בלאט 15 פון 20

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:46 pm
דורך למעלה משבעים
יוווווווווווווווי, איך קען נישט קומען צו זיך פון שרעק, דאס איז דאך עפעס נישט נארמאל גוט!!! אב, מיין הארץ פאמפט מיט אן אויסערגעווענליכן שנעלקייט, די האסט עס ווידער געמאכט מיט מיר.
האלט אן, איך קען דיר נישט גענוג דאנקן דערפאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 1:40 pm
דורך איך_הער
זייט דמיון האטצעך גע'דמיון'ט (יא, כ'האלט אין איין שרייבן ראנג קערעקטער'ס, און כ'מיש צוריק און שרייב נאכאמאל, עטס ווייסט פארוואס, אמת?) האטער זיך נאך אזאנס נישט גע'דמיון'ט, אב יו אר מעיזשער, דו ביסט אנריעל.....

נע, כ'קלאץ כאנישט נאך עפעס גוטע אויסדרוקן, און עניוועי, מיין הארץ קלאפט ווי משוגע, סאו כ'קעמעך נישט מער צוזאם נעמען צו שרייבן עפעס מער. סאו פלעין יישר כח און שוין.

פליז לאז אונז נישט לאנג ווארטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:15 pm
דורך שמיי_דריי
שמיי דריי זיצט יך אזוי פארטיפט אין דעם ארטיקל ביז ביי די לעצטע שורה איז שוין געוועהן ראשו ורובו אין די מעשה ווען די טיר ביי אים אפיס האט זיך געגעבען א עפן...

אוי... עס איז גארנישט ביי מיר אין אפיס, עס איז נאר אין די מעשה...
אב, קיפ איט אפ!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 8:20 pm
דורך קרעמער
מייסטער שפינער (דאס וואלט געדארפט זיין דיין ניק, לאז אפ אב זקן...)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 8:38 pm
דורך גלגלשלג
בבבבבבבבבבבבבבבבבבבררררררררררררררררררר
איך ציטער
פליס קיעפ אפ
טענקס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 8:43 pm
דורך ים רויבער
א געוואלדיגע ש'כח 'אלטער פאטער'
איך וואלט געוואלט בעטן אויב די קענסט מאכען א שטיקעל ס"ה פון די אלע נעמען ווייל איך בין אביסל צומישט
פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט שווער

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 12:06 pm
דורך שמו
אבא'לע מתוק, איר זענט איינגעשלאפן, אדער אפשר האט מען אייך פארכאפט
ס'איז שוין צוויי טעג וואס מ'הערט נישט פון אייך

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 12:21 pm
דורך דארפסמאן
נא, עס נאך זיין עפעס פאר שבת ? און ווארט און ווארט

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 12:25 pm
דורך שנאפס
געווענליך שרייבט ער מיטוואך און מוצאי שבת

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 12:35 pm
דורך מעכיל
כ'האב מורא אז ער האט געטרינקען פון די וואסער

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 10, 2011 8:52 pm
דורך גלגלשלג
א גוטע וואך
טאטעלע עס איז שוין מוצ"ש
מיר ווארטן

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 10, 2011 9:16 pm
דורך נאר נייעס
גלגלשלג האט געשריבן:א גוטע וואך
טאטעלע עס איז שוין מוצ"ש
מיר ווארטן

האסט מיך אינגאנצן דערשראקען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 11:42 am
דורך שמו
דורך שנאפס » פרייטאג דצמבר 09, 2011 1:25 pm

"געווענליך" שרייבט ער מיטוואך און "מוצאי שבת"

זעהט אויס אז עפעס נישט געווענליך איז געשעהן

א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:49 pm
דורך willy11217
מיר ווארטען ביטע אב זקן לייג ארויף

ישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:58 pm
דורך גלגל החוזר
גם אני מצטרף שאב זקן יעתר לבקשתינו און אנדרייען אונזער אנגעדרייטע נערווען נאכאביסעל

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:00 pm
דורך למעלה משבעים
אב, אפשר דאך?? ביטע.
א דאנק פון פאראויס.

18'טע פארזעצונג

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 6:36 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.

בעפאר מיר גייען ווייטער וועל איך איבער גיין די נעמען און די שטעלעס פון יעדעם אויף די פארלאנג פון 'ים רויבער'

דזשעק איז א קאמפיוטער דזשעני וואס איז פארכאפט געווארן דורך די טריפל איי קאמפעני, די קאמפעני ווערט געפירט דורך די בעל הבית ביל. ביל האט אויפגענומען אן ארבעטער וויקטאר, וויקטאר איז געווען א דורך געפוילטע וואשינגטאן פאלאטישן און ער איז יעצט די וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. וויקטאר זייענדיג אראפגעבינדן אין וואשינגטאן האט ער אויפגענומען א טעראריסט ראבערט וואס ער זאל אויספירן אלע שמוציגע ארבעט פאר טריפל איי. ראבערט ארבעט מיט זיינע שותפים מייקל און ראלף (ראלף איז ארעסטירט געווארן ביי די פאריגע אקציע) אזוי אויך ניצט ראבערט צומאל א דרויסענדיגער מיטן נאמען וולאדעמיר וואס זאל אים העלפן מיט געוויסע אקציעס.

דזשעק האט געארבעט פאר די סי איי עי אינאיינעם מיט דול בעפאר זיין פארכאפונג, די מענעדזשער פון זיין אפיס איז געווען אלען. די סי איי עי דירעקטאר אין וואשיגנטאן די סי איז וויקי.

יעצט עמער צוריק גיין וואו מיר האלטן.

נאכדעם וואס אלען האט פראבירט צו כאפן די מענעדזשער פון די פלענט אבער אן קיין ערפאלג, האט ער אריין געשיקט צוויי אגענטן אונעם פלענט. זיי זענען צוריק געקומען אז די אינספעקטארס זענען שוין אוועק געפארן...

*

ראבערט זעהט אז ס'איז דא א ראוד בלאק, און וועלענדיג פארמיידן די פאליציי האט ער אנגערופן וולאדעמיר צו ער קען אים העלפן רעדן צו דזשעק ווייל קיין טעלעפאון האט ער זיי נישט ערלויבט און די איינציגסטע וועג צו רעדן צו דזשעק איז דורך די קאמפיוטער אין זיין אפיס. ער זאל בעטן דזשעק אז ער זאל אוועק נעמען די בלאקאדע אדער געבן א צווייטע וועג ארויס.. וולאדעמיר האט מסכים געווען און אריבער צו ראבערטס אפיס.

*

וויקטאר זיצט אין זיין האטעל און ווארט אויף די קאלל פון ראבערט אז די משקה איז דא.

*

וויקי אלען און די פרעזידענט זיצן אנגעצויגענערהייט אין וויקי'ס אפיס און ווארטן צו הערן פון די אגענטן ביים פלענט צו זיי האבן געטראפן ראבערט און מ'האט אן אויג אויף אים.

*

דול זיצט און ראבערטס אפיס און שמועסט געמיטלעך מיט דזשעק ווען פלוצים הערט וואו איינער דרוקט די טיר קנעפלעך.... ער האט נישט ערווארטעט קיין געסט...

יעצט ליינט ווייטער.


אלען האט געהייסן פאר די צוויי אגענטן אז זיי זאלן שוין אפשפארן די פלענט וואו לאנג מ'ווייסט נישט וואו די מענעדזשער איז און וואו לאנג מ'ווייסט נישט וואו די צוויי אינספעקטארס האבן זיך געדרייט. "וויאזוי גיט מען אן עמערדזשענסי אלערט אז מ'דארף עוועקאירן די פלאץ?" האט די אגענט געפרעגט פון די סעקרעטאר. "ס'איז דא א רעד קאוד וואס איך קען דרוקן וואס דאס מיינט אז יעדער דארף שוין אפלאזן וואס ער האלט אינמיטן טון און דארף ארויסלויפן צו די פרייע פעלד דארט" האט די סעקרעטאר געענטפערט "דרוק עס!" האט די אגענט באפוילן. די סעקרעטאר האט געקווענקעלט אבער די אגענט האט געשריגן "דרוק עס שוין!!" א הילכיגע אלארעם האט זיך גענומען פייפן אין די פלענט. רויטע לעקטערס אויפן דאך האבן געבליצט. א פאניק האט ארום גענומען יעדעם. ביז געציילטע מינוט איז די פלענט געווען ליידיג און יעדער איז ארויס אויפן פעלד... "ווער איז די מענעדזשער?" האט די אגענט הויעך געשריגן. יעדער האט זיך ארום געקוקט אבער קיינער האט אים נישט געזען "ער איז נישט ארויסגעקומען" רופט זיך די סעקרעטאר אן, "ווער נאך האט עקסעס צו די גאנצע פלענט מיט אלע טירן?" די אסיסטענד מענעדזשער איז צוגעקומען. "פיין יעדער זאל בלייבן דא מיר גייען אריין אויפזוכן די מענעדזשער דערווייל זאל קיינער פארלאזן די פלאץ"

די צוויי אגענטן האבן מיטגענומען די סעקרעטאר מיט די אסיסטענד מענעדזשער. "דו זאגסט אז די מענעדזשער איז אראפגעגאנגען?" "יא"
אלע פיר האבן צוזאמען אראפגעוואקט.

*

פאר דול איז געווען צו שפעט זיך צו באהאלטן אדער נעמען שיץ. די איינציגסטע זאך וואס ער האט נאך עספיעט צו טון בעפאר די טיר האט זיך געעפענט איז געווען געבן א דרוק אויף זיין בלו-טוט אז עס זאל זיך קאנעקטען צו אלען. ער האט געהאפט אז אלען וועט הערן וואס דא גייט פארקומען און אים העלפן דורך עפעס א וועג..

מאחמוד וואקט אריין אין אפיס און זעהט איינעם שטיין ביי די דעסק... "וואס זוכסטו דא?" "וואס זכסטו דא אין ראבערטס אפיס?"
"ראבערט האט מיך אהער געשיקט... " "מיך אויך..." האט דול געענטפערט פראבירענדיג צו געווינען צייט אז ער זאל אויפקומען מיט עפעס א גוטע עצה... "נאופס... איך רוף יעצט אן ראבערט.." האט מאחמוד געענטפערט ווילד.

*

אלען זיצט אין אפיס אנגעצויגענערהייט ווארטענדיג אז טיעם עי זאל באשטעטיגן אז זיי האבן ראבערטס קאר, אבער דערווייל הערט מען נישט פון זיי... פלוצים האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגען... ער הערט אויף די אנדערע זייט דול רעדן צו איינעם. אלען דרייט זיך אויס צו וויקי, "האט דול נישט געדארפט זיין אליינס אין אפיס יעצט און שמועסן מיט דזשעק? פארוואס האט ער קאמפעני דארט? איינער איז אים געקומען באזוכן, האלטס ער דארף הילף?"
"אודאי אזוי! אויב האט ער דיך גערופן און ער לאזט די טעלעפאון לויפן מיינט אז ער האט מער גארנישט געקענט טון.... איך זאג דיר אז ער איז אויף צרות דארט...."
"נו, וואס טוט מען..?"

*

דול האט נישט געקענט ערלויבן אז מאחמוד זאל רופן ראבערט... אן קיין צווייטע ברירה האט ער צוגעשפרינגן צו מאחמוד און ארויס געכאפט זיין טעלעפאון.. און מיט א זעץ עס צוקראכט אויפן פלאר. מאחמוד איז אויך נישט געווען קיין מאפל קינד.. א ווילדע געשלעג האט אויסגעבראכן אונעם אפיס...
ביידע פון זיי האבן גוט געקענט די ארבעט, ביידע זענען געווען געלערענטע שלעגערס.... די געשלעג איז געווארן היציגער מיט יעדע פארביי גייענדע מינוט. ביידע האבן שוין געהאט צייכענעס אויף זייער גוף אבער קיינער האט נישט געפלאנט אויפצוגעבן... מאחמוד האט אגאנצן צייט פראבירט צוצוקומען צו זיין שיך, דארט האט ער געהאט א קליין מעסער'ל וואס אויב קומט ער אן דאס ארויסצונעמען וועט נישט נעמען לאנג און דול וועט זיין א פארטיגער. דול האט אויך באמערקט אז עפעס וויל מאחמוד פון זיין שיך און ער האט אים נישט געלאזט אנקומען דארט... אבער ווען מאחמוד האט אריין געטראסעקט א סטעפלער אין דול'ס קאפ האט ער זיך פארלוירן פאר א מילי סקונדע און אין יענע רגע האט מאחמוד ארויסגעצויגן זיין מעסער...
יעצט האט דול געשפירט אז ער פארלירט די קאמפ... ס'האט טאקע נישט גענימען מער פון א מינוט און מאחמוד איז געלעגען אויף דול מיט א מעסער צו זיין אויגן.. ביידע האבן שווער געאטעמט... "יעצט זאג מיר נאכאמאל, וואס זוכסטו דא..?" "דול האט הערשט יעצט געכאפט אז זיין בלו טוט ליגט שוין לאנג נישט אין זיין אויער, ערעגעץ אינמיטן די געשלעג איז עס ארויסגעפאלן. ווער ווייסט צו עס ארבעט נאך.. ווער ווייסט צו אלען האט געכאפט וואס דא גייט פאר בעפאר די בלו טוט איז ארויסגעפאלן...
"איך פרעג דיך נאכאיינמאל..." דול שפירט שוין די קאלטע אייזן ביי זיין אויגן ... "זאג מיר פארוועם דו ארבעטס!!!"

א זעץ אויפן טיר מיט א געשריי "פאליציי, די הענט אין די הייעך" האט איבערגעריסן די אנגעצויגענקייט... דריי אפיצירן מיט אויסגעשטרעקטע געווער זענען געשטאנען ביי די טיר..
מאחמוד האט אראפגעווארפן די מעסער און אויפגעהויבן די הענט. פאליציי האבן ארויף געלייגט קייטלעך אויף ביידע און זיי אוועק געפירט.

*

ראבערט זיצט אנגעצויגענערהייט און ווארט, "וואו איז מאחמוד, פארוואס רופט ער נאך נישט צוריק, פארוואס הייבט ער נישט אויף די פאון?"
ראבערט האט געזען אז עס ווערט שפעט, "טשענדזש אף פלענס!" האט ער זיך אנגערופן צו מייקל, "אונז גיימיר אריין גיין אין די טראק און אזוי ארויספארן, די קאר קען שוין דא בלייבן." מייקל האט זיך נישט געהאט וואס צו טענה'ן. אפילו ער האט געהאלטן אז דאס איז א שלעכטע עצה אבער וואס איז ער קעגן ראבערט, ראבערט וועט סייווי נישט הערן וואס איך זאג אים. "מאחמוד רופט נישט צוריק, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, צו אז ער איז פארכאפט, אדער א צווייטע סיבה. די פוינט איז, דא זיצן און ווארטן וועט נאר ערגער מאכן. לאמיר צוזאמנעמען די פאר זאכן און גיין"
ראבערט האט צוגעוואקט צום טראק דרייווער און געהייסן עפנען די פאסאנזשיר טיר. נאכן זיך אריין זעצן האט ער זיך אויסגעדרייט צום דרייווער. די דרייווער האט זיך זייער דערשראקן ווען ער האט געזען א גלאנציגע זילבערנע גאן מיטן שפיץ צו זיין הארץ.. "הער מיך גוט צו, דו גייסט טון אקוראט וואו איך הייס אויב ווילסטו אז דו זאלסט איבערלעבן די קומענדע פאר שעה.. דו ביסט יעצט מיינס, איך האב מענטשען וואס שטייען ארום דיין הויז און איין קרום ווארט איך זאג זיי איז דיין הויז אונטער פייער... פארשטאנען!!?"
דערשראקן צום טויט האט די דרייווער געשאקלט יא.
"פיין עפן די בעק און איך מיט מיין שותף גייען דארט אריין גיין, נאכן דורך פארן די פאליציי בלאקאדע דארט וועסטו דיך אפשטעלן אין די זייט און אונז עפענען און מיר וועלן קומען זיצן דא, אבער געדענק!!! איין ווארט אדער פיפס צו די פאליציי און דיין לעבן איז נישט ווערט קיין סענט! פארשטאנען!!!!?"
"שאר שאר.."
"פיין געגאנגען, ס'איז שפעט"
די דרייווער האט ארויסגעטאנצן און געעפענט די בעק, מייקל מיט ראבערט האבן זיך באקוועם געמאכט און געפארן....

*

ס'האט נישט גענימען צו לאנג פאר די אגענטן אין די פלענט צו אנטדעקן די מענעדזשער.. ער איז געלעגן אויסגעצויגן אן קיין צייכן פון לעבן, ווען זיי האבן דאס געטראפן זענען די אגענטן געווארן נאכמער ווילד... "אלען, מיר האבן שוין איין פאטאליטעט. לאמיר האפן אז דער איז דער לעצטער פאר די היינטיגע טאג.."

"וואו זענען זיי געגאנגען פון דא?" האט די אגענט געפרעגט פונעם סעקרעטאר, "איך האב זיי נישט געזען ארויסקומען" "די איינציגסטע טיר ארויס איז אויף די אנדערע זייט וואס טראגט צו די פאמפס" האט די עסיסטענד מענעדזשער זיך אנגערופן. "רוף מיר די פאמפ מענעדזשער, לאמיר הערן פון אים צו ער האט זיי באגעגענט, און אויב יא וואס האבן זיי געטון און וואו זענען זיי געגאנגען פון דא"
איין אגענט איז ארויסגעלאפן אין פעלד און אריין גערופן די פאמפ מענעדזשער. די מענעדזשער האט זיך געווארפן פאר שרעק.., ער האט געוואוסט אז ער גייט כאפן פארן פאלגן וואס די אינספעקטארס האבן אים געהייסן... "איך וויל נישט פארלירן מיין דזשאב.." האט ער זיך גענימען וויינען צו די אסיסטענד מענעדזשער.. "איך ווייס אז איך האב געטון וואס איך האב נישט געדארפט... אבער איך גיי עס מער נישט טון.." "קיינער פארלירט נישט קיין דזשאב... מיר דארפן וויסן וואס זיי האבן דא געטון. שנעל רעד ווייל יעדע רגע איז קריטיש."
נאכן זיך בארואיגן האט די פאמפ מענעדזשער דערציילט וויאזוי זיי האבן אים געהייסן פאמפען פון א ספעציעלע פאמפ און געהייסן עס אנפילן אויף א טראק. "געזאגט האבן זיי אז זיי גייען קיין ניו יארק צו טעסטן א נייע זאך וואס זיי האבן אריין געמישט אין די וואסער." ניו יארק האבן זיי געזאגט?" האט די אגענט איבער געפרעגט. "יא, ער האט געזאגט אז ער ווייסט נאך נישט וואו אין ניו יארק אבער עפעס א לעב דארט, ער וועט שוין איבער געבן פארן דרייווער אינמיטן וועג די פונקטליכע אדרעס.." די אגענט האט זיך תיקף פארבינדן מיט אלען.. "אלען, די טארגעט איז ניו יארק, נישט וואשינגטאן!"
"וואס הייסט? ער האט קלאר געזאגט אויפן טעלעפאון פאר זיין באס אז ער קומט היינט קיין וואשינגטאן..דאס קען נישט זיין!"
"איך זאג דיר וואס די חברה דא אין די פלענט זאגן, ער האט זיי געזאגט אז ער גייט קיין ניו יארק.."

איך רוף דיך שוין צוריק, לאמיך עס איבערשמועסן מיט וויקי..
"און וואו איז ער געגאנגען פון דא?" האט די אגענט ווייטער אויסגעפרעגט. "צו זיין קאר און נאכגעפארן די טראק.."
"אלען גיב איבער פאר די חברה ביי די טשעק פוינט אז ער דארף צו זיין אין א קאר ער גייט נאכפאן די טראק... זיי זאלן זיכער מאכן אז יעדע קאר ווערט דורך געקוקט.."

*

די טראק איז אנגעקומען צום טשעק פוינט. "איז אלעס בסדר" האט די פאליציי געפרעגט גוט מוטיג.. "וואו דערליווערט מען היינט די סחורה?" "ניו יארק" האט די דרייווער געענטעפרט מיט א ציטערדיגע שטימע האפענדיג אז די פאליציי אפיציר זעהט נישט זיין אנגעצויגענקייט. "פיין, פאר!"

*

"טיעם סי," האט אלען אריין גערעדט צו זיין דריטע טיעם, קומטס אלע קיין ניו יארק, לויט וואו ס'זעהט אויס גייט מען דארפן האבן ענקער הילף דא אין ניו יארק. נישט אין וואשינגטאן"

"איך פארשטיי נישט" האט די פרעזידענט געבראכן זיין שטילקייט, "פארוואס האט קיינער נאך נישט געזען ראבערט? נעמט דען אזוי לאנג ארויסצופארן פון די פלענט?"

"טאקע אינטערעסאנט," האט וויקי זיך געווינדערט,"פעטראל, ווילסט מיר זאגן אז דו האסט נאך נישט געזען ראבערט אדער זיין קאר?"
"ניין מיין הער, דערווייל איז נישטא קיין שפיר פון אים. מיר קוקן דורך יעדע קאר גרינטליך"

*

איינמאל ראבערט איז געווען גענוג ווייט פון די טשעק פוינט האט זיך די טראק דרייווער אפגעשטעלט און געגאנגען עפענען פאר ראבערט און מייקל. ביידע זענען ארויסגעקומען און זיך געזעצט פארענט און געהייסן דעם דרייווער נעמען די הייוועי ארויף צו וואשינגטאן. "איך האב געמיינט אז מ'גייט קיין ניו יארק?" האט די דרייווער געפרעגט מיט וואונדער. "האסט געהערט וואס איך זאג דיר! פרעג נישט איבער נאך איינמאל"
"פארוואס טאקע האסטו קודם געזאגט ניו יארק" האט מייקל געפרעגט. "יעצט קען איך דיר שוין זאגן, ווען איך האב געהערט פון מיין באס אז ער האט מורא צו בלייבן אין וואשינגטאן האב איך פארשטאנען אז די אויטאריטעטן זענען אויף אונזערע שפירן.. איך ווייס נישט וואו לאנג עס וועט נעמען און זיי וועלן צוזאמשטעלן אונזער פלאן. נאך מער, ווען מיר האבן אוועק געלייגט די מענעדזשער דארט און קעלער האב איך גענומען זיין טעלעפאון. איך האב געוואוסט אז עס וועט נישט נעמען לאנג און ער וועט באקומען א קאלל פון א וואשינגטאן נאמבער. און דאס האט טאקע פאסירט!! פארשטייט זיך אז איך האב דערנאך אוועק געווארפן די טעלעפאון אבער אזוי האלט איך בערך טרעק וואו נאנט זיי זענען צו אונז. די טשעק פוינט וואס דו האסט געזען איז געווען פאר אונז! איך האב פראבירט מיט מאחמוד אבער ווען איך האב געזען אז ער הייבט אויך שוין נישט אויף גלייב איך אז ער איז שוין אויך פארכאפט. וועגן דעם האב איך געלאזט פאלן ווערטער וועגן ניו יארק. די אויטאריטעטן וואס גייען קומען פארשן די זאך וועלן זיכער הערן אז איך האב געזאגט ניו יארק און דאס גיט מיר מער צייט צו ענדיגן די מיסיע...!"

"גיב עס אריין" האט מייקל געזאגט מיט א שמייכל נאכן צוזאם קלאפן הענט מיט ראבערט. "דו ביסט די מען!!! אזוי צו האבן די קאפ אויפן פלאץ!!"

*

"שלעכטע נייעס אלען, מיר האבן געטראפן א ליידיגע קאר אויף די זייט פון די ראוד. די קאר שטומט מיט די דיסקריפציע פון ראבערטס קאר.." האט די אגענט ביים פלענט איבערגעגעבן פאר אלען.

"פרעג דעם מענעדזשער וויפיל נאך טראקס זענען ארויסגעפארן נאך די טראק. מיר דארפן אלע אפשטעלן. מיר האבן פארלוירן ראבערט, מיר גלייבן אז ער איז ערגעץ אויף איינע פון די טראקס" "ער זאגט אז פינעף טראקס זענען ארויסגעפארן אלע קיין ניו יארק.."
אלען האט איבערגעזאגט די נייעס פארן פרעזידענט און פאר וויקי. "נישטא קיין צווייטע ברירה. מ'גייט דארפן ניצן די הילף פון די ניו יארקע פאליציי" האט וויקי געזאגט. לייג ארויף די פאליציי קאמישענער אויפן ליין לאז מיך רעדן צו אים.
"נישטא קיין צייט פאר באגריסונגען" האט וויקי אנגעפאנגן. מיר האלטן אינמיטן אן אקציע און מיר דארפן הילף." "קיין פראבלעם, וואס קענען מיר טון פאר אייך?"
"יעדע טראק וואס קומט אריין פון אפסטעיט מוז ווערן אפגעשטעלט און דורך געקוקט!!"
"וואס?? יעדע טראק?? דו ווייסט וואס דאס מיינט? דו ווייסט וואסערע טרעפיק דאס גייט מאכן...?" "איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיר זוכן א פאלענד ספרינג וואסער טראק. אבער מיר קענען דאס נישט זאגן פאר קיינעם..אלזא, טרעף א וועג וויאזוי עס וועט דיך דאס ווייניגסטע שטערן אבער קיינער טאר נישט וויסן אז וואס מיר זוכן איז א פאלאנד טראק. פארשטאנען?" "יא. אויב מעג איך פרעגן, וואו שרעקליך איז די סכנה?"
"זייער שרעקליך, פון א סקעיל אויף איינס ביז צען וואלט איך עס געלייגט אויף עלעוו!!!"
"אוטש!!!"
"איך דארף א טאטאל פון פינעף טראקס וואס מיר ווייסן אז זיי גייען קיין ניו יארק. יעדע אזא טראק וואס דו שטעלסט אפ האלט אים אפ ביז דו באקומסט ווייטערדיגע אינסטרוקציעס. לאז קיינעם נישט ארויס אדער אריין פון די טראק. מאך זיכער אז קיינער עפענט נישט קיין באטלעך אדער סיי וואס.. פארשטאנען?"
"זיכער!!"

דערווייל איז די פרעזידענט געזעצן אנגעצויגן... די מושג אז דא דרייט זיך טראקס מיט סחורה און מ'ווייסט אז ס'איז מעגליך אז זיי פארמאגן עפעס געפערליכס און דא זיצט מען מיט צוזאמגעלייגטע הענט... אלעס ווייל מ'ווארט צו כאפן די איין טראק וואו ראבערט זיצט... דאס הייסט מען פארקויפט טויזענטער לעבנס צו כאפן דעם איינעם... די פרעזידענט האט דאס זייער נישט געשמעקט..
"וויקי, איך האב א פלאן" האט זיך די פרעזידענט אנגערופן. און די פרעזידענט האט אראפגעלייגט וואס ער טראכט. קודם האט אלען אפגעווארפן די פלאן. אבער הערענדיג אז וויקי גייט יא דערפאר און איינזעענדיג אז קיין סאך אפציעס איז סייווי נישטא האט ער אויך מסכים געוווען.. "פיין, גיימיר עס ערלעדיגן" האט וויקי זיך אנגערופן.

*

די וויצע פרעזידענט איז דערווייל געזעצן אנגעצויגענערהייט און געווארט אויף די פאון קאל פון ראבערט.. די נאכט פאלט צו און מ'דארף דאס האבן ערלעדיגט. ער האט גוט געדענקט וואס ביל האט אים געזאגט דאס לעצטע מאל ווען זיי האבן גערעדט. אזוי זיצענדיג האט זיך זיין פריוואטע סעלפאון צוקלינגען. וויקטאר האט זיך שוין געפריידט..
אבער זעענדיג די נאמען אויפן קאללער איידי האט ער זיך זייער געוואונדערט.. זיין סעקרעטאר רופט אים.. יעצט אין אזא שטונדע?? וואס וויל זי...? "העלאו, סארי פארן שטערן אין אזא שטונדע, די פרעזידענט פאררופט א זיצונג אין א האלבע שעה און די גאנצע קאבינעט דארף דארט זיין... ער זאגט אז עפעס גאר וויכטיג גייט פאר און ער וויל רעדן צו יעדעם. קיינער ווייסט נישט קיין דעטאלן פון די זיצונג"
"ביז א האלבע שעה?? איך ווייס נישט צו איך קען עס מאכן..." "זאלסט בעסער דא זיין, לויט די וועג וויאזוי די מיטינג איז פאררופן געווארן זעהט אויס אז מ'רעדט דא פון אריין גיין אין מלחמה מיט נאך א לאנד. אזא אנגעצויגענקייט הערשט יעצט... איך מיין אז דו זאלסט דאס נישט פארפאסן"
"אקעי"

וויקטאר האט אראפגעלייגט די טעלעפאון און גלייך אנגערופן ראבערט, "ווי ווייט ביסטו פון וואשינגטאן?" "בערך צען מינוט, פארוואס?" וויקטאר האט אים דערציילט וועגן די מיטינג... ראבערט האט דערציילט פאר וויקטאר וואס ער האלט "די חברה ווייסן שוין לכאורה אסאך... אבער זיי האבן נאך נישט די פאזל, איך האב זיי גוט פארדרייט אבער ס'גייט נישט נעמען צו לאנג אז זיי זאלן כאפן... אפשר ניצטו אויס די מיטינג און דו מאכסט זיכער אז דו וואסער וואס מ'טרונקט דארט איז פון די וואסער וואס איך פארמאג?"
"אהה.. דאס איז מיר נישט בייגעפאלן" האט וויקטאר זיך אנגערופן.. נו, קענסטו מיר זיכער מאכן דא צו זיין בעפאר די מיטינג?" "זיכער!!"

*

"טיעם בי, עטס זענטס גרייט?"
"וואס פאר א שאלה? מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף ווייטערע דעטאלן"
"פיין, גייטס אריין אין די הויז ביי די קארנער פון 'קריסטאל ראן ראוד'
דארט אין די בעיסמענט זיצט איינער וואס מיר דארפן זייער וויכטיג. ער ווערט לכאורה באוואכט דורך א גרופע וועכטער און די פלאץ קען זיין ארום גענומען מיט אויפרייס. מיר דארפן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג און די מענטש 'דזשעק' מוזן מיר האבן דא אין וואשיגנטאן ביז פיפצן מינוט. א העליקאפטער ווארט אויף אים ביי די מעדיקעל צענטער. מאכטס עס די שנעלסטע וואס מעגליך"
"קיין פראבלעם. נישט אז מיר קענען זיין מיט אים וואשינגטאן ביז פיפצען מינוט, אבער מיר כאפן די וויכטיגקייט דערפון"

די גרופע האט זיך צוזם גענומען און דורך געשמועסט וואס מ'גייט דא טון. "צוויי אגענטן זאלן אריין קלאפן אין די הויז אלס קאן עדיסאן אינספעקטארס וואס קומען קוקן די מיטערס. איינמאל מ'איז אין די הויז זאלן זיי ארויסשיקן א סיגנאל מיט וויפיל מענטשען די רעדע איז. און וואו די פארכאפטער איז, איינמאל מיר האבן די אינפארמאציע וועלן מיר וויסן וויאזוי צו שטורעמען די הויז..." האט די פירער פון די גרופע געזאגט.

צוויי אגענטן האבן ארויסגעשלעפט די באקס פון די טראנק וואס דארט האבן זיי געהאלטן אלע פאלשע אידענטיפעקאציע קראטלעך פאר אלע מיסיעס "וואס האסטו געזאגט? קאן עדיסאן? פיין"

די צוויי חברה האבן גלייך צוגעוואקט צו די טיר און געקלינגן די בעל. א הויכער באוואקסענער מאן איז געקומען עפענען. "מיר זענען פון קאן עדיסאן. מיר האבן פראבלעמען מיט די מיטער און מיר דארפן כאפן א בליק אין די הויז. קענען מיר אריין קומען?"
"קיינער קומט נישט אריין אין מיין הויז! אז איר האט א פראבלעם מיט די מיטער איז עס ענקער פראבלעם נישט מיין!" און מיט א זעץ האט יענער פארקנאקט די טיר.
"אקעי, ס'איז דא נאך א וועג וויאזוי צו רעדן צו א מענטש.."
זיי קלאפן ווידער אמאל. דער זעלבער מענטש קומט נאכאמאל צו די טיר "איר האט אפשר נישט פארשטאנען וואס איך האב אייך געזאגט? מיר ווילן נאר כאפן א בליק אין די הויז פאר איין מינוט" האט די קאן עדיסאן אינספעקטאר גערעדט זייער הויעך "און איך האב געזאגט אז קיינער וואקט נישט דא אריין" האט דער הויעכער צוריק געשריגען. פלוצים האבן צוויי פשוט געקליידטע פאליציי לייט ארויסגעשפראצט פון אונטער זיי און געגעבן א פרעג "גייט עפעס דא פאר?" "יא, מיר זענען פון קאן עדיסאן און מיר האבן א פראבלעם מיט די מיטער אבער ער דא וויל אונז נישט אריין לאזן. מיר בעטן איין מינוט פון זיין צייט אבער ער וויל נישט הערן" "קען איך זעהן אייער איידי" האט די פאליציי אפיציר געבעטן. ווען נישט וואס זיי זענען געלערענט נישט צו לאכן וואלטן אלע פיר יעצט אויסגעשאסן.. נאכן באטראכטן די איידי האט די פאליציי אפיציר זיך אנגערופן "די געזעץ פארלאנגט אז דו זאלסט זיי אריין לאזן! אז דו ווילסט קענען מיר זיי באגלייטן אויב האסטו מורא פון זיי" "ניין ס'גוט, זיי קענען אריין קומען" מיט א קליינע שמייכל האט די פאליציי אפיציר זיך אפגערוקט אין די זייט. "די וויץ איז פון די עלטסטע וויצן פונעם בוך אבער עס ארבעט נאך אלס" האט די פאליציי אפיציר זיך אנגערופן ווען די טיר האט זיך פארמאכט.

די צוויי אגענטן זענען אנגעקומען אינעווייניג און זיך גענומען ארום קוקן, זעענדיג אז אויבן איז ליידיג "מיר דארפן אראפגיין אין בעיסמענט" האט זיך די אינספעקטאר אנגערופן. "דא האט עטס די בעיסמענט" די צוויי אינספעקטארס האבן אראפגעוואקט דערווייל זעען זיי גארנישט. אבער די נערוועזעקייט פון זייער באגלייטער האט קלאר געוויזן אז עפעס באהאלט ער.
אנקומענדיג אונטן האבן זיי געזען אסאך טירן און אלעס פארשלאסן אבער ביי איין טיר האבן זיי געזען ווי איינער שטייט דארט אין די זייט און שפילט זיך מיט זיין אייפאד. די אינספעקטארס האבן גלייך פארשטאנען אז דארט איז די זאך... די מצב האט זיך גוט אויסגעשטעלט ווען זייער באגלייטער איז געשטאנען. אונטער זיי, און זיי האבן געוואקט פאראויס צו די מענטש ביי די טיר.....
אויף איינמאל האבן ביידע געגעבן א שלעפ ארויס זייערע גאנס און געגעבן א שריי.... "די הענט ארויף!!!"
דער וואס איז געשטאנען ביים טיר האט פראבירט צו זיין א חכם און פראבירט צו כאפן זיין גאן אבער א קויל אין זיין קני האט אים געמאכט פאלן צו די ערד מיט יסורים. די אקציע איז געווען סך גרינגער וואו געמיינט. די איבריגע חברה וואס האבן געווארט אינדערויסן זענען אריין געקומען געבן א האנט מיטן ארעסטירן די צוויי און ארויס נעמען דזשעק.., דזשעק איז געווען פיין דערשראקן און צומישט דול האט אים געהאט געזאגט אז בקרוב גייט מען אים נעמען אבער ער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס מיינט אזוי שנעל....

קיין סאך צייט האט ער נישט געהאט צו טראכטן מ'האט אים גלייך געשלעפט אריין אין א קאר און אפגעפירט צו די העליקאפטער וואס האט אים שוין אפגעווארט מיט אנגעצינדענע פארפעלעס.

*

וואו נאר ראבערט איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן האט ער אנגערופן וויקטאר פרעגן וואס ער זאל ווייטער טון "ס'איז דא א טויש אין פלאן. דו ברענג מיר א קליין באטל מיט די וואסער, דאס וועל איך זיכער מאכן אז דאס קומט אן צו די פרעזידענט, די איבריגע געב פאר מייקל אריין צו דרייוון קיין ניו יארק. איך גיי נישט קענען פטרן די שיפמענט דא די מצב איז זייער אנגעצויגן און יעדע איבריגע ריר קוקט מען נאך. ברענג מיר די באטל, מיר טרעפן זיך אין די שטאטישע פארק אויף די רעכטע זייט איך בין דארט ביז צוויי מינוט."
ראבערט האט איבער געגעבן די באפעל פאר מייקל "זארג נישט וועגן די חברה דארט אין ניו יארק. ווען דו וועסט אנקומען דארט וועט שוין יעדער רעדן פון וואשינגטאן.. יעדער וועט זען אז איך בין יא געגאנגען קיין וואשינגטאן וועלן זיי מיך זוכן דא דערווייל וועסטו שוין זיין דארט.."

ראבערט איז אריבער געפארן צו די פארק. וויקטאר האט שוין דארט געווארט אויף אים.... "וואס הערט זיך מיט דזשעק, שוין לאנג נישט געהערט פון אים" האט וויקטאר געפרעגט אזוי אגב'דיג. "איך מיין אז ער קען שוין עקספייערן. מיינע חברה דארט ווייסן, אויב שיק איך נישט די טעגליכע סיגנאל עלעף אזייגער ביינאכט מיינט דאס אז זיי דארפן פארטיגן דזשעק און פטור ווערן פון זיין גוף. איך מיין אז היינט גיי איך נישט שיקן די סיגנאל. ווייל איינמאל זאכן פארן גוט און דו קומסט אן וואו די פלאן איז דארפן מיר מער נישט דזשעק לעבעדיג...."

נאכדעם וואס וויקטאר האט איבערגענומען די באטל פון ראבערט האט ער אים געגעבן די האנט און זיך ווארעם געשיידט.... ווען ראבערט האט אוועק געוואקט האט וויקטאר שטילערהייט זיך אנגערופן "איי עם סאו סארי"....
ראבערט האט ארויסגעוואקט פון די פארק און אנגערופן א קאר סערוויס אים צו נעמען צו די נאנסטע האטעל...פלוצים איז א קאר געקומען צו פליען פון די פארקערטע ריכטונג און אראפגעקלאפט ראבערט... ראבערט איז געפלויגן אין די לופט און מיט א זעץ אראפגעקראכט אויף די ווינד שיעלד... די דרייווער איז ארויסגעקומען פון די קאר קוקנדיג וואס איז געשען.. זעענדיג אז ראבערט איז מער נישט צווישן די לעבעדיגע האט ער אנגערופן די סעל נאמבער וואס דער אנאנימער פארשוין האט אים געגעבן. "די דזשאב איז פארטיג!" "פיין, ענדיג די צווייטע העלפט מיט די טראק. ווען דאס וועט זיין פארטיג און איך וועל האבן בילדער פון ביידע אינצידענטן וועל איך דיר שיקן די געלט. עס וועט זיין אין דיין אקאונט מארגן צופרי" "די טראק ברענט שוין לאנג... עפעס מיט די געז טאנק פראבלעמען. עס האט אויפגעריסן פריערט.."
וויקטאר האט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א שמייכל און עס אריין געווארפן אין די רוישיגע וואסער. "יעצט קען מען גיין צו די מיטינג.."

*

דול וועקט זיך אויף אין זיין בעט... זיין קאפ טוט אים גוט וויי ער פאנגט נישט אן צו געדענקן ווער עס האט אים אהער געברענגט און וויאזוי ער איז אנגעקומען אין זיין בעט...
עפעס פארנעפעלטע זכרונות דערמאנט ער זיך זיצענדיג אין א פאליציי קאר און זיי האבן אים ארויף געברענגט צו זיין הויז און אריין געלייגט אין בעט... אבער וואס האט אים געמאכט אנקומען אין די פאליציי קאר איז אים פארנעפלט. ער האט זיך צוריק אראפגעווארפן די קאפ צום קישן און פראבירט שטאטערהייט זיך צו דערמאנען וואס דא גייט פאר. ער קוקט ארויס אויפן גאס און זעהט אז ס'איז טינקל. דאס הייסט די נאכט איז צוגעפאלן.. ווען בין איך אנגעקומען דא?? ער קוקט אויף זיינע קליידער וואס איז געלעגן אין די זייט פון די בעט.. ער זעהט זיי זענען בלוטיג.. שטאטערהייט האט ער זיך גענימען דערמאנען...עפעס א געשלעג.. וואו א שלאנג געביסענער האט ער אויפגעשפרינגען.. ער האט זיך דערמאנט פון דזשעק.. פון אלען... די פלענט... אוי וויי.... וואו האלט מען מיט די אקציע...?

ער רופט אן אלען "אלען וואס הערט זיך?? וואו האלט מען??"
"העלאוי דול! וויאזוי שפירסטו? האסטו דיך אויסגערוט?" "אלען, לאז יעצט אפ מיין שלאף. זאג מיר, וואו האלט מען?"
"די פרעזידענט האט פאררופן א מיטינג מיט זיין גאנצע קאבינעט. די מיטינג גייט פארקומען ביז פינעף מינוט דארט פלאנט די פרעזידענט ארויס צושטעלן דעם פאררעטער פארענט פון יעדעם!!"
"וויאזוי ווייסט מען ווער די פאררעטער איז?"
"מיר האפן צו וויסן ביז אפאר מינוט..." "וויאזוי?"
"דורך דזשעק!! ער איז אויפן וועג קיין וואשינגטאן! מיר האבן שוין א שטיק צייט וואס מיר מושטען זיך נאכצוקוקן די קעמרעס פון די בילדינג. מיר פלאגן זיך צו דערגיין ווער עס האט פאר'סמ'ט וויקי אבער די טעקניקערס קענען זיך עפעס נישט אן עצה געבן די פראגרעם מאכט געפערליכע פראבלעמען און ס'מעקט אויס יעדע שטיק צייט אלעס. מיר האלטן אז דאס איז דזשעק'ס ארבעט ווייל פארוועם ער האט געטון אלע שטיקלעך יענער האט זיכער געמאכט אז מ'זאל נישט קענען נאכגיין און נאכקוקן. יעצט ברענגן מיר אהער דזשעק ער זאל דאס פאררעכטן. איינמאל דאס איז עס וועלן מיר קענען זעהן ווער עס האט פאר'סמ'ט וויקי..."
"וואו!! וועמענס עצה איז דאס געווען?"
"די פרעזידנענט האט געזאגט אז ער וויל פאררופן א מיטינג מיט זיין קאבינעט, און ווען ער וועט רעדן דערוועגן זאלן מיר האלטן אן אויג אויף די צוויי וואס מיר זענען חושד און זעהן זייער רעאקציע .. ער איז געווען גרייט צו ברעכן די געזעץ און אויב מיר האבן א חשד אויף איינעם איז ער געווען גרייט אז מיר זאלן יענעם אויספארשן מיט אלע מיטלן... אפילו זאכן וואס איז נישט הונדערט פארצענט לעגאל.. ער האט אבער נישט מסכים געווען צו ווארטן אז די סחורה זאל אנקומען דא און אזוי נעמען די קעיס ער האט גע'טענה'ט אז מיר נעמען צו א שטארקע ריסק. אבער ווען מיר האבן זיך גענומען ארבעטן אויפצוסעטן די סורוועליענס סיסטעם האבן מיר זיך געכאפט אז דאס איז צובראכן פאר די לעצטע פאר טאג. נאכן צוריקגיין פון ווען דאס איז צובראכן געווארן האבן מיר צוזאמגעשטעלט אז דאס איז איין זאך מיט די פאר'סם'אונג. דאן האבן מיר אפגעמאכט אז אויב גייען מיר סייווי נישט אויף די ארגינעלע פלאן קען מען שוין ארויסראטעווען דזשעק און ער זאל אונז העלפן מיט דעם..."
"דאס איז פיינע נייעס!" איך קום אריבער קיין וואשינגטאן" "ביסט זיכער אז דו ביסט בכח?" אויב יא כאף די העליקאפטער און קום אריבער"

*

בעפאר די פרעזידענט איז אריין צו די מיטינג האט זיין הארץ געקלאפט ווילד... ער האט געוואוסט אז ער גייט יעצט טון א ווילדע זאך.. פארשעמען אדער זיין אטוירני דזשענעראל אדער זיין וויצע פרעזידענט.. אבער ער האט געוואוסט אז ער טוט ריכטיג!!

די פרעזידענט האט אריין געוואקט... אלע בענקלעך זענען געווען פיל. יעדער האט זיך אויפגעשטעלט מיט רעספעקט... די פרעזידענט איז ארום געלאפן פון איינעם צום צווייטן זיכער מאכענדיג אז יעדער איז דא.... א טאטאלע שטילקייט האט געהערשט... די פרעזידענט האט זיך פארראכטן זיין שניפסל און מיט א קענטיגע אנגעצויגענקייט זיך גענומען רעדן.

"יעדער פון ענק דא געדענקט די וואך אנפאנג וואך זענען מיר זיך צוזאמגעקומען אויף א מיטינג וועגן א סי איי עי אפעראציע וואס האט געדארפט הילף, מיר האבן געדארפט ארויס נעמען א פארכאפטע אגענט פון די לויאזיאנע אינזלן. מיר האבן טאקע געהאט א סוקסעס און דער איז געראטעוועט געווארן. אבער אפאר שעה דערנאך האבן מיר געברויכט צוריק געבן דעם אגענט פאר די טעראריסטן נאכדעם וואס זיי האבן פארכאפט זיין פאמיליע.. פון דאן גייען זאכן אויף די נישט ריכטיגע וועג. און די סיבה דערצו איז זייער פשוט. די טעראריסטן האבן איינגעפלאנצט איינעם וואס יענער פיטערט זיי מיט אלעס וואס קומט דא פאר און אזוי זענען זיי שטענדיג איין טריט פאראויס. די פראבלעם איז אז דער איינער זיצט יעצט דא מיט אונז!!!!"


א שטילקייט האט געהערשט אונעם צימער...


"זאל דער יעניגער יעצט ארויסקומען און זיך מודה זיין. ווייל איך וועל סייווי געוואויר ווערן ביז אפאר מינוט... און דאן וועל איך אים באשטראפן מיט די ארגסטע!! טאמער קומט ער יעצט ארויף וועל איך אים לאזן רעזיגנירן און די סוד וועט בלייבן דא צווישן די פיר ווענט...
איך גיי יעצט ארויס פאר פינעף מינוט. זאל זיך די יעניגער איבער טראכטן וואס זיינע אפציעס זענען.. ווייל קיינער גייט נישט ארויס פון דא פאר איך האב נישט דעם פאררעטער.. און נאך פינעף מינוט קום איך צוריק און איך וועל אויפשפילן א ווידיאו וואו יעדער וועט זעהן ווער די פאררעטער איז..."

די פרעזידענט האט ארויסגעוואקט און אריין אין די זייטיגע צימער.. דזשעק איז שוין געזעצן און געארבעט אויף די סיסטעם. ער האט קוים באגריסט די פרעזידענט זאגענדיג "מיר וועלן שפעטער זיך פארמאל באגריסן, איך גלייב אז די פרעזידענט וויל קודם דאס זעהן פארטיג.."
"יא זיכער, ווי לאנג נאך?"
"איך ווייס? איין זאך קען איך דיר זאגן, איך האב עס פיין געדעמעדזשט..."
די פרעזידענט האט זיך אויסגעדרייט צו אלען, "וויאזוי האט די דרשה אויסגעזען? האסט באטראכט די צוויי וואס זייער רעאקציע איז געווען?"
"ביידע האבן אויסגעזען פארלוירן, אבער ווען דו האסט געזאגט די ווארט ווידיאו האט די וויצע פרעזידענט געטוישט קאלירן.."
"האלטס אז ער איז דאס?" "איך האלט נישט גארנישט.. אבער ווייסט דאך אז וויקי זאגט די גאנצע צייט אז ער איז געווען די לעצטע לויט וואו ער געדענקט צו זיין אין זיין צימער בעפאר ער איז צוזאמגעפאלן... מיר האבן נאר קיינמאל נישט געקענט זיך איבערצייגן דעראין.. יעצט האף איך אז מ'וועט עס קענען צוריק ברענגן..." "אקעי, איך גיי צוריק אריין.. לאז מיך וויסן ווען די זאך איז פארטיג.. זאל דזשעק אריין קומען אינמיטן מיין רעדן.. אזוי וועסטו קענען זעהן וויאזוי די רעאקציע איז..."

די פרזעדינט האט צוריק אריין געוואקט... דאס פלאץ האט אויסגעזען אקוראט וואו ער האט עס איבער געלאזט אפאר מינוט צוריק.. קיינער האט נישט גערעדט קיין ווארט און יעדעם'ס אויגן זענען געווען געוואנדן צו זיינע טריט... "אלזא, דער יעניגער האט נאך אלס נישט די קוראזש זיך אויפצושטעלן און מודה זיין ..." האט די פרעזידענט געדינערט...
אזוי אינמיטן רעדן האבן צוויי מענטשען אריין געוואקט מיט א גרויסע פראדזשעקטאר און זיך גענימען ציען קעבלס. "יענעמ'ס שאנס לויפט אויס... מיר גייען אט אט זעהן דא אויף די סקרין אלעס וואס מיר דארפן.." האט די פרעזידענט צוגעגעבן צו די אנגעצויגענקייט.
ס'איז נישט צום באשרייבן וואסערע פחד ס'האט געהערשט אונעם צימער... אפגערעדט פון די וויצע פרעזידענט.. ער האט געמיינט אז ער פאלט אוועק.. 'וואסערע ווידיאו האט די פרעזידענט פארשאפט..? טוט ער דאס נאר איך זאל מיך אויפגעבן ווייל ער ווייסט באמת נישט ווער איך בין.. אדער ווייסט ער יא און ער ציט מיינע נערווען... זאל איך מיך אויפשטעלן אדער איז דאס נאר א שפיל..?'
אינמיטן האט זיך די טיר געעפענט און דזשעק האט אריין געוואקט מיט א קליינע יו עס בי אין די האנט... ער איז צוגעגאנגען צום פרעזידענט און אריין געמורמעלט אין אויער "איך קען עס נישט צוריק ברענגן..!!!!"

די פרעזידענט האט זיך נישט פארלוירן "קודם זאל יעדער באגריסן אונזער העלד פון די געשיכטע דזשעק!!!!

מיר האבן אים ווידער אמאל ארויסגעראטעוועט אבער דאסמאל איז עס א פיינעל..."


......

ווען די וויצע פרעזידענט האט געהערט אז דאס איז דזשעק וואס דארף יעצט צו זיין אין געפענגעניש האט ער געוואוסט אז די זאך איז פארטיג!!!
ער האט זיך ארויף געלייגט די הענט אויף די הארץ און זיך גענומען שרייען פאר הילף....

יעדער איז געזעצן געפרוירן!!!

מיט א שמייכל האט די פרעזידענט זיך אנגערופן... "איך דארף שוין נישט ווייזן די ווידיאו.. זיין הארץ האט אים פארראטן..."
ערשטע הילף איז גלייך געקומען צו לויפן און ארויסגעטראגן וויקטאר...

די פרעזידענט איז אויך ארויס אבער געבעטן יעדעם צו בלייבן זיצן אויף זייערע פלעצער ווייל די מיטינג איז נישט פארטיג...

מ'האט אריין געפירט וויקטאר אין א זייטיגע שטוב די פרעזידענט איז אויך אריין אהין... מיט שפיזיגע בליקן האט ער אנגעקוקט וויקטאר "דו אומפארשעמטער אינג... דו שמוציגע פאררעטער.. "
וויקטאר האט זיך אויפגעזעצט און פארשיקט די ערשטע הילף מענטשען זאגענדיג אז ער איז פיין. "איך האב עס געטון פאר די לאנד!" האט וויקטאר אנגעפאנגן צו זאגן. אבער די פרעזידענט האט אים איבערגעריסן "הער אויף צו וויינען וואו א קראקעדייל אז דו מיינסט דאס לאנד... זאג מיר פונקטליך וואס דא גייט פאר און פארוועם דו ארבעטסט! אבער שוין!!!"
וויקטאר האט געזען אז ער האט גארנישט צו דערלייגן.. ער האט זיך גענומען דערציילן אלעס. פון די גרינדונג פון די FIT פראגרעם און וויאזוי מ'האט געגרינדעט די 'טריפל איי'.. אלעס האט ער דערציילט... ער האט איפלו מודה געווען און די פאר'סם'אונג פון וויקי... ער האט שטארק געוויינט בעטענדיג די פרעזידענט זאל רחמנות האבן אויף אים...
"ווער איז דער ביל פארוועם די ארבעטסט?" האט די פרעזידענט געפרעגט ווילד...
"איך קען אים נישט! מיר האבן אפגעשמועסט אז איינמאל עס וועט ארויסרינען צו די נייעס אז דו שפירסט נישט גוט וועט דאס זיין זיין סימן אז מיין אקציע איז געלונגען און דאן וועט ער מיר רופן און מיר וועלן זיך טרעפן..."

די פרעזידענט איז ארויס און אריבער צו די צווייטע צימער וואו אלען מיט דזשעק זענען געזעצן און דול איז שוין אויך געהאט אנגעקומען... "וואס טוען מיר ווייטער?" וויאזוי שלעפט מען ארויס דעם ביל פון זיין באהעלטעניש?" האט די פרעזידענט געפרעגט.
"איך מיין אז דו זאלסט לאזן ארויסליעקן צו די פרעסע א רומער אז עפעס גייט פאר מיט דיר.. אן קיין דעטאלן, אבער גענוג אז די פרעסע זאל רעדן און פרעגן דערוועגן.. דאס וועט לכאורה געגונ זיין פאר ביל. און ווען ער וועט אנרופן די וויצע פרעזידענט וועלן מיר דארט זיין צו כאפן זיין קאל..." האט דול געזאגט
"פיין. איך גיי יעצט צוריק ענדיגן די מיטינג. איך גיי זיי זאגן די וויניגסטע וואס זיי דארפן וויסן. דאס גיי איך יא זאגן אז זיי וועלן הערן רומערס וועגן מיר. זיי זאלן עס נישט לייקענען אדער באשטעטיגן. און איך וועל בעטן די פרעסע סעקרעטאר צו לאזן פאלן ווערטער.."

*

דיטעקטיוו רעי זיצט ביי זיין דעסק ווען פלוצים באקומט ער א רוף פון וואשיגנטאן. "רעי, מיר האבן גוטע נייעס פאר דיר. ביז אפאר מינוט גייט דיין לאנגע געזוכטע פארברעכער 'ביל' פון די 'קיל גענג' ווערן פארכאפט!! מיר ווייסן אז דו האסט געארבעט זייער שווער אים צו כאפן און יעצט האבן מיר אים איינמאל פאר אלעמאל געפאקט האט די פרעזידענט געהייסן אז מיר זאלן דיר געבן די כבוד און איינמעלדן בעפאר עס גייט ארויס אויפן גאס"
רעי איז געזעצן מיט אן אפן מויל... ביל איז געווען זיין ערגסטע פארברעכער וואס ער געדענקט נאר און אזוי אויך די פארברעכער וואס האט אים צונאר געלייגט אויף א שרעקליכע אופן. ער גייט אט אט ווערן געכאפט... "וואס זענען די דעטאלן??"
"דאס וועסטו מוזן אראפ קומען אין וואשינגטאן הערן. די מידיע גייט באקומען א פאלשע ווערסיע אבער אז דו ווילס וויסן די אמת וועסטו אראפ קומען דא" און אלען האט אראפגעלייגט די טעלעפאון.

די פלאץ וואו ביל און וויקטאר האבן זיך געדארפט טרעפן איז געווען אין א ביזי פארקינג לאט ביי די גרויסע מאלל... דאס האט געמאכט זייער שווער פאר די סי איי עי.. זיי האבן נישט געקענט ניצן קיין פייער ווייל צופיל ציווילע האבן זיך דארט געדרייט...
ביל האט גארנישט פארדעכטיגט. נעכטן ווען ער האט געהערט די נייעס אז די פרעזידענט שפירט נישט גוט האט ער פארשטאנען אז וויקטאר איז געווען סוקסעספול. ער האט אנגערופן וויקטאר צו קאנגרעטולירן און זיי האבן אפגעשמועסט זיך צו טרעפן אויסצוארבעטן וואס ער גייט טון אלס פרעזידענט אויף די פאראייניגטע שטאטן. יעצט זיצט ער אין די קאר און ווארט אויף וויקטאר...
ביל קוקט אין שפיגל און זעהט פלוצים א באנדע געפאנצערטע חברה קומען זיין וועג...
וואס מיינט דאס??? א טרעפ...??
ער קוקט רעכטס, ער קוקט לינקס.. ער זעהט זיך ארום גענימען פון אלע זייטן...
ביל האט אראפגעדרוקט די געז פעדל אויף מאקס... די קאר האט געגעבן א קוויטש... ער האט זיך גענימען דרייען גאר ווילד גראד אריין אין די מענטשען וואס זענען געשטאנען און די רייע אריין צו גיין אין די געשעפט.... קולות האט זיך גענומען גיין פון אלע זייטן... מענטשען האבן זיך גענומען לויפן און טרעטן איינער אויפן צווייטן... ביל האט אינמיטן פארלוירן די קאנטראל פון זיין קאר ווען א בולעט האט געלעכערט זיין רעדל.... זיין קאר האט זיך גענומען ווילד דרייען... ביל האט אפגעשטעלט די קאר און געוואלט ארויסטאנצען פון די קאר און זיך נעמען שיסן וועם ער זעהט.... אבער נאך פאר ער האט עספיעט צו טון סיי וואס האט א קויל אריין געשמיסן אין זיין טשעסט און אים אוועק געלייגט אין א קאלוזש פון בלוט...

*

אין א פינעף שטערענדע האטעל מיט א הערליכע פאנאראמע איז פארגעקומען א געהיימע פארטי. געזעצן דארט זענען די הויפט וואס האבן אנטייל גענומען אין די מערסט 'געהיימע און קאמפלעצירטע מיסיע' וואס זיי האבן נאר אמאל געהאט. דזשעק איז געזעצן פיין אויפגעלייגט מיט זיין משפחה און קינדער. וויקי איז געזעצן מיט אלען און דול און צוזאמען געשמייכעלט.. די פרעזידענט איז געווען זייער פארנומען און נישט געהאט קיין צייט צו זיצן צו לאנג. אבער ער האט איבער געלאזט א 'פוירפל הארט' פאר דזשעק און אים שיין אויסגעלויבט פאר אלעם וואס ער האט געטון פארן לאנד. אין וואשיגנטאן האט מען געשמועסט אז די וויצע פרעזידענט איז נישט געזונט און פלאנט אפצוטרעטן פון אמט...
א גאסט איז געקומען זיך באטייליגן... רעי האט אריין שפאצירט און נישט געגלייבט מיט וועם ער זיצט ביי איין טיש..
דול האט באקומען די עהרע צו דערציילן פאר רעי די גאנצע מעשה מיט אלע דעטאלן...
דזשעק איז געזעצן אין די זייט און זיך געווישט די טרערן הערענדיג די ערשטע מאל אלע דעטאלן און וויאזוי מ'האט אויף קיין איין מינוט נישט פארגעסן פון אים די גאנצע צייט פון זיין פארכאפונג..

ווען דול איז פארטיג געווארן האבן זיך אלע געריבן די אויגן נישט גלייבענדיג אז מ'איז אזויפיל דורך אין די לעצטע מען טאג...

ווען די טיר האט זיך געעפענט האט יעדער זיך אויסגעדרייט קוקן. דזשעק'ס טאטע וואס איז נארווארס ארויס פון שפיטאל איז זיך געקומען באטייליגן.... דזשעק איז ארויף געפאלן אויף זיין טאטע'ס האלדז און אים איבער געגעבטן פאר די פראבלעמען....
"ווען איך האב דיך געשטופט צו ארבעטן פאר די רעגירונג און אריין גיין אין די סי.איי.עי. האב איך דאס אויך געמיינט... אבער דאך פריי איך מיך מער ווען איך זעה דיך דא געזונט און פריש..."


------ענדע------

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 6:42 pm
דורך שמערי בערי
קודם זעה איך די ענדע! יעצט גיימער ליינען די לעצטע פאר פארזעצונגען (נישט געליינט אויס ציטער פון בלייבן שטעקן אויפן שרעקעדיגן פלאץ...)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 6:54 pm
דורך שמן למאור
אייזן אייזן מעכטיג.......... פידיעף אן די וועי

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:04 pm
דורך שמן למאור
א גוטער דעקל ?
א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע.jpg

באלד קומט נאך שמערי צו לויפן אז כ'האב דאס גע'לקח'נט פון ערגעץ וואו

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:21 pm
דורך שמערי בערי
כ'ווייס נישט צו דאס איז גע'לקח'נט, אבער האסט גע'לקח'נט מיין חזקה פון מאכן דעקלעך...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:24 pm
דורך שמן למאור
שמערי כ'האב נישט געוואוסט,,,,,,,, שנעל מאך א דעקל, איך נעם עס שוין אראפ פון האריזאנט
כ'ארבעט פשוט יעצט אויף די פידיעף האביך געקלערט פון א דעקל דערפאר

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:29 pm
דורך שמן למאור
כ'האב געמאכט נאך איין, שמערי וועלכע גלייכסטו בעסער ?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:38 pm
דורך שמו
א דעקל אן קיין PDF פון די גאנצע מעשה, איז ווי א גאלדענע שליסל אן קיין הויז,
כאפט'ס אין מאכט'ס א PDF, לתועלת הרבים.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 7:43 pm
דורך שמערי בערי
אי"ה שפעטער א הערליכע פי די עף...