בלאט 1 פון 2

מיין רחל'ע מאכט א שבת פארטי

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 11:55 am
דורך יגרסהדותא
וראה אם דרך עוצב בי, ונחני בדרך עולם: מי יתן מציון וגו' ויעזרם ד' ויפלטם פלטם פלטם אלע רשעים כי חסו בו.. אקעי, איז די מעשה אזוי:

רחל'ע קומט אהיים פון סקול מיט מוראדיגע טענות, פארוואס אייביג מאכט יעדער - אלע אירע פרענדס - מאכן א שבת פארטי, נאר זי קען קיינמאל נישט מאכן, אירע טרערן זענען גערינען, זי האט זיך איינגעקורשקערט אינטען מאמע'ס שירצל, ביז זי האט געפויעלט! צו איר גלייבט יא צו נישט, ס'איז א פאקט! רחל'ע סהדותא גייט יא מאכן א שבת פארטי! נישט אז זי האט פארדעם געדארפט פארפירן, ווען זי וואלט געבעטן אן שטויסן אויף די ווענט וואלט זי אויך געקענט מאכן, מיין דיינונג רום קען עפעס נישט פארנעמען קיין געסט? אבער, זי האט עס געבעטן אויף דעם וועג, יעצט ב"ה לייכט שוין איר פנים, זי שטראלט פאר פרייד, קלייניגקייט? רחל'ע איז שוין מער נישט דער רחל'ע וועם איר קענט וואס מאכט "נישט" קיין שבת פארטי'ס, זי מאכט שוין יא שבת פארטי'ס! וויאזוי זאגט דער רמב"ם אין הל' תשובה, אמש היה זה שנוי לפני המקום, משוקץ ומרוחק ותועבה; והיום הוא אהוב ונחמד, קרוב וידיד.

יעצט, וויאזוי מאכט מען א שבת פארטי? אהה, זייער גוט געפרעגט, און וויאזוי שרייבט "שאץ" אזא פאל: וועגן דעם ביסטו דאך אריינגעקומען דא אין אונזער אשכול.

קודם וועלן מיר שרייבן וואס נישט צו טון. עההה, איר קענט אלעס טון, יעדע זאך וואס דו גייסט מאכן גייט "צוגעבן" צום שבת פארטי!

דעמאלטס וואס דארף מען יא טון? גלייבטס מיר, יעצט האלטן מיר שוין נאכן שבת, און איך ווייס נאך אלטס נישט וואס איך האב יא אדער נישט געטון, אבער, ס'איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס.

ווייס איך דאך אז יעצט וועלן ענקערע מיידלעך אנהייבן צו פארפירן: טאטי, מיין פרענד האט געמאכט א שבת פארטי איך וויל אויך, העי, אייגענטליך, מיין טאכטער האט דאך שוין געזאגט אז "יעדער" האט געמאכט אויסער זי, מעגליך זי האט געמאכט א מיסטעק..

איז די עצה אזוי: מ'גייט אין גראסערי, און דאס איז נישט א פלעינע גראסערי ארדער וואס מ'מאכט, וואס געווענדליך נעמט מען א קערידזש, און מ'לויפט ארום די גראסערי, מ'קראכט אריין נאר אין צוויי מענטשן, און ביז 5 אייטעם'ס מעגן ליגן צושאסן אויף דער ערד, נעעעעעע, א שבת-פארטי-גראסערי-ארדער איז גאנץ א אנדערע בחינה.

מ'קויפט שיינע נעפקינס, מ'נעמט מיט איר אליין, וואס קוקסטו מיט צוויי גרויסע קעצי אויגן? ס'איז איר שבת פארטי און קיינער אין די משפחה מעג נישט מיטקומען! און איך לייג נאך א עקספלאנעשען סימבאל, ! אזוי! נאר זי קומט מיט, אז נישט - האט מיין טאכטער געזאגט - מאכט זי נישט קיין שבת פארטי!! איך האב ממש געוויינט צו איר זי זאל יא מאכן, אבער כ'האב ממש געקענט טאפן א וואנט, וואס???? וואט עווער, זי מוז אליינס קומען אין גראסערי. מאך מיך נישט שווערער ווי ס'איז.

שבת נאכמיטאג: נאך די סעודה, מוז יעדער ארויסגיין פון דיינונג-רום, פון קאך, און פון איבעראל, קיינער מעג נישט שטיין דארט ווי מ'קעטערט די שבת פארטי. און איך וויל פאראויס באווארענען, קיינער זאל ניטאמאל אריינקוקן אין קאך, שיעור איז א בענקל געפלויגן יענעם אין פנים, ווען נישט די מזוזה וואס האט געבלאקט די בענקל פון אדורךפליען די טיר ווייס איך נישט צו איין הצלה מעמבער וואלט געזיצן אינדערהיים דעם שבת.

מ'ברענגט אלע בענקלעך, אריינגערעכנט און נישט אויסגעשלאסן: דיינונג-רום בענקל, קאך בענקל, דריי פון די ספרים-שטוב [איינס האב איך מיך איינגעבעטן צו איר זי זאל לאזן, טענה'נדיג אז אויב זי נעמט מיין בענקל קום איך מיט אין דיינונג רום], שכנים, נעבערס, מ'לייגט אריין אין דיינונג רום 32 בענקלעך! ווייל אפשר גייען אפאר מיידלעך ברענגן זייערע קליינע שוועסטער'ס, איי, פרעג איר בחרם צו ווען זי גייט צו א שבת פארטי צו זי האט שוין איינמאל מיטגעברענגט איר ברודער'ל, אבער שוין.

די פארטי איז גערופן אויף 6:00, פון 5:15 און ווייטער, מעג איר קיין איין קינד נישט רופן ביי איר נאמען, רחל'ע, אפפפססס סארי, אבער קיינער טאר איר נישט רופן ווייל אין סקול הייסט זי רחי, און זי שעמט זיך פון אירע חבר'טעס אויב מ'גייט איר רופן אויף איר אידישע נאמען

[פון דא אין ווייטער געב איך איבער דאס ווארט פאר מיין רביצין, איך בין אנטלאפן בעוד מועד]
5:45 שבת נאכמיטאג: די אטמאספארע קען מען צושניידן אויף סלייסעס, די מיידלעך שטייען שוין אינדרויסן גרייט אריינצוקומען, זיי מאכן משונה'דיגע קולות, די גאס טרייסעלט!

5:50 מ'קען הערן א פליג דורכפליען, אייגענטליך, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן, ס'איז נאר זייער זייער אנגעצויגן.

6:00!! קולות וברקים, וענן כבד על ההר, מ'רייסט טעלערס, די לייכטער פליהט, די שאנגאם'ס ליגן אויף די ערד, איין מיידל האט זיך אריינגאכאפט אין קאך און ג'גנב'ט וואס ס'איז נאר געקומען אינטער איר הענד, א צווייטער שלעפט ארויס פון אינטער איר דאסטער א שאפינג בעג, און ריקט אריין מכל הבא לידה מיט א פינטל אין די ה'

6:05: די פלאץ ווערט ערקלערט אלטס א "מלחמה זאָן"!

6:20: די טיש איז ליידיג פון מאכלים, אלע מיידלעך טאנצן שוין אינדרויסן שפילן עפעס א ניגון וואס האט אין זיך א סענטענס: האָ אראונד די בעיס איז איט! טאטאראטיאוי!!

6:30: די קינדער אינדערהיים ליגן אינטער די טישן און קראצן אפיר יעדע קענדי וואס איז נאך ראוי לאכילה

6:45: מישאן אקאפמלעשט!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:01 pm
דורך בשמים
א שאד אז ס'איז געווען שבת... ווען ס'איז ווען אינדערוואכן וואלטן מיר זוכה געווען צו דעטאלירטע בילדער פונעם מעמד.

אבער דער עיקר איז אז צו דיין הערליכע שריפט האבן מיר יא זוכה געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:13 pm
דורך פונקטליך
א בילד פון גראסערי האסטו נישט?

באמת הנאה געהאט, זיך געפיעלט אינדערהיים (ביי סהדותא)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:14 pm
דורך קרעמער
יישר כח רחל'ע... האסט דערמאנט דיין טאטען וואו ער האט געלייגט זיין פליסיגן פעדער

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:16 pm
דורך סאדע_באטל
1:15: די גאנצע אפיס דא ווארפט זיך פאר געלעכטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:49 pm
דורך ווינקל
וואו איז מיין קאלענדער? אה דא איז נו לאמיר זען דעם דעיט היינט? אה רגע מיש אריבער, אהה דא איזעס.

יא ס'איז אפיציעל זומער! דער לעבט אויף אלע באקן קעניינעהארע!

---
יא, יגר כ'האב גוט געלאכט, און געבוקמארקט פאר רחל'עס מאמ אפפס רחי'ס מאמע צו ליינען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 1:02 pm
דורך יגעתי ומצאתי
איין זאך כאפ איך נישט, יעדעם האט מען ארויסגעשיקט נאר די פליגן האט מען דארט געלאזט???
יגרסהדותא האט געשריבן:5:50 מ'קען הערן א פליג דורכפליען,

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 1:20 pm
דורך משה קארנפעלד
חחחח... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי.

גיי מיר עס ארויס דרוקן פאר רחי'ס פרענד'ס מאמע צו ליינען, אבער מען גייט עס הערשט געבן אינמיטן א שבת נאכמיטאג ווען עס הערשט א מלחמה זאנע צו בארואיגן די מצב...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 1:43 pm
דורך פאטאקי08
אוי וויי!

דער אידאך א...........

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 2:09 pm
דורך פינטעל
פרעג איך דיר בחרם... האט זיך נישט געלוינט די גאנצע מעשה פאר דיזן ארטיקל?

מישאן אקאמפלישד!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 2:17 pm
דורך פארדינט
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.....................................
שיגענער מיט א פינטל.!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 2:21 pm
דורך leiby
יגר האט גורם געווען א שבת פארטי ביי מיר אין אפיס אינמיטן די וואך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 4:00 pm
דורך צום זאך
די ערשטע מאל זי מאכט א שבת פארטי? זי א בת נח?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 4:32 pm
דורך איזעי
צום זאך האט געשריבן:די ערשטע מאל זי מאכט א שבת פארטי? זי א בת נח?

;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 6:31 pm
דורך וואדקע
אן עונג שבת מיינסטו, וואס פארא פראסטע אויסדריק איז דאס "שבת פארטי"? יעדע זאך וואס איז א מנהג קדמונים דארף מען פארגוישען?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 6:36 pm
דורך ווער בין איך?
וואדקע האט געשריבן:אן עונג שבת מיינסטו, וואס פארא פראסטע אויסדריק איז דאס "שבת פארטי"? יעדע זאך וואס איז א מנהג קדמונים דארף מען פארגוישען?


קיין עונג שבת האט יגר'ל 'נישט' געהאט דערפון!
איך אויך נישט, ווייל איך האב עס נישט געליינט אין שבת...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 7:34 pm
דורך גלגלשלג
כא כא כא
אזאנס אויסצופלאצן
שוין לאנג נישט אזוי געפלאצט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 9:41 pm
דורך לאז געמאכט
;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 2:07 am
דורך שקר_הדייעט
געוואלדיג געוואלדיג.....................

יישר כח גלעד (אידישע נאמען, אין סקול פלעגט מען דיך רופן מיט'ן אראמישן יגרסהדותא), גוט אויסגעלאכט די קושקעס איצט דאנערשטאג 3:00 פארטאגס, נאך א שווערן טאג און נאכט ארבעט, ותזכה למצוות ולשמח אלקים ואנשים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 2:09 am
דורך שוועמל
סא וואס איז די אדווערטייזמענט דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 2:17 am
דורך וואדקע
שוועמל האט געשריבן:סא וואס איז די אדווערטייזמענט דא?

די מנהלים האבן אן אישי קעסטעל פאר א סיבה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 2:56 am
דורך שאץ מאץ
יגר!
מיין שפראך איז מאגער,
דיינע לשונות זענען על פיו שגור,
איך דארף דעם זיין א זאגער?
יעדעס ווארט איז shuger
א שאד אז בשעת די פארטי ביסטו געוועהן סגור,
דאן וואלט געוועהן אן ארטיקל איבער געלעבט דעם שבת פארטי......

כה לחי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 9:16 pm
דורך צייטליך
10:13 - איך טראסקע פאר געלעכטער! (יו קנאו וואט, איך וועל גיבן נאך עקספלאנעשאן סימבאל!!) דער יגר'ל איז געבליבן מיט זיין אלטן פעדער און זיסער לשון!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:07 pm
דורך געלעגער
יגר'ל דו ווייסט דאך אז אן בילדער ביסטו נישט באגלייבט. מיר דארפן הארטע באווייזן פון די דארנערשטאג גראסערי ארדער. און צו דיר רחל'ע, א ברכה אויף דיין קעפלע פארן מיר ברענגן דאס שמייכל. דיין נעקסטע לאלי איז אויף מיין קאסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:32 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
יגר א ריזגע שקויעך פארן מיר מאכן די נאכט, נאך אזא טאג וואס איך האב היינט געהאט איז מיר די ארטיקל גוט צוניץ געקומען

נאכאמאל א דאנק
וואלוועלע