בלאט 14 פון 20
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 12:20 am
דורך ווינקל
זאל איך נאכאמאל זאגן אז דו ביסט נישט נארמאל אבירעמעכטיג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 12:24 am
דורך נאר נייעס
איך טראכט נאר אז אויב ער וועט לייגען איינס נאך די אנדערע
על איך כאפן ח״ו אטקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 10:25 pm
דורך derech eretz
ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן PDF'S פון אלע פארזעצונגען??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 11:48 pm
דורך קרעמער
יעצט געמאכט צייט אפצוליינען דעם פרישן פארזעצונג, און יא, דער אב זקן שפינט זיך ווייטער זיין געשיכטעלע אויף זיין אייגנארטיגן אופן פון וואס מיר אלע קוועלן
האלט עס אן!
16'צענע פארזעצונג
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 03, 2011 9:20 pm
דורך אב זקן
פארזעצונג פון פריער.
דול זיצט און הערט אויס די פאון קאלס פון ראבערט און א סקרוך לויפט אים דורך די ביינער...
אלען ווארט צו הערן פון וויקי אבער דערווייל שלאפט ער... דאס מיינט אז ער איז נישט דער וואס פירט די זאך און ער איז נישט די פאררעטער... אויב אזוי ווער יא???
---
מייקל האט איבערגענומען די פלענס פון ראבערט און אראפגעפארן צו די פלענט.
---
וויקטאר האט אנגערופן ביל פארציילן וואו מ'האלט אבער ביל האט מיט א קאלטקייט אראפגעקנאקט די פאון אויף אים..
---
די שטילקייט ביי ראבערט איז איבערגעריסן געווארן מיט די קלינג פון זיין פאון... אגענט A איז געווען אויף די ליין.
יעצט ליינט ווייטער.
"וואס זאגסטו אגענט A ? וואס הערט זיך אין וואשינגטאן?"
"דא קאכט זיך ווי א קעסל, איך ווייס נאך נישט פוקטליך וואס אבער עפעס גייט פאר מיט די סי.איי.עי. דירעקטאר... איך ווייס נישט קיין סך אבער פאר די ריכטיגע פרייז קען איך די געוואויר ווערן אלע דעטאלן"
"ס'איז גוט... איך בין יעצט פארנומען מיט עפעס מער גרעסער און וויכטיגער וואו פאליטיק'ס אין וואשינגטאן. ווען איך וועל פארטיג ווערן מיט וואס איך ארבעט וועל איך וועלן אפאר טובות פון דיר... רוף מיך צוריק מארגן..."
"אויב מעג איך פרעגן, וואס איז די רעדע? וואס ביסטו אזוי פארנומען? איך ווייס דאך אז ווען דו זאגסט פארנומען מיינסטו נישט גראסערי שאפינג.. געווענליך מיינט עס עפעס גאר ערענסט... דו מאכסט מיך נייגעריג.."
"עה, ס'איז נישט פאר דיר. איך זאג דיר אז דו וועסט נאך הערן דערפון. אויף יעצט קען איך נישט ארויסגעבן די דעטאלן... רוף מיך מארגען, דאן דארף איך שוין זיין פארטיג מיט וואס איך טו און מיר וועלן האבן צייט צו רעדן רואיג.."
"אקעי, עמער רעדן, ביי."
דול האט געהערט די גאנצע שמועס. "ער רעדט נישט, וואס?" האט דול אנגערופן אלען. "נאופס, איך האב פראבירט צו שלעפן פון אים... ער איז ניטאמאל אינטערעסירט וואס טוט זיך אין וואשינגטאן.. דאס איז זייער נישט גוט.." "יא, איך האב געהערט.. איך ווייס באמת נישט וואס דא קאכט זיך אבער דאס אמאל זיכער, אויף מארגען איז די זאך פארטיג! דאס מיינט אז מיר האבן נאר די היינטיגע טאג און דאס אלעס... נאכדעם האט ער שוין צייט צו שמועסן מיט דיר... מיר דארפן רעדן צום פרעזידענט.."
*
מייקל האט זיך אפגעשטעלט אין א זייטיגע געסל. ער איז ארויס פון די קאר און זיך איבערגעטון פון קורצע דזשינס הויזן צו א נארמאלע רעקל מיט נארמאלע שיך. דערנאך האט ער אנגעטון די אפיציעלע עף.די.עי. קארטל וואס דזשעק האט געמאכט פאר אים. אויף זיין קאר האט ער ארויף געלייגט די מאגנאטישע סטיקערס און געטוישט זיינע פלעיטס צו אפיציעלע פלעיטס. נאכן זיכער מאכן אז די זאך זעהט עס דאס מערסטע אפיציעל האט ער געכאפט א שיין בילד דערפון און געשיקט פאר ראבערט. מיט א שמייכל האט מייקל זיך אויסגעגראדט די שניפסל און זיך צוריק אריין געזעצט אין די קאר.
*
אלען איז אריבער צום פרעזידענט און דערציילט אלעס וואס ער ווייסט. ער האט אים געזאגט אז ער האט פראבירט צו דערשנאפן פון ראבערט דורך זיך פארבינדן מיט אים אונטער די ניק אגענטA אבער ס'האט נישט געארבעט. ער האט דערציילט פארן פרעזידענט אז וויקי איז ווארשיינליך נישט ראבערטס באסס... און דערנאך האט ער געזאגט פארן פרעזידענט די באמבע. "דאס וואס זיי פלאנען האלט שוין אינמיטן אויסגעפירט ווערן! ווייל ער זאגט אז מארגן איז ער פארטיג און ער וועט האבן צייט פאר מיר.. די פראבלעם איז אבער אז מיר טאפן א וואנט!! מיר האבן נישט קיין מושג ווער זיין אינפארמאטער איז. מיר האבן נישט קיין אנונג וואס ער פלאנט... מיר זענען אין די טינקל..."
"איך פארשטיי נישט, די אלע באווייזן וואס דו האסט קעגן וויקי איז נישט גענוג אים צו קלאגן? ווייזט דאס נישט מיט א קלארקייט אז ער איז די אינפארמאטער?"
"ניין!" וואו לאנג איך האב נישט געהאט קיין קלארע באווייזן אז נישט האב איך געהאלטן אז יא. אבער יעצט ווייס איך קלאר אז ער איז עס נישט, יעצט טראכט איך אז די באווייזן זענען אונטערגעשטעלט געווארן..."
"וואס הייסט אונטערגעשטעלט? דו האסט דאך געהאט א פאפיר וואס איז געשטאנען קלאר און דייטליך.. וויאזוי קענסטו דאס פארענטפערן?"
אלען האט זיך אנגעכאפט די קאפ און געגעבן א קרעכץ....
"וויקי איז נישט געווען אין אפיס ווען דאס האט געפרינט... ער רעדט זיך אפ אז ער שפירט וואו זיין מאגן איז פארדארבן... דאס איז לכאורה פארבינדן... איינער האט אים געוואלט ארויסזעהן פון אפיס... איינער האט אים פארדרייט די מאגן... און אזוי קענען פרינטען די פאפיר און מאכן וויקי אויסקוקן וואו די פאררעטער... דאס איז לכאורה אן אינסייד דזשאב און אלעס איז פארבינדן...
אוי.. וויאזוי האב איך עס נישט באמערקט ביז יעצט?..."
"נו, וואס טוען מיר ווייטער..?"
"מיר גייען אריבער צו וויקי..."
די פרעזידענט האט אבער נישט געוואלט אז מ'זאל זעהן ווי ער גייט ער האט געבעטן אלען צו ער קען אנרופן וויקי "אפשר קען ער אריבער קומען.."
אלען האט אנגערופן וויקי פרעגן צו ער קען אראפקומען צום פרעזידענט, וויקי'ס קול האט שוין אויסגעזען אסאך בעסער... "מיר ווילן דו זאלסט אראפקומען דא מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר דיר"
"אלען, ווילסטו מיר זאגן וואס דא גייט פאר? נעכטן שרייסטו אויף מיר, היינט רופסטו מיך אנטשולדיגן... אפשר זאגסטו מיר וואס דא גייט פאר...!!!!??"
"קום אריבער, אלעס וועט דיר קלאר ווערן.."
וויקי האט זיך נישט געזוימט, ער האט נאך נישט געשפירט אמבעסטן אבער לויט די אנגעצויגענקייט האט ער פארשטאנען אז עפעס גאר ערענסט גייט פאר.
נאך אפאר מינוט איז וויקי געווען אין אפיס. די פרעזידענט האט אים אויפגענומען און אים מכבד געווען צו זיצן.. ער האט זיך אראפגעזעצט, אבער ער האט געשפירט אז די לופט איז געפערליך דיק. עפעס א שווערע וואלקן הענגט אין די רום. די פרעזידענט האט פארשפארט די טיר און אנגערופן זיין סעקרעטאר אז זי זאל קיינעם נישט אריין לאזן און נישט טרענספערן קיין קאלס...
און דאן האט אלען גענומען דאס ווארט און דערציילט פאר וויקי אלעס פון אנפאנג ביזן סוף מיט יעדע דעטאל...
*
וויקטאר האט זיך ארום געדרייט זייער אנגעצויגן.. די ווערטער פון ביל האט אים נאך געקלונגען אין אויער... און פון די אנדערע זייט הערט מען נישט קיין באריכט וועגן וויקי... וויקטאר האט געקלערט אפצושטאטן א באזוך ביי וויקי אינדערהיים אים ברענגן א קאפי און זעהן וואס ער מאכט.. אפשר וועט ער קענען עפעס אויפכאפן פון וויקי..
וויקטאר גייט אראפ צום פארקינג לאט און ער זעהט וויקי'ס קאר געפארקט... דאס מיינט אז וויקי איז דא... וויקטאר גייט צוריק אריין און געט א פרעג דעם גארד "האסטו אפשר געזען וויקי? איך דארף רעדן צו אים.."
"גייט עפעס פאר?" פרעגט די גארד מיט א תמימות, "וויקי איז פריער אנגעקומען, ער האט אויסגעזען אנגעצויגען.. און אן א גוט מארגען איז ער גלייך געלאפן צום עלעוועיטאר און ארויף אויפן פיפטן שטאק. וואס גייט היינט פאר?" וויקטאר הערט די ווערטער 'פיפטע שטאק'.... דאס איז די פרעזידענטס אפיס... נאופס.. זאכן גייען נישט וואו געפלאנט... ווען זיי האלטן ווען אז וויקי איז די פאררעטער וואלט ער זיך נישט געדרייט אויף די פריי מער... זיי שמעקן עפעס...
"אלעס אקעי וויקטאר? דו זעהסט אוך אויס זייער נערוועז" האט די גארד געפרעגט זעענדיג אז ער באקומט נישט קיין תירוץ אויף זיין פריערדיגע שאלה. "ניין, גארנישט"
וויקטאר איז ארויס פון די בילדינג און אנגערופן ראבערט "קענסטו מיר האבן די זאך ערלעדיגט ביז אפאר שעה? און האבן אפאר באטלעך פון די פארפעסטעטע וואסער היינט נאכט דא אין וואשינגטאן? איך לייג ארויף א 'ראש' אויף די אקציע.. די מצב דא זעהט נישט אויס צו גוט.."
"אממ... איך קען פראבירן, לאמיך זעהן ווי מייקל איז אפשר קען מען עס נאך מאכן.. איך רוף דיך צוריק ביז אפאר מינוט"
"פיין, איך פאר אוועק פון וואשינגטאן ביז דו ברענגסט עס מיר.. איך האב מורא אז איך קען מיך מער נישט דרייען דא.. איינמאל דו האסט עס וועל איך צוריק קומען.."
"וואס איז געשען באסס?" "גארנישט.. איך האף אז מארגן זענען מיר פארטיג און זאכן וועלן אנפאנגען צו שיינען.. מיר דארפן יעצט דורך שטופן די שווערע צייט אבער מיר האלטן שוין ביי די סוף פון די טאנאל. ראבערט, לאמיר זיך שטארקן און אויספירן אונזער פליכט. מארגן אזא צייט וועלן מיר פייערן די זיג איבער א באטל שאמפעין.."
"איך וועל פראבירן אלעס וואס איך קען.."
ראבערט האט ארפאגעלייגט די טעלעפאון פון וויקטאר און אנגערופן מייקל, "מייק, וואו האלטסטו? .... "אקעי בלייב וואו דו ביסט, ס'איז דא א טויש אין פלאן. די זאך דארף נאך היינט נאכט זיין אין וואשינגטאן.. איך קום אראפ צו דיר מיר גייען צוזאמען אריין..."
ראבערט האט געגעבן א כאפ זיין רעקל און אראפגעלאפן צו זיין קאר...
דול איז געזעצן און אויסגעהערט יעדעס ווארט. ער האט נישט געהערט וואס די צווייטע זייט רעדט ווייל ראבערט האט גערעדט פון זיין סעל וואס איז נישט געווען געבאגט. אבער די פאר ווערטער וואס ער האט געהערט איז געווען איבער גענוג. '''' די זאך דארף נאך היינט זיין אין וואשינגטאן'''' ס'איז דא א טויש אין פלאן..''''
דול האט אנגעפאנגן צו שוויצן....
*
וויקי איז געזעצן מיט אן אפענע מויל און אויסגעהערט יעדעס ווארט... ער האט נישט געקענט גלייבן וואס דער אלען האט אלס אנגעווערטשאפט. די איידיע פון שפילן אגענטA, און די איידיע פון צוטיילן די קאבינאט און אזוי כאפן ווער די פאררעטער האט אים ממש ארויסגענומען פון די גלייזן. אבער נאכן הערן פון וואו מ'האלט יעצט האט אים עס שטארק געבאדערט. ער האט ממש נישט געקענט גלייבן אז איינער וואס זיצט דא אין די אפיסעס זאל אזוי ארום שפילן מיט יעדעם. און נאך דערצו אז מ'ווייסט אז ער פלאנט עפעס ערענסט אבער מ'האט נאך נישט די קלענסטע השגה וואס ווען און וואו...
"מיך באדערט נאר וויאזוי דו האסט אפילו חושד געווען אז איך בין אונטער די גאנצע זאך" האט וויקי געזאגט דערביטערט פארן פרעזידענט
"וואס ווילסטו פון מיר, דו זעהסט דאך וואו מיר האלטן דא. איינע פון מיינע נאנסטע דרייען דאס אלעס אן. איך בין יעדעם חושד אייניג! פרעג נאר אלען וואו שווער עס איז אים געווען מיך צו איבערצייגן אז איינע פון מיינע זענען די פארדארבענע"
די שמועס איז איבערגעהאקט געווארן מיט א באזז פון די סעקרעטאר "איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט נישט טרענספערן די פאונס.." האט די פרעזידענט זיך צושריגען
"יא, אבער דער אויף די אנדערע ליין זאגט אז עס איז זייער וויכטיג ער מוז שוין רעדן צו דיר אדער אלען.."
"אקעי, טרענספער."
"מר. פרעזידענט, מיר דארפן שוין עפעס טון!! ראבערט איז נארוואס ארויס פון אפיס.. די אקציע גייט געשען אין די נעקסטע שעה צוויי... עפעס געפערליך.. איך ווייס נישט פוקטליך וואס אבער ראבערט האט באקומען א קאלל פון זיין באס אז ער זאל אונטעריאגן די זאך.. ער איז יעצט ארויס פון זיין אפיס..."
"דול, איך לייג דיך אויף ספיקער איך זוץ דא מיט אלען און וויקי זאג איבער יעדעס ווארט וואס דו האסט געהערט"
דול האט איבערגעזאגט וויאזוי די שמועס איז צוגעגאנגען. אלע דריי זענען געווארן בלייך וואו די וואנט הערענדיג אז די אטאקע איז געצילט קעגן וואשינגטאן... "דאס מיינט אונז..." האט די פרעזידענט זיך אנגערופן א צום-טויט דערשראקענער. "וויקי,אלען,דול העלפטס מיר דא... איך זאג אייך אז די לאנד איז אין א סכנה... עטס זענטס די איינציגסטע וועם איך קען טראסטן.. העלפטס מיר..."
יעדער איז געזעצן שטיל די פרעזידענטס אויגן האבן געוואנדערט פון אלען צו וויקי און צוריק צו טעלעפאון, מיט בעטעדיגע אויגן האט ער געווארט איינער זאל ברעכן די שטילקייט. ...
"איך האב א פלאן" האט דול געבראכן די שטילקייט...
*
ראבערט האט זיך אריין געזעצט אין די קאר און זיך גענומען פארן גאר שנעל.. ער האט געוואוסט אז ער וועט מוזן אנקומען צו די פלענט בעפאר פינעף אזייגער ווייל נאך פינעף אזייגער ארבעט נישט קיין שטאטישע אינספעקטאר... אזוי אויך דארף ער נאך געבן צייט אז די סחורה זאל זיך אויסמישן מיט די וואסער און דערנאך וועט ער קענען נעמען א פילע טראק און עס ארויף טראגן קיין וואשינגטאן..
דערווייל איז מייקל ארויסגעפארן די עקזיט און זיך געלייגט שלאפן אין די קאר. ער האט געוואוסט אז ס'וועט נאך נעמען א שעה זיכער פאר ראבערט אנצוקומען צו אים...
*
די פרעזידענט האט זיך אויסגעדרייט צום טעלעפאון, און אזוי אויך אלען און וויקי. אלע האבן געווארט צו הערן וואס דול זאגט.
"די פלאן איז קאמפליצירט און מיר דארפן אסאך מענטשען מיט אונז. אבער אויב גייט זיך עס אויסארבעטן קענען מיר אסאך געווינען."
"נו רעד" האט די פרעזידענט זיך אנגערופן נערוועזערהייט. דול האט איבערגעזאגט זיין פלאן, יעדער איז געזעצן מיט אפענע מיילער.
"די פלאן קען קלאפן אבער מ'דארף האבן אסאך טראסטבארע מענטשען און דערווייל ווייסן מיר נישט ווער עס גייט אריין אין די קאטעגאריע. נאכדערצו אז אזויווי מיר ווייסן נישט ווער דער פאררעטער איז קען עס זיין אדער די אטוירני דזשענעראל אדער די וויצע פרעזידענט. מיר קענען זיי נישט טראסטן און מיר קענען נישט האבן קיין הילף פון די אטוירני דזשענעראל מיט די לעגאלע אנגעלעגענהייטן. איז וויאזוי גייען מיר ווייטער?"
וויקי האט זיך אויסגעדרייט צום פרעזידענט און זיך אנגערופן "אויב די פרעזידענט גיט זיין עקזעקעטיוו ארדער זיגל קען איך אקטיוויזירן 'אפעראציע איגעל'. און דאן וועלן מיר האבן וואס מיר דארפן."
די פרעזידענט האט געגעבן זיין צושטימונג. וויקי האט ארויס געשלעפט זיין קליינע אייפאון און זיך גענומען דריקן קאודס.... נאך אפאר לאנגע מינוטן איז ארויפגעקומען "אקטיוויזירט!"
וויקי האט זיך אויפגעהויבן געשווינד און זיך אנגערופן צו אלען "קום מיט מיר איך וועל דיר אלעס מסביר זיין אין אפיס. מר. פרעזידענט, איך וועל דיך האלטן אינפארמירט.."
*
זיצט סערלו ביי זיין דעסק און סערווירט קאסטומערס אין 'טשעס באנק' אין מענהעטטען. אינמיטן גיט זיך זיין ביפער א צופייף... סערלו איז נישט זיכער אז ער האט גוט געהערט... ער נעמט ארויס זיין ביפער און גיט א קוק דעראויף. יא, מ'דארף גיין!
ער גייט צו צו זיין מענעדזשער און זאגט אים אז ער האט געפערליכע קאפ שמערצן און ער דארף אהיים גיין...
---
טאני זיצט ביי א מיטינג מיט די בילדינג דיפארטמענט און קוקט ארויס אז זיי זאלן אפראווען זיינע פלענס. א פייף האט צושטערט די רואיגקייט. טאני קוקט אויף זיין ביפער צו ס'איז טאקע דאס.. יאפ, ער דארף לויפן..!
טאני אנטשולדיגט זיך אז ער האט נארוואס באקומען אן עמערדזשענסי רוף פון זיין ווייב און ער מוז איר צוריק רופן...
---
ראני איז נוירס אין בית ישראל, זי לויפט ארום פון איין פאציענט צום צווייטן, ווען פלוצים ווערט זי איבערגעהאקט מיט די דריזל פון איר באהאלטענע ביפער. זי לויפט אין די זייט כאפן א בליק דעראויף... זי לויפט צום העד נוירס זאגן אז זי מוז אהיים גיין....
---
קארסען שוויצט ביים דרייוון די טרעקל וואס פירט די פעקלעך פון די טערמענאל אריין צום בויך פון די פליגער אין דזשעי.עף.קעי. עירעפארט. אבער ווען זיין ביפער האט זיך צוקלינגען האט ער געוואוסט אז ער דארף זיך אפשטעלן און אהיים לויפן....
---
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 03, 2011 9:26 pm
דורך קרעמער
קרעמער זיצט ביי זיין קאמפיוטער, עס איז מוצאי שבת, נארוואס פארענדיגט מלוה מלכה. ער באקומט א דריזל אז אב זקן האט געשריבן... מען לאזט אלעס אפ, און מען מעלדט אז עפעס וויכטיג ווארט אפ און מען מוז עס ערלעדיגן...
א דאנק אב-זקן!
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 03, 2011 9:38 pm
דורך שוועמל
שוועמל שטייט אויף צופרי גרייט זיך אריינצוזעצן אין זיין קאר וואס איז געפארקט געווארן, ווי געווענליך, פארנט פון זיין הויז, אבער נאכן קוקן איין מאל און נאכאמאל איבערצייגט ער זיך שנעל אז זיין קאר איז נישטא. "וואו האט דאס געקענט פארשווינדן ווערן" טראכט ער צו זיך דערשראקן. צי האט מען עס אוועקגעשלעפט, געגנב'עט? ווען פלוצלונג זענען זיינע אויגן געפאלן אויף די שווארצע קאר קעגן איבער, "דאס איז עס" שרייט ער שוין פאר זיכער, מייקל האט מיר צוגעפיקסט און אפגעטראגן מיט מיין קאר טראכט ער מיט באדויער.
אב זקן, דו משוגענער... האסט מיך אריינגעפירט אין עולם הדמיון..
א פייף פון א דורכפארנדער טראק האט געצויגן זיינע אויגן אהין און אט מערקט ער זיין קאר איז טאקע דארט געפארקט ביים עק גאס, און ער דערמאנט זיך טאקע נעכטן נאכט האט ער זעלבסט דארט געפארקט ווען אלעס נענטער איז געווען פארנומען.
(געשען פרייטיג)
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 03, 2011 9:41 pm
דורך למעלה משבעים
אב, איך וועל דיר זאגן די אמת, פאריגע וואך האב איך שוין געמיינט אז דאס איז עס, דא קומט די סוף פון די מעשה, דערווייל נישט צום גלייבן וויזוי די שפינסט די מעשה ווייטער, די ביזט א מייסטער אין דמיון און אין שרייבן.
א ריזן דאנק, האלט אן ווייטער, מיר זענען געשפאנט אויף די ווייטערדיגע.
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 03, 2011 9:46 pm
דורך סמארט
אב! מעכטיג נישט דאס ווארט!!!
אבער געדענק, די זייגער רוקט זיך זעה אז די אקציע זאל נישט אויסגעפירט ווערען, קום צוריק באצייטענס ווילאנג ס'נאך נישט שפעט....
דרך אגב, עפעס רעדט דארט הערמאן קעין פון פלען A און פלען B, האטעס עני שייכות מיט די פלענער פון ביל??
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 10:33 am
דורך ווינקל
כ'ווייס נישט וויזוי מסביר צו זיין, איך וואלט דיר גענומען פאר א חברותא דורכצולערנען די בבא'ס מיט די 3 חלקי חו"מ...
שטייסט ס'כ'מיין?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 11:59 am
דורך קונצען
אזוי אוועק צו טראגן א מענטש סאיז נישט נארמאל ער נעמט אינז אויף א מעכטיגע רייד
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 1:00 pm
דורך i follow
אב שכח
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 2:44 pm
דורך איך_הער
האסט אביסל געטשידט, געלייגט א קלענערע פארזעצונג, קען זיין? אדער פאר דאכצעך מיר נאר?
סיז פיין ווארעם דא, באט איך פיל אזוי קאלט, אז כ'ציטער במלא מובן המלה, כ'האף אז דער עולם פארשטייט פון וואס איך רעד.
כ'ווארף מיך, כ'קען קוים שרייבן, כ'מוז ענדיגן, ווייל כ'זע שוין אויס פאני קעגן די וואס דרייען זיך דא ארום מיר.
יישר כח אב.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 5:15 pm
דורך גלגלשלג
איך זיץ פארשטיינערט ווי א גולם ביים קומפיטער
אזוי ווילד צו דרייווען
קוים וואס די פינגערס ווילן אריין קלאפן א שכוח פאר טאטעלע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 6:14 pm
דורך ד. פריעדמאן
מעכטיג!!! איך האב הערשט לעצטנס אנגעהויבן ליינען די פארזעצונגען און איך קען נישט פארשטיין וואס דערוילעם דא האט געטון ווען די ביזט נישט דאגעווען, ווי אזוי זענט עטץ נישט אראפ פון זינען ? ווי אזוי האט עטץ געקענט ווארטן אזוי לאנג ? נאכאמזל אז איך האב נישט געדארפט ווארטן אזוי לאנג. איך וואלט דאך אינגאנצן צודרייט געווארן!...
וואטעווער, קיפ איט אפ, איך קען שוין קוים ווארטן אויף די נעקסטע!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 6:51 pm
דורך שמן למאור
איך קוק אזוי דורך דעי צוועלעף בלעטער און איך זעה נישט קיין איין פידיעף פונעם הערליכען פארזעצונג דא, איז דא עפעס א סיבה דערצו ?
איך האב מיר סייווי געמאכט א פידיעף דערפון פאר מיר ארויסצופרינטען דעם גאנצען מעשה פון אנפאנג, קלער איך פארוואס נישט ארויפשמירן לזכות הרבים
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 6:53 pm
דורך שנאפס
ביז ווען גייסטו קלערן?
אב, טענקס עגען
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 6:54 pm
דורך שמן למאור
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 7:52 pm
דורך למעלה משבעים
די סיבה פארן נישט מאכן די פידיעף איז ווייל אונז ווארטן אויף צום סוף צו שטעלן איינס פון די גאנצע.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:26 am
דורך שאינו יודע
אב די האסט מיר פארהרג'ט א קיילעכדיגע שעה!!
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזאנס זיך קענען ארויסדרייען פון יעדע סוף איך בין שוין געווען אזויפיל מאל זיכער אז איך בין שוין פארטיג!!!
די ביסט א דזשיני!!
17'טע פארזעצונג
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 9:15 pm
דורך אב זקן
אלען איז אריין מיט וויקי אין אפיס, וויקי האט זיך גראד גענומען רעדן "אפעראציע איגעל איז געגרינדעט געווארן דורך די פרעזידענט. איר עקזיסטענץ איז א געהיימע סוד וואס נאר געציילטע אין די רעגירונג ווייסן דערפון. די אפעראציע איז געמאכט אין צייט פון נויט ווען די פרעזידענט שפירט אז ער דארף האבן אסאך הילף, האבן מיר געבויט א פראגראם פון מענטשען וואס זענען צושפרייט איבער גאנץ אמעריקא. זיי ארבעטן געהעריג אזויווי אלע אמעריקאנע זיי האבן געהעריגע דזשאבס. מיט איין זאך זענען זיי אנדערש, זיי זענען געלערענטע לייט און זיי ווייסן אז איינמאל זיי באקומען די סיגנאל דארפן זיי זיך גרייטן אויף וואס מ'הייסט זיי נאר.
די פראגראם איז ספעציעל אזוי, אז ס'קאסט נישט קיין סך פאר די רעגירונג ווייל די אלע מענטשען זיצן געהעריג אויף דזשאבס. וואו אויך איז זייער גוט פאר די רעגירונג צו האבן אויסגעשפרייט אגענטן איבעראל אויב דארף מען אמאל דורך פירן א געוויסע אקציע אן דארפן איבערדרייען די גאנצע שטאט. מ'ביפט זיי און די פאר מענטשען וואס האבן באקומען די ביפ ווייסן אריין צו רופן א נאמבער און זיי טוען וואס מ'הייסט זיי. כמעט קיינער ווייסט נישט ווער נאך ס'איז אין די פראגרעם אזוי האלט זיך עס בסוד.
יעצט האב איך געביפד יעדעם אין די געגענט פון ניו יארק און וואשינגטאן. ס'איז די ערשטע מאל וואס אזויפיל מענטשען גייען ארבעטן צוזאמען אויף איין אקציע, אבער וואו געזאגט יעצט איז סייווי נישטא קיין צווייטע ברירה.
די סיסטעם ארבעט אז פון ווען די ביפ גייט ארויס דארפן די אלע וואס האבן ערהאלטן די ביפ אריין רופן א ספעציעלע נאמעבער און אריין לייגן זיין פין. דאס טוט באשטעטיגן אז ער האט ערהאלטן די ביפ און איז אפגעשאקלט פון זיין דזשאב און איז גרייט צו ארבעטן.
יעצט גייען מיר ווארטן די פאר מינוט און זעהן וויפיל מענטשען מיר האבן און אזוי וועלן מיר זעהן וויאזוי אנצוהייבן די מיסיע.
*
וויקטאר איז דערווייל ארויסגעפארן פון וואשינגטאן די. סי. ער איז צוגעפארן צו א האטעל אינדערויסן פון שטאט און דארט זיך איינגעטשעקט און זיך אראפגעזעצט ווארטן אויף די קאלל פון ראבערט.
*
ראבערט האט אנגערופן מייקל הערן ווי פונקטליך ער זיצט. נאכן ארום פארן אביסל האבן זיי זיך געטראפן אין די פארקינג לאט..
ראבערט האט זיך צושמייכעלט זעענדיג פון די נאנט ווי גוט מייקל'ס קאר זעהט אויס. נאכן איבערלייגן די באטעלעך פון ראבערטס צו מייקל'ס קאר האבן זיך ביידע אריין געזעצט און זיך ארויסגעלאזט צום דעסטענאציע....
די וועג איז שוין נישט געווען צו לאנג...
ווען די פלענט האט זיך שוין אנגעזען פון דערווייטענס האבן ביידע זיך געגעבן די האנט און זיך אנגערופן "לעטס דא איט!"
"איידי פליס" האט די גארד ביים אריין גיין צום פארקינג לאט געבעטן, נאכן מאכן א קאפי פון די איידי האט די גארד געקוועטש די קנעפל און די שטעקן האט זיך אונטערגעהויבן ערליובענדיג מייקל אריין צו פארן אונעם גרויסן קאמפלעקס. ראבערט האט אנגעזאגט פאר מייקל אז ער זאל פארקן דאס נענסטע וואס מעגליך צום אריין גאנג אזוי אז מ'זאל זיך נישט דארפן שלעפן מיט די סחורה צו לאנג.
"היי, וואס קענען מיר אייך העלפן" האט די סעקרעטאר ביים דעסק געפרעגט. "מיר זענען אינספעקטארס פון די עף. די. עי. מיר וואלטן געוואלט רעדן צו די הויפט מענעדזשער וואס איז אין טשארדזש"
"שאר, נישט קיין פראבלעם. זעצט אייך אראפ און איך וועל אים לאזן וויסן אז איר זענט דא"
"מיר זענען אין א שטיקל ראש, אויב קענט איר אים זאגן אז ער זאל זיך צויאגן ביטע"
די סעקרעטאר האט געקוקט מיט א קרומע בליק. דאס זענען נישט די אינספעקטארס וואס קומען אראפ יעדע וואך.. די זענען נייע חברה און גראד לאזט ער זיך הערן...
נאך אפאר מינוט ווארטן איז די מענעדזשער ארויסגעקומען פון די זייטיגע טיר און גלייך צוגעוואקט צו מייקל, "היי, קומטס נאך מיר אין מיין אפיס".
מייקל מיט ראבערט האבן זיך געגעבן א בלינק מיט די אויג.. 'זאכן פארן גוט דערווייל'...
*
דול האט געכאפט א בליק אויפן טרעקער פון ראבערט'ס קאר. ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאון און אריין גערופן אלען "אלען, ס'טויג נישט. ראבערט האט געפארקט זיין קאר אין א פארקינג לאט... אויב האב איך געמיינט אז איך וועל אים קענען נאכגיין דורך זיין קאר האב איך דאס יעצט אויך פארלוירן.. מיר דארפן זיך צויאגן מיט אונזער פלאן ווייל באלד צופאלט אלס!"
"זארג נישט, די פלאן איז שוין כמעט דורך געארבעט. איך רוף דיך צוריק ביז אפאר מינוט מיט אלע דעטאלן"
*
נאך א פריינטליכע משועס מיט די מענעדזשער פון די סייט האט ראבערט צוגעטרעטן צום ענין "מיר זענען היינט דא דורך צופירן א נייע סארט טעסט. דאס איז א נייע טעסט וואס די אבאמא אדמינעסטראציע האט פארלאנגט פון אלע גרויסע עסן אינדאסטריעס. כדי דאס צו טון וועלן מיר מוזן האבן צוטריט צו די מעין סיסטעם וואו עס לויפט דורך אלע וואסערן פון די פעסילעטי. אזוי אויך וועלן מיר אריין ברענגן אונזער אייגענע כעמיקאלן דורך צו פירן די טעסטס. אלזא, וואס איז די פראטאקאל אזא צייט?"
"אייך צו ווייזן די מעין סיסטעם איז קיין פראבלעם. איר קענט טון וואס איר ווילט, אבער אריין ברענגן זאכן פון אינדערויסן מוז איז אפזאגן! דאס איז קעגן די קאמפעני פאליסי און איך קען דאס נישט ערלויבן אן א געשריבענע לעטטער פון די בארד פון די קאמפעני, אויב טו איך דאס פארליר איך מיין דזשאב אויפן ארט!"
מייקל איז געווארן אביסל פארלוירן, זיי האבן זיך נישט גערישט אויף דעם. "איך פארשטיי נישט, מיר ארבעטן פאר די רעגירונג, מיר קענען טון וואס מער ווילן! אז איך וויל שפאר איך יעצט אפ דיין גאנצע פארדאקשען!! וואס הייסט דאס אפזאגן א פארלאנג פון אן אינספעקטאר?"
"איך זאג גארנישט אפ" האט די מענעדזשער געענטפערט דערשראקן, "די סיסטעם איז אז פאר אן אינספעקטאר קומט אראפ גיט די שטאט אריין א פארלאנג פאר די בארד און זיי קומען זיך דורך.. איך וועל ענדערש לאזן אפשפארן מיין פאבריק וואו ברעכן די קאמפעני רולס!!"
ראבערט האט געהערט וואס די מענעדזשער זאגט און א פינק פון רציחה האט אויפגעשיינט אין זיין אויגן. 'איך האב געוואלט גיין די גראדע וועג. ביסט אן אויבער חכם הא? וועל איך מוזן גיין די אנדערע וועג' האט ראבערט געקלערט צו זיך.
"פיין, דו צייג אונז נאר ווי די סיסטעם איז, איך וועל דערווייל פראבירן צו שאפן די צעטל. לאמיר נישט פארברענגן קיין צייט וועגן דעם"
אלע דריי האבן ארויסגעוואקט פון אפיס.. מייקל האט געוואוסט אז די מענעדזשער גייט מער זיין אפיס נישט זעהן!!
ראבערט מיט מייקל האבן מיטגעוואקט מיט די מענעדזשער, ער האט זיי אראפגעפירט אונטן אין די בעיסמענט וואו די סיסטעם איז געלעגען....
*
אלען מיט וויקי זענען געזעצן אנגעצויגענערהייט און געווארט אז יעדער זאל ענדיגן אריין לייגן זיין פין אז מ'זאל קענען זען וויפיל מעטשען מ'האט און אזוי זיך נעמען אויסטיילן די ארבעט לויט די געגענטער און לויט די מענטשען. "דערווייל לאמיר איבערגיין וואס די פלענער זענען" האט אלען זיך אנגערופן "מיר גייען דארפן האבן דריי טיעם'ס. איינס דא אין וואשינגטאן, און די צווייטע זאל נאכגיין ראבערט און די דריטע פאר דזשעק!"
אבער אלע דריי דארפן ארבעטן אויף איינמאל, קיינער טאר נישט טון עפעס פריער פונעם צווייטן" "גערעכט" האט וויקי זיך אנגערופן.
"פיין, איך האב איין און צוואנציג מענטשען, איך צוטייל זיי און דריי גרופעס. זיבן אויף א גרופ. טאנץ מיר אריין?" האט וויקי געשריגן מיט פאטאס. "יא!! איינס צוויי דריי אריין!!"
"לייג ארויף דול אויף די ליניע און זאג אים אז ער זאל אנטון זיין בלו טוט און אריין גיין!"
*
דול האט שוין קוים געווארט אויף די אקעי... די רגע ער האט געהערט אז די אקציע איז גרין האט ער ארויסגעשפרינגען פון די קאר און אריין געלאפן צו ראבערטס ארבעט בילדינג. נאכן געבן זיין איידי און דורך גיין סעקיורעטי איז ער ארויף געלאפן די שטיגענס גראד אריין צו ראבערטס אפיס...
*
דזשעק זיצט איינזאם אין זיין צימער, ער ווייסט פונקטליך וואס עס גייט אט געשען מיט אסאך אומשולדיגע מענטשען, אבער זיין מוט האט אים ניטאמאל געלאזט נעמען די שולד אויף זיך.. ער שפירט וואו זיין לאנד האט אים פארראטן, דול אלען, יעדער האט אים צוגעזאגט אז מ'וועט נישט פארגעסן פון אים... אבער דערווייל זעהט נישט אויס וואו זיי ווייסן אפילו אז ער עקזעסטירט..
אזאנע און נאך צענדליגע דערקוטשענדע מחשבות זענען דורך געלאפן זיין מח יעדע ליידיגע מינוט אין טאג... אלזא, יעצט ווען ער האט געוואוסט אז מיט זיין הילף גייט מען אט אט שעדיגען אסאך אומשולדיגע מענטשען האט עס אים נישט גערירט...
זיינע פארביטערטע מחשבות זענען איבערגעריסן געווארן מיט א קול ארויס פון די קאמפיוטער ספיקערס... ער האט געוואוסט ווער עס רעדט צו אים... דאס איז די זעלבע ראבערט וואס נאר זיין פנים זעהט ער און נאר זיין קול הערט ער די לעצטע שטיק צייט. גראדע פנים'ער זעהט איך יא, -קלערט דזשעק צו זיך דערביטערט- די צוויי גארדס האבן אויך פנים'ער אבער פון זיי הערט מען נישט קיין פיפס. ס'זעהט אויס וואו זיי זענען טויב און שטום. קיין ווארט רעדן זיי נישט, זיי טוען איין זאך, און דאס טוען זיי גאר געטריי. זיי היטן יעדע רגע פון טאג אויפ'ן טיר... וויפיל מאל איך האב נאר פראבירט צו עפענען די טיר, אין יעדע צייט פון טאג האב איך אנגעטראפן איינע פון די צוויי שטייען דארט און מיט א קאלטע רשעות פארהאקט ער דאס צוריק צו...
"דזשעק... דזשעק..." האט דזשעק געהערט א שטימע רעדן שטילער וואו געווענטליך... אוממוטיג הייבט ער אויף זיין קאפ צום סקרין.... --ד---ו---ל--.... "ווואאסס!!!?!!!"
"דול דאס ביסטו? וואס זוכסטו ביי ראבערטס פלאץ?"
"דזשעק שששש.... פארפיר נישט און רעד געהעריג אז דיינע גארדס זאלן נישט כאפן אז עפעס גייט פאר. איך ווייס אז ראבערט איז געגאנגען אויף אן אקציע וואס גייט אט אט אויסגעפירט ווערן... גיב מיר אינפארמאציע דערוועגן... שנעל!!"
"דול, קודם זאג מיר צו אז דו גייסט מיך ראטעווען פון דא.."
"איך שווער!! ביז צוויי מינוט אויב גייסטו בלייבן קאנעקטעד גיי איך האבן דיין איי פי אדרעס לאקאציע. אבער איך גיי דיר נישט קענען ארויסראטעווען אויב ווייס איך נישט וואו ראבערט איז, דיך ארויסצונעמען אן כאפן ראבערט וועט נישט טויגן און ער וועט טון דאס וואס ער האט פאריגעס מאל געטון. אלזא, רעד זייער שנעל וואו איז ראבערט געגאנגען און וואס איז זיין פלאן!!?"
"ער איז געגאנגען צו די 'פאלענד ספרינג וואסער' פלענט. וואס ער פלאנט דארט ווייס איך נישט. אבער איך האב אים געדארפט צושטעלן מאפעס און אידענטיפעקאציע קארטלעך.."
"ימח שמו!!! דער וויל פארפעסטן די וואסער און עס ארויף טראגן קיין וואשינגטאן!!"
"יא, ער האט קלאר געבעטן א פלענט וואס איז צווישן ניו יארק און וואשינגטאן.."
"אקעי דזשעק, בלייב קאלט, האלט דיך רואיג.. איך האב דיין לאקאציע.. מיר וועלן בקרוב זיין נאכאמאל פארבינדן איך מוז לויפן אפשטעלן ראבערט.. ווער ווייסט צו ער איז נישט פארטיג מיט זיין פלאן..."
דול איז ארויסגעלאפן פון ראבערטס אפיס. "אלען, האסטו געהערט וואו ראבערט איז? דיספעטש א טיעם צו די 'פאלענד פלענט' שוין!"
"טיעם עי" האט וויקי ארויסגעגעבן די מעסעדזש פאר זיינע באהאלטע אגענטן. "פארטס ארויף צו די 'פאלענד ספרינג וואסער' פלענט און ווארטס דארט אויף ווייטערדיגע אינסטרוקציעס.
טיעם בי, ביז א האלבע שעה זאלן ענק אלע זיין אין אפסטעיט ניו יארק אין ארענדזש קאונטי. איך וועל אייך געבן ווייטערדיגע אינסטרוקציעס איינמאל יעדער איז דארט. געדענקטס! מ'פארט מיט די אייגענע קארס קיינער ווייסט נישט אז עטס זענטס אויף א מיסיע. די גאנס דארפן זיין באדעקט די גאנצע צייט.."
אלען האט דערווויל אנגערופן די פרעזידענט און דערציילט וואו מ'האלט. דערנאך האט ער אנגערופן די לאקאלע נאמבער פון 'פאלענד ספרינג וואסער פלענט' און געבטן צו ווערן געטרענספערד צו די העד מענעדזשר....
*
אנקומענדיג צו די גרויסע טענק האט מייקל זיך אראפגעבויגן און ארויס גענימען א פעדער פון טאש און זיך גענימען אראפשרייבן די נאמבערס פון די זייגערליך אויף די טאנק. ער האט באטראכט די פרעשער און געקוקט אויף די טעמפעראטור. "וואס מיינט דאס אז די זייגער לויפט נישט גלייך מיט אים?" האט מייקל געפרעגט מיט א תמימות... די מענעדזשער האט זיך ארפאגעבויגן קוקן וואס ער פרעגט. ראבערט האט געווארט אויף די מינוט...
א זעץ האט אויסגעשאלטערט דעם מענעדזשערס באוואוסטזיין.... "ענדיג צו מיט אים און פארשטעק אים אין די זייט וואו ער וועט אונז נישט שטערן, לאמיר אראפנעמען זיין עקסעס קארד, דערווייל וועל איך ארויף גיין אראפברענגן די זאכן פון די טראנק און דו גרייט אן די טאנק" האט ראבערט באפוילן. מייקל האט אוועק געשלעפט די מענעדזשער אין א זייט און אונטערגעווארפן אונטער א טאנק. געענדיגט מיט דעם האט ער זיך גענומען אפשפארן די פלוס צו קענען עפענען די וועלוו.
ראבערט איז ארויף אויבן און דורך געוואקט די סעקיורעטי גארד. ווען ראבערט איז צוריק געקומען מיט די באטלעך האט די גארד אים אפגעשטעלט "וואס טראגט איר דא אריין? מיר קענען דאס נישט ערלויבן" האט די גארד זיך אויפגעטעלט וועלענדיג אפהאלטן ראבערט. "די מענעדזשער האט מיר געגעבן רשות. ער האט מיר אפילו געגעבן זיין עקסעס קארד אז איך זאל קענען גיין און קומען אן קיין פראבלעם. יעצט ביטע האלט מיך נישט אויף און לאז מיך דורך... עס וואלט שיין געווען פון דיר אז דו גיבטס מיר א האנט. אבער איך וועל עס נישט פארלאנגן פון דיר. אבער שטערן זיכער נישט! חוץ אז דו ווילסט אז איך זאל יעצט ארויף רופן די מענעדזשער זאגן אז דו האלטס מיך אפ פון טון מיין ארבעט.."
די גארד האט גלייך אפגעטרטעטן פון וועג זעענדיג אז די אינספעקטאר האלט זאגאר די קארטעל פונעם מענעדזשער זעלבסט.
ראבערט איז אראפגעגאנגען מיט זיין סחורה ווען א באהאלטענע שמייכל זיצט אויף זיין ליפן.
*
אלען האט געמיינט אז ער פלאצט ווען מ'האט אים געלייגט אויף האלד און דערנאך געזאגט אז די מענעדזשער קען נישט צוקומען ווייל ער איז אויף א מיטינג. אלען האט זיך נישט געוואלט אידענטיפעצירן ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן א פאניק פאר די צייט.. אבער זיין הויט האט אים געברענט...
"וואו האלטן די טיעם'ס?" האט אלען גערעדט אנגעצויגענערהייט "מיין הארץ זאגט מיר אז ראבערט איז שוין דארט און ער פארארבעט שוין מעשים..."
"זיי דארפן אנצוקומען ביז אפאר מינוט איך וועל..."
אזוי רעדענדיג האט די פרעזידענט געעפענט די טיר און אריין געשטורעמט אין אפיס. "וואס האסטו געמיינט וויקי, איך וועל זיצן ביי מיר אין אפיס און ווארטן אויף דיינע אפדעיטס? איך קען נישט איינזיצן!
וואו האלט מען? האט מען שוין געראטעוועט דזשעק?"
"מר. פרעזידענט, מיטן גרעסטן כבוד. לאמיך אייך מסביר זיין. די מיסיע איז פארבינדן איינס מיטן צווייטן און אלעס דארף געשען אין איין מינוט. מיר קענען נישט ארויסראטעווען דזשעק ווייל אפשר גייט ראבערט עפעס דארפן פון אים און אויב וועט ער אים נישט טרעפן איז אלעס צופאלן. די פרעזידענט וויל אודאי אז דאסמאל זאל עס זיין די לעצטע מאל וואס מיר האנדלן מיט די גרופע און נישט מיר זאלן האבן די זעלבע סארט דורך פאל וואס מיר האבן געהאט. און די זעלבע גייט אויף ראבערט מיר מוזן אים לאזן גיין ווייטער און ער טאר נישט וויסן אז מ'גייט אים נאך ווייל נאר אזוי וועט ער ארויסשלעפן דעם פון וואשינגטאן וואס מיר ווילו שוין אזוי לאנג וויסן ווער דאס איז... אויב זאלן מיר אפשטעלן יעצט ראבערט האבן מיר טאקע געוואונען דאס מאל אבער מיר האבן נישט צובראכן דעם שלאנג דורך אפהאקן דעם קאפ. אלזא, וואו אנגעצויגן מיר זענען נאר, און וואו שטארק מיר ווילן זעהן נקמה אין די גרופע וועלן מיר מוזן אויסווארטן ביז די פאזל איז צוזאמגעשטעלט און הערשט דערנאך קענען מיר פארכאפן אלע אויף איינמאל.
וועגן דעם האב איך אויסגעשטעלט דריי טיעם'ס אז ווען די ריכטיגע מינוט קומט זאל יעדער טון וואס ער דארף. דערווייל פראבירן מיר צו פארמינערן די שאדן וואו ווייט מעגליך"
"וואס הייסט, דו גייסט לאזן אז די טאנק זאל ווערן פארפעסטעט און ווער ווייסט צו דאס וועט נישט קאטסן קיין לעבן'ס. וואו קענסטו דאס צולאזן?" "מיר ארבעטן דעראויף. אלען פראבירט צו כאפן די מענעדזשער פון די פלענט און אים ווארענען אז ער זאל אפשפארן די פלענט און קיינער זאל נישט טרינקן קיין וואסער..."
מיט א שווערע קרעכץ האט די פרעזידענט מסכים געווען.
*
מייקל האט ענדליך געענדיגט אראפדרייען די וועלוו... ראבערט און מייקל האבן זיך אנגעטון דיקע שיץ גלעזער אז ס'זאל קיין שפריץ נישט גיין אויף זיי און צוזאמען האבן זיי זיך גענומען אריין גיסן די פליסיגקייט אונעם טאנק...
א באטל נאך א באטל.... שטאטערהייט... פארזיכטיגערהייט...
געענדיגט גיסן.... מייקל האט צוריק געדרייט די וועלוו און צוריק אנגעצינדן די פאמפ...
וואסער האט זיך גענימען אריין פליסן אין די גרויסע טאנק...
ביידע האבן אפגעאטעמט
*
"טיעם עי איז אויף די לאקאציע מיר זענען ממש נעבן די פלענט, וואס איז אונזער נעקסט סטעפ?"
"איין רגע" האט אלען זיך אנגערופן.
"וואס טוט מען דא ווייטער? איך קען נישט כאפן דעם מענעדזשער.. און איך קען נישט לאזן די זאך לויפן. וואס זאג איך זיי?"
"זאג פאר די טיעם אז זיי זאלן ארום נעמען די גאנצע פלאץ און אויפשטעלן א פאלשע פאליס טשעק פוינט קיין איין קאר זאל נישט ארויספארן פון דארט אן ווערן איבער געקוקט. זאג דול זאל שיקן א בילד פון ראבערט פאר יעדעם אויב זעען זיי אים זאלן זיי דיך לאזן וויסן. מ'דארף אים נאכפארן אן דעם וואס ער זאל פארדעכטיגן עפעס.
די פראבלעם מיט די פלענט לאז פאר מיר."
אלען האט איבער געגעבן די מעסעדזש פאר טיעם עי און דערנאך אנגערופן דול פרעגן וואו ער איז "איך גיי יעצט צוריק צו ראבערטס אפיס איך וויל בארואיגן דזשעק און דערציילן וואו מ'האלט. אויז אויך וויל איך קוועטשן פון אים צו ער ווייסט עפעס מער אינפארמאציע"
"גוט. בעפאר דו גייסט שיק ארויס א קלארע בילד פון ראבערט פאר אלע אגענטן. איך ווייס נישט וויאזוי ער גייט פארלאזן די פלענט און מיר מוזן אים נאכגיין ביז ער קומט אן קיין וואשינגטאן זעהן פארוועם ער געט די סחורה. די טיעם האט אויפגעשטעלט א פאלשע טשעק פוינט וואו זיי גייען דורך קוקן יעדע קאר פאר סיעט בעלטס שיק זיי די בילד אז זיי זאלן קענען זען ווער ראבערט איז"
"נישט קיין פראבלעם"
וויקי האט אנגערופן די בעל הבית פון 'פאלענד ספרינג וואסער' און זיך אידענטיפעצירט. "מיט וואס קען איך אייך העלפן" האט די בעל הבית געפרעגט דערשראקן "גארנישט ספעציעל, לאמיך דיר פרעגן, די וואסער וואס די ארבעטערס טרינקן אין די פלענט איז פון דיינע וואסער אדער זיי טרינקן געהעריגע ניו יארקע וואסער פון די ריווער?"
"ביי יעדע פלענט גייט עס אנדערש. איר דארף דאס פרעגן די סייט מענעדזשער"
"קענטסטו מיר געבן די סייט מענעדזשער סעל פון די פלענט אין ניו יארק?"
"יא זיכער. גייט עפעס פאר מיט די פלענט?"
"ניין, מיר דארפן נאר עפעס וויסן אבער גארנישט פאר דיר צו זיין באזארגט"
וויקי האט פראבירט צו רופן די סעל פאון פון די מענעדזשער אבער ווידער הייבט קיינער נישט אויף... "די חברה האבן שוין אוועק געלייגט דעם מענעדזשער" האט וויקי זיך אנגערופן כעסיג "ער איז די ערשטע קרבן אין די יעצטיגע אטאקע. ווער ווייסט וויפיל נאך וועט נאכפאלגן ביז מיר וועלן זיי אשפטעלן.."
*
ראבערט מיט מייקל זענען ארויף צום לאודינג דאק און זיך אפגעשטעלט ביי די פאמפ מענעדזשער. "זאג, מיר זענען עף.די.עי. אינספעקטארס, מיר האבן נארוואס אריין געלייגט א נייע באשטאנדטייל און טאנק 3 און מיר וואלטן געוואלט אז דו זאלסט פאמפען טאנק 3 יעצט און אנפולן א טראק מיט די סחורה. מיר גייען דאס מיטנעמען מיט אונז קיין ניו יארק פאר טעסטינג"
די מענעדזשער האט אנגעקוקט ראבערט מיט קרומע אויגן.. די ערשטע מאל ער הערט אזא פארלאנג.. "איך האב נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס, איך דארף רעדן צו די העד מענעדזשער פאר איך טו דאס.."
"די העד מענעדזשער האט מיר געגעבן זיין עקסעס קארד, ער האט מיר געזאגט אז ער איז אויף א מיטינג און אויב ווייז איך זיין קארטעל וועט יעדער פאלגן. איז דאס נישט גענוג פאר דיר?"
די מענעדזשער האט נישט געוואוסט צו יא צו ניין.. ער האט אין זיין לעבן נישט געהערט אזאנס. ווער רעדט נאך פון א פרעמדער זאל האבן די מענעדזשערס קארטל.. ראבערט האט געזען זיין פארלעגענהייט. "דו ווייסט וואס, איך גיי מיך נישט בעטן ביי דיר. איך שפאר שוין אפ די פלענט!! איך רוף אריין מיין אפיס זאגן אז יעדער דא דרייט זיך אן הענטשוך און אן די מויל צודעק. און די גראד אויפן טאנק איז קעלטער וואו די געזעץ ערלויבט... פאר די זאכן קען מען באקומען א טיקעט פון אפאר טויזענט דאלער פאר יעדע ארבעטער עקסטער. דיין מענעדזשער וועט זיין זייער פרייליך הערענדיג אז דו ביסט געווען דער וואס האט מיך אויפגערעגט. דו וועסט פארלירן דיין פענסיע מיט דיין געהאלט, אויב נישט מער.
מייקל, קאל אריין די אפיס און זאג זיי אז די שפארסט אפ די פלענט און דו דארפסט הילף מיטן אפשפארן די טענק."
"ניין!!! טו דאס נישט. איך וועל טון וואס דו בעטס נאר שפאר נישט אפ גארנישט וועגן מיר.. מיין מענעדזשער גייט מיך הארגענען אויב געשעט דאס וועגן מיר" מייקל מיט ראבערט האבן זיך צושמייכעלט, 'דיין מענעדזשער קען דיך שוין נישט הארגענען' האבן ביידע געקלערט.
די פאמפ מענעדזשער האט געפאלגט וואו א שעפעלע. ער האט אנגעפילט באטל נאך באטל פון פאמפ 3. פארטיג געווארן מיט דעם האט ער ארויסגעשיקט די סחורה צום לאודינג דאק און מ'האט עס אויפגעלאדענט אויף א טראק. "וואו ווילסטו די טראק זאל גיין" האט די דרייווער געפרעגט. "קיין ניו יארק!" איך וועל דיך נאכפארן און אינמיטן וועג וועל איך דיר געבן דירעקציעס ווייטער. איך ווייס נישט וועלכע לעב עס וועט אונז נאך היינט אריין נעמען"
די טראק האט זיך ארויסגעגליטש פונעם דאק און ראבערט און מייקל זענען געלאפן צו זייער קאר. "די שווערסטע איז שוין דורך... ביז אפאר שעה זענען מיר פארטיג.." האט ראבערט געשטארקט מייקל.
*
וויקי איז געווארן געפערליך נערוועז... ער ווייסט נישט וויאזי צו ווארענען די פלענט אז זיי זאלן נישט פאמפען קיין וואסער מער ווייל ס'קען זיין פארפעסטעט. "אלען, איך מיין אז ס'איז נישטא קיין צווייטע ברירה. איך גיי אריין שיקן צוויי פון די אגענטן זיי זאלן רעדן צום מענעדזש און זאגן די אמת. איך קען נישט לאזן די זאך לויפן"
*
צוויי אגענטן האבן אריין שפאצירט. "ווי איז די מענעדזשער? מיר דארפן שוין רעדן צו אים" "ווער זענט איר?" האט די סעקרעטאר געפרעגט. "פריינד פון דיין מענעדזשער, איך זאג דיר אז ער וויל אונז זעהן וואו אמשנעלסטן"
די סעקרעטאר האט אויסגעשפרייט א קרומע מינע אויף זיין פנים... די היינטיגע טאג.. וועם ער האט נישט באגעגענט... "די מענעדזשער איז אויף א מיטינג ער קען נישט יעצט קומען"
די אגענטן האבן ארויסגעשלעפט זייערע בעדזשעס. "אפשר יעצט וועסטו פארשטיין קלארער. רוף שוין! דיין מענעדזשער"
די סעקרעטאר האט פראבירט צו פעידזשן איינמאל און נאכאמאל... "ער ענטפערט נישט. ער איז פריער געווען ביי א מיטינג מיט צוויי אינספעקטארס. דערנאך האט ער זיי אראפגעפירט אין בעיסמענט און פון דאן האב איך אים שוין נישט געזען.."
"וועלכע אינספעקטארס..?"
" אינספעטארס פון די עף.די.עי. זיי זענען אפאר מינוט צוריק אוועק געגאנגען אבער די מענעדזשער האב איך נאך נישט געזען צוריק קומען..."
ווען די צוויי אגענטן האבן געהערט אז די אינספעטארס זענען שוין געגאנגען האבן זיי פארשטאנען וואס דאס מיינט... די אקציע איז שוין פארטיג... "אלען" האט די אגענט אריין געשריבן אין די בלו טוט "די חברה זענען שוין נישט דא... מיר בלייבן דא אפשפארן די פלענט. זאג פאר די חברה אינדערויסן ביי די ראוד בלאק אז ראבערט דארף דארט זיין ביז א מינוט.. די סעקרעטאר זאגט אז זיי האט שוין פארלאזט די פלאץ.."
ראבערט פארט נאך די טראק אויף די ראוד וואס פירט ארויס פונעם פלענט.. פונדערווייטענס זעהט ראבערט אז ס'איז דא טרעפיק.. א קאר מיט צוויי אפיצירן שטייען און קוקן אריין אין יעדע קאר... "וואס איז דאס א טשעק פוינט אדער א טרעפ?" האט ראבערט געפרעגט פון מייקל. "איך ווייס נישט, אבער מיר קענען נישט נעמען קיין שאנס. רוף אריין דזשעק אז ער זאל פארשיקן די ראוד בלאק אדער זאל ער זאגן צו ס'איז דא א זייטיגע ראוד ארויס.."
"אךך.. איך האב נישט מיין לעפטאפ דא, איך קען נישט אנקומען צו דזשעק אזוי, איך האב געלאזט די לעטאפ און מיין קאר..
וואס טו איך? וויאזוי טרעף איך דזשעק??"
"בעט ראלף זאל ארויף גיין צו דיר אין אפיס און רעדן פון דארט צו דזשעק" האט מייקל זיך אנגערופן. "אה, א גוטע עצה. ראלף לאזט זיך קאסטן פאר יעדע טובה וואס איך בעט אים, אבער איך האב נישט קיין צווייטע ברירה. איך קען מיך נישט ערלויבן איין פארצענט אויב זוכן זיי מיך אז זיי זאלן מיך דא טרעפן"
*
דול זיצט אין ראבערטס אפיס און שמועסט מיט דזשעק רואיגערהייט. ער האט געוואוסט אז ראבערט דארף נישט צוריק קומען צו זיין אפיס אין די נאנטע טעג.. דול האט פארציילט פאר דזשעק אלע דעטאלן פון די אויספארשונג און וויאזוי די אקציע גייט צו גיין...
די שמועס איז געפארן געמיטלעך ווען פלוצים הערט די דול וואו די אפיס טיר עפענט זיך...
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 9:31 pm
דורך שנאפס
דאס איזעס!!!!!!!!!
דו האסט געצויגן מיינע נערוון ביז זיי זענען געוווארן דין, יעצט האט אלעס געפלאצטטטטטט
דזשעק, דאס איז שנאפס, וואס איז די איי פי אדרעס פון אב זקן?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 9:48 pm
דורך ווינקל
ביסט אבנארמאל קאמפליצירט!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:02 pm
דורך שוועמל
ווייס איך ווען פון אנהויב אז די "פרעזידענט" איז אבאמא וואלט איך מיטגעשטאנען מיט ראבערט.
האסט מיך סתם אנגצויגן מיינענדיג ס'יז בוש..
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:18 pm
דורך סמארט
אלעס קלאפט פון שרעק...
זעה נאר נישט אפצושפארן דיין וואסער פלענט פון מחשבות, לאז זיי ווייטער פליסן אריין אין דעם אשכול..