אלוקים טאן אזאנס פאר כלל ישראל?
ווער קען זיך מצייר זיין די צער פון די טייערע עלטערן
ווער קען זיך פארשטעלן די שולד געפילן פון א טייערע הייליגע אידישע מאמע וואס וואלט זיך אין פייער געווארפן פאר איר קינד, און דא דארף זי זיך ספראווען מיט אלע מחשבות צו אפשר בין איך אליין שולדיג.
טייערע זיסע ברודער אחים לדעה, לאמיר מיט די שכינה מיטוויינען, ער האט אויך פארלוירן זיין קינד, ער זוכט איר שוין פאר קרוב צו צוויי טויזענט יאר, ער וויינט און בעט בני היכן אתם, פארוואס קומט איר נישט נענטער צו מיר? צו זעהט איר דען נישט אז ווען א איד פארלאזט מיינע וועגן קומט ער אן ליידער צו אזא נידריגן מצב?
און מיר אלע וויינען מיט.
די אבות הקדושים וויינען, מיר זענען דאך זייערע קינדער.
און מיר שרייען צוריק צום טאטן. האסטו דען נישט געזעהן די עלטערן וואס האבן באגלייט זייער קינד. איז דען דא א זאך אין די וועלט וואס די עלטערן וואלטן זיך אפגעהאלטן פון טוען ווען זיי קענען נאר צוריקברענגן דאס קינד?
די טאטע קענסט יא, לייז אונז שוין אויס פון אונזער ביטערן גלות, א גלות בגשמיות און נאך מער ברוחניות ווייל מיר קענען שוין נישט מער, ברענג אונז שוין צוריק צו דיר!
איז דאס נישט גענוג צו ברענגן די גאולה ווען מ'זעהט א טייערן איד ווי ר' נחמן קלעצקי, ווי ער שטייט איבער דעם ארון פון בנו בכורו יהודה וואס איז אים אזוי טראגיש אוועקגענומען געווארן, און ער איז מצדיק אויף זיך דין שמים באהבה? אוי טאטע, ווי נעמט מען כוח עס נאר צו זעהן, ווער רעדט נאך פון זאגן אליין, ס'איז דער הימלישער כוח וואס אין א איד איז איינגעבאקן, אמונה און בטחון אין דיר הייליגער טאטע.
טאטע מיר וויל הערן ווי די טרייסט אונז: בני, מיינע קינדער, ס'וועט בקרוב קומען דעם טאג, ושבו בנים לגבולם, איך וועל אייך אלע אהיימנעמען. דאס וועט שוין זיין דער לעצטער קרבן אין ענקער ביטערן גלות!
אידן, לאמיר זיך מקבל זיין זיך צו ווארפן צום באשעפער. לאמיר זיך מקבל זיין צו ווערן נתעורר מתוך רחמים יעדן טאג. פארוואס ווארטן צו לאזן טרערן ווען ס'פאסירט שוין חלילה, לאמיר ברענגן א קרבן תודה יעדן טאג אז ס'זאל נישט זיין חלילה נאך אזא קרבן. לאמיר אנהייבן לערנען און דאווענען און זיין דבוק אין הקב"ה באמת.
לאזט נישט דעם יצה"ר מאכן פארגעסן פון וואס דא האט פאסירט, זכור תזכור, געדענק און האלט אן דיינע קבלות וואס די האסט זיך געמאכט פארן טרעפן לייבי און דערנאך. ווער נאנט צום רבוש"ע דורך גיין אין זייינע וועגן מיט איידעלקייט ווי עס פאסט פאר א בן מלך; מיט מדת טובת; מיט גמילות חסדים, נישט נאר ווען יענער איז חלילה שוין אין א שווערן מצב, נאר זיי א רודף חסד, זיך ווי קענסט העלפן א איד.
בורא כל עולמים.
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים.
מיר זענען מצדיק דין שמים, מיר ווייסן אז מיר דארפן בעסער ווערן, אבער משוך חסדך ליודעך, צו אונז צו דיר מיט רחמנות. ווי דער הייליגער תפארת שלמה זאגט אז ס'דא צוויי קנינים, קנין משיכה, אדער הקישה במקל, בעטן מיר רבוש"ע נעם אונז צו דיר מיט קנין משיכה, צו אונז צו דיר, און ביי דיר וועלן מיר שוין בלייבן.
הקב"ה זאל אונז אלע טרייסטן, ובראשם די צובראכענע טאטע מאמע, הייליגע אידן וואס נעמען אן דעם גזר דין באהבה. פון דעם וואס דערט טאטע ר' נחמן האט געזאגט קען מען קלאר זעהן אז מיר זענען קינדער פון השי"ת, ווייל ווען א הער שטראפט זיין עבד, אפי' ער ווייסט אז ס'קומט אים, וועט ער אים פארט נישט דאנקען דערפאר, אבער א קינד פאר א טאטע יא!
טרייסט אים רבוש"ע מיט אונז אלע מיט תחיית המתים, אז מיר זאלן שוין צוריק זעהן לייבי מיט אונזערע אבות ואמהות, בביאת גואלינו בב"א.
הכותב בדמעות שליש,
ה' שמעלקא טויב