דער חעלעם'ער רויט לייט!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 28, 2011 8:17 am
ס'איז הימל און ערד און.. רויט לייט!!
רעד לייט גרין לייט וואן טאא טרי...
האלאאאוו האסט געהערט?! ס'איז רויט, ס'איז געפערליך!! האסט געזעהן?! ס'איז נישט נארמאל, די טרעפיק איז עפעס נישט צום באגרייפן!!
ווי מ'גייט און שטייט, אלע רעדן פון א רויט לייט.... גרין לייט.... וואס גייט דא פאר?!
קלאנגען דרייען זיך ארום, אלעס איז פארנומען מיט... רויט לייט נאכאמאל און נאכאמאל....
וואס איז די רעדע דא?!
אההה די ווייסט נישט?!?! וואס הייסט וואס?! דאס איז דאך די נייע פלאשינג/סקילמאן רויט לייט!!
אויף דיווישאן זיצן שוין דאבל-פארקט קארס, פון פיס-שפרייזענדע פערזאנען וועלנדיג צוקומען צו א געוויסע אדרעס אויף פרענקלין עוו. אלעס צוליב דעם.... נייעם באקאנטן רויט לייט.
די טראלי פארוואלטער גיבן איבער אן איבערפלוס פון רייזענדע פון אלט וויליאמסבורג קיין ניי-וויליאמסבורג.
זיי גערנטירן אבער נישט פאר קיינעם קיין "סעים דעי סערוויס".
אויב אלטע בחור פלעגט זיך אפרעדן אויף די לאנג-יעריגע קאנסטראקשן דארט אז ס'איז געפערליך, רופטס אים נאר יעצט אהער, וועט ער זעהן וויזוי ס'קוקט יעצט אויס, פול-פאכיג ערגער, גאנץ ניי-וויליאמסבורג איז אריינגעפאלן אין א קאטעסטראפע, אלעס שטייט, ס'לוינט זיך שוין ענדערש צו וואקן אין א גאס רעגן, ווי פארברענגען א גאנצן טאג דארט אינעם גרויסן פארקינג לאט.
***
אבער וואס איז דאס מיר אבער נוגע?! אהה דאס וויל איך אייך זאגן.
אנגעהויבן האט זיך עס שוין איטליכע וואכן צוריק, אויף א מוצאי שבת ווען איך האב גענומען די פאסט, כמנהג אבותינו אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד, מיט די גאנצע געביידע בריוולעך שלעפ איך מיך אריין אינדערהיים, נאך הבדלה זעצט מיר זיך אראפ באקוועם, מ'הייבט אן עפענען בריוועל נאך בריוועל, וויכטיגע און נישט וויכטיגע צוגלייך, געוויסע טרעפן ס'וועג גלייך אריין צום גארביטש.
אהה די סטאר מאכט א סעיל, נעוואדע העט מען גיין קויפן, ס'דאך ממש א שאד פאר די סטאר צו האלטן אזא ביליגע אייטעם, ווען איך האב א גרויסן סטארעדש, אקיצור צווישן די אלע בריוולעך עפען איך א חתונה בריוול פון עפעס א פערטע קאזין, אוואדע ברויך מען גיין, דער פעטער קומטעך צו יעדע ברית סעודה פון אונזער משפחה, כאפסט?! איך בין שוין שולדיג אז ער ארבעט נישט.. פיין, האמער שוין א חתונה צוויי וואכן ארום, אויף פונקטליך ווען מ'ברויך אנצוקומען צום חתונה איז מען זיך שוין אויסגעקומען, אבער וואס איז זיכער געבליבן אז זינט ס'איז א ראוז קעסטיל פריע חתונה, וועט מען קיין נאכטמאל נישט מאכן יענע נאכט.
א טאג בעפאר באקום איך שוין א טעלעפאון קאל פונעם בעל שמחה זעלבסט, יא טאקע אין זיין אויסגעקלובענסטע צייט פונעם טאג, דעמאלטס ווען ער קאלט אלץ מיט זיינע נארישקייטן, ער ארבעט דאך נישט.
האלאו, יא דאס איז די קאזין, נאך א גאנצע לאנגע הקדמה מיט גענוי דאטום'ען פון וועלכע שמחות ער האט אלץ אנטייל גענומען פון מיין משפחה, ער האט טאקע כמעט קיין איינס נישט פארפאסט, אויסגעקוקט האטעס ווי ער ליינט עס פאר פון אן אפגעשריבענע פאפיר, ווארום ער האט דאך גענוג צייט פאר דעם אויך. א גאנצן טאג איז שוין געגאנגען טעקסט מעסעדשעס מיט פרטי היום, מיט די געהויבענע צוגרייטונגען, אווי איך בין דא די בעל שמחה אליין.
ס'געזינדל איז שוין לאנג ביים גרויסארטיגן חתונה, פון די בילדער נישט ארויסגעלאזט צו ווערן, אין די זעלבע צייט גרייט איך מיך צום חתתוננהה, ס'פרייד מיך אלע מיינע ביינער, ווי מיד איך זאל נאר זיין קען איך קוים ווארטן שוין דארט צו זיין, וואס הייסט, די באוויסטע קאזין מאכט חתונה, עפעס א קליינעקייט?! איך געדענק נאך זיין פאריגע קינדס חתונה פיר חדשים צוריק, און געוויס האטער נאך א כלה אין שטוב, אבער גארנישט מאכט נישט אוועק דעם היינטיגן נאכט.
פיין, מ'לאז מיר זיך ארויס, די וועג איז פערצופאל היינט געוועזן גאנץ א געשמאקע, נישט קיין סאך טרעפיק, אויסער אויפן פד'ר, נא ווען איז דען דארט נישטא קיין טרעפיק, דאס איז אבער שוין געווען אין פלאן וויסענדיג דערפון פון פאראויס, ס'איז טאקע געוועזן עטוואס מער ווי געראכטן, אבער צום פלייש אנצוקומען איז אויך נישט שלעכט פארן היינטיגן נאכט.
גיימער ארויף אויפן וויליאמסבורג בריק, אונמיטן שיינט שוין אנטקעגן די פרעכטיגע בארי-כאבא פון די באערדע, "וועלקאם טא ברוקלין" שיין פון זייער זייט.
אראפ פון בריק מאך מיר דעם לינקס אויף לי עוועניאו, ס'איז דאך נאך פערטל-נאך-ניינע, קיין גרויסע פארקער איז נישט אין פלאן אין די איצטיגע מאמענטן, און ביז געציילטע מינוטן זעמער אין זאל, און נאכדערצו מיטן נייעם רויט לייט דארט אויף סקילמאן איז דאך שוין זיכער נישט דא קיין טרעפיק, און גיימער שוין האבן די זכיה טאנצן מיטן קאזין און אלע עלטער פעטערס, ביים נעקסטן וואך-נאכט האב איך שוין מיט וועמען אויפצוזיין, און אזוי ביז נאכן ברית סעודה איז דער קאזין מיינס.
ביז אהער איז אלעס געפארן אין פלאן, ביזן אנקום מער נענטער צום גרעניץ מיט ניי ווילי.. שוין אונמיטן לי עוו. אזוי ביי מידעלטאון הייב איך אן צו זעהן עפעס מאדנע, פיל מיט קארס, מ'דרייט זיך רעכטס לינקס יעדער פרובירט צו אוועקשטיין פון דעם גאנצן געגנט. אויסגעקוקט האט דארט ערגער ווי כינע מיט זייער וועכענטליכע צונאמי'ס, איך אין מיין פאל ברויך איך נאר אנקומען צוויי בלאק אראפ ביזן קארנער פלאשינג, און דערנאך בין איך ביז אראפ פרענקלין ממש א שפאן אוועק, און מיטן נייע לייט איז דאך שוין זיכער אסאך שנעלער שוין, בלייב מיר אין לעין.
פאוואליע... פאוואליע... א האלבע שעה איז אדורך און.. מיר זענען דא!! יא ווי דא ווילסטו וויסן?! ביים קארנער פלאשינג.!!
מאכמער די רעכטס אויף פלאשינג און... ויסעו.. מ'שטייט!! ס'איז דאך נאר דא איין לעין, סאו מיט קיין סאך ברירות זעמער נישט געבליבן בעסערס, אריין אין פארק, אבער כ'האב מעך באגענוגט מיטן וויסן אז אט אט ווערט שוין גרין און ס'נעמט זיך פארן, און מ'איז דא ביים זאל.
נאך אפאר מינוט, אבער לאאאננגגעע מינוטן נעמט זיך עס טאקע רוקן, ארויס פון פארק און.. מ'פארט.. איך בין אבער שוין געפארן אזוי ווייט, -פאר עקסייטמענט פונעם קאזין- אזש איך האב שיעור נישט אריינגעקראכט אין די קאר פון פארענט, וואס איז שוין לאנג געווען צוריק אין פארק.!! פיין גיימער אויך צוריק אריין אין פארק און... מ'שטייט... מ'זיצט... מ'ווערט צופלאצט... אבער... ס'דא א גרין לייט! און זעמער דא.
נישט וועלנדיג משיח דעת זיין פונעם געהויבענעם סימכע וואס אט אט זעמער דארט, האמער ארויסגענומען די סי די האלטער, איך פארמאג די ספעציעלע גרויסע וואס גייט אריין פיל מער ווי די קלענערע, ס'איז טאקע פונקט געאייגענט געוועזן פאר אזאנע צייטן נישט מער ווי איצטערט. -ווען איך ווייס ווען אז דאס גייט נאך צוניץ קומען פאר דעם היינטיגן רייזע, וואלט איך ענדערש עס נישט געקויפט, נאר ליבערשט נישט געקומען צום חתונה..
מ'הייבט אן מיטן ערשטן סי די, מיט א געהויבנקייט, די געפילן טאנצן מיט מיטן פעטער בלויז איין בלאק אראפ, און די ווערטער "המשכיל במצוה אומרים לא (מיט א "א") גמור" איז דא אפגעטייטשט געווארן במלאו מיבן המילא.
און ב"ה די טרעפיק האט זיך נישט צופיל גערוקט אויף פאראויס, אזוי אז האמער נאך געהאט די זכי' אנצוקומען צום לעצטן סי די.
די טרעפיק געט זיך שוין די ענדליך אביסל א רוק, און.. מ'קען שוין זעהן פונדערווייטענס דשי ענד דשי!.. דא צוקלינגט זיך די טעלעפאון, די ווייב זיכער נישט ווייל זי ווייסט דאך אז איך בין שוין לאנג אין זאל, דורך א טעקסט וואס איך האב איר געשיקט גלייך ביים אראפ פון בריק אז איך בין שוין ב"ה דא, אבער נישט כאפענדיג אז דאס איז שוין געווען אנדערהאלבען שעה צוריק!!
נישט אנטוישט איז דאס טאקע געווען א ברודער מיינעם, האלאו, ווי ביסטו? די האסט שוין געגעסן? ווייל דא האלט מען שוין ביים ברעיק, קענסט נאך האבן פון די אייזקרים אויב די קומסט אן אין די נעקסטע פאר מינוט.
פיין זעהמער שוין ווי מ'האלט, אבער דא האט זיכער פאסירט עפעס אן ערענסטע עקסידענט, ווארום די זינט די רויט לייט ביי סקילמאן ברויך שוין נישט זיין קיין טרעפיק.
עננדדלליך קומען מיר אן צום קארנער בעדפארד זעהען מיר דעם בראך, גארנישט דער חעלעם'ער רויט לייט קלעבער האט באקומען א באפעל צו לייגן א רויט לייט גרין לייט, האט ער געלייגט א רויט אויף פלאשינג אין א גרין פאר סקילמאן.. ווארום די טרעפיק קומט דאך אין מאסן פון דארט, אזא געדרענג קומט פון דארט ארויס, פונקט אווי די טרעפיק ביים גאז סטאנציע אויפן ברוקלין בריק..
טא מעיק א שארט סטארי לאנג, אויף פונקטליך פערטל נאך עלעוו פארקן מיר אריין אינעם גרויסן ראוז קעסטיל פארקינג לאט, קיין סאך צייט האט די פארקן נישט אויפגענומען, ווארום די פלאץ איז שוין היפש ליידיג געוועזן.
שפאציר מיר אריין אונעם זאל, אבער נאר צו באגעגענען אפאר אלטע בערד, פארקלעבט מיט פיש זאפט זיצן און ברימען אונטער דעם דוי הסר איי איי איייייי אייייייייייי . . .