בלאט 3 פון 20
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 8:47 pm
דורך ארט און מוזיק
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 9:15 pm
דורך פונקטליך
נאכאמזל בין לאדין האט דיר נישט געהאט אלץ ראטגעבער ווען יא ווייס איך איך נישט צו מ'וואלט אים געכאפט..
אזאנס גאונות צאמצוווארפן?!!
יישר כוח גדול!
האסט געסטאפט ביי א ראנג פלאץ, ביטע זיי שנעל מוסיף.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 10:10 pm
דורך ווינקל
און דער עולם שלאפט נישט ווייל מען איז צומישט און צו'חוש'ט נישט וויסנדיג וואס צו פרעדיקטן ווייטער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 10:32 pm
דורך קרעמער
ווען קומט אבאמא ארויס נעמען די קרעדיט פאר זיך?
אב זקן איז די מען!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 11:57 pm
דורך your friend
האלא, האלא, דו האסט געמאכט א שארפע יא טורן אנע בלינקערס
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 12:01 am
דורך arya1
איך הייב נישט אן ליינען ווילאנג די גאנצע איז נישט פיניש
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 12:03 am
דורך arya1
arya1 האט געשריבן:איך הייב נישט אן ליינען ווילאנג די גאנצע איז נישט פיניש
Btw I write this post from opera mini
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 12:18 am
דורך שוועמל
מאסיוו !!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 6:28 am
דורך גלגל החוזר
אין מיטן געט זיך מיין אימעיל א צוקלינג עס איז דא אנייע הוספה פון אונזער אלטער פאטער איך האב דראסטיש געטוישט מיין מיינד און איך בין נישט ארויס אין גאס נאר איך האב זיך גענומען ליינען
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 6:48 am
דורך gagongan
יוש מיינע ציינער קלאפן, עניוועי יישר כוח
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 7:29 am
דורך prowed jew
אוי וויי זיין ווייב האלט דאך ווי אלען?
עניוועי ס'קען נישט זיין בעסער.....
קיפ אן....
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 8:31 am
דורך קאטטשקעלע
יעצט געליינט וואס זאל איך זאגען עס איזגעוואלדיג קיפ אן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 3:06 pm
דורך שמיי_דריי
מוראדיג גוט
נישט פשוט...
דאס איז אבנארמאל גוט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 3:25 pm
דורך נאר נייעס
שרייב כאטשיג וואס די פאוין קאל איז געווען אין נאכדעם קעסטו ציענדיגן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 3:28 pm
דורך מי יודע
קול מבשר מעלדט היינט איבער א פאלשע באמבע ערגעץ אין די יונייטעד סטעיטס, האט דאס עפעס א פארבינדונג<?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 3:36 pm
דורך גלגלשלג
אב די ביסט געוואלדיג
נאדיר א

אין לייג שנעל נאך איינס
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 6:43 pm
דורך למעלה משבעים
איך בין נאך אונטער שאק.....
די ביזט עפעס נישט סתם גוט, איך זאג דיר, אזוי גוט צו דרייען, און גוט אנצוען, א ים מיט

איז נישט גענוג פארדיר.
יעצט לאמיר אביסל פאררעכטן און פרעגן א'.
אב זקן האט געשריבן:ווען דול איז אנגעקומען צו די זייטיגע טיר פון די בילדינג וואו ער האט פריער געזען די טיר אויפגעבראכן איז ער געבליבן שטיין געפלעפט. א נייע שיינע טיר איז דארט געלעגן אן קיין צייכן אז דא איז אמאל געווען אן אויפגעבראכענע טיר. ער האט פראבירט אריין צו גיין אין די בילדינג אבער א גרויסע פלאקאט אויפן טיר האט געמאלדן אז מ'טאר נישט דא אריין גיין ווייל די בילדינג איז אונטער אויספארשונג. דול האט זיך ארום געקוקט אויף אלע זייטן וועלענדיג זען צו איינער קוקט אים נאך ער האט געקלערט אז אויב קיינער זעהט נישט וועט ער זיך אריין ברעכן. אבער דאן האט ער באמערקט אז קעגן איבער די טיר איז דא א סטאר און זיי האבן קעמרעס און אויב זאל איינער אים זען ברעכן די טיר קען נאך יענער רופן די פאליציי. גורי האט זיך ארום געדרייט אהער און אהין קלערנדיג וואס ער זאל ווייטער טון. אינמיטן איז אום בייגעפאלן א געדאנק. אויב איז די סטאר קעמארע געווען אויסגעדרייט צו די בילדינג איז מעגליך אז זיי האבן אויפגעכאפט וואס דא איז פארגעקומען בשעת די פייער. דול טראכט נישט קיין צוויי און ער שפאצירט אריבער די גאס
אוודאי מיינסטו צו שרייבן דול, איא?
ב',
אב זקן האט געשריבן:ראבערט האט געפעידזשט דזשעק און אים געהייסן אז ער זאל שוין צוריק ארויף גיין אין זיין אפיס ווייל ער דארף אים וויכטיג האבן. "רוף מיך ווען דו ביסט אין אפיס"
ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם?
אב זקן האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר געווען אז ער האט נישט געהאט ווי אנצורופן ראבערט און אים איבערגעבן די אינפארמאציע. ראבערט האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן זיין עקסטענשאן, יעדעס מאל וואס ער האט גערעדט צו דזשעק איז עס געווען מיט א וואויס טשענדזשער. ראבערט האט קיינמאל זיך נישט געטראפן מיט דזשעק פנים אל פנים. דזשעק האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה ווער דער ראבערט איז און וואו ער זיצט...
ג' ווי אזוי האט דזשעק נישט מורא געהאט צו שרייבן דורך טשעיס'ס אימעיל די איי דארט זעט דאך אלעס וואס ער טוט?
ד' אויב טוען זיי עפעס פאר איינע פון דזשעק'ס פאמיליע וועט זיין ווייב שוין איינמאל חושד זיין אז עפעס איז פארגעגאנגען, ועוד דול וועט שוין דריי מאל חושד זיין, ועוד אלען וועט זיין אויף געהאקטע צרות פאר שפילן אז ער האט פארמעקט די ווי סי אר. נישט אזוי?
אבער די האלט אן, איך ווארט שוין, שפאנונג ווארט דא מיט מיר, פאר די ווייטערדיגע אנטוויקלונג

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 7:34 pm
דורך אב זקן
למעלה. ס'איז מיר א פרייד דיינע הערות. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב מיך אונטערגענימען די פארזעצונג נישט וואוסענדיג אז ס'ווארט מיר ביזי טעג. אין אפאר וואכן ארום וועל איך נישט קענען שרייבן פאר א שטיק צייט. אבער איך פראביר אריין צושטופן וואו מער יעצט אז ס'זאל זיך נישט דערקענען דעמאלטס. (ששש... איך האלט שוין אינמיטן שרייבן די אכטע פארזעצונג...) וועגן דעם קען זיין אז מ'וועט טרעפן מינדערוויכטיגע טעותים.
דיינע ערשטע צוויי זענען טאקע פשוט'ע טייפא גרייזן.
דאס וואס דו און נאך אנדערע פרעגן וועגן אלען איז די זאך אזוי. וואו מיר האלטן יעצט איז אגענטA אלען. האבן אפאר אידן געפרעגט, דאן פארוואס האט ער געדארפט אריין קוקן אין די פאפירן. די סיבה דערפון איז פשוט. ער האט געדארפט זען אויף וואס דזשעק'ס ווייב בויט איר חשש און דאס פארווישן!
ראבערט האט באקומען די קאל פון זיין אגענט וואס האט נאכגעקוקט דזשעק'ס ווייב.
דאס וואס דו פרעגסט אז אויב וועט ער עפעס טון וועט דזשעק'ס ווייב אדער דול חושד זיין. פון חושד זיין האט אלען נישט אזוי מורא געהאט נאך אלעס איז אויף גארנישט געווען קיין באווייזן (שפעטער אין די פארזעצונג וועלן זאכן זיך נאך מער אויסגראדן) וועגן די אימעיל אין טשעיס איז פשוט. וואו לאנג ער האט זיך געדרייט אויף א באנק וועב זייטל האט ער נישט געהאט וואס מורא צו האבן. ראבערט האט געוואוסט אז ער דרייט זיך דארט און ער פארארבעט זאכן.
אלעס פארשטענדליך?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 8:15 pm
דורך למעלה משבעים
יא, דערווייל שטימט עס, איך ווארט שוין קוים אויפן קומענדיגן, אבער איך בעט דיר עס איז גרינגער צו ווארטן אפאר טעג ווי אפאר וואכן, איך מיין צו זאגן אויב האסטו א חשד אז אפאר וואכן וועסטו נישט קענען שרייבן, ביטע לייג נאר איינס א וואך, וכדו'. הגם איך ווייס נישט וויזוי איך וועל קענען אויסהאלטן צו ווארטן אפילו נאר א וואך, אבער עס איז ענדערש די וועג ווי ווארטן א גאאאר לאאאנגע צייט.
א דאנק פון טיפן הארץ.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 9:07 pm
דורך ווארד2007
קודם אז ריזן יישר כח
אב זקן האט געשריבן:
וולאדעמיר האט אראפגעלייגט די רענצל און מיט שנעלע טריט פארלאזט די מאלל. מיט א שמאטע אויפן מויל האט ער צוגעוואקט צו א פאבליק טעלעפאן און אריין אנגערופן זיין אקאונט. נאכן הערן אז די ווייער פון ראבערט איז דורך האט ער געדריקט 911.....
פון וואסערע ווייער רעדט מען דא?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 03, 2011 10:33 pm
דורך וואדקע
ווארד2007 מען רעד פון די money wire
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 04, 2011 7:30 pm
דורך פאטאקי08
אנטשולדיגט אב זקן פאר נישט קאמענטרין איך בין געווען זייער ביזי צי כאפן בין לאדין און אים אידענטיפייען
סאו גיימער יעצט ליינען
דאנקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 10:14 am
דורך gagongan
אויב גייסטו אמאל אינמיטן די פארזעצונג נישט שרייבן פאר א וואך אדער לענגער, פליז לאז עס נישט ביי קיין אנגעצויגענע פלאץ, אויב מעגליך.
יישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 10:34 am
דורך Alien
שיינעם דאנק אב, איך האב זייער הנאה פון דיין טאלאנטפולע ארבייט.
איך וואלט פארגעשלאגען אויב געשעיט חלולה וחס אז דו קענסט נישט שרייבן, שפאן איין דעם עולם צו שפינען ווייטער די מעשה.
וואס הייסט? פשוט דער עולם זאל אליינס חלומען! אבער נישט מ'זאל אליינס שרייבן און ארויפלייגן. דאס קען אנזייען א צומישעניש און פארדרייען די פאקטן. נאר ראובן וועט דיר פערזענליך שיקען די פאקטן וואס ער ווייסט פון די מעשה, דערנאך אז ס'וועט מאכן סענס וועסטו עס ארויפלייגן.
אבער מאך נישט קיין טעות, דאס איז נאר בדיעבד. נישט חלולה זאלסט אונז לאזן כצאן בלי רועה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:32 pm
דורך קרעמער
gagongan האט געשריבן:אויב גייסטו אמאל אינמיטן די פארזעצונג נישט שרייבן פאר א וואך אדער לענגער, פליז לאז עס נישט ביי קיין אנגעצויגענע פלאץ, אויב מעגליך.
יישר כח
שיק אריין די תגובה צו אלע פארזעצונג שרייבער אין אלע אויסגאבעס, און זיי גייען ארויס פון ביזנעס